קורצע עובדות און געדאנקען
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
די וואכעדיגע סדרה פר' עקב שטייט די פסוקים
(יב) פֶּן תֹּאכַל וְשָׂבָעְתָּ וּבָתִּים טֹבִים תִּבְנֶה וְיָשָׁבְתָּ: (יג) וּבְקָרְךָ וְצֹאנְךָ יִרְבְּיֻן וְכֶסֶף וְזָהָב יִרְבֶּה לָּךְ וְכֹל אֲשֶׁר לְךָ יִרְבֶּה: (יד) וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת יְדֹוָד אֱלֹהֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עבדים:
האב איך געהערט א מורא'דיגע ווארט נאכזאגן פון הייליגן רבי ר' זושא, האט ער געזאגט אזוי: אז אידישע קינדער וועלן האבן גרויסע הייזער, שאף און רינדער, אסאך געלט, אזוי אלעס וואס די פסוקים רעכנט אונז אויס דא.
דעמאלטס וועט זיין ורם לבבך, אידישע קינדער וועלן זיין דערהויבן, וועט זיין ושכחת, א לשון פון שכיח, וועט זיין שכיח ביי דיר השם אלקך!
אזוי האבן צדיקים אריינגעטייטשט אין די פסוקים לטובת אידישע קינדער.
מ'קען שוין צולייגן דאס באקאנט ווארט פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער וואס האט געטיישט די גמ' יאי' עניותא לישראל, האט ער געזאגט אידישע קינדער דארפן האבן א שיין ארעמקייט, דהיינו עטליכע הייזער אפאר יאך פעלד און אזוי ווייטער און ווייטער דאס הייסט א שיין ארעמקייט.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.
א לעכטיגן שבת

ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
אה געוואלדיג, אויך די וואך טאקע.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
קען זיין שוין באקאנט פאר יעדן, אבער וועט גארנישט געשעהן נאכמאהל דאס פארציילן, בבחינת האמנתי כי אדבר.
צוויי וואונדער השגחה עליונה מעשיות וואס האט פאסירט, איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א
א קורץ קליפ פון 4:14 מינוט
קרעדיט: Torah Anytime

בערל קראקאווער האט געשריבן:די וואכעדיגע סדרה פר' עקב שטייט די פסוקים
(יב) פֶּן תֹּאכַל וְשָׂבָעְתָּ וּבָתִּים טֹבִים תִּבְנֶה וְיָשָׁבְתָּ: (יג) וּבְקָרְךָ וְצֹאנְךָ יִרְבְּיֻן וְכֶסֶף וְזָהָב יִרְבֶּה לָּךְ וְכֹל אֲשֶׁר לְךָ יִרְבֶּה: (יד) וְרָם לְבָבֶךָ וְשָׁכַחְתָּ אֶת יְדֹוָד אֱלֹהֶיךָ הַמּוֹצִיאֲךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִבֵּית עבדים:
האב איך געהערט א מורא'דיגע ווארט נאכזאגן פון הייליגן רבי ר' זושא, האט ער געזאגט אזוי: אז אידישע קינדער וועלן האבן גרויסע הייזער, שאף און רינדער, אסאך געלט, אזוי אלעס וואס די פסוקים רעכנט אונז אויס דא.
דעמאלטס וועט זיין ורם לבבך, אידישע קינדער וועלן זיין דערהויבן, וועט זיין ושכחת, א לשון פון שכיח, וועט זיין שכיח ביי דיר השם אלקך!
אזוי האבן צדיקים אריינגעטייטשט אין די פסוקים לטובת אידישע קינדער.
מ'קען שוין צולייגן דאס באקאנט ווארט פון רבי מאיר'ל פרעמישלאנער וואס האט געטיישט די גמ' יאי' עניותא לישראל, האט ער געזאגט אידישע קינדער דארפן האבן א שיין ארעמקייט, דהיינו עטליכע הייזער אפאר יאך פעלד און אזוי ווייטער און ווייטער דאס הייסט א שיין ארעמקייט.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.
א לעכטיגן שבת
די ווארט איז געדרוקט אין אור לשמים פ' פנחס בשמו אין בנין דוד אין פ' בראשית ברענגט ער עס בשם דער שפאלע זיידע
לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 11:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דביה תחדי נפשא
בערל קראקאווער האט געשריבן:זאל דער אייבערשטער העלפן אז אידישע קינדער זאלן האבן הרחבה, אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשובער האט געזאגט, ווייל פארוואס דארפן דען אידן הרחבה, ווער וועט האבן ריוח דערפון? נאר דער אייבערשטער אליין! אידן וועלן קענען טוהן מצות ווי עס ברויך צו זיין, צאלן שכ''ל אין צייט, טיילן צדקה ווי עס ברויך צו זיין, אריינברענגן א שבת און יו''ט מיט הרחבה, אמן.
א לעכטיגן שבת
אויף דעם האט דאך רבי מאיר'ל געטייטשט צרופה אמרתך די תורה באשטייט פון מאד דהיינו געלט ועבדך אהבה וועגן דעם האט עס מאיר'ל ליב
דביה תחדי נפשא
בעאבאכטער האט געשריבן:קען זיין שוין באקאנט פאר יעדן, אבער וועט גארנישט געשעהן נאכמאהל דאס פארציילן, בבחינת האמנתי כי אדבר.
צוויי וואונדער השגחה עליונה מעשיות וואס האט פאסירט, איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' אברהם שארר שליט"א
א קורץ קליפ פון 4:14 מינוט
קרעדיט: Torah Anytime
מורא'דיג (בפרט די צווייטע מעשה, אויב אמת)
יישר כח פארן ברענגן
הרב לכאורה,
איר האט בוודאי זיך נישט געכאפט אז די עובדא איז א דירקטע מעשה פון באשעפער יתב"ש אליין און נישט א מופת פון א רבי'ן וכו'.
ולכן איז דער אויסדריק א פארדריסליך פאטאלן טעות, און מוז תיכף פארראכטן ווערן דורך אייך.
ולגופו של עובדא האט איך געמיינט צו זאגן, אז די מעשה קען געוויס געשעהן, און השי"ת מאכט מיט אונז כסדר ניסים נאר זיי זענען בהסתר, כלומר באהאלטענע השגחה.
די פראגע ביי די מעשה איז נאר צו דער באשעפער האט מגלה געוועהן זיין נס מיט אפענע השגחה אדער ניין.

- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
הרב שלו' טענדלער א מפקח אין ועד הכשרות ד'באלטימער STAR K אין א אינטערוויא 1:15 בענין די מכירת הביער דורך רב וויינפעלד פון OK דערציילט
א מאמר החכם פון מרן מהר"י ט"ב זי"ע וואס ער האט געהערט פון הרה"ג ר' משה היינעמאן זיין BOSS
הרה"ג ר' אהרן קוטלער זי"ע האט ממנה הרב היינעמאן ער זאל זיין בראש דעם בויען פון א מקוה טהרה אין לעיקווואד
איז הרב היינעמאן געדאנגען זיך שואל עצה זיין מיט מרן זי"ע
האט אים דער רבי זי"ע געזאגט
" א מקוה וואס מען דארף קוקען אין שו"ע בשעת בויען איז שוין פסול"