"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 05, 2018 1:18 pm

צולייגער האט געשריבן:אין די רוזשינ'ע הערינג קומט מיט א גאלדענער לעפל?


למשל אין קאפיטשניץ עסט מען רוזשין און אפט'ער הערינג אויסגעשמישט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:12 pm

נחוניא האט געשריבן:וואס האט הערינג מיט וואלאזשין???

ס'איז מסתם טריקן, ביטער אבער 100% אמת'דיג.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוגוסט 05, 2018 5:26 pm

בושה תכסה פנינו!

וזלילות תמלא בטננו!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:30 am

ערגער פון ברטנורא וויין ? און אור הגנוז ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:37 am

בן בוזי האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אינעם נייעם ספר ״דבריו חיים וקיימים״ download/file.php?id=139647&mode=view
ברענגט ער אז דער אמרי חיים זצ״ל האט געזאגט, אודות מה שהיו שאמרו שנשתכח דרך הבע״ש ״זאלן זיי קומען דא, מיר וועלן זיי ווייזן שיש עדיין דרך הבע״ש״.
און נאך עטליכע מאמרים בנוסח דומה.


שאינו יודע האט געשריבן:און סאטמאר רב האט געזאגט אז זיי זאלן קומען דא וועל איך זיי ווייזן וכו׳


און איך זאג אייך, קומט אין אייער לאקאלער גראסערי געשעפט און איר וועט טרעפן דארט א וועריאציע פון אריגינעלע בעשטער חסידות.
ענדליך א סוף צו די וואס האבן געזאגט נשתכח

איז דאס פאר ריעל?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:38 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:וואס האט הערינג מיט וואלאזשין???

ס'איז מסתם טריקן, ביטער אבער 100% אמת'דיג.

;l;p-
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:40 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:אינעם נייעם ספר ״דבריו חיים וקיימים״ download/file.php?id=139647&mode=view
ברענגט ער אז דער אמרי חיים זצ״ל האט געזאגט, אודות מה שהיו שאמרו שנשתכח דרך הבע״ש ״זאלן זיי קומען דא, מיר וועלן זיי ווייזן שיש עדיין דרך הבע״ש״.
און נאך עטליכע מאמרים בנוסח דומה.


שאינו יודע האט געשריבן:און סאטמאר רב האט געזאגט אז זיי זאלן קומען דא וועל איך זיי ווייזן וכו׳


און איך זאג אייך, קומט אין אייער לאקאלער גראסערי געשעפט און איר וועט טרעפן דארט א וועריאציע פון אריגינעלע בעשטער חסידות.
ענדליך א סוף צו די וואס האבן געזאגט נשתכח

איז דאס פאר ריעל?



יעע. די ברסלוו האב איך שוין געקאסט

עס איז זיס/זויער/פעפעריג/צוקערדיג/זאלציג ביינאזאם. קוקט אויס ווי דער קיבוץ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:41 am

ריבוינעשעלוילעם!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 1:10 am

הא? מיינסט איך וועל גיין צו זיין קידוש? ביי אונז עסט מען נאר טעגלאשע הערינג און ער ברענגט אריין מיט פרעמדע השפעות!!
באלד וועט מען ביי שידוכים דארפן נאכפרעגן וועלכע מצות, פלייש, און הערינג מען עסט....
שויתי ה' לנגדי תמיד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:03 am

פשוט'ער אידל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין וועל איך דא אויסשרייען מיין טיפע וויי געשריי. נישט ריכטיג נישט "מיין" וויי געשריי, כ'הער עס זייער אפט אויך פון אנדערע אידן .

מיט דעם וועלן דאכט זיך אלע מסכים זיין אז די רבי האט נישט געהאלטן אז לערנען ספרי חסידות איז נשתכח געווארן. ס'איז חי וקיים (עיין ערך סענז סטריט. אוי האט מען געלערנט

דר'עולם לעכצט נאך אביסל ווארעמקייט. א ווארעם שטיקל מאור ושמש תפארת שלמה קדושת לוי, אראפגעלייגט מיט א שמחה. ווי לאמיר זאגן הרה"ג ר' אייזיק קרישעווסקי לייגט עס אראפ, מיט א שמחה און א חיות.(לאפוקי מרירות). "ווי ניד מאר אוו דעט". נישט נאר אין בראשוב (גייט אריין, א מחזה הוד. ערב חנוכה האב איך פלעין נישט געטראפן א פלאץ דארט.) מען דארף אזעלכע שיעורים אין ראדני.הופפער. פארלאנגט עס! ב"ה אז ס'איבעראל דא וואס טוען פאר שיעורים. נישט מר ווי עטליכע מענטשן זאלן דאס מיט אן אמת בעטן וועט עס זיין.

איז דער עולם מסכים אז ס'הערשט א שוידערליכע טריקנקייט ביי אונז און ביי די בחורי הישיבות?
וויפיל עוורידזש בחורים האבן געהערט עפעס א לעכטיג ווארט אויף דעם פארלאפענעם יו"ט?
קען מען עפעס טון דערצו?

(מיר דארפן מער ווי אמאל, מיר האבן מער נישט דעם רבי'ן ז"ל וואס בלויז זיין צורה האט פארשפרייט קדושה. מיר האבן נישט שאפראנער רב ז"ל וואס האט אלס ר"מ און סאטמאר ישיבה אויף סענס סט.פארשפרייט ספרי חסידות. (נישט די נשתכחה. די "פשוט,ע הייליגע ווערטער פון ספרי חסידות וואס איז חי וקיים)


היות אין אן אנדערע אשכול האט מען יעצט גערעדט איבער די נושא צו אונזער סיסטעם דארף תיקונים. האב איך געפינען פאר וויכטיג צו "ווידער קול'ן" די ווערטער פון דעים פשוט'ן איד.

ליידער הערשט א שרעקליכע קרירות צווישן אידישע קינדער ובפרט אין ישיבות צווישן בחורי חמד. בחורים וואס מען דארף אין זיי אריינבאקן א ווארימקייט צו אידישקייט, א זיסקייט און א דערהויבנקייט אין א שבת ויום טוב, ליידער ווייסן רוב בחורים נישט בחייכון וביומיכון ובחיי דכל בית ישראל. די ראשי ישיבות זענען פארנומען אז די בחורים זאלן קענען ביים פארהער אז די ישיבה זאל האבן א גיטע נאמען אין די גאס, אבער אריינצובאקן א טעם און א חיות אין א מצוה, פארדעים זענען זיי נישט דא (מען קען נישט אלעמאל האבן טענות אויף זיי, אם רבי לא שנה חייא מנין).

אויף די וועג ווי עס גייט יעצט אן איז דאס א רעסעפי אז די גחלת הקודש פון אידישקייט זאל זיך אויסלעשן, עס יאוועט זיך הונדערטער צו טויזנטער בחורים וואס האבן נישט קיין אהנונג מה חובת האדם בעולמו, פילן בכלל נישט ווי אידישקייט איז זייער חיות, און די נאכפאלגן פון אזא סארט אידישקייט איז אז די רגע וואס מען טרעפט חיות אין גשמיות נעמט מען דאס במלא חפניים, און דערנאך טרעפט מען חיות אין איך וויל נישט זאגן וואס. ה"י.

ווען בחורים וואלטן נתחנך געווארן מיט א הייליגע שכל, מען זאל זיי געבן צו מרגיש זיין די נועם ה', מיט'ן זיך אפגעבן צו לערנען און צו פארשטיין און צו מרגיש זיין א טעם אין א מצוה, א שבת א יום טוב, מען וואלט מער עוסק געווען אין ספרי חסידות וואס עס איז דא דארט טויזענטער בחינות און ענינים השוים לכל נפש וואס פלאמט דאך אויף א אידיש הארץ און בלייבט א רושם דקדושה אויף א גאנץ לעבן, ווען מען וואלט געטוהן דאס וואס מען דארף וואלט אידישקייט סאך בעסער געשטאנען.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:32 pm

מי יתן ויהיו דברים אלו נשמעים ומקובלים, 'ונרחם על עצמינו' בעוד מועד.

אך לדאבונינו לע"ע כן הוא המציאות, ויה"ר שירחם ה' על עמו בית ישראל ויערה רוח ממרום להתחזק בדרכי האמונה וביראת ה' כל הימים.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:53 pm

און מיך האט מען געוואלט פארשטיינערן פארן זאגן אז אונזער סיסטעם דארף ערנסטע תיקונים.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:56 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:און מיך האט מען געוואלט פארשטיינערן פארן זאגן אז אונזער סיסטעם דארף ערנסטע תיקונים.

דו האסט געאאפערט תיקונים דורך געשמאקע קומזיצער און גיטארס...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:58 pm

ראספשע האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:און מיך האט מען געוואלט פארשטיינערן פארן זאגן אז אונזער סיסטעם דארף ערנסטע תיקונים.

דו האסט געאאפערט תיקונים דורך געשמאקע קומזיצער און גיטארס...


ביסט נישט רויט געווארן ווען דו האסט געשריבן די ליגנט?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:01 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:און מיך האט מען געוואלט פארשטיינערן פארן זאגן אז אונזער סיסטעם דארף ערנסטע תיקונים.

1. די ניצט א ווארט "סיסטעם", וואס די וואס ווילן אונז אונטערברענגען ניצן כסדר.

2. איר האט גערעדט אין די נישט ריכטיגע פלאץ. סליחות קומזיץ איז ליידער א תוצאה פון דעם עומק הגלות וואס מיר געפינען זיך, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי פארגרעבט רח"ל, און דער רבוש"ע זאל שוין אריינשיינען א רוח טהרה ממרום, דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט דעם טעמה פון אריינברענגען א געשמאק אין אידישקייט, עס וועלן אייביג זיין די פון די קצה המחנה, מיר ברויכן אויפלייכטן אונזער מחנה. אבער מיש נישט אויס די צוויי זאכן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:07 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:און מיך האט מען געוואלט פארשטיינערן פארן זאגן אז אונזער סיסטעם דארף ערנסטע תיקונים.

1. די ניצט א ווארט "סיסטעם", וואס די וואס ווילן אונז אונטערברענגען ניצן כסדר.

2. איר האט גערעדט אין די נישט ריכטיגע פלאץ. סליחות קומזיץ איז ליידער א תוצאה פון דעם עומק הגלות וואס מיר געפינען זיך, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי פארגרעבט רח"ל, און דער רבוש"ע זאל שוין אריינשיינען א רוח טהרה ממרום, דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט דעם טעמה פון אריינברענגען א געשמאק אין אידישקייט, עס וועלן אייביג זיין די פון די קצה המחנה, מיר ברויכן אויפלייכטן אונזער מחנה. אבער מיש נישט אויס די צוויי זאכן.


1. ס׳איז קיין נפקא מינה וועלכע ווארט מען נוצט ווייל אונז ביידע ווייסן פין וואס איך רעד

2. איך האב געשריבן איינמאל און נאכאמאל אז די סליחות קומזיץ איז א דירעקטע רעזולטאט פין לעבן א קאלטע אידישקייט.

דאס האט סידיראם געשריבן:
״אויף די וועג ווי עס גייט יעצט אן איז דאס א רעסעפי אז די גחלת הקודש פון אידישקייט זאל זיך אויסלעשן, עס יאוועט זיך הונדערטער צו טויזנטער בחורים וואס האבן נישט קיין אהנונג מה חובת האדם בעולמו, פילן בכלל נישט ווי אידישקייט איז זייער חיות, און די נאכפאלגן פון אזא סארט אידישקייט איז אז די רגע וואס מען טרעפט חיות אין גשמיות נעמט מען דאס במלא חפניים, און דערנאך טרעפט מען חיות אין איך וויל נישט זאגן וואס. ה"י.״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:09 pm

דער חילוק ווי אזוי מ'ברענגט ארויס דעם פוינט איז כחוט השערה, און קען געצויגן ווערן צו ביידע זייטן, וממילא שפיר מובן אז וויבאלד מאנכע נוצן דעם ענין פון "די פראבלעמען פונעם סיסטעם" אלס א תירוץ אינטערצוהאקן כל הקדוש לנו, איז פארשטענדליך אז 'סידיראם' האט דאס געוואלט ציען צום אנדערען זייט. ועכ"ז איז עס קיין סתירה צום עצם פראבלעם, און אפי' ער אליינס איז אויך מסכים ווי שטארק ס'פעהלט זיך אויס תיקונים גדולים, (ווי ער האט טאקע שיין ארויסגעברענגט), אבער ווען מ'רעדט פון פרצות וכדו' האט דער עצם פירצה קיין שייכות מיט די פראבלעמען, ודו"ק וד"ל.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:12 pm

אונזער עיקר פראבלעם איז נישט די קאלטע, כבר היה לעולמים אויך אין גרויסע ציפערן. נאר אין אלע דורות איז געווען א התבדלות בין טוב לרע, טוב איז געגאנגן זיין וועג און נישט געהאט מיט צד הרע. רע איז זיך געגאנגען זייער וועג לעזאזל
היינט איז אלעס איין געמיש אן קיין טיילונג און אן די מעגליכקייט, קוים וואס מ'ווייסט ווער דער שונא איז, און אן א גענעראל וואס זאל פירן די מאמינים הנשארים כצאן ברועה.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:00 pm

ר' שמואל 'אלצווייסער',

לאמיר דיר מסביר זיין, בין איך אמאל געזיצן מיט א חברייא ס'רוב דערפון מיטליעריגע אידן, מען האט ארומגערעדט דער פראבלעם פונעם דור (איר גלייכט דאס צו רופן "סיסטעם"), דער האט געזאגט דאס און דער דאס הצד השוה שבהן 'נארמאלע פראבלעמען', שטעלט זיך אויף א אינגערמאן און נעמט ארויס זיין סמארטפאון און פאכעט דערמיט, "שמעו נא רבותי, דאס איז דער פראבלעם", און ס'שטיל געווארן דר'עולם האט פארשטאנען.

צו זאגן אז א קומזיץ בליל הסליחות איז א תוצאה פון אונזער חינוך, איז א לייכטזיניגקייט און רשעות, דאס איז א תוצאה פון די ליידיגקייט דורך די שמוציגע קאנעס ווערעם וואס ליגן טיף באגראבן אין דעם ברייטן געוועב מיט וואס דער רבוש"ע איז אונז מתנסה אין דער צייט.

עס פעלט ווארעמקייט? אמת, דאס האט סאך מער צוטאן מיט דאס וואס דער פערדער דור נאך דעם חורבן מאכט שוין בר מצוה, און זיי זענען טיף פאריאגט אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ, ווי איידער אין די אינטערוועלט גרופע (צופרידן?) וואס פירט די סיסטעם.

איר ווייסט ווען מ'דארף רעדן דערפון? ווען מ'גייט צו די חול המועד קאנצערטן ווי איידער אין ביהמ"ד, ביים קויפן מאגאזינען מיט 'סטארס' אויף די דעקל און דאס ליינען ביום השבת פארנט פון די קינדער, דעמאלטס איז צייט זיך מתבונן צו זיין, אוואו שטיי מיר אויף די וועלט? מיט יעדע נייע סידי וואס קומט ארויס, מאכט דאס דעם 'סיסטעם' א טריט אוועק פון די אמאליגע ווארימקייט.

צו וועלן אויפקלערן דעם עולם אז א קומזיץ בליל סליחות איז די שולד פון די 'סיסטעם' (נאכאמאל לכבודך), און פון די אנדערע זייט פרובירן צו אריינברענגן יעדע גשם פון די אמעריקאנע שמוץ, איז א זאך וואס מענטשן גלייכן נישט.

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:38 am

דער אמת איז, מ'זאל גוט קוקן. אז ווען מ'ברענגט ארויס די אלע לשונות של התלוננות אויף וואס מ' האט א נאמען געגעבן סיסטעם. איז עס אפיקורסות. ביודעים ובלא יודעים דאס איז עס. דאס איז אין אפענע ווערטער געזאגט, אז חלילה די מייסדים און די געטרייע הייליגע וועגווייזער פון אונזער דרך היהדות אונזערע רבי'ס פון פריערדיגע דורות וואס האבן אונז געלערנט די תורה'דיגע וועגן און אונז איינגעפירט אויפן אויסגעטראטענעם דרך המסורה חלילה שקר הנחילונו. ומאי אהני לן רבנן.

Goodmorning
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:46 am

אפשר מיינט ער מער צו זאגן די סיסטעם פון פאלשע פראפאגאנדע אין די מאגאזינען און צייטונגען פאר די רביס שליט''א, די דרוק פון הויכע גשמיותדיגע סטאנדארטן אין קליידונג און בעל בתישקייט, די אראפקוקן אויף יעדן וואס איז נישט פונקט ווי דיר נישט דוקא אין אידישקייט נאר נישט א ''בעסערע משפחה'' א.ד.ג., ווי איידער אונזער סיסטעם פון מסורה און חינוך. איך ווייס באמת נישט וואס סיסטעם מיינט
שויתי ה' לנגדי תמיד

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:53 am

בראשית ברא די ביסט גערעכט, אדרבה די אנדערע ענינים פון הויכע סטאנדארטן וכו' וכו' וכו' קעגן די סיסטעם קענסטו הערן פון אונזערע מנהיגים אויך האקן אויף דעם. זיי מיינען נישט דאס. די וואס פארפירן קעגן די סיסטעם מיינען צו זאגן אנטקעגן די יסודות הדת וואס אונזערע רבי'ס האבן אונז אריינגעלייגט, לויט זיי למשל איז דער סאטמאר רב געווען אן עקסטרעמיסט, און דער גור'ער רבי האט נישט געוויסט וואס זיי האלטן, און דער פאפא רב האט נישט פארשטאנען אז מען דארף זיין מער ליבעראל, די אלע האבן געפירט דער עולם צו צמצום און צו עקסטרעמיזם, דאס און נאר דאס מיינען די אלע שקצים צו שרייען ווען זיי רעדן קעגן די סיסטעם, דו"ק וטישטעך.

ואגב איך זעה אז מען האט דא ארויפגעברענגט די נושא פון נשתכח דרך הבעל שם טוב. ליהוי ידוע אז אין די 15 בלעטער ליגט דא אסאך אינפארמאציע, הערליכע שיינע וויכוחים געשמועסט אויף א אחדות'דיגן פארנעם. עס זעהט נישט אויס ווי איינער האט זיך כי הוא זה געטוישט זיין מיינונג, אבער עס איז סוף כל סוף א תוכנ'דיגע וויכוח.

אגב האב איך לעצטנס געהערט פון איינעם אז דער רבי האט געמיינט צו זאגן "נשתכחה" תורת הבעל שם, מיינט "מען האט געטראפן" מלשון משכחת עון.... (אוודאי נאר א ווערטל)

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:56 am

סידיראם האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין וועל איך דא אויסשרייען מיין טיפע וויי געשריי. נישט ריכטיג נישט "מיין" וויי געשריי, כ'הער עס זייער אפט אויך פון אנדערע אידן .
color=#FF4040]מיט דעם וועלן דאכט זיך אלע מסכים זיין אז די רבי האט נישט געהאלטן אז לערנען ספרי חסידות איז נשתכח געווארן. ס'איז חי וקיים (עיין ערך סענז סטריט. אוי האט מען געלערנט
[/color]איז דער עולם מסכים אז ס'הערשט א שוידערליכע טריקנקייט ביי אונז און ביי די בחורי הישיבות?
וויפיל עוורידזש בחורים האבן געהערט עפעס א לעכטיג ווארט אויף דעם פארלאפענעם יו"ט?
קען מען עפעס טון דערצו?
(מיר דארפן מער ווי אמאל, מיר האבן מער נישט דעם רבי'ן ז"ל וואס בלויז זיין צורה האט פארשפרייט קדושה. מיר האבן נישט שאפראנער רב ז"ל וואס האט אלס ר"מ און סאטמאר ישיבה אויף סענס סט.פארשפרייט ספרי חסידות. (נישט די נשתכחה. די "פשוט,ע הייליגע ווערטער פון ספרי חסידות וואס איז חי וקיים)
היות אין אן אנדערע אשכול האט מען יעצט גערעדט איבער די נושא צו אונזער סיסטעם דארף תיקונים. האב איך געפינען פאר וויכטיג צו "ווידער קול'ן" די ווערטער פון דעים פשוט'ן איד.
ליידער הערשט א שרעקליכע קרירות צווישן אידישע קינדער ובפרט אין ישיבות צווישן בחורי חמד. בחורים וואס מען דארף אין זיי אריינבאקן א ווארימקייט צו אידישקייט, א זיסקייט און א דערהויבנקייט אין א שבת ויום טוב, ליידער ווייסן רוב בחורים נישט בחייכון וביומיכון ובחיי דכל בית ישראל. די ראשי ישיבות זענען פארנומען אז די בחורים זאלן קענען ביים פארהער אז די ישיבה זאל האבן א גיטע נאמען אין די גאס, אבער אריינצובאקן א טעם און א חיות אין א מצוה, פארדעים זענען זיי נישט דא (מען קען נישט אלעמאל האבן טענות אויף זיי, אם רבי לא שנה חייא מנין).
אויף די וועג ווי עס גייט יעצט אן איז דאס א רעסעפי אז די גחלת הקודש פון אידישקייט זאל זיך אויסלעשן, עס יאוועט זיך הונדערטער צו טויזנטער בחורים וואס האבן נישט קיין אהנונג מה חובת האדם בעולמו, פילן בכלל נישט ווי אידישקייט איז זייער חיות, און די נאכפאלגן פון אזא סארט אידישקייט איז אז די רגע וואס מען טרעפט חיות אין גשמיות נעמט מען דאס במלא חפניים, און דערנאך טרעפט מען חיות אין איך וויל נישט זאגן וואס. ה"י.
ווען בחורים וואלטן נתחנך געווארן מיט א הייליגע שכל, מען זאל זיי געבן צו מרגיש זיין די נועם ה', מיט'ן זיך אפגעבן צו לערנען און צו פארשטיין און צו מרגיש זיין א טעם אין א מצוה, א שבת א יום טוב, מען וואלט מער עוסק געווען אין ספרי חסידות וואס עס איז דא דארט טויזענטער בחינות און ענינים השוים לכל נפש וואס פלאמט דאך אויף א אידיש הארץ און בלייבט א רושם דקדושה אויף א גאנץ לעבן, ווען מען וואלט געטוהן דאס וואס מען דארף וואלט אידישקייט סאך בעסער געשטאנען.

רב סידיראם איר זענט דאך ליידער אזוי ביטער גערעכט.
אבער ווען וועלן דאס שוין אויך איינזען די וואס זענען ממונה אויפצונעמען די כלי קודש אין די ישיבות פין אונזערע קינדער, אז נישט די פראפאגאנדע אין די צייטונגען פין די סיומים אויף מסכתות וועלן אהער שטעלן די קומענדיגע דור.
נאר אביסעלע הארץ! פין די אייגעשטעלטע אין די ישיבות. אין זיך אראפ לאזן צו קענען אמת'דיג אריין געבן ווארימקייט אין די יונגע הערצער וועט אפראטעווען דעם אזוי שווערען דור.

די קליינע ביסל וואס פילן א אמת'דיגעע טעם אין לערנען הונדערטער בלעטטער גמרא, וועלן דאס סיי ווי טון אן די דרוק פון די ישיבות, פאר זיי דארפן מיר בכלל נישט די גאנצע מציאות פין סיסטעם ישיבות.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24521
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:44 am

פארוואס טאקע איז נישט פארהאן קיין ווארעמקייט?

אמשול לכם משל פון א מציאות'דיגער סיסטעם, נעמליך א one pipe] Steam System], יא דאס וואס האט אנגעווארעמט אמאליגע אידישע הייזער אין די סיטי.

אין א נוס שאלעכץ, בקיצור נמרץ אויף אביסל טעקניקל שפראך.

ווי אזוי ארבייט אט דער סטיעם [פארע] הייצונג סיסטעם?

די בוילער פראדוצירט פארע [סטיעם בלע"ז] דערנאך גייט די פארע דורך די פייפס צו יעדן שטוב באזונדער ביז צום רעדיעיטער נאכן זיך אפקילן ווערט עס צוריק וואסער און צוריק בוילער וחוזר חלילה.

אבל דא עקא, אז די רערן אין ראדיעיטארס זענען אבער פול מיט לופט, און אנדעם וואס די לופט וועט ארויס וועט די היץ און פארע נישט אנקומען צום ראדיעיטאר און אנווארעמען די הייזקע, דערפאר איז אויף יעדע ראדיעיטאר פארן אן עיר וועלוו ארויסצולאזן די לופט ווען די פארע קומט צו לויפן.

ווי וועט זיין ווען איר נעמט אראפ די וועלוו און פארשטאפט עס מיט א פשוט'ע פלאג?

די ראדיעיטאר וועט בלייבן פול מיט לופט און נישט אריינלאזן די היץ ובכן וועט ער נישט ווארעם ווערן און נישט אנווארעמען די שטוב.

די בוילער קען ארבייטן אווערטיים און האבן וויפיל כח ער וויל אבער דאס הויז וועט נישט ווארעם ווערן.

נישט דער בוילער איז דער פראבלעם, די כלי איז פול מיט עפעס אנדערש.

לענינינו, דארט ווי עס איז פול מיט לופט גייט קיין ווארעמקייט נישט אריין, יעדעס ברעקל לופט און גשמיות וואס גייט אריין און מוח הארץ און אינעם גוף שטערט און האלט אפ די ווארעמקייט וואס שטראמט פון ספרי יראה וחסידות וכדו' פון אריין גיין און אנווארעמען די גוף און נשמה, ס'גייט בשום אופן נישט ביינעזאם.

אנשולדיגט אויפן אריכות און אויפן קיצור, מיר האפן אז איר פארשטייט די כוונה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:03 pm

און עס ברויך זיין א גוטע בוילער. ודו״ק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט