טאלאנטן ע"פ תורה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

טאלאנטן ע"פ תורה

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:17 pm

עס איז מיר שוין לאנג ארויפגעקומען אויפן געדאנק א שאלה

וואס טוט זיך מיט א טאלאנט, נישט waste'n א טאלאנט איז א יודושע מהלך?

מען טרעפט קיינמאל נישט עכ"פ איך, טרעף נישט אין קיין איין חסידישע ספר וועגן אויסנוצן די טאלאנט וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש.

למשל מאלן אדער מוזיק אדער סיי וועלעכע אנדערע חוש מען טרעפט אמאל ביי א קינד אדער ביי א דערוואקסענעם איז רוב מאל נישט קער גענומען געווארן אדער נישט אויסגעארבייט געווארן.

טרעפט מען אמאל א שמועס דערוועגן פון די פריערדיגע?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 pm

כבד את השם מגרונך

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:33 pm

דעס איז 'לכבד את השם' נישט אויף אויסצוניצען 'פאר זיך'

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:38 pm

קוק אין ספר הכשרת אברכים וועגן געפיל און טאלאנט.

אבער עס איז א זאך וואס האט מיר אויך געווינדערט אסאך, אדרבה, לאמיר זעהן צו דער עולם קען עפעס אהערשטעלן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:49 pm

די גמרא סוף מס' יומא בענין די אומנים ביים ביהמ"ק וואס טייל איז געווען זצ"ל און טייל שר"י. עיי"ש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:02 pm

חובת הלבבות שער חשבון הנפש פרק ב'

אז מען מאנט יעדעם לפי זיינע כוחות מיינסט דאס?

חובת הלבבות שער הבטחון בנוגע זיך זיכען א פרנסה לפי זיינע כשרונות מיינסט דאס?

דער ווארט בשם ר"ר זושא מען וועט מיר נישט שלאגען פארוואס כבין נישט מיילעך נאר פארוואס כבין נישט ר"ר זושא אולי דאס?

ר' ישראל סאלאנטער דיין הצלחה איז מיט א קאפ פון נפתלי און א הארץ פון נפתלי און מידות פון נפתלי אולי דאס?

אדער איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:17 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:חובת הלבבות שער חשבון הנפש פרק ב'

אז מען מאנט יעדעם לפי זיינע כוחות מיינסט דאס?

חובת הלבבות שער הבטחון בנוגע זיך זיכען א פרנסה לפי זיינע כשרונות מיינסט דאס?

דער ווארט בשם ר"ר זושא מען וועט מיר נישט שלאגען פארוואס כבין נישט מיילעך נאר פארוואס כבין נישט ר"ר זושא אולי דאס?

ר' ישראל סאלאנטער דיין הצלחה איז מיט א קאפ פון נפתלי און א הארץ פון נפתלי און מידות פון נפתלי אולי דאס?

אדער איך פארשטיי בכלל נישט די קשיא

לויט ווי איך פארשטיי איז די קשיא, לדוגמא אויב איינער איז געבוירן געווארן מיט א טאלאנט אז ער קען זייער שיין מאלן (מאלעווען), מיינט דאס אז דאס האט א שייכות מיט זיין תפקיד, אדער ער איז בארעכטיגט עס צו לאזן לויפן, און זיך באשעפטיגן מיט אנדערע זאכן.

ביי א קול ווערט קלאר געברענגט אין די ספרי קודש אז איינערוואס דער רבוש"ע האט אים געבענטשט מיט א קול ערב ונעים, ברויך ער דאס אויסנוצן לכבוד ה' לכבד את ה' מגרונו
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:33 pm

קיינער ענטפערט נישט אויף די שאלה, לפי הבנתי.
כבד את ה' מיינט זיי מכבד דעם אויבערשטן ווייל דאס איז דיין אויפגאבע, און אלע חושים און כחות וואס דער רבש''ע האט דיר געגעבן, ווי הענט, אויגן, שטימע, זאלסטו נוצן פאר דעם צוועק.
די שאלה איז (יא, דאס מיינסטו?), ווען א קינד קען זינגען מוז ער למשל קענען ארויסגעבן א טעיפ?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:08 pm

פאר מען גייט אריין צו סאיז אויסגעהאלטן ע"פ תורה צו נישט דארף מען אריין גיין אין די מציאות פון אמאהל ביז היינט לגבי זיין בכלל אזוי פארנומען מיט זיך, די וועלט איז היינט אויף א אויסטערלישע פארנעם צו פאשען דעם זיך, צו שוינען דעם זיך, ווי עס ריפט זיך סעלף עסטיעם עפאכע, לויט די מציאות פון אמאליגע לעבן איז נישט אויפגעקומען אויפן געדאנק צו מאכן בכלל א געשעפט פונעם טאלאנט, אז מען האט געהאט א טאלטאנט און עס איז ארויסגעקומען מה טוב ומה נעים.
איך האב לעצטנס געזעהן א ארטיקל וואס שרייבט וועגן א היינטיגע שטארקע סברה צווישן עקספערטן אז דאס וואס מען איז אזוי פארנומען מיט זיך ברענגט זעלבסט די פראבלעם פון סעלף איסטעם, ווייל ווען איינער דרייט זיך צווישן מענטשן אין ער טראכט וואס ער קען ביישטייערן פאר די מענטשהייט, זיין קאפ לויפט אים איבער אנדערע מענטשן נישט אויף זיך, ווען אלעס דרייט זיך איבער מיך זיך איך, דאן קומט ארויף די אלע קאשמארע געדאנקן איבער זיך, צו יעדער האלט טאקע פון מיר צו נישט וכדומה.
לכאורה איז דאס אויך פון די גליקן וואס די פיסכילאגישע וועלט האלט אינז צוגעשטעלט

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:12 pm

א אינטערעסאנטע שאלה, פונקט לעצטענס אויסגעקומען צו קלערן דערפון, אדערווייל לאז איך מיינע טאלטנטן בהסתרה...

עבודת, איר זענט מעגליך גערעכט מיט דעם נקודה, אבער די שאלה האט איר נישט געענטפערט

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:13 pm

איך האב נישט גענטפערט נאר א סיבה פארוואס מען וועט נישט טרעפן פון דעם רעדן אין די ספרים

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:23 pm

אמת. אבער דאך קען מען נישט אזוי אוועקמאכן א מענטשן'ס טאלאנטן מיט אזא דריי מיט די הענט וועגן סעלף עסטיעם... טאלאנטן איז עפעס וואס דער באשעפער האט אריינגלייגט אינעם מענטש, כ'גלייב אז פאר עפעס א סיבה

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:24 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:חובת הלבבות שער הבטחון בנוגע זיך זיכען א פרנסה לפי זיינע כשרונות מיינסט דאס?

בשער הבטחון סוף פ"ג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:36 pm

אינגאנצן פארפארן...

די קשיא איז פשוט: א איד וואס איז געבוירן מיט א טאלאנט, מאלן, שרייבן, זינגען, געפיל, וכו' איז עס אזאך וואס אין עבודת השם איז עס א מעלה - דהיינו אז ער דארף עס נוצן ווי ער קען און זיך אויסרייבן דערין, ווייל די אייבערשטער האט איהם עס געגעבן?

אדער ניין, זיין תפקיד איז נישט דאס, און דאס איז נאר א מניעה צו זיין תפקיד, און ער דארף זיך שטארקן דערויף

(אויב נישט דאס געפרעגט, עכ"פ פרעג איך עס..)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:44 pm

א ערשטע וועלט פראבלעם... אמאל איז מען געווען פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, גלייך נאכן בר מצוה איז מען געגאנגען העלפן דעם טאטן ברענגן פרנסה. טאלאנט איז אן ערשטער וועלט מושג. וואס מיינן ענק, אז אין צווייטע און דריטע וועלט לענדער ארבעט מען אויף טאלאנט? איינס פון טויזנט. ואולי דאס מיינט עבודת הבורא אז ס'האט מיטן אמעריקאנער לעבנסשטייגער.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:52 pm

ענדע צדיק גוט געזאגט

דער עולם זאגט גוטע זאכן אבער מיין קשיא איז געווען אזוי ווי דו שרייבסט

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:53 pm

סא לויט דיר ירוחם איז א טאלאנט א זאך וואס סתם דער אויבערשטער האט עס צוגעווארפן פאר א מענטש הלא דבר?

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 7:10 pm

וואס איז מיט בצלאל?

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:11 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אינגאנצן פארפארן...

די קשיא איז פשוט: א איד וואס איז געבוירן מיט א טאלאנט, מאלן, שרייבן, זינגען, געפיל, וכו' איז עס אזאך וואס אין עבודת השם איז עס א מעלה - דהיינו אז ער דארף עס נוצן ווי ער קען און זיך אויסרייבן דערין, ווייל די אייבערשטער האט איהם עס געגעבן?

אדער ניין, זיין תפקיד איז נישט דאס, און דאס איז נאר א מניעה צו זיין תפקיד, און ער דארף זיך שטארקן דערויף

(אויב נישט דאס געפרעגט, עכ"פ פרעג איך עס..)



לפי מיין קוק ווינקל איז "ע"פ תורה דא א ענין צו טוען פאר פרנסה, אויב א מענטש האט א טאלאנט איז א ענין אויפצוארבעטן די טאלאנט פאר פרנסה (כך נראה מחובת הלבבות) אבער סתם אויפצוארבעטן א טאלאנט וואס גייט נישט ברענגן נישט קיין פרנסה, און עס גייט אים אויף נישט העלפן צו דינען דעם אייבערשטן איז נישט דא קין ענין אויף דעם.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:27 pm

אליעזר,
איין אינטערעסאנטער שאלה, קיינמאל געטראכט דערפון.
בהשקפה ראשונה ווי מיר ווייסן אז יעדע מענטש האט זיך זיין תכונת הנפש לפי שורשו, אזוי אויך האט ער זיין תכונת הגוף לצורך זה, דהיינו צוצוהעלפן לצורך עבודתו ית'.

דהיינו אז איינער האט א כשרון פון מאלעווען זייער שיין, איז דאס נישט אומזיסט, נאר דוקא לפי "תכונתו" וועט דאס אים צוהעלפן אין זיין תפקיד, בדרך לא דרך, כאטש ער ווייסט נישט און זעט נישט וויאזוי.

יעצט דו פרעגסט צי מדארף עס ארויפארבעטן וכו'.
כדי צו ווערן א טשעמפיאן? זיכער נישט. און אויך נישט אריינצוגיין אין גינות וואלד רעקארד וואס ברענגט נישט קיין שום תועלת.
אויב אבער פילט ער אז דער כישרון וועט אים העלפן אין זיין תפקיד, למשל דורכקומען זיינע נסיונות אדער זיינע התחייבות ווי פרנסה וכדו' איז אדרבה, מצוה קעביד.
אבער אויכעט נאר וויפיל ס'פעלט אויס לצורך תפקידו, מער פון דעם איז שוין בגדר זיין אייגענע בחירה פונקט ווי יעדע אנדערע זאך.
וענין זה מבואר בשמונה פרקים לרמבם פ"ה עי"ש.


נאכנישט געזען דעם חה"ל, לאמיר זען צי ער זאגט אנדערש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:15 am

עס ליגט מיר אין קאפ איינער וואס חז"ל זאגן ער איז געשטארבן פאר די צייט צוליב דעם וואס ער האט נישט גענוצט זיין כשרון לנגינה.
ווער? מקור?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 6:44 pm

זעענדיג דעם שבת א רבינו בחיי האב איך מיך דערמאנט פון דעם געהענגל

וז"ל פר' כי תבוא: במדרש תנחומא כבד את ה' מהונך ממה דהנייך, כלומר מכל מה שהוא מהנה אותך ונתן לך יתרון על שאר בנ"א יש לך להודות לפניו ולתת כבוד לשמו, כגון מי שראה בעצמו שיש לו קול ערב ראוי לו לכבד בו השי"ת שינגן ויתפלל לפניו ונשמע קולו וכו'

איז קלאר פון זיין לשון אז מיט אלע טאלאנטן וואס א מענטש האט נאר דארף ער דאס אויסניצן לכבוד ה'

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:48 pm

עבודת הבורא:
יתכן אז איר מישט צווישן סעלף קאנפידענץ און סעלף עסטים.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:15 am

לטובה ולברכה האט געשריבן:זעענדיג דעם שבת א רבינו בחיי האב איך מיך דערמאנט פון דעם געהענגל

וז"ל פר' כי תבוא: במדרש תנחומא כבד את ה' מהונך ממה דהנייך, כלומר מכל מה שהוא מהנה אותך ונתן לך יתרון על שאר בנ"א יש לך להודות לפניו ולתת כבוד לשמו, כגון מי שראה בעצמו שיש לו קול ערב ראוי לו לכבד בו השי"ת שינגן ויתפלל לפניו ונשמע קולו וכו'

איז קלאר פון זיין לשון אז מיט אלע טאלאנטן וואס א מענטש האט נאר דארף ער דאס אויסניצן לכבוד ה'

אינטערסאנטע שטיקל, אבער ווי איך זעה רעדט ער אויך נאר פון דאווענען
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

דערציילער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 8:13 am
לאקאציע: Boro Park
פארבינד זיך:

תגובהדורך דערציילער » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:53 am

talent

"אמרו עליו על רבן שמעון בן גמליאל כשהיה שמח שמחת בית השואבה היה נוטל שמונה אבוקות של אור, וזורק אחת ונוטל אחת ואין נוגעות זו בזו. וכשהוא משתחוה נועץ שני גודליו בארץ ושוחה, ונושק את הרצפה וזוקף, ואין כל בריה יכולה לעשות כן; - וזו היא קידה. לוי החווה קידה לפני רבי יהודה הנשיא, וכשניסה לקום נקע גיד הנשה מכף ירכו והוא הפך לצולע.

ואלו לגנאי של בית גרמו לא רצו ללמד על מעשה לחם הפנים של בית אבטינס לא רצו ללמד על מעשה הקטורת הוגרס בן לוי היה יודע פרק בשיר ולא רצה ללמד בן קמצר לא רצה ללמד על מעשה הכתב


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט