ובלכתך בדרך: תורה טעיפס און שיעורים צו דאונלאודן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 12:24 pm

הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 7:35 pm

איך ווייס נישט זיכער אויב דאס באלאנגט דא, אויב נישט זייטס מוחל מנהלים און לייגט אים ווי ער באלאנגט,
איך האב מיך איינגעהאנדעלט אן איי פאד, פאר איבער 250 שמולארעס, כדי צי קענען ארויפלייגען שעורים, איך האב מיך שוין איינגעהאנדעלט א פאר MP3 דאס ארויפצילייגען אויפן איי פאד,איך ווער שוין אט אט א ת"ח , איז אזוי איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געטין , איז האב איך פארשטאנען אז עס וועט מיטקימען מיטן איי פאד פינקטליכע אינסטראקשענס ווי אזוי אריבער צי לייגען סחורה פון א CD/ MP3/ DVD צי די איי פאד, ביזדערווייל א נעכטיגען טאג, ממש עס שטייט גארנישט גארנישט ווי אזוי מען טיט דאס, און איך בין אנגעווייטיגט, וואס דארף אוך צי טון
איך קען מיך אויס מיט א קאמפיאטער באלד אזוי גיט ווי איך קען דרייווען א פליגער , אינסטראקשענס האב איך נישט ,געצאלט גיט געלט האב איך,
איז מיר געבליבן איין עצה, זיך ווענדען צי אייך טייערע פריינד ,וואס דא איז לכאורה זיכער דא אזעלעכע וואס זענען גיט באהאווענט ווי אזוי מען טיט דאס אריבערפירן, בעט איך ווער איז וויליג מיך אויסצילערנען וועל איך עם דאנקבאר זיין, און אויך ווי נישט ווי, וועט ער האבן א זכות צי העלפן א איד לערנען,
נב איך האב מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט קאנאעשען פאר דעם ,ווייל מיין קאמפיאטער האט נישט, איך שרייב דא דורכען בב

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 8:56 pm

יא מען דארף יא זיין קאנעקטעט אבער נאר פאר אפאר קורצע מינוטקעלעך
בעט א פריינד אדער א ברודער, ער זאל דיר אראפלאדענען פון עפל'ס וועב זייטל די איי טונס סאפטווער
דא האט איהר א לינק דערצו
http://www.apple.com/itunes/download
איינמאהל איהר האט עס אויפן קאמפיוטער. שטעקט איין די פאד אריין אינעם קאמפיוטער,
די פראגראם וועט רעגיסטרירן דיין כלי, און פון דא אין ווייטער ביזטו מינוטן פון ווערן א ת"ק
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:33 pm

ר' פרייליך , דורך windows media player , קען מען דאס נישט מאכן? נישט אז איך ווייס ווי אזוי עס צי ניצן דורך ווינדא, אבער עס וועט מיר מאכן גרינגער

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 9:42 pm

קנעפעל האט געשריבן:ר' פרייליך , דורך windows media player , קען מען דאס נישט מאכן? נישט אז איך ווייס ווי אזוי עס צי ניצן דורך ווינדא, אבער עס וועט מיר מאכן גרינגער

ניין אבסאלוט נישט,
כווייס נישט צו דו כאפסט דו ריכטיגע אינהאלט פון דיין שאלה , ס'הייסט אזוי ווינדאוס מידיא איז א מייקראסאפט סאפטווער איי-פאד איז דאך א עפל פאבריקאציע, יעצט וויזוי ווילסטו אז עפל מיט מייקראסאפט זאלן קענען לעבן אין פירן פריינטליכע געשפרעכן אינאיינעם, אמת כווייס אז אויף א עפל קאמפיוטער קען מען האבן מייקראסאפט סאפטווער , אבער אויף איי-פאד? די ליבלונג און שטאלץ פון עפל ניין דאס שוין נישט ,

און ווען איך בין געוועהן אין געשעפט פארן זיך איינקויפן דעם עפל, האט מיר טאקע די סעילס פערזאן (סטאר מענטש, אזוי רופט עס מיין יונגעל) דארט, ברם יזכר אותו איש לטובה, דאס ערקלערט בטוטו"ד, די שוועריקייט פון האנדלען מיט איי-פאד, סאיז טאקע סך מאדערנער אין שענער, אין סטייל , אבער סקוממט מיט א שיינע פאהר באגרעניצונגן , למשל אנדערש פון אלע אנדערע קאמפאניס קען מען עפלס איי-פאד נישט נוצן נאר מיט איין קאמפיוטער, ווייל מיט איהם קניפט ער אן א ידודות אין אז ער שפירט אז דו שטעקסט איהם אריין אין א אנדערעםס כלי וועט ער דיך געבן א ווארענונג אז דאס מיינט זיך געט'ן , אין אלס נקמה וועט ער אפמעקן אלע אינפארמאציע וואס דו האסט אנגעקליבן ביז אהין , זאגנדיג, לאזט מיר איבער פארגעס פון דיינע גוטע צייטן מיט מיר, אבער סדא אויף דעם אויך סאפטווערס וואס לאזן יא , אבער דאס קאסט שוין געלט ,
סדא למדל איי-דאמפ , אויך א פריווער פון עפל , וואס דאס לאזט אויף א לימיטעד פארמאט יא נאכקאפירן פון א איי פאד צו א קאמפיוטער ,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 7:17 am

פרייליכערהייט האט געשריבן:יא מען דארף יא זיין קאנעקטעט אבער נאר פאר אפאר קורצע מינוטקעלעך
בעט א פריינד אדער א ברודער, ער זאל דיר אראפלאדענען פון עפל'ס וועב זייטל די איי טונס סאפטווער
דא האט איהר א לינק דערצו
http://www.apple.com/itunes/download
איינמאהל איהר האט עס אויפן קאמפיוטער. שטעקט איין די פאד אריין אינעם קאמפיוטער,
די פראגראם וועט רעגיסטרירן דיין כלי, און פון דא אין ווייטער ביזטו מינוטן פון ווערן א ת"ק

אפשר קען איינער זיין אזוי גיט ,און מיר זאגן (אן קארגען קיין ווערטער) ווי אזוי איך מאך דעם פראדצור, פון ארויפלייגען סחורה אויף איין קאמפיאטער ,און עס אריבערלייגען אויף מיינס, איך בין אימוויסענד,

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 04, 2010 9:51 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:יא. פון דעם תורה ריז רעד איך. א גאון עצום.

אגב איז דא צו באקומען שיעורים אויף ענגליש פון הרב רייזמאן.

דער הרב רייזמאן לערנט פאר שיעורים יעדן זונטאג אין פלעטבוש פאר קרוב צו א טויענט אידן (נישט קיין צייטונג נאמבערס), איך בין שוין דארט געווען מערערע מאל ביי זיינע שיעורים.
טרעפליך איז נישט דאס ווארט. ער איז א בקי נפלא, מיט אזא געשמאק און אזא שיינע שפראך (ענגליש) אז מ'ווערט ממש צוגעצויגן צו אים.

ער לערנט תנ"ך און נאך שיעורים און ברענגט צו א שלל מיט רעפרענסענס פון אלע גדולים פון אלע קרייזן וואס איז ממש נישטא זיין גלייכן.

ווער עס הערט זיינע שיעורים פארשטייט וויאזוי ער קען שלעפן וועכטנליך טויזענט אידן.
הרב ישראל רייזמאן מר"י תורה ודעת ורב אגו"י (זכרון חיים צבי) ד'מעדיסאן. [ב"ר אברהם ז"ל מהאחים רייזמאן המפורסמים]

מוצאי שב"ק האט ער א וועכענטליכע שיעור אין נ"ך, גאגעלט דורך yisroel reisman וועט איהר זעהן וואס אלס עס וועט ארויף קומען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מוצ"ש נובעמבער 06, 2010 9:41 pm

ווייסט אפשר איינער וועלעכע זענען די top rated בעלי דרשנים וואס מען קען אמת'דיג הנאה האבן צו watchen אנליין למשל אויף torahanytime.com א שטייגער ווי ראביי פסח קראון ישר כח
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 11:11 am

אלץ-ווייסער האט געשריבן:
הרב זויבערמאן איז טאקע מבהיל'דיג ספעציעל ביי די אגדתא גמרות, דארט איז זיין ספעציאליטעט אויסטערליש.


וואו קען מען דאונלאודען זיינע שיעורים?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 15, 2011 3:14 pm

ובלכתך בדרך האט געגרינדעט א וועבזייטל וואו מען קען ארדערן אדער דאונלאודן זייערע טעיפס און סידי'ס
http://www.eshiur.org/

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 15, 2011 7:54 pm

קרעמער, נישט קיין חדשות, האפענטליך איז עס אפ טו דעיט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פיבער מעסטער
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מיטוואך יוני 15, 2011 10:23 pm

לפי ידיעתי האט ובלכתך בדרך ביז יעצט קיינמאל נישט געהאט קיין וועבזייטל ווי מען זאל קענען דאונלאודען שיעורים "ווארלווייד", דאס איז א נייע זאך און א חידוש בעולם התורה, איך האב געכאפט א בליק אויף די וועבזייטל און עס איז מורא'דיג געשמאק צו טרעפן דארט סיי וועלכע שיעורים פון זייער אוצר

איך מיין אז אזא סארט וועבסייט בעולם התורה איז נישט בנמצא, עס איז ממש ווי א שאפינג סטאר (להבדיל...) מען קליקט א "פיינד פראדאקט" און "עדד טו קארד" און יופס איך באקום עס, איך האב שוין דאונלאודעד (אגב נישט אלע שיעורים איז שוין עוועילעבל צו דאונלאודן, אסאך שיעורים קען מען נאר באשטעלן צו באקומען א הארטע שטיקל ארדער, איך האף אז מיט דער צייט גייען זיי מאכן אז אלע שיעורים זאל מען קענען דאונלאודען אויפ'ן פלאץ)

Good
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג נובעמבער 20, 2011 1:27 pm

די שיעורים פון הרב רבי מיכל זילבער שליט"א קען מען באקומען ביי Torah Communications Network 718-436-4999 פאר א מעסיגע פרייז פון $5 א MP3 CD אדער גאנץ ש''ס (20 CD's) פאר $99
נא גוט...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 04, 2012 8:33 am

חדש! קרן שמואל ישעי' אנליין:
http://www.koltorahonline.com

האפענטליך האבן זיי נישט ארויפגעשטעלט די אלטע קאסעטן ווערסיעס אנליין, ווי אויך האפן מיר אז מען הערט נישט צופיל מאל דעם בעקגראונד ווארענונג, ווייל דאס פארגייט נאר די אפעטיט פון צו איינקויפן נאך אן אלבום.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 04, 2012 12:01 pm

צו פרי ארויפגעלייגט... דער סייט אינאך נישט געפארטיגט אויפסעטן. כ'האב געקויפט א סידי אבער גארנישט באקומען.. די לינק דאנצולאדן ארבעט נאכנישט. אויך אין די אימעיל האבן זיי נאכניש אריינגעלייגט געהעריג זייער אינפא.

matovu
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מאנטאג מארטש 12, 2012 11:53 am

log in
on the side tab go to
My downloadable Products
check off CD
check off Hebrew
Press DOWNLOAD NOW

reply back if it worked

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:00 pm

ניין סארבעט נישט
איך קען נישט טשעקן די באקס ביי דידאונלאעדס

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » זונטאג מארטש 18, 2012 5:55 pm

matovu האט געשריבן:log in
on the side tab go to
My downloadable Products
check off CD
check off Hebrew
Press DOWNLOAD NOW

reply back if it worked

יא ס'ארבעט ביי מיר. אבער נאר אין איי-אי נישט אין פייערפאקס. יישר כח.
אגב כ'מיין אז מיין קארטל איז נישט גערעכנט געווארן פאר דעם (דאלער'דיגן) ארדער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 19, 2012 3:21 pm

פארוואס אין די וועלט פארלאנגען זיי אז מ'זאל זיך רעדזשיסטערן?

האב איך געלאזט דארט מיין פולע שאפינג וועגעלע, פונקט ווי טויזענטער אנדערע וועל איך גיין קויפן ביי דעם וואס בעט קיין לאגין און פעסווארד.

א גרויסע נארישקייט פון זייער זייט, זאל מיך ר' שמואל ישעי' זז"ג מוחל זיין טויזענט מאל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג מארטש 20, 2012 9:02 am

איך בין אויך מוחה אויף די וועבזייטליך וואס פארלאנגען מען זאל זיך רעדזשיסטערן פאר די איינמאל וואס מען קויפט שוין א פראדוקט ביי זיי.

אבער ביי קש"י איז עס אביסל פארשטענדליך. דורכ'ן רעדזשיסטערן, קענען זיי האלטן חשבון אויף אייערע געקויפטע אלבומס, און איר קענט עס דערנאך אפירזוכן און ווידער דאונלאודן אין פאל איר פארלירט עס. לכאורה אן צאלן נאכאמאל דערפאר.

ביי מאסטלימוזיק.קאם ארבעט דאס אזוי, און עס איז מיר שוין צוניצגעקומען עטליכע מאל.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג מארטש 20, 2012 10:00 am

קודם די גאנצע סייט איז נאך אינמיטן בויען ס'איז כלל וכלל נישט פערטיג. אפי' מען מאכט שון דעם ארדער ווערט די קארטל נישט גערעכנט, פעיפאל ארבעט נאך בכלל נישט ס'קומט אן צו א טעסט סייט.

אבער דאס רעגיסטערין איז גאר א גוטע זאך, מ'קען מיינען זיי בעטן די סאשול די געבורט טאג... סך הכל נעמען זיי די נאמען אדערעססע און טעלעפאן נומער, אזאך וואס יעדיר מוז נעמען צו קענען רעכנן די קק. + א יאזער נעים און פעסווארד אז נעקסטע מאל זאלסטו נישט דארפן אודך אריינלייגן די אינפא + ווי איינער האט שוין ערווענט צו קענען דאנלאדון די שיעורים נאכאמאל און נאכאמאל.

כ'זע נישט על מה יצא הקצפ.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 20, 2012 10:09 am

כדי צו טשארדזשען א קרעדיט קארד ברויכן זיין נישט קיין נאמען און נישט קיין טעלפאן נומער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:51 pm

ווי מער אינפארמאציע א סוחר האט איבער'ן קונד, אלס ביליגער צאלט ער פאר'ן קרעדיט קארד פראסעסאר.
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 20, 2012 1:12 pm

וואסערע אינפא? אדרעס נומער, זיפ קאוד, און cvv2 וזהו, ובכן כתבתי, נישט דער נאמען און פאון נומער.

ברויכן זיי נאכאלס נישט סעיוון קיין פריוואטע אינפא אין די סיסטעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מארטש 20, 2012 6:54 pm

האט קרן שמואל ישעי' א לאקאל אין ב"פ?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט