מילי דתמיהי

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

אינטערסאנטע שאלות \ תמיהות

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך יולי 11, 2018 1:18 pm

וזה החלי;

א. פארוואס ווען מען קויפט א נייע בגד זאגט מען ''שהחיינו וכו'", וואס איז דער לשון רבים?

ב. וואס איז פשט פון דעם וואס מען זאגט ביים דאווענען ''שים שלום... עלינו ועל ישראל עמך'', ווער איז דאס ''עלינו''? (מען זאגט עס אפילו ווען מען דאוונט ביחידות, בדידי הוה עובדא)

(מחברי ספרים פירן זיך צו שרייבן ''כבר כתבנו'' וכדו', בלשון רבים, אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נישט די תשובה אויף די אויבנדערמאנטע שאלות.)


ביטע צולייגן שאלות און תשובות כהנה וכהנה.

אויב שוין דא אן שנירל וואו דאס פיט אריין, ביטע צו-ווייזן, א דאנק.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך יולי 11, 2018 4:11 pm

א מענטש בכלל און א איד בפרט איז קיינמאל נישט קיין מציאות פאר זיך... אין די זעלבע צייט וואס יעדער ברויך גלייבן אז בשבילי נברא העולם, און זיינע מעשים זענען מכריע לטב ול.. איז יעדער יחיד א חלק פונעם כלל מיט אייגענארטיגע אויפגאבע לטובה פון דעם גאנצן כלל ישראל, אפשר א פאסיגע משל איז:
אן עראפלאן איז צאמגעשטעלט פון אסאך חלקים, אבער יעדע חלק איז קריטיש וויכטיג פארן עראפלאן. איין שטיקל, א סקרועל וכדו׳ וואס העסט ארויסנעמען און ס׳גאנצע עראפלאן טראסקעט אראפ.

קויפסט א נייע בגד? גייסט ארויס דערמיט? האבן אנדערע אויך הנאה ווען זיי זעהן דיר דערמיט. דאווענסט ביחידות? ביסטו נאך אלץ א חלק פונעם כלל, און האסט אינזין און ביסט מתפלל פאר די טובה פון גאנץ כלל ישראל
איך דמיון ׳היינט׳ פון אייער נעכטיגן ׳חלום׳...
זאל עס זיין א עד, לאגא, בראשור, קאמפיין אדער סייוואס.. לאמיר מאכן פון אייער ׳חלום׳ א ׳מציאות׳!

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » מיטוואך יולי 11, 2018 6:01 pm

ביי 'תפילות' שטייט אין די פוסקים אז מען זאל נישט בעטן בלשון יחיד, האר זיך כולל זיין מיט אנדערע יודן, גאנץ שמונה עשרה איז בלשון רבים, "חננו מאיתך" השיבנו וכו'.
שהחיינו פרעגט איר גוט, אבער ווער זאגט טאקע אז עס איז שהחיינו אפשר שהחייני?
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך יולי 11, 2018 6:59 pm

--טעות--
לעצט פאראכטן דורך אהרן הלוי אום מיטוואך יולי 11, 2018 7:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך יולי 11, 2018 6:59 pm

די קשיא ביי שים שלום איז אז מען זאגט דאך באלד נאכדעם ''ועל ישראל עמך''.
איך מיין אז די תירוץ דערויף איז, ווייל געווענטליך ליגט אין א מענטש'ס קאפ די נפשות התלויות בו, והקרובים אל לבו, און דאס מיינט ''עלינו''.

(ובספר חידושים וביאורים להגר''ח גריינימן (ר''ה מהדורה החדשה) כתב:"...תיקנו התפלה בלשון רבים, כמו שאמרו ברכות ל' א' לעולם לישתף אינש נפשיה בהדי ציבורא, והיינו שיתפלל גם בעד הציבור, ולשון רבים כולל את הציבור, ...מה שאנו אומרים בברכת שים שלום טובה וברכה עלינו ועל כל ישראל עמך, דאף שבכלל עלינו כבר נכללו כל ישראל מ"מ יש ענין להזכירם בפני עצמם, דבעלינו הם כטפלים, וכן בברכות התורה אנו אומרים ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל להזכירם בייחוד, וכן בועל הצדיקים נזכרים הרבה בייחוד אף שגם הם בכלל ועלינו.", וצ''ע)
לעצט פאראכטן דורך אהרן הלוי אום מיטוואך יולי 11, 2018 11:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ויפה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » מיטוואך יולי 11, 2018 8:17 pm

האט מיר א איד לעצטנס געזאגט אז עס האט איהם אייביג געבאדערט פארוואס ביי אסאך תפילות דאווענט מען ערשט פארן כלל און דערנאך פאר זיך למשל ועל הצדיקים וכו' ועלינו... אבער ביי שים שלום זאגט מען ערשט עלינו און דערנאך ועל כל ישראל עמך?
ער האט געפרעגט די שאלה פון אסאך גדולים אן קיין קלארע תשובה. ביז ער איז אנגעקומען צו הרה"ג ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ר"י הרמה פון לונדון, און ער האט איהם גענטפערט אז ווען עס קומט צו 'שלום טובה ברכה חיים חן חסד רחמים' אז עס פעלט פאר א מענטש, דרייט ער זיך ארום צובראכן און אנגעצויגן, נא, וואס האסטו דערפון אז כלל ישראל איז צופרידן ווען ווי נאר מ'זעהט דיין זויערע פנים פאלט מען אריין אין דיפרעסיע? אשר על כן בעהט מען ערשט פאר זעך!

ודברי פי חכם חן!

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מיטוואך יולי 11, 2018 8:19 pm

טוב א שיין ווארט!!
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצלאט אין צייט...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט