דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:37 am

און איך פרעג נאכאמאל, אויב די אלע מיליאנע יידן האבן געטוהן ווי דער מנח"כ, האבן זיי כנראה נישט געהאלטן אז 72 איז א גזירת הכתוב, נאר עס איז יא תלוי אין ג' כוכבים.
איך בין מוחל "מיין" זען די כוכבים. איך קען נישט זען, נאר חז"ל הקדושים זענען קובע ווען די ריכטיגע כוכבים קומען ארויס. פיין. מסכים. און אזוי האבן זיך דאך אלע אונזערע רבי'ס און זיידעס געפירט.
אצינד וואוין איך אין מאנטשעסטער און עס ווערט מוצאי יוה"כ 72 מינוט נאך די שקיעה, די הימלען בליטשקען נאך מיט רוטליכע שטראלן. זאגט מען מיר אז איך מעג שוין עסן. הלמאי?? וואוי זענען די ג' כוכבים? די ג' כוכבים וואס דער חת"ס האט געזען אין פרעשבורג פאר 72?
עס איז אינמיטן זומער, און איך ווייס אז לויטן אופק איז יעצט אזוי טונקל/ליכטיג ווי פאר 72, פארוואס זענען מיר נישט מחמיר אפילו אין ניו יארק אז זומער זאל מען נישט טוהן א מלאכה ביז די זון איז 16.1 אונטערן האריזאנט?
תכלית איך פרעג פארוואס איז דער וועלט נישט מער מחמיר?
קען איך נישט באקומען א נארמאלע תירוץ?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:54 am

ס'איז פשוט נישט דא.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א "חומרא" למוצאי שבת קודש, געגאנגען צו יעדע דאורייתא, דערנאך צו ספק דאורייתא, פון דארט צו דרבנן, ספק דרבנן.

און פון דארט צו "נאר דאמאלס איז צאת", (נאר מיר זענען "מחמיר" אויך אויף גאונים בערב שבת), און פון דארט להקל בספק דרבנן ביז 58.5, פון דארט להקל גם בדרבנן ממש, להקל בספק דאורייתא, און .... עוד ידם נטוי', אבער קודם ארבעט מען יעצט אויף איבער שרייבן היסטארי, אז שיטת הגאונים האט קיינמאל נישט פאסירט, און אז צאת הכוכבים לפי האופק (מנחת כהן) איז נאר געווען א חומרא, וואס טייל האבן מחמיר געווען, אבער איז למעשה נישט געווען אנגענומען....

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:07 am

מאירים האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט דא.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א "חומרא" למוצאי שבת קודש, געגאנגען צו יעדע דאורייתא, דערנאך צו ספק דאורייתא, פון דארט צו דרבנן, ספק דרבנן.

און פון דארט צו "נאר דאמאלס איז צאת", (נאר מיר זענען "מחמיר" אויך אויף גאונים בערב שבת), און פון דארט להקל בספק דרבנן ביז 58.5, פון דארט להקל גם בדרבנן ממש, להקל בספק דאורייתא, און .... עוד ידם נטוי', אבער קודם ארבעט מען יעצט אויף איבער שרייבן היסטארי, אז שיטת הגאונים האט קיינמאל נישט פאסירט, און אז צאת הכוכבים לפי האופק (מנחת כהן) איז נאר געווען א חומרא, וואס טייל האבן מחמיר געווען, אבער איז למעשה נישט געווען אנגענומען....

איר גייט דאך מיט שיטת גאונים. איך פרעג פאר אונז רוב היימישע יידן וואס פירן זיך ווי ר"ת פון וועם האבן זיי באקומען א היתר?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

גרשון
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:09 pm

די שאלה איז צי די ג' כוכבים וואס דער חתם סופר האט גערעכנט זענען נאכנישט דא ביי די 72. בפשטות יא, און אין גמרא איז קלאר משמע אז ביי "צאת הכוכבים" איז נישט גענצליך טונקל אזוי ווי ביים עלות (דאס איז טאקע איינע פון די קשיות פונעם גר"א אויף שיטת ר"ת).

למעשה זענען דא צוויי הויפט מהלכים ווי אזוי צו לערנען אין ר"ת: אדער אז מען קוקט אלעמאל אויף 72, אזוי האלט דער פרי מגדים, דרך החיים, און נאך, אדער ווען עס קומען ארויס דריי שטערנס - מיט א געוויסע אומדנא וואס מען האט גערעכנט אין די פריערדיגע דורות.

עס לאזט זיך גלייבן אז אין אמעריקע און אין אייראפע איז די 72 קיינמאל נישט שפעטער ווי דריי שטערנס וואס מען פלעגט רעכענען, והא ראיה אז מיר ווייסן נישט פון קהילות ישראל לדורותיהם וועלכע האבן מקפיד געווען מעיקר הדין אויף א שפעטערדיגן זמן.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 13, 2019 4:45 pm

גרשון האט געשריבן:די שאלה איז צי די ג' כוכבים וואס דער חתם סופר האט גערעכנט זענען נאכנישט דא ביי די 72. בפשטות יא, און אין גמרא איז קלאר משמע אז ביי "צאת הכוכבים" איז נישט גענצליך טונקל אזוי ווי ביים עלות (דאס איז טאקע איינע פון די קשיות פונעם גר"א אויף שיטת ר"ת).

למעשה זענען דא צוויי הויפט מהלכים ווי אזוי צו לערנען אין ר"ת: אדער אז מען קוקט אלעמאל אויף 72, אזוי האלט דער פרי מגדים, דרך החיים, און נאך, אדער ווען עס קומען ארויס דריי שטערנס - מיט א געוויסע אומדנא וואס מען האט גערעכנט אין די פריערדיגע דורות.

עס לאזט זיך גלייבן אז אין אמעריקע און אין אייראפע איז די 72 קיינמאל נישט שפעטער ווי דריי שטערנס וואס מען פלעגט רעכענען, והא ראיה אז מיר ווייסן נישט פון קהילות ישראל לדורותיהם וועלכע האבן מקפיד געווען מעיקר הדין אויף א שפעטערדיגן זמן.

זייער שיין. פרעג איך הלכה למעשה אויף לאנדאן, אנטווערפן מאנטשעסטער וכו'.
ווי אויך נישט אויף למעשה נאר אויף היסטאריע, ווארשא, ווילנא און ריגא, מאסקווע און סט פעטערסבורג, וואס האבן די יידן אין די אלע שטעט געטוהן איידער דער גר"א איז געקןמען?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:06 pm

אנשטולדיגט הרב יידישע, כ'האב נישט יורד געווען מתחלה צו אייער כוונה.

אז איהר פרעגט פארוואס מ'איז נישט חושש לחומרא אין די שטעט ווי ס'ווערט נישט געהעריג טונקל ווי לאנדאן, אנטווערפן, וכו', דער קלויזענבורגער רב אין תשובת דברי יציב האט א לאנגע אריכות און האט א צד חושש צו זיין לחומרא, אבער אויף דעם ארויף זאגט ער אז ס'קען זיין חומרא דאתי לידי קולא, ע"כ טוהט ער אויף א חידוש לקולא בתנאי שיסכימו חכמי הדור, והרוצה להחמיר באופן שלא יהא אתי לידי קולא ושלא יסתור אהדדי תע"ב.
עיין שם באריכות מסימן ק"ח עד קט"ז
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=211

אויף למעשה זענען דא איינצעלנע וואס זענען זיך מונע ממלאכה ביז ס'ווערט חושך גמור, רוב היימישע אידן אין יענע מקומות האלטן געהעריג צוויי און זיבעציג

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:12 pm

מאירים האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט דא.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א "חומרא" למוצאי שבת קודש, געגאנגען צו יעדע דאורייתא, דערנאך צו ספק דאורייתא, פון דארט צו דרבנן, ספק דרבנן.

און פון דארט צו "נאר דאמאלס איז צאת", (נאר מיר זענען "מחמיר" אויך אויף גאונים בערב שבת), און פון דארט להקל בספק דרבנן ביז 58.5, פון דארט להקל גם בדרבנן ממש, להקל בספק דאורייתא, און .... עוד ידם נטוי', אבער קודם ארבעט מען יעצט אויף איבער שרייבן היסטארי, אז שיטת הגאונים האט קיינמאל נישט פאסירט, און אז צאת הכוכבים לפי האופק (מנחת כהן) איז נאר געווען א חומרא, וואס טייל האבן מחמיר געווען, אבער איז למעשה נישט געווען אנגענומען....

זאג מיר, איך דארף אפי' ענטפערן בשעת ווען ס'איז ניכר מדבריך אז האסט קיינמאהל נישט מעיין געווען בקונטרס דבי שמשא, און אוודאי נישט אין דברי חנה פון קאלאשיצער רב, און ביסט פשוט נישט באקאנט מיט טרוקענע פאקטן שהן בבחי' ניתי' ספר ונחזי, און איך דארף נאך בכלל שטיין אין ווארט?

*
ערשט נאכן אפלערנען דיין תגובה ווייסעך וויפיל מאהל בין איך עומד אויף די פראבלעם אז דו באציהסט דיך צו די לעצטע זיבעציג יאהר, און אזוי בין איך מפענח די ערשטע שורה פון דיין תגובה אז דו מיינסט די זיצונג פון התאחדות, איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם, מ'רעדט פון א מסורה הונדערטער יארן, און עטליכע הונדערט פוסקים גדולי הראשונים ואחרונים (נישט אריינגערעכנט די אחרוני זמנינו) וואס האבן אזוי געשריבן להלכה ולמעשה, גארנישט קיין חומרא למוצאי שבת קודש, כאניש קיין אנונג פון וואס דו רעדסט.
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך מארטש 13, 2019 5:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:17 pm

קונטרס דבי שימשי קען איך בעל פה ב"ה.
דברי חנה האב איך נישט געלערנט.

איך האב נאר מעיין געווען בדברי הפוסקים.

איר דארפט מיר גארנישט ענטפערן. מה אני ומה חיי?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:24 pm

מאכסט א וויץ?
א רשימה פון זיבעציג פוסקים אדירי התורה רובם בתקופת הראשונים וגדולי האחרונים וואס זענען מכריע כהרבינו תם, מלוקט ומבורר דורך א גאון גדול וקדוש פון הונדערט יאהר צוריק און ער נעמט בכלל נישט די מיה אריינצוקוקן

קאמענטארן זענען איבעריג

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:27 pm

וליתר שאת, ווער ס'מיינט אז כ'בין געגאנגען צו א ווייטע ליניע מיטן זאגן "קרוב לאפיקורסות" וכדומה, יראה הרואה בשו"ת דברי יציב, ייתכן אז כ'האב גאהר אינטערגעשאצט
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=232

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:37 pm

איך האב עס דען אוועקגעמאכט ח"ו?

איך האב נאר מעיין געווען בדברי הפוסקים, אויב די פארשטייסט אז דברי חנה איז "דברי הפוסקים" פארשטייען מיר זיך נישט.

הגם איך פארשטיי מהספר הזמנים בהבנה, אז ער גייט אויך בדרך המנחת כהן...
נאר למוצאי שבת איז ער מחמיר.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:42 pm

אויב דו רעדסט אריין א מיינונג אין די נושא אהן פרובירן צו פארשטיין די ערנסטקייט פון די צוויי און זיבעציג זמן, און ביסט דיך מתעלם אריינצוקוקן אין א רשימה פון "דברי הפוסקים" (זיבעציג אין צאהל) מלוקט ומבואר בספר "דברי חנה" הייסט דאס אוועק געמאכט.
נישט אז ס'איז מעלה אדער מוריד אויב דו מאכסט יא אוועק אדער נישט, ס'איז פשוט דער עולם זאל זעהן מיט וועם מ'האנדלט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:47 pm

מאירים האט געשריבן:אויב די פארשטייסט אז דברי חנה איז "דברי הפוסקים"

דער קאלאשיצער רב זצ"ל איז געגאנגען מיט אייך אין איין חדר?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:21 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:וליתר שאת, ווער ס'מיינט אז כ'בין געגאנגען צו א ווייטע ליניע מיטן זאגן "קרוב לאפיקורסות" וכדומה, יראה הרואה בשו"ת דברי יציב, ייתכן אז כ'האב גאהר אינטערגעשאצט
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=232

ביסט נישט ג'רעכט. און במחכ"ת פון דעם הייליגן קלז"ב-צאנז רבין זי"ע איז ער אויך געגאנגען צו ווייט.
אלע חכמים שבכל דור ודור האבן חולק געווען אויף פריערדיגע ווען עס איז געווען ברור אז - לפי ראות עיניהם - שטימט נישט וואס די פריערדיגע זאגט. דא אין דעם נושא אליינס גר"א ושועה"ר יוכיחו.
די וואס זאגן אז עס איז נאר דער גר"א מאכן פשוט א טעות אין היסטאריע. איך רעד שוין נישט פון די באקאנטע, דער מהרש"ל, דער ש"ך, אפילו דער בית יוסף א פאר מאל, מהר"ל מפראג, דער שאגת אריה, דער נודע ביהודה. זיי זענען די באקאנטע, אבער בעצם איז נישטא אזא זאך אין די תורה ווי אננעמען בלינדערהייט א פסק הלכה כאילו עס איז תורה מן השמים.
אוודאי דארף מען און מקען פארענטפערן און מיישב זיין דברי הראשונים. אוודאי קען מען נאר קריגן אויב די ראיות זענען גאר גאר קראנט און דער חולק איז א בר הכי אפצושאצן די שטארקייט פון די טענות און קושיות. אבער צו זאגן אז ווייל ר"ת זאגט אזוי איז דאס גענדיגקט דאס אליינס איז היפוך התורה. אדרבה אין די תורה שטייט אז מ'טאר נישט נושא פנים זיין.
וכל שכן וקל וחומר
אז עס איז דא א מחלוקת הראשונים, ווען די רעדע איז פון מכריע זיין בין הראשונים. דא האט כמעט יעדע אחרון ביז אונזער דור ממש ועד בכלל יא גענומען די דרייסטקייט פון מכריע זיין על פי ראיות. כמובן אז לכתחילה פרובירט מען אויסצוגלייכן אוון ירא שמים יוצא ידי שניהם וכו' אבער ווען עס קומט דערצו מוז מען מכריע זיין לויט די ראיות און לויט די סברות.
ממילא די וועלכע הענגען זיך אן אין רבינו תם איז א ראשון און מ'קען נישט חולק זיין אפילו אויב ער איז אפגעפרעגט, זענען זיך טועה בגדול.
דער מהלך צו ענטפערן דארף זיין, רבינו תם איז ח"ו נישט אפגעפרעגט און איך האב א מהלך בדבריו.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:38 pm

farshlufen האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:אויב די פארשטייסט אז דברי חנה איז "דברי הפוסקים"

דער קאלאשיצער רב זצ"ל איז געגאנגען מיט אייך אין איין חדר?


חס ושלום.

קדוש מרחם!

וואס זאל איך טוהן, אז ווען איז מברר א הלכה, זוכט מען דעם חתם סופר, און לאו דוקא דעם דברי חנה.

אוועטאר
חלב ישראל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 7:23 pm

מה נפשך, אויב טאר מען זיך נישט קריגן מיט פריערדיגע, האט דער ר"ת אויך נישט געטארט.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 7:37 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
מאירים האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט דא.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט א "חומרא" למוצאי שבת קודש, געגאנגען צו יעדע דאורייתא, דערנאך צו ספק דאורייתא, פון דארט צו דרבנן, ספק דרבנן.

און פון דארט צו "נאר דאמאלס איז צאת", (נאר מיר זענען "מחמיר" אויך אויף גאונים בערב שבת), און פון דארט להקל בספק דרבנן ביז 58.5, פון דארט להקל גם בדרבנן ממש, להקל בספק דאורייתא, און .... עוד ידם נטוי', אבער קודם ארבעט מען יעצט אויף איבער שרייבן היסטארי, אז שיטת הגאונים האט קיינמאל נישט פאסירט, און אז צאת הכוכבים לפי האופק (מנחת כהן) איז נאר געווען א חומרא, וואס טייל האבן מחמיר געווען, אבער איז למעשה נישט געווען אנגענומען....


ערשט נאכן אפלערנען דיין תגובה ווייסעך וויפיל מאהל בין איך עומד אויף די פראבלעם אז דו באציהסט דיך צו די לעצטע זיבעציג יאהר, און אזוי בין איך מפענח די ערשטע שורה פון דיין תגובה אז דו מיינסט די זיצונג פון התאחדות, איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם, מ'רעדט פון א מסורה הונדערטער יארן, און עטליכע הונדערט פוסקים גדולי הראשונים ואחרונים (נישט אריינגערעכנט די אחרוני זמנינו) וואס האבן אזוי געשריבן להלכה ולמעשה, גארנישט קיין חומרא למוצאי שבת קודש, כאניש קיין אנונג פון וואס דו רעדסט.


ווילסט אנהייבן די 60 בלאט פון פריש?

viewtopic.php?f=5&t=34588

גרשון
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:46 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:די שאלה איז צי די ג' כוכבים וואס דער חתם סופר האט גערעכנט זענען נאכנישט דא ביי די 72. בפשטות יא, און אין גמרא איז קלאר משמע אז ביי "צאת הכוכבים" איז נישט גענצליך טונקל אזוי ווי ביים עלות (דאס איז טאקע איינע פון די קשיות פונעם גר"א אויף שיטת ר"ת).

למעשה זענען דא צוויי הויפט מהלכים ווי אזוי צו לערנען אין ר"ת: אדער אז מען קוקט אלעמאל אויף 72, אזוי האלט דער פרי מגדים, דרך החיים, און נאך, אדער ווען עס קומען ארויס דריי שטערנס - מיט א געוויסע אומדנא וואס מען האט גערעכנט אין די פריערדיגע דורות.

עס לאזט זיך גלייבן אז אין אמעריקע און אין אייראפע איז די 72 קיינמאל נישט שפעטער ווי דריי שטערנס וואס מען פלעגט רעכענען, והא ראיה אז מיר ווייסן נישט פון קהילות ישראל לדורותיהם וועלכע האבן מקפיד געווען מעיקר הדין אויף א שפעטערדיגן זמן.

זייער שיין. פרעג איך הלכה למעשה אויף לאנדאן, אנטווערפן מאנטשעסטער וכו'.
ווי אויך נישט אויף למעשה נאר אויף היסטאריע, ווארשא, ווילנא און ריגא, מאסקווע און סט פעטערסבורג, וואס האבן די יידן אין די אלע שטעט געטוהן איידער דער גר"א איז געקןמען?

הלכה למעשה ווייסטו אז מען קוקט אויף 72, דיין שאלה איז נאר פארוואס; לכאורה איז נאכנישט גענצליך טונקל.


רבינו תם זאגט אז ביי 72 זענען דא דריי שטערנס. במציאות איז דאס זייער שווער, ערשטנס, ווייל געווענליך איז שוין דעמאלטס אסאך טונקעלער, צווייטנס, ווייל עס איז נישט דא אייביג דער זעלבער שיעור, נאר עס ווענדט זיך אינעם פלאץ און אין דער צייט פון יאר.

למעשה, מיט אלע קשיות, האבן מיר צוויי מהלכים וואס מיר קענען נעמען: אדער אז בעיקר קוקט מען אויף 72 אפגעזען די שטערנס, אדער קוקט מען ווען עס ווערט טונקל און מען רעכנט זיך נישט מיט 72.

דער מנהג וואס פלעגט זיין איינגעפירט איז משמע אז מען האט געקוקט ווען עס ווערט טונקל, היינט האט מען אבער אנגענומען (ע"פ הרה"ק שר שלום מבעלזא) אזוי ווי דעם ערשטן מהלך, זיך צו קאנצעטרירן בלויז אויף די 72.

איינמאל מען קוקט אבער אויפ'ן 72 האט שוין אבער נישט קיין פשט צו ווארטן מער - חוץ אויב מען איז חושש צו רעכענען ד' מילין פאר 90 מינוט - ווייל לויט ביידע מהלכים איז שוין נאכט, ווייל ביי 72 זענען שוין אלעמאל דא ג' כוכבים קטנים.

אוועטאר
חלב ישראל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:51 pm

די לאנדאנע אידן מיט וועם איך האב גערעדט טענה'ן אז ביי זיי אין לאנדאן אין די זוממער ווארט מען לענגער פון 72 מינוט, קענסטעך אליינס נאכפרעגן.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:20 pm

צו ענטפערן יעדען באזונדער נעמט צופיל צייט, גיימיר מאכן א כל הנערים.

סיכום השקו"ט:
מצד מנהגא איז נהוג בימינו בכל תפוצות ישראל אז אפי' די וואס האלטן שיטת הר"ת בהחלט, עכ"ז ערב שבת איז מען פורש ממלאכה אפאר מינוט פאר די שקיעה (כ"א אחד כמנהגו). נאר לענין ברית מילה און לענין שבת בצורך גדול איז דא א מחלוקת אויב מ'דארף מחמיר זיין כדעת המנחת כהן.
איך בין מסכים אז אסאך פוסקים זענען חושש לשיטת המנחת כהן "להחמיר" בערב שבת כשיטתו.

אבער, צו נוצן דעם שיטת המנחת כהן "להקל" (מוצ"ש) איז א חידוש און נישט אנגענומען ביי רוב פוסקים, און דאס וואס מ'טרעפט אסאך רבנים דאהי ביי אנדערע קרייזן וואס נעמען אזוי אהן איז עס ווייל זיי האלטן (היינט צוטאגס) בעצם כשיטת הגאונים, און זיי זענען מוסיף א חומרא לפי שיטתם מחמיר צו זיין כדעת הר"ת אבער נאר לפי שיטת המח"כ.

ס'איז אבער יא דא איינצעלנע וואס אפילו זיי האלטן שיטת הר"ת בהחלט נעמען דאך אהן דעם מנח"כ אפילו להקל, אבער זיי זענען גאהר א קליינע מיעוט.
רובא דעלמא וואס נעמען אהן שיטת ר"ת זענען מחמיר בכל התוקף און ווארטן אויף צוויי און זיבעציג מינוט מוצ"ש "לחומרא" וכן הוא דעת רוב הפוסקים שנקטו כר"ת.

און דאס וואס רוב עולם איז אויך "מחמיר" ערב שבת כדעת המחנ"כ, דאס איז א חומרא, שלא להקל באיסור כרת החמורה, פונקט ווי מ'איז מחמיר ער"ש חושש צו זיין לשיטת הגאונים, ולי"א אפילו לדעת היראים.
אבער כאטש וואס מ'פירט זיך לחומרא טוישט דאס נישט שיטתם הברורה ובהירה פון מאות פוסקים ורבנים אז ביז קרוב צו זעכציג מינוט נאך די שקיעה הנראית איז יום גמור, וכשיטת הר"ת שיש ד' מיל בין שקיעה ראשונה עד הלילה בכל מקום ובכל זמן, און דער וואס טוהט א מלאכה אין דעם זמן איז נישט חייב חטאת ווייל ס'איז נאך פרייטאג.

לענינו:
מאירים האט געשריבן בצורה ברורה ומובנת מתוך דבריו אז אלע גדולי ישראל פוסקים אדירים במשך הדורות וואס האבן אנגענומען דעת הר"ת ד' מיל כפשוטו - דלא כהמנחת כהן - בין להקל בין להחמיר האבן מתיר געווען חילול שבת!!! ח"ו
אויף דעם האב איך מוחה געווען אז רח"ל מהאי דעתא ומלהעלות מחשבה כזו על הלב!!, לענ"ד איז אפי' נישט טעון הסבר צו פארשטיין וואס ער האט דא שלעכט געזאגט.
(אויב איינער דארף באמת א ביאור צו פארשטיין וועל איך מיר בלי"נ באמיען צו מסביר זיין).

