"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 7:59 pm


אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

כי לא תשכח

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:31 pm

דאמר רב עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר והפלא ה' את מכותך הפלאה זו איני יודע מהו כשהוא אומר לכן הנני יוסף להפליא את העם הזה הפלא ופלא הוי אומר הפלאה זו תורה.
ת''ר כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל שנאמר הנה ימים באים נאם ה' אלהים והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דברי ה' וכתיב ונעו מים עד ים ומצפון ועד מזרח ישוטטו לבקש את דבר ה' ולא ימצאו.
שבת קלח:

ר' שמעון האט נישט געקענט זיין מער ווי פערצן יאר ווייל ער איז געבוירן נאכן חרבן, אין עס איז געזיצען דארט אלע חכמים פין די דור אריינרגערעכנט זיין רבי ר' עקיבא אין זיין אויך זיין רבי'ס רבי ר' גמליאל, און זיי האבן אויך געהאט רוח הקודש און זיי האבען אלע בפה אחד געזאגט אז עס גייט נשתכח ווערן.
און זיי האבן געהאט נישט נאר א מגן אבות, נאר דריי פסוקים ווי עס שטייט קלאר, אין ר' שמעון שטעלט זיך אויף כי לא תשכח מפי זרעו, נישט קיין חילק וויאזוי די מצב קיקט אויס, תורה ווערט נישט פארגעסן אלעס וואס הייסט תורה ווערט נישט נשתכח.

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:33 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:א קליינע שאלה'לע:
נשתכחה טאקע, אבער איז דא מציאות פון "שכחום וחזרו ויסדום"?
קענען מיר טרעפן אונזער פארלוירענע אבידה, אדער איינמאל עס איז פארלוירן מוזן מיר באקומען נאך א בעש"ט זי"ע עס צוריקצובאקומען?


נועם אלימלך פרשת ויקרא ד''ה ונפש
הנשמה קודם יציאתה לעולם מוליכין אותה בכל עולמות ומלמדין אותה כל התורה ואחר כך בא מלאך וסטרו על פיו כדאיתא בגמרא, וכל זאת למה אמרתי כבר באריכות השורש הוא לסיבה הזאת שמראין לו כל עולמות הוא למען שיוכל אחר כך להשיג העולמות ולעבוד בהם להשם יתברך ברוך הוא ולהשיג התורה שלמד ואילולי זאת שמראין לו כנ"ל לא היה יכול להשיג כלל וכלל לא התורה ולא העולמות העליונים רק על ידי הרשימה הנרשם בו קודם יציאתו לעולם על ידי זה יכול אחר כך להשיג ואם לא היה נשכח ממנו כל מה שראה ולמד לא היה לו שום שכר בעבודתו.

(אין מען לערנט אים אויס כל התורה איז אריינגערעכנט אין דעם אויך תורת החסידות אין מען קען זיך אלעס אויסלערנען אויף די וועלט, אפילו מען האט עס שוין אמאל פארגעסן)

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

תורתינו הקדושה היא נצחית

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:35 pm

ונראה לבאר כי ידוע שתורתינו הקדושה היא נצחית וישנה בכל עת וזמן מחמת כי רוח הקודש הוא דבר שאין לה הפסק. והגם כי בעת שנאמר רוח הקודש הוא על ענין שהוא באותו זמן, אף על פי כן נתלבש באותו רוח הקודש ענין נצחי ואין סוף.
(אויף יודיש. קיין איין שטיקל נועם אלימלך קדושת לוי ועוד....האט נישט קיין עקספרעישן דעיט אין אלעס איז קאי וקים פאר יעדעם עיינעם אייביג אין אלעמאל)
מאור ושמש פרשת שמות

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:36 pm

...כי דיבור אמיתי מצדיק אמת שלמד תורה לשמה וכיון לדבר אמת זורח ומבהיק עד סוף כל הדורות, ובכל מקום שיש איש ישראל המבקש את האמת יכול להתחזק ולאחוז בדבור הזה הבא ממקור האמת.
ולפיכך אין הדבור מקרי קבוע שהרי אינו קבוע ממקומו כי אם מתפשט והולך בכל המקומות אשר דבר המלך ודתו מגיע וכוחו חזק להשפיע גם לדורות יבואו, והבן.
דברי יואל פרשת במדבר עמ' סג

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

נועם אלימלך פרשת יתרו ד''ה או

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:36 pm

כי אצל הצדיק צריך להיות דוגמת הגאולה כי כל מה שעתיד להיות בעת הגאולה במהרה בימינו צריך להיות עכשיו אצל הצדיק דוגמתו.
(עס שטייט אין ספה''ק וי''מ אז ווען עס גייט זיין די גאולה וועט מען זיך עס דערמאנען)
נועם אלימלך פרשת יתרו ד''ה או

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

מגן אבות

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:40 pm

און לגבי וואס עס שטייט אין מגן אבות, ער פירט נאכדעים אויס אז וויבאלד עס איז נשתכח דארף מען טון פיר זאכן.
א' זיך זעצן לערנען חסידות.
ב' און ווען מען לערנט א שטיקל זאל מען עס איבערגיין במוחו כל הדרוש כסדר ד' פעמים בהעמקה והתקשרות דעתו בחוזק וכל המרבה הרי זה משובח, עד שיהיה נקנה במוחו ממש כו', וזהו עבודה יקרה מאד שעי''ז נעשה אדם אחר לגמרי.
ג' להאריך בהתבוננות בתפלה כמו כאחד להתבונן שעה גדולה ולקשר דעתו בחוזק עד שיתפעל וירגיש הביטול במוח.
ד' ידיעת החסידות ועבודת החסידות במוחו....
בקיצר לויטן מגן אבות ווייס איך ווייס נישט גענוי וואס פינקליך ער מיינט צי זאגן מיט דעם אז עס איז נשתכח.
איין זאך איז זעכער אז מען ברויך פילעווען און לעבען מיט חסידות.
אדרבה קוק עס אליינס נאך.

און בכלל איז קאפאסט געווען אפגעפרעגט אפילו אין חבד כידוע. וק''ל.

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

לגבי מה שכתוב בסוף ספר עבודת יששכר

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:41 pm

לגבי מה שכתוב בסוף ספר עבודת יששכר
דארט שטייט אז אין די פלעצער ווי מען נעמט אויף די זין פון די צדיק אפילו ער איז נישט ראוי ווערט חסידות פארגעסן.
און ער פירט אויס, ואני בעצמי אין בכחי ליתן עצה לזה, אך הבעש"ט זצללה"ה הוא בעולם אמת עתה, והוא הורה הדרך הזה לעולם, ירעש ויצעק בעולמו ובהיכלו על דרכו ותורתו אשר הופיע בעולם שלא יאבד חלילה וכל איש צריך לרחמים גדולים (עהר זאל בליילין שטיין בייא דער קליאמפקע) והבן.

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

לגבי מה שכתב בחמדה גניזה

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:48 pm

דארט שטייט אז די כח החסידות איז שוין נישט אזוי שטארק אז עס זאל אוועק נעמען די בחירה פון די מענטש און וועגן דעם האט מען געוואלט מבטל זיין די חלק פון רביסטעווע, אבער למעשה האט מען עס נישט מבטל געווען משום ג' טעמים.

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

ועוד

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:50 pm

ועוד באנינץ האט מען געוויסט חסידית מיינט טאן יעדע קיצו של יוד פון שלחן ערך און טאן א טובה פאר א צוויטען און אפשר דאס איז ליידער נשתכח.

און פאר דער וואס שרייט אז איך בין א שיגץ ווייל איך האלט אנדערש ווי אים, וויל איך פרעגן אזוי, סאטמאר רב האט געשריבן נשתכח, און יעדער איינער האט א אייגענע פשט אין די נשתכח, און יעדער האלט אז זיינס איז די ריכטיגע, און יענעמס איז א פאלשע פשט, נו, סך הכל זאג איך אז איך אז איך האב אויך נישט קיין פשט, ווייל ווער בין איך צי זאגן פשט אין די ווערטער פין א מלאך אלקים.

אוהב חסידים
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:21 pm

אבל אי אפשר בלא כלום.

תגובהדורך אוהב חסידים » דינסטאג ינואר 28, 2020 2:55 pm

סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזור הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:03 pm

אוהב חסידים האט געשריבן:סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזור הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.

נכון! גם אני שמעתי עובדא זו מפי ר' שלו' פעקעטע הי"ו בשוחחי אתו לפני כשנתיים בביתו בוויליאמסבורג.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:07 pm

אוהב חסידים האט געשריבן:סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזור הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.

אוהב חסידים. השי"ת זאל שוין העלפן יודישע קינדער.

די ראי' אז יעדע זאך וואס ווערט אנגערופן תורה וועט נישט נשתכח ווערן, קען מען ערקלערן אז די עצם אור פון דרך הבעש"ט איז אראפגעקומען נאר אויף הונדערט פופציג יאר, די התגלות איז געווען נאר אויף הונדערט פופציג, איז במילא איז עס נאכנישט גענוג אראפגעקומען אז ס'זאל קענען הייסן נשתכח. און מ'קען זאגן פשט אין די ווערטער פון רבי'ן, אז ער איז געווען ביי די מיינונג אז ס'איז נשתכח געווארן, און אז מ'זעהט עס מער נישט ביי חסידים. נאר ער וואלט עס נישט ארויסגעזאגט פון מויל אם לא לחיזוק הדת.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג ינואר 28, 2020 3:57 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
אוהב חסידים האט געשריבן:סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזור הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.

נכון! גם אני שמעתי עובדא זו מפי ר' שלו' פעקעטע הי"ו בשוחחי אתו לפני כשנתיים בביתו בוויליאמסבורג.


גא"מ

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:18 pm

אוהב חסידים האט געשריבן:און לגבי וואס עס שטייט אין מגן אבות, ער פירט נאכדעים אויס אז וויבאלד עס איז נשתכח דארף מען טון פיר זאכן.
א' זיך זעצן לערנען חסידות.
ב' און ווען מען לערנט א שטיקל זאל מען עס איבערגיין במוחו כל הדרוש כסדר ד' פעמים בהעמקה והתקשרות דעתו בחוזק וכל המרבה הרי זה משובח, עד שיהיה נקנה במוחו ממש כו', וזהו עבודה יקרה מאד שעי''ז נעשה אדם אחר לגמרי.
ג' להאריך בהתבוננות בתפלה כמו כאחד להתבונן שעה גדולה ולקשר דעתו בחוזק עד שיתפעל וירגיש הביטול במוח.
ד' ידיעת החסידות ועבודת החסידות במוחו....
בקיצר לויטן מגן אבות ווייס איך ווייס נישט גענוי וואס פינקליך ער מיינט צי זאגן מיט דעם אז עס איז נשתכח.
איין זאך איז זעכער אז מען ברויך פילעווען און לעבען מיט חסידות.
אדרבה קוק עס אליינס נאך.

און בכלל איז קאפאסט געווען[b] אפגעפרעגט[/b] אפילו אין חבד כידוע. וק''ל.


אפגעפרעגט? קאפוסט איז געווען די רוב פון חב"ד כידוע. נאר וויבאלד ליובאוויטש איז געבליבן און ליבאוויטש מיט קאפוסט זענען געווען אויף מעסער שטעך, איז מען עס נישט גורס. עי' באשכול המיוחד לזה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:39 pm

לינק צום אשכול המיוחד?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:45 pm

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט