דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:29 pm

שטייט דאך שוין אין זוהר אז ס'דא פלעצער וואו ס'ווערט קיינמאל נישט נאכט...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:53 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דיין שאלה איז נאר אויב איך זאג אז די 72 איז געזאגט געווארן אויף א ספעציפישע פלאץ אויף די וועלט, און א ספעציפיש צייט אין יאר, אבער די וואס האלטן 72 האלטן דייקא נישט אזוי, נאר די גמרא וואס זאגט אז פון שקיעת החמה ביז צאת הכוכבים איז ד' מיל, וואס דאס מיינט 72 מינוט, איז איבעראל אויפן וועלט, און אלע צייטן פון יאר די זעלבע.

אין לאנדאן האלט מען אויך אלץ 72 מינוט, אפילו אין זוממער?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז נישט, דו לוח וואס קומט ביי אונז ארויס מיט די זמנים פון אלע שטעט שטייט דארט פונקט אזוי די זמנים פון 72.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:55 pm

חלב ישראל האט געשריבן:שטייט דאך שוין אין זוהר אז ס'דא פלעצער וואו ס'ווערט קיינמאל נישט נאכט...

ס'שטייט אבער נישט ווען מ'מעג דארטן טוהן מלאכות מוצאי שבת...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

התבונני
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:21 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דיין שאלה איז נאר אויב איך זאג אז די 72 איז געזאגט געווארן אויף א ספעציפישע פלאץ אויף די וועלט, און א ספעציפיש צייט אין יאר, אבער די וואס האלטן 72 האלטן דייקא נישט אזוי, נאר די גמרא וואס זאגט אז פון שקיעת החמה ביז צאת הכוכבים איז ד' מיל, וואס דאס מיינט 72 מינוט, איז איבעראל אויפן וועלט, און אלע צייטן פון יאר די זעלבע.

אין לאנדאן האלט מען אויך אלץ 72 מינוט, אפילו אין זוממער?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז נישט, דו לוח וואס קומט ביי אונז ארויס מיט די זמנים פון אלע שטעט שטייט דארט פונקט אזוי די זמנים פון 72.

דענק איך נאך מגירסא דינקותא איבער א ספר אור מאיר פון הרב מאיר פוזן (פון לונדון) וואס רעדט איבער די נושא פון "אופק" - און דאכט זיך מיר אז מען האט געזאגט אז ער טוט נישט קיין מלאכות מוצאי שבת אין לונדון ביז ווען ס'איז שוין זונטאג לויטן אופק
און אויך אז געציילטע אידן זענען מחמיר דערויף

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:22 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דיין שאלה איז נאר אויב איך זאג אז די 72 איז געזאגט געווארן אויף א ספעציפישע פלאץ אויף די וועלט, און א ספעציפיש צייט אין יאר, אבער די וואס האלטן 72 האלטן דייקא נישט אזוי, נאר די גמרא וואס זאגט אז פון שקיעת החמה ביז צאת הכוכבים איז ד' מיל, וואס דאס מיינט 72 מינוט, איז איבעראל אויפן וועלט, און אלע צייטן פון יאר די זעלבע.

דאס איז דאך וואס איך פרעג, וויאזוי קען מען דאס זאגן. נאכט איז דאך תלוי אין עפעס, אין טינקלקייט, אין שטערנס, אין די זין אין די לבנה... כ'ווייס נישט פונקטליך אבער זיכער נישט אין מינוטן!
לאמיר דאס אנדערש פרעגן, קען זיין אז עס זענען דא וואס האלטן אז עס האט יא מיט מינוטן און גארנישט מיט די זין און גארנישט מיט די שטערנס. האט דאס א מקור בדברי הראשונים? איז עס אפילו מרומז אזא גרויסע חידוש?

מיט וואס ביזטו אזוי זיכער נישט אין מינוט? חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער לפי די חשבון אז פון שקיעה ביז צאה"כ איז ד' מיל. וואס האסטו זיך יעצט ערוועקט, דאס איז דאך געווען די גאנצע טענה'ריי דא, האסט פשוט נישט געליינט וואס כ'האב געשריבן פאר מאירים?

דו זעסט דאך עס אפן אין שועה"ר וואס כ'האב שוין אויבן געברענגט.

לאמיר נאכאמאל מעתיק זיין זיין לשון לגבי ר"ת וואס דאס איז דא נוגע, אבל אין לסמוך כלל להקל על פי מ"ש הרב ב"י בש"ע הלכות שבת בשם יש אומרים והיא דעת רבינו תם וסיעתו שעד כדי הילוך ג' מילין ורביע שהוא קרוב לשעה בינונית אחר השקיעה הוא יום גמור ואח"כ מתחיל בין השמשות דר' יהודה והוא כדי הילוך ג' רבעי מיל שאז הוא זמן צאת הכוכבים ולילה ודאי כמארז"ל שמשקיעת החמה עד צאת הכוכבים הוא כדי הילוך ד' מילין.

זעסטו קלאר אז ער האט געלערנט פשוט כפשוטו, אז חשבון פון ר"ת גייט מיט זייגער, בפרט פון וואס ער פרעגט שפעטער אז עס שטימט נישט מיטן מציאות, ווייל ביי ד' מיל איז שוין לאנג דא מער ווי ג' כוכבים פונקט ווי ביים עלות, זעסטו אויך, אז לפי שיטת ר"ת איז עס נישט אזוי, איי מציאות קוקט אויס אנדערש, פרעגסט גוט אויף ר"ת, דו שועה"ר פרעגט עס שוין, און בהכרח לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט, אבער דאס איז שיטת ר"ת, דו שועה"ר טוישט נישט פשט אין ר"ת צוליב דעם קושיא.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:25 pm

התבונני האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דיין שאלה איז נאר אויב איך זאג אז די 72 איז געזאגט געווארן אויף א ספעציפישע פלאץ אויף די וועלט, און א ספעציפיש צייט אין יאר, אבער די וואס האלטן 72 האלטן דייקא נישט אזוי, נאר די גמרא וואס זאגט אז פון שקיעת החמה ביז צאת הכוכבים איז ד' מיל, וואס דאס מיינט 72 מינוט, איז איבעראל אויפן וועלט, און אלע צייטן פון יאר די זעלבע.

אין לאנדאן האלט מען אויך אלץ 72 מינוט, אפילו אין זוממער?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז נישט, דו לוח וואס קומט ביי אונז ארויס מיט די זמנים פון אלע שטעט שטייט דארט פונקט אזוי די זמנים פון 72.

דענק איך נאך מגירסא דינקותא איבער א ספר אור מאיר פון הרב מאיר פוזן (פון לונדון) וואס רעדט איבער די נושא פון "אופק" - און דאכט זיך מיר אז מען האט געזאגט אז ער טוט נישט קיין מלאכות מוצאי שבת אין לונדון ביז ווען ס'איז שוין זונטאג לויטן אופק
און אויך אז געציילטע אידן זענען מחמיר דערויף

אינעם אנדערן אשכול געדענק איך האט מען עפעס גערעדט דערפון לגבי סאטמאר. כ'ווייס אבער נישט למעשה וואס זיי טון דארט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:30 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:אין לאנדאן האלט מען אויך אלץ 72 מינוט, אפילו אין זוממער?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז נישט, דו לוח וואס קומט ביי אונז ארויס מיט די זמנים פון אלע שטעט שטייט דארט פונקט אזוי די זמנים פון 72.

נעקסטע מאל דו באגעגנסט א אידל פון לאנדאן, וואלט כדאי געווען זאלסט אים א פרעג טון.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:33 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:שטייט דאך שוין אין זוהר אז ס'דא פלעצער וואו ס'ווערט קיינמאל נישט נאכט...

ס'שטייט אבער נישט ווען מ'מעג דארטן טוהן מלאכות מוצאי שבת...

ס'דא אסאך שיטות אין דעם, ס'אפילו דא וואס טענה'ן אז די אלע מצוות התלויות בזמן גייען בכלל נישט אן דארט, אין גייטסהעד האט זיך אסאך געטון איבער דעם, ועיין עוד כאן.

התבונני
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:53 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:שטייט דאך שוין אין זוהר אז ס'דא פלעצער וואו ס'ווערט קיינמאל נישט נאכט...

ס'שטייט אבער נישט ווען מ'מעג דארטן טוהן מלאכות מוצאי שבת...

ס'דא אסאך שיטות אין דעם, ס'אפילו דא וואס טענה'ן אז די אלע מצוות התלויות בזמן גייען בכלל נישט אן דארט, אין גייטסהעד האט זיך אסאך געטון איבער דעם, ועיין עוד כאן.

ועיין עוד כאן
וכאן

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:17 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:אין לאנדאן האלט מען אויך אלץ 72 מינוט, אפילו אין זוממער?

כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז נישט, דו לוח וואס קומט ביי אונז ארויס מיט די זמנים פון אלע שטעט שטייט דארט פונקט אזוי די זמנים פון 72.

נעקסטע מאל דו באגעגנסט א אידל פון לאנדאן, וואלט כדאי געווען זאלסט אים א פרעג טון.

גראדער האב איך אמאל געהערט אז אינמיטען זומער האלט מען דארט א פערטל שעה נאך 72 געהערט אמאל ווען סאטמאר רב איז דארט געווען זומער האט מען עם געזאגט אז 72 איז נאך נישט דא שטערנס/ אדער אז עס איז נישט ממש טינקל( איינער פין דער ביידער) האט ער געזאגט מען זאל אביסעל ציווארטען למעשה האט סאטמאר לוח געלייגט דער זמן שפעטער אין אזוי איז געווארען אין דער שטאט לוח זמן ר״ת מיט א פערטל שעה געריקט, אבער למעשה איז נישט קיין נפקא מינה ווייל ביז אפאר שעה שפעטער ווערט נישט מער טינקל ( אגב לט דער שיטת הגר״א איז אפשר מער שווער ווייל עס וועט נישט דארט בכלל טינקל וויפיל דער גר״א פארלאנגט עס דארף זיין אלץ נאכט ווי ער האט געזעהן אין ווילנא אין הרב פוזן האט מחמיר געווען כאילו
מען איז אין א מדינה וואס וועט נישט נאכט אבער ער איז יחיד אדער יחידים כך שמעתי
לעצט פאראכטן דורך פסיקתא אום מאנטאג מארטש 11, 2019 11:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:22 pm

חלב ישראל האט געשריבן:שטייט דאך שוין אין זוהר אז ס'דא פלעצער וואו ס'ווערט קיינמאל נישט נאכט...

דער דברי יציב רעדט אסאך אין זיינע תשובות וועגען דער מדינות

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:51 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:די שיטת ר"ת איז געזאגט געווארן אויף פראנקרייך, נישט אויף ארץ ישראל. דער הייליגער ר"ת האט נישט געוואוסט אז אין ארץ ישראל איז אנדערש, כמבואר בגיטין דף ח. תוספות ד"ה רבי יהודה.

איר קענט מסביר זיין וואס מען זעט דארט? ליידער מס' גיטין האב איך שוין נישט געלערנט פאר בערך 20 יאר... כ'קוק דערין ווי די הון אין בני אדם.

ער זאגט דארט, אז לויט רבי יהודה וואס האלט אז כל שכנגד ארץ ישראל הרי הוא כארץ ישראל, האט פראנקרייך אויך קדושת ארץ ישראל ווייל ס'שטייט אויף די זעלבע קו רוחב ווי ארץ ישראל.

ווי געשמועסט בושתי ונכלמתי אז איך געדענק נישט יענעם גמרא, און באמת וואלט איך געדארפט דורכלערנען וואס מען רעדט דארט כדי צו פארשטיין וואס ער זאגט. אבער ליידער אויפן מינוט האב איך נישט די צייט דערפאר, האב איך פשוט נאכגעקוקט און כאפ איך עפעס נישט, דארט רעדט מען מעריב פון די וועלט? אדער מעריב פון א"י (וואס קען זיין געבויגן צו צפון) וואס לויט ווי מיר קוקט אויס פירט עס גראד צו פראנקרייך.

כ'שטעל א בילד פון גוגל מעפס, איר קענט מיר אויפקלערן ווי מיין טעות איז?

בילד

Sketch (15).png
Sketch (15).png (532.86 KiB) געזעהן 417 מאל

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:55 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דיין שאלה איז נאר אויב איך זאג אז די 72 איז געזאגט געווארן אויף א ספעציפישע פלאץ אויף די וועלט, און א ספעציפיש צייט אין יאר, אבער די וואס האלטן 72 האלטן דייקא נישט אזוי, נאר די גמרא וואס זאגט אז פון שקיעת החמה ביז צאת הכוכבים איז ד' מיל, וואס דאס מיינט 72 מינוט, איז איבעראל אויפן וועלט, און אלע צייטן פון יאר די זעלבע.

דאס איז דאך וואס איך פרעג, וויאזוי קען מען דאס זאגן. נאכט איז דאך תלוי אין עפעס, אין טינקלקייט, אין שטערנס, אין די זין אין די לבנה... כ'ווייס נישט פונקטליך אבער זיכער נישט אין מינוטן!
לאמיר דאס אנדערש פרעגן, קען זיין אז עס זענען דא וואס האלטן אז עס האט יא מיט מינוטן און גארנישט מיט די זין און גארנישט מיט די שטערנס. האט דאס א מקור בדברי הראשונים? איז עס אפילו מרומז אזא גרויסע חידוש?

מיט וואס ביזטו אזוי זיכער נישט אין מינוט? חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער לפי די חשבון אז פון שקיעה ביז צאה"כ איז ד' מיל. וואס האסטו זיך יעצט ערוועקט, דאס איז דאך געווען די גאנצע טענה'ריי דא, האסט פשוט נישט געליינט וואס כ'האב געשריבן פאר מאירים?

דו זעסט דאך עס אפן אין שועה"ר וואס כ'האב שוין אויבן געברענגט.

לאמיר נאכאמאל מעתיק זיין זיין לשון לגבי ר"ת וואס דאס איז דא נוגע, אבל אין לסמוך כלל להקל על פי מ"ש הרב ב"י בש"ע הלכות שבת בשם יש אומרים והיא דעת רבינו תם וסיעתו שעד כדי הילוך ג' מילין ורביע שהוא קרוב לשעה בינונית אחר השקיעה הוא יום גמור ואח"כ מתחיל בין השמשות דר' יהודה והוא כדי הילוך ג' רבעי מיל שאז הוא זמן צאת הכוכבים ולילה ודאי כמארז"ל שמשקיעת החמה עד צאת הכוכבים הוא כדי הילוך ד' מילין.

זעסטו קלאר אז ער האט געלערנט פשוט כפשוטו, אז חשבון פון ר"ת גייט מיט זייגער, בפרט פון וואס ער פרעגט שפעטער אז עס שטימט נישט מיטן מציאות, ווייל ביי ד' מיל איז שוין לאנג דא מער ווי ג' כוכבים פונקט ווי ביים עלות, זעסטו אויך, אז לפי שיטת ר"ת איז עס נישט אזוי, איי מציאות קוקט אויס אנדערש, פרעגסט גוט אויף ר"ת, דו שועה"ר פרעגט עס שוין, און בהכרח לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט, אבער דאס איז שיטת ר"ת, דו שועה"ר טוישט נישט פשט אין ר"ת צוליב דעם קושיא.

איך וויל בעסער פארשטיין וואס דו האלטסט. שרייבסט אז עס איז תלוי אינעם זייגער "חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער" אדער איז עס תלוי אין ג' כוכבים, נאר "לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט"?
איך קען ארבעטן מיט איינס פון די צוויי מהלכים. נישט מיט ביידע אינאיינעם.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:05 am

למעלה משבעים האט געשריבן:דארט רעדט מען מעריב פון די וועלט? אדער מעריב פון א"י (וואס קען זיין געבויגן צו צפון) וואס לויט ווי מיר קוקט אויס פירט עס גראד צו פראנקרייך.

כנגד ארץ ישראל דארף צו מיינען גראד קעגנאיבער אויף מערב, נישט געבויגן אויף צפון אדער דרום, אז נישט איז דער גאנצער וועלט ארץ ישראל. פראנקרייך איז איבער פופצן מעלות העכער ארץ ישראל, תוספות'ס קשיא וואלט געדארפט נוגע זיין אויף טוניזיע, נישט פראנקרייך. שמעתי אז אויף די מאפעס פון יענע צייטן איז טאקע פראנקרייך גראד קעגנאיבער ארץ ישראל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:06 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל בעסער פארשטיין וואס דו האלטסט. שרייבסט אז עס איז תלוי אינעם זייגער "חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער" אדער איז עס תלוי אין ג' כוכבים, נאר "לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט"?
איך קען ארבעטן מיט איינס פון די צוויי מהלכים. נישט מיט ביידע אינאיינעם.

דאס וואס דיר באדערט איז נאר ווייל די האסט ספעציפישע כוכבים וואס די קוקסט, און די רעכנסט אז דאס זענען די ג' כוכבים, ממילא שטימט עס דיר נישט מיטן מציאות, און דאס טאקע פרעגט שוין די שועה"ר אויף שיטת ר"ת, אז במציאות שטימט עס נישט, ווייל די חשבון פון ג' כוכבים וואס מען זעט, און די חשבון פון צאה"כ פון ד' מיל איז נישט די זעלבע, למעשה זעסטו אבער פון דעם שועה"ר, אז ר"ת און די מחבר האבן יא גערעכנט ביידע די ג' כוכבים און די ד' מיל פאר די זעלבע צייט, און פון א קושיא שטארבט מען נישט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:09 am

חלב ישראל האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דארט רעדט מען מערב פון די וועלט? אדער מערב פון א"י (וואס קען זיין געבויגן צו צפון) וואס לויט ווי מיר קוקט אויס פירט עס גראד צו פראנקרייך.

כנגד ארץ ישראל דארף צו מיינען גראד קעגנאיבער אויף מערב, נישט געבויגן אויף צפון אדער דרום, אז נישט איז דער גאנצער וועלט ארץ ישראל. פראנקרייך איז איבער פופצן מעלות העכער ארץ ישראל, תוספות'ס קשיא וואלט געדארפט נוגע זיין אויף טוניזיע, נישט פראנקרייך. שמעתי אז אויף די מאפעס פון יענע צייטן איז טאקע פראנקרייך גראד קעגנאיבער ארץ ישראל.

דאס האב איך דאך פארשטאנען אז די מיינסט צו זאגן, אז מערב רעדט זיך מערב פון די וועלט, נישט מערב פון א"י, פרעג איך דיר מאן יימר אז דאס האט תוס' געלערנט, אולי האט תוס' פארשטאנען מערב פון א"י, און דאן שטימט עס יא. קוק די צווייטע בילד וואס כ'האב געלייגט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:10 am

ס'איז נישט אויף מערב, נאר אויף צפון מערב. אויב דרייסטו שוין יא די מאפע, דריי שוין אריינצונעמען וויליאמסבורג אויך...
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום דינסטאג מארטש 12, 2019 12:15 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:11 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל בעסער פארשטיין וואס דו האלטסט. שרייבסט אז עס איז תלוי אינעם זייגער "חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער" אדער איז עס תלוי אין ג' כוכבים, נאר "לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט"?
איך קען ארבעטן מיט איינס פון די צוויי מהלכים. נישט מיט ביידע אינאיינעם.

דאס וואס דיר באדערט איז נאר ווייל די האסט ספעציפישע כוכבים וואס די קוקסט, און די רעכנסט אז דאס זענען די ג' כוכבים, ממילא שטימט עס דיר נישט מיטן מציאות, און דאס טאקע פרעגט שוין די שועה"ר אויף שיטת ר"ת, אז במציאות שטימט עס נישט, ווייל די חשבון פון ג' כוכבים וואס מען זעט, און די חשבון פון צאה"כ פון ד' מיל איז נישט די זעלבע, למעשה זעסטו אבער פון דעם שועה"ר, אז ר"ת און די מחבר האבן יא גערעכנט ביידע די ג' כוכבים און די ד' מיל פאר די זעלבע צייט, און פון א קושיא שטארבט מען נישט.

איך הער. אבער איז *מוכרח* פון פריערדיגע אז רבינו תם האלט 72 איבעראל, אפשר בלויז אין ארץ ישראל-בבל?
אין אנדרע ווערטער, עס קאן דאך זיין אז מיר זענען מקיל אין די ארצות הצפוניות שלא כדין. איז דא שטארקע מקור פון ראשונים אז דער זמן פון 72 איז נישט נשתנה ממקום למקום?
לכאורה פון די חולקים אויף ר"ת ווצב"ש דער גר"א און שועה"ר קען מען נישט עכט זיך פארלאזן לקולא לפי שיטת ר"ת, זיי האבן דאך חולק געווען און איר נישט פארשטאנען!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:19 am

עס שטימט דאך נישט אין ארץ ישראל אדער בבל אויך נישט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:20 am

דהיינו?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:26 am

חלב ישראל האט געשריבן:ס'איז נישט אויף מערב, נאר אויף צפון מערב. אויב דרייסטו שוין יא די מאפע, דריי שוין אריינצונעמען וויליאמסבורג אויך...

כ'פארשטיי נישט וואס די זאגסט, מזרח מערב מוז נישט מיינען ממזרח שמש, נאר עס קען פונקט אזוי מיינען רעלאטיוו, דהיינו נעם א באקס און שטעלן עס שיף אז איין זייט זאל נישט זיין צו מערב, נאר זיין צו צפון מערב, שטעל א באקסל דערקעגן, איז יענער באקסל מערב פון דעם שיפן, אדער צפון?

און טאקע דערפאר האב איך געברענגט די צווייטע מאפע, נישט אלץ ס'איז געדרייעט, נאר זאלסט זען טאקע דאס, אז א"י איז נישט אויסגעשטעלט אז איר גבול איז מיטן פנים צו מערב פון די וועלט, נאר די גבול איז צו צפון מערב.

פארשטייסט וואס איך זאג בכלל?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:26 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך וויל בעסער פארשטיין וואס דו האלטסט. שרייבסט אז עס איז תלוי אינעם זייגער "חז"ל זאגן דאך משקיעת החמה ועד צאת הכוכבים ארבעת מילין, די חשבון פון מיל איז דאך תלוי אין זייגער" אדער איז עס תלוי אין ג' כוכבים, נאר "לפי ר"ת ווייסן אונז טאקע נישט וואס ג' כוכבים מיינט"?
איך קען ארבעטן מיט איינס פון די צוויי מהלכים. נישט מיט ביידע אינאיינעם.

דאס וואס דיר באדערט איז נאר ווייל די האסט ספעציפישע כוכבים וואס די קוקסט, און די רעכנסט אז דאס זענען די ג' כוכבים, ממילא שטימט עס דיר נישט מיטן מציאות, און דאס טאקע פרעגט שוין די שועה"ר אויף שיטת ר"ת, אז במציאות שטימט עס נישט, ווייל די חשבון פון ג' כוכבים וואס מען זעט, און די חשבון פון צאה"כ פון ד' מיל איז נישט די זעלבע, למעשה זעסטו אבער פון דעם שועה"ר, אז ר"ת און די מחבר האבן יא גערעכנט ביידע די ג' כוכבים און די ד' מיל פאר די זעלבע צייט, און פון א קושיא שטארבט מען נישט.

איך הער. אבער איז *מוכרח* פון פריערדיגע אז רבינו תם האלט 72 איבעראל, אפשר בלויז אין ארץ ישראל-בבל?
אין אנדרע ווערטער, עס קאן דאך זיין אז מיר זענען מקיל אין די ארצות הצפוניות שלא כדין. איז דא שטארקע מקור פון ראשונים אז דער זמן פון 72 איז נישט נשתנה ממקום למקום?
לכאורה פון די חולקים אויף ר"ת ווצב"ש דער גר"א און שועה"ר קען מען נישט עכט זיך פארלאזן לקולא לפי שיטת ר"ת, זיי האבן דאך חולק געווען און איר נישט פארשטאנען!

עס שטימט דאך נישט אין ארץ ישראל אדער בבל אויך נישט.

דהיינו?

די ג' כוכבים וואס די זעסט במציאות, קומען שוין ארויס פאר 72 ביומי ניסן ותשרי.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:33 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:דאס וואס דיר באדערט איז נאר ווייל די האסט ספעציפישע כוכבים וואס די קוקסט, און די רעכנסט אז דאס זענען די ג' כוכבים, ממילא שטימט עס דיר נישט מיטן מציאות, און דאס טאקע פרעגט שוין די שועה"ר אויף שיטת ר"ת, אז במציאות שטימט עס נישט, ווייל די חשבון פון ג' כוכבים וואס מען זעט, און די חשבון פון צאה"כ פון ד' מיל איז נישט די זעלבע, למעשה זעסטו אבער פון דעם שועה"ר, אז ר"ת און די מחבר האבן יא גערעכנט ביידע די ג' כוכבים און די ד' מיל פאר די זעלבע צייט, און פון א קושיא שטארבט מען נישט.

איך הער. אבער איז *מוכרח* פון פריערדיגע אז רבינו תם האלט 72 איבעראל, אפשר בלויז אין ארץ ישראל-בבל?
אין אנדרע ווערטער, עס קאן דאך זיין אז מיר זענען מקיל אין די ארצות הצפוניות שלא כדין. איז דא שטארקע מקור פון ראשונים אז דער זמן פון 72 איז נישט נשתנה ממקום למקום?
לכאורה פון די חולקים אויף ר"ת ווצב"ש דער גר"א און שועה"ר קען מען נישט עכט זיך פארלאזן לקולא לפי שיטת ר"ת, זיי האבן דאך חולק געווען און איר נישט פארשטאנען!

עס שטימט דאך נישט אין ארץ ישראל אדער בבל אויך נישט.

דהיינו?

די ג' כוכבים וואס די זעסט במציאות, קומען שוין ארויס פאר 72 ביומי ניסן ותשרי.

אויף דעם קען מען דאך זאגן אז מ'דארף קלענערע כוכבים, און די ג' כוכבים וואס מיר זעהן אין ארץ ישראל פאר 72 הייסן נאך כוכבים גדולים הנראים ביום.
אבער מהיכי תיתי אז רבינו תם האט געבראכן אזא גרויסע כלל פון צאת הכוכבים וואס האט צוטוהן מיט כוכבים ממש, און געזאגט אז הכל תלוי ב72 זומער ווינטער, צפון דרום?
איך זוך א מקור קדמון אויף דעם.
דיין תירוץ אז רבינו תם איז בלא"ה שווער, קען איך נישט אננעמען. דו האסט דאך אליינס געזאגט אז פון א קושיא שטארבט מען נישט, סא וויאזוי ווילסטו מחדש זיין אזא גרויסע חידוש ווייל עס איז בלא"ה שווער? ווייל איין זאך איז שווער אויף רבינו תם, האבן מיר א רעכט מקיל צו זיין דורך מחדש זיין נאך א קולא?
דאס איז איינס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:34 am

ועוד, דער יסוד איז דאך זיכער נישט אמת. דו ביסט - איך מיין אזוי - אויך מודה אז גאר גאר צפון וועט מען נישט מתיר זיין נאך 72.
חוץ אז איך בין זיך טועה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:41 am

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס די זאגסט, מזרח מערב מוז נישט מיינען ממזרח שמש, נאר עס קען פונקט אזוי מיינען רעלאטיוו, דהיינו נעם א באקס און שטעלן עס שיף אז איין זייט זאל נישט זיין צו מערב, נאר זיין צו צפון מערב, שטעל א באקסל דערקעגן, איז יענער באקסל מערב פון דעם שיפן, אדער צפון?

און טאקע דערפאר האב איך געברענגט די צווייטע מאפע, נישט אלץ ס'איז געדרייעט, נאר זאלסט זען טאקע דאס, אז א"י איז נישט אויסגעשטעלט אז איר גבול איז מיטן פנים צו מערב פון די וועלט, נאר די גבול איז צו צפון מערב.

פארשטייסט וואס איך זאג בכלל?

יעצט כאפ איך וואס דו זאגסט, דו זאגסט אז מ'דארף גיין לויט די שיפקייט פונעם ברעג פון ים הגדול. אבער אפילו לויט דעם חשבון איז פראנקרייך אויך צו הויעך.

שוב ראיתי בתוספות הרא"ש ברענגט ער נאך א תירוץ, ולחיבת החידוש אעתיק לשונו: "ושלח ה"ר פטר לר"ת, דבזמן הזה היה לנו להתחייב במקומינו במעשר ובשביעית לר' יהודה, שבמערבה של ארץ ישראל אנו עומדין, שאנו מתפללים כנגד מזרח." והשיב ר"ת כבתוספותינו "ועוד, דשמא אין אנו כנגד אויר ארץ ישראל אלא מן הצדדים למעלה מנחל מצרים או קפלורייא".

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט