דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 13, 2019 2:06 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:זיך צו פארלאזן אויף וואס? צו מאכן א ברית ביז 13.5 מינוט פאר 72? נישט ריכטיג!

ווייל זמן "לילה" לחוד וזמן "קבלת שבת" לחוד, די נקודה וואס ער ברענגט ארויס איז אז מען האט אנגענומען ווי ר"ת אינגאנצן, און ער ברענגט א ראיה דערצו, אז קבלת שבת איז ערשט געווען ג' רבעי שעה או קרוב לשעה פאר צאה"כ, קומט אויס אז מען האט געהעריג געטון א מלאכה נאכן שקיעה, איז פשט אז מען האט אנגענומען אינגאנצן ווי ר"ת.

נו יעצט ווענד זיך עס וואס די האלטסט דער חת"ס האט געלערנט איז שיטת ר"ת, דהיינו אויב איז שיטת ר"ת אז ערשט ביי 72 איז נאכט, דארף מען מאכן א ברית ביז 13.5 פאר נאכט. קבלת שבת מאכט נאכנישט נאכט לגבי א ברית.

אבער לערנט מען אז דער חת"ס האלט נישט בדעת ר"ת 72 נאר פריער, איז אוודאי לגבי א ברית אויך זמן לילה פריער, אבער אפילו אזוי, אויב לפי חשבון קומט אויס אז ביה"ש זאל זיין ערשט חצי שעה פאר צאה"כ, וועט מען אוודאי מאכן א ברית דעם טאג.

איך הער.
נאך א נקודה שנתעוררתי בדברי מרן החתם סופר זי"ע. ער איז נאר משוה שיטת רבינו תם צו די שיטה פון דעם רוקח, אדער ווי עס איז מער באקאנט אלס די שיטה פון די יראים, אז ביי שקיעת החמה איז שוין לילה ודאי, אויף דעם זאגט ער אז מיר פסק'ן להדיא נישט ווי זיי. אבער *אין זיינע ווערטער* איז גארנישט פאראן קעגן דעת הגאונים. אויך איז נישט פאראן קיין ראיה קעגן די גאונים פון טוהן א מלאכה 12 -27 מינוט נאך די שקיעה, ווייל לויט די גאונים ווערט דאך אויך אפגעשטופט דער זמן לפי האופק (וממילא נעשה ספק, ובהצטרף לשיטת ר' יוסי נעשה אף קל יותר) איז דאך קיין ראיה ברורה אויך נישטא.
בין איך גערעכט מיט דעם?

נישט גערעכט, ווייל אפילו אויב לויט די גאונים זאל נאכט זיך ווענדן לפי האופק, איז אבער זיכער אז ביים שקיעה הייבט זיך אן ביה"ש, דאס מיינט אז פון שקיעה איז אסור במלאכה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 13, 2019 2:51 pm

מאירים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ס'איז נישט מעגליך צו זאגן אז די זמן צאה"כ דארט איז בדעת החת"ס, וויבאלד די חשבון וועט נישט אנהייבן צו שטימען מיטן חשבון פון חת"ס אין תשובה סי' פ', ווייל אויב זאל מען זאגן אז צאה"כ איז געווען יענעם טאג 4:20, שטימט עס נאר אויב מען רעכנט 5.7 דעגרי [אנדערש קומט מען נישט אן צו די זייגער], און אויב זאל דער חת"ס רעכענען 5.7 דעגרי וואלט אויסגעקומען אז 8:30 [יענעם טאג וואס די קינד איז געבוירן] וואלט שוין לאנג געווען אינמיטן ביה"ש, ס'וואלט געווען ווייניגער ווי 10 מינוט צו צאה"כ, און נישט היבש פאר ביה"ש.


איך קען נאר ענטפערן א השערה. אז דער חתם סופר איז נישט געגאנגען קוקן כוכבים בעת כתיבת התשובה, ווייל ער האט געדארפט שיקן די תשובה שנעל. ער האט נאר געשריבן כפי לוח רבו רנ"א, וואס ער אליין שרייבט אויף דעם "וכפי הנראה שגם במדינות אלו. נמצא כזה בקירוב" און אפשר איז די זייגער אין פערשבורג געווען פאראויס אפאר מינוט.
וסמך על השואל שיבדוק.. מר כי אתריה!

כ'האב נישט קיין אנונג וואס דריקט דיר אזוי שטארק זיך מדחיק זיין בכל מיני דוחקים. און כ'ווייס נישט פארוואס כ'גיי דיר בכלל ענטפערן, אבער וויבאלד מען האט קיינמאל נישט קלאר אויסגעשמועסט די נקודה וואס כ'גיי שרייבן גיי איך עס בל"נ נאר נאך איינמאל ענטפערן.

זאג דו צו עס מאכט בכלל סענס וואס די שרייבסט, דער חת"ס איז געווארן רב אין מטרסדורף אין יאר תקנ"ח, די תשובה איז געשריבן געווארן אין יאר תקס"ג, די אלע יארן האט ער ממש קיינמאל נישט גערעכנט ווען די זמנים קומען אויס אין מטרסדורף צו זען אז עס שטימט נישט מיט וואס זיין רבי שרייבט? נאר יעצט ווען ס'איז אים געווען נוגע האט ער אין בהלה שנעל געשריבן א חשבון? אן אפילו אנצייכענען פון ווי ער נעמט דעם חשבון?

מען האט דאך דאס שוין אזויפיל מאל געשריבן, לויטן חשבון פון זיין רבי'ן איז אין פראנקפורט געווען יענעם טאג די זמן בערך 9:00, און רעכענענדיג דעם חשבון לפי דעגרי איז עס בערך 5.7-8 וואס לפי די חשבון איז עס אין מטרסדורף בערך 8:40 [און די חשבון פון בעל באר שמואל שטימט טאקע מיט דעם]. אבער דאן הייבט נישט אן צו שטימען אז 8:30 זאל נאך זיין פאר ביה"ש.

שנית, דער חת"ס איז נישט געווען קיין חדר יונגל צו שרייבן פאלשע זאכן און זיך פארלאזן אז יענער גייט שוין מברר זיין...

שלישית, זאגסטו אז דער חת"ס האט זייער גוט געוויסט אז באמת איז איין פלאץ אנדערש פון אנדערן, דאס הייסט ער ווייסט אז מען דארף מברר זיין צו די צוויי פלעצער - די פלאץ ווי די קינד איז געבוירן, און מטרסדורף - זענען די זעלבע, אבער צו פראנקפורט און מטרסדורף איז די זעלבע דאס האט ער קיין ספק נישט געהאט, וואס!?

און נישט נאר דאס, נאר ער רעדט פון א פאקט אז די מציאות צו רעכענען נאכט איז די און די צייט, דאס הייסט דער חת"ס האט בכלל נישט נאכגעקוקט די אלע יארן צו עס שטימט, און געבויט אויף א פאלשן הנחה אז די ביידע פלעצער זענען די זעלבע, און לפי זה קובע געווען זמן לילה? ביטע מאכט אייך נישט צו נער. פונקטליך ווי האט ער זיך געיאגט ווען ער האט קובע געווען זמן לילה ביז דאן? ער רעדט דאך פון א זמן וואס איז נהוג, נישט אז ער רעכנט יעצט בערך לויטן חשבון פון זיין רבי'ן, אז מען זאל זיך קענען מדחיק זיין אז וויבאלד ער האט שנעל געדארפט ענטפערן שרייבט ער בערך.

מאירים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:בהכרח איז פשט אז די זמן צאה"כ איז אן אייגענער, נאר די זמן הדלק"נ פון 45 מינוט פאר צאה"כ, דאס איז ע"פ חומרת החת"ס.

כאמור, איז נאר דא איין צאת. און דער באר שמואל האט זיך גפירט "כל-כולו" כהחתם סופר. ותו לא מידי.

פארשטייט זיך דאס איז געבויעט אויפן הנחה אז דער חת"ס שרייבט א פאלשן זמן אין תשובה מיטן חשבון אז דער יעניגער וועט שוין מברר זיין... אבער ע"פ האמת ווייסטו דאך אויך אז דאס איז נישט ריכטיג, ס'איז דא איין חשבון פון רנ"א, און דאס איז די חשבון וואס דער באר שמואל האט געהאט בזמן לילה, און דערנאך איז דא אן אנדערע חשבון אין תשובת חת"ס, וואס שטימט נישט מיט דעם.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מאי 13, 2019 4:17 pm

איך האב נאר געשריבן א השערה. (ווייל דער חתם סופר האט איבער געגעבן דעם לוח לתלמידיו, על סמך "כפי הנראה שגם במדינות אלו נמצא כזה בקירוב" אלץ א בערך'דיגער לוח)
איך ווייס נישט!
אבער איך ווייס יא אז קיינער פון זיינע תלמידים, אדער קרוב לדורו וואס זענען געגאנגען בתר ראיית הכוכבים, האבן נישט געשריבן אז עס איז דא א צאת הכוכבים של החתם סופר.
אפי' די שפעטערע, למשל זכרון יהודה, לבושי מרדכי, בית ישראל, ועוד, וואס רעדן פון די זמן צאת הכוכבים (הנראים) במקומותם, און אפי' ר' מאיר קליין פון אוהעל, זאגט קיינער נישט אז עס איז דא א שיטת חת"ס בזמן צאת הכוכבים. ווייל צאת הנראה איז צאת הנראה!
אמת, ס'זענען דא בריאי עינים וואס זעהן פריער, וחלושי ראות וואס זעהן אביסל שפעטער. און קען זיין אז דער חת"ס האט יא געקוקט, און געזעהן די שטערן אביסל שפעטער.

איך שהוא, לא יאונה לצדיק כל און, און ער האט געהייסן דעם שואל אליין קוקן כפי ראות עיניו. און דאס האט ער אונז איבערגעלאזט לפסק הלכה. "מר כי אתריה" יעדער רב זאל אליין גיין קוקן. "ה' מינוטין קודם גמר קשקש ניין אוהר" איז נישט דער סוף פסק להלכה

און אזוי פלעגט רבי משה ניישלאס זצ"ל טוהן "ביי יעדע שאלה פון א ברית, איז ער געגאנגען קוקן !" (איך ווייס אז די ביסט נישט מסכים מיט דעם, אבער דער אמת טוישט זיך נישט, און איך האב עס קלאר מברר געווען).

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 14, 2019 1:03 am

נו וודאי נאר אן השערה... ווייל מיטן אמת האט עס קיין שייכות. ווייל די ווייסט אויך אז קיינער פון זיי ברענגט נישט סיי דעם חת"ס אין די תשובה און סיי דעם חשבון בשם רבו, אן פרעגן אז דאס איז א סתירה. און באמת זע איך נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז א חלק פון זיינע תלמידים האבן למעשה אנגענומען חשבון רבו אנדערש ווי די חת"ס בתשובה.

כ'וועל דיר איבערברענגן וואס כ'האב שוין אמאל געשריבן די פריערדיגע אחרונים וואס דערמאנען יא ביידע, ואין גם אחד וואס איז נישט מעורר אז ס'איז א סתירה, און אויב ס'איז א סתירה איז פשט אז ס'איז דא צוויי זמנים פון צאה"כ.

שו"ת קרן לדוד (סי' ע"ט) נשאר בצ"ע על החת"ס שכתב בתשובה זמן מסוים י"ז מינוט לביה"ש, ובשם רבו כתב דתלוי לפי הזמן של השנה.

קנה וקנמון (סי' א' אות ט"ז) כתב לפסוק כהגאונים וכותב ע"ז שהגם החת"ס בתשובה פסק כר"ת, מ"מ בשם רבו רנ"א פסק כהגאונים ושכן ההלכה למעשה.

זכרון סופרים (ח"ב או"ח סי' רס"א) שכותב דמש"כ בלקוטי חבר הוא לפי שיטת הגאונים [דלא כמו שטעה הניק ביה"ש, ווייל ער איז געבליבן שטיין אינמיטן פון זיינע ווערטער (אפילו נאכן הוספה), דער זכרון סופרים שרייבט שפעטער קלאר נאכאמאל וז"ל "הנה עירבב שני ענינים דהלא הלקוטי חבר משמי' דחת"ס אמורים לפי שיטת הגאונים", און ביי דעם בלייבט ער].

שו"ת דעת סופר (חיו"ד סי' פ"ד) כתב על מה שעורר הגריי"נ שהוא סתירת חת"ס "גם אני אשתומם", וסיים דהעיקר כמש"כ החת"ס בהתשובה.

שו"ת ויען יוסף (סי' ק"ד) שכותב על מה שעורר הגאון הנ"ל הגריי"נ שהוא סתירת חת"ס, דמצינו כזה ויל"ע איזה הוא בתרא, ומסיים שם דיש לדון דהחת"ס דן דווקא לגבי שאיבת מים, אבל לענין מוצאי שבת לא סמך עצמו על חשבון זה, רק כפי מה שכתב בתשובה.

ליקוטי הלכות (על החת"ס שם אות ט') באמת אינו תחת ידי לעיין עכשיו בדבריו, אבל נאמנים עלי דברי המנח"י (ח"ו סי' ק"ד) ושו"ת קנה בשם (ח"ב סי' ע"ו), שכתבו בשמו דיש סתירה למש"כ החת"ס בליקוטים, דשם מוכח דס"ל לגמרי כשיטת הגאונים, והי' חילוק מנהגים בין פפ"ד ובין המקומות שהחת"ס ז"ל שמש שם ברבנות.

יעצט לאמיר זען פארקערט, ברענג אפי' נאר איינס פון די פריערדיגע אחרונים וואס ברענגט דעם חת"ס סיי די חשבון בשם רבו און סיי די תשובה לגבי מילה, און זאגט נישט אז ס'איז א סתירה, אדער פארקערט זאגט אז ס'איז נישט א סתירה?


בכל אופן דיין תגובה איז בבחינת זאמד אין די אויגן, ווייל בעצם האסט דערווייל קיין איין ווארט נישט פארענטפערט אויף מיין פריערדיגע תגובה, חוץ פון זאגן איך ווייס נישט, און אז קיינער פון די ליסטע וואס די ברענגסט רעדן נישט דערפון...

תמצית צוריק צום ענין, דער חשבון צאה"כ פון בעל באר שמואל איז נישט די חשבון וואס דער חת"ס האט גערעכנט אין די תשובה, נאר די חשבון שכתב החת"ס בשם רבו.

ה' מינוטין קודם גמר קשקש ניין אוהר איז דער מציאות וואס זיי האבן גערעכנט נאכט, דאס מיינט אז אויב די שאלה וואלט געווען אין מטרסדורף וואלט ער גע'פסק'נט צו מאכן באותו יום דעם ברית, וויבאלד במציאות האבן זיי גערעכנט נאכט אום 8:55, ער שרייבט נישט דא וואס זיין רבי האט געשריבן, ער שרייבט דא א פאקט, ווען מען האט גערעכנט נאכט, נישט א חשבון ווען עס דארף אויסצוקומען נאכט.

בנוגע הגרמ"נ ז"ל איר קענט זאגן ביי וועם איר האט עס מברר געווען? ווייל לפי ידיעתי איז דאס ריין שקר.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דינסטאג מאי 14, 2019 6:11 am

אוודאי איז דא א סתירה, צווישן לוח רנ"א מיט די תשובה!

האב איך דען געזאגט אז נישט? ווער האט דא בכלל גערעדט דערפון?

די סתירה איז, אז זיין רבי רנ"א רעכנט בין השמשות פון די שקיעה באופק. און אין די תשובה, רעכנט ער ביהש"מ לאחור פון צאת הנראה.

עס האט בכלל נישט מיט די זמן צאת הכוכבים.

יעצט ביטע, ווייז מיר ווער עס זאגט אז עס איז דא א ספעציעלע צאת לשיטת החתם סופר, דאס איז דאך אונזער דיון דא.

די זאגסט אז דער חותם קודש, און דער בית ישראל, און דער זכרון יהודה און דער לבושי מרדכי און אונסדארפער רב, און דער שעלליא'ער רב האבן געהאט איין צאת הכוכבים. און דער חתם סופר, א אנדערע צאת הכוכבים.

און איך זאג אז צאת הנראה, איז צאת הנראה. קיינער זאגט נישט אז דער חתם סופר האט געהאלטן א אנדערע צאת הכוכבים. איי ער שרייבט אין די תשובה 8:55, קען מען נאר זאגן השערות פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט דער פסק הלכה לדורות.
אבער צו זאגן אז ער האט געהאלטן א אנדערע צאת הכוכבים, ווען "קיינער" מתלמידיו, אדער קרוב לדורו זאגט דאס נישט, איז דוחק גדול.

בקיצור, דער גרויסער מקבל דרך החתם סופר, דער באר שמואל, האט הרבה פעמים געלערנט מיט זיינע תלמידים דעם דרך החתם סופר צו צינדן נרות שבת, שעה או ג' רבעי שעה לפני צאת הכוכבים, און ער האט האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט געהאלטן א אנדערע צאת הכוכבים, (ווען יא וואלט ער דאס געזאגט, ער איז דאך געווען דער דולה ומשקה דרך החתם סופר לדורות הבאים). דארף מען נישט אננעמען שיטת הניק "למעלה", וואס האלט אנדערש.

ולגבי וואס איך האב געשריבן וועגן רבי משה ניישלאס, האב איך מברר געווען, און די האסט געשריגן שקרן, טא, וואס איז נאך שייך צו טענה'ען? ווער עס וויל וויסן זאל אליין מברר זיין ביי מענטשן וואס האבן אים געפרעגט, אדער גענומען שימוש ביי אים, און געדענקען. אזוי ווי איך האב געטוהן.

(חצר הקודש איז לכאורה נישט קיין בירור, עס איז נאר בסך הכל וואס יוגעלייט שרייבן "בשם" כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איז לאו דוקא קראנט).

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 17, 2019 3:22 pm

איך קום צוריק אביסל שפעט, ראשית כ'האב נישט געהאט קיין צייט, און שנית, כ'האב זיך שטארק גע'יושב'ט צו כ'זאל בכלל שרייבן, היות יעדער וואס וועט נאכקוקן מיינע מראי מקומות [פון די וואס פרעגן א סתירה], וועט גלייך זען אז איר לייקנט שמש בצהרים. למעשה איז דא א געוויסע טענה וואס איר זאגט כסדר איבער ["נמצא כזה בקירוב"], און כ'האב קיינמאל נישט געענטפערט דערויף [ווייל מעיקרא האב איך זיך בעצם אויך געהאט טועה געווען דערין, אבער ב"ה שפעטער עומד געווען אויפן טעות], גיי איך יא מגיב זיין און בל"נ פלאן איך נישט צוריק צו קומען נאכאמאל בנוגע דעם סתירת חת"ס.

כנראה האט איר בכלל נישט מעיין געווען אין די אלע מראי מקומות פון די וואס פרעגן א סתירה, און אויב יא, דאן זענט איר פשוט מכחיש שמש בצהרים.

ווען איר וועט האלטן ביים נאכקוקן וועט איר זען אז בעצם די סתירה איז צוויי זאכן, ראשית דאס וואס איר זאגט, אז פון דעם וואס ער זאגט אז הדלק"נ זאל זיין קודם השקיעה קומט אויס אז ער האלט ווי די גאונים, אבער דאס בעצם קען מען זייגער גרינג אראפשלינגן מיטן זאגן דאס האט זיין רבי געהאלטן, וליה לא סבירא ליה, אדער אז דארט שרייבט ער עס לענין הדלק"נ דווקא אבער נישט אויף למעשה לגבי מילה וכדומה.

שנית, אז די "חשבון" וואס ער זאגט וויפיל מינוט ס'איז דא צווישן שקיעה און צאה"כ [כ"ד או ל"ה דקות], דאס איז א סתירה. דאס הייסט אזוי, אין די חשבון רבו איז דא דריי חלקים.

א] א חשבון די צייטן אין יאר וויפיל מינוט ס'ווערט אפגעריקט איין וואך פון אנדערן לויט די תקופות השנה, וואס אויף דעם שרייבט דער חת"ס "שגם במדינות אלו נמצא כזה בקירוב", און נישט ווי די וואס פראבירן צו פארדרייען פשוט פשט און מאכן דעם חת"ס פאר אן אינו יודע אז אין מציאות איז דא א חילוק פון איין פלאץ צום אנדערן - און אז דער חת"ס אין תשובה רעדט פון די צייט פון צאה"כ וואס ער ברענגט בשם רבו ווייל ס'שטימט בקירוב, ניין, דאס איז פאלש פשט, נאר דער חת"ס רעדט דא לגבי די חשבון וואס זיין רבי רנ"א האט געמאכט וויפיל מינוטן ס'ווערט אפגעריקט איין וואך פון אנדערן ארום די תקופה, און ווען מען מאכט "דעם חשבון" זעט מען אז אין די "מדינות" איז עס ממש כמעט אויפן האר די זעלבע, די מאקסימום חילוק וואס איז דא פון פרנקפורט צו אלע אנדערע פלעצער ווי דער חת"ס איז געווען איז בערך איין מינוט! און אויף דעם האט פשט אז ער זאל שרייבן בקירוב.

ב] איז די עצם צייט אויפן זייגער וואס ער שרייבט אז דאן איז צאה"כ אין פרנקפורט, וואס ווען מען מאכט חשבונות וויפיל דעגרי דאס קומט אויס, איז דאס בעצם א סתירה, אבער קיינער רעדט נישט דערפון פשוט ווייל מען דארף וויסן ווי אזוי אנצושטעלן די זייגער אנצוקומען צו דעם חשבון וואס ער שרייבט, און יתכן ווען מען ווייסט וועלכע זייגער ער האט געניצט וועט עס יא שטימען.

ג] איז וואס ער פירט אויס, ער שרייבט א חשבון וויפיל מינוטן ס'איז במציאות דא צווישן שקיעה און צאה"כ, און ער שרייבט קלאר אז דאס שטימט מיט וואס ער האט אנגעצייכנט פאר דעם די חשבון אין זייגער [ווי ער שרייבט, צאה"כ הנהוג אז "לפי חשבון הנ"ל" וואס דאס איז די חשבון אין זייגער מיט וואס ער האט אנגעהויבן].

און אויף אט די דריטע חלק איז ווי אלע שטעלן זיך, סיי אז עס שטימט נישט מיטן מציאות לויט וועלכע כוכבים זיי רעכנען אלץ צאה"כ, און סיי אז ס'איז בעצם א סתירה צו די תשובה. די תמצית פון וואס אלע פרעגן און ענטפערן קומט אויס אז ס'איז יא פארהאן צוויי זמנים פון צאה"כ, און ס'איז טאקע א סתירה אויב לערנט מען כפשוטו אין די חידושים.

דער קרן לדוד פרעגט אז דארט גייט ער לפי המציאות מצאה"כ הנראה, און אין תשובה גייט ער בכלל נישט מיט דעם נאר מיט א זמן שוה.

די זכרון סופרים וואונדערט זיך ווי אזוי עס שטימט במציאות די זמן צאה"כ ווען אין פראנקפורט איז זיכער נישט ווייניגער צייט ווי אין זיין מדינה [מיישא?], און ביי זיי איז עס מערך ל"ח מינוט עד ערך נ"ח [זיין תירוץ איז אז דארט רעדט מען פון כוכבים גדולים, און בעצם די גאנצע זאך גייט לפי הגאונים, אבער ווי שוין איינמאל געשמועסט, די תירוץ שטימט נישט ווייל ער פירט דאך אויס "לפי חשבון הנ"ל", און דארט שרייבט ער "זמן הלילה" וואס דאס איז כוכבים בינונים].

דער דעת סופר האט אויך געהאט דעם קושיא, און ער זאגט אז די עיקר איז ווי ער שרייבט אין תשובה, און פראבירט צו פארענטפערן אז די מציאות קען אפשר שטימען ווייל די חשבון וואס ער שרייבט סוף פסחים איז לפי אופק פרנקפורט, און די זמן מהשקיעה עד צאה"כ איז נשתנה לפי המקומות ממילא שטימט יא די תשובה [הגריי"נ פרעגט דערויף אין זיין תשובה אז אויב עפעס איז עס פונקט פארקערט, אז פרנקפורט איז מער צו צפון איז דא מער צייט מהשקיעה עד צאה"כ, ממילא שטימט ווידער נישט די חשבון].

דער ויען יוסף וויל זאגן אז די גאנצע חשבון איז נאר געזאגט געווארן לגבי שאיבת מים שלנו, אבער אוודאי לגבי מוצש"ק איז צאה"כ אסאך שפעטער און מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף יענעם זמן צאה"כ.

יעצט זאגט ביטע איבער, "קיינער"? ממש קיינער? כ'פלאן זיך בל"נ נישט צו טענה'ן ווייטער אין אזא זאך ווי איר לייקנט פשוט ממש שמש בצהרים, ווייל איינער וואס לערנט דעם קרן לדוד, זכרון סופרים, דעת סופר, ויען יוסף, זעט קלאר וואס איך זאג.

--

אבער לו יהא דו האלטסט נישט ביים נאכקוקן די אלע מראי מקומות, און איך וועל זיך דאך ווייטער נישט טענה'ן איבער דעם חת"ס איז דיר נישט אינטרעסאנט צוריק צו גיין דערצו.

איז לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש, איר ברענגט דאך א ליסט פון אחרונים, איר קענט אזוי גוט זיין און אנצייכענען די זמן צאה"כ פון וואס זיי רעדן יא, ביי וויפיל דעגרי דאס קומט אויס?

[אגב, יעצט איבערקוקענדיג זע איך אז דער זכרון יהודה דערמאנט בכלל נישט דעם חת"ס אין תשובה, נאר דעם חת"ס אין חידושים, און ער ברענגט עס ארויס ממש אזוי ווי איך האב עס פארשטאנען, ודלא כהטועים, וז"ל, "וזה אמת כמו שכ' הח"ס ז"ל בחשבונו, שע"פ רוב בבוקר, יורד בכל שבוע או עולה עם 10 מינוטען, וגם לערב, לערך 12 מינוטען רק באיזה שבעות בהתחלה ובסוף התקופה יש שנויים גדולים" עכ"ל, קאמענטארן זענען איבריג...].

איך וועל דיר אנצייכענען מצאצאיו ותלמידיו, דער זכרון סופרים שרייבט אזוי: "כי כפי הנראה במדינות אלו משתנה הזמן משקיעה עד צאה"כ מערך ל"ח מינוטען עד ערך נ"ח מינוטין (כן ראיתי ברשימה של לוח וכן דקדקתי בראות עינים לפעמים)" עכ"ל. ווי איך פארשטיי האט ער געוואוינט אין מיישא, און דאס שטימט ממש ווי די חת"ס אין תשובה, און הייבט נישט אן צו שטימען מיט די חשבון וואס שטייט אין די חידושים.

אין תשובת ריב"א, רעדט ער פון א קינד וואס איז געבוירן "נאכן שקיעה", 55 מינוט קודם צאה"כ, און די שאלה איז צו מען דארף חייש זיין להר"ם אלשקר, במציאות אז ס'זאל קענען אויסקומען א טאג אין יאר [במקומו, אדער במקום השואל] וואס מען האלט שוין נאכן שקיעה, און אפילו אזוי איז נאך אלץ דא 55 מינוט צום צאה"כ, דאס קען נאר שטימען אויב מען גייט לפי החשבון בתשובה, ווייל לויט די חשבון בהחידושים איז די מערסטע צייט צווישן שקיעה לצאה"כ וואס איז דא דורכן יאר איז בערך 42 מינוט, ועוד יותר מזה בכלל אנצוקומען אז "נאכן" שקיעה זאל נאך זיין א חשבון פון 55 מינוט צום צאה"כ דארף מען רעכענען מער פון 8 דעגרי, אדער 72 שוות... [וואס איך טענה דאך שוין פון ערשטן מינוט אן אז אין תשובת ריב"א זעט מען קלארער פון קלאר אז ער גייט מיט 72 שוות].

הגריי"נ זצ"ל, ברענגט בשם דעם דעת סופר אז אין פרעשבורג איז געווען די זמן הדלק"נ אין ווינטער 40 מינוט פארן צאה"כ, און אין זומער איז עס געווען 45 מינוט פארן צאה"כ, און ער שרייבט אז ער האט געזען א לוח פון פרעשבורג פון יאר תרצ"ג [מרץ 3] איז געשטאנען דעם זמן הדלק"נ אויף 5:35, און די שקיעה יענעם טאג איז געווען 5:38, דאס שטימט ווידער נאר מיטן חשבון פון חת"ס אין תשובה און נישט לויטן חשבון פון די חידושים.

וואס איך וויל דערמיט ארויסברענגן איז זייער פשוט, ביזט מודה אז אויב לערנט מען די ווערטער פונעם חת"ס פשוט כפשוטו, איז דא א סתירה ווען די מציאות פון צאה"כ איז, נאר היות די ווילסט נישט אראפשלינגן בכלל אזא מין סארט זאך, און בפרטות זיכער נישט צו זאגן אז פון חת"ס קומט אויס אן אנדערע זמן פאר צאה"כ ווי פון זיין רבי'ן, וועסטו פראבירן זיך מדחיק זיין מיט אלע מיני דוחקים שלא ניתן להאמר אין די ווערטער פון די תשובה, און בלייבן מיט די זמן וואס שטייט אין די חידושים, אלץ כדי צו בלייבן גערעכט מיטן קאנצעפט אז ס'קען נישט זיין צוויי זמנים פאר צאה"כ, און דיין ראיה איז גאר אז מען ברענגט "נישט" אז דער חת"ס האט געהאט אן אנדערע זמן "פון זיין רבי'ן".

אויף דעם ברענג איך דיר אז ווען די נעמסט די זמנים וואס די תלמידי חת"ס ותלמידי תלמידיו ויוצאי חלציו שרייבן "יא", און די הייבסט אן מאכן די חשבונות ווען דאס קומט אויס, און עס שטימט נאר מיט וואס דער חת"ס שרייבט אין תשובה, אבער הייבט נישט אן צו שטימען מיט וואס ער שרייבט אין חידושים, און אין די קלארע חשבונות וואס זיי שרייבן "יא" קענסטו זיך מיט גארנישט מדחיק זיין, וועסטו בהכרח מוזן מודה זיין אז דער חת"ס אין תשובה איז אויך כפשוטו, און ס'איז טאקע צוויי זמנים, און דער בעל באר שמואל איז געגאנגען מיט די זמנים פון די חידושים, און אנדערע זענען געגאנגען מיט די זמן פון די תשובה.

ובנוגע הגרמ"נ זצ"ל אייער נישט ווילן זאגן ביי וועם איר האט מברר געווען [כאטש אין אישי] ווארפט א שטארקן חשד אז ס'איז פשוט להד"ם. און כנראה וויבאלד איר ווייסט נישט ווער איך בין, דוכט זיך אייך אז מיין בירור איז נאר פון בחצר הקודש, למעשה האב איך דאס שוין לאאנג צוריק מברר געווען ביי איינע פון זיינע תלמידים מובהקים [וואס איז גאר אליין מיטגעווען מיט אים ביים קוקן די כוכבים]נאך פאר איך האב אפילו משים לב געווען אז אין בחצר הקודש שטייט עפעס דערוועגן. פשטות די וואס קענען מיר דא, וועלן גלייך פארשטיין וועם איך מיין.

מאירים האט געשריבן:איי ער שרייבט אין די תשובה 8:55, קען מען נאר זאגן השערות פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט דער פסק הלכה לדורות.

כ'מעג וויסן וואספארא שטותים איר שרייבט דא? וואס מיינט דאס ס'איז נישט לדורות?

לאמיר דאס קלאר מאכן, הלכה למעשה לדבריכם, אויב א קינד ווערט געבוירן יוני 18 8:30 פארנאכט [אויף די אמאליגע זייגער] אין מטרסדורף, דארף מען מאכן דעם ברית דעם נעקסטן טאג, און אויב דאס קינד איז געבוירן פרייטאג, דארף מען מאכן דעם ברית זונטאג, ווייל לויטן חשבון רבו קומט אויס אז צאה"כ אין מטרסדורף איז בערך 8:40 [אויף זייער זייגער], איי דער חת"ס שרייבט אנדערש? דאס איז נישט להלכה... דאס איז וואס די זאגסט דא?

אויב יא, איר קענט מיר זאגן פארוואס דער חת"ס האט נישט צוגעלייגט קיין איין ווארט אז נישט נאר "מר כי אתריה" דארף איבערקוקן די חשבון פון צאה"כ, ווייל אייזנשטאט פון מטרסדורף קען זיין די זמן צאה"כ אנדערש, נאר אפילו באתריה דמר, אין מטרסדורף אליין טאר מען אויך נישט בויען אויף די זמן וואס ער שרייבט, אפילו מען זאל האבן גאר גאר א פונקטליכן זייגער, טאר מען זיך נאך אלץ נישט פארלאזן אז 8:55 איז צאה"כ, צוליב א צווייטע סיבה, ווייל די זמן צאה"כ וואס ער שרייבט, איז גאר די זמן צאה"כ אין פרנקפורט, אבער באמת אין מטרסדורף איז 8:55 שוין געווען בערך 15 מינוט נאך צאה"כ... איר האלט באמת אז נארמאלע מענטשן קענען פארנעמען אזעלכע שטותים?

בכל אופן, כ'קען נישט טראכטן מיט וועלכע דוחקים איר גייט יעצט אויפקומען, אבער איך האב שוין יוצא געווען דערמיט, און כ'פלאן נישט צוריק צו קומען, נאר אויב וועסט טרעפן עפעס פרישע חידושים וואס מען האט נאכנישט גערעדט.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » זונטאג מאי 19, 2019 7:40 pm

איך ווייס באמת נישט, צו איך זאל לאכן אדער וויינען.

אזויפיל שטותים והבלים, מיט אזא אריכות... איך ווייס פשוט נישט ווי אנצוהייבן.
עס דערמאנט מיך נאר פון אונזער דיון איבער שיטת המנחת כהן בדין התחלת (חשש) בין השמשות, ווי דער האט פארפירט און מיך באשייגעצט, אז "סאיז נישט דא אזא מנחת כהן". און סוף כל סוף ווען ער האט זיך באמת אוועקגעזעצט לערנען האט ער געטראפן ווי איך האב געזאגט, האט ער זיך פארענטפערט, אז ער האט א אלטע דרוק מנחת כהן. און זיך ניטאמאל אנטשולדיגט...
ממילא, האב איך נישט וואס דיר צו ענטפערן. נאר אזויפיל וועל איך זאגן.

די האסט זיכער א אלטע דרוק ויגד יעקב. און גאר א אלטע דרוק זכרון סופרים, און א צוריסענע תשובת ריב"א.
די אלע דריי האסטו קיינמאל נישט פארשטאנען.

ויגד יעקב: פרעגט כעין דעם פרי חדש. אז אויב די ד' מיל איז נישט שוה, איז ממילא דער שיעור ביהש"מ נשתנה ממקום למקום. (און אין די תשובה האלט ער אז דער שיעור בין השמשות איז נישט נשתנה) גארנישט וועגן גאונים ר"ת, אדער סתירה בזמן צאת הכוכבים. ודי למבין.

זכרון סופרים, פרעגט פשוט אז לפי ראות עיניו זעהט ער כוכבים און אנדערע צייטן, אבער נישט אז דאס איז צאת לשיטת הגאונים. אויסער דעם פרעגט ער די סתירה וואס איך האב געזאגט: אז בלוח רבו גייט ער בשיטת הגאונים אז בין השמשות הייבט זיך אהן פון די שקיעה באופק, און נישט נאר גר"מ פאר צאת.

תשובת ריב"א לערנסטו פאלטש פשט,(ואגב: מנחת יצחק רעכנט עם אויך אלץ א נישט 72ער....)

יעצט אודך:

דער גרויסער מקבל דרך החתם סופר, דער באר שמואל, האט הרבה פעמים געלערנט מיט זיינע תלמידים דעם דרך החתם סופר צו צינדן נרות שבת, שעה או ג' רבעי שעה לפני צאת הכוכבים, און ער האט האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט געהאלטן א אנדערע צאת הכוכבים, (ווען יא וואלט ער דאס געזאגט, ער איז דאך געווען דער דולה ומשקה דרך החתם סופר לדורות הבאים). דארף מען נישט אננעמען שיטת הניק "למעלה", וואס האלט אנדערש.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

הוספה

תגובהדורך מאירים » זונטאג מאי 19, 2019 10:03 pm

איך האב נישט געענטפערט אויף יעדע זאך באזונדער, ווייל עס איז שלא ממין הטענה בכלל. און יעדע שטות וואס די שרייבסט ווערט א ריזיגע אריכות, און די עקרי דברים ווערן פארגעסן. (אולי איז דאס דיין כוונה ?)
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום דינסטאג מאי 21, 2019 6:24 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מאי 20, 2019 9:10 am

ידיעות שונות האט געשריבן:מיין צייט איז ענג היינט וההכרח לא להאריך בכל פרט

'חלב ישראל' צו אייך רעד איך נישט איצטערט, מיין מח איז נאך צו קליין צו פירן א דין ודברים מיט די ראשונים, אבער ווייזט אויס אז מאנכע מיינען אז זיי קענען יא...

---

'מאירים' נאר להבהיר לעיני הקהל (ווייל דו גייסט דאך סייווי נישט הערן)
דער חתם סופר זאגט טאקע גענוי ווי איך האב געשריבן. וזהו סדר דבריו.
ער ברענגט ארויס אז מ'נעמט אהן שיטת ר"ת "אפילו לגבי מילה בשבת", און וויבאלד ס'איז נישט מפורש אין שו"ע אז לגבי מילה בשבת נעמט מען אהן שיטת ר"ת ברענגט ער א רשימה פון פוסקים וואס האבן יא קלאר ארויס געשריבן אז א קינד וואס ווערט געבוירן שב"ק קודם זמן בין השמשות דר"ת מאכט מען די ברית אין שבת. דער ערשטער פוסק וואס שרייבט אזוי קלארע דיבורים איז דער מנחת כהן (דאס האט גארנישט קיין שייכות מיטן שיטת המנח"כ הנודע), און דער מג"א אין של"א ברענגט איהם צו להלכה ולמעשה, און אזוי פסקנ'ט אויך דער אלי' רבה און דער תוספת שבת.
נאך דעם איז דער חת"ס מוסיף, אז היות אונז נעמען אהן כשיטת ר"ת "אפילו לקולא ערב שבת" אזוי ווי מ'זעהט טאקע אז דער עולם פירט זיך צו טוהן מלאכות נאך די זמן צאה"כ לשיטת הגאונים, קומט דאך אויס אז מ'האלט לגמרי ווי ר"ת, ולכן וועט מען אזוי טוהן אויך לגבי מילה בשבת.
בקיצור, דאס וואס דער חת"ס ברענגט צו דעם מנח"כ און שרייבט אז כל האחרונים הסכימו כן רעדט ער לגבי "מילה בשבת", ס'האט נישט קיין שום שייכות צום נידון פון שיטת המנח"כ בזמן רבינו תם, והדברים פשוטים וברורים עד מאד לכל בר דעת.

יעצט וועסטו דאך אוודאי פרעגן פארוואס שרייבט נישט דער חת"ס אז מ'טוהט מלאכות ערב שבת ביז א שעה נאכן שקיעה? אויף דעם האמיר שוין געשריבן אז ער"ש איז מען חושש לשיטת המנחת כהן "לחומרא", אבער מוצ"ש האלט מען צוויי און זיבעציג.


קענסט מיר אפשר ווייזן, ווי דער חת"ס זאגט ד' מיל (72) לזמן לילה?
די לייגסט אראפ א פאלטשע הנחה, אז דער הייליגער חתם סופר האט געהאלטן 72, א זאך וואס אלע זיינע אייניקלעך, ותלמידיהם, שרייבן בפירוש אז נישט, און אויף דעם בויעסטו א בנין לגלות פנים בתורה שלא כהלכה. האסט טאקע נישט קיין מורא?

ידיעות שונות האט געשריבן:יעצט מר. מאירים זיי מוחל און ברענג א לשון פון חת"ס ווי ער שרייבט אז ער טוהט מלאכות מוצאי שבת פאר צוויי און זיבעציג, אויב דו טרעפסט נישט אזא לשון אין חת"ס (ווייל ס'איז נישטא) איז נישטא מעהר וואס דן צו זיין בדבריו.


אז ער האט נישט געוויסט פון קיין 72 שוות לדין לילה, דארף ער שרייבן אז מ'טוט מלאכות מוצאי שבת פאר 72?

איך האב נישט געזעהן די חתימה פון חתם סופר אויף דעם קול קורא פון תשי"ד...


ידיעות שונות האט געשריבן:---
מיט דיין פרישע 'באמבע' קשיא ביסטו נאר א הילף אפצופרעגן דיינע אייגענע סלאגאנען
מאירים האט געשריבן:און אויך, פון ווי די האסט פארשאפט דעם נייעם סלענג "להקל כהמנחת כהן" וואס איך האב נישט געטראפן אינערגעץ בדברי הפוסקים אזא לשון. ולשיטתך וואס דער מנחת כהן האט געמאכט עפעס א נייער קולא בדעת רבינו תם - וואלט דאך איינער געדארפט רעדן פון דעם, צו מען מעג מקיל זיין כהמנחת כהן אדער נישט... איך האב געזען אז אלע פריערדיגע אחרונים ברענגען דעם מנחת כהן, ואין פוצה פה! אזא נייע קולא, קעגן רבינו תם והמחבר... קיינער איז נישט מוחה.

ווייזט אויס אז ס'איז זיי נישט איינגעפאלן צו נוצן דעם מנחת כהן לקולא! ממילא איז דער שיטת המנח"כ טאקע נאר געווען א חומרא און נישט קיין קולא!
וזהו כדברינו לעיל, אז נאכן חידוש פון מנחת כהן האבן רוב נוהגים כהר"ת מעהר מחמיר געווען ערב שבת, אבער נישט מקיל געווען מוצאי שבת קעגן דעם פסק פון שו"ע, והכל צח וברור לכל מי שרוצה לבקש האמת.
אגב, אפילו דער פוסק פון ליטא בעל ערוך השולחן שרייבט ארויס מיט קלארע דיבורים אז מוצאי שבת ווארט מען אויף צוויי און זיבעציג מינוט נאכן שקיעה, (ווער ס'וויל קען עס נאכקוקן ערוה"ש סי' רצ"ג סעי' א), ולא עלה על דעתו להקל בזה.

---

די רשימה פון פוסקים העמיר צאמשטעלן בעז"ה, אבער נישט פון אויסנווייניג. ????? ?????
ס'דארף אבער זיין קלאר אז ערב שבת האט רוב כלל ישראל זיך געפירט צו מקבל שבת זיין במוקדם האפשרי, און ווען איך שרייב וועגן די אלע פוסקים וואס האלטן כשיטת הר"ת "בין להקל בין להחמיר" מיינט דאס נישט אז זיי האבן געזאגט אז מ'זאל טוהן מלאכות ער"ש ביזן זעכציג, ניין, כלל וכלל לא, ערב שבת האט מען נישט געזוכט קיין קולא, (דלא כהמחפשים קולא במוצ"ש להקל בספק איסור סקילה נגד השו"ע), ועכ"ז האבן זיי געהאלטן אז די הלכה איז כר"ת וסייעתו.

---

התנצלות: חלילה ארויס צו נעמען פון מיינע ווערטער א זלזול כלפי די קהלות וואס זענען יא נוהג כשיטת המנח"כ אויך מוצאי שבת, און די אידן וואס זענען דארט אויפגעוואקסן און זענען נוהגים כמנהג מקומם מזמן לידתם. דארט ווי ס'איז א מסורה מדור דור איז א צווייטע ענין, אונז רעדן פון די וואס מדעת עצמם ווילן זיי באשליסן ווי איין און ווי אויס פאר זיך און פאר אנדערע, דאס איז קלות און פוסטקייט וכו'.
בכלל אפילו אין די קהלות וואס זענען יא מקיל אפיציעל איז דא א שיינע ריבוי עם פון יראים ואנשי מעשה וואס זענען מחמיר אי משום ספיקא דאוריתא אי משום תוס' שבת כידוע.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מאי 20, 2019 9:37 am

ידיעות שונות האט געשריבן:'חלב ישראל' צו אייך רעד איך נישט איצטערט, מיין מח איז נאך צו קליין צו פירן א דין ודברים מיט די ראשונים, אבער ווייזט אויס אז מאנכע מיינען אז זיי קענען ]

ווער האט דא געפירט דין תורות מיט ראשונים? די ראשונים פארשטיי איך זייער גוט, איך טענה זיך נאר מיט דיר וואס דו לערנסט קרום פשט אין די ראשונים.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מאי 20, 2019 11:21 am

איך טרוי זיך נישט צו זאגן אז איך פארשטיי שיחתן של הראשונים.
איך דארף האבן די הילף פון גדולי האחרונים זיי צו פארשטיין.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מאי 20, 2019 12:36 pm

נו וואס טאקע זאגן די גדולי האחרונים איבער די ענינים וואס איך האב דערמאנט?

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מאנטאג מאי 20, 2019 5:16 pm

איך געדענק נישט אויף דע מינוט. רוב רובם פון וואס איך געדענק איז נישט איינגעפאלן אפי' בדברי רמב"ן, אז ער רוקט דעם צאת הכוכבים אויף דוקא ד' מיל נאך שקיעה באופק.
בדרך כלל לערן איך גמרא מיט די ראשונים, און דערנאך די אחרונים, ראש יוסף, חתם סופר, מהר"ם בינעט, כתב סופר. וכו' עס לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל מאל זיי לערנען פשט אין די ראשונים אנדערש פון וואס די היינטיגע שרייבערלעך לערנען.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

בהא נחתינן, ובהא סלקינן

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מאי 22, 2019 11:56 am

דער הייליגער חתם סופר ותלמידיו ובניו ותלמידיהם, זענען אלע געגאנגען בשיטת ר"ת, בין להקל ובין להחמיר.
צאת הכוכבים איז ביי זיי געווען צאת הנראה, און ווען האט געזען ג' כוכבים בינונים, (בפשטות איין כוכב און צווי אדער דריי קלנערע) איז געווען לילה גמור. מיר טרעפן נישט קיין איינעם פון זיי זאל דערמאנען ספעציעלע כוכבים. און אויך נישט ד' מיל פון שקיעה באופק.
און דער מנחת כהן איז געווען אנגענומען להלכה ביי גאנץ כלל ישראל, בין לקולא ובין לחומרא, נאר אויך מוצאי שבת איז געווען וואס האבן "מחמיר" געווען אויף 72

האט שוין מעריב ביי 60, (און אפילו פריער, געוואנדן לויט די צייט און יאר) א מקור גדול!
היצט דארפן מיר זוכן א מקור צו דאווענען מנחה ביי זעכציג, (ע"פ הלכה)...

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מאי 22, 2019 12:21 pm

מאירים האט געשריבן:האט שוין מעריב ביי 60, (און אפילו פריער, געוואנדן לויט די צייט און יאר) א מקור גדול!

דאכצעך מיר אז ר' משה האט געזאגט אז ביי פופציג מינוט איז שוין לכו"ע נאכט, אפילו אין די זוממער.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מאי 22, 2019 1:06 pm

אמת.
אבער דער נאמען פונעם אשכול איז 60.

ואגב: רבי משה האט געהאלטן, 40 - 50... דאס הייסט לכל היותר 50 בימים הארוכים ביותר.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך מאי 22, 2019 5:06 pm

אז דו דערמאנסט ר' משה, וואס זאגט ער טאקע וואס איז געווען המנהג במדינתו ביז ס'האט זיך געטוישט ערשט נאכען ערשטען קריג?

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מאי 22, 2019 5:43 pm

לעכטיגער האט געשריבן:אז דו דערמאנסט ר' משה, וואס זאגט ער טאקע וואס איז געווען המנהג במדינתו ביז ס'האט זיך געטוישט ערשט נאכען ערשטען קריג?
לחומרא, ווער זאגט אז נישט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:45 am

מאירים האט געשריבן:איך האב נישט געענטפערט אויף יעדע זאך באזונדער, ווייל עס איז שלא ממין הטענה בכלל. און יעדע שטות וואס די שרייבסט ווערט א ריזיגע אריכות, און די עקרי דברים ווערן פארגעסן. (אולי איז דאס דיין כוונה ?)

ר' איד, דרייען א קאפ זאל איר א צווייטן, אונזער לעצטע דין ודברים האט זיך באצויגן צו די חשבון פון צאה"כ וואס דער חת"ס שרייבט אין חידושים צו דאס איז אן אנדערע זמן, און מיין אלע לעצטערע תגובות האבן זיך באצויגן צו די איינע זאך גארנישט קיין עקרי דברים פארגעסן געווארן...

לאמיר אייך מוסר מודעה זיין, איך האב געזען אייער פריערדיגע תגובה תיכף ווען איר האט עס ארויפגעשטעלט [און אגב יי"כ פארן שטעלן אייער ערשטן פאראגראף בשם כל הקהל דא, איר וואלט עס נאר געדארפט שטעלן נאך אייער תגובה, און שרייבן בשמי ובשם כל הקהל...]. איך בין געווען דער וואס האט פארשפארט אייער תגובה איר זאלט עס נישט קענען פאררעכטן, כדי די עולם דא זאל האבן א קלארן בילד פון וועם מען האנדלט דא, פון אזא איינער וואס ווען מען שטעלט אים צום וואנט, איז זיין איינציגע ענטפער דורך סתם שיסן קינדערישע "טשעפערייען" [כלשון קדשו...]. און פארשטייט זיך בא לכלל כעס בא לכלל טעות, אבער א געזונטן טעות.

און ווי געזאגט כ'גיי דיר נישט ענטפערן, אבער דאס מאל איז עס נישט ווייל ביזט צוריק געקומען מיט עפעס און איך וויל נישט ענטפערן, נאר האסט דאך פשוט גארנישט אפגעפרעגט, נאר אדרבה, דו זאגסט גאר איבער מיינט ווערטער נישט כאפענדיג אז גיבסט מיר גערעכט... און די סיבה פארוואס איך רוף זיך יא אן, איז פשוט, קומסט מיט אזא בהא סלקינן ווי כאילו האסט עפעס געענטפערט, וויל איך פשוט דער וואס ליינט דא זאל זיך נישט טועה זיין און מיינען אז האסט באמת געענטפערט אן אויפריכטיגע אמת'ע תשובה.

כ'קען זיך פארשטעלן אז דיין כוונה איז געווען אז דער וואס ליינט דא גייט דאך באמת נישט מעיין זיין אינעם "קרן לדוד" צו זען ווער ס'איז גערעכט, און דערצו גיסטו נאך אויס א פלעשל טינט אן קיין אינהאלט וועט יענער מיינען אז ביזט גערעכט... דעריבער וויל איך פשוט קלארשטעלן פאר דער וואס ליינט דא, אז מען דארף נישט מער ווי לערנען דעם קרן לדוד בפנים, און דערנאך זען וואס כ'האב געשריבן און וואס דו שרייבסט צו פארשטיין אז באמת האסטו קיין ווארט נישט געענטפערט.

און די זעלבע איז בנוגע דעם זכרון סופרים דארף מען באמת נישט מער ווי זען דיינע אייגענע ווערטער: "זכרון סופרים, פרעגט פשוט אז לפי ראות עיניו זעהט ער כוכבים און אנדערע צייטן", וואס דאס טוט דאך פשוט באשטעטיגן וואס איך זאג, אז די זמן צאה"כ אין חידושים איז נישט די זעלבע זמן צאה"כ הנראים לעינים וואס דער חת"ס ותלמידיו ויוצאי חלציו האבן גערעכנט, בקיצור מען זעט קלאר אז דיין ציל דא איז יעצט געווען פשוט אויסצוגעבן דיין כעס, אבער בכלל נישט עפעס צו ענטפערן.

און פארשטייט זיך כנהוג האסטו גארנישט געענטפערט אויפן תשובת ריב"א, דעת סופר, און ויען יוסף... און בעיקר אויף די לעצטע חלק פון מיין תגובה בנוגע דעם חת"ס וואס דיין מהלך איז דאך פשוט מגלה פנים שלא כהלכה.

--
און לעצט געלט, מיר קוקט אויס אז דיינע לעצטערע תגובות דא זענען פשוט געווען אנצופילן דעם בלאט כדי מען זאל ח"ו נישט משים לב זיין אויף דיין פריערדיגע תגובה, כנראה קומט דאס נאכן זיך כאפן ווי נישט אין פלאץ דיין תגובה איז געווען, און וואספארא טעות די האסט געמאכט... ממילא באמת דארף ידיעות שונות גארנישט ענטפערן ווייל האסט בכלל נישט ערווארטעט א תשובה, נאר די עיקר איז אז דיין פריערדיגע תגובה גייט אראפ פון פארנט פון די אויגן...

און יעצט וועל איך פונקט אזוי זאגן בהא נחתינן ובהא סלקינן.

בנוגע דעת חת"ס אין די תשובות ער פסק'נט ווי ר"ת בין לקולא ובין לחומרא. נישטא קיין מציאות צו זאגן אז ער האט אפגעלערנט דעת ר"ת אז מען רעכנט 72 פון צאה"כ הנראים אויף צוריק!

און ווי אזוי ער האט אנגענומען דעת ר"ת איז נישטא קיין הכרע, מען קען לערנען אז ער האט גערעכנט צאה"כ כפי המקום והזמן, און מען קען פונקט אזוי לערנען ווי דער קרן לדוד האט פארשטאנען דעם חת"ס אז מען רעכנט אלעמאל שוות וואס דאס איז 72 מינוט צווישן שקיעה און צאה"כ [ווייל אדער רעכנט מען אלעס שוות, אדער איז אלעס כפי המקום והזמן].

און די זייגער וואס ער שרייבט אז זמן לילה איז געווען 8:55 איז א פסק להלכה למעשה, און נישט סתם א טעאריע אז מן הסתם איז דאס די זמן במקומו...

און פארשטייט זיך אז דאס שטימט בכלל נישט מיט זמן רבו משני טעמים, ראשית ווייל זיין רבי האט אנגענומען כהגאונים [ויתכן שהעתיקו רק לחומרא], שנית ווייל די זמן צאה"כ בשם רבו איז גאר אן אנדערע זמן ווי וואס ער רעכנט אין די תשובה.

אויף למעשה צו מקיל זיין צו רעכענען ביי 7.5 דעגרי נאכט, און 17 מינוט פארדעם אלץ ביה"ש, איז נישט אזוי פשוט, יתכן זיי האבן זיך טאקע געהאט זייער חשבון אויפן זייגער ווען די זמן איז, אפילו אויב די זייגער איז אפגעריקט געווארן פונעם ריכטיגן צייט, אבער אונז קענען נישט וויסן צו ס'איז אפגעריקט, ממילא ווייס מיר נישט ביי וועלכע דעגרי צו רעכענען, ווי הגריי"נ זצ"ל שרייבט, און באמת קען עס שוין זיין ביי 6.5, און ס'קען פונקט אזוי זיין אויף שפעטער.

און נאך איין זאך, פשט אין ר"ת איז פשוט ווי דער שועה"ר און נאך פולע אחרונים האט אפגעלערנט און אז אזוי נעמט די מחבר אן אין סי' רס"א, אז זמן לילה איז בכל מקום ובכל זמן ביי 72 מינוט. וממילא איז דאך פשוט פארוואס מיר זענען מקיל לגבי דרבנן ווי מנחה ביז 72, און פשוט פארוואס מיר זענען מחמיר לגבי דאורייתא ווי שבת ומילה כל אחד כפי מנהגו.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

ווילסט דוקא? נאדיר!

תגובהדורך מאירים » דאנארשטאג מאי 23, 2019 7:25 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כנראה האט איר בכלל נישט מעיין געווען אין די אלע מראי מקומות פון די וואס פרעגן א סתירה, און אויב יא, דאן זענט איר פשוט מכחיש שמש בצהרים.


איך קען זיי ב"ה בעל פה, די האסט זיכער א אלטע דרוק ויגד יעקב. און גאר א אלטע דרוק זכרון סופרים, און א צוריסענע תשובת ריב"א.
די אלע דריי האסטו קיינמאל נישט פארשטאנען.
ווי מיר וועלן מיר אלע באלד זעהן.
למעלה משבעים האט געשריבן:ווען איר וועט האלטן ביים נאכקוקן וועט איר זען אז בעצם די סתירה איז צוויי זאכן, ראשית דאס וואס איר זאגט, אז פון דעם וואס ער זאגט אז הדלק"נ זאל זיין קודם השקיעה קומט אויס אז ער האלט ווי די גאונים, אבער דאס בעצם קען מען זייגער גרינג אראפשלינגן מיטן זאגן דאס האט זיין רבי געהאלטן, וליה לא סבירא ליה, אדער אז דארט שרייבט ער עס לענין הדלק"נ דווקא אבער נישט אויף למעשה לגבי מילה וכדומה.


אמת, איך וואלט נאך געזאגט נאך מער, אז דער לוח איז נאר "למנהג" פראנקפורט, וואס דארט האט מען געהאלטן ביה"ש פון די שקיעה. און רבי נתן אדלער האט אויך געהאלטן כר"ת. (וכן קבלתי מרבותי... לשו"ק פון חת"ס) און איך האב ראיות חזקות אויף דעם.
למעלה משבעים האט געשריבן:שנית, אז די "חשבון" וואס ער זאגט וויפיל מינוט ס'איז דא צווישן שקיעה און צאה"כ [כ"ד או ל"ה דקות], דאס איז א סתירה. דאס הייסט אזוי, אין די חשבון רבו איז דא דריי חלקים.

א] א חשבון די צייטן אין יאר וויפיל מינוט ס'ווערט אפגעריקט איין וואך פון אנדערן לויט די תקופות השנה, וואס אויף דעם שרייבט דער חת"ס "שגם במדינות אלו נמצא כזה בקירוב", און נישט ווי די וואס פראבירן צו פארדרייען פשוט פשט און מאכן דעם חת"ס פאר אן אינו יודע אז אין מציאות איז דא א חילוק פון איין פלאץ צום אנדערן - און אז דער חת"ס אין תשובה רעדט פון די צייט פון צאה"כ וואס ער ברענגט בשם רבו ווייל ס'שטימט בקירוב, ניין, דאס איז פאלש פשט. נאר דער חת"ס רעדט דא לגבי די חשבון וואס זיין רבי רנ"א האט געמאכט וויפיל מינוטן ס'ווערט אפגעריקט איין וואך פון אנדערן ארום די תקופה, און ווען מען מאכט "דעם חשבון" זעט מען אז אין די "מדינות" איז עס ממש כמעט אויפן האר די זעלבע, די מאקסימום חילוק וואס איז דא פון פרנקפורט צו אלע אנדערע פלעצער ווי דער חת"ס איז געווען איז בערך איין מינוט! און אויף דעם האט פשט אז ער זאל שרייבן בקירוב.


אדער יא , אדער נישט !
למעלה משבעים האט געשריבן:ב] איז די עצם צייט אויפן זייגער וואס ער שרייבט אז דאן איז צאה"כ אין פרנקפורט, וואס ווען מען מאכט חשבונות וויפיל דעגרי דאס קומט אויס, איז דאס בעצם א סתירה, {נישט קיין סתירה, ווייל "צאת הנראה, איז צאת הנראה". נאר א קשיא לפי המציאות וואס מען זעהט}
אבער קיינער רעדט נישט דערפון פשוט ווייל מען דארף וויסן ווי אזוי אנצושטעלן די זייגער אנצוקומען צו דעם חשבון וואס ער שרייבט, און יתכן ווען מען ווייסט וועלכע זייגער ער האט געניצט וועט עס יא שטימען.

ג] איז וואס ער פירט אויס, ער שרייבט א חשבון וויפיל מינוטן ס'איז במציאות דא צווישן שקיעה און צאה"כ, און ער שרייבט קלאר אז דאס שטימט מיט וואס ער האט אנגעצייכנט פאר דעם די חשבון אין זייגער [ווי ער שרייבט, צאה"כ הנהוג אז "לפי חשבון הנ"ל" וואס דאס איז די חשבון אין זייגער מיט וואס ער האט אנגעהויבן].


ב], און ג] איז למעשה די זעלבע, איינמאל מען ווייסט וועלכע זייגער זיי האבן גענוצט, (און וויאזוי \ ווען מען האט דאס אנגעשטעלט) ווייסט מען דעם חשבון, די צייט פון צאת הכוכבים אויפן זייגער, וממילא וויפל צייט איז דא צווישן שקיעה און צאת הכוכבים.

און דאס איז וואס איך זאג די גאנצע צייט. די וואס פרעגן א "סתירה", פרעגן נאר אויף דעם חלק פון ווען בין השמשות איז, צו פון שקיעה, אזוי ווי דער לוח רבו, (גאונים) צו גר"מ קודם צאת הכוכבים, אזוי ווי די תשובה (ר"ת).
אודאי איז דא וואס פרעגן וועגן די צייט וואס ער שרייבט אז עס איז צאת הכוכבים, אז במציאות זעהען "זייערע אויגן" אנדערש, דער זכרון סופרים פרעגט דאס, (שעלליאר רב, פרעגט דאס אויף ר' מאיר קליין) לבושי מרדכי, וכו'. איינער פרעגט אויף ב], און איינער אויף ג], ולא פליגי. יעדער האט נאר "זיינע אויגן" "און זיין פלאץ".יעדער זוכט א תירוץ, אבער "קיינער" זאגט נישט אז אין דעם לוח האט ער א צאת הכוכבים גאונים, און אין די תשובה צאת ר"ת. דאס איז דיין אייגענער חידוש.
למעלה משבעים האט געשריבן:און אויף אט די דריטע חלק איז ווי אלע שטעלן זיך, סיי אז עס שטימט נישט מיטן מציאות לויט וועלכע כוכבים זיי רעכנען אלץ צאה"כ, און סיי אז ס'איז בעצם א סתירה צו די תשובה. די תמצית פון וואס אלע פרעגן און ענטפערן קומט אויס אז ס'איז יא פארהאן צוויי זמנים פון צאה"כ, און ס'איז טאקע א סתירה אויב לערנט מען כפשוטו אין די חידושים.

דא איז דיין טעות. פון ווי נעמסטו דאס ? "לויט וועלכע כוכבים זיי רעכנען אלץ צאה"כ" ווייז מיר איין מקור אויף דעם. .. מ'האט געזעהן ג' כוכבים איז געווען נאכט! קיינער זאגט נישט אז עס זענען דא "ספעציעלע כוכבים הידוע להם". אדרבה ! ברענג א מקור!
"די תמצית פון וואס אלע פרעגן און ענטפערן קומט אויס אז ס'איז יא פארהאן צוויי זמנים פון צאה"כ"
ווי? וואס? ווען? נישטא !! אדרבה ! ברענג "איין" מקור!
למעלה משבעים האט געשריבן:
דער קרן לדוד פרעגט אז דארט גייט ער לפי המציאות מצאה"כ הנראה, און אין תשובה גייט ער בכלל נישט מיט דעם נאר מיט א זמן שוה.


נישט אמת, ער ווייסט אויך אז אין די תשובה גייט ער לפי צאת הנראה, פונקט ווי אין די חידושים. קיין ווארט נישט וועגן דעם..
ער פרעגט אז אין דעם לוח זעהט מען אז די זמן פון די שקיעה ביז צאת הכוכבים, איז נשתנה ממקום למקום, ומזמן לזמן, קומט דאך אויס אז אין א טאג (וזמן) וואס דער הפרש איז מער פון ד' מיל, איז בהכרח דער שיעור ביהש"מ אויך לענגער אין די תשובה גיבט ער א זמן קבוע ושוה אויף שיעור בין השמות (טו"ב מינוטין), איז אים א פלא, פארוואס דער לקחב"ח צייכנט דאס נישט צו. קיין ווארט נישט וועגן א אנדערע שיעור צאת הכוכבים. ווייל ער האט אויך געוויסט אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה
{מען דארף נישט מער ווי לערנען דעם קרן לדוד בפנים, און דערנאך זען וואס כ'האב געשריבן און וואס דו שרייבסט צו פארשטיין אז באמת האסטו קיין ווארט נישט פארשטאנען.} :lol: ועי' לקמן בזכרון סופרים.
למעלה משבעים האט געשריבן:די זכרון סופרים וואונדערט זיך ווי אזוי עס שטימט במציאות די זמן צאה"כ ווען אין פראנקפורט איז זיכער נישט ווייניגער צייט ווי אין זיין מדינה [מיישא?], און ביי זיי איז עס מערך ל"ח מינוט עד ערך נ"ח [זיין תירוץ איז אז דארט רעדט מען פון כוכבים גדולים, און בעצם די גאנצע זאך גייט לפי הגאונים, אבער ווי שוין איינמאל געשמועסט, די תירוץ שטימט נישט ווייל ער פירט דאך אויס "לפי חשבון הנ"ל", און דארט שרייבט ער "זמן הלילה" וואס דאס איז כוכבים בינונים].


טעות הוא בידך, דער זכרון סופרים, אין דעם שטיקל וואס הייבט זיך אהן, "ובגוף דברי הגאון" וואונדערט זיך ווי אזוי עס שטימט במציאות די זמן צאה"כ ווען אין פראנקפורט איז זיכער נישט ווייניגער צייט ווי אין זיין מדינה [מיישא?], און ביי זיי איז עס מערך ל"ח מינוט עד ערך נ"ח [זיין תירוץ איז אז דארט רעדט מען אפשר פון כוכבים גדולים וכו' עי שם].

און אין דעם שטיקל "ושוב ראיתי" זאגט ער אויפן קרן לדוד, אז ערבב שני דברים. אז בלוח רבו גייט ער דאך מיט די גאונים {אמורים לפי שיטת הגאונים} אז ביהש"מ הייבט זיך אהן פון די שקיעה, איז בהכרח נשתנה דער שיעור ביהש"מ לפי המקום והזמן, משא"כ אין די תשובה ווי ער גייט בשיטת ר"ת (וויבאלד ס'איז אין אונזערע מקומות קיינמאל נישט דא מער פון ד' מיל צווישן די שקיעה און צאת הכוכבים (הנראה) נאר ווייניגער, איז ממילא דער שיעור בין השמשות, שוה. קיין ווארט נישט וועגן "צאת הכוכבים לשיטת הגאונים" ווייל ער האט אויך געוויסט אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה

למעלה משבעים האט געשריבן:דער דעת סופר האט אויך געהאט דעם קושיא, און ער זאגט אז די עיקר איז ווי ער שרייבט אין תשובה, און פראבירט צו פארענטפערן אז די מציאות קען אפשר שטימען ווייל די חשבון וואס ער שרייבט סוף פסחים איז לפי אופק פרנקפורט, און די זמן מהשקיעה עד צאה"כ איז נשתנה לפי המקומות ממילא שטימט יא די תשובה [הגריי"נ פרעגט דערויף אין זיין תשובה אז אויב עפעס איז עס פונקט פארקערט, אז פרנקפורט איז מער צו צפון איז דא מער צייט מהשקיעה עד צאה"כ, ממילא שטימט ווידער נישט די חשבון].


די קשיא פון דעת סופר איז נאר וואס ריי"נ האט אים געפרעגט, און דאס איז, א). אז אין די חידושים רעכנט ער בין השמשות פון שקיעה הנראה (וממילא דארף מען צינדן נר שבת פאר די שקיעה), און אין די תשובה רעכנט ער בין השמשות נאר ג' רביע מיל לפני צאת הנראה, (וממלא מעג מען צינדן אויך נאך שקיעה).
ב). פאר וואס ער שרייבט נאר לכל היותר ל"ה מינוט, ווען מיר זעהן אז במציאות איז דא מער.

אויף דעם ענטפערט דער דעת סופר אויף א). גם אני אשתומם, און בלייבט אז די תשובה איז די עיקר.
ב). אז דארט איז לפי אופק פראנקפורט, איז מציאות אנדערש פון דא.

חלק ב' האט גארנישט מיט ר"ת\גאונים. ווייל ער האט אויך געוויסט אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה
למעלה משבעים האט געשריבן:דער ויען יוסף וויל זאגן אז די גאנצע חשבון איז נאר געזאגט געווארן לגבי שאיבת מים שלנו, אבער אוודאי לגבי מוצש"ק איז צאה"כ אסאך שפעטער און מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף יענעם זמן צאה"כ.


משום חומרא דשבת, יא! ער זאגט נישט אז דארט איז צאת הכוכבים לשיטת הגאונים. ווייל "צאת הנראה, איז צאת הנראה".

למעלה משבעים האט געשריבן:יעצט זאגט ביטע איבער, "קיינער"? ממש קיינער? כ'פלאן זיך בל"נ נישט צו טענה'ן ווייטער אין אזא זאך ווי איר לייקנט פשוט ממש שמש בצהרים, ווייל איינער וואס לערנט דעם קרן לדוד, זכרון סופרים, דעת סופר, ויען יוסף, זעט קלאר {וואס איך זאג} .


צ"ל:
למעלה משבעים האט געשריבן:אז איך האב זיי נישט גוט פארשטאנען.


און זעהט קלאר אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה...

--
למעלה משבעים האט געשריבן:איז לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש, איר ברענגט דאך א ליסט פון אחרונים, איר קענט אזוי גוט זיין און אנצייכענען די זמן צאה"כ פון וואס זיי רעדן יא, ביי וויפיל דעגרי דאס קומט אויס?


זיי האבן נישק געהאט קיין דעגרי, "זיי האבן געהאט אויגן"

למעלה משבעים האט געשריבן:[אגב, יעצט איבערקוקענדיג זע איך אז דער זכרון יהודה דערמאנט בכלל נישט דעם חת"ס אין תשובה, נאר דעם חת"ס אין חידושים, און ער ברענגט עס ארויס ממש אזוי ווי איך האב עס פארשטאנען, ודלא כהטועים, וז"ל, "וזה אמת כמו שכ' הח"ס ז"ל בחשבונו, שע"פ רוב בבוקר, יורד בכל שבוע או עולה עם 10 מינוטען, וגם לערב, לערך 12 מינוטען רק באיזה שבעות בהתחלה ובסוף התקופה יש שנויים גדולים" עכ"ל, קאמענטארן זענען איבריג...].


קיין אהנונג וואס די ווילסט

למעלה משבעים האט געשריבן:אין תשובת ריב"א, רעדט ער פון א קינד וואס איז געבוירן "נאכן שקיעה", 55 מינוט קודם צאה"כ, און די שאלה איז צו מען דארף חייש זיין להר"ם אלשקר, במציאות אז ס'זאל קענען אויסקומען א טאג אין יאר [במקומו, אדער במקום השואל] וואס מען האלט שוין נאכן שקיעה, און אפילו אזוי איז נאך אלץ דא 55 מינוט צום צאה"כ, דאס קען נאר שטימען אויב מען גייט לפי החשבון בתשובה, ווייל לויט די חשבון בהחידושים איז די מערסטע צייט צווישן שקיעה לצאה"כ וואס איז דא דורכן יאר איז בערך 42 מינוט, ועוד יותר מזה בכלל אנצוקומען אז "נאכן" שקיעה זאל נאך זיין א חשבון פון 55 מינוט צום צאה"כ דארף מען רעכענען מער פון 8 דעגרי, אדער 72 שוות... [וואס איך טענה דאך שוין פון ערשטן מינוט אן אז אין תשובת ריב"א זעט מען קלארער פון קלאר אז ער גייט מיט 72 שוות].


תשובת ריב"א גייט אויך מיט חשבון רבו אז "התחלת השקיעה" איז ד' מיל לפני צאת הנראה, גארנישט מיט שקיעה באופק.
און אלעס שטימט זייער שיין. און יא, ער האט אויך געוויסט אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה
למעלה משבעים האט געשריבן:הגריי"נ זצ"ל, ברענגט בשם דעם דעת סופר אז אין פרעשבורג איז געווען די זמן הדלק"נ אין ווינטער 40 מינוט פארן צאה"כ, און אין זומער איז עס געווען 45 מינוט פארן צאה"כ, און ער שרייבט אז ער האט געזען א לוח פון פרעשבורג פון יאר תרצ"ג [מרץ 3] איז געשטאנען דעם זמן הדלק"נ אויף 5:35, און די שקיעה יענעם טאג איז געווען 5:38, דאס שטימט ווידער נאר מיטן חשבון פון חת"ס אין תשובה און נישט לויטן חשבון פון די חידושים.

מעשה לסתור? אט איז זיין לשון דארט:
"ובמכתב מהדעת סופר זצ"ל שנדפס בקונטרס שירת משה כתכ כזה"ל והמנהג בפ"ב בחורף שהיו הימים קצרים היה זמן קבלת שבת 40 מינוטן קודס צאת הכוככיס ובקיץ 45. ותוספת שבת במוצש"ק 5 מינוטן לאחר צאת הכוככים".
יענע לוח איז געדרקט אין הזמנים בהלכה, דארט שטייט זמן מוצאי שבת 6:20, קומט אויס אז צאת הכוכבים איז געווען 6:15.... 6.5 דעגרי דאס שטימט נישט מיט די תשובה, און נישט מיט די חידושים ! נאר מיט "אויגן" ... ווייל יא ! עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה שאך מאט !

למעלה משבעים האט געשריבן:וואס איך וויל דערמיט ארויסברענגן איז זייער פשוט, ביזט מודה אז אויב לערנט מען די ווערטער פונעם חת"ס פשוט כפשוטו, איז דא א סתירה ווען די מציאות פון צאה"כ איז, נאר היות די ווילסט נישט אראפשלינגן בכלל אזא מין סארט זאך, און בפרטות זיכער נישט צו זאגן אז פון חת"ס קומט אויס אן אנדערע זמן פאר צאה"כ ווי פון זיין רבי'ן, וועסטו פראבירן זיך מדחיק זיין מיט אלע מיני דוחקים שלא ניתן להאמר אין די ווערטער פון די תשובה, און בלייבן מיט די זמן וואס שטייט אין די חידושים, אלץ כדי צו בלייבן גערעכט מיטן קאנצעפט אז ס'קען נישט זיין צוויי זמנים פאר צאה"כ, און דיין ראיה איז גאר אז מען ברענגט "נישט" אז דער חת"ס האט געהאט אן אנדערע זמן "פון זיין רבי'ן".


אקוראט אזוי. ווייל דער אמת איז ! אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה

למעלה משבעים האט געשריבן:אויף דעם ברענג איך דיר אז ווען די נעמסט די זמנים וואס די תלמידי חת"ס ותלמידי תלמידיו ויוצאי חלציו שרייבן "יא",

א ראי' צו וואס איך זאג... כנ"ל

יעצט אודך:

דער גרויסער מקבל דרך החתם סופר, דער באר שמואל, האט הרבה פעמים געלערנט מיט זיינע תלמידים דעם דרך החתם סופר צו צינדן נרות שבת, שעה או ג' רבעי שעה לפני צאת הכוכבים, און ער האט האט נישט געוויסט אז דער חתם סופר האט געהאלטן א אנדערע צאת הכוכבים, (ווען יא וואלט ער דאס געזאגט, ער איז דאך געווען דער דולה ומשקה דרך החתם סופר לדורות הבאים). דארף מען נישט אננעמען שיטת הניק "למעלה", וואס בלי שום מקור האלט אנדערש.

למעלה משבעים האט געשריבן:ובנוגע הגרמ"נ זצ"ל אייער נישט ווילן זאגן ביי וועם איר האט מברר געווען [כאטש אין אישי] ווארפט א שטארקן חשד אז ס'איז פשוט להד"ם. און כנראה וויבאלד איר ווייסט נישט ווער איך בין, דוכט זיך אייך אז מיין בירור איז נאר פון בחצר הקודש, למעשה האב איך דאס שוין לאאנג צוריק מברר געווען ביי איינע פון זיינע תלמידים מובהקים [וואס איז גאר אליין מיטגעווען מיט אים ביים קוקן די כוכבים]נאך פאר איך האב אפילו משים לב געווען אז אין בחצר הקודש שטייט עפעס דערוועגן. פשטות די וואס קענען מיר דא, וועלן גלייך פארשטיין וועם איך מיין.


למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:איי ער שרייבט אין די תשובה 8:55, קען מען נאר זאגן השערות פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט דער פסק הלכה לדורות.

כ'מעג וויסן וואספארא שטותים איר שרייבט דא? וואס מיינט דאס ס'איז נישט לדורות?


פשוט מאוד, דער זייגער "ה' מינוטין קודם גמר קשקש ניין אוהר" איז נאר א ענטפער פאר דעם שואל לזמנו. מיר ווייסן דאך נישט וויאזוי דער זייגער אין מט"ד האט געארבעט. "אולי אין הילוך כלי השעות שבכאן ושמה שווים וא"א לסמוך על דברי בזה",

לדורות איז:
"בשידוע לו שהי' יותר מרוחק מצאת הכוכבים הנהוג לעת כזאת כשהשמים בהירים יותר מג' רביעי מיל עפ"י חשבונו של חק יעקב שהוא טו"ב מינוטין לערך" וכו'. רעכן צוריק פון "צאת הנראה בשמים בהירים" טו"ב מינוטין.... און עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה

למעלה משבעים האט געשריבן:לאמיר דאס קלאר מאכן, הלכה למעשה לדבריכם, אויב א קינד ווערט געבוירן יוני 18 8:30 פארנאכט [אויף די אמאליגע זייגער] אין מטרסדורף, דארף מען מאכן דעם ברית דעם נעקסטן טאג, און אויב דאס קינד איז געבוירן פרייטאג, דארף מען מאכן דעם ברית זונטאג, ווייל לויטן חשבון רבו קומט אויס אז צאה"כ אין מטרסדורף איז בערך 8:40 [אויף זייער זייגער], איי דער חת"ס שרייבט אנדערש? דאס איז נישט להלכה... דאס איז וואס די זאגסט דא?


ווען איך וועל וויסן ווי אזוי דער זייגר א מ"ד איז געגאנגען, וואלט איך געקענט ענטפערן. בשנה הזאת, דארפן מיר פאלגן דעם "מר כי אתריה" און רעכענען פון "צאת הנראה בשמים בהירים" טו"ב מינוטין....

למעלה משבעים האט געשריבן:אויב יא, איר קענט מיר זאגן פארוואס דער חת"ס האט נישט צוגעלייגט קיין איין ווארט אז נישט נאר "מר כי אתריה" דארף איבערקוקן די חשבון פון צאה"כ, ווייל אייזנשטאט פון מטרסדורף קען זיין די זמן צאה"כ אנדערש, נאר אפילו באתריה דמר, אין מטרסדורף אליין טאר מען אויך נישט בויען אויף די זמן וואס ער שרייבט, אפילו מען זאל האבן גאר גאר א פונקטליכן זייגער, טאר מען זיך נאך אלץ נישט פארלאזן אז 8:55 איז צאה"כ, צוליב א צווייטע סיבה, ווייל די זמן צאה"כ וואס ער שרייבט, איז גאר די זמן צאה"כ אין פרנקפורט, אבער באמת אין מטרסדורף איז 8:55 שוין געווען בערך 15 מינוט נאך צאה"כ... איר האלט באמת אז נארמאלע מענטשן קענען פארנעמען אזעלכע שטותים?


ווען איך וועל וויסן ווי אזוי דער זייגר א מ"ד איז געגאנגען, וואלט איך געקענט ענטפערן.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום פרייטאג מאי 24, 2019 1:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 24, 2019 12:24 am

מאירים האט געשריבן:איך קען זיי ב"ה בעל פה

טאקע שטארק ניכר אז ס'איז עפעס נישט לכבודך צו מעיין זיין בפנים... וואלסטו ווען עס געהעריג דורכגעלערנט וואלסטו זיך געשעמט מיט דיין תגובה, בפרט אז חזר'ט נאכאמאל איבער דעם טעות... און ווען מען וויל נישט וויסן וואס יענער זאגט, נאר מען פראבירט יענעם אפצופרעגן, נאך אפילו פארן פארשטיין וואס יענער האט געוואלט, טראגט עס אזא פנים.

מאירים האט געשריבן:אדער יא , אדער נישט !

מאירים האט געשריבן:קיין אהנונג וואס די ווילסט

איינס פארענטפערט דעם אנדערן, פארשטייט זיך אז די וועסט דערצו נישט מודה זיין, ווייל דאן איז דיין פשעטל אין חת"ס אפגעפרעגט, ממילא איז די גרינגסטע צו זאגן קיין אנונג און אדער יא אדער נישט, וחסל...

מאירים האט געשריבן:{נישט קיין סתירה, ווייל "צאת הנראה, איז צאת הנראה". נאר א קשיא לפי המציאות וואס מען זעהט}

מאירים האט געשריבן:טעות הוא בידך, דער זכרון סופרים, אין דעם שטיקל וואס הייבט זיך אהן, "ובגוף דברי הגאון" וואונדערט זיך ווי אזוי עס שטימט במציאות די זמן צאה"כ ווען אין פראנקפורט איז זיכער נישט ווייניגער צייט ווי אין זיין מדינה [מיישא?], און ביי זיי איז עס מערך ל"ח מינוט עד ערך נ"ח [זיין תירוץ איז אז דארט רעדט מען אפשר פון כוכבים גדולים וכו' עי שם].

אט אזא פנים טראגט דיין גאנצע טענה'ריי דא, די עיקר נישט צו טראכטן וואס מען רעדט... איר זעט נישט אליין ווי איר רעדט פשוט נישט צום זאך? ח"ו נישט קיין סתירה, ווייל צאת הנראה - לדוגמא 8:30 - איז צאת הנראה, נאר ס'איז א "קושיא"... אז דארט שטייט אז צאה"כ "הנראה" איז לדוגמא 8:10 ממילא איז א קושיא במציאות אבער ח"ו רוף עס נישט סתירה, קענסט דאך דאן בלייבן אומגערעכט, איי אויב איז עס א קושיא בלייבסטו אויך אומגערעכט, קושיא...

הגם ס'איז דאך נישט קיין חידוש נישט דיין מהלך אין זיך טענה'ן, און נישט דיין טענה בכלל, ממילא וואלט איך זיך נישט געדארפט אנרופן דערויף, אבער מיר איז דא יא נתחדש געווארן עפעס, דהיינו אז כנראה גייסטו דא מיט א לשיטתו, פונקט ווי בדעת ר"ת האלטסטו אז אויב במציאות שטימט עס נישט, דאן פארמעקט מען די ווערטער פון ר"ת, והמפרשים דבריו כפשוטו, די זעלבע איז מיטן חת"ס, אויב במציאות שטימט עס נישט מיט די כוכבים הנראים לנו, דאן איז דארף מען פשוט פארמעקן אדער טוישן זיינע ווערטער, און ממילא איז עס אויס סתירה... און ס'איז נתהפך צו א קשיא לפי המציאות און וויבאלד ס'איז א קושיא לפי המציאות איז אויס וואס דארט שטייט... אנדערש קען מען נישט משיג זיין דיינע ווערטער.


מאירים האט געשריבן:ב). פאר וואס ער שרייבט נאר לכל היותר ל"ה מינוט, ווען מיר זעהן אז במציאות איז דא מער.
אויף דעם ענטפערט דער דעת סופר אויף א). גם אני אשתומם, און בלייבט אז די תשובה איז די עיקר.

כ'מיז זיך באדאנקן פאר דיר, יישר כח פארן אזוי שיין ארויסברענגן מיין ראיה אז די תשובה איז איין זמן ראיית כוכבים, והוא העיקר ווי ער שרייבט, און בחידושים איז אן אנדערע זמן וואס שטימט אים נישט במציאות.

מאירים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איז לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש, איר ברענגט דאך א ליסט פון אחרונים, איר קענט אזוי גוט זיין און אנצייכענען די זמן צאה"כ פון וואס זיי רעדן יא, ביי וויפיל דעגרי דאס קומט אויס?


זיי האבן נישק געהאט קיין דעגרי, "זיי האבן געהאט אויגן"

ממילא? זעט אויס איר האט נישט פארשטאנען וואס איך וויל, וועל איך פראבירן נאך איינמאל, נאמנים אלי הגריי"נ זצ"ל וואס האט געהאלטן אז די רגע האסט מברר געווען במציאות ווען מען האט געזען די כוכבים, און די ווייסט די פונקטליכע צייט, און די זעסט ביי וויפיל דעגרי קומט אויס די זייגער, קענסטו עס רעכענען אויף איבעראל און אין אלע צייטן.

ממילא האב איך סך הכל געבעטן אויב איר ווילט אזוי גוט זיין און ברענגן די זמן צאה"כ וואס זיי שרייבן יא, כדי צו אויסרעכענען בערך ביי וויפיל דעגרי דאס קומט אויס [הגם די זייגער קען מען דאך נישט וויסן ווי פונקטליך זיי האבן געהאט לויט אונזער זייגער, אבער בערך קען מען דאך זיכער וויסן]. אבער איך פארשטיי דיר באמת פארוואס די ווילסט נישט, בפרט נאך וואס איך האב דיר איבערגעוויזן פון תשובת ריב"א.

מאירים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:איי ער שרייבט אין די תשובה 8:55, קען מען נאר זאגן השערות פארוואס, וויבאלד דאס איז נישט דער פסק הלכה לדורות.

כ'מעג וויסן וואספארא שטותים איר שרייבט דא? וואס מיינט דאס ס'איז נישט לדורות?


פשוט מאוד, דער זייגער "ה' מינוטין קודם גמר קשקש ניין אוהר" איז נאר א ענטפער פאר דעם שואל לזמנו. מיר ווייסן דאך נישט וויאזוי דער זייגער אין מט"ד האט געארבעט. "אולי אין הילוך כלי השעות שבכאן ושמה שווים וא"א לסמוך על דברי בזה",

מאירים האט געשריבן:ווען איך וועל וויסן ווי אזוי דער זייגר א מ"ד איז געגאנגען, וואלט איך געקענט ענטפערן. בשנה הזאת, דארפן מיר פאלגן דעם "מר כי אתריה" און רעכענען פון "צאת הנראה בשמים בהירים" טו"ב מינוטין....

מאירים האט געשריבן:ווען איך וועל וויסן ווי אזוי דער זייגר א מ"ד איז געגאנגען, וואלט איך געקענט ענטפערן.

מאכסט ליצנות פון דיר אליין? אויב פארשטייסט נישט וואס איך וויל, זייט וויסן די תשובת חת"ס איז לויטן שער בלאט געדריקט געווארן אין יאר תר"ה, יענער צייט האט מען שוין איינמאל געוויסט ווי אזוי די זייגער האט דארט געארבעט. כ'קען פשוט נישט גלייבן אז שעמסט זיך נישט צו מאכן ליצנות פון דיר אליין דא ברבים.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג מאי 24, 2019 1:13 am

.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום פרייטאג מאי 24, 2019 1:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » פרייטאג מאי 24, 2019 1:13 am

נישט נאר ער וויל נישט פארשטיין, ווען ער זאל נאר באמת איבערגיין וואס איך האב געשריבן, וואלט ער געזעהן אז ער איז פשוט א חוזק... אדרבה, ירא הקהל, וישפוט !

נעמט ער נאך מיינע ווערטער וואס איך האב הערשט יעצט געשריבן, שניידט אפ א שטיקל, אז די משמעות זאל ווערן אויסגעדרייט, און אזוי האט ער געוואונען !!

אט גיבט א קוק:

למעלה משבעים האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ב). פאר וואס ער שרייבט נאר לכל היותר ל"ה מינוט, ווען מיר זעהן אז במציאות איז דא מער.
אויף דעם ענטפערט דער דעת סופר אויף א). גם אני אשתומם, און בלייבט אז די תשובה איז די עיקר.

כ'מיז זיך באדאנקן פאר דיר, יישר כח פארן אזוי שיין ארויסברענגן מיין ראיה אז די תשובה איז איין זמן ראיית כוכבים, והוא העיקר ווי ער שרייבט, און בחידושים איז אן אנדערע זמן וואס שטימט אים נישט במציאות.


דא וויל ער ווייזן אז איך האב געשריבן גאר א ראי' אז דער דעת סופר שרייבט אז די "זמן צאת הכוכבים" אין די תשובה, הוא העיקר...


איצטער קוקט וואס איך האב באמת געשריבן
למעלה משבעים האט געשריבן:דער דעת סופר האט אויך געהאט דעם קושיא, און ער זאגט אז די עיקר איז ווי ער שרייבט אין תשובה, און פראבירט צו פארענטפערן אז די מציאות קען אפשר שטימען ווייל די חשבון וואס ער שרייבט סוף פסחים איז לפי אופק פרנקפורט, און די זמן מהשקיעה עד צאה"כ איז נשתנה לפי המקומות ממילא שטימט יא די תשובה [הגריי"נ פרעגט דערויף אין זיין תשובה אז אויב עפעס איז עס פונקט פארקערט, אז פרנקפורט איז מער צו צפון איז דא מער צייט מהשקיעה עד צאה"כ, ממילא שטימט ווידער נישט די חשבון].


מאירים האט געשריבן:די קשיא פון דעת סופר איז נאר וואס ריי"נ האט אים געפרעגט, און דאס איז, א). אז אין די חידושים רעכנט ער בין השמשות פון שקיעה הנראה (וממילא דארף מען צינדן נר שבת פאר די שקיעה), און אין די תשובה רעכנט ער בין השמשות נאר ג' רביע מיל לפני צאת הנראה, (וממלא מעג מען צינדן אויך נאך שקיעה).
ב). פאר וואס ער שרייבט נאר לכל היותר ל"ה מינוט, ווען מיר זעהן אז במציאות איז דא מער.

אויף דעם ענטפערט דער דעת סופר אויף א). גם אני אשתומם, און בלייבט אז די תשובה איז די עיקר. . . .

ב). אז דארט איז לפי אופק פראנקפורט, איז מציאות אנדערש פון דא. . . .

חלק ב' האט גארנישט מיט ר"ת\גאונים. ווייל ער האט אויך געוויסט אז עס איז נאר דא איין צאת הכוכבים. צאת הנראה



דאס איז נאר איין ביישפיל.
וממנו תקישו על השאר, אט אזוי קוקט אויס זיינע אלע "איבערווייזונגען" אט מיט אזא איינעם דארף איך זיך נאך ארום טענה'ען.. ?



למעלה משבעים האט געשריבן:מאכסט ליצנות פון דיר אליין? אויב פארשטייסט נישט וואס איך וויל, זייט וויסן די תשובת חת"ס איז לויטן שער בלאט געדריקט געווארן אין יאר תר"ה, יענער צייט האט מען שוין איינמאל געוויסט ווי אזוי די זייגער האט דארט געארבעט. כ'קען פשוט נישט גלייבן אז שעמסט זיך נישט צו מאכן ליצנות פון דיר אליין דא ברבים.


איך האב באמת נישט געוויסט אז דער דרוקער האט בשנת תר"ה געשריבן די זייגער אין די תשובה.... איך האב געמיינט אז דער חת"ס האט דאס געשריבן בשנת תקס"ג... טעיתי!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 24, 2019 1:36 am

מאירים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:מאכסט ליצנות פון דיר אליין? אויב פארשטייסט נישט וואס איך וויל, זייט וויסן די תשובת חת"ס איז לויטן שער בלאט געדריקט געווארן אין יאר תר"ה, יענער צייט האט מען שוין איינמאל געוויסט ווי אזוי די זייגער האט דארט געארבעט. כ'קען פשוט נישט גלייבן אז שעמסט זיך נישט צו מאכן ליצנות פון דיר אליין דא ברבים.


איך האב באמת נישט געוויסט אז דער דרוקער האט בשנת תר"ה געשריבן די זייגער אין די תשובה.... איך האב געמיינט אז דער חת"ס האט דאס געשריבן בשנת תקס"ג... טעיתי!

אנטשולדיגט??? זעט אויס אז אזוי ארבעט עס ביי אייך ווען מען דריקט אייך צום וואנט, מאכט מען ליצנות אולי ירחם און מען וועט פארגעסן פון וואס שטימט נישט...

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 24, 2019 1:42 am

טוטס מיר א טובה, די ריתחא דאורייתא גייט שוין אביסל ארויס פון פראפארציע.
אפשר איז צייט איבערצורייסן די טענות ומענות, כאטש פאר אביסל, מיט 'את והב בסופה', פאר מ'איז ממשיך דעם ויכוח אויף הויכע טענער.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט