ובלכתך בדרך: תורה טעיפס און שיעורים צו דאונלאודן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

ובלכתך בדרך: תורה טעיפס און שיעורים צו דאונלאודן

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 5:03 pm

דער ובלכתך בדרך איז היינט געווארן אויס לוקסוס, וואס נאר תלמידי חכמים מובהקים א'דער נער לעיקוואודער אינגעלייגט האבן זיך געקענט ערלויבן.

היינט צו טאג איז דאס אריין אין די שוטסער גאס, יעדער שמויגער דרייט זיך היינט ארום מיט א קליינטשיגן פאדקע אין בוזעם איז קען אין איין רגע פארוואנדעלט ווערן צו דעם טיפ איד וואס אמאל האט זיך נאר איינער בעיר ושנים במשפחה געקענט דערשלאגן.

איך האב ביי מיר אויפן פאדעל עטליכע ווערסיעס פון דף היומי פארלערנען, עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פונעם ציבור וועלכער פארלערנער איז דער בעסטער אין הבנה, הברה, למדות, בהירות און אינעם אפלערנען א בלאט גמרא אזוי אז עס זאל זיך גוט רעגיסטרירן ביי דעם קליענט וואס איז יעצט אויף די סאבוועי.

איך רעכן איצט אויס נאר די וואס לערנען פאר אויף לשונינו אידיש.

הרב רבי מיכל זילבער שליט"א
הרב רבי אברהם קארף שליט"א
הרב זויבערמאן שליט"א
הרב ר' חיים שמערלער
הרב באב"ד (נאך קיינמאל נישט געהערט).

לכאורה איז ר' מיכל זילבער דער דער גרעסטער און אממערסטן באוואוסטער מגיד שיעור
ער האט אבער א שטיקל חסרון, וואס ווייל ער איז א אזא געוואלדיגער גאון און א מח עצום, לערנט ער אזוי שנעל און קורץ, אז יעדעס ווארט איז ממש געמאסטן, און אויב פארפאסט מען א סעקונדע, איז שוין אסאך מאל שווער מיטצוהאלטן, ווייל ער איז גאר געשווינד.

פון די אנדערע זייט אבער, איז ר' מיכל זילבער א זעלטענער בעל מסביר און א טיפער לערנער, וואס ווער עס קען אים דערהייבן, ווערט ממש צוגעצויגן צו אים.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 10, 2007 5:58 pm

איך האב פונקט היינט געשריבן אז איך הער צו "קול אברהם" אויפן טעלעפאן, אפשר איז דאס דער ר' אברהם קארף וואס דו ערווענסט?

הכלל, יענער איז גאר געשמאק, לייגט אראפ די ווערטער פון די גמרא מיט א קלארן ביאור, יעדע רש"י ווערט איבערגעשמועסט און וויכטיגע הערות אריינגעווארפן, די פאר מאל וואס איך האב מיט אים אדורכגעלערנט בלעטער גמרא, האב איך גאר שטארק הנאה געהאט.

אנדערע האב איך נאכנישט געהערט.

אגב, די סיבה פארוואס מען לערנט "אזוי שנעל און קורץ" כלשונך, איז פשוט אנצוקומען א בלעטל אין די מינימום באשטימטע צייט, אנדערש וועלן דאך די באטשיס נישט קומען צום שיעור וד"ל.

בנוגע דיין פראבלעם פון "פארפאסן א ווארט און פארלירן דעם המשך", ביי דעם אויבנדערמאנטן שיעור אויפן טעלעפאן דרוקט מען 1 און עס גייט צוריק אפאר סעקונדעס, והכל על מקומו יבוא בשלום.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:15 pm

לענ"ד איז הרב זויבערמאן שליט"א דער בעסטער פון אלע, זיין געשמאקע הסברה איז ממש א נחת, פאר יעדע שורה אין די גמרא טרעפט ער בליציגע משלים און מעשה'לעך.
אביסעל די סטייל פון שלעזינגער אין מאנסי אבער זיין שטימע איז אויך א צוגאב צום זעלטען גיטע פארלערנען.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:27 pm

שלום אלייכעם הרב נאטורליך גוט דיך צו זעהן דא לעבעדיג.

הרב זויבערמאן איז טאקע מבהיל'דיג ספעציעל ביי די אגדתא גמרות, דארט איז זיין ספעציאליטעט אויסטערליש.
אגב האב פארגעסן דעם נייעם סטאר פון בארא פארק הרב אייזנבערגער, וועלכער לערנט אויך זייער שיין פאר.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 4:56 pm

בני-היכלא;

וואו קען מען הערן ר' אברהם קארף אויפן נעט. און ביטע - מער אינפארמאציע איבער אים (מיין רבי!)

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 5:35 pm

הרב קארפס שיעורים האבן א שטיקל חסרון אז מ'הערט ווי מענטשן רעדן, טייל פרעגן אריין (דער מסדר פון די טעיפס האט אבער פראבירט אראפצונעמען ווי וויט ועגליך.

אויב האב איך באמערקט אז שטיקלען וואס מ'קען נישט לערנען מיט בחורים האט מען צענזורירט. (ער זאגט עס יא, ס'איז אויסגעמעקט געווארן)
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2006 11:54 am

תגובהדורך יעקב אלי בראך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 6:53 pm

הרב ר' שמואל דוד פריעדמאן שליט"א פון "קול הלשון", איך זאג אייך, ער צונעמט מיך. איך האב מוראדיג הנאה פון זיינע שיעורים.

שעם איך מיך צו זאגן, אז ער קען אינמיטן לערנען פארקריכן און רעדן פון אנדערע זאכן, אזוי מענין לענין באותו ענין, ער שמועסט די חברה שמועסן צוריק, אקוראט ווי איך מיין מיין ביינאכט חברותא, ס'געט א מוראדיגן געשמאק, ווי איינער זאגט: דאנט בי סאוי ערנסט, אינדזשוי די וועלט.

ער איז אנגעשטעלט סיי אויף מיין סעל, סיי מיין היים נומבער (כ'מיין צו זאגן, אז ביי "קול הלשון" אויב דו האלטסט אינמיטן א שיעור און דו לייגסט אראפ דעם טעלעפאן, קומענדיגן מאל ווען דו קאלסט אריין אפי' אפאר וואכן שפעטער, געסטו א דריק אריין דעם # קנעפל, און ס'האלט דארט ווי דו האסט געענדיגט!!, מ'דארף רופן פון זעלבן טעלעפאן, אזוי האלט דער קאמפיוטער חשבון ווי "דער קאלער איי די" האלט מיט זיין שיעור.

אויפן איי-פאד, הער איך ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, וואס זאל איך אייך זאגן, מלא חן, ער האט זעהט אויס פארגעלערנט פארטאגס מ'הערט ווי ער וועקט אויף אזוי דעם ציבור אינמיטן ס'שיעור, מיט א געשמאקייט.

איך וואלט געזאגט אז זיין מעלה איז מיט זיין "חיות", ער שלאפט נישט, ער לערנט פאר שטארק. און דאס האב איך ליב. (איך זעה איך קען מיך נישט גוט ארויסברענגן, זאל איך צוליב דעם אויסמעקן מיין לעצטע שורה? איך האלט נישט דערביי).

דער סך הכל בלייבט, אז אויב איינער לערנט היינט נישט, וועט מען אים ביטער פראקן אויבן אין הימעל, מיר האבן געלנונגענע מגידי שיעורים, און מ'מוז זיך זעצן לערנען.

BTW, דער וואס האט דערמאנט הרב ר' בנימין אייזענבערג שליט"א, ער לערנט פאר נאר אגדת חז"ל, אזוי מיין איך, קען זיין נאר דאס פארקויפט די גמ"ח, איי דאנט נאוי.

וויפיל איך האב אים געהערט פארלערנען, 4-5 טעפס, מיין איך אז ער לערנט אבער נישט כדאי אנצוקומען, ס'קוקט אויס ווי ער האלט א דרשה, און יעדע צוואנציג מינוט, טייטלט מען איין שורה ווייטער..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2007 11:46 pm

בני היכלא האט געשריבן:קרעמער;
אשאד, איך האב אביסל געזוכט, טרעף איך נאר אויף ענגליש וואס מן הסתם זוכסטו עס נישט, קוק דא, http://www.dafyomi.org

ס'איז אפילו דא א לייוו ווידיאו שיעור אויף דף היומי קוק דא, http://www.dafyomi.co.il/index.htm


איינער האט מיר שוין מזכה געווען מיט א שיעור אויף אידיש, מען קען עס אפילו זעהן. דער שיעור איז פון א באבובע יונגעמאן (ספעלינג - דירעקט) דא איז די לינק:

http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd ... /archive#_

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

ובלכתך בדרך:תורה טעיפס, וועבזייטלעך און טעלעפאון ליינס

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג מאי 26, 2008 3:27 pm

אויף דעם סייט איז דא א איד וואס לערנט פאר אין אידיש, אבער איך ווייס נישט צי אויף יענע שטיקל גמרא איז שוין דא א שיעור.

http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 26, 2008 5:36 pm

http://www.e-daf.com/

דא קענט איר הערן שיעורים אין אידיש, ענגליש, און אין עברית.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג יוני 01, 2008 11:56 am

דא איז אויך דא שיעורים אין אידיש, ענגליש און עברית על הש"ס.

http://www.kolhashiurim.com./
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: ווער איז דער בעסטער ש"ס MP3 פארלערנער?

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג יוני 22, 2008 3:30 am

אלץ-ווייסער האט געשריבן:הרב רבי אברהם קארף שליט"א

מיינסטו דאס?
דאן דאס איז ר' אברהם קארפ זצ"ל.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג יוני 22, 2008 3:05 pm

יא. פון דעם תורה ריז רעד איך. א גאון עצום.

אגב איז דא צו באקומען שיעורים אויף ענגליש פון הרב רייזמאן.

דער הרב רייזמאן לערנט פאר שיעורים יעדן זונטאג אין פלעטבוש פאר קרוב צו א טויענט אידן (נישט קיין צייטונג נאמבערס), איך בין שוין דארט געווען מערערע מאל ביי זיינע שיעורים.
טרעפליך איז נישט דאס ווארט. ער איז א בקי נפלא, מיט אזא געשמאק און אזא שיינע שפראך (ענגליש) אז מ'ווערט ממש צוגעצויגן צו אים.

ער לערנט תנ"ך און נאך שיעורים און ברענגט צו א שלל מיט רעפרענסענס פון אלע גדולים פון אלע קרייזן וואס איז ממש נישטא זיין גלייכן.

ווער עס הערט זיינע שיעורים פארשטייט וויאזוי ער קען שלעפן וועכטנליך טויזענט אידן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

ובלכתך בדרך: שיעורי תורה טעיפס און טעלעפאון ליינס

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 07, 2009 8:33 am

איך זוך כנ"ל: ווי קען מען הערן לערנען תוס' ווארט ביי ווארט?

סיי אויפן טעלעפאן, גמ"ח טעיפס, וכדו'. איך באנוץ זיך היינט מיט ביאורי התוס' אין די מתיבתא גמרא'ס, אבער איך וויל הערן וויאזוי א מגי"ש לערנט פאר די קשיא, און די תירוץ ווארט ביי ווארט. [לאפוקי פון אלע שיעורי עיון שיעורים וואס ווערן נאר געזאגט דעם תמצית התוס'].

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דינסטאג יולי 07, 2009 8:51 am

עס איז דא פון ר' מיכל זילבער אויף עטליכע מסכת אין ש"ס. וואס דאס קען מען קויפן בא דו טעיפ קאמפעניס ווי אויך קען מען עס הערן אויף קול הדף איןארץ ישראל

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יולי 07, 2009 3:48 pm

יש"כ.

חננאל
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:57 am

תגובהדורך חננאל » דינסטאג יולי 07, 2009 6:27 pm

אויף מסכת מכות איז יעצט ארויס געקומען א MP3 פון ר' שמעי' גרינבוים גמרא רש"י תוס

אברמלע דער עין יעקב יוד
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2009 11:46 pm

תגובהדורך אברמלע דער עין יעקב יוד » דינסטאג יולי 07, 2009 9:18 pm

עס איז דא פון הרב ישראל דוד שלעזינגער טייפס אויף מסכת שבת - און יעצט אויף מסכת מגילה (מגילה איז אויך דא אויף קול הלשון) -אבער די שיעור איז באמת ווארט ביי ווארט - גוט אפגעלערענט א תוספות אזוי ווי עס באדארף צו זיין.. און יעדע שטיקעל גמרא מיט אלע ראשונים - ביז להלכה ולמעשה..

זיינע שיעורים זענען מייסטערהאפטיג.. כ'מיין אז אין כדוגמתה..

אוועטאר
מצב
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:36 pm

תורה טעיפס

תגובהדורך מצב » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 11:54 am

איך וואלט געוואלט וויסן ווי איך קען באקומען טעיפס פון שיעורים אין משניות.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 1:20 pm

אוצר קרן שמואל ישעי' האט פון הרב ר' מיכל זילבער שליט"א אויף גאנץ ששה סדרי משנה

(מעגליך אנדערע מגידי שיעורים אויכעט)

אוועטאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 2:07 pm

קול הלשון'ס וועב סייד
http://www.kolhaloshon.com

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:55 am

מצב האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן ווי איך קען באקומען טעיפס פון שיעורים אין משניות.


אויב האסטו נאך אלץ נישט געטראפן פרוביר ובלכתך בדרך

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 9:16 am

מצב האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן ווי איך קען באקומען טעיפס פון שיעורים אין משניות.


אין קול הלשון איז דא עמיצער צוויבעל, וועלכער לערנט פאר זייער געשמאק און גרונטליך אויף אידיש.
פון קול הלשון קען מען דאונלאודן בחנם אלע זייערע שיעורים.

אוועטאר
קאפקעיק
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:01 am

תגובהדורך קאפקעיק » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 12:36 am

is there any line to hear r'shmiel eliezer friedman

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

נאנט צו 80 שיעורים בעניני קירוב אין אמונה

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » זונטאג אוקטובער 18, 2009 11:55 am

ווילט איר וויסן וואס קירוב רחוקים איז בכלל? וויאזוי מען גייט צו דערצו? פארוואס איעדער יוד איז מחויב על פי הלכה מקרב זיין אנדערע יודן וואס זענען אפגעקערט פון יודישקייט? האט איר פארשידענע שאלות אין אמונה וואס טוט אייך באדערן אין ווילט זיך אליינס מקרב זיין, הילף איז פארהאן א קליק אוועק.

איר קענט אראפנעמען די אלע שיעורים אין MP3 פארמאט פאר אומזיסט פון http://www.aishaudio.com/?br=kv אדער קענט איר עס הערן אויפן טעלעפאן 718-906-6454

בילד

בילד
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט