פיבער מעסטער האט געשריבן:ארגינעלע יוד האט געשריבן:סארקאזי האט געשריבן:אפילו לויטען ערגסטען פשט אין נשתכח. האט קיינער נישט געזאגט אז צוליב דעם זאל מען נישט לערנען קיין חסידישע ספרים.
דא האמיר זעכצען אידיאטען וואס זאגען זיי לערנען נישט קיין חסידות ווייל סאיז נשתכח.
זאג איך האלט נישט ביים לערנען חסידות. דו ביזט זיך גאר תולה באילן גדול אז פארדעם לערנסטו נישט.
אוטערן שלייער פון חסידות איז הר' אברהם יצחק קוק געקומען מתיר זיין א האלבע תורה,
ווייל אין יעדע טומאה ליגט דאך א געוואלדיגע קדושה.... קירוב אן קיין תורהדיגע חשבון,
ע'פ פנימיות התורה האבן דאך די היינטיגע טעג שוין א שייכות צו ימות המשיח (אתחלתה..א בחינה ווי קורח האט געזען אז ער האט ע'פ פנימיות התורה א שייכות מיט די כהן גדול'שאפט.....ואין המקום להאריך....וכלשונך..זענען דא טויזענטער "אידיאטן" וואס קוקן נישט די רבי ז"ל תורות..איי וויאזוי וועסטו זיין זיכער אז דו פארשטייסט ריכטיג חסידות? איי וויאזוי וועסטו זיך האלטן מיט די פשוטע מסורה'דיגע ריינע אמונה אין אזא וועלט???)
ומאידך גיסה האסטו דעם דרך חת'ס וואס איז געווען די פשוטע ריינע השקפה פון אלע גדולים פון אלע זמנים אריינגערעכנט די הייליגע רמ"א אז עס זענען פארהאן אסאך זאכן וואס מאיז נאר מגלה פאר צנועים וואס וועלן
נישט אריינטראגן זייערע השגות צו די טומאה,
מלערנט גמרה/הלכה/דברי הראשונים כמלאכים/מוסר/מדרשים/א חסידות באגריף אויף זמני השנה.
און דאס אלעס!! (און בצינעה איז מען משלים אלעס וואס מפארשטייט נישט "אפיציעל")
די חרבנות וואס דאס ידיעות החסידות האט געטון מיט שוואכע נשמות איז אין לתאר
האסט שוין געהערט קארליבאךס פלעפלערייען? yy יאקאבסאן? פון ברסלב האסטו שוין געהערט? חבד? די חילוק פון בעלזא אמאל און היינט.. די פאקט אז דאס רוב חסידותער (בימינו) זעען נישט די פראבלעם מיטן זיין עצם מעצמם פון א מדינה פון אפייקורסות און רציחה
לאו כל מוחא סביל דא
קוק זיך אום העסטו זיין ס'רוב סאסייעטי אלס א באנדע.....
ענדערש נישט לערנען בכלל ווי מחריב זיין דורכדעם!!, און יעדער זאל זיך אליינס אפשאצן אויב ער איז גענוג נארמאל משיג צו זיין השגות און נישט ווערן א הציץ ונפגע...אזויווי סשטייט ביי אחר
אבער לערנען די רבי זיע תורות דאס איז א "מוז", ווייל אמונה טהורה איז א "מוז"
א נייע דערהער, אז וויבאלד מענטשן זענען קרום און לערנען אפ זאכן פאלש ממילא זאל מען בכלל נישט לערנען די זאכן. לויט דיר האבן די אלע צדיקים תלמידי בעש"ט פשוט געברענגט א חורבן אויף די וועלט? עפ"ל אזוי צו זאגן.
א קליינער טאטער'ל קומט זיך זאגן אז מען דארף אוועקווארפן דעם דרך החסידות, מען דארף צוריקגיין צו די "ריינע" השקפה פון די רמ"א (כאילו דער דרך החסידות איז נישט קיין ריינע השקפה עפ"ל) און מען דארף גונז זיין אלע חסידישע ספרים און זיך נעמען לערנען חתם סופר....
די ווייסט וויפיל מענטשן זענען שוין חרוב געגאנגען דורך די תורה? אן אפענע גמרא! לא זכה נעשה לו סם המות! מען טרעפט אלעס אין די תורה... נאר וואס דען, עס מיינט נישט אז חסידות האט זיי חרוב געמאכט, חס ושלום צו זאגן אזעלכע דיקע שטותים. די אלע זענען שוין געווען חרוב פארדעם, און זיי האבן געזוכט ווערטער אין וואס מען קען דאס אנהענגען, האבן זיי גענומען געוויסע ווערטער פון חסידות, קבלה, גמרא און נאך און דאס פאלש אפגעלערנט צו פארענטפערן זייערע מעשים תעתועים.
רוב חסידותדער זעען נישט די פראבלעם פון די מדינה? און וואס איז מיט רוב ליטווישע? און מיט רוב ספרדישע? אזא לשון הרע וואס די האסט יעצט ארויסגעריקט קעגן חסידות איז נאך נישט געהערט געווארן. דאס מיינט פאלש אפגעלערנט די ווערטער פון נשתכח דרך הבע"ש, מען קען זאגן טאקע נשתכח דרך פון די רבי ז"ל.... וויפיל מענטשן לערנען אפ ריכטיג זיינע ווערטער? עס איז דא אין דעם הונדערט מיינונגען און אויך גאר אסאך קרומע און פארפירערישע וואס גרעניצט זיך מיט איך וויל נישט זאגן וואס, [דיינע ווערטער "קוק זיך אום העסטו זיין ס'רוב סאסייעטי אלס א באנדע....." קענסטו אויך ניצן דא ביג טיים ודי]
נא אלא מאי? גייסטו זאגן אז פון היינט און ווייטער זאל קיינער נישט לערנען ויואל משה?
לערנען חסידות איז א "מיז" ווייל אמונה טהורה איז א "מיז" און די אויסטערלישע יסודות און הדרכות און חמימות וואס מען טרעפט אין די חסידישע ספרים, איז מורא'דיג וויכטיג זיך צו קענען האלטן ביי אידישקייט. [אגב נישט יעדער מיטשעט זיך טאג טעגליך מיט א נסיון וואס הייסט ציונות אבער יעדער מיטשעט זיך מיט א נסיון וואס הייסט די אייגענע יצר הרע וואס אויף דעם טרעפסטו מורא'דיגע זאכן בספרי חסידות דוקא, ממילא קום נישט פארקויפן וואס איז ענדערש א "מיז" און אז מען זאל אויפהערן לערנען חסידישע ספרים ווייל אפאר קרומע קעפ האבן זיך תולה געווען אין דעם]
לאמיר פרובירן צו צולייגן וואס איך פארשטיי בדעת אבותי ורבותי
1)סאיז גאר שווער צו אנצייגן וואס דאס איז חסידות, דהיינו וואס דארפסטו וויסן און טון כדי צו ווערן באצייכנט אלס חסיד?
2) די רבי ז"ל שרייבט בפירוש נשתכח דרך הבעל שם לגמרי (אשר ע"כ ווען דו שרייבסט אויף מיר טוטער און עפ"ל,וואס קען איך זאגן?, איך ענטפער בס"ה כי לא יחפוץ במות..... און בכלל שרייב איך דען אייגנס?, אבער שרייבן אזוי אויף די רבי ז"ל די צדיק הדורות?! חזור בך!!)
3)סאיז באקאנט פון נאך צדיקים וואס האבן געהאלטן נשתכח ובתוכם דוכט זיך האט זיך געציילט דער הייליגער צאנזער רב און אויך די שינאווער רב זצוק"ל, כווייס נישט צו זיי האבן געהאלטן נשתכח לגמרי אדער למחצה, צו פארן המון עם צו פאר יעדעם אפילו פאר די צדיקים, (בימיהם פארשטייט זיך)
4)סאיז קלאר מכמה הוכחות אז דער הייליגער חת"ס האט פון גאר נאנט קענענגעלערנט חסידות און האט עס ארויפגעקוקט עד אין שיעור אבער עכ"ז האט ער עס נישט פארשפרייט והדברים אומרים דורשינו
5)פארן קריג איז די איינציגסטע פלאטץ וואס איז געבליבן פעלזן פעסט געטריי לשם ולתורתו בלי שום שינוי
געווען אונגארן וגלילותיה ווי די חת"ס השפעה האט געגרייכט, נישט די חסידישע פוילן און נישט די ליטווישע ליטע(הגם איבעראל איז אלס געווען ערליכע יודן, איך רעד אבער פונעם רוב מנין ובנין ובתוכם די יונגע דור..ואכהמ"ל בדברים ידועים ומפורסמים)והדברים אומרים דורשינו
6)דער הייליגער צאנזער רב שרייבט אין די תשובות אז ביי זיי אין גאליציע איז נישטא אזא זאך אז פשוטע יודן מאכן אליינס פילפולים, יעדער קען זייער פלאטץ און פארשטייט אז מדארף לערנען גמרה ווייל דאס איז תורת השם אבער פילפולים לאזט מען פאר די גדולים וצדיקים,מיין רוב לערנען איז אין נגלות התורה און שפעט ביינאכט ווען דער עולם גייט זיך לייגן לערן איך תורת הנסתר ווייל דאס איז דאך פונקט אזוי א חלק פון תורת השם.
דא זעט מען, 1' די עיקר דגוש דארף זיין נגלה און "נישט" העכערע בחינות 2' נישט יעדער פארשטייט אלעס,און בדורו האט דאס יעדער פארשטאנען (משא'כ בדורינו) 3' למוד עמקות החסידות איז נישט קיין נחלת הכלל,
7)סאיז באקאנט פון אלע פריערדיגע די חומר הענין נישט צו לערנען נסתר פאר די 40 ווייל אויב איז מען נישט ראוי פארלייגט זיך די סטרא אחרא גאר שטארק (איך ווייס פונעם תירוץ פונעם הייליגן בני יששכר בנוגעה לימוד הנסתר בתוך לימוד ספרי החסידות איך ווייס אבער נישט אויב אלע האבן געהאלטן אזוי און אפילו אויב יא קען זיין אז נאר אויף עומק קדושת הזמן והמצוות איז עס געזאגט געווארן משא"כ שאר דברים ועיין לקמן), נאך שטייט פון פריערדיגע אז אויב לערנט מען פנמיות התורה מיט איינער וואס איז נישט ראוי דערצו מאכט עס אז מזאל דורכפאלן אין עניני קדושה, בכלל שטייט אז ווער איז ראוי אז מזאל מגלה זיין פאר אים דברים נסתרים? דער וואס איז ראוי עס צו האלטן ביי זיך און עס נישט מגלה זיין ווייטער.
מיין מסקנה בדעת אבותי ורבותי איז
עומק החסידות איז נישט קיין נחלת הכלל (איך ווייס פון די זידיטשויבע און קאמארנע שיטה..איך שרייב די דעת החת"ס ודברי חיים ותלמידיהם כפי קוצר דעתי)
סאיז א גרויסע נפק"מ צווישן לערנען א בחינה אויף די פרשה אדער א קדושת לוי אויף חנוכה אדער א שטיקל בני יששכר אויף א יו"ט און א איזשביצא באגריף
אין איין ווארט
עומק המצוות והזמן וכו' אדרבה ואדרבה, (די עיקר איז דאך צו מאכן עבודת השם פון די השגות)
אבער ווען סקומט צו עומק הבחירה אדער תיקון וגלגולי נשמות, עומק נפש האדם, השתלשלת העולמות , אופן ההנהגה,מעלה זיין אלוקית פון די נידעריגסטע טומאה וכדומה איז עס א סכנה נוראה ווען סקומט אן צום נישט ריכטיגן מענטש אסאך מער ווי ווען יענער קען ווען בלויז נגלות התורה (סאיז נישט נאר א סכנה אין עניני ציונות נאר אין אלע ענינים....בחירה,תשובה,קיום נגלות התורה,אמונה בדברי צדיקים הקודמים הראשונים קודם תקופות החסידות ועוד ועוד)
מצד שני איז דא א דרך החת"ס וואס איז אן אויסגעפרואווטן דרך און האט איבעראל אלעמאל געארבעט,
אשר ע"כ ווער עס איז נאמן לשם ולתורתו איז נישט מער פון נאטורלעך ער זאל זוכן זיך צו מדבק זיין אין דעם און לעבן אין דעם
אז ממאכט נגלות התורה פאר א יסוד ביסטו א יוד און אויב נישט וועט דיך מיט די צייט גארנישט קיינמאל מחייב זיין, און די אני מאמין פון וזאת התורה לא תהא מוחלפת וועט נשתכח ווערן(במקומה.....ודי)
די רבי האט אוועקגעמאכט אפילו אמתע מעשיות ווייל ער האט געזען די פאטענציאלע חורבן וואס קען ארויסקומען פון דעם אפילו די מעשה שלעצמו איז יא געווען אמת, לכאורה איז ה"ה מיט חסידות.
אגב
וואסערע חורבן קומט ארויס פון נישט אפלערנען דעם ויואל משה ריכטיג? נאך א פראטעסט? נאך א קינות? עקסטרעמיזעם רופסטו חורבן? ווען גאנץ כלל ישראל וואלט געווען אזוי "עקסטרעם" ווי סאטמאר וואלט מיר שענער געשטאנען!! דאס איז פון די איינציגסטע קהילות וואס האט באוויזן צו פארבלייבן מיטן זעלבן צורה ווי פארן וועלטס קריג, דאס איז עפעס אוועקצומאכן? בכלל סאיז נישטא דארטן פראצענטואל אזויפיל נושרים ווי אין אנדערע פלעצער, הלא דבר הוא!!
בקיצור, חורבן באדייט נאכלאזן קיום התורה והמצוות!!
און אגב איך האב נישט געטראפן בכל ספרי רבינו קיין רמז אויף טעראר(אויב האסטו געמיינט דאס צו מרמז צו זיין)
ולסיום דו שרייבסט לימוד החסידות איז א מוז ווייל אמונה טהורה איז א מוז.
סאיז ידוע אז דער רמבם האט נישט געקענט קיין קבלה א"כ איז דאך א כ"ש אז ער האט נישט געקענט קיין חסידות, בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב דו האלטסט אז סהאט געפעלט פארן רמב"ם חלילה.....???? און אלע אונזערע עלטערן פון אלע דורות? אלא מאי?