הלכות מקוואות והמסתעף

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

הלכות מקוואות והמסתעף

תגובהדורך mikva yid » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 5:35 pm

איך וואלט געוואלט דוירכלערנען דא די הלכתא פון מקואות אויף א פראקטישע פארנעם וואס עס איז גערינג צו פארשטיין און פראקטיש צו פראטיצירן
1) די הלכתא ווי אזוי מען בויעט היינט א מקוה והמנהגים בזה
2) די הלכות וואס זענען שייך ביי עקזיסטירנדע מקוה, דהיינו איין מקוה זעה איך ארבעט די פילטער א גאנצע צייט בשעת דער עולם טובל'ט זיך, איין מקוה איז די השקה שטאפער פארמאכט און ביי איינס אינגאנצן אפען קוקט נישט אויס ווי עס ווערט בכלל אמאל פארמאכט פארן און בשעת'ן פילטערן, און ביי איינס זעה איך ווי עס איז פארמאכט און א יעדער מר בר רב אשי עפענט עס אויף און מאכט שי טבילות
3) די פראקטישע צוגאנג פון האלטן זויבער די מקוה - וואס זענען די פראבלעמען פון אונזערע שמשים און וויאזוי קענען מיר זיי העלפן
ועוד
ווער עס קען ארויסהעלפן ביטע נעמען די ווארט
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 5:55 pm

פילטער ארבעט בכל עת ובכל שעה? מן הסתמא after hours.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 6:15 pm

מקוה איד,
ווילט איר וויסן פון א פראקטיש גוטן ספר, אדער איר ווילט עס לערנען דא אין וועלטל?

פארשלאפענער,
ווייטס איר נישט אז פארהאן פיל וואס האלטן אז דער פילטער איז נישט קיין שאובין און נישט קיין זוחלים (ומחלקים דאינם זוחלים למקום אחר אלא בתוך המקוה מני' ובי'), והחמירו בטבילה דאורייתא אלץ חשש תקלה ח"ו?

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 6:17 pm

וועלכע מין פילטער רעדט איר?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג אוקטובער 29, 2013 6:28 pm

כלפי זוחלין, בתוך המקוה.

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

תגובהדורך mikva yid » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 1:22 pm

ווילט איר וויסן פון א פראקטיש גוטן ספר, אדער איר ווילט עס לערנען דא אין וועלטל?

נישט אויסגעשלאסן וועלכע אפשיען בעסער אויפן וועלטעל עס זאל ווערן אויסגעארבעט ברבים

ווייטס איר נישט אז פארהאן פיל וואס האלטן אז דער פילטער איז נישט קיין שאובין און נישט קיין זוחלים (ומחלקים דאינם זוחלים למקום אחר אלא בתוך המקוה מני' ובי'), והחמירו בטבילה דאורייתא אלץ חשש תקלה ח"ו?


1) ווער האלט אזוי?
2) וואס מיינט והחמירו וכו'
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

תגובהדורך mikva yid » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 1:26 pm

ווייסט איינער צו עס איז דא אן אויטאמאטישע השקה שטאפער WATER PLUG בלע"ז וואס מען זאל קענען אנשטעלן אז ווען די מקוה פילטער ענדיגט די עבודה זאל עס אויטאמאטיש מאכן אן השקה?
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

תגובהדורך mikva yid » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 1:28 pm

ווי אויך ווי אזוי איז די גרינגסטע וועג צו האלטן זויבער די מי גשמין בור?
1)רעגלמעסיג אריינלייגן קלארין
2) אזאנעטער (וועלכע... פון וואו...)
3)קלארינעטער " "
4)איז דא א פילטער וואס מען קען נוצן אין די וואסער?
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 5:00 pm

בספר שיצא לאור על ידי בוני המקוה החדשה מהר"א וומ"ס, היה תיאור ארוך באופן מובן על בניית מקואות בזמנינו, בור על גבי בור, שיטת הרש"ב, הדברי יואל, ועוד. אולי יוכל אחד להעתיק.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג נובעמבער 22, 2013 2:47 am

מיין עצה, הייב אן מיטן ספר 'מקווה מים', ס'איז א כרכא דכוליה ביה. א געוואלדיגע ארבייט מיט הסבר אין בילדער. הגם איך הקטן בין שטארק מחולק מיט זיין מהלך אין 'שליבות' עפ"י הד"ח, אבער בשאר דבריו האלט ער זיך צום שכל הישר

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:29 pm

mikva yid האט געשריבן:ווייסט איינער צו עס איז דא אן אויטאמאטישע השקה שטאפער WATER PLUG בלע"ז וואס מען זאל קענען אנשטעלן אז ווען די מקוה פילטער ענדיגט די עבודה זאל עס אויטאמאטיש מאכן אן השקה?

עס מוז זיין כח אדם, עס טאר נישט זיין א מאשין.
אגב אויב ווילט איר א פאר בלאט בקצרה צו פארשטיין די יסודות פון דיני המקוה פארבינד זיך און אישי
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:33 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:עס מוז זיין כח אדם, עס טאר נישט זיין א מאשין

מנא הני מילי??

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:44 pm

סאיז געווען א גראבע טעות
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:17 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סאיז געווען א גראבע טעות

וואס איז געווען א טעות?? הוי׳ על ידי דבר המקבל טומאה איז ווירקליך א הלכה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:22 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:סאיז געווען א גראבע טעות

וואס איז געווען א טעות?? הוי׳ על ידי דבר המקבל טומאה איז ווירקליך א הלכה.

השקה איז נישט קיין 'הויה', והא ראיה עס מעג געמאכט ווערן דורך א מענטש (און אפילו א טמא, א שמועס פאר זיך). הרב טייטלבוים האט געוואלט לכתחילה מחדש זיין אז א השקה דארף געמאכט ווערן "דווקא" על ידי אדם, וואס איז כמובן א טעות גמור, וחזר בו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:26 pm

גערעכט, כ'האב צוזאם געמישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

מקוה בור זריעה.

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:04 pm

אויב דער עולם וויל, וועלען מיר פראבירען שרייבען דא אביסל נקודות פון בויען א מקווה. וזה החלי, אויב עס איז אינטערסאנט פאר איינעם ביטע מגיב זיין

מקוה בור זריעה.

המציאות של זריעה היינו שהמים שאובין נשפכו ונתערבו ונזרעו לתוך המקוה שיש בה מ' סאה כשרים, והמים שאובין נתכשרו ע"י זריעתם בתוך המים כשרים.

והמציאות דמקוה בור זריעה שעושים היום, היינו שמלבד בור הטבילה יוצקים בור וממלאים אותו במ' סאה מי גשמים, שבבור ההוא נזרעים המים שאובים בדרכם אל בור הטבילה, והמים שאובים מוכשרים ע"י זריעה.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:48 pm

הרב טייטלבוים יא מיר איז עס אונטערסאנט אבער נאר אין אידיש, לשו"ק קען איך אליין אריין קוקן אין ספרים אויף טראדישנעל פאפיר וואס איז גרינגער צו ליינען.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:50 pm

farshlufen האט געשריבן:פילטער ארבעט בכל עת ובכל שעה? מן הסתמא after hours.

די מקוה אין ביהמ"ד אברכים זופניק (קיעפ סט.) ארבעט די פילטער א גאנצן צייט בשעת מ'נוצט די מקוה (ע"פ הוראת מהרי"י פילאף שליט"א).
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:17 pm

ניק ניק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פילטער ארבעט בכל עת ובכל שעה? מן הסתמא after hours.

די מקוה אין ביהמ"ד אברכים זופניק (קיעפ סט.) ארבעט די פילטער א גאנצן צייט בשעת מ'נוצט די מקוה (ע"פ הוראת מהרי"י פילאף שליט"א).

דו ביסט זיכער אז ס'איז א פילטער, נישט קיין ozonator?

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:30 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פילטער ארבעט בכל עת ובכל שעה? מן הסתמא after hours.

די מקוה אין ביהמ"ד אברכים זופניק (קיעפ סט.) ארבעט די פילטער א גאנצן צייט בשעת מ'נוצט די מקוה (ע"פ הוראת מהרי"י פילאף שליט"א).

דו ביסט זיכער אז ס'איז א פילטער, נישט קיין ozonator?

וואס ס'איז ווייס איך נישט, ס'איז א דינע דורעכזיכטיגע פייפ וואס פליסט א גאנצע צייט ארויס וואסער, זיך פארגעשטעלט אז ס'איז א פילטער.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:01 pm

דאס איז אן ozonator. נישט וואסער פליסט ארויס פונעם פייפ, נאר ozone (א געז פארום פון O3, דאס איז א סארט oxygen וואס יעדע molecule באשטייט פון דריי oxygen אטאמען, אנדערש ווי די געווענליכע oxygen וואס האט נאר צוויי און שרייבט זיך דערוועגן אלץ O2. קענסט אמאל הערן אן הצלה מעמבער אויפן רעדיא בעטן פאר O2, פון דעם רעדט מען). דער תפקיד פון דעם ozonator איז צו הרג'נען אינפעקשען'ס אין די וואסער (אנשטאט, אדער אין צוגאב צו chlorine)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 10:20 pm

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:26 pm

וועגשיידער רב ד׳ יאריך ימיו ושנותיו בעמח״ס אמרי יואל האט לעצטנס ארויסגעגעבן א קונטרס ברזא טהורא וועגן די שטאפערס אויף די מקואות (נאכנישט דורכגעליינט) א חידוש וואס ער האט געטון אז ער האט געבויט א מאדעל מקוה אויף זיין פארטש (אויף היוז סטריט) פאר ווער עס וויל זען זיין פאטענט

אוועטאר
mikva yid
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2012 9:43 pm

תגובהדורך mikva yid » דינסטאג ינואר 06, 2015 7:46 pm

זייער געוואלט זעהן די ברזא טהורה אויב איינער קען ביטע אפלאודען

אגב געווען די פארגאנגענע וואך א אפהאנדלונג איבער די נושא פון פילטערס במקואות אינם תולדות אהרן גליון "קנין תורה"
צוגעלייגטע
הלכות פילטער במקוה--.pdf
בענין מסנן מים הנקרא "פילטר" שעושין כהיום במקואות
(231.9 KiB) דאונלאודעד 220 מאל
מקוה ישראל ה' מושיע בעת צרה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט