מילי דתמיהי

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

קיקיון האט געשריבן:איך האב באקומען אן אישי פון איינעם וואס שעמט זיך פרעגען ברבים
א ביישן האט געשריבן:קענסטו מיר געבן א הסבר פארוואס שם הוי"ה ווערט אנגערופן קדוש און שם אדנ"י ווערט אנגערופן גדול ? אדער א מ"מ ?

ראה חסם סופר ד"ה הפר"ח http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=170


אפשר איז זיך אימיצער מרחם?

viewtopic.php?f=5&t=24760&p=983623#p983623
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער חזקונו שרייבט
Capture.GIF

ארון נושא את נושאיו :?:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

עכ''ז
די געבוי פון די כלים איז געגאנגען לפי סדר הטבעי,
ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

אין פסוק שטייט
''לשאת את הארון'' ד.ה. די טבעות האט מען געדארפט מאכן צו ''טראגן'' די ארון.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

כ'ביבער', וכן מוכח מתוך לשונו שכתב ''ודינו'' להנשא בכתף.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אלעס האט מען געמאכט כפי דרך הטבע, אפילו די יריעות זענען געווען איבערגעדעקט מיט א מכסה אקעגן די רעגן, הגם די וואלקענעס האבן נישט געלאזט קיין רעגן צוקומען
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

76
דער עולם רעדט גאנץ לאגיש ;l;p-
__
בינתיים האב איך געטראפען א ראשון וואס זאגט דאס זעלבע וואס דער חזקוני
און ער פרעגט ארון נושא את נושאיו אין ער פריווט ענטפערן אבער בלייבט
ביי צ"ע
מען דארף נישט גיין זיכען דעם ראשון און די גניזות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דעת זקינים בעלי התוס'
ראוי היה הארון להיות זהב כולו, אלא לפי שיהיה נישא בכתף ויכביד יותר
מדאי, ואע״ג דאמרינן (סוטה ל״ה.) נושאיו נושא לפי שעה היה, וקשיא לי
א״כ למה נענש עוזא וצריך עיון עכ״ל.
-------
לכאורה האט געשריבען
אלעס האט מען געמאכט כפי דרך הטבע, אפילו די יריעות זענען געווען איבערגעדעקט מיט א מכסה אקעגן די רעגן, הגם די וואלקענעס האבן נישט געלאזט קיין רעגן צוקומען


פון עננים אוז נישט קיין ראי דער משכן איז געשטאנען נאך א פאר הונדרעט
יאר נאך די ענני הכבוד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

מחקתי
לעצט פארראכטן דורך ביבער היט אום מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א שאד אז איך האב נישט אנגעיאגט ארויסלייגען דעם דימאנט אן אלטען
פאר די האסט געברענגט פרישע סחורה פון אן אומבעקאנטען ראש פון א הסדר ישיבה

דער מהר"ל אין סוטה
mhrl.GIF
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבער היט »

מען געפינט אין יומא ל''ד אז מען האט געשטעלט די פר אויף וואס מען האט זיך מתוודה געווען אויף אזא אופן אז עס זאל נישט מטיל גללים זיין קעגן מערב זייט

די ריטב''א אויפן ארט איז מסביר אז הגם ''מעולם איז נישט געשען אזא זאך בדרך נס'' אבער היות אין סומכין על הנס האט מען נישט געטון קיין זאכן וואס זענען נגד הטבע אינעם מקדש
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ביבער היט האט געשריבן:מען געפינט אין יומא ל''ד אז מען האט געשטעלט די פר אויף וואס מען האט זיך מתוודה געווען אויף אזא אופן אז עס זאל נישט מטיל גללים זיין קעגן מערב זייט

די ריטב''א אויפן ארט איז מסביר אז הגם ''מעולם איז נישט געשען אזא זאך בדרך נס'' אבער היות אין סומכין על הנס האט מען נישט געטון קיין זאכן וואס זענען נגד הטבע אינעם מקדש


יי"כ פאר די דברים מאירים פון א ראשון
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בהמשך דעם שמיעס האט מיסטעריעז מיר געשיקט א העתקה
פון פסקי הלכות סימן רס"ב
Untitled.gif

דער אורחות רבינו איז א מיר א פלא!
"בשום פעם" אםילו א ברית?
דאס מעג מען דאך תשעה באב אויך !!

תקנ"ט ח. בעל ברית לובש (לא) בגדים אחרים אך לא לבנים ממש. הגה: (לב) ואבי הבן והמוהל והסנדק כולם נקראים בעלי ברית (בית יוסף). [*] ומותרים ללבוש (לג) בגדי שבת לאחר שגמרו הקינות (לד) ובאין למול התינוק אבל לא ילבשו לבנים (מהרי"ל):
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ואני תמהתי
1) איך מדמה בגדי שבת דאבילות לבגדים המיוחדים לשבת.
2) איך מקשה מהלכה לקבלת האר"י ז"ל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיסטעריעז האט געשריבן:ואני תמהתי
1) איך מדמה בגדי שבת דאבילות לבגדים המיוחדים לשבת.
2) איך מקשה מהלכה לקבלת האר"י ז"ל.

בשעת כתבי האב איך נישט געזעהן דעם מגן אברהם ס"ק ב בשם הארי הקדוש
טוב שלא ילבוש בחול מכל מה שלבש בשבת אפילו חלוק
אינווייניג נור אין מ"ב ווי דער לשון איז
וטוב שלא ילבש בשבת מכל מה שלבש בחול אפילו חלוק
Capture.GIF


תמה תמה אקרא !
תמיהותיכה תמיהים ו"נסתרים" לי!
1) הלא דברים ק"ו אם בתשעה באב לובשים בגדי שבת משום כבוד מצוה ביום חול רגיל לא?
2) המתנהגים לפי תורת הנסתר הם הם שמקפידים להשאר בבגדי ש"ק במוצ"ש עד .....
-----------------------
בינתיים האב איך געטראפען אינטערסאנטע רשימות פון הרה"ג ר' חיים קנייבסקי זז"ג בשיבה טובה
Untitled.gif
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

לאמיר נעמען דעם מג"א'ס משל, א העמד. איר האלט אז דער מג"א זאגט אז טוב שלא ללכת בחלוק בימי החול?! ער זאגט אז מען זאל האבן א העמד ספעציעל אוועקגעלייגט פאר שבת און מען זאל דעם העמד קיינמאל ניצן בימי החול, עס זאל זיין "מיוחד לשבת".

דער רמ"א זאגט אז אפי' מען מעג נישט גיין מיט די שבת'דיגע בגדים בתשעת הימים, דאך ביי א ברית מעג מען יא, אפי' אין תשעה באב.
לאמיר נעמען א משל, א בעקיטשע.
מען מעג נישט גיין מיט א בעקיטשע אין די ניין טעג (לויטן רמ"א אפי' שבת נישט :wink:) זאגט דער רמ"א אז ביי א ברית מעג מען יא און אפי' אום תשעה באב.

וואו קומען די צוויי זאכן זיך צאם?! דער רמ"א רעדט פון "שבת'דיגע בגדים" ווייל (אין אונזער משל-) א בעקיטשע איז א שבת'דיגע בגד, איר האלט אז א בעקיטשע וואס איך האב שוין גענוצט ביי א ברית אבער שבת נישט מעג איך אנטון בתשעת הימים? קיין צל ספק אז יא! דאס איז א "שבת'דיגע בגד" no matter what.
דער מג"א זאגט, דער וועלט איז זיך נוהג אנצוטון די בגדי שבת ביי מאורעות אינדערוואכן, טוט דאס נישט (עפ"י אריז"ל)! אייערע בגדי שבת זאלט איר "מייחד זיין פאר שבת". איר ווילט גיין מיט א בעקיטשע ביים ברית? קויפט אייך איינס וואס זאל זיין "מיוחד לחול" פונקט ווי מיט א העמד.

ולא קרב זה אל זה
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גיי צוריק צי מיין תמי'
מיין פראבלעם איז מיט דעם דעם סטייפלער'ס הנהגה פון "בשום פעם" וואס לפי קוצר שכלי
איז כולל א ברית ער האט נישט געהאט אן אנדעדן סטייל בגד שבת ווי בחול ער האט געהאט בגדים מיוחדים
ווי אזוי שטימט דאס מיט דעם רמ"א אין הלכות ת"ב ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

וואס שטימט נישט?! ער האט געהאט בגדים מיוחדים וואס דער רמ"א זאגט אז מען מעג דאס אנטון ביי א ת"ב ברית, אבער מחמת קבלת האר"י האט ער עס נישט אנגעטון, צו ער האט געהאט ספעציעלע פאר שמחות ווייס איך נישט.
וואס שטימט דא נישט?!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אז דער משנה ברורה ברענגט דעם חת"ס ווייס איך דערווייל איינמאל אין הלכות ברכות לענין קוקעריץ CORN
דעם כתב סופר האב איך לעצטענס געזעהן און געדענק נישט
דעם שועה"ר זייער אפט
דעם ערוך השולחן ?
דעם קצש"ע ? קסת הסופר?
עס האט מיר א ידיד נאך געזאגט בשם -?- אז דארט ווי דער מ"ב ברענגט דעם בעה"ת "אחרונים" און "אחד מן האחרונים".
איז ער מכריע אנדערש
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איך האב געפרעגט ר' יצחק גולדשטוף שליט"א א בן בית ביי הרה"ג ר' חיים קנייבסקי שליט"א אין דער עורך ומו"ל פון דברי שי"ח
אם לבעל קהילות יעקב זצ"ל ובנו יבלח"ט בנו שליט"א
היו\ יש בגדים מיוחדים לבריתות (לא של ש"ק)
ראה ההעתקה הרצופה שמביא מ אורחות רבינו ח"א
אין מן הנכון ללבוש בגדי שבת בימות חול בשום פעם
האט ער ג'ענטפערט
רק טלית מיוחדת לברית, שאר דברים הכל כמו יום חול
ראה בשונה הלכות סעיף ד ברענגט הרה"ג ר' חיים שליט"א
דעם כתבי הארי"הק אזוי ווי עס שטייט אין שועה"ר און משנה ברורה "וטוב שלא ילבש בשבת מכל מה שלבש בחול ואפי׳ חלוק"
וואס לענ"ד הערט זיך אז בגדי שבת בחול מעג מען יא
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ויבכו אותו כל בית ישראל. פירוש, הכתוב מספר לנו בזה שלא היה כל הארבעים שנה רוצח נפש בשוגג, שהיה נגלה למחנה לויה והיה נפרד מביתו וממשפחתו, שאם היה הלא חזרו במיתת אהרן, מות הכה"ג, והיה להם לשמוח. ודו"ק.
משך חכמה

צ"ע ! אין מסבת מכות י"ב : שטייט דאך
ת"ר ושמתי לך מקום וגו' ושמתי לך בחייך מקום ממקומך אשר ינוס שמה מלמד שהיו ישראל מגלין במדבר להיכן מגלין למחנה לויה
זעט אויס אז נישט נור אז משה רבינו האט מפריד געווען עס זענען געווען חייבי גלות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:,,,,עס האט מיר א ידיד נאך געזאגט בשם -?- אז דארט ווי דער מ"ב ברענגט דעם בעה"ת "אחרונים" און "אחד מן האחרונים".
איז ער מכריע אנדערש


איך האב די וואך געזעהן ווי ער ברענגט לשון קדשו פון מג"א אן א חולק און צייכענט צו "אחרונים"
-----------------------------------------------------------------------

חביבות דברי אדה"ז על המשנ"ב

הרב גדלי' אבערלאנדער--- חב"ד בודאפעסט

ידוע למי שלומד ומעיין בספר משנה ברורה שהרבה דברים שכתב הם לשון אדמו"ר הזקן נ"ע, וכמה תמהו עליו שהוא לא מציין שדבר זה הוא דברי אדה"ז.

ולדעתי נראה לומר, ע"פ מה שראיתי פעם (אינני זוכר כעת איפה זה נדפס) שבעל המשנה ברורה כשראה את שו"ע אדה"ז אצל בן עירו שמח שמחה גדולה ולווה ספר זה למשך זמן ואח"כ החזיר חלק זה ולקח חלק אחר, ובירך את המלוה בעשירות או באריכות ימים על שזיכה אותו בזה. א"כ יש לומר שלשון אדה"ז היה על לשונו ובמקום שכתב איזה דבר ויכול היה להשתמש בלשונו הזהב הוא השתמש בזה מחמת חביבתו. וא"כ זה שלא ציין כל פעם דברי אדה"ז אינו לגריעותא אלא למעליותא כיון שבמקום שהיה יכול הוא השתמש בלשונו.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אין חנוכת התורה, די וואך

חנוכת התורה פנחס2.JPG
חנוכת התורה פנחס1.JPG



פנחס.jpg

אנדערע ברענגען עס טאקע נאר "לבאר הסמיכות".
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

קיקיון האט געשריבן:אז דער משנה ברורה ברענגט דעם חת"ס ווייס איך דערווייל איינמאל אין הלכות ברכות לענין קוקעריץ CORN
דעם כתב סופר האב איך לעצטענס געזעהן און געדענק נישט
דעם שועה"ר זייער אפט
דעם ערוך השולחן ?
דעם קצש"ע ? קסת הסופר?
עס האט מיר א ידיד נאך געזאגט בשם -?- אז דארט ווי דער מ"ב ברענגט דעם בעה"ת "אחרונים" און "אחד מן האחרונים".
איז ער מכריע אנדערש

לויט ווי ס’ליגט מיר אין זכרון שרייבט עס בנו של הח”ח נאר כידוע יש כמה וכמה מפקפקים על דבריו בכלל
שמעתי אז ווען ס’איז ארויסגעקומען מ”ב חלק א’ האבן די חסדים געהאט טענות פארוואס ער ברענגט נישט די שו”ע הרב לבעל התניא–און אז מ׳וועט נאכקוקען וועט איר זעהן אז און חלק א’ ברענגט ער אים נישט– האט ער זיך געזעצט לערנען שו״ע הרב און ער ברענגט אים נאך
וראיתי במקום א’ אז ער האט געפרעגט די חסידים ווי אזוי זאל איך רופן די תניא און מיין ספר וחשבו החסידים אז א ליטוואק קען מען נישט טראסטען אמרו לו אז די זעלבע טיטל וואס ער שרייבט אויף זיין רבי די ווילנע גאון זאל ער שרייבן אויפן תניא און היות די ווילנע גאון רופט ער גר”א רופט ער אן די תניא הגר”ז
און לגבי א’ מן אחרונים איז אינטעסאנט צו זעהן אז אייביג שטייט די זאך וואס ברענגט בשם א’ מאחרונים אונעם שו”ע הרב און ער שרייבט עס נאר ווען ער איז חולק דערויף משמע מזה אז ער האט מורא געהאט פון די חסידים אז ער קרוגט זיך אויף זייער רבין
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

מיסטעריעז האט געשריבן:אין חנוכת התורה, די וואך
אנדערע ברענגען עס טאקע נאר "לבאר הסמיכות".


ס'איז וויכטיג צו וויסן אז די ספר חנוכת התורה האט נישט דער רבי ר' העשיל מקראקא מחבר געווען!

ס'איז געווען א וואוילער איד מיטן נאמען ר' חנוך ערזאהן ז"ל אין די מיטעלע סוף ת"ר יארן, וואס האט מלקט געווען תורות בשם הרבי ר' העשיל פון אלטע ספרים, און די ליקוט האט ער א נאמען געגעבן חנוכת התורה (דאס זעלבע האט ער געטוהן מיטן צאמנעמען תורות פון ווילנער גאון און עס א נאמען געגעבן קול אליהו. און אזוי אויך א אייגענע ליקוט מיטן נאמען גן רוה).

ר' חנוך האט צוגעצייכענט ביי יעדן דבר תורה פון וועלכע ספר ער האט עס גענומען, אבער ער האט עס נישט אראפגעשריבן באותו לשון פונעם ספר, נאר ער האט היפש צוגעלייגט זיינע אייגענע לשונות.

אין דעם ספעציפישן פאל קומט די תורה פון א אלטע ספר מיטן נאמען לקט שמואל, וואס דארט שטייט עס זייער בקיצור. ר' חנוך האט עס מער אויסגעברייטערט און צוגעלייגט מדיליה. אלזא די טעות פונעם לשון הפסוק איז אבסעלוט ר' חנוך'ס און נישט ר' העשיל'ס.


אויסצוג פונעם מקור (לקט שמואל)
אטעטשמענטס
לקט שמואל.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”