*
דער גאנצער שמועס האט ביסודו נישט קיין שייכות צום נידון אויב מ'מעג חולק זיין אויף פריערדיגע.

ס'איז גראדע דא אן ערנסטע פראבלעם היינט צוטאגס, און דאס איז, אז טייל עולם האט זיך ערנסט איינגערעדט אז סוגיין דעלמא איז געווען כוותי' דשיטת הגאונים, דאס איז א שקר גמור, און ווערט היינט פראפאגאנדירט דורך פארשידענע אופנים מיטן ציל צו פארדרייען דעם קאפ און פעלשן די היסטאריע פון כלל ישראל בנידון הלכה זו.
דער הייליגער רדב"ז אז מעיד בימיו אז ער האט קיינמאהל נישט געהערט אנדערש, שיטת הר"ת איז א פסק המחבר און א רמ"א, ועד שבא סנחריב ובלבל את כל העולם כולו איז נישט געהערט געווארן במדינותינו אז איינער זאל זיך וואגן צו ארויסטרעטען עפענטליך קעגן די פסקי המחבר ורמ"א והנו"כ, בפרט ביי ענינים וואס זענען איסורים חמורים כריתות ומיתת בי"ד.
און ליידער אז מ'זעהט היינט צוטאגס אידן וואס שטאמען פון פוילן גאליציע אונגארן, וואס זייערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן נושא געווען שמותיהם הק' פון די הייליגע רבוותא קדמאי במדינותיהם בחרדת קודש, און דאהי זענען אט די הייליגע פוסקים ניתן למדרס תחת כפות רגלי נכדיהם וואס לאכן זייער אייגענע מסורה אין פנים אריין, ס'איז ממש א הארץ ווייטאג.

*
וועגן לאנדאן האב איך געהערט אז ס'דא וואס זענען יא מוסיף צעהן מינוט נאך צוויי און זיבעציג, ועדיין צריך בירור, אדרבה ואדרבה.

אוועטאר
חלב ישראל
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:32 pm

סאיז קלאר אז גאר אסאך פוסקים בתוכם השו"ע האבן אנגענומען ווי דעם ר"ת, די שאלה איז נאר וואס פונקטליך איז דאס "שיטת ר"ת". ס'איז ברור כשמש אז א גרויסע טייל פון די ראשונים און פוסקים וואס פסקנען ווי דעם ר"ת האבן עס אפגעלערנט אינגאנצן אנדערש, אין דברי יציב מוטשעט ער זיך צו פארענטפערן דעם מאירי, אבער ס'איז ברור לכל מעיין אז כאטש וואס ער זאגט ענליכע ווערטער צום ר"ת זאגט ער למעשה אינגאנצן א דריטע זאך. דעם תוספות הרא"ש'ס פשט אינעם ר"ת קען מען פונקט אזוי אריינלערנען אין תוספות אויפ'ן בלאט אויך, און אז די ספרדים האבן זיך אלץ געפירט ווי די גאונים, און דער מחבר ביי מוצ"ש איגנארירט אינגאנצן דעם ר"ת, און ער פסקנט נישט אז תוספות שבת איז א חיוב (נאר אלץ א י"א) וואס דאס שטימט נישט מיט'ן אנגענומענעם פשט אין ר"ת כמבואר ברמב"ן, איז נישט מער ווי שכל'דיג צו זאגן אז ער האט אויך געלערנט ווי דעם תוספות הרא"ש.

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:31 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:צו ענטפערן יעדען באזונדער נעמט צופיל צייט, גיימיר מאכן א כל הנערים.

סיכום השקו"ט:
מצד מנהגא איז נהוג בימינו בכל תפוצות ישראל אז אפי' די וואס האלטן שיטת הר"ת בהחלט, עכ"ז ערב שבת איז מען פורש ממלאכה אפאר מינוט פאר די שקיעה (כ"א אחד כמנהגו). נאר לענין ברית מילה און לענין שבת בצורך גדול איז דא א מחלוקת אויב מ'דארף מחמיר זיין כדעת המנחת כהן.
איך בין מסכים אז אסאך פוסקים זענען חושש לשיטת המנחת כהן "להחמיר" בערב שבת כשיטתו.


אבער, צו נוצן דעם שיטת המנחת כהן "להקל" (מוצ"ש) איז א חידוש און נישט אנגענומען ביי רוב פוסקים, און דאס וואס מ'טרעפט אסאך רבנים דאהי ביי אנדערע קרייזן וואס נעמען אזוי אהן איז עס ווייל זיי האלטן (היינט צוטאגס) בעצם כשיטת הגאונים, און זיי זענען מוסיף א חומרא לפי שיטתם מחמיר צו זיין כדעת הר"ת אבער נאר לפי שיטת המח"כ.


ס'איז אבער יא דא איינצעלנע וואס אפילו זיי האלטן שיטת הר"ת בהחלט נעמען דאך אהן דעם מנח"כ אפילו להקל, אבער זיי זענען גאהר א קליינע מיעוט.
רובא דעלמא וואס נעמען אהן שיטת ר"ת זענען מחמיר בכל התוקף און ווארטן אויף צוויי און זיבעציג מינוט מוצ"ש "לחומרא" וכן הוא דעת רוב הפוסקים שנקטו כר"ת.

און דאס וואס רוב עולם איז אויך "מחמיר" ערב שבת כדעת המחנ"כ, דאס איז א חומרא, שלא להקל באיסור כרת החמורה, פונקט ווי מ'איז מחמיר ער"ש חושש צו זיין לשיטת הגאונים, ולי"א אפילו לדעת היראים.
אבער כאטש וואס מ'פירט זיך לחומרא טוישט דאס נישט שיטתם הברורה ובהירה פון מאות פוסקים ורבנים אז ביז קרוב צו זעכציג מינוט נאך די שקיעה הנראית איז יום גמור, וכשיטת הר"ת שיש ד' מיל בין שקיעה ראשונה עד הלילה בכל מקום ובכל זמן, און דער וואס טוהט א מלאכה אין דעם זמן איז נישט חייב חטאת ווייל ס'איז נאך פרייטאג.

לענינו:
מאירים האט געשריבן בצורה ברורה ומובנת מתוך דבריו אז אלע גדולי ישראל פוסקים אדירים במשך הדורות וואס האבן אנגענומען דעת הר"ת ד' מיל כפשוטו - דלא כהמנחת כהן - בין להקל בין להחמיר האבן מתיר געווען חילול שבת!!! ח"ו
אויף דעם האב איך מוחה געווען אז רח"ל מהאי דעתא ומלהעלות מחשבה כזו על הלב!!, לענ"ד איז אפי' נישט טעון הסבר צו פארשטיין וואס ער האט דא שלעכט געזאגט.
(אויב איינער דארף באמת א ביאור צו פארשטיין וועל איך מיר בלי"נ באמיען צו מסביר זיין).



... ידיעות שונות,

אזויפיל חוסר ידיעה!


לאמיך דיר אויסקלארן,
איך וועל נאר ברענגען דעם הייליגן חתם סופר, וואס האט אפי' לדעתך נישט פאלש געלערנט דעם רבינו תם.

ער שרייבט אין די תשובה שו"ת חתם סופר חלק א (אורח חיים) סימן פ
.....וכאשר קבלתי גם מרבותי כי ההלכה רווחת בזה בלי שום פקפוק כדעת המג"א רס"י של"א, וכל האחרונים כבר הסכימו כן יע"ש באלי' רבה [סק"ב] ותוס' שבת [סק"י] שתפסו במוחלט שיעור בין השמשות אינו כ"א ג' רביעי מיל קודם צאת הכוכבים והוא מסוף שקיעת החמה לתחת האופק:
והנה לדעת החולקים הם הרוקח בסי' נ"א, יע"ש שלשונו מגומגם קצת וצריך תיקון, והרא"ם במרדכי ס"פ במה מדליקין [סי' תנ"ו], והם ס"ל מתחילת השקיעה הוה לילה גמורה מדאוריית' וג' רביעי מילין קודם לזה הוא בין השמשות, א"כ ע"כ צריכים להקדים בע"ש בהדלקת הנרות ג"כ. והנה אנחנו כולנו במדינות אלו עושים במלאכה עש"ק עד קרוב לשעה או ג' רביע שעה קודם צאת הכוכבים, נמצא אנו תופסים במוחלט כשיטת ר"ת, ...

ער האט נישט געהאלטן ד' מיל (72) כפשוטו, ווי עס זענען מעיד זיינע ווערטער אין די תשובה שפעטער, און ווי עס זענען מעיד "אלע" זיינע אייניקליך, ותלמידי תלמידיו.


ווי אזוי קענסטו שרייבן אזוי פרעכערהייט, "אבער, צו נוצן דעם שיטת המנחת כהן "להקל" (מוצ"ש) איז א חידוש און נישט אנגענומען ביי רוב פוסקים", ....... "ס'איז אבער יא דא איינצעלנע וואס אפילו זיי האלטן שיטת הר"ת בהחלט נעמען דאך אהן דעם מנח"כ אפילו להקל, אבער זיי זענען גאהר א קליינע מיעוט. רובא דעלמא וואס נעמען אהן שיטת ר"ת זענען מחמיר בכל התוקף און ווארטן אויף צוויי און זיבעציג מינוט מוצ"ש "לחומרא" וכן הוא דעת רוב הפוסקים שנקטו כר"ת."

ווען דער הייליגער חתם סופר שרייבט "וכל האחרונים כבר הסכימו כן" פארקערט פון דיר?

זיי מוחל, קויף דעם ספר הזמנים בהבנה, לערן אדורך היסטארי פון מנהג כלל ישראל בכל הדורות, און נאך דעם וועלן מיר שמועסן.
און אויב די ביסט מחולק אויף דעם הזמנים בהבנה, שרייבט ביטע דיין מקור אויף די היסטארי פון מנהג כלל ישראל ופוסקיהם.


נ"ב:
איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער עס זענען "אלע גדולי ישראל פוסקים אדירים במשך הדורות וואס האבן אנגענומען דעת הר"ת ד' מיל כפשוטו - דלא כהמנחת כהן - בין להקל בין להחמיר", כאטש 10 נעמען ביטע.

און אויך, פון ווי די האסט פארשאפט דעם נייעם סלענג "להקל כהמנחת כהן" וואס איך האב נישט געטראפן אינערגעץ בדברי הפוסקים אזא לשון. ולשיטתך וואס דער מנחת כהן האט געמאכט עפעס א נייער קולא בדעת רבינו תם - וואלט דאך איינער געדארפט רעדן פון דעם, צו מען מעג מקיל זיין כהמנחת כהן אדער נישט... איך האב געזען אז אלע פריערדיגע אחרונים ברענגען דעם מנחת כהן, ואין פוצה פה! אזא נייע קולא, קעגן רבינו תם והמחבר... קיינער איז נישט מוחה.
דאס האב איך יא געזעהן אז דער חתם סופר שרייבט בפירוש אז "המנחת כהן העלה להלכה כרבינו תם" אן קיין שום הערה וועגן דעם מכשול שנתן המנחת כהן לכלל ישראל...

א דאנק פון פאראויס.
לעצט פאראכטן דורך מאירים אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 5:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:01 am

א דאנק ידיעות פאר דיין שיינע תגובה.
לגבי פארדרייען היסטאריע. איינער וואס עפענט א רמב"ם זעט קלאר נישט רבינו תם. אריינקוועטשן אין רמב"ם דעם רבינו תם איז פארדרייט היסטאריע. און זאגט אז די קהילות וועלכע האבן זיך געפירט לויטן רמב"ם האבן זיך געפירט ווי ר"ת איז אויך פארדרייט היסטאריע.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

תגובהדורך מאירים » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:04 am

ער רעדט פון "כל תפוצות ישראל" וויליאמסבורג, מאנרא בלומינגבורג וכדומה.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:10 am

יידישע קהילות האט געשריבן:א דאנק ידיעות פאר דיין שיינע תגובה.
לגבי פארדרייען היסטאריע. איינער וואס עפענט א רמב"ם זעט קלאר נישט רבינו תם. אריינקוועטשן אין רמב"ם דעם רבינו תם איז פארדרייט היסטאריע. און זאגט אז די קהילות וועלכע האבן זיך געפירט לויטן רמב"ם האבן זיך געפירט ווי ר"ת איז אויך פארדרייט היסטאריע.


זאג מיר, דער רדב"ז און דער חיד"א און פרי חדש און נאך שרייבן אז דער רמב"ם האלט ווי דער ר"ת, זיי אלע האבן פארדרייט "היסטאריע" [איך פארשטיי נישט בכלל דעם שפראך אז דברים העומדים ברומו של עולם ווערט דאס אראפגעלייגט ווי עפעס פארדרייט 'היסטאריע'].

מוזט נאך טון דעם געוויסן ניק וואס ער איז א ריכטיגע מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, יודע את רבונו ומכוון למרוד בו, ער ווייסט אז ער שרייבט נישט ריכטיג און עכ"ז שרייבט ער דאס, און נאך א מזל אז "למעלה משבעים" האט זיך גענומען די מי און אוועקגעגעבן צענדליגער שעה אים צוצולייגן און צוקוועטשן צום וואנט, און איבערצייגט אז דער איז סתם א הפקר יונג.

און נאך דיין תגובה קומט נאך דער זיסער תגובה פון:

מאירים האט געשריבן:ער רעדט פון "כל תפוצות ישראל" וויליאמסבורג, מאנרא בלומינגבורג וכדומה.


איז די גאנצע זאך ביי ענק איין גרויסע דזשואק? אן קיין שום פחד אז מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין בין השמשות וועלן באקומען פון דא דעם אימפרעשן אז דער גאנצער ר"ת איז עפעס א חסדישיער מנהג [ווי איינער האט דא געשריבן מיט'ן גאנצן עמי הארצות אז 72 מינוט האט זיך אנגעהויבן ביי שר שלום פון בעלזא...]. וואס באמת איז דאס א טריקענער מחבר און א רמ"א מיט נאך צענדליגער פוסקים ראשונים ואחרונים.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט