הכנה לתשעה באב ולביאת המשיח

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 2:12 pm

הכנה לתשעה באב ולביאת המשיח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פריעדמאן »

הכנה לתשעה באב ולביאת המשיח

יעדע יו"ט און יומא דפגרא האט געוויסע הלכות וואס מ'דארף טון אין דעם טאג, אדער זאכן וואס מ'טאר נישט טון. די הלכות און מנהגים זענען בחלק המעשה. צו דעם איז אבער דא דער חלק המחשבה וואס יעדע ערליכע איד וויל צולייגן אביסל קאפ צו די זמנים און טאקע עפעס ארויסנעמען דערפון. אז מיר שטייען יעצט אין ערב שבת חזון און ערב תשעה באב, איז אפשר כדאי דורכצושמועסן צוויי דריי נקודות.

צום ערשט דארף מען געדענקן די א"ב. דער פשוט'ער פשט פון תשעה באב איז, קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש און בעטן אויף איר אויפבוי. ווען מ'עפנט א סידור, טרעפט מען זיך יעדע פינף עמודים מיט נאך א תפלה אויף בנין בית המקדש. ביי שמו"ע אליינס דערמאנט מען עס בערך פיר פינף מאל, ביי ברכת המזון - זעקס זיבן מאל, און אפילו אין א על המחיה און הלל, און וואו-נישט?!

ווען עס קומט אבער למעשה, מען זעצט זיך אויפ'ן קליינעם בענקל איז דא פון אונז וואס זענען ליידער אביסל פארגליווערט, מ'האט נישט די אמת'ע געפיל צו טרויערן. מיר זענען ליידער אזוי ווייט פון יענע הייליגע זמנים, אז מיר ווייסן ניטאמאל וואס ס'פעלט אונז.

ס'איז באקאנט א מעשה'לע: א פשוט'ער דארפס אידל איז - געזעצן פסח ביינאכט, און פאר'ן ענדיגן 'נרצה' פלאצט ער אויס אין א יאמערליכע געוויין. "וואס איז געשען?" פרעגט אים די אידענע. "דו זעסט נישט?" ווייזט ער מיט'ן פינגער, "קוק, ס'שטייט דא 'לשנה הבאה בירושלים', דעם קומענדיגן יאר וועלן מיר מוזן איבערלאזן אונזער גאנצע הייזקע, די שעפסעלעך און הינדעלעך און ארויפגיין קיין ארץ ישראל..."

"זארג נישט, קלמן!" בארואיגט אים די רעבעצין. "ס'זענען דא גוטע אידן, זיי וועלן שוין מבטל זיין די שלעכטע גזירה!..."

מיר זענען שוין הונדערט און פופציג יאר שפעטער פון דעם דארפס איד. ווען מ'זאגט פאר קינדער אז משיח גייט קומען, - ס'וועט זיין אזוי גוט דעמאלס, די כהנים וועלן מקריב זיין קרבנות, די לויים וועלן זינגען שירה, יעדע יו"ט וועט מען ארויפגיין קיין ירושלים עולה רגל זיין טראכטן זיי צו זיך, לשמחה זו מה עושה?! - אויפגעבן מיין באקוועמע בעט, איבערלאזן מיינע שיינע טויס און זיך ארויפשלעפן צום בית המקדש, וואס איז די גרויסע גדולה? זען א לוי זינגען מיט א פידל, א כהן שעכט א שעפסעלע?

על אלה אני בוכיה, ליידער, ליידער, דאס איז א גרויסע חלק פון אונזער חורבן. מיר זענען נעבעך אזוי פארזינקן אינעם גלות אז מיר ווייסן שוין נישט אז עפעס פעלט אונז.

ווען מ'וואלט געזאגט פאר געוויסע פון אונז, אז משיח גייט יעדן אויפבויען א פרעכטיגע הויז אן א מארדגעדזש, אדער מ'וועט קענען באקומען אן אויסגעצאלטע ליעס פאר'ן קאר, וואלט עס גערעדט מער צום אויער. א קליין קינד האט ליב זיסווארג, ער גלייבט נישט אז א ווארעמע זופ אדער א נארהאפטיגע מאלצייט קען זיין בעסער ווי טשאנגאמס און דזשעליס. אונזערע צרכי גשמיות, זענען בערך ווי די נאשערייען ביי די קליינע קינדער.


מ'קען עס מסביר זיין מיט א מעשה שלא היה: א פרישער יונגערמאן, א גביר, האט זיך געלאזט אויפבויען א הערליכע פאלאץ, א דריי שטאקיגע מלוכה מיט אלעס וואס - מ'קען זיך נאר חלומ'ן.

ויהי בחצי הלילה, דער צווייטער נאכט חנוכה האט אויסגעבראכן א העלישע שריפה ר"ל. בחסדי ה' האט ער ארויסגעכאפט זיינע פיר קינדערלעך, אבער פון זיין מלכות'דיגע דירה איז געבליבן אש און פארעך. צו די זעלבע צייט איז ער געווארן א יורד רח"ל. דער אמאליגער נגיד האט זיך אריבערגעצויגן אין א פינף שטוביגע דירה כאחד האדם.

יעדעס יאר דער צווייטער חנוכה לעכטל פלעגט ער אפרעכטן א גרויסע סעודת הודאה אז ער האט בחסדי ה' ארויסגעראטעוועט זיין משפחה. זיינע קינדער אבער, האבן געפראוועט תשעה באב, געקלאגט אויפ'ן חורבן בית הראשון, זיי האבן זיך געבענקט נאכ'ן באקוועמע דירה.

די יארן האבן זיך גערוקט און די משפחה איז זיך שיין צעוואקסן כ"י. די עלטערע קינדער פלעגן נאך רעדן מיט בענקעניש אויף דעם אמאליגן רחבות'דיגע דירה. די יונגערע קינדער האבן זיך צוגעהערט מיט נייגער, אבער זיי האבן בכלל נישט פארשטאנען פון וואס מ'רעדט דא. ס'איז אפילו נישט געבליבן קיין איין בילד צו קענען ווייזן וויאזוי עס האט אויסגעזען. יארן זענען דורכגעלאפן, די אייניקלעך האבן צוגעהערט די מעשה אויפ'ן זיידנ'ס שויס, ס'איז געווען ביי זיי ווי היסטאריע פון פ א ר די ערשטע וועלט מלחמה. עס האט זיי גארנישט בארירט.

דער נמשל איז פארשטענדליך: מיר זענען יעצט אזויווי די אור-אור אייניקלעך פון יענע הייליגע לעכטיגע זמנים. מיר גלייבן אין די ווערטער פון חז"ל אז בזמן הבית זענען געווען פרייליכע, לעכטיגע צייטן, דער בית המקדש איז געווען דער משוש כל הארץ, מ'האט געשפירט די התגלות השכינה, אבער די געפילן אויף צו טרויערן קומט נישט פון זיך, מ'דארף אריינלייגן אן עבודה צו קענען וויינען.

דער לאנגער גלות האט אונז ליידער דערווייטערט די השגה פון דעם 'קרבת אלוקים לי טוב'. מען דארף זיך מחזק זיין מיט אמונה, אז לעבן מיט'ן אייבערשטן איז בעסער מכל תענוגי עולם הזה. לעת עתה האבן מיר צוויי זאכן אויף וואס מיר דארפן טרויערן. איינס: אויפ'ן חורבן בית המקדש, און צווייטנס, אז מיר ווייסן שוין נעבעך נישט אויף וואס צו קלאגן! מיר האבן ליידער נישט דער אמת'ער געפיל צו וויינען.

יעצט וועלן מיר אנרירן נאך א נקודה: מיר טרעפן אין חז"ל צוויי סיבות פארוואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן. איינס, 'על שלא ברכו בתורה תחלה', און צווייטנס, וועגן 'שנאת חנם'.

ס'איז משמע אז ס'איז נישט געווען קיין ספעציעלע מחלוקות, נאר ס'איז געווען א שנאה וואס מ'האט זיך נישט ליב געהאט, בעסער געזאגט מ'האט זיך פיינט געהאט אין הארץ.

וואס איז דער תיקון אויף דעם? אהבת חנם. ארויסווייזן ליבשאפט, ליב האבן איינער דעם צווייטן, סתם אזוי ווייל דו ביסט א איד. מ'זאגט נאך פונעם קאפיטשניצער רבי זצוק"ל: "איינער וואס האט ליב א תלמיד חכם, האט ער אהבת התורה. אויב האט ער ליב אן עושר, האט ער אהבת הממון. אויב אבער האט ער ליב סתם א פשוט'ע איד, אפילו ער איז נישט קיין גביר און נישט קיין תלמיד חכם, דאס איז אמת'ע אהבת ישראל!"

א געוויסע נקודה וואס ס'קען זיין אז דאס איז א שליסל צו אהבת חנם. דער ענין פון 'הוי מקדים שלום לכל אדם', און לאו דוקא א מחותן, אדער מ'וואוינט טיר ביי טיר, נאר א יעדן איד יהיה מי שיהיה. ס'איז דא וואס האבן מורא צו גריסן, זיי ווילן נישט בלייבן מיט די צינג אינדרויסן. א איד זאגט מיר, אויב איינער באגריסט מיר העפליך 'א גוט מארגן', ווייס איך אז אין א טאג צוויי קומט ער בארגן געלט פון מיר...

דער ענין פון גריסן איינער דעם צווייטן קען זיין דער ריכטיגער אפטייטש אויף אהבת חנם. עס קאסט ממש גארנישט און עס ווייזט ארויס אהבה און ברודערשאפט. דער משנה זאגט 'הוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות', יעדע מענטש, נישט קיין חילוק צו ער איז עלטער אדער יונגער, און אפילו ער איז נישט ממש אזא בעל השגה ווי דיר, באגריס אים א גוט מארגן, א גוט שבת, כאטש א שאקל מיט'ן קאפ, און דאס וועט שוין ברענגען נענטער די הערצער.

הלבבות נמשכים אחר המעשים, אז מען ווייזט ארויס פריינדשאפט איינער צום צווייטן, פשוט ווייל ער איז איד, ברענגט דאס אריין אהבה בלב און וועט אפשר זיין א חלק פון דער קירוב הגאולה.

און דער ענין פון מקבל זיין בסבר פנים יפות, איז נאך אסאך וויכטיגער פאר'ן יונגען דור. אמאל זעט מען א יונג ביימעלע וואס שאקלט זיך... אנשטאט אהין ווארפן צוויי אויגן, זאל מען געבן א העפליכע גריס, עס קען גארנישט שאטן און אפשר נאך אסאך אויפטון.

א איד איז געקומען צום הייליגן חזון איש זצ"ל, און געפרעגט: ער האט יעצט א גרעסערע סכום געלט וואס ער וויל מנדב זיין פאר א חשוב'ע דבר מצוה, וויל ער וויסן וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון כדי למלאות רצון הבורא.

"איר זאלט צאלן פאר צען יונגעלייט וואס זאלן שמייכלן צו בחורים". האט אים דער גדול געענטפערט.


יעצט צו די צווייטע נקודה: חז"ל זאגן "על מה אבדה הארץ על שלא ברכו בתורה תחילה". די פוסקים שרייבן אז מ'האט געלערנט תורה, נאר "שלא היתה התורה חשובה בעיניהם ולכן לא הגינה". דער משנה ברורה לייגט צו: "ולכן צריך ליזהר מאוד וליתן הודאה על שבחר בנו ונתן לנו כלי חמדתו".

מיר לעבן אין א תקופה וואס דער ענין פון לימוד התורה שטייגט ב"ה. דער בן-תורה באקומט כבוד וואס קומט אים, די תורה הק' איז בכלל נישט מונחת בקרן זוית, מען דארף אבער כסדר חזר'ן דאס חשיבות פון תורה.

א מענטש דארף וויסן ביי זיך אז זיין קביעות עתים לתורה איז נישט נאך א גוטע זאך וואס מען טוט צווישן די מעשים טובים דורכ'ן טאג. נאר די תורה דאס איז דער טאג! אויב האב איך היינט געלערנט, האט מיין טאג געהאט א קיום, אויב נישט פעלט דער יסוד פון מיין גאנצע חיות.

ווי דערמאנט, די עבירה אויף וואס חז"ל זאגן על מה אבדה הארץ, איז נישט ווייל מ'האט נישט געלערנט תורה ח"ו, נאר ווייל עס האט געפעלט דאס חשיבות פון תורה. בדרך אפשר קען מען זאגן, אז ווען איינער זעצט זיך לערנען, אויב יעדע זייטיגע שמועס אדער דורכגייער איז גענוג חשוב צו שטערן זיין לימוד, דארף ער נאך חיזוק צו פארשטיין און וואס ער איז יעצט עוסק. איינער וואס טוט א ערנסטע אויפגאבע, לאזט ער זיך נישט מבטל זיין פון זייטיגע שטערונגען, ער האלט זיך קאנצענטירט אויף זיין וויכטיגע אויפגאבע.

מדה טובה מרובה, אז מען זעצט זיך לערנען און מען מאכט אפ ביי זיך, יהיה מה שיהיה, איך גיי יעצט רעדן צום באשעפער אליין, איך גיי זיך יעצט מקדש און מטהר זיין מיט א בלאט גמרא, וועט ער ניטאמאל האבן א נסיון אויפצוהייבן א טעלעפאן קאל אינמיטן לערנען. ס'איז ווי רעדן פון א מיליאן דאלער'דיגע געשעפט און ער גייט ארויס זוכן א קוואדער. אדם כי ימות באהל, מען דארף מאכן א לשם יחוד במחשבה פאר'ן לערנען, אז יעצט איז אלעס געשטארבן, כי הם חיינו, מען לעבט אויף די נשמה.

יעצט א ווארט אויפן פרשה: אויסרעכנדיג פאר די תלמידים די מוסר רייד וואס משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן פאר'ן שטארבן, איז אויסגעקומען אז א שיין חלק פון די שטראף רייד איז געווען פשוט'ע מדות זאכן, מען האט זיך אפגערעדט במדבר, מול סוף, בין תופל ולבן.

דאס א מענטש איז אומצופרידן מיט וואס ער האט, איז א הארבע ענין. א מענטש דארף זען גוט'ס, רעדן פון גוט'ס, און זיין צופרידן וואס ער באקומען פון הימל. ווען א מענטש טראכט פון די גוטע זאכן וואס ער באקומט פונעם באשעפער, לעבט ער מיט א פאזיטיווע בליק, הייבט ער אן קוקן אזוי בין אדם לחבירו. און דורכדעם קען ער מרבה זיי מיט א אהבת חנם, ליב האבן א צווייטע איד, אן קיין שום חשבון, פשוט ווייל ער איז דער באשעפער'ס א קינד און מיט דעם קענען מיר מקרב זיין די גאולה שלמה, אמן.

אויף הערות אדער זיך באדאנקען ביטע נאר דא
שלום פריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום פריעדמאן »

ארויפגעברענגט ליום המר.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

האט שוין איינער געזעהן א מענטש אין די ימי השבעה לא עלינו נעמען א שאוער אלס איסטוניס, אדער ווייל ער איז פארשמיערט? איך האב נישט געקענט טראכטען פון קיין שאוער.
מאי שנה די זעלבע מענטש נאך צוויי טאג פון די ניין טעג האלט ער איז מער נישט אויס?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:האט שוין איינער געזעהן א מענטש אין די ימי השבעה לא עלינו נעמען א שאוער אלס איסטוניס, אדער ווייל ער איז פארשמיערט? איך האב נישט געקענט טראכטען פון קיין שאוער.
מאי שנה די זעלבע מענטש נאך צוויי טאג פון די ניין טעג האלט ער איז מער נישט אויס?

ווענדט זיך ווי פירסענל מ'שפירט דעם חורבן הבית

אבער איך ווייס יא פון אפאר איסטעניס וואס האבן אין שבעה טעג געבעטן א היתר צו גיין אין שאוער.

און שיעור פארגעסן, ש'כוח ר' שלום פאר דיין שיינע ארטיקל, יה"ר זאלסט קענען שרייבן אויף ביאת משיח ווי אזוי ס'איז געווען
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

;l;p-

1) "איר זאלט צאלן פאר צען יונגעלייט וואס זאלן שמייכלן צו בחורים". האט אים דער גדול געענטפערט"
אויב מ׳מעג צילייגען: יונגעלייט זאלן שמייכלן צו יונגעלייט! - מ׳קען נישט וויסן וואס מ׳קען אלץ אויפטוען מיטן גריסן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום מיטוואך אוגוסט 03, 2022 5:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
האט שוין איינער געזעהן א מענטש אין די ימי השבעה לא עלינו נעמען א שאוער אלס איסטוניס, אדער ווייל ער איז פארשמיערט? איך האב נישט געקענט טראכטען פון קיין שאוער.
מאי שנה די זעלבע מענטש נאך צוויי טאג פון די ניין טעג האלט ער איז מער נישט אויס?
להמליץ טוב על בני ישראל
א איד ל"ע אין די שבעה זיצט אין שטוב אויף איין פלאץ, און קומט נישט אויס צופיל צו שוויצן, משא"כ די אידן וואס אין די 9 טעג איז מען נע ונד און מ'טוט פיזישע ארבעט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”