"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:57 pm

Yankel האט געשריבן:איך האב נאר געזען די לעצטע בלאט.
זיכער איז די גרינגסטע וועג ארויס, ווען סאיז דא אזוי סאך מהלכים וואס די רבי האט געמיינט מיט נשתכח, צו זאגן אז חסידות איז אויס און סווערט ריפלעיסט מיט ׳דרך החתם סופר׳...

דאס איז קלאר אז דער רבי האט נישט גוזר געווען אז סאיז נשתכח.. סאיז נישט דעם רעבינס חידוש כידוע. ער האט געקרעכצט נשתכח דרך הבעל שם אז מזאל נישט נוצן פשטים און דרך הבעש״ט אויף צו טוען קעגן שלחן ערוך. אבער ער אוודאי נישט געמיינט מבטל זיין חסידות וואס איז א מהלך צו לעבן מיט יסודות און אמונה וכו׳ לעבן אין העכערקייט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט כל אחד לפי דרכו

אוודאי דאס איז זיין כוונה, און ווען מען קוקט גיט אין זיין לשון ארום און ארום זעהט מען קלאר אז דאס וויל ער ארויסברענגען ולא זולת.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:54 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:א שטיקל פון הרה"ק משאץ (אור גנוז מאמר ל"ה) ווי ער איז מעיד ווי שטארק די חסידות האט אפגעראטעוועט אידישקייט בימיו: עכשיו ועוד בב' וג' דורות שלפנינו שהחסידות הראתה במעשה חסידותה וחכמתה וקדושתה וזהירותה בהידור מצוה במס"נ והכנסת אורחים וגידולי בנים לתורה וליראת שמים וזהירות באכילה ושתייה מספק ספיקא במאכלים לא מטוהרים, וגדרה חומת ברזל המפסקת בינה ואנשיה להזרמים המרים והחשכים הזורמים בעו"ה זה מאה שנה, ההשכלה החשכה הטפשית ולימוד חכמות ולשונות העמים אשר הם לשכים להתוה"ק והיהדות וכו', כל זה גדרה החסידות בגדר ברזל ועופרת בלבוש ישראל סבא ועוד סניפיה, וכל רואה בעינא פקיחא ואמתיות, יראה גידול בני החסידים, יראה ויבין להתחסד עם קונו וחשב עם קונהו וכו', והמדינות שלא נגה עליהם דרך החסידות נשארו אעא יבש, וזה אמת וצדק לא יוכל איש להכחיש כי שם אף אם יש בעיר איזה יחידי סגולה לומדים הם מרוחקים מההמון והבע"ב ואינם כיאות, ועוד בזמן הש"ס היו הע"ה שונאים גמורים להת"ח, והבעש"ט הק' בדרכו בקודש קירב את העמי הארץ בכל מיני התקרבות עד שנתהפכו לאוהבים להת"ח ומשפילים א"ע בביטול גמור נגד הת"ח, וזה לא הי' אלפי שנה וזה אמת וצדק עיר וקדיש משמיא נחית לעשות משונאים אוהבים וזה מנפלאות הבורא ב"ה וב"ש, חזקו ואמצו ידידיי וקנו לכם ספרי החסידות הבנוי ומגודל על דרך הקבלה וחכמת האמת, ותעיינו לעתים בזוה"ק ותק"ז ותטעמו דבש נופת צופים בטעם תפלה וטעם תורה לשמה וכו'.

עס זעהט נישט אויס ווי שיטת הארגינעלע איד [בשיטת הרה"ק מוו"ש שליט"א] זאל זיך ממש פארן מיט די דאזיגע ווערטער, און מיט נאך ווערטער פון צדיקים [אויך פון די אונגארישע חדר, שטארקע ווערטער דא פון זיי אין דעם ענין] וואס זיי שרייבן בפירוש ווי דוקא די דרך החסידות האט אפגעראטעוועט און וועט ראטעווען אידישקייט עד ביאת המשיח.

כאילו די דרך החת"ס איז בלויז פאר לומדים
ער רעדט ניטאמאל פונעם חת"ס ותלמידיו ער רעדט פונעם רעאליעט ווי ער איז געווען אין פוילן אדער אין גאליציע ווייסעך נישט פונקטליך די תולדות וואו ער האט געוואוינט אבער זיכער נישט צווישן ממשיכי דרך החת"ס.
געווען א יוד א גרויסער צדיק א בנן של קדושים מגזע ראפשיץ ר' יודעלע האראוויטץ האט ער געהייסן סוף ימיו האט ער געוואוינט אין לאנדאן ער האט זיך אריינגעזעצט אין דושינסקי און האט נישט געוואלט וויסן מער פון גארנישט, זיין נדן האט ער אויסגעגעבן צו דרוקן די דרשות חת"ס ער פלעגט זאגן אז אלעס וואס מקען טרעפן אין די חסידישע ספרים שטייט שוין אין חת"ס , סוף ימיו האט ער שוין נישט גערעדט (בשיטה) אבער ווען ער האט געטראפן א נאנטע תלמוד פון רב דושינסקי האט ער גערעדט מיט יענעם כאילו לא היה.
בכלל דו לייגסט עס אראפ כאילו די דרך החת"ס איז שו"ע און אויך בלויז פאר לומדים וזהוא נישטא גארנישט מער!!, אבער אנטשולדיגט רב פיבערמעסטער טייערע איר זענט אין די בחינה פון לא נגע ולא פגע.
די ממשיכי דרכו כדוגמת, רב דושינסקי, ר' מיכאל בער, ר' עזריאל יודא לעבאוויטש , רש"ד אונגאר מנייטרא זצ"ל, דער הייליגער ייטב לב, די רבי ז"ל ועוד ועוד, אלע האבן זיי געזאגט די זעלבע זאך, זייער ציל איז נישט צו מחנך זיין א דור פון גדולים וצדיקים נאר צו מחנך זיין ערליכע בעלי בתים, זיי זענען גרייט אויפציגעבן זייערע מדריגות כדי צו מחנך זיין א ערליכע דור,
דאס איז בלויז איין דוגמה צווישן אסאך אנדערע, וואו אין די חסידישע /ליטווישע וועלט הערט מען אזא שפראך? וואס זאגט דאס? אז עפעס א שיטה און מהלך איז דא פארגעגאנגען גארנישט אזוי פשוט און בכלל נישט דומה צו די לומדי בראד לא מיניה ולא מקצתיה,
אגב אין די "חסידישע" גאליציע איז באבובער רבי ארומגעלאפן ראטעווען די יוגנט וואס איז אפגעפארן אין די מאסן און האט געגרינדעט ישיבות, בשעת ווען אין אונגארן האט מען אנגעהויבן מישן חסידות (צב"ש גאלאנטא מ'האט געדאווענט דארט אויפן נוסח אשכנז און געפירט טיש פרייטיג צונאכטס אנגעטון גארטלעך און געלאזט וואקסן די בערד...יענס חסידיש...אוואדע געמישט.....אויך חסידות) מיט א ערליכע דור כדי סזאל זיך ווייטער האלטן. אגרויסע חילוק צווישן ראטעווען פון אפפארן און מוסיף זיין השגות און פנימיות צו א פעסט געבויטן בנין.
אויף'ן מינוט קען איך יעצט נישט מאריך זיין אי"ה עוד חזון
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:14 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 8:57 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:איך האב נאר געזען די לעצטע בלאט.
זיכער איז די גרינגסטע וועג ארויס, ווען סאיז דא אזוי סאך מהלכים וואס די רבי האט געמיינט מיט נשתכח, צו זאגן אז חסידות איז אויס און סווערט ריפלעיסט מיט ׳דרך החתם סופר׳...

דאס איז קלאר אז דער רבי האט נישט גוזר געווען אז סאיז נשתכח.. סאיז נישט דעם רעבינס חידוש כידוע. ער האט געקרעכצט נשתכח דרך הבעל שם אז מזאל נישט נוצן פשטים און דרך הבעש״ט אויף צו טוען קעגן שלחן ערוך. אבער ער אוודאי נישט געמיינט מבטל זיין חסידות וואס איז א מהלך צו לעבן מיט יסודות און אמונה וכו׳ לעבן אין העכערקייט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט כל אחד לפי דרכו

אוודאי דאס איז זיין כוונה, און ווען מען קוקט גיט אין זיין לשון ארום און ארום זעהט מען קלאר אז דאס וויל ער ארויסברענגען ולא זולת.

ציטיר ביטע פון מיינע ווערטער ווי סאיז משמע אז איך האלט אנדערש פון די דאזיגע תגובה
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:06 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:א שטיקל פון הרה"ק משאץ (אור גנוז מאמר ל"ה) ווי ער איז מעיד ווי שטארק די חסידות האט אפגעראטעוועט אידישקייט בימיו: עכשיו ועוד בב' וג' דורות שלפנינו שהחסידות הראתה במעשה חסידותה וחכמתה וקדושתה וזהירותה בהידור מצוה במס"נ והכנסת אורחים וגידולי בנים לתורה וליראת שמים וזהירות באכילה ושתייה מספק ספיקא במאכלים לא מטוהרים, וגדרה חומת ברזל המפסקת בינה ואנשיה להזרמים המרים והחשכים הזורמים בעו"ה זה מאה שנה, ההשכלה החשכה הטפשית ולימוד חכמות ולשונות העמים אשר הם לשכים להתוה"ק והיהדות וכו', כל זה גדרה החסידות בגדר ברזל ועופרת בלבוש ישראל סבא ועוד סניפיה, וכל רואה בעינא פקיחא ואמתיות, יראה גידול בני החסידים, יראה ויבין להתחסד עם קונו וחשב עם קונהו וכו', והמדינות שלא נגה עליהם דרך החסידות נשארו אעא יבש, וזה אמת וצדק לא יוכל איש להכחיש כי שם אף אם יש בעיר איזה יחידי סגולה לומדים הם מרוחקים מההמון והבע"ב ואינם כיאות, ועוד בזמן הש"ס היו הע"ה שונאים גמורים להת"ח, והבעש"ט הק' בדרכו בקודש קירב את העמי הארץ בכל מיני התקרבות עד שנתהפכו לאוהבים להת"ח ומשפילים א"ע בביטול גמור נגד הת"ח, וזה לא הי' אלפי שנה וזה אמת וצדק עיר וקדיש משמיא נחית לעשות משונאים אוהבים וזה מנפלאות הבורא ב"ה וב"ש, חזקו ואמצו ידידיי וקנו לכם ספרי החסידות הבנוי ומגודל על דרך הקבלה וחכמת האמת, ותעיינו לעתים בזוה"ק ותק"ז ותטעמו דבש נופת צופים בטעם תפלה וטעם תורה לשמה וכו'.

עס זעהט נישט אויס ווי שיטת הארגינעלע איד [בשיטת הרה"ק מוו"ש שליט"א] זאל זיך ממש פארן מיט די דאזיגע ווערטער, און מיט נאך ווערטער פון צדיקים [אויך פון די אונגארישע חדר, שטארקע ווערטער דא פון זיי אין דעם ענין] וואס זיי שרייבן בפירוש ווי דוקא די דרך החסידות האט אפגעראטעוועט און וועט ראטעווען אידישקייט עד ביאת המשיח.

כאילו די דרך החת"ס איז בלויז פאר לומדים
ער רעדט ניטאמאל פונעם חת"ס ותלמידיו ער רעדט פונעם רעאליעט ווי ער איז געווען אין פוילן אדער אין גאליציע ווייסעך נישט פונקטליך די תולדות
בכלל דו לייגסט עס אראפ כאילו די דרך החת"ס איז שו"ע און אויך בלויז פאר לומדים וזהוא נישטא גארנישט מער!!, אבער אנטשולדיגט רב פיבערמעסטער טייערע איר זענט אין די בחינה פון לא נגע ולא פגע.
די ממשיכי דרכו כדוגמת, רב דושינסקי, ר' מיכאל בער, ר' עזריאל יודא לעבאוויטש , רש"ד אונגאר מנייטרא זצ"ל, דער הייליגער ייטב לב, די רבי ז"ל ועוד ועוד, אלע האבן זיי געזאגט די זעלבע זאך, זייער ציל איז נישט צו מחנך זיין א דור פון גדולים וצדיקים נאר צו מחנך זיין ערליכע בעלי בתים, זיי זענען גרייט אויפציגעבן זייערע מדריגות כדי צו מחנך זיין א ערליכע דור,
דאס איז בלויז איין דוגמה צווישן אסאך אנדערע, וואו אין די חסידישע /ליטווישע וועלט הערט מען אזא שפראך? וואס זאגט דאס? אז עפעס א שיטה און מהלך איז דא פארגעגאנגען גארנישט אזוי פשוט און בכלל נישט דומה צו די לומדי בראד לא מיניה ולא מקצתיה,
אויף'ן מינוט קען איך יעצט נישט מאריך זיין אי"ה עוד חזון

איך האב נישט קיין אהנונג וואס די רעדסט, איך האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז די דרך החתם סופר איז נאר פאר לומדים, איך פארשטיי בכלל נישט די ווערטער, על כל פנים איך האב דאס נישט געשריבן און נישט געמיינט.

איך ברענג דיר די עיקר די ווערטער פונעם שאצער רב כדי צו ברענגען נאך אן עד ראי' אז דוקא די דרך החסידות האט אפגעראטעוועט די איגנט, און נישט ווי די שרייבסט אויבן אז אין די פלעצער פון די דרך החסידות איז די איגנט געווען א חורבן, אדרבה עס איז געווען א חורבן וועגן אנדערע סיבות און חסידות האט געראטעוועט און אריינגעבלאזן חיות אז אידישקייט זאל קענען בלייבן.

וואס די פרעגסט ווי אין די חסידישע וועלט הערט מען אזא שפראך אז צדיקים געבן אויף זייערע מדריגות צו מחנך זיין ערליכע דורות. אפשר זאגסטו מיר ווי נישט? אלע צדיקים האבן דאס געטוהן אז זיי זענען ארויס פון זייער וועג אריינצוברענגען א חיות אין אידישקייט פונעם שוואכסטן איד ביז'ן ארגסטן איד. [ווי אין די ליטווישע הערט מען אזא שפראך? טאקע גיט געפרעגט, ווייל דארט איז די אידישקייט געבויעט לויט וויפיל לערנען די קענסט, און דאס איז טאקע די היפוך פון די דרך החסידות, און דער שאצער רב מיינט לכאורה בעיקר שולל צו זיין די סארט מהלך ביי די ליטווישע אז נאר די בני הישיבות זענען געווען די אידן משא"כ סתם בעלי בתים ביי מדינת ליטא וואס דארט לא נגע ולא פגע אור היהדות]

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:25 pm

סתם האסט אפשר מקורות אויף אלע רבנים אז זיי האבן געזאגט זיי דארפן ערליכע בעל בתים?
כאילו דאס האט א שייכות מיט דרך החת״ס..
האבן דען האדמו״רים מסקווירא באבוב בעלז זצוק״ל נישט געוואלט האבן א דור פון ערליכע בעל בתים?

אפשר מיינסטו דו מיהאלעוויצע תקנות פון תלמידי החת״ס תרכ״ו וועגן אריינגיין און א נעלאגישע שוהל, דרשנען בשפת המדינה וכלהו זענען היינט די אונגאריש אפשטאמיגע מער נזהר אין דעם?

אגב דעתו של הצדיק מוואדרידש וואס איז כידוע גאר אייגנארטיג, איז אז די מלחמה וואס די רבי געפירט קעגן די ציונים (כידוע האט ער נישט געגליכען עס אנצירופען ״זיין שיטה״) איז געווען א בחינה פון א הוראת שעה.. האמיר שוין נאך א שלאף בתוך המשכת דרך החת״ס..

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:34 pm

סיי דער סעקילהעדער רב און סיי דער שאצער רעדן פון לומדים.
דער שאצער רב איז אן עד ריאה פון וואו?
מיין קשיא איז בכלל נישט געווען וואו טרעפט מען צדיקים אויפגעבן מדריגות פאר אידנס וועגן, ביטע ליין איבער מיין תגובה, איך האב פרובירט צו געבן א דוגמא ווי מזעט אז די דרך החת"ס איז א דרך און אז סאיז נישט בלויז די שו"ע ונושאי כליו הגם סאיז דאס אויך
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:17 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:48 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
ואגב, כ'האב קיין מושג פון ווי איר נעמט אז אין אונגארן איז די יוגנט ווייניגער אוועקגעפאלן.

רעב זיבעציגער, אין פאקט איז עס אזוי געווען, אין אונגארן איז געפאלן אסאך אסאך ווייניגער ווי אין פוילן - רוסלאנד (גאליציע ווייס איך נישט)
ליינט אדורך א בוך פון א אונגארישע איד, און פון א פוילישע איד (עכ"פ פון די גרויסע שטעט ווי קראקא ווארשא) און איר וועט זיך עס אליין איבערצייגן

אנדערש ווי הרב ארגילענער וויל דא פארפירן כאילו חסידות האט גורם געווען אז די אינגווארג זאל אראפגיין, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די סיבה פארוואס די אינגווארג איז געגאנגען שלאפן ליידער, איז געווען צוליב די אלע גרופע'ס וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין די אלע פלעצער, און האבן געשניטן שטיקער, ליידער האט די עניות און די צרות בגשמיות געמאכט אז די יונגנט זאל זיכן נייע גליקן, און דאס איז געווען אין אונגארישע מקומות פונקט אזוי!!! [הווידיאו ממונקאטש והמצב מסיגוט לא הי' בפוילין ובגאליציע....] און אדרבה דאס וואס עס האבן זיך יא געהאלטן אידישקייט אין פוילן און אין גאליציע איז געווען דוקא דורך די דרך החסידות ווי עס האט געווירבלט מיט טויזענטער חסידישע בחורים, באבוב'ע גור'ע אלכסנדר פסיאצעסנע און נאך אטו כי רוכלא נחשב וניזיל, ווי דער פסיאצעסנער איז מאריך אין עטליכע מקומות אז דוקא די דרך החסידות די חמימות און די אש קודש און די אלע חסידישע חבורות מיט די ווארימקייט וואס מען האט געפינען ביי צדיקים, דוקא דאס האט געהאלטן די אידישקייט ביי די אינגווארג וואס איז געבליבן.

הקיצור, חס ושלום צו זאגן אז חסידות איז געווען א גורם אז די אידישקייט זאל פאלן, אדרבה אידישקייט איז געפאלן וועגן אנדערע סיבות אינגאנצן, און חסידות איז געווען די סיבה צוריקצוברענגען די אידישקייט פון די אינגווארג.

אויף דעם תגובה קען איך זאגן איין זאך איר האט קיין מושג נישט אין די היסטאריע פון יוראפ
אין פוילן זענען די חסידים געווען כמעט די איינציגסטע פרומע אבער זייערע קינדער האבן זיך נישט געהאלטן(ביטע ליין די הקדמה פונעם פיסעצנער אויף חובות התלמידים)מאיז דארטן אפפגעפארן אין די מאסן
אין אונגארן בכלליות האט זיך יודישקייט פיין געהאלטן, סיגוט איז אין מארמאראש און מונקאטש איז אין קארפאטן רוס אבער דער עיקר איז אז דאס זענען געווען די איינציגסטע עכט שוואכע שטעט פון די גאנצע גלילות(אופס פון די געציילטע עכט חסידישע שטעט...איך האלט נישט אז חסידות פירט אפ בכלל אדרבה...אבער אויב ווילסטו אזוי לערנען פשט אז איך מיין דאס צו זאגן דאן טו וואס דו ווילסט),
אין בודאפעסט איז פון די ארטאדאקסישע קהילה גארנישט אוועקגעפאלן זיי זענען געווען יראים ושלימים, יעצט קום מיך נישט מיט קיין נעאלאגישע קהילות ווייל ע"פ שיטת החת"ס זענען זיי נישט אינעם כלל ישראל (אפילו אלעס איז אלוקית!!)
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:53 pm

סארקאזי האט געשריבן:צו האבען א קלארקייט אין דעם נושא בדרך התורה.
דארף מען ליינען די שיחה פון מרן הקדוש מצאנז. וואס ער האט גערעדט אויף די נושא.
סאיז געדריקט אין חמדה גנוזה

און פאר חמדה גנוזה איז געדרוקט געווארן האט קיינער נישט פארשטאנען?......

ס'דא אסאך מעהר צו וויסן ווי די טרוקענען שווארצע טינט אויף יענע צוויי בלעטער בכדאי צו ארויסהאבן דעם ענין

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:59 pm

Yankel האט געשריבן:סתם האסט אפשר מקורות אויף אלע רבנים אז זיי האבן געזאגט זיי דארפן ערליכע בעל בתים?
כאילו דאס האט א שייכות מיט דרך החת״ס..
האבן דען האדמו״רים מסקווירא באבוב בעלז זצוק״ל נישט געוואלט האבן א דור פון ערליכע בעל בתים?

אפשר מיינסטו דו מיהאלעוויצע תקנות פון תלמידי החת״ס תרכ״ו וועגן אריינגיין און א נעלאגישע שוהל, דרשנען בשפת המדינה וכלהו זענען היינט די אונגאריש אפשטאמיגע מער נזהר אין דעם?

אגב דעתו של הצדיק מוואדרידש וואס איז כידוע גאר אייגנארטיג, איז אז די מלחמה וואס די רבי געפירט קעגן די ציונים (כידוע האט ער נישט געגליכען עס אנצירופען ״זיין שיטה״) איז געווען א בחינה פון א הוראת שעה.. האמיר שוין נאך א שלאף בתוך המשכת דרך החת״ס..

איך ווייס נישט וואו דו שטעלסט מיך צו הרב מוואודריטש אפשר יעדער סאטמארער וואס פרובירט זאגן דעם אמת קוועטשטו אריין אין איין ווינקל אין דיין קאפ.
ליין די בוק פון ר' מיכאל בער, אויפן מינוט געדענק איך נישט ווי כהאב געזען די אנדערע אבער דוכט זיך אז דער חת"ס אליינס האט אויך אזוי געזאגט.
יעדער האט געוואלט אלעס!! די קשיא איז, פאקטיש וואס האסטו גע'עסקנט און געטון?
וואו נאך זענען די רבנים געווען מלמדי תינוקת? וואו נאך זענען די רבנים געליגן אין שמוץ(אזוי צו זאגן) כדי צו עומד זיין על המשמר פון סיי וועלכע פירצה?
שוין איינמאל א דרך!
נישט זיין פארנומען אזויפיל מיט משיחיזעם נאר זיכער מאכן אז ער האט צו וועמען צו קומען!!
און בכלל אין רוב חסידותער אדער ביסטו א דורכגעווייקטע חסידישע יוד (ווייס נישט פונקטליך די באדייט) אדער האסטו נישט קיין שום מעמד.
נישטא קיין עכטע מקום פאר פשוטע ערליכע בעלי בתים ארבעטערס, אויך חסידות?
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:06 pm

אהא איז לויט דעם זענען אלע וואס זענען ארויס לתרבות רעה און פוילן נישט קיין חלק צו רעכענען אלס אידען.. און סאיז נאר געבליבן יראים ושלמים..

דאכצעך און בודאפעסט שטייט נאך אלע דריי בתה מדרשים איך האב שוין געזען (פון אינדרויסן) די נעלאגישע און די שטאטסקווא, ביידע ריזיג גרויס און פארנעמט א סקווער בלאק דאס מיינט אז די ארטעדאקסישע קהילה להבדיל איז ארום א דריטל

אגב דער קדושת יו״ט האט זיך נישט אינגאנצן צו געשטעלט צום טיילונג והיה שטיקל רוגזה בינו ובין הכתב סופר
הסיבה לזה ווייל ער האט געוואלט גיין שארפער (ועוד מחמת שהפארשטייער בעד הארטעדאקסן היה מתנגד גדול)

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:10 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:אין פוילן זיינען מער פון די יונגווארג געפאלן צו די גרופעס ווייל מען האט זיי נישט צוזאם גענומען אין די ישיבות ווי אין אונגארן, אין באבוב און פציאסנא איז טאקע בעסער געווען זיי האבן שווער אריינגעארבייט אין די יוגנט.

ישיבות איז איינס פון נאך צענדליגער יסודות וואס דער חת"ס האט אווועקגעשטעלט
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:12 pm

סארקאזי האט געשריבן:און אין רוסלאנד ווי ס'זענען געווען חב''דסקער מיט ברעסלעווער חסידים זענען נאך ווייניגער געפאלען נאר קאמעניזעם האט עס אויסגעריסען אבער זיי זענען געווען פעלזען פעסט

"ווייניגער"? ווייסעך נישט די מצאות אין רוסלאנד, אגב איר האט א וועג וויאזוי איר רעכנט פראצענטן?
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:13 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:5)פארן קריג איז די איינציגסטע פלאטץ וואס איז געבליבן פעלזן פעסט געטריי לשם ולתורתו בלי שום שינוי
געווען אונגארן וגלילותיה ווי די חת"ס השפעה האט געגרייכט, נישט די חסידישע פוילן און נישט די ליטווישע ליטע(הגם איבעראל איז אלס געווען ערליכע יודן, איך רעד אבער פונעם רוב מנין ובנין ובתוכם די יונגע דור..ואכהמ"ל בדברים ידועים ומפורסמים)והדברים אומרים דורשינו

אזא מין קליינקעפיגקייט

אונגארן איז געבליבן פעלזן פעסט? לשם ולתורתו?

וויזוי פונקטליך????? מיט אפאר הונדערט טויזנט!! געשמד'טע אידן??? און נאך טויזנטער האלבע רעפארמער און סתם משכילים? (און דאס אלעס הארט נאכ'ן חת"ס!!!)
הלזה יקרא "איינציגסטע פלאטץ לשם ולתורתו"?????

דאס איז געווען דער "מעכטיגער" תורה פעסטונג וואס אונגארן האט אהערגעשטעלט?????
(לגבי דעם פאקט מאכט נישט אויס אז ס'געווען א טיילונג, במציאות הדברים זענען מיליאנען נפשות אין אונגארן אפגעפארן, אנגעהויבן פון די ת"ר יארן!. דאס אז מ'האט זיך אפגעריסן פון די אפגעפארענע איז גארנישט משנה דעם פאקט, דו"ק היטב בזה)

משא"כ פוילן גאליציע מיט מיט מיליאנען פרומע אידן ביזן ערשטן קריג, און אויך נאכן ערשטן קריג איז עס געבליבן מיט א פראכט פון הונדערטער טויזנטער חסידישע אידן און טויזנטער גאונים וצדיקים

בקיצור, סתם דאמירן בעלמא אין פילן זין פון ווארט, און ס'שוין געווארן ידועים ומפורסמים..........

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:25 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:נישט ווייל מען קען נישט מסביר זיין די טיפע באגריפן אין חסידות אויף איין פיס, מיינט עס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז. ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, טרעפט מען חידושים עצומים אין תורת החסידות וואס מען טרעפט נישט אויף די פארנעם אין די פריערדיגע! [b][b]די אלע יסודות וואס איז געבויעט אויף די אמונה טהורה אז עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויף דער וועלט חוץ דעם אייבערשטן,[/b][/b] וואס אויף די נקודה איז געבויעט "טויזענטער" דרכי העבודה בתורת החסידות, אויף די נקודה והמסתעף איז געבויעט אלפי בחינות בתורת החסידות וואס די טרעפסט דוקא דארט, די גאנצע בליק אויף די בריאה איז געווארן העכער מיט תורת החסידות, און די אלע זאכן טרעפסטו נישט אין די פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפסטו די פסוק מלא כל הארץ כבודו, און אונז ווייסן מיר אלע אז לית אתר פנוי מיני', אבער דאס אראפצוברענגען אויף אזא פארנעם אז דאס זאל ווערן א חלק פון די דרכי עבודה מיט א נייע וועלט וואס דרייט זיך ארום דעם, איז דא אין דעם כמה חידושים עצומים בתורת החסידות.

זייטזשע מיר מוחל טויזענט מאל אבער דער מציאות איז "נישט" אזוי, דאס גאנצע ענין שטייט קלאר ארויס אין פריערדיגע ספרי יראה וספרי קבלה מיט יסודות פון זוה"ק, די פריערדיגע מקובלים, דער אריה"ק ותלמידיו און ווייטער.

לענין, יא מען ברויך לערנען ספרי חסידות, פארוואס? לערן נאר ווי עס באדארף צו זיין וועסטו שוין וויסן.

זיי מיר מוחל אבער די מציאות איז "יא" אזוי, נאר עס פארלאנגט זיך אן אריכות גדול דאס צו מבאר זיין, אבער אין איין ווארט וישמע חכם ויוסיף לקח. עס איז דא א ריזיגע חילוק פון דרך האר"י הרמ"ק הבעש"ט, אזוי ווי הרה"ק רבי יצחק אייזיק מהאמיל תלמידו של בעל התניא צולייגט עס זייער שיין ער רופט עס אן בשם "השתלשלות השראה התלבשות" און ער שרייבט קלאר אז אפילו לויט'ן דרך האר"י איז די גילוי אלקות אויף אן אופן פון "התלבשות" דהיינו אז די בליק אויף די בריאה איז אז בעצם איז דא א בריאה, נאר עס איז מלובש אין דעם די אור ה', וואס דאס ברענגט ממילא ארויס אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש חוץ דעם אייבערשטן ווייל אין יעדע זאך איז דא מלובש דעם אור ה'.

און דעריבער לויט דעם דרך האר"י פארלאנגט זיך פאר א איד זיך אויסצוטוהן פון אלע סארט ענינים פון וועלט, און זיך מזכך זיין צו זיין א הימלישע מענטש ממש, און נאר דעמאלס קענסטו משיג זיין דעם דרך האר"י בשמים ממעל.

משא"כ דער דרך הבעש"ט רופט אן ר' אייזיק מהאמיל בשם "השראה" דהיינו אז אין יעדע זאך בעצם איז שורה דעם אור ה', דהיינו אז עס איז בכלל נישט דא עפעס אנדערש אין די בריאה חוץ דעם אייבערשטן (נאר דער אייבערשטער האט געגעבן רשות פאר די סט"א צו מעלים זיין און זיך פירן כאילו זיי זענען א מציאות בפני עצמו, אבער באמת איז דאס נישט אזוי).

און אויב דאס איז די מציאות, קומט אויס אז א מענטש איז כסדר נאנט צום אייבערשטן אויף א מורא'דיגע פארנעם, און בפרט ווען ער טוט א מצוה ווערט ער נישט סתם נאענט צום אייבערשטן נאר ער ווערט ממש איינס מיט'ן אייבערשטן, נישט די פשט אז די מענטש איז א מענטש און די מצוה איז א מצוה און דער אייבערשטער איז דער אייבערשטער און דאס אלעס ווערט איינס, אזוי ווי צוויי עקסטערע זאכן זענען זיך מחבר, נישט דאס איז די דערהער פון חסידות, נאר די דערהער איז אז עס איז בכלל נישט דא קיין צוויי זאכן דא, מיט די מצוה וואס די טוסט ווערסטו ממש איינס כביכול מיט'ן אייבערשטן. דאס איז לדוגמא בעלמא, ווייל אזוי איז דא נאך טויזענטער בחינות אין חסידות מיט מורא'דיגע חיזוק אין יעדע מצב של חושך וכו', וואס אלעס ברענגט זיך ארויס ארום די נקודה, אז איבעראל טרעפסטו דעם אייבערשטן, אלעס איז דער אייבערשטער, בפרט ביי יעדע יום טוב וכדומה ווי עס איז דא א גרעסערע גילוי פון קדושה, מיינט דאס אז עס איז דא א גרעסערע גילוי פונעם אייבערשטן אליין, וואס ממילא ברענגט דאס ארויס א מורא'דיגע התלהבות און פלאם ביי יעדע מצוה, וואס דאס איז א חלק פון נחלת הכלל בדרך החסידות.

יעצט, דאס וואס די זאגסט אז מען טרעפט דאס שוין אין פריערדיגע ספרים, אוודאי טרעפט מען די ענין אז אלעס איז דער אייבערשטער, אבער עס איז נישט געווארן אראפגעברענגט אויף א אופן אז מען זאל קענען לעבן דערמיט, דהיינו אין נפש החיים למשל האלט ער אויך זייער שטארק אז צמצום איז נישט כפשוטו, אבער ער ברענגט ארויס אז מען קען נישט "לעבן" דערמיט, ווייל במציאות איז דא א רע מיט עבודה זרה וכו', משא"כ ביי די דרך הבעש"ט איז די ענין פון צמצום שלא כפשוטו געווארן א "דרך צו לעבן דערמיט טאג טעגליך" מיט די אלע יסודות אז אלעס איז דער אייבערשטער וואס גאנץ תורת החסידות דרייט זיך ארום דעם.

און פאר ארגינעלער וואס איז פארנומען אז וויבאלד יעדער איז מסביר אנדערש די דרך החסידות ממילא איז א ראי' נפלאה אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, וויל איך אים זאגן, אז איך האב שוין ערווענט אויבן, אז נישט יעדע זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס מיינט דאס אז מען ווייסט נישט וואס דאס איז, און די עיקר נקודה איז אז עס איז א קליינע נפקא מינה צו די האסט יא ארויס די דרך החסידות צו נישט, לערן חסידישע ספרים, פיר דיך ווי עס שטייט דארט, וועסטו ממילא האבן דעם דרך החסידות, ווייל אלעס דארט איז געבויעט אויפ'ן דרך החסידות, אפילו די וועסט מיר נישט קענען מסביר זיין וואס ליגט אינטער דעם און אויף וועלכע יסודת עס איז געבויעט.

און בנוגע דיין טענה אז די איינציגסטע דרך איז די דרך החתם סופר, איז אפשר קענסטו מיר ביטע שיין מסביר זיין וואס איז די דרך החתם סופר? הא? זיך פירן ווי עס שטייט אין שולחן ערוך? האמיר דאך שוין די שולחן ערוך פאר דעם. משא"כ די דרך החסידות טרעפסטו דארט אוצרות מיט גאלדענע יסודות וואס די טרעפסט דוקא אין די אוצר פון ספרי החסידות, און פון דיינע תגובות זעהט זיך אן אז די ביסט נישט עוסק שטארק אין תורת החסידות, ממילא ווייסטו טאקע נישט אז עס איז דא אזא סארט זאך.
און בנוגע דיין טענה אז אין אונגארן האט זיך בעסער געהאלטן אידישקייט, דאס איז סתם א שקר גס, אין פוילן איז געווען הונדערטער טויזענטער חסידישע אידן און בחורים דערהויבענע חסידישע הייליגע נשמות, טויזענטער בחורים וואס האבן זיך געווייקט אין אידישקייט און בתורת החסידות, און וויאזוי סיגוט מיט בודאפעסט האבן אויסגעקוקט וועל איך דיר באלד פארציילן, און דאס אז ליידער זענען פילע פון די אינגווארג אראפגעגאנגען פון וועג, איז פשוט וויבאלד די ארימקייט איז געווען געפערליך גרויס, די צרות מיט די אלע גשמיות'דיגע פראבלעמען האט געמאכט אז די אלע גרופעס פון ציונים און משכילים זאלן קענען געפינען א פלאץ ביי די אינגווארג, וואס די אינגווארג איז אונגארן איז נישט געווען בעסער ליידער.

די גרעסטע ראי' אז דוקא חסידות האט אפגעראטעוועט די ביסל אידישקייט וואס איז געבליבן און נישט די דרך פון חתם סופר, האסטו טאקע פון דעם אליין אז גאר אסאך פון די תלמידי החתם סופר ותלמידי תלמידיו האבן זיך געקלאמערט צום דרך החסידות, און מדריך געווען זייערע קהילות און ישיבות דוקא אויפ'ן דרך החסידות, און האבן שטארק ארויסגעברענגט אז די דוקא די דרך החסידות איז כתריס בפני הפורעניות זיך צו האלטן בעקבתא דמשיחא. [און נישט ווי דיין רבי מוואדריטש דרייט אויס די ענין כאילו זיי האבן נאר משלב געווען וכו', אדרבה זיי האבן איינגעזעהן אז די דרך החסידות איז די ריכטיגע דרך, איי אין די פריערדיגע דורות איז דאס נישט געווען? נו פשוט דעמאלס איז אויך נישט געווען די סארט נסיונות ווי עקבתא דמשיחא ממילא האט נישט אויסגעפעלט אזעלכע ריזיגע פאנצער'ס ופשוט.

און איך וועל דיר טאקע מעתיק זיין א לשון פון אמרי יהודה מסעקלהעד וואס ער ברענגט שיין ארויס פארוואס די דרך החתם סופר האט זיך נישט געהאלטן און דוקא די דרך החסידות האט זיך געהאלטן, און דא האסטו שוין א תירוץ אויף דיין בלבול אז דוקא אין אונגארן האט זיך געהאלטן אידישקייט, אדרבה דוקא ביי חסידות האט זיך געהאלטן אידישקייט, און אפילו די אונגארישע האט געמיזט צוקומען צום דרך החסידות באופן כללי.

דאס איז זיין לשון אין אמרי יהודה פ' שלח, און די זעלבע ענין דערמאנט ער אין נאך פלעצער: אכן ענין של הבעש"ט מה הוא, והסביר לו כי רשב"י זי"ע גילה לפני העולם שיש א"ל עולם, והאר"י ז"ל לימד איך להתקרב לה', והבעש"ט הק' לימד את העם שה' לפני האיש וכו', ונ"ל הענין כי רשב"י זי"ע התבודד וסיגף א"ע עד אין חקר ופירש מעניני העולם מכל וכל ועסק בנויות ברמה, והאר"י הק' זצ"ל זי"ע לימד איך שגם ע"י עניני העולם יתקרב האדם לבוראו ואיך יכנס לפני ולפנים, והבעש"ט הק' זצ"ל זי"ע לימד שבכל דבר האדם הוא לפני ולפנים ומלכותו בכל משלה והוא נמצא בכל, וכמבואר בספרי תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע ועכ"י בשמו איך להכניס הקדושה בכל ענין כי הוא בכל מצוי, וכאשר אנו רואים זה הדרך בחסידים ואנשי מעשה, לכן מתקיים התורה והיראה אצל כת החסידים ההולכים בדרך הבעש"ט הק' עכ"פ לפי הדור, שבכל דבר ישנו קדושה והכל כלול בקדושתו יתברך ועל הכל שורה, וממילא אין הפסק בעבדות ה' והוי כמעין שאינו פוסק, אכן דרכם של אותן גדולי ישראל [החת"ס ותלמידיו] שמסרו ג"כ נפשם לה' בתורה ועבודה, זה הדרך לא היה בכחם של רבת העם לילך בה, ועל כן נתמעט הדרך הזה.עכ"ל.

איי וועסטו זאגן אז נישט יעדער גייט ליידער אויף די דרך, און אפילו אין חסידישע פלעצער איז אויך דא אינגעלייט ליידיגגייער'ס ליידער וכו', נו נו, דאס מיינט נאך נישט אז די דרך החסידות איז נישט קאי וקיים, עס איז קאי וקיים פאר ווער עס וויל גיין דערין. א גיטן טאג.

נאוואדע איז דא אזא דרך די קשיא איז אויב אונז פשוטע יודן קענען און מעגן טון למעשה עפעס מיט די השגות חוץ'ן זיך אנווארימען מיט די דברי אלוקים חיים.
די קשיא איז אויך אויב סאיז שייך עס ריכטיג משיג צו זיין און עס צו באנעמען אויף א אופן וואס עס זאל הן נישט שאטן ברוחניות ובגשמיות און הן סזאל נישט ארויסקומען דוכדעם קיין סתירות צו נגלות התורה.
געווען וואס האבן מורא געהאט פון צופיל פאטשקענען אין אזאנע ענינים פאר יעדען שמויגער.
ס'דא א ווארט (היפך פון א חסידיש) פונעם מהר"ם שיק, וארשתיך לי באמונה, צום אויבערשטן דארף מען האבן אמונה, וידעת את השם,די את השם לרבות תלמידי חכמים זיי זאלסטו נישט גלייבן נאר פארשטיין,
כוויל פשוט פארשטיין די אלע מימרות וואס מזאגט אלס נאך פון אלע גדולים צב"ש הרב וואזנער אז בימינו אלה איז נאר דא די כוח התורה, ובכלל יעדער מאכט היינט חבורת אין לימוד התורה ווייל אנדערש איז מען דיסקאנעקטעד פון אלעס, האט דאס נישט די חת"ס געזאגט פון די ערשטע מינוט אן? חסידות ריפלעיסט דאס נישט!!, סדארף גיין צוזאמען, איך פרעג חלילה נישט אפ איך פרוביר נאר צו פארשטיין.
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:34 am, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 10:30 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:5)פארן קריג איז די איינציגסטע פלאטץ וואס איז געבליבן פעלזן פעסט געטריי לשם ולתורתו בלי שום שינוי
געווען אונגארן וגלילותיה ווי די חת"ס השפעה האט געגרייכט, נישט די חסידישע פוילן און נישט די ליטווישע ליטע(הגם איבעראל איז אלס געווען ערליכע יודן, איך רעד אבער פונעם רוב מנין ובנין ובתוכם די יונגע דור..ואכהמ"ל בדברים ידועים ומפורסמים)והדברים אומרים דורשינו

אזא מין קליינקעפיגקייט

אונגארן איז געבליבן פעלזן פעסט? לשם ולתורתו?

וויזוי פונקטליך????? מיט אפאר הונדערט טויזנט!! געשמד'טע אידן??? און נאך טויזנטער האלבע רעפארמער און סתם משכילים? (און דאס אלעס הארט נאכ'ן חת"ס!!!)
הלזה יקרא "איינציגסטע פלאטץ לשם ולתורתו"?????

דאס איז געווען דער "מעכטיגער" תורה פעסטונג וואס אונגארן האט אהערגעשטעלט?????
(לגבי דעם פאקט מאכט נישט אויס אז ס'געווען א טיילונג, במציאות הדברים זענען מיליאנען נפשות אין אונגארן אפגעפארן, אנגעהויבן פון די ת"ר יארן!. דאס אז מ'האט זיך אפגעריסן פון די אפגעפארענע איז גארנישט משנה דעם פאקט, דו"ק היטב בזה)

משא"כ פוילן גאליציע מיט מיט מיליאנען פרומע אידן ביזן ערשטן קריג, און אויך נאכן ערשטן קריג איז עס געבליבן מיט א פראכט פון הונדערטער טויזנטער חסידישע אידן און טויזנטער גאונים וצדיקים

בקיצור, סתם דאמירן בעלמא אין פילן זין פון ווארט, און ס'שוין געווארן ידועים ומפורסמים..........

די ערליכע זענען געווען ערליך לגמרי בלי שום שינוי כל דהוא און זייערע קינדער האבן רובה דרובה זיך געהאלטן בדרך אבותיהם ערליך און ריין, ע"פ השקפתו ובכוחו של אותו זקן,און יא סאיז ידועה און מפורסם פאר ווער סווייסט אביסל היסטאריע.
פאר א סיבה האט דער הייליגער בעלזער רב אזוי מקרב געווען די אויבערלענדער יודן וואס זענען געגאנגען אן קיין בערד און געגעסן "שטאפ".
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:11 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:סתם האסט אפשר מקורות אויף אלע רבנים אז זיי האבן געזאגט זיי דארפן ערליכע בעל בתים?
כאילו דאס האט א שייכות מיט דרך החת״ס..
האבן דען האדמו״רים מסקווירא באבוב בעלז זצוק״ל נישט געוואלט האבן א דור פון ערליכע בעל בתים?

אפשר מיינסטו דו מיהאלעוויצע תקנות פון תלמידי החת״ס תרכ״ו וועגן אריינגיין און א נעלאגישע שוהל, דרשנען בשפת המדינה וכלהו זענען היינט די אונגאריש אפשטאמיגע מער נזהר אין דעם?

אגב דעתו של הצדיק מוואדרידש וואס איז כידוע גאר אייגנארטיג, איז אז די מלחמה וואס די רבי געפירט קעגן די ציונים (כידוע האט ער נישט געגליכען עס אנצירופען ״זיין שיטה״) איז געווען א בחינה פון א הוראת שעה.. האמיר שוין נאך א שלאף בתוך המשכת דרך החת״ס..

איך ווייס נישט וואו דו שטעלסט מיך צו הרב מוואודריטש אפשר יעדער סאטמארער וואס פרובירט זאגן דעם אמת קוועטשטו אריין אין איין ווינקל אין דיין קאפ.
ליין די בוק פון ר' מיכאל בער, אויפן מינוט געדענק איך נישט ווי כהאב געזען די אנדערע אבער דוכט זיך אז דער חת"ס אליינס האט אויך אזוי געזאגט.
יעדער האט געוואלט אלעס!! די קשיא איז, פאקטיש וואס האסטו גע'עסקנט און געטון?
וואו נאך זענען די רבנים געווען מלמדי תינוקת? וואו נאך זענען די רבנים געליגן אין שמוץ(אזוי צו זאגן) כדי צו עומד זיין על המשמר פון סיי וועלכע פירצה?
שוין איינמאל א דרך!
נישט זיין פארנומען אזויפיל מיט משיחיזעם נאר זיכער מאכן אז ער האט צו וועמען צו קומען!!
און בכלל אין רוב חסידותער אדער ביסטו א דורכגעווייקטע חסידישע יוד (ווייס נישט פונקטליך די באדייט) אדער האסטו נישט קיין שום מעמד.
נישטא קיין עכטע מקום פאר פשוטע ערליכע בעלי בתים ארבעטערס, אויך חסידות?

לא זכיתי להבין

נאר די אונגארישע רבנים האבן געפאוקעסט אויף פשוטע בעל בתים??

האט דער באבובער רב למשל נישט זיך אראפ געלאזט צו צובראכענע זעקס יאהר מלחמה איבערלעבער פשוט זיך בעטן זיי זאלן חתונה האבן און אנהייבן דאס לעבן פון פריש?
האט דער בית ישראל נישט געפאוקסט אויף בעל בתים? דירות פרנסות נייע ישובים? וכהנה וכהנה. זיי האבן אלע געמיינט משיחיזם? רח״ל מהאי דעתא

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:31 pm

Yankel האט געשריבן:אהא איז לויט דעם זענען אלע וואס זענען ארויס לתרבות רעה און פוילן נישט קיין חלק צו רעכענען אלס אידען.. און סאיז נאר געבליבן יראים ושלמים..

דאכצעך און בודאפעסט שטייט נאך אלע דריי בתה מדרשים איך האב שוין געזען (פון אינדרויסן) די נעלאגישע און די שטאטסקווא, ביידע ריזיג גרויס און פארנעמט א סקווער בלאק דאס מיינט אז די ארטעדאקסישע קהילה להבדיל איז ארום א דריטל

אגב דער קדושת יו״ט האט זיך נישט אינגאנצן צו געשטעלט צום טיילונג והיה שטיקל רוגזה בינו ובין הכתב סופר
הסיבה לזה ווייל ער האט געוואלט גיין שארפער (ועוד מחמת שהפארשטייער בעד הארטעדאקסן היה מתנגד גדול)

קדושת יו"ט ? איר קענט היסטאריע ? מיט וועלכע חסידים האט ער זיך געדארפט קריגן איבער די נושא ? און וואס איז געווארן מיט זיי ?

דרך אגב אין וועלכן כלל רעכנסטו די אלע חסידישע אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקע פאר די קריג ?
לעצט פאראכטן דורך התבונני אום זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:33 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:און אין רוסלאנד ווי ס'זענען געווען חב''דסקער מיט ברעסלעווער חסידים זענען נאך ווייניגער געפאלען נאר קאמעניזעם האט עס אויסגעריסען אבער זיי זענען געווען פעלזען פעסט

"ווייניגער"? ווייסעך נישט די מצאות אין רוסלאנד, אגב איר האט א וועג וויאזוי איר רעכנט פראצענטן?

אין רוסלאנד האבן זיך די חב"ד'סקער נישט געלאזט פון קאמעניזם - נאר זיך אומבאשרייבליך מוסר נפש געווען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:35 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:וואו נאך זענען די רבנים געווען מלמדי תינוקת? וואו נאך זענען די רבנים געליגן אין שמוץ(אזוי צו זאגן) כדי צו עומד זיין על המשמר פון סיי וועלכע פירצה?
שוין איינמאל א דרך!
נישט זיין פארנומען אזויפיל מיט משיחיזעם נאר זיכער מאכן אז ער האט צו וועמען צו קומען!!
און בכלל אין רוב חסידותער אדער ביסטו א דורכגעווייקטע חסידישע יוד (ווייס נישט פונקטליך די באדייט) אדער האסטו נישט קיין שום מעמד.
נישטא קיין עכטע מקום פאר פשוטע ערליכע בעלי בתים ארבעטערס, אויך חסידות?

משיחיזעם? מעמד? מקום? כ'וויל אייך געבן אן עצה טובה, הערט אויף צו רעדן פון אנדערע ווייל איר ווייזט פשוט ארויס אייער חסרון ידיעה מער און מער, כ'גלייב נישט איר זיכט זיך בושות, דא דרייען זיך אסאך פון די רוב פון וועם די רעדסט...

אגב, כ'געדענק נישט צו זען אז דער חת"ס איז געווען א מלמד תינוקות, כ'געדענק נישט צו זען אז דער גרויסער מגיד, דער מאור עינים, און נאך פולע צדיקי עולם זאל האבן געווען מלמדי תינוקות...

ארגינעלע יוד האט געשריבן:ס'דא א ווארט (היפך פון א חסידיש) פונעם מהר"ם שיק, וארשתיך לי באמונה, צום אויבערשטן דארף מען האבן אמונה, וידעת את השם,די את השם לרבות תלמידי חכמים זיי זאלסטו נישט גלייבן נאר פארשטיין,

איר קענט אנצייכענען ווי די ווארט שטייט?

ארגינעלע יוד האט געשריבן:ובכלל יעדער מאכט היינט חבורת אין לימוד התורה ווייל אנדערש איז מען דיסקאנעקטעד פון אלעס, האט דאס נישט די חת"ס געזאגט פון די ערשטע מינוט אן? חסידות ריפלעיסט דאס נישט!!, סדארף גיין צוזאמען, איך פרעג חלילה נישט אפ איך פרוביר נאר צו פארשטיין.

חת"ס? איר מיינט דער הייליגער בעש"ט און זיינע תלמידים ביז ימינו אלה? יא ריכטיג (הגם נישט אלץ דעם מאדנעם אויסדריק פון "קאנעקטעט"...). אייער דאזיגע תגובה ווייזט נאר ווידער און ווידער אן אז איר האט קיין חסידיש ספר קיינמאל נישט געעפנט.

מדבריכם איז שטארק ניכר אז איר האט באקומען א געוויסן סארט קטנות'דיגן בליק אויף די וואס זאגן אז חסידות גייט נאך אן, און מיט דעם בליק פראבירט איר צו אפלערנען וואס מען ענטפערט אייך, און כנראה א חלק פון דעם בליק איז אז חסידות איז פשט אז לימוד התורה איז א טפל (אדער דארף מען בכלל נישט?), און די עיקר איז חסידות, קבלה וכדו', אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען אייער בליק, דאן האלט איר נאך זייער זייער ווייט פון פארשטיין די מיט וועם איר טענה'ט זיך.

כ'האב נישט קיין טענות צו אייך און קיינער קען קיין טענות נישט האבן, ווייל ווי עס קוקט אויס זענט איר אזוי אויפגעוואקסן מיט דעם בליק אויף די צדיקים וואס האבן זיך געקריגט מיט די מאמר אז נשתכחה תורת הבעש"ט, און מיט דעם בליק קוקט איר אן יעדער וואס פראבירט נאר זאגן חסידות מהו, ממילא לענ"ד איז נישט במציאות איר זאלט עס פארשטיין, ס'איז א שאד יעדע ווארט וואס מען טענה'ט זיך דא מיט אייך, ס'איז פונקט ווי א גאליציאנער זאל זיך טענה'ן מיט אן אונגארישן, זיי וועלן זיך אין לעבן נישט פארשטיין...

נאר איין זאך יא, וואס אויף דעם זאגט איר אז איר זענט יא קלאר, וועל איך נאכאמאל איבערפרעגן וואס כ'האב שוין געפרעגט איינמאל, ווייל די ברענגסט עס יא אהער ווידער און ווידער ממילא קומט עס יא דא אריין.
למעלה משבעים האט געשריבן:איר רעדט אזויפיל פונעם דרך החת"ס, איר קענט אזוי גוט זיין און מסביר זיין וואס די דרך החת"ס איז געווען?

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:50 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב נישט קיין טענות צו אייך און קיינער קען קיין טענות נישט האבן, ווייל ווי עס קוקט אויס זענט איר אזוי אויפגעוואקסן מיט דעם בליק אויף די צדיקים וואס האבן זיך געקריגט מיט די מאמר אז נשתכחה תורת הבעש"ט, און מיט דעם בליק קוקט איר אן יעדער וואס פראבירט נאר זאגן חסידות מהו, ממילא לענ"ד איז נישט במציאות איר זאלט עס פארשטיין, ס'איז א שאד יעדע ווארט וואס מען טענה'ט זיך דא מיט אייך, ס'איז פונקט ווי א גאליציאנער זאל זיך טענה'ן מיט אן אונגארישן, זיי וועלן זיך אין לעבן נישט פארשטיין...

קוקט אויס ווי ס'איז נשתכח געווארן וואס ס'מיינט נשתכחה...

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:52 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:נאוואדע איז דא אזא דרך די קשיא איז אויב אונז פשוטע יודן קענען און מעגן טון למעשה עפעס מיט די השגות חוץ'ן זיך אנווארימען מיט די דברי אלוקים חיים.
די קשיא איז אויך אויב סאיז שייך עס ריכטיג משיג צו זיין און עס צו באנעמען אויף א אופן וואס עס זאל הן נישט שאטן ברוחניות ובגשמיות און הן סזאל נישט ארויסקומען דוכדעם קיין סתירות צו נגלות התורה.
געווען וואס האבן מורא געהאט פון צופיל פאטשקענען אין אזאנע ענינים פאר יעדען שמויגער.
ס'דא א ווארט (היפך פון א חסידיש) פונעם מהר"ם שיק, וארשתיך לי באמונה, צום אויבערשטן דארף מען האבן אמונה, וידעת את השם,די את השם לרבות תלמידי חכמים זיי זאלסטו נישט גלייבן נאר פארשטיין,

די תירוץ איז יא עס איז שייך ריכטיג צו משיג זיין און עס צו באנעמען אויף א אופן אז עס זאל נישט שאטן... דאס איז געווען די פשוט'ע בליק אויף די עסק בתורת החסידות ביז ר' נ.י. איז געקומען און אריינגעברענגט פריש געבאקענע ספיקות אז אולי איז די עסק בתורת החסידות גאר עפעס וואס עס שאדט... און עס ווערט שוין א גאנצע קשיא וואס מען מיז פארענטפערן.... עס שאדט נישט גארנישט!!! די גאנצע שאלה וואס די פרעגסט זעהט זיך אן אז די לעבסט מיט די לופטיגע יסודות וואס די ביסט אויפגעוואקסן דערמיט כאילו אז עוסק צו זיין בתורת החסידות קען זיין א סתירה מיט נגלות התורה... עס הייבט נישט אן צו זיין קיין סתירה נאר אדרבה חסידות העלפט צו פאר פשטות התורה!!!

און ברענג מיר נישט א ראי' פון "געוויסע" וואס עס האט זיי געשאדט, די אלע זענען סתם אזוי אפגעפארענע און חסידות האט זיי נישט געמאכט מער אפגעפארן, אויב עפעס האבן זיי געזיכט ארויפצוכאפן זייער אפגעפארנקייט אין עפעס, האבן זיי בשאט נפש פארדרייט געוויסע ווערטער פון חסידות און דאס געניצט פאר זייער אפגעפארנקייט, אבער חסידות כשלעצמו, מיט א ערליכע רבי וואס גייט בדרך החסידות שאדט נישט!!!! [ווי שוין געשריבן אויבן, תורה קען אויך שאטן למי שאינו זוכה שנעשה לו סם המות]

ארגינעלע יוד האט געשריבן:כווייל פשוט פארשטיין די אלע מימרות וואס מזאגט אלס נאך פון אלע גדולים צב"ש הרב וואזנער אז בימינו אלה איז נאר דא די כוח התורה, ובכלל יעדער מאכט היינט חבורת אין לימוד התורה ווייל אנדערש איז מען דיסקאנעקטעד פון אלעס, האט דאס נישט די חת"ס געזאגט פון די ערשטע מינוט אן? חסידות ריפלעיסט דאס נישט!!, סדארף גיין צוזאמען, איך פרעג חלילה נישט אפ איך פרוביר נאר צו פארשטיין.

איינער טענה'ט דען אז די עיקר כח היהדות איז די כח התורה? ביי חסידים האט מען אלעמאל געהאלטן אז די כח התורה איז די עיקר יסוד אין אידישקייט, דאס איז דען א חידוש פון חתם סופר? אין פוילן און אין גאליציע איז סאך מער געווען א רוח פון תורה ווי אין אונגארן, הונדערטער טויזענטער לומדים מיט געפאקטע בתי מדרשים און שטיבלעך מיט גאונים אדירים וואס די וועלט האט זיך געשאקלט מיט זיי.

חסידות שרייט נאר אז די כח התורה "אליין" איז נישט גענוג! מען מיז צוקומען אויך צו די אש קודש פון די צדיקים, מען מיז פארן צו צדיקים און זיך ווארימען און זייערע ווערטער און הנהגות, וואס נאר אזוי וועט די כח התורה האבן א קיום.

עס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז אידישקייט באשטייט נאר פון תרי"ג מצוות, און א חסיד וועט אוודאי מודה זיין דערצו, נאר דער חסיד וועט דיר זאגן אז די שאלה איז אויף וועלכע אופן די ביסט מקיים די תרי"ג מצוות, וואס דא קומט אריין די נקודת החסידות צו באלייכטן די תרי"ג מצות וקיומן, און די זעלבע זאך איז מיט די תורה, אוודאי איז די כח התורה אלעס, און ביי חסידים האט מען גאר שטארק אזוי געהאלטן, אבער מען האט אויך געהאלטן אז צו לערנען ריכטיג תורה, נישט עס זאל זיין ווי א חכמה מיט א פארגרעבקייט, מיז מען אויך זיין מקושר צו צדיקים און צו עוסק זיין בתורת החסידות.

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:58 pm

נאכ'ן שיקן מיין תגובה, האב איך באמערקט אז למעלה האט שוין ערווענט עפעס א נקודה וואס איך שרייב, וברוך שכוונתי לדעתו הגדולה....

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:01 am

התבונני האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן:אהא איז לויט דעם זענען אלע וואס זענען ארויס לתרבות רעה און פוילן נישט קיין חלק צו רעכענען אלס אידען.. און סאיז נאר געבליבן יראים ושלמים..

דאכצעך און בודאפעסט שטייט נאך אלע דריי בתה מדרשים איך האב שוין געזען (פון אינדרויסן) די נעלאגישע און די שטאטסקווא, ביידע ריזיג גרויס און פארנעמט א סקווער בלאק דאס מיינט אז די ארטעדאקסישע קהילה להבדיל איז ארום א דריטל

אגב דער קדושת יו״ט האט זיך נישט אינגאנצן צו געשטעלט צום טיילונג והיה שטיקל רוגזה בינו ובין הכתב סופר
הסיבה לזה ווייל ער האט געוואלט גיין שארפער (ועוד מחמת שהפארשטייער בעד הארטעדאקסן היה מתנגד גדול)

קדושת יו"ט ? איר קענט היסטאריע ? מיט וועלכע חסידים האט ער זיך געדארפט קריגן איבער די נושא ? און וואס איז געווארן מיט זיי ?

דרך אגב אין וועלכן כלל רעכנסטו די אלע חסידישע אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקע פאר די קריג ?

פאר איר שרייט מיר אן קוקט נאך אביסעל

viewtopic.php?f=63&t=9757&p=402291&hilit=סיגוט#p402291

ווער האט געזאגט ער האט זיך געקריגט מיט חסידים?

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:07 am

Yankel האט געשריבן: פאר איר שרייט מיר אן קוקט נאך אביסעל
viewtopic.php?f=63&t=9757&p=402291&hilit=סיגוט#p402291
ווער האט געזאגט ער האט זיך געקריגט מיט חסידים?

ייטב לב אדער קדושת יו"ט ?
מיט וועמען האט ער זיך געדארפט קריגן ?

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:16 am

התבונני האט געשריבן:
Yankel האט געשריבן: פאר איר שרייט מיר אן קוקט נאך אביסעל
viewtopic.php?f=63&t=9757&p=402291&hilit=סיגוט#p402291
ווער האט געזאגט ער האט זיך געקריגט מיט חסידים?

ייטב לב אדער קדושת יו"ט ?
מיט וועמען האט ער זיך געדארפט קריגן ?

פון דעם אויבן דערמאנטן אשכול:
דארט ביי די תולדות, איז דא בריווען פין הרה"ק מליסקא אז ער האט א פרעבלעם מיט די ארטדאקסישע קאנצליי ווייל זיי זענען אויבערלענדער מיט אנדערע "קולות" וחומרות, אין זיי האבען געהאט א געוויסע בעלות (מצד החוק) אויף אלע קהילות וואס זענען אנגעשלאסן מיט זיי. די זעלבע חשש האט חושש געווען היטב לב מסיגוט, הגר"י מודרן, הגר"ח סופר (קיק תולדות סופרים), הגר"א שאג (קיק דרשות הרא"ש) ועוד כידוע ואכמ"ל. - קיק מער ביי קורות וזכרונות מהעיר סיגוט וועגען דעם: ע״כ

געהערט האב איך אמאל א דרשה פון ר׳ יונה לאנדא איבער דעם אויפן קדושת יו״ט, דא איז אבער משמע סהאט זיך שוין אנגעהויבן ביים ייטב לב

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט