מילי דתמיהי
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
אינטערסאנטע שאלות \ תמיהות
וזה החלי;
א. פארוואס ווען מען קויפט א נייע בגד זאגט מען ''שהחיינו וכו'", וואס איז דער לשון רבים?
ב. וואס איז פשט פון דעם וואס מען זאגט ביים דאווענען ''שים שלום... עלינו ועל ישראל עמך'', ווער איז דאס ''עלינו''? (מען זאגט עס אפילו ווען מען דאוונט ביחידות, בדידי הוה עובדא)
(מחברי ספרים פירן זיך צו שרייבן ''כבר כתבנו'' וכדו', בלשון רבים, אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נישט די תשובה אויף די אויבנדערמאנטע שאלות.)
ביטע צולייגן שאלות און תשובות כהנה וכהנה.
אויב שוין דא אן שנירל וואו דאס פיט אריין, ביטע צו-ווייזן, א דאנק.

אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)
א מענטש בכלל און א איד בפרט איז קיינמאל נישט קיין מציאות פאר זיך... אין די זעלבע צייט וואס יעדער ברויך גלייבן אז בשבילי נברא העולם, און זיינע מעשים זענען מכריע לטב ול.. איז יעדער יחיד א חלק פונעם כלל מיט אייגענארטיגע אויפגאבע לטובה פון דעם גאנצן כלל ישראל, אפשר א פאסיגע משל איז:
אן עראפלאן איז צאמגעשטעלט פון אסאך חלקים, אבער יעדע חלק איז קריטיש וויכטיג פארן עראפלאן. איין שטיקל, א סקרועל וכדו׳ וואס העסט ארויסנעמען און ס׳גאנצע עראפלאן טראסקעט אראפ.
קויפסט א נייע בגד? גייסט ארויס דערמיט? האבן אנדערע אויך הנאה ווען זיי זעהן דיר דערמיט. דאווענסט ביחידות? ביסטו נאך אלץ א חלק פונעם כלל, און האסט אינזין און ביסט מתפלל פאר די טובה פון גאנץ כלל ישראל

!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE
...Click for contact info and Design Samples

-
- שר מאה
- תגובות: 170
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
- לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית
ביי 'תפילות' שטייט אין די פוסקים אז מען זאל נישט בעטן בלשון יחיד, האר זיך כולל זיין מיט אנדערע יודן, גאנץ שמונה עשרה איז בלשון רבים, "חננו מאיתך" השיבנו וכו'.
שהחיינו פרעגט איר גוט, אבער ווער זאגט טאקע אז עס איז שהחיינו אפשר שהחייני?

מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
די קשיא ביי שים שלום איז אז מען זאגט דאך באלד נאכדעם ''ועל ישראל עמך''.
איך מיין אז די תירוץ דערויף איז, ווייל געווענטליך ליגט אין א מענטש'ס קאפ די נפשות התלויות בו, והקרובים אל לבו, און דאס מיינט ''עלינו''.
(ובספר חידושים וביאורים להגר''ח גריינימן (ר''ה מהדורה החדשה) כתב:"...תיקנו התפלה בלשון רבים, כמו שאמרו ברכות ל' א' לעולם לישתף אינש נפשיה בהדי ציבורא, והיינו שיתפלל גם בעד הציבור, ולשון רבים כולל את הציבור, ...מה שאנו אומרים בברכת שים שלום טובה וברכה עלינו ועל כל ישראל עמך, דאף שבכלל עלינו כבר נכללו כל ישראל מ"מ יש ענין להזכירם בפני עצמם, דבעלינו הם כטפלים, וכן בברכות התורה אנו אומרים ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל להזכירם בייחוד, וכן בועל הצדיקים נזכרים הרבה בייחוד אף שגם הם בכלל ועלינו.", וצ''ע)

לעצט פאראכטן דורך אהרן הלוי אום מיטוואך יולי 11, 2018 11:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)
האט מיר א איד לעצטנס געזאגט אז עס האט איהם אייביג געבאדערט פארוואס ביי אסאך תפילות דאווענט מען ערשט פארן כלל און דערנאך פאר זיך למשל ועל הצדיקים וכו' ועלינו... אבער ביי שים שלום זאגט מען ערשט עלינו און דערנאך ועל כל ישראל עמך?
ער האט געפרעגט די שאלה פון אסאך גדולים אן קיין קלארע תשובה. ביז ער איז אנגעקומען צו הרה"ג ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ר"י הרמה פון לונדון, און ער האט איהם גענטפערט אז ווען עס קומט צו 'שלום טובה ברכה חיים חן חסד רחמים' אז עס פעלט פאר א מענטש, דרייט ער זיך ארום צובראכן און אנגעצויגן, נא, וואס האסטו דערפון אז כלל ישראל איז צופרידן ווען ווי נאר מ'זעהט דיין זויערע פנים פאלט מען אריין אין דיפרעסיע? אשר על כן בעהט מען ערשט פאר זעך!
ודברי פי חכם חן!

- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 169
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
גין-גאלד האט געשריבן:פארוואס זאגט מען נפילת אפים ''רחום וחנון..'' שטיל?
בתשובות והנהגות ג נ"ו כתב בזה"ל
ונראה ביאור דברי הרמב"ם [פ"ה דפילה הי"ג], שבתחנון שופך לבבו בתחנה והשתחואה שכל תחינותיו ובכיותיו שבתפילתו יתקבלו לרצון, וזה מועיל שהתפלה תתקבל, ולפיכך תחנון הוא מעיקרי התפילה, שזהו כגמר התפלה.
ולפי דברינו יתבארו שינויי המנהגים, שנהגו לומר תחנון בלחש דוקא כמו בתפלה, וא"ש כמ"ש לעיל ומוכח ברמב"ם שזהו שייך לתפלה רק מסיים בתחנה, ולכן אין לדבר בין התפלה ונפילת אפים כמבואר בשיטמ"ק ספ"ד דב"מ ובאחרונים ששייך עוד לתפלה וכמ"ש.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
- ירושליימער ייד
- שר מאה
- תגובות: 169
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
- לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א
אדער יא האט געשריבן:פארוואס זאגט קיינער נישט: דער הייליגער אייבירשטער, נאר דער הייליגער באשעפער ?
וייל "אייברשטער" מיינט "העליון", און אוואדאי נישט דער פשט אז ער געפינט זיך אויבן בדווקא, וייל מלא כל הארץ כבודו, נאר דער פשט איז אז ער איז מרומם און אפ גישיידט פון אונזערע השגות און עקזיסטענץ, נמצא אז דער נאמען אליין וייזט אויף אפ גישיידקייט וואס דאס איז דער הויפט פשט פון "קדושה" [הילייגקייט], וי רוב מפרשים טייטשן: קדוש- היינו מופרש ומובדל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
היפש יארען צוריק ביי א חתונה האב איך געהערט פון א אומבעקאנטען איד
אלס בחור האט ער געלערנט אין 550 בעדפארד
עס איז דעמאלט געווען איינגעפירט אז יעדען טאג האבען 2 אנדערע בחורים משלים געווען מנין צו שחרית פאר מרן מהריט"ב זי"ע
דעם טאג וואס עס איז געווען זיין רייע איז ער ארויף אין ישיבה מיטהאלטען די סדרים
שפעט נאכמיטאג שוין נאך דעם רבי'ס דאווענען האט ער זיך געכאפט אז ער האט נאך נישט געדאווענט
דער רבי זי"ע האט אים נישט געלאזט דאווענען תשלומים
פארוואס ?
האט ער נישט אנגעיאגט דערציילען (אדער ער האט נישט געהערט)

לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג ינואר 21, 2019 10:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אהרן הלוי האט געשריבן:די קשיא ביי שים שלום איז אז מען זאגט דאך באלד נאכדעם ''ועל ישראל עמך''.
איך מיין אז די תירוץ דערויף איז, ווייל געווענטליך ליגט אין א מענטש'ס קאפ די נפשות התלויות בו, והקרובים אל לבו, און דאס מיינט ''עלינו''.
(ובספר חידושים וביאורים להגר''ח גריינימן (ר''ה מהדורה החדשה) כתב:"...תיקנו התפלה בלשון רבים, כמו שאמרו ברכות ל' א' לעולם לישתף אינש נפשיה בהדי ציבורא, והיינו שיתפלל גם בעד הציבור, ולשון רבים כולל את הציבור, ...מה שאנו אומרים בברכת שים שלום טובה וברכה עלינו ועל כל ישראל עמך, דאף שבכלל עלינו כבר נכללו כל ישראל מ"מ יש ענין להזכירם בפני עצמם, דבעלינו הם כטפלים, וכן בברכות התורה אנו אומרים ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל להזכירם בייחוד, וכן בועל הצדיקים נזכרים הרבה בייחוד אף שגם הם בכלל ועלינו.", וצ''ע)
עיין מג"א או"ח סי' רסז ס"ק ג'.
- שפיגליצקי
- שר מאה
- תגובות: 202
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
גין-גאלד האט געשריבן:פארוואס זאגט מען נפילת אפים ''רחום וחנון..'' שטיל?
ארגינעל ווען מ'האט מתקן געווען נפילת אפים האט מען מתקן געווען צו זאגן לדוד אליך ה' נפשי אשא (קאפיטל כ"ה) און ס'איז געווען אן ענין פון מקבל זיין מסירת נפש פארן רבש"ע, אבער אויב איז דאס נישט מיט אן אמת שאדט דאס, כשרבו הגליות ותכפו הצרות ונתמעטו הלבבות, האט מען מורא געהאט אז מ'וועט נישט זיין דערביי אינגאצן מיט אן אמת, האט מען דאס געטוישט צו רחום וחנון וואו ס'שטייט כי אין במות זכריך וכו'.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

שפיגליצקי האט געשריבן:גין-גאלד האט געשריבן:פארוואס זאגט מען נפילת אפים ''רחום וחנון..'' שטיל?
ארגינעל ווען מ'האט מתקן געווען נפילת אפים האט מען מתקן געווען צו זאגן לדוד אליך ה' נפשי אשא (קאפיטל כ"ה) און ס'איז געווען אן ענין פון מקבל זיין מסירת נפש פארן רבש"ע, אבער אויב איז דאס נישט מיט אן אמת שאדט דאס, כשרבו הגליות ותכפו הצרות ונתמעטו הלבבות, האט מען מורא געהאט אז מ'וועט נישט זיין דערביי אינגאצן מיט אן אמת, האט מען דאס געטוישט צו רחום וחנון וואו ס'שטייט כי אין במות זכריך וכו'.
זייער אינטערסאנט וואס איר זאגט... וואלט איר געקענט ביטע צוצייכענען א מקור אויף דעם?
אגב; די חבד׳סקע נוסח איז טאקע צו זאגן קאפיטל כ״ה...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE
...Click for contact info and Design Samples
...Click for contact info and Design Samples
- שפיגליצקי
- שר מאה
- תגובות: 202
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
Graphic24 האט געשריבן:שפיגליצקי האט געשריבן:
זייער אינטערסאנט וואס איר זאגט... וואלט איר געקענט ביטע צוצייכענען א מקור אויף דעם?
אגב; די חבד׳סקע נוסח איז טאקע צו זאגן קאפיטל כ״ה...
ליקוטי מהרי"ח.
- צוגעלייגטע
-
- ליקוטי מהריח 1.PNG (26.93 KiB) געזעהן 196 מאל
-
- ליקוטי מהריח 2.PNG (111.22 KiB) געזעהן 196 מאל
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)
- למעלה משבעים
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9289
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט