אריינברענגן א נפטר אין בית מדרש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

אריינברענגן א נפטר אין בית מדרש

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:00 am

אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?p=860652#p860652

פריי זיך האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז די לויה גייט זיין אין ראדני ביהמ"ד אינווייניג



אנטקעגען א הלכה אין שו"ע?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 19, 2014 1:01 am

וועלכע הלכה?

יחזקאל שמש לויה איז אויך געווען אינעווייניג.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג מאי 19, 2014 1:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » מאנטאג מאי 19, 2014 1:02 am

מיינסט יחזקאל שמש?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:04 am

מחותן האט געשריבן:וועלכע הלכה?

שלמה שמש לויה איז אויך געווען אינעווייניג.


יחזקאל מיינסטו, שלמה לעבט נאך עמו"ש
אכן גם היה נגד הלכה, די געפילען האבען דעמאלטס גובר געווען מפני הטראגעדיע

אפילו א רעביצען אשת חבר איז גארנישט אזוי פשוט אז מען מעג אריינפירען אין ביהמ"ד
א גבאי פון א רבי מאן דכר שמיה

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 19, 2014 1:06 am

אוהב ספרים האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:וועלכע הלכה?

שלמה שמש לויה איז אויך געווען אינעווייניג.


יחזקאל מיינסטו, שלמה לעבט נאך עמו"ש
אכן גם היה נגד הלכה, די געפילען האבען דעמאלטס גובר געווען מפני הטראגעדיע

אפילו א רעביצען אשת חבר איז גארנישט אזוי פשוט אז מען מעג אריינפירען אין ביהמ"ד
א גבאי פון א רבי מאן דכר שמיה


געווען נאך, ר' יודל רז"ב איז אויך געווען אין בית המדרש
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:07 am

די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:08 am

ר יעקב כהנא ע"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:08 am

אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר

ברענג מקורות, לאמיר דן זיין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 19, 2014 1:09 am

וואס איז די איסור אריינצוטראגן א לווי'?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:10 am

ר' לייבוש לעפקאוויטש תשעה באב אין קרית יואל ?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג מאי 19, 2014 1:11 am

אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר

איך זעה אז דו אייסערסט דיך אזוי אז מ'טאר נישט בשום אופן, אפשר ביסטו מסביר וואסארא איסור דאס איז?
(איז דאס ערגער ווי אריינברענגען א סעלל אין ביהמ"ד למשל)
לעצט פאראכטן דורך בשבילי נברא אום מאנטאג מאי 19, 2014 1:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג מאי 19, 2014 1:11 am

ר' יוסל'ן האט מען אויך אריינגעטראגן אין ביהמ"ד הג' (בעיני ראיתי)

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 19, 2014 1:14 am

די איסור איז לכאורה מדין קדושת בית הכנסת וואס מען האט ביי חסידים שוין לאנג אויסגעריסן.

ביי די לוויה פון ר' הירש ליפשיץ האט מען אויך אריינגעפירט דעם נפטר אין ווינער בית הכנסת.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:14 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר

ברענג מקורות, לאמיר דן זיין.

ווען דער הייליגער גר"א איז נפטר געווארען האט מען איהם אריינגעפירט אין בית המדרש, שרייבט דער חיי אדם בספרו חכמת אדם כלל קנה סעיף יח: "ורע עלי המעשה שראו שעשו כן לאדונינו מרנא רבנא רבן של כל בני הגולה מחותני ר' אליהו חסיד שהיה ידוע ומפורסם לכל העולם לגאון וחסיד ויחיד בדורו ממנו למדו לעשות כן גם למי שרוצין לכבדו ועליהם נאמר ותבאו ותטמאו את מקדשי ובודאי גורמים רעה למת בזה וראוי לבטל זה שלא להכניס שום מת בבית הכנסת ובבית המדרש


מפורש סיי בית המדרש סיי בית הכנסת

ראה שו"ת מהר"ם שיק יורה דעה סימן שמה
דברי מלכיאל ח"ב סימן צג
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום מאנטאג מאי 19, 2014 1:21 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 19, 2014 1:15 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר


ברענג מקורות, לאמיר דן זיין


עס איז מעגליך איך בין נישט גערעכט, אבער איך קוק די צוויי תגובות אביסל נישט אין פלאטץ..

סאטמער אין וומסב״ג האט דריי דיינים, א רבי, און ערענסטע תלמידי חכמים.
ווי קען מען שיסען א סטעטמעינט אז עס איז ״קעגן די הלכה״?? זיי אלע ווייסען נישט וואס די ווייסט?!

מיר סאטמערע זענענן כסדר ביזי זיכער צו מאכען אז אונזערע רבנים ודיינים פאלגען די שו״ע, כאטש אז מיר ווייסען נישט אין וועלכע חלק שו״ע די הלכה ווערט אראפגעברענגט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 19, 2014 1:17 am

טערסאנטע זאך, מ'ווייסט נאך אפילו נישט ווי די לווי' גייט זיין אבער קודם טענה'ט מען זיך...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 19, 2014 1:22 am

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר


ברענג מקורות, לאמיר דן זיין


עס איז מעגליך איך בין נישט גערעכט, אבער איך קוק די צוויי תגובות אביסל נישט אין פלאטץ..

סאטמער אין וומסב״ג האט דריי דיינים, א רבי, און ערענסטע תלמידי חכמים.
ווי קען מען שיסען א סטעטמעינט אז עס איז ״קעגן די הלכה״?? זיי אלע ווייסען נישט וואס די ווייסט?!

מיר סאטמערע זענענן כסדר ביזי זיכער צו מאכען אז אונזערע רבנים ודיינים פאלגען די שו״ע, כאטש אז מיר ווייסען נישט אין וועלכע חלק שו״ע די הלכה ווערט אראפגעברענגט.


טור ושלחן ערוך יו"ד סימן שד"מ, אבער עניוועיז לאז עס פאר די דיינים טאקע.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 19, 2014 1:23 am

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:די מעגסט אריין טראגען 20 מענטשען מאכט עס נאך אלטץ נישט מותר


ברענג מקורות, לאמיר דן זיין


עס איז מעגליך איך בין נישט גערעכט, אבער איך קוק די צוויי תגובות אביסל נישט אין פלאטץ..

סאטמער אין וומסב״ג האט דריי דיינים, א רבי, און ערענסטע תלמידי חכמים.
ווי קען מען שיסען א סטעטמעינט אז עס איז ״קעגן די הלכה״?? זיי אלע ווייסען נישט וואס די ווייסט?!

מיר סאטמערע זענענן כסדר ביזי זיכער צו מאכען אז אונזערע רבנים ודיינים פאלגען די שו״ע, כאטש אז מיר ווייסען נישט אין וועלכע חלק שו״ע די הלכה ווערט אראפגעברענגט.

באמת איז דאס געווען מיין פוינט. כ'האב פארשטאנען אז עס איז נישט קיין בפ' רמב"ם צוגעברענגט אין מחבר, און אנגענומען אין ט"ז. טאקע ווייל מען האט אזוי געטאן. ממילא האב איך געבעטן די מקור.

און טאקע די מקור וואס ער ברענגט ברענגען אלע, און לייגן צו אז מען האט אלע יארן געמאכט אויסנאמען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 19, 2014 1:25 am

מקען די הלכות הספד בבית הכנסת אפטיילן פון דא
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:27 am

מעיקר הדין, טאר מען אפילו סתם הספידים אפילו שלא בפני המת אויכעט נישט אין א ביהמ"ד, נאר דאס איז מען שוין מקיל, אבער לעצטענס איז געווארען אין לדבר סוף, דאס אז מען מאכט דאס צענדליג מאל איז קיין היתר, אני בטוח, אז מען גייט נישט דן זיין יעצט דערויף, נאר די תירוץ גייט זיין אז מען האט געטוען דעמאלטס און דעמאלטס וכו' ומי יבוא אחרי המלך.


אם זכרוני איני מטעה אותי
הרבנית חייקא האט מען נישט אריינגעפירט אין ביהמ"ד
בת אב"ד מאנטריאל והנכדה האט מען אויכעט נישט אריינגעפירט

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 19, 2014 1:31 am

הרב אוהב, דו ביזט מקפיד צו פארלעשן דיין סעל. יעדעס מאל דו קומסט אין ביהמ''ד?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:36 am

ולא מיין האט געשריבן:הרב אוהב, דו ביזט מקפיד צו פארלעשן דיין סעל. יעדעס מאל דו קומסט אין ביהמ''ד?

איך בין נישט קיין מוסטער פארן ציבור ממילא איז קיין נפקא מינה וואס איך טוה אין מיין פריוואטען לעבען

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מאי 19, 2014 1:47 am

א ליסטע פון די נפטרים וואס מ'האט אריינגעטראגן אינעווייניג אין סאטמאר שוהל:
רבנים:
הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
הגה"צ אב"ד וואידיסלב זצ"ל
הגה"צ ר' שמעון זאב מילער מאראד זצ"ל (אין אברכים ביהמ"ד)
הגה"צ ר' רפאל זילבער מפריימאן זצ"ל
הגה"צ ר' משה יאזעפאוויטש זצ"ל

אנשים חשובים:
ר' יחזקאל שמש ז"ל הי"ד
ר' יודל ראזענבערג ז"ל
ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל
ר' סענדר דייטש ז"ל
ר' יעקב כהנא ז"ל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 19, 2014 1:54 am

יציב פתגם האט געשריבן:א ליסטע פון די נפטרים וואס מ'האט אריינגעטראגן אינעווייניג אין סאטמאר שוהל:
רבנים:
הגה"צ אב"ד שארמאש זצ"ל
הגה"צ אב"ד וואידיסלב זצ"ל
הגה"צ ר' שמעון זאב מילער מאראד זצ"ל (אין אברכים ביהמ"ד)
הגה"צ ר' רפאל זילבער מפריימאן זצ"ל
הגה"צ ר' משה יאזעפאוויטש זצ"ל

אנשים חשובים:
ר' יחזקאל שמש ז"ל הי"ד
ר' יודל ראזענבערג ז"ל
ר' לייבוש לעפקאוויטש ז"ל
ר' סענדר דייטש ז"ל
ר' יעקב כהנא ז"ל


אפשר ברענגסטו די רשימה פון דיינים וועם מען האט געפרעגט אין זייער ביאור הלכה

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מאי 19, 2014 1:58 am

דיין שאלה איז אויך אקטועל אויף די הונדערטער אפשר טויזענטער רבנים במשך הדורות וואס זייערע לויה איז אדורכגעפירט געווארן אין זייערע איינגענע בתי מדרשים?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט