דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:48 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:נאך אמאל קלארשטעלן מיין ווייטאג און דעם שיבוש הדור.
איך האב קיינמאל ח"ו נישט געהאט די מינדעסטע טענה אויף א רב וואס איז בקי בהסוגיא מיט א מסורה פון דער אלטער היים, וואס האט געפסק'נט אנדערש פון וואס איך האב געלערנט אדער מקבל געווען.

למעלה משבעים האט געשריבן:דאן קענט איר שוין אויפהערן ווייטאגן, נישטא קיין איין רב וואס איז מתיר מדעת עצמו אן קיין מסורה - מלאכות נאכן שקיעה.


איך האב נישט גערעדט פון מתיר זיין מלאכה נאך שקיעה. אלעס וואס איך האב געשריבן איז נאר לדעת הנוקטים כר"ת.

למעלה משבעים האט געשריבן:לאמיר אייך ענטפערן בכללות, די האסט ליב צו מאכן א קוגל כדי צו האבן די רעכט צו ווייטאגן... און אויב איז עס נישט צוליב דעם נאר ביזט סתם אזוי צומישט דאן לאמיר דיר עס קלאר מאכן.


די האסט בכלל נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, אדער ווייל האסט נישט גענומען די מיה צו ליינען במתון, אדער ווייל די ווילסט נאר שרייען.

למעלה משבעים האט געשריבן:א) הגריי"נ ז"ל האט אוועקגעשטעלט א קלארע תשובה ווי ער איז מבאר און מברר יעדע צד ווי צו גיין לחומרא אפילו בדרבנן, און איינע פון זיינע מורא'דיגע אויפטוען איז געווען קלאר צו שטעלן די פאקט אז פאר 6 דעגרי איז נישטא קיין שום ספק צו טראכטן אז ס'איז שוין זמן לילה, ער שרייבט עס זייער קלאר, אז נאר פון 6 דעגרי און ווייטער הייבט זיך שוין אן די ספיקות אז אפשר איז שוין וודאי לילה.


איך וועל נישט מפלפל זיין מיט דיר, בתוך התשובה. נאר איבער זאגן ווואס איז ברור כשמש.
דער מנחת כהן שרייבט קלאר אז אויב מ'זעהט ג' כוכבים, מאיזה גודל שיהי', מוז מען חושש זיין אז עס איז שוין וודאי לילה לגבי מלאכה ערב שבת, און חושש זיין 13.5 מינוט פארדעם, איז בין השמשות. ער שרייבט נישט קיין נומערן און דעגריס, נאר מאיזה גודל שיהי'.
ממילא קענסטו נישט זאגן אז הרב ניימאן האט חולק געווען אויף דעם.

למעלה משבעים האט געשריבן:ב) הגר"מ ניישלאס ז"ל איז נישט געגאנגען קוקן ביי "יעדע" שאלה, ער איז אבער יא ארויסגעגאנגען כדי צו פעסטשטעלן א זמן קבוע ביז ווען ס'איז וודאי יום, און די פריעסטע זמן אין יאר איז געווען ביי 30 מינוט נאכן שקיעה [איר האט פריש געבאקן א שקר גמור אז ער האט ביי יעדע שאלה דן געווען לפי הכוכבים "בעת ההוא"].


איך האב מוצאי שבת דאס מברר געווען קלאר. (ביי נאנטע מענטשן פון הרב משה ניישלאס) און דער זאגט אז איך באק....

למעלה משבעים האט געשריבן:ג) ובנוגע די שקיעה. אינדערהיים זענען געווען מקומות ווי מען האט נאך ביזן מלחמה געטון מלאכות נאכן שקיעה, און געווען מקומות ווי מען האט אנגענומען "לחומרא" ווי די גאונים און מען האט שוין נישט געטון קיין מלאכות פון די שקיעה ווייל ס'איז דאך שוין ביה"ש לויט די גאונים.


איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון ר"ת וגאונים כנ"ל

למעלה משבעים האט געשריבן:ד) נאך אזאך וואס זעט אויס ביזט צומישט, ס'איז דא אזא זאך ווי עיקר הלכה, און ס'איז דא אזא זאך ווי א חומרא, דהיינו אוודאי מעיקר הדין האט יעדער געהאלטן די זמן לילה ערש"ק, פונקט ווי א גאנצע וואך, און פונקט ווי מוצ"ש, נאר לחומרא האט מען מחמיר געווען צום גאונים.


איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון ר"ת וגאונים כנ"ל. ווייזט אויס אז מחמת דיין כעס ביזטו געווארן צומישט?

למעלה משבעים האט געשריבן:כמה נפק"מ בדבר, אבער לענינינו, כאפט די חילוק לגבי א דאורייתא אויף א פאל ווי ס'איז א שעת הדחק גמור ממש, און ס'איז נאך פאר די זמן ביה"ש לפי די זמן לילה וואס מען האט זיך נוהג געווען ע"פ די כוכבים אין דעם מקום, און אויך לגבי די שבותים שהתירו בסי' רס"א אפילו נישט אויף אזא דוחק ביז ווען הייסט ביה"ש, האט מען געהאלטן די זמן ביה"ש אזוי ווי מען נעמט אן מעיקר הדין, און נישט די גאונים.


איך האב בכלל נישט אנגערירט די נושא פון ר"ת וגאונים כנ"ל

למעלה משבעים האט געשריבן:ה) נאך א זאך זע איך אז ביזט צומישט, אז די רעדסט זיך איין אז די אלע וואס האבן אנגענומען בכל מילי דרבנן אינגאנצן די זמן פון 72, האלטן אז קיינער אויף די וועלט האט נישט געקוקט אויף כוכבים... דאס איז א שטארקע טעות פון דיין זייט, קיינער לייקנט נישט די מציאות וואס איז געווען נהוג, מען דינגט זיך אבער יא מיט דיר וואס די ווילסט מיר זאלן מחמיר זיין אסאאך אסאאך מער ווי מען האט זיך געפירט אין די פלעצער פון ווי מיר קומען.


איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט.
זיי האבן נישט געוויסט פון קיין דעגרי, און יעדער האט מחמיר געווען לבין השמשות בערב שבת כהמח"כ שהבאתי , פון ווען אימער זיי האבן געזען כוכבים.

למעלה משבעים האט געשריבן:ממילא די אלע רבנים וואס די רעכנסט אויס, קומט נאר אריין אויב איינער לייקנט אז גדולי ארץ האבן נישט דן געווען לפי כוכבים הנראים בעיניהם. אבער היות קיינער לייקענט עס נישט, קען מען גיין קוקן וואס זיי האבן געטון, איז לאמיר זען צו זיי האבן טאקע נישט זיך געפירט צו מאכן כללות'דיגע זמנים, אן רעכענען יעדע טאג/וואך באזונדער [און היות דאס איז בעצם א יסודות'דיגע טענה וואס די האסט, איז בעצם נישט קיין חילוק צו דאס איז א דרבנן צו א דאורייתא, כ'זאג עס נאר, ווייל כ'ווייס גייסט פראבירן צו פארוואסערן דאס מיט די טענה...].


באת לכלל טעות עוד הפעם.
אויך ווייס אז מ'האט געמאכט כלליות'דיגע זמנים. דאס איז דאך קלאר אין כמה וכמה תשובות (יג"ל יעקב, ויחי יוסף, מהרש"ג, ועוד). סיי אויף דאורייתא, און סיי אויף דרבנן.
איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם.

מיין גאנצע טענה איז, אז למשל, איינער א יונגער מורה הוראה, האט מיר דערציילט אז ער איז געבוירן געווארן JUNE 22 , בערך 15 מינוט אחר שקיעה בערב שבת, און דער ... רב האט געהייסן מאכן דעם ברית ערב שבת על סמך ר"ת.


על סמך די מעשה האט ער (דער יונגער מורה הוראה) געפסק'נט פאר א יוד וואס האט געהאט א קינד ערב שבת פורים צייט, א האלבע שעה נאך שקיעה בערב שבת, צו מאכן דעם ברית ערב שבת....
און ער האט ניטאמל געוויסט אז עס איז דא א חילוק צווישן JUNE 22 און חצי אדר...

נאר פון דעם שיבוש האב איך גערעדט.

למעלה משבעים האט געשריבן:הרה"ק מווישניץ-מאנסי זצ"ל האט געזאגט אין א שמועס (ו' אלול תש"ן), כ'שרייב נישט ממש זיין לשון ווארט פאר ווארט, אבער די תוכן אדער די הבנה פונעם תוכן, איז גארנישט געטוישט: צעהלים'ער רב האט אוועקגעשטעלט א זמן הדלק"נ 25 מינוט קודם השקיעה, און זמן מוצ"ש 83 מינוט אחר זמן הדלק"נ, וואס דאס איז 58 מינוט נאכן שקיעה, ולא חילוק בין קיץ לחורף, און לויט זיין שיטה איז כמה פעמים אויסגעקומען די זמן 57 מינוט נאכן שקיעה (פירוש, ווייל די חשבון פונעם צעהלים'ער רב איז געווען - שוין נאכן צולייגן ע"פ בקשת האדמו"ר מקלויזנבורג - אזוי ווי די חשבון פון ויגד יעקב, וואס אין חשבון המעלות קומט עס אויס צו 9.3 דעגרי, לפי"ז וויבאלד ער האט געמאכט א כללות'דיגער זמן פון 83 מינוט, און למעשה די שקיעה שבת איז דאך נישט אייביג די זעלבע ווי ער"ש, נאר אפגעריקט מיט א מינוט, קומט אויס אז צווישן טבת און תמוז איז געווען צווישן שקיעה און 83 מינוט פון זמן הדלק"נ נאר 57 מינוט), והאדם צריך לילך אחר מנהג המקום, ולכן אחזתי בזה, אבער לפעמים היה יכול להיות שיהיה רק 56 מינוט, ולכן החלטתי רק 56 מינוט.

האמיר שוין דעם צעהלים'ער רב וואס האט געמאכט א כללות'דיגער זמן, כאטש באמת איז אמאל אויסגעקומען אז די זמן איז געווען פריער.

דעברעצינער רב, עי' בשו"ת באר משה ח"ב סי' ס"א שעשה זמן כללי מל"ה עד מ"ה דקות קודם צאה"כ לגבי ה"ט [אגב, הגרמ"נ הקיל להנוהגין כר"ת עד חמש עשרה דקות אחר השקיעה, ואם היה קשה הורה לב' קודם השקיעה, ושנית לב' קודם ביה"ש דר"ת של ע"ב]. וע"ע שם דבארץ הגר עשו מלאכות גמורות אחר השקיעה, ומשמעות שכן היה נהוג בדעברעצין.


למעלה משבעים האט געשריבן:ו) נאך אזאך האסטו בכלל נישט געכאפט, אז איטשע האט קיינמאל נישט געשריבן אז למעשה מעג מען צינדן כפי דעת המחבר, ער האט ארויסגעברענגט א נקודה אז דיינע ווערטער זענען א שרעקליכע זלזול כלפי דער מחבר. אבער ער האט זוכה געווען צו א קיתון של שופכין ווייל האסט נישט געוואלט פארשטיין וואס זיין כוונה איז.


איינער וואס זעהט דאס וואס ער האט געשריבן, זעהט קלאר אז לדעתו האט דער מחבר מתיר געווען א מלאכה בערב שבת אפי' ווען די זוהן איז שוין 10 דעגרי אונטערן אופק. און דאס איז א נותן מכשול לרבים.

למעלה משבעים האט געשריבן:ז) און נאך אזאך איז ביי דיר פשוט חסרון ידועה, מען לערנט נישט פון אלס קינד ר"ת כפשוטו אויף ער"ש, נאר אדרבה ואדרבה, מען לערנט פון אלס קינד אז די שקיעה איז גאר גאר הארב, און נאך אסאך מער פון דעם, איך געדענק ווי קומענדיג קיין מאנטריאל איז מיר געווען אזוי פרעמד דאס טון מלאכות ביז 15 מינוט פארן זמן הדלק"נ, כ'האב עס נישט געקענט אראפשלינגן, ווייל מיר זענען אויפגעוואקסן אז די זמן הדלק"נ איז נישט נאר פאר פרויען, נאר פאר יעדעם, ווייל מיר זענען מחמיר נישט נאר אויפן שיטת הגאונים, נאר אויפן שיטת היראים, און מיטן גרעסטן חומרא פון די גרעסטע שיעור מיל פאר זמן ביה"ש. און "קיינער" טוט נישט קיין מלאכה נאכן שקיעה אן דעם וואס ער זאל האבן בקבלה אזוי מאבותיו, אדער א דיין האט אים אזוי גע'פסק'נט. און די זעלבע ווי איך הער איז אין סאטמאר די זעלבע אז די שקיעה איז גאר גאר הארב.


איך פרעג כסדר ביי יודן פריוואט, און איך האב שוין אסאך געהערט אז ביז 15-20 מינוט פאר 72 קענען זיי נאך בשעת הדחק טוהן א מלאכה (בצינעה) בערב שבת.. (טאקע על סמך פון דעם מחבר). ובכללם מורי הוראה.
והא לך ראיה. אין מאנסי איז דא א מורה הוראה, ער הייסט ... וואס הייבט נאך אויף טעלפאן קאלס פאר שאלות ביי 40 מינוט אחר שקיעה, (בערב שבת) סיי זומער און סיי ווינטער, און ער האט שואלים .... (טאקע על סמך פון דעם מחבר)
און איך מיין אז די ווייסט דאס אויך.
פליז פארקויף לאקשן פאר א צווייטן.

למעלה משבעים האט געשריבן:ח) ווי אויך [כנראה] דארפסטו פשוט קלאר ווערן אז די זמן פון די מנחת כהן קומט אויס לפי וואס ער שרייבט ווען ער האט געזען כוכבים באמסטרדם בניסן ותשרי, איז ערשט ביי בערך 8 דעגרי, ממילא די וואס האבן אנגענומען מעיקר דדינא ווי די מנחת כהן, און מחמיר געווען אויף ר"ת האבן קיין שום פראבלעם נישט געהאט צו טון מלאכות ער"ש ביז ביה"ש פאר 8 דעגרי [נאר אין טייל מקומות האט מען מחמיר געווען ער"ש ווי די גאונים].


איך רעד פון וואס ער שרייבט להלכה לערב שבת כנ"ל. ביטע ווארף מיר נישט קיין זאמד אין די אויגן.

למעלה משבעים האט געשריבן:ט) נאך איין נקודה וואס כנראה ווילסטו דערפון נישט וויסן, אז פונקט ווי ס'איז אן איסור צו מתיר זיין את האסור, איז אן איסור צו אסר'ן את המותר.


ווייז מיר ווי איך האב געאסר'ט את המותר?

למעלה משבעים האט געשריבן:סך הכל, די האסט ליב צו מאכן פאקטן און באקן א קוגל פון אלעם, און דערנאך שרייען שיבוש הדור...


מיין גאנצע טענה איז, אז למשל, איינער א יונגער מורה הוראה, האט מיר דערציילט אז ער איז געבוירן געווארן JUNE 22 , בערך 15 מינוט אחר שקיעה בערב שבת, און דער ... רב האט געהייסן מאכן דעם ברית ערב שבת על סמך ר"ת.
על סמך די מעשה האט ער געפסק'נט פאר א יוד וואס האט געהאט א קינד ערב שבת פורים צייט, א האלבע שעה נאך שקיעה בערב שבת, צו מאכן דעם ברית ערב שבת.... נאר פון דעם שיבוש האב איך גערעדט.


למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האף אז יעצט אז ס'איז דיר שוין קלארער די אויבנדערמאנטע, וועסטו אליין פארשטיין אז וויבאלד ס'איז נישט פארהאן קיין איין איינציגע רב - עכ"פ פון די רבנים וואס האבן אונז געלערנט די זמנים - פון די לעצטע דור פון פארן מלחמה און נאכן מלחמה, וואס האלט אז מען דארף מחמיר זיין אויף 5.5 דעגרי אויף כוכבים בינונים, און די ערשטע זמן וואס מען קען שוין טראכטן אז ס'איז כוכבים בינונים איז ערשט ביי 6 דעגרי, בצירוף מיט דעם וואס די מחמיר זיין צו די גאונים איז נאר א חומרא, איז זייער פשוט פארוואס די רבנים האבן די רעכט צו מקיל זיין א מלאכה דאורייתא נאכן שקיעה ביז 13 מינוט, און באמת וואלטן זיי ע"פ הלכה געמעגט מתיר זיין נאך אסאך מער, ווייל מעיקרא דדינא איז דאך די הלכה ווי ר"ת [ע"פ המנחת כהן], וואס דאס איז ערשט ביי 8 דעגרי.


מתיר זיין את האסור טאר מען זיכער נישט. די ביסטאך מודה אז די הלכה איז כר"ת {ע"פ המנחת כהן} און כנ"ל שרייבט ער קלאר לגבי מלאכה בערב שבת אז אויב מ'זעהט ג' כוכבים, מאיזה גודל שיהי', מוז מען חושש זיין אז עס איז שוין וודאי לילה, און חושש זיין 13.5 מינוט פארדעם, איז בין השמשות. ער שרייבט נישט קיין נומערן און דעגריס, נאר מאיזה גודל שיהי'.

מאירים האט געשריבן:ס'איז נישט געווען א נושא ווי יעדער האט געקענט אליין מדמה זיין מלתא למלתא, וויפל צייט נאך די שקיעה "אגאנץ יאר" הייסט נאך יום לגבי מילה, וכש"כ לענין שבת. אלעס האט דער רב געפסק'נט... און, יא! אלעס האט זיך געווענט לויט די כוכבים (וואס כמובן איז אנדערש יעדן טאג פון יאר). און נישט נאר "לחשוש " להמנחת כהן. נאר די כוכבים הנראים האבן קובע געווען!


למעלה משבעים האט געשריבן:אוודאי אזוי, דערפאר האמיר דיינים און רבנים וואס זאגן עס.


מאירים האט געשריבן:עס איז דאן פאר קיין שום רב נישט איינגעפאלן צו מתיר זיין א מלאכה ערב שבת, אדער לאזן מאכן א ברית שבת אויב א קינד איז געבוירן געווארן שבת פארנאכט למוצאי שבת, ווען ער האט שוין געזעהן שטערן'ס מאיזה גודל שיהי'- על סמך וואס "לויט ר"ת איז דאך יום ודאי ביז 58.5 מינוט נאך שקיעה" -


למעלה משבעים האט געשריבן:ריכטיג נישט על סמך פון ר"ת בחשבון של ע"ב, און קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז יא [הגם די פראבירסט צו אנשמירן די בילד אז יא].


איך שמיר גארנישט. גיי ארויס און פרעג, מ'הערט ליידער מער און מער כמו שכתבתי לעיל.

למעלה משבעים האט געשריבן:אבער ס'איז אויך קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר קיין איין רב צו אסר'ן ווען ער האט שוין געזעהן שטערן'ס מאיזה גודל שיהי', נאר ערשט ווען ס'איז געווען אז גודל וואס ער האט זיך שוין מסתפק געווען מעיקר הלכה אלץ ביה"ש [אדער אויב מען האט מחמיר געווען להגאונים דאז אסרו אפילו בלי ראיית שום כוכב], וואס דאס איז צום מערסטענס 13.5 מינוט פאר 6 דעגרי.


גיב מיר איין מקור אויף דעם מתיר צו זיין א "מלאכה" בערב שבת. וועל איך מודה זיין ברבים ולא אבוש.

מאירים האט געשריבן:היינט אבער איז נשתבש געווארן דער דור, מען לערנט אויס נאך פון אלס קינד ר"ת כפשוטו, און מען לייגט נאך צו "אין אנו בקיאים בכוכבים" לקולא. און מער און מער מענטשן זענען זיך מתיר צו טוהן מלאכות דאורייתא אחר השקיעה, אהן קיין שום חשבון פון כוכבים הנראים על סמך זה!

למעלה משבעים האט געשריבן:שקר גמור!


האיך החי יכול להכחיש את החי? גיי ארויס אליין און פרעג מענטשן פריוואט. און אויב די ווילסט קען איך דיר געבן נעמען אין אישי.

למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:קוקט נאר וואס הרב איטשע האט מיר געשריבן
"דער מחבר פסק׳נט אין שולחן ערוך אז מען קען צינדען ערב שבת די ליכט לכתחילה שבלכתחילה, 55 מינוט נאכ׳ן שקיעה, אין צפת, און זימער אדער און ווינטער."

ווי שוין פריער געשריבן, די ווילסט נישט פארשטיין וואס ער האט געמיינט.


ווי שוין פריער גע'ענטפערט. איינער וואס זעהט דאס וואס ער האט געשריבן, זעהט קלאר אז לדעתו האט דער מחבר מתיר געווען א מלאכה בערב שבת אפי' ווען די זוהן איז שוין 10 דעגרי אונטערן אופק. און דאס איז א נותן מכשול לרבים.

למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:און אזוי וואקסט דער נייער דור מורי הוראה, יעדער בחור/אברך וואס באקומט די הוראה ווערט א מומחה צו פסק'ענען אין די ענינים כפי שיקול דעתו אויף סמך פון א "באקאנטע מעשה שלא היה" און אויב ער איז נאך נישט ארויס געפארן פון וויליאמסבורג, ווייסט ער ניטאמאל וואס א שטערן מיינט! אבער ער ווייסט פון ר"ת בין לקולא ובין לחומרא, נאר זיין מגיד שיעור האט געזאגט אז "מיר זענען מחמיר" נישט צו טוהן א מלאכה נאך שקיעה....

און יא, ר' למעלה די ביסט אויך ליידער א חלק פון דעם שיבוש.

חלמא טבא חזיתא... די אלע פסקים וואס מען זאגט דיר דא נאך פון מורי הוראה זענען נישט פון דער נייער דור מורי הוראה, ממילא כאפ איך נישט פונקטליך פארוואס די נייער דור מורי הוראה זענען זוכה צו אזא נזיפה על לא דבר, כ'האף וועסט זיי גיין איבערבעטן נאך פאר יום כיפור [און אפילו ווען יא קומט זיך עס זיי אויך נישט ווי געשמועסט].


און טענקס פאר די קאמפלימענט, אבער ווילאנג מיין דיין האט נישט קיין פראבלעם מיט וואס איך זאג, און עפעס א מאירים דוכט זיך אז ער פארשטייט אלעס וואס קיינער פארשטייט נישט, שטיי איך גוט.


איך האף אז די פארשטייסט שוין וואס איך מיין.

למעלה משבעים האט געשריבן:Z
מאירים האט געשריבן:און יא, איינער וואס קען נישט די זמנים פון יציאת כוכבים הנראים דארף מדינא דגמרא זיך פורש זיין ממלאכה נאך פאר די שקיעה. און ער טאר אוודאי נישט פסק'ענען פאר אנדערע בענינים אלו, אפילו ער איז שוין א מורה הוראה, פונקט ווי ער טאר נישט פסק'ענען אויף א ריאה ווען ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן א ריאה פאר די אויגן.

למעלה משבעים האט געשריבן:גאנץ אן אינטרעסאנטע הוראה שיעור, נאר א שאד אז איר רעדט נישט צו די מורה הוראה דירעקט.


בין איך דען נישט גערעכט?
למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:און יא, אויב מען זעהט כוכבים ביי 5.5 דעגרי מוז מען שוין חושש זיין אז סאיז לילה ממש לענין מלאכה בערב שבת ולחשוש בשיעור ביהש"מ לפני זה.

למעלה משבעים האט געשריבן:ווייז מיר אן איין! מקור פון די רבנים וואס האבן מתיר געווען צו טון מלאכות נאכן שקיעה וויבאלד זיי האבן אנגענומען כל כולו מעיקר הדין ווי דעם מנחת כהן, אבער מחמיר געווען שוין ביי 5.5 דעגרי. איך האב א קלארע מקור וואס זאגט קלאר אנדערש ווי דיר, נישט ווייל ס'איז א דרבנן, נאר ווייל פארדעם הייבט זיך בכלל קיין ספיקות נישט אן, פונקט ווי 1'ע נאכמיטאג האסטו נישט קיין ספק צו ס'איז שוין זמן לילה.


טעות הוא בידך. איך האב שוין געברענגט דעם מנחת כהן. און קיינער איז נישט חולק אויף דעם, לגבי מלאכה בערב שבת כנ"ל.
דאס איז במנחת כהן - מאמר שני סוף פרק חמישי -

מאירים האט געשריבן:און יא אויב דער חת"ס זאגט אז לגבי מילה בשבת רעכנט מען 17.5 מינוט לבין השמשות, איז כש"כ למלאכה סתם.


למעלה משבעים האט געשריבן:ווידער, ווייז מיר אן נאר איין! מראי מקום וואס זאגט ווי דיר.


מען דארף נישט, ס'איז פשוט אבער איך וועל עס אויף זוכן בל"נ.

מאירים האט געשריבן:ואחזור עוד הפעם:

ברור כשמש, אז ס'איז ענדערש צו מאכן מוצאי שבת ביי 60, וואס אויף דעם איז דא הרבה פוסקים וואס שרייבן אז סאיז שוין מוצאי שבת אפי' לר"ת, ווי איידער מתיר זיין מלאכה בערב שבת ווען ס'איז שוין נראים כוכבים בשמים, או אפי' בשיעור בין השמשות לפני זה. וואס אויף דעם איז נישט דא אפילו "איין מתיר"...


למעלה משבעים האט געשריבן:אוודאי גייסטו שרייבן טריקי ווערטער, נראים כוכבים בשמים... ווייל די ווייסט אויך אז איך האלט נישט אנדערש ווי דיר לגבי דעם אז ווען ס'איז "נראים כוכבים בשמים" טאר מען קיין מלאכה נישט טון, די שאלה איז דאך געווען וואספארא כוכבים, ווייל אויב רעדסטו פון כוכבים פון 5.5 דעגרי אלץ זמן לילה צו רעכענען ביה"ש פאר דעם, ביזטו א שיטה יחידאה.


כבר הבאתי לך את המנחת כהן. און דאס איז נישט א שיטה יחידאה אדער טריקי.
אויב מען זעהט ג' כוכבים בשמים, זאל דאס זיין ביי 5 דעגרי, דארף מען שוין חושש זיין ללילה בערב שבת. און די ווייסט אויך אז ס'זענען דא מענטשען וואס זעהן שוין כוכבים דאמאלס.
איז זיכער אז מען דארף דאס רעכענען ללילה לגבי בין השמשות לפניו, "בערב שבת" לכולי עלמא. (עי' במנחת כהן שהבאתי לעיל)
די ביסט זיך טועה בדבר משנה. כנ"ל.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:46 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 8:30 am

מאירים האט געשריבן:נישט אויף דיר ח"ו און אודאי נישט אויף'ן מחבר.
אויף דעם מכשול וואס קען ארויסקומען מדבריך.

ווען די שרייבסט ״מדבריך״, מיינסט מיר אדער דעם מחבר?

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 9:11 am

דבריך,

דער מחבר שרייבט נישט סיי זומער סיי ווינטער כלשונך.

(אנה"נ ער שרייבט נישט קיין חילוק, אבער ער האט דאך שוין געשריבן אין רל"ג, ול"ה, און ער גייט נאך שרייבן אסאך מאל דעם סימן הכוכבים, לדין לילה).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:10 am

מאירים האט געשריבן:דבריך,

דער מחבר שרייבט נישט סיי זומער סיי ווינטער כלשונך.

(אנה"נ ער שרייבט נישט קיין חילוק, אבער ער האט דאך שוין געשריבן אין רל"ג, ול"ה, און ער גייט נאך שרייבן אסאך מאל דעם סימן הכוכבים, לדין לילה).


ניין ער שרייבט נישט, אבער ניסן און תשרי יא?

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:24 am

כפי ידיעתי, נישט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:53 am

מאירים האט געשריבן:כפי ידיעתי, נישט.

כ׳פארשטיי נישט, ווען גענוי האלטסטו האלט דער מחבר איז מען מעג לכתחילה צינדען לעכט 55 מינוט נאך שקיעת החמה?
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

ביטע קום אריין קלאר.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:01 am

איטשע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:כפי ידיעתי, נישט.

כ׳פארשטיי נישט, ווען גענוי האלטסטו האלט דער מחבר איז מען מעג לכתחילה צינדען לעכט 55 מינוט נאך שקיעת החמה?
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

ביטע קום אריין קלאר.

ביז כמעט בין השמשות. מהלך אלף ות"ק אמות קודם הלילה.
דהיינו קודם שנראים ג' כוכבים בשמים. + תוספות שבת.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:22 am

מאירים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:כפי ידיעתי, נישט.

כ׳פארשטיי נישט, ווען גענוי האלטסטו האלט דער מחבר איז מען מעג לכתחילה צינדען לעכט 55 מינוט נאך שקיעת החמה?
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

ביטע קום אריין קלאר.

ביז כמעט בין השמשות. מהלך אלף ות"ק אמות קודם הלילה.
דהיינו קודם שנראים ג' כוכבים בשמים. + תוספות שבת.


מאך נישט פורים פונ׳ם מחבר.
ג׳ מיל ורביע, איז 6500 אמות און נישט קיין 1500.
ענטפער קלאר:
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:28 am

לאמיר דיר אויפפרישן וואס דער מחבר שרייבט אין ס׳ רס״א - הלכות ״זמן הדלקת נרות״

סעיף ב: ״יש אומרים שצריך להוסיף מחול על הקודש. וזמן תוספת זה הוא מתחילת השקיעה, שאין השמש נראית על הארץ, עד זמן בין השמשות. והזמן הזה שהוא ג' מילין ורביע, רצה לעשותו כולו תוספת, עושה; רצה לעשות ממנו מקצת, עושה, ובלבד שיוסיף איזה זמן שיהיה ודאי יום מחול על הקודש. ושיעור זמן בין השמשות הוא ג' רבעי מיל, שהם מהלך אלף ות"ק אמות, קודם הלילה.״

ענטפער קלאר, ווען איז דער סעיף נוגע, איין טאג אין יאר איז גוט, אבער קלויב דיר אויס א געוויסע טאג:
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:18 pm

איטשע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:כפי ידיעתי, נישט.

כ׳פארשטיי נישט, ווען גענוי האלטסטו האלט דער מחבר איז מען מעג לכתחילה צינדען לעכט 55 מינוט נאך שקיעת החמה?
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?

ביטע קום אריין קלאר.

ביז כמעט בין השמשות. מהלך אלף ות"ק אמות קודם הלילה.
דהיינו קודם שנראים ג' כוכבים בשמים. + תוספות שבת.


מאך נישט פורים פונ׳ם מחבר.
ג׳ מיל ורביע, איז 6500 אמות און נישט קיין 1500.
ענטפער קלאר:
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?


איך האב נאך געשריבן דעם לשון המחבר...
"ושיעור זמן בין השמשות הוא ג' רבעי מיל, שהם מהלך אלף ות"ק אמות, קודם הלילה".
דאס הייסט געמאכט פורים?
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:19 pm

איטשע האט געשריבן:לאמיר דיר אויפפרישן וואס דער מחבר שרייבט אין ס׳ רס״א - הלכות ״זמן הדלקת נרות״

סעיף ב: ״יש אומרים שצריך להוסיף מחול על הקודש. וזמן תוספת זה הוא מתחילת השקיעה, שאין השמש נראית על הארץ, עד זמן בין השמשות. והזמן הזה שהוא ג' מילין ורביע, רצה לעשותו כולו תוספת, עושה; רצה לעשות ממנו מקצת, עושה, ובלבד שיוסיף איזה זמן שיהיה ודאי יום מחול על הקודש. ושיעור זמן בין השמשות הוא ג' רבעי מיל, שהם מהלך אלף ות"ק אמות, קודם הלילה.״

ענטפער קלאר, ווען איז דער סעיף נוגע, איין טאג אין יאר איז גוט, אבער קלויב דיר אויס א געוויסע טאג:
ניסן?
תשרי?
תמוז?
טבת?


כל יום ויום ובכל שנה ושנה, לכל ישראל

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:22 pm

אויב קען מען יעדער פרייטאג צינדן לעכט 55 מינוט נאכ׳ן שקיעה, ווי גע׳פסק׳נט דורכ׳ן מחבר, כנ״ל, בין איך צומישט וואס גענוי ״דו״ האלטסט.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

חס ושלום.

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:57 pm

דער מחבר פסק'נט פעמים הרבה, אז ווען מען זעהט ג' כוכבים בינונים בשמים איז לילה לכל דבר. און דער מחבר רעדט לנו ולבנינו עד עולם. וזאת התורה לא תהא מוחלפת און מען טאהר לויט דעם נישט צינדן קיין ליכט ערב שבת נאך ראיית כוכבים בינונים בשמים. אדער בזמן בין השמשות שלפני זה.
מוסכם?


בסך הכל קומט מען אן צו א מחבר וואס אין די ערשטע האלב סעיף (דוכט זיך 6 ווערטער) קוקט אויס אז ער שרייבט ח"ו אז מען מעג צינדן ליכט ערב שבת אפילו ווען מען זעהט כוכבים הרבה בשמים.

איך אליין בין נישט ראוי צו זאגן פשט. ואפילו הכי ווייס איך אז דער מחבר האלט אויך אז ביי ג' בינונים בשמים טאהר מען נישט צונדן, ואפילו בזמן בין השמשות ותו"ש פאר דעם, אזוי ווי ער שרייבט אסאך מאל אז דענסמאל איז שוין לילה. און יעדער חדר יונגל ווייסט דאס.

וצריך עיון גדול.

נאר ווי איך פארשטיי אז די קענסט נישט שלאפן וועגן דעם צריך עיון, וועל איך דיר געבן צוויי גרויסע אחרונים וואס זאגן פשט, ותנוח דעתך.

א) עולת שבת וז"ל: וזה שכתב המחבר שאין השמש נראה, כלומר שאינו נראה "בכוחו" כמאז מפני שהתחיל לכנס ברקיע. עכ"ל. איז דער תחילת שקיעה לאו דוקא, די שקיעה באופק.

ב) מנחת כהן : אז דער מחבר רעדט נאר פון א פלאץ וואס מ'זעהט נאך נישט קיין כוכבים ביז ג' מילין ורביעי מיל.

וממילא, האלט דא אויך דער מחבר אז ווען מ'זעהט ג' כוכבים בשמים איז שוין ודאי לילה ודבריו כאן אינם סותרים את דבריו בכל שאר המקומות.


(ועוד יש, נאך מהלכים בגדולי האחרונים, אבער איך גלייב אז די צוויי זענען גענוג אוועקצונעמען דעם צריך עיון).

היצט ביטע אויב האסטו א אנדערע תירוץ אויף דעם צריך עיון, וואס טוישט די הלכה פון וואס איך האב געזאגט, ביטע זאג מיר.
אבער פליז, נישט אייגענס. נאר א פוסק אחרון גדול, וועלכער נעמט למעשה אן ווי דעם מחבר אז שתי שקיעות יש...

והעיקר (כמעט) שכחתי: אויב די פלאנסט צו ענפערן אז אין אנו בקיאים בכוכבים, וממילא אלע כוכבים וואס מען זעהט ביז ג' מילן ורביע זענען כוכבים גדולים. וויל איך דיר מקדים זיין, אז קיינער זאגט דאס קיינמאל נישט לקולא ח"ו, נאר לחומרא.
און אויב די ווילסט דאס אריינלערנען אין מחבר לקולא, מוזטו האבן א גדול באחרונים וואס זאל דאס זאגן להלכה...
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

ואוסיף עוד

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:11 pm

פון דרך החיים, איז שטארק משמע אז די זמן תוספת שבת, וואס איז תלוי ברצונו אויב מ'וויל מוסיף זיין כולו אדער מקצתו. הייבט זיך 72 מינוט פאר צאת הכוכבים הנראים. און דאס מיינט דער מחבר.
אפשר נישט קיין ראי' ברורה בלתי שום ספק. ווייל מ'קען מדחיק זיין אנדערש פשט בדוחק גדול. אבער בפשטות גייט ער מיט דעם מהלך.

ואפי' אויב איך בין זיך טועה בדבריו ח"ו, קומט אויך נישט ארויס פון דעם קיין מכשול באיסור דאורייתא.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 4:20 pm

מאירים, ברענגסט מיר ארויף א שמייכל.
אפשר צייכנסטו צו דעם עולת שבת און מנחת כהן, קלאר.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 4:24 pm

האסט געזוכט און נישט געפונען?
זוך נאךאמאל.

אבי די שמייכלסט ב"ה.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 4:31 pm

אוודאי געזוכט, און נישט געפינען. ווייז צו.

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 4:44 pm

היסטאריע האט געשריבן:אוודאי געזוכט, און נישט געפינען. ווייז צו.


מנחת כהן
מאמר ב' סוף פרק ג'

עולת שבת בסימן רס"א.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:35 pm

מאירים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אוודאי געזוכט, און נישט געפינען. ווייז צו.


מנחת כהן
מאמר ב' סוף פרק ג'


איך זע דארט גארנישט.

אפשר קענסטו מעתיק זיין א שורה צוויי, איך זאל וויסן פון וועלכע מנחת כהן דו רעדטס?

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:47 pm

פון ואמנם על הטענה השניה... קוק פון דארט און ווייטער.

אויב די טרעפסט נאך אלץ נישט. איז , אדער עפעס ראנג מיט דיין מנחת כהן, אדער מיט דיינע אויגן גלעזער...

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:48 pm

מאירים האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אוודאי געזוכט, און נישט געפינען. ווייז צו.


עולת שבת בסימן רס"א.


בייגעלייגט דעם גאנצן עולת שבת אויף סימן רס"א, ווייז צו וואו דאס שטייט?

olas shabos rsa.JPG
olas shabos rsa.JPG (138.11 KiB) געזעהן 171 מאל

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:56 pm

מנחת כהן כבר מצאת ?

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 8:03 pm

מאירים האט געשריבן:מנחת כהן כבר מצאת ?


לא

בייגעלייגט דעם גאנצן שטיקל, צייכן צו וועלכע שורה דו מיינסט.

qaz.JPG
qaz.JPG (147.76 KiB) געזעהן 167 מאל

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 8:11 pm

די ערשטע 8 שורות

מאירים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

...

תגובהדורך מאירים » מאנטאג פאברואר 04, 2019 8:18 pm

יעצט מאכסטו מיך שוין שמייכלען ...

האסט מעתיק געווען דעם לשון המחבר פונעם ספר עולת שבת.

ובמכוון אויסגעלאזט דעם פירוש עולת שבת?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט