דתן ואבירם מיט דער מן

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

דתן ואבירם מיט דער מן

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג ינואר 13, 2014 12:07 pm

ס'האט מיר געארט דעם קשיא, שבת קודש שעעל"ט האב איך זיך אזוי מתבונן געוועהן, איבער דער גאנצע ענין פון די מעשה וואס דתן ואבירם האבען געטוהן מיט ארויס לייגען 'מן' אום שבת קודש, כדי צו פאר'נער'ן דעם עולם כאילו עס איז יא געפאלן.
דתן ואבירם האבען געהאט יעדע פאר זיך בלויז איין עומר, פרייטאג איז געפאלן צוויי עומר פאר יעדע קאפ, אבער דער פרייטאג'דיגע עומר האבען זיי נישט געקענט נוצען אויף אויס צו שפרייטען, אויך האבען זיי נישט געקענט קלויבען פאר זיך מער מן וויבאלד דער נס איז געוועהן אז ווען מ'איז אהיים געקומען האט מען זיך ווייטער געטראפען מיט איין עומר.
האבען זיי דען געהאט גענונג מן אויס צו שפרייטען איבער אלע דריי מחנות, ספעציעל ווען מ'קוקט אין די מדרשים זעהט מען אז עס געפאלן איבער ד' אמות אדער גאר 60 אמות מן יעדן טאג, נו וואס האט שוין געקענט דתן ואבירם אויפווייזען מיט זייער מן.
עד כדי כך אז דער באשעפער געמאכט א נס אז פייגלעך זענען געקומען צופליען דאס אויף עסן כדי מענטשען זאלן זיך נישט טועה זיין, אתמהה מ'רעד דא פון בלויז צוויי עומר, וואס איז גענונג פאר בלויז צוויי מענטשען פון ציווישען ששים רבוא צו דריי מיליון סך הכל אנשים נשים טף. הייסט ווען נישט די פייגלעך וואלט דען איינער געווארען ביי אנדרוקט אז עס איז טאקע יא געפאלן?
ווי האבען זיי דאס אויס געשפרייט נעבן זייער הויז? ערגעץ אנדערש?
זיי האבען דאס געקענט טוהן בלויז ביי שב"ק אינדערפרי ביים עלות וואס דעמאלס איז דער מן געפאלן?
ועוד ועוד, דער גאנצע פרשה דארף מיר א הסבר.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

איך הרב שוין געשריבן ביי די ידיעות התורה

תגובהדורך dovidal » מאנטאג ינואר 13, 2014 12:37 pm

איבער דעם
בכלל איז אינטרעסאנט אז דער מקור פון די מעשה נעמט זיך פון תלמידי המגיד ממעזריטש זי"ע ואין מקור מוקדם לזה

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג ינואר 13, 2014 2:38 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ס'האט מיר געארט דעם קשיא, שבת קודש שעעל"ט האב איך זיך אזוי מתבונן געוועהן, איבער דער גאנצע ענין פון די מעשה וואס דתן ואבירם האבען געטוהן מיט ארויס לייגען 'מן' אום שבת קודש, כדי צו פאר'נער'ן דעם עולם כאילו עס איז יא געפאלן.
דתן ואבירם האבען געהאט יעדע פאר זיך בלויז איין עומר, פרייטאג איז געפאלן צוויי עומר פאר יעדע קאפ, אבער דער פרייטאג'דיגע עומר האבען זיי נישט געקענט נוצען אויף אויס צו שפרייטען, אויך האבען זיי נישט געקענט קלויבען פאר זיך מער מן וויבאלד דער נס איז געוועהן אז ווען מ'איז אהיים געקומען האט מען זיך ווייטער געטראפען מיט איין עומר.
האבען זיי דען געהאט גענונג מן אויס צו שפרייטען איבער אלע דריי מחנות, ספעציעל ווען מ'קוקט אין די מדרשים זעהט מען אז עס געפאלן איבער ד' אמות אדער גאר 60 אמות מן יעדן טאג, נו וואס האט שוין געקענט דתן ואבירם אויפווייזען מיט זייער מן.
עד כדי כך אז דער באשעפער געמאכט א נס אז פייגלעך זענען געקומען צופליען דאס אויף עסן כדי מענטשען זאלן זיך נישט טועה זיין, אתמהה מ'רעד דא פון בלויז צוויי עומר, וואס איז גענונג פאר בלויז צוויי מענטשען פון ציווישען ששים רבוא צו דריי מיליון סך הכל אנשים נשים טף. הייסט ווען נישט די פייגלעך וואלט דען איינער געווארען ביי אנדרוקט אז עס איז טאקע יא געפאלן?
ווי האבען זיי דאס אויס געשפרייט נעבן זייער הויז? ערגעץ אנדערש?
זיי האבען דאס געקענט טוהן בלויז ביי שב"ק אינדערפרי ביים עלות וואס דעמאלס איז דער מן געפאלן?
ועוד ועוד, דער גאנצע פרשה דארף מיר א הסבר.


גם אני הקטן איז מיר שווער געווען די קשיא נאר וואזשע דען חזקה על לשה"ר שתתקבל קוק אן בימינו אלה וויאזוי אויסגעזויגענע מעשות צו באשמיצן איינעם ווערן נתקבל בלי שום פקפוק כלל אפילו עס שטימט נישט און האט נישט קיין שום יסוד דער עיקר עפעס איז געווען אביסל מן ליגט דארט אין אווינקעל פשיהא מ'האט געכאפט משה רבינו מיט א ליגענט איי לפי המדרש איז געפאלן מיליאנען עומר מיט מן אבער מ'האט דאך געטראפן עפעס עפעס זאגן זיי דאך והבן.
לעצט פאראכטן דורך סיגוט אום מיטוואך ינואר 22, 2014 11:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג ינואר 13, 2014 7:17 pm

דאס איז א לימוד אז "לצנות אחד דוחה מאה תוכחות"

און ס' דארף אפילו נישט מאכן קיין סענס...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 12:54 pm

dovidal האט געשריבן:איבער דעם
בכלל איז אינטרעסאנט אז דער מקור פון די מעשה נעמט זיך פון תלמידי המגיד ממעזריטש זי"ע ואין מקור מוקדם לזה


דאס איז פאר מיר א חידוש, טרעפט מען טאקע נישט דעם מעשה אין פריעדיגע ספרים, מקודם ימות מעזריטש?

די קענסט זיין אזוי גוט אין לייגען א לינק דערצו?
תודה למפרע

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג ינואר 17, 2014 2:04 am

דער מג"א שרייבט נישט דעם טעם פון לייגן ברעקלעך פאר די פייגל שבת שירה? (דעם מנהג ברענגט ער דאך).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

געלינקטער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:08 am

תגובהדורך געלינקטער » פרייטאג ינואר 17, 2014 11:35 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איבער דעם
בכלל איז אינטרעסאנט אז דער מקור פון די מעשה נעמט זיך פון תלמידי המגיד ממעזריטש זי"ע ואין מקור מוקדם לזה


דאס איז פאר מיר א חידוש, טרעפט מען טאקע נישט דעם מעשה אין פריעדיגע ספרים, מקודם ימות מעזריטש?

די קענסט זיין אזוי גוט אין לייגען א לינק דערצו?
תודה למפרע

viewtopic.php?p=789880#p789880

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » פרייטאג ינואר 17, 2014 12:53 pm

טעמי המנהגים דף תקלא (ליקוטים - ענינים שונים אות צח):

צח עוד טעם, לפי שדתן ואבירם פזרו מן המן שבידיהם על פני המדבר בליל
שבת בכדי להכחיש דברי מרע״ה במאמרו ״שבת לא יהיה בו״ ואמרו אל העם
צאו וראו שנמצא מן על פני השדה, ויצאו מן העם ללקוט ולא מצאו, מפני שהצפרים
היו אוכלים מקודם שבאו, וזה שכתוב ״ולא מצאו״, כי קשה, דהיה לו לכתוב ״ולא
היה״, רק ר״ל לא י מצאו מה שחניחו, כי לשון מציאה נופל על דבר שהיה לו ונאבד
ממנו. על בן בשבת שירה שקורין פרשת המן נותנין לפניתם מזונות בשכרן (ספר
שער בת רבים ששמע מהרה״צ הקדוש מוהר״ר אברהם חיים מ מיקלייאוב
זצוק״ל בשם הרב הצדיק הקדוש מ לובלין זי״ע ועכ״י אמן) :
לעצט פאראכטן דורך ישלהוסיף אום פרייטאג ינואר 17, 2014 1:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » פרייטאג ינואר 17, 2014 1:01 pm

מתוך ספר אבני זכרון לקט מאמרים של החוזה הקדוש מלובלין - עמוד רכד
צוגעלייגטע
1.jpg
2.jpg

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » פרייטאג ינואר 17, 2014 1:11 pm

א דאנק הרב געלינקטער פארן לינק, ולפי זה איז עס א מחלוקות דער שער בת רבים נעמנט אן אז דער מקור איז דער חוזה מלובלין, און דער נימוקי אורח חיים (מונקאטש) זאגט אז עס איז איהם מקובל פון דער רבי ר' מענדעלע מרימונוב.

אבער אין די מקורות פון פארדעם זאגט דער פשטות'דיגע טעם פון געבן פאר די פייגלעך איז וויבאלד זיי האבען מיטגעזינגען די שירה. ולפי"ז ווען אויסקומען אז אחיני בני הליטאים ובני הספרדים, וועלן נישט ווייסען נישט איבער דער געשיכטע פון דתן ואבירם.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 1:31 pm

א איד האט מיר געפרעגט, אויב די פייגל האבן באקומען שכר, פארוואס האבן די ווערים נישט באקומען קיין שכר אויפן וירום תולעים ויבאש, דער מדרש ברענגט אז עס איז ארויס געשטראמוט ב' תילין פון ווערים פון די געצעלטן פון דתן ואבירם, אזוי אז עס איז נתפרסם געווארן פאר גאנץ כלל ישראל, און נארמאל הייבט עס קודם אהן צו שמעקן און דערנאך קומט די ווערים, און דא איז געווען פאקערט
דער איד האט מיר געזאגט עפעס א תירוץ אויך, איך וויל הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4823
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:34 pm

די חילוק איז זייער פשוט דאס איז געווען ביי זיי אינדערהיים, א איד ליידער נישט אזא מאמין ער מיינט אז די אייבעשטער האט נישט קיין וועג זיי צו שפייזן נאר אויב זיי נעמען פון די גוטע זאכן אי ליגעל, מיש דיר נישט אריין זיי דו נישט קיין מסור,
משא"כ די פייגלעך 1] האבן דתן ואבירם נישט געדארפט והא ראיה זיי האבן עס אויסגעשפרייט אין גאס 2] עס איז נישט געווען בהאלטענערהייט נאר עס איז סייווי געווען ברבים 3] זיי האבן געוואלט מאכן א פארקערט ווי א קידוש השם האבן עס די פייגלעך געמוזט ראטעווען משא"כ ביי די ווערים ווען נישט זשיי קריכן ארויס וואלט קיינער נישט געוויסט דערפון. כנלע"ד
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:53 pm

ביטע זיי דיך בעסער מסביר
ייש"כ

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4823
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 10:03 pm

איך האב נישט קיין כוח הבסרה נאר דאס איז די קלארסטע וואס איך קען ס"ה דאס איז געווען בצנעה און דאס ברבים.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 10:06 pm

וואס הייסט ברבים, קיינער האט דאך בכלל נישט געוויסט וואס דתן ואבירם האבן אפגעטוהן, און וואס די פייגלעך האבן געטוהן
און בפשטות די גאנצע חשבון פוןו דתן ואבירם איבערצולאזן די מן אויפן נעקסטן טאג, איז דאך אויך געווען צו קענען מפרסם זיין ברבים אז ס'געשעהט גארנישט אויב די מן בלייבט איבער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4823
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 10:20 pm

ווען נישט די פייגלעך וואלטן עס אויפגעגעסען וואלט יעדער געזען די מן אויפן פלאר, משא"כ אויב עסן ווען נישט די ווערים אויף די מן וואלט מען געזאגט אז עס איז היינטיגע מן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » פרייטאג ינואר 29, 2016 9:16 am

ישלהוסיף האט געשריבן:א דאנק הרב געלינקטער פארן לינק, ולפי זה איז עס א מחלוקות דער שער בת רבים נעמנט אן אז דער מקור איז דער חוזה מלובלין, און דער נימוקי אורח חיים (מונקאטש) זאגט אז עס איז איהם מקובל פון דער רבי ר' מענדעלע מרימונוב.

אבער אין די מקורות פון פארדעם זאגט דער פשטות'דיגע טעם פון געבן פאר די פייגלעך איז וויבאלד זיי האבען מיטגעזינגען די שירה. ולפי"ז ווען אויסקומען אז אחיני בני הליטאים ובני הספרדים, וועלן נישט וויסען נישט איבער דער געשיכטע פון דתן ואבירם.


די נימוקי או"ח שרייבט קלאר וז"ל: מקובל כן מהגה"ק ר' ר' מענדל מרימנוב "ועוד קדושי עליון זי"ע".

אין דאס וואס איר שרייבט לגבי די חילוק פון בני הליטאים וכו', יא יא, אסאך זאכן איז פארהאן חילוקים צווישן חסידים אין ליטאים, זיי זאגן אויך נישט קיין הודו פרייטאג צו נאכטס וכו', און וואס טוט זיך מיט מאכן א וואכנאכט פאר די ברית.......
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 12:34 am

א דאנק פאר די ידיעות אין דעם אשכול
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:39 pm

ארויף לכבוד שבת שירה תשע"ח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג ינואר 28, 2018 4:48 pm

אנדערע זאגן דער מקור איז גאר פון הרה"ק רבי מאיר'ל פרימישלאנער
כ"כ בספרים מאמר קדישין, עשר עטרות, דבש השדה, מרגניתא דרבי מאיר ודברי מאיר).
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט