א געדאנק לכבוד שבועות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

א געדאנק לכבוד שבועות

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך מאי 28, 2014 3:07 pm

בס''ד

'' אם אין קמח אין תורה ''


די גמרא אין מסכת שבת דף ס''ח עמוד ב' ברענגט אראפ די מחלוקת צו יו''ט דארף זיין חציו לכם אדער כולו לה' דהיינו כולו רחניות אדער אויכעט אביסעל גשמיות און די גמ' פירט אויס ,אמר ר' אלעזר הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם מאי טעמא יום שניתנה בו תורה הוא.


לכאורה דארף מען פארשטיין אויב יום שניתנה בו תורה הוא וואלט דאך געדארפט זיין כולו לה' דהיינו זיצען א גאנצען טאג אין בית המדרש און הארווענען ! נישט ''נמי לכם'' ווי קומט אריין גשמיות אין אזא דערהויבענע טאג?
ונ''ל לתרץ בהקדם פין נאך א מימרא ידועה ,בשעה שעלה משה למרום לקבל התורה אמרו מלאכי השרת תנה הודך על השמים וכו' ,צר קלסתר פניו של משה כאברהם אבינו ואמר להם,הלא זהו שאתם אכלתם אצלו בשר וחלב...
איז שווער וואס איז די גרויסע טענה אז די מלאכים האבען געגסען ביי עם בשר וחלב,ווייל זיי האבען געגעסען ביי אברהם אבינו קומט זיך זיי נישט די הייליגע תורה? האבען די אידען נישט עובר געווען קיין שום עבירות ביז דאן?
נאר ס'איז באקאנט אז די וועלט שטייט אויף דריי עמודים,תורה,עבודה,וגמילת חסדים.כלפי תורה ועבודה איז קלאר אז די מלאכים זענען אויף א העכערע דרגא ווי אונז ,זיי האבען דאך נישט קיין יצר הרע וואס זאל זיי אפרעדען דערפין .אבער אין די מידה פין חסד דא זענען מיר אידען שטערקער ווייל דאס איז בכלל נישט שייך ביי זיי ,יעדע מלאך האט וואס ער דארף משא''כ מענטשען דארפען כסדר געבען און באקומען פין אנדערע.האט דער באשעפער געזאגט הרי אתם אכלתם אצלו עטס האטס געגעסען ביי עם ער האט געמאכט הכנסת אורחים מיט ענק - גמילת חסדים,וואס דאס איז נישט שייך ביי ענק ממילא קענט עטס נישט האבען די תורה ווייל עס פעלט ענק א ריזען טייל וואס עטס וועטס נישט קענען מקיים זיין.

לויט דעם פארשטייט מען שוין זייער גיט פארוואס בעינן נמי לכם ,דהיינו ברענג אריין געסט צום סעודה ,פריי דיך לכבוד יו''ט מיט מעדנים ומטעמים ווייל דאס האט גורם זיין אז מיר זאלען באקומען די תורה און נישט די מלאכים.


לפי זה קען מען אפשר אויך זאגען פשט אין די גמ' ווייטער ,רב יוסף ביומא דעצרתא אמר הב לי עגלא תלתא ,אמר אי לא האי יומא דקא גרים כמה יוסף איכא בשוקא ,איז שטעלט זיך די פראגע א)פארוואס דוקא אן עגלא תלתא האט ר' יוסף געוואלט ב)וואס איז פשט אינעם לשון האי יומא דקא ''גרים'' לי' ער וואלט געדארפט זאגען אי לאו דנתנו תורה היום וכדומה, דער לשון קא גרים איז משמע אז מ'רעדט פין א צווייטע טאג און נישט פין שבועות,נאר לפי אונזער הקדמה פארשטייט מען שוין גאר גיט ,אן עגלא תלתא האט ער געבעטען לרמז די שלשה בקר וואס אברהם אבינו האט געגעבען פאר די מלאכים צו עסען און וועגען דעם האט ער טאקע געזאגט אי לא האי יומא - גייט ארויף אויף יענע טאג וואס די מלאכים האבען באזיכט ביי אברהם און ער האט מקיים געוועען הכנסת אורחים מיט זיי,דקא גרים – וואס דאס האט גורם געווען אז מיר זאלען טאקע קענען מקבל זיין די תורה, וואס ווען נישט דעם,כמה יוסף איכא בשוקא ווייל די מלאכים וואלטען עס באקומען.


ואפשר לומר אז דעס איז אויך א טעם לגבי וואס מיר עסען מיליכיגס אויף שבועות אלס זכר צו די חמאה וחלב וואס אברהם האט סערווירט פאר די מלאכים וואס אדאנק זיין מדת החסד האבען מיר ,זיינע יורשים די גומלי חסדים באקומען די הייליגע תורה על הר סיני ביומא דעצרתא.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך מאי 28, 2014 3:19 pm

הערליך שיין
זייער געשמאק. א יעדע שורה ווייטער איז די הנאה געשטיגן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך מאי 28, 2014 6:38 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:הערליך שיין
זייער געשמאק. א יעדע שורה ווייטער איז די הנאה געשטיגן

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 28, 2014 7:44 pm

הנאה געהאט. זייער שיין

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך מאי 28, 2014 10:27 pm

זייער א שיין פשעטל.

כ'וואלט עס ווען נאכגעזאגט ביים יו"ט טיש, נאר וואס זאל איך זאגן? וואו שטייט עס..?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך מאי 28, 2014 10:51 pm

ידיד האט געשריבן:זייער א שיין פשעטל.

כ'וואלט עס ווען נאכגעזאגט ביים יו"ט טיש, נאר וואס זאל איך זאגן? וואו שטייט עס..?


בספר טעימה נעימה..
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 28, 2014 10:54 pm

זייער הנאה געהאט, הערליך ווארט.

אם אין קמח אין תורה, ווען נישט די לושי ועשי עוגות, אין תורה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך מאי 28, 2014 10:58 pm

געוואלדיג!!
וועל אי"ה נאכזאגן שבועות.
אין נאך צולייגן שוועמלען סאל זיך גיסן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » מאנטאג יוני 02, 2014 9:49 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:זייער א שיין פשעטל.

כ'וואלט עס ווען נאכגעזאגט ביים יו"ט טיש, נאר וואס זאל איך זאגן? וואו שטייט עס..?


בספר טעימה נעימה..


בנימין הלוי האט געשריבן:הערליך שיין
זייער געשמאק. א יעדע שורה ווייטער איז די הנאה געשטיגן
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מאנטאג יוני 02, 2014 8:57 pm

גוט פאר די מיליכיגער סעודה
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דינסטאג מאי 12, 2015 12:54 pm

זייער א שיין פשעטל
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג מאי 19, 2015 11:10 pm

ארויף געברענגט לכבוד יו"ט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מאי 21, 2015 12:03 am

שיין ווארט! ווען מיר ווילן מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו, בשם וועים זאלן מיר עס נאכזאגן בשם גראם מיט א טעם אדער גרמי אדער....?

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג מאי 28, 2017 8:50 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד יו"ט.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג מאי 17, 2018 8:36 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד יו"ט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:28 am

ארויף.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:54 am

הערליך
מען קען עס נאכזאגן פינעם ספר "טעימו של פיוט"
אתה חונן בעט מען נאכאלץ


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט