איז א שפיל מער מותר ווי גיין אין טיאטער?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

איז א שפיל מער מותר ווי גיין אין טיאטער?

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 4:21 pm

אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?f=18&t=24103

כאפצעם האט געשריבן:
בילדער האט געשריבן:איך שלאג נאר פאר.

און אז מען האלט שוין דא מיין איך אז מען זאל זיי לאזן מאכן די פלעי, און נעקסטע חול המועד קענסטו קויפן זייער די. ווי. די. און עס קוקען וויפעל מאל די ווילסט...

נאא... אינו דומה וואטשן בחבורה מאינו בבחבורה.
דאס איז דאך דער גאנצער דערהער פון א טיאטער,
נישט אזוי?


השתא דאתית להכא מיט וואס איז טאקע די שפיל מער מותר ווי גיין אין טיאטער? אויף חוקות הגוי הגוי זאגן חז"ל בפירוש אז בתי תיאטראות גייט אריין אין דעם.

אקעי דא איז נישט די פלאץ פאר מחאות אבער יעדער פאר זיך מעג טראכטן.

גוט יום טוב
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 5:16 pm

אינטערעסאנט ווי זיי אליינס שרייבן אין די וועבסייט, אז אמאל פלעגט זיין די פלעיס פורים וכדו', און עס איז א "נייע זאך" אז מען מאכט חול המועד.

אבער - צו קוואוטען א קליגער איד - "דא איז נישט די פלאץ פאר מחאות.......".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 5:20 pm

אמאל איז עס טאקע געווען פורים, אבער אמאל אמאל איז עס געווען חוה"מ, בערך 20 יאר צוריק איז עטליכע יאר חוה"מ געווען א פלעי, איך געדענק נאך על נהרות בבל פלעי פון תשנ"ב, א יאר שפעטער איז געווען א סליחות נאכט אין קיעוו, אבער ביי דעם פלעי איז שוין א קול קורא פון התאחדות הרבנים (אדער סתם רבנים צוזאמען גענומען, אבער עכ"פ דער ברך משה איז געווען אונטערגעשריבן דערויף) וועגן 'בני אל תלך בדרך אתם מנע רגלך מנתיבתם', און כ'געדענק ווי איך האב דאן געזאגט פאר מיין טאטן, טאטי דער רבי האט אונטערגעשריבן קעגן דעם 'איך גיי נישט'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 8:14 pm

סתם פאר נייגער וואססי חילוק אויב א פלעי איז חנוכה פורים צו און ימי חול המועד? פארוואס איז פורים חנוכה מער מותר פון חוה"מ?

פארגעסט נישט, ווען מרנא החתם סופר זצ"ל האט געזאגט: החדש אסור מן התורה - האט ער געמיינט מ'זאל נישט אריינברענגען נייע איסורים.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 9:21 pm

איסור מלאכה איז חול המועד פיל הארבער (א פלעי איז פארבינדן מיט אסאך מלאכות, איא), סיי ביסודו (לויט א טייל ראשונים איז עס אפילו א דאורייתא), און סיי מיט די פרטי הלכות למעשה, ופשוט היא (חנוכה איז בכלל נישט אסור בעשיית מלאכה, ניטאמאל מצד מנהגא, אויסער אין די האלבע שעה....)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 9:45 pm

איך ראט א נייע אשכול. גראדע ענגבערט מיר די שאלה פאר א זמן רב. וואלט שיין געוועהן עס אויסצושמועסן מיטען ציבור דא.

נו, דו דארט ביזט מכובד מיט פתוחה. געגאנגען.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 10:28 pm

ראש הקהל האט געשריבן:סתם פאר נייגער וואססי חילוק אויב א פלעי איז חנוכה פורים צו און ימי חול המועד? פארוואס איז פורים חנוכה מער מותר פון חוה"מ?

פארגעסט נישט, ווען מרנא החתם סופר זצ"ל האט געזאגט: החדש אסור מן התורה - האט ער געמיינט מ'זאל נישט אריינברענגען נייע איסורים.

מיין פראגע איז געווען צו דאס איז נישט די אור אלטע איסור פון חוקות הגוי אויף וואס חז״ל זאגן בפירוש תיאטראות פלוס די קביעות פון הערן אקטיארן וואס איז מושב לצים.

אה״נ טאמער נישט איז חלילה מחדש זיין נייע איסורים. סא שאד מזאל נישט קענען האבן אביסל כשרע פאן...איך האף אז סאיז טאקע מותר. פרעגן מעג איך אבער
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוקטובער 01, 2014 10:48 pm

מענין לענין, געווענליך ביי סליידס שטייט א נאוט איבערגעקוקט דורך וועד החינוך דהוידא-נאנאש, וואס איז די מציאות ביי די סארטן פלעיס ווערט דער תוכן און וויצן דורכגעקוקט דוקך ערנסטע מענטשען אדער געפרעגט צוויי רבנים?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 9:38 am

די פארשטעלונגען פין נייטרא ישיבה פלעגט עפעס זיין דווקא אין פורים?

אז עס וואלט געהאט די מינדעסטע פראבלעם,וואלט עס געמעגט אריין ברענגען הון תועפות פאר די ישיבה, ר׳ מיכאל בער וואלט עס נישט ציגעלאזט.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:42 am

א קליפ אויפ'ן קאמפיוטער איז מער מותר ווי גיין אין טעאטער?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:46 am

נודניק האט געשריבן:די פארשטעלונגען פין נייטרא ישיבה פלעגט עפעס זיין דווקא אין פורים?

אז עס וואלט געהאט די מינדעסטע פראבלעם,וואלט עס געמעגט אריין ברענגען הון תועפות פאר די ישיבה, ר׳ מיכאל בער וואלט עס נישט ציגעלאזט.

נודניק, פרעגט אייך נאך מה הי' מציאות הדברים.

והדברים מבוארים בספרי תולדות הרחמ"ד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:54 am

ניין א שפיל איז אסור דאורייתא...
טאקע דאס מיינט דוד המלך...
אויסער דעם, דו ווייסט וואס א שפיל קען אלץ צוברענגען...


אזעלעכע דיפרעסטע מענטשען דא?
זעלטן, זייער זעלטן, ווען מ'זאל דא טרעפען איינער וואס דוקא יא אויס טרעפען א היתר.
עכ"פ קוקן אויף א צד היתר, פרוביר דן זיין לכף זכות. האט דיר דאס קיינמאהל נישט בייגעפאלען?
אלעמאל זענען דא דיע וואס זענען פארנומען מיט יענעם.

דו ווילסט נישט גיין גיי נישט, הענג ארויס א מחאה צעטל אינטערגעשריבען דיין נאמען, אז עס איז פונקט ווי א טיאטער.

אה, מ'קומט דא אהער זיך פשוט אויס שמועסן. לדידי גיי איך אין יענע צייט פון דער 'שפיל', אויס הערען די בענדלעך פון תשי"א.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:54 am

מיליכיגס, האסט מיר נישט פאר ענטפערט.

קודם כל, ס'איז נישטא קיין שום פלעי היינט צו טאגס, וואס האט אזוי פיל ליצנות פון וואס ס'איז געוועהן ביים פלעי פון דער לעצטע געדאנק. און דער פלעי דער לעצטע געדאנק איז געוועהן אפיציעל עדוועטייזט, איר וועט לאכען און לאכען און נישט אויף הערן צו לאכען. און ס'איז נישט געוועהן קיין שום מחאה, ועל כולם ס'איז נאכנישט בייגעפאלען איינעם, העי, מ'דארף מוחה זיין, און ווי אויך איז דעמאלטס געוועהן אן עלטערע דור ערענסטע רבנים, פארוואס האבען זיי עס נישט אנגעקוקט א פלעי ווי א טיאטער? ס'זעהט אויס אז ערענסטע רבנים און נארמאלע רבנים איז צוויי אנדערע זאכען, ודו פרצופים נבראו.

והשנית, וואס הייסט טיאטער און וואס נישט, פארוואס איז א פלעי געמאכט אויף א סטעידזש און א סדעטיום האט א דין טיאטער וחוקת הגוי, און א פלעי וואס איז געמאכט געווארן און א "גרויסע" שול בית המדרש האט נישט קיין דין חוקת הגוי? ווער רעד פון אביסל קדושת בית המדרש? ומורא מקדש? ווער געט דער היתר אויף דעים?

והשלישית, פארוואס האט אמאל נישט אלס געדארפט קיין הכשר, און רבנים זאלען עס איבערקוקען, און היינט יא?, ובפרט אז היינט זענען דער דזשאוקס סאך סאך מער איידעלע ווי אמאל ווי ביים מנחת אלעזר אויפן טיש, צו ביים צאנזע'ע רב ביים טיש, פאר ווער ס'ווייסט?

לגבי חוה"מ. ווער האלט זיך צירוק פון אן איסור מלאכה און חוה"מ, חוץ פון פיזיש גיין און ארבעט צו שרייבען, אז פונקט נאר דא זאל מען זיך פארלייגען און אסר'ן פלעיס און חוה"מ צוליס איסור מלאכה?

ילמדינו רבינו, ס'איז זאכען וואס כ'וויל באמת פארשטיין. שכויח.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:57 am

ישלהוסיף האט געשריבן: לדידי גיי איך אין יענע צייט פון דער 'שפיל', אויס הערען די בענדלעך פון תשי"א.


העי, דער דרשה איז אויך געזאגט געווארן און א טיאטער?...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:59 am

הער ראש הקהל, לאזט ביטע ארויס דעם הייליגן צאנזער רב והמח"א פון אייערע פערל רייד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:06 pm

מען דארף אדארך טוהן די סוגיא אין ע"ז דף י"ח ע"ב, אבער אויבן אויף זעהט עס אויס בכלל נישט אזוי פשוט.
פאר קינדער מהיכא תיתי, אבער כמדומה די "אונטער" פלעיס, זענען געמאכט פאר "טאטע-קינדער"

במאמר המוסגר, איך האב נישט געהאלטן ביים שרייבן אויף דעם נושא, איך בין נישט קיין רב, און שאלות דארף מען פרעגען א רב אדער דיין, אבער ישלהוסיף האט מיך אהער געצויגן מיט בענדלך...
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:17 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:א קליפ אויפ'ן קאמפיוטער איז מער מותר ווי גיין אין טעאטער?

יא
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:28 pm

ראש הקהל האט געשריבן:מיליכיגס, האסט מיר נישט פאר ענטפערט.

קודם כל, ס'איז נישטא קיין שום פלעי היינט צו טאגס, וואס האט אזוי פיל ליצנות פון וואס ס'איז געוועהן ביים פלעי פון דער לעצטע געדאנק. און דער פלעי דער לעצטע געדאנק איז געוועהן אפיציעל עדוועטייזט, איר וועט לאכען און לאכען און נישט אויף הערן צו לאכען. און ס'איז נישט געוועהן קיין שום מחאה, ועל כולם ס'איז נאכנישט בייגעפאלען איינעם, העי, מ'דארף מוחה זיין, און ווי אויך איז דעמאלטס געוועהן אן עלטערע דור ערענסטע רבנים, פארוואס האבען זיי עס נישט אנגעקוקט א פלעי ווי א טיאטער? ס'זעהט אויס אז ערענסטע רבנים און נארמאלע רבנים איז צוויי אנדערע זאכען, ודו פרצופים נבראו.

והשנית, וואס הייסט טיאטער און וואס נישט, פארוואס איז א פלעי געמאכט אויף א סטעידזש און א סדעטיום האט א דין טיאטער וחוקת הגוי, און א פלעי וואס איז געמאכט געווארן און א "גרויסע" שול בית המדרש האט נישט קיין דין חוקת הגוי? ווער רעד פון אביסל קדושת בית המדרש? ומורא מקדש? ווער געט דער היתר אויף דעים?

והשלישית, פארוואס האט אמאל נישט אלס געדארפט קיין הכשר, און רבנים זאלען עס איבערקוקען, און היינט יא?, ובפרט אז היינט זענען דער דזשאוקס סאך סאך מער איידעלע ווי אמאל ווי ביים מנחת אלעזר אויפן טיש, צו ביים צאנזע'ע רב ביים טיש, פאר ווער ס'ווייסט?

לגבי חוה"מ. ווער האלט זיך צירוק פון אן איסור מלאכה און חוה"מ, חוץ פון פיזיש גיין און ארבעט צו שרייבען, אז פונקט נאר דא זאל מען זיך פארלייגען און אסר'ן פלעיס און חוה"מ צוליס איסור מלאכה?

ילמדינו רבינו, ס'איז זאכען וואס כ'וויל באמת פארשטיין. שכויח.

אז דיין שמועס האט זיך פארקירעוועט אויף דיפערענצן צווישן מיני רבנים וועל איך לאזן די טענה'ריי אויך א מער צוגעפאסטע צייט. איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה. אין חז"ל שטייט בפירוש אז גיין אויף א ברבים'דיגע פלאץ וואטשן א שפיל אדער א ספארטס פארברענג גייט אריין אין חוקת הגוי. דאס איז בפירוש'ע חז"ל בראו! האב איך געוואלט הערן פון די חשוב'ע ציבור דא וואס די היתר קען זיין צו אזא צוזאמענקום וואס איז אפיציעל מיט גארנישט אנדערש ווי א טעאטער פון וואס חז"ל האבן גערעדט.

אז דו וועסט קוקן וועסטו זעהן פון מיין שאלה אז איך גיי מיט די הנחה אז ס'מוז זיין עפעס א היתר. א נארמאלע וועג צו ענטפערן איז צו טרעפן די היתר אין די פוסקים. טאמער איז די איינציגע ענטפער אז מ'האט געטון די זאך ביי ערליכע אידן שהי' בידם למחות ולא מיחו איז דאס פונקט גענוג פאר מיר, אבער בתנאי אז מטוט גארנישט מער און אנדערש ווי זיי (נאר אין ביהמ"ד, נאר פורים וכו' אדער ווען די הכנסה איז לצורך מצוה וכו'). דערווייל איז נאך דאס אויך נישט קלאר.

קיינער האט נאך נישט געאסרט דארנישט. טאמער סתם א שמועס אויף אייוועלט צו פרעגן דעם צד היתר קען ארופברענגען אזעלכע בייזע תגובות ווי למשל ישלהוסיף'ס איז דאס מער א צייכן אויף גילטי קענטשעס און וועלן פארשרייען די שולד געפילן ווי עפעס אנדערש.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:39 pm

מילכיגער
פון וואסערע חוקות הגוי רעדסטו אגאנצע צייט, וואו איז די חז"ל ?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:41 pm

חז"ל רעדן פון א גוישע פארברענג וואס גוים פירן אן, דאס איז חוקת הגוי!

סא וואס דרייט מען א קאפ דא?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:43 pm

מיליכיגער, הויב אן פון אנהויב, וואס איז דער איסור פונקטליך?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:45 pm

דער איסור איז מושב לצים און ביטול תורה. [יא יא קלינגט היינט מאדנע אבער ביטול תורה איז א איסור]

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:51 pm

צושויער האט געשריבן:דער איסור איז מושב לצים און ביטול תורה. [יא יא קלינגט היינט מאדנע אבער ביטול תורה איז א איסור]

פארשטעלונגען איז דאך פארגעקומען איבעראל, אין סאטמאר, באבוב, מונקאטש, און די רבי'ס זענען דארט געזעצען, ביטול תורה ?
איך פרעג נאר.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:52 pm

מילכיגער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:א קליפ אויפ'ן קאמפיוטער איז מער מותר ווי גיין אין טעאטער?

יא


אזא קלארע פסק הלכה, געוואלדיג!

תשית לראשו עטרת פז!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 12:54 pm

fiena nieas האט געשריבן:חז"ל רעדן פון א גוישע פארברענג וואס גוים פירן אן, דאס איז חוקת הגוי!

סא וואס דרייט מען א קאפ דא?



ווען דו זאגסט אז איך דריי א קאפ ליגט שוין די בורדען אויך דיר מיר אויפצואווייזן אז איך בין נישט גערעכט. ווייל דו לערענסט אזוי פשט אין חז"ל דריי איך א קאפ? ברענג א ראי'.

געציילטע מקורות:

ובחקותיהם לא תלכו, וכי מה הניח הכתוב שלא אמרו, והלא כבר נאמר לא ימצא בך מעביר בנו ובתו באש וגומר וחובר חבר וגו', ומה תלמוד לומר ובחוקותיהם לא תלכו? שלא תלכו בנימוסות שלהן בדברים החקוקין להם כגון תיטריות וקרקסאות והאסטריות


אומות העולם אם את מרבה להם ימים טובים, הן אוכלים ושותים ופוחזים, ונכנסים לבתי תייאטרייאות ולבתי קרקסאות, ומכעיסין אותך בדבריהם ובמעשיהם, אבל ישראל, את נותן להם ימים טובים, והן אוכלים ושותים ושמחין, ונכנסין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות, ומרבין בתפילות ומרבין במוספין ומרבין בקרבנות

כיון ששמעה נעמי כך, התחילה סודרת לה הלכות גרים, אמרה לה בתי אין דרכן של בנות ישראל לילך לבתי תיאטראות ולבתי קרקסיאות שלהם


כ״כ ספר החינוך (מצוה רסב), וזו לשונו, ולעבין המצוד. של "ובחוקותיהם לא תלכו" שלא נתנהג כהם במלבושינו ובענינינו וכמו שאמרו בספרא "ובחוקותיהם לא תלכו", שלא תלכו בנימוסים שלהם. בדברים החקוקים להם' כגון תיאטראות וקירקםאות ואסטריאטאות, וכל אלו הם מיני שחוק שעושים בקיבוציהם כשמתקבצים לעשות שגעונות וזנות וע״ז.

ובגמ' ע"ז(יח, ב): אין הולכין לאיצטידינן(אצטדיון למלחמת שוורים), מפני מושב ליצים.

"תנו רבנן אין הולכין לתיאטראות ולקרקםאות מפני שמזבלים שם זיבול לע״ז (מתאספים לשם ע״ז) דברי ר״מ. וחכמים אומרים מקום שמזבלים שם זיבול אסור משום חשש ע״ז ומקום שאין מזבלין שם, אסור משום מושב ליצים"
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט