קורצע עובדות און געדאנקען

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ער האט אים געקענט דערציילן אז דרייסיג יאר צוריק איז געווען אז בחור וכו', אבער אנדערש איז פשוט נישט מעגליך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

זיכענדיג דעם שנת פטירתו פון סאמבאטהעלי רב זצ"ל
האב איך געטראפען די מעשה פון חותנו ביים שינעווער זי"ע
shinev.PNG
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך יולי 03, 2013 12:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דערמאנט מיר א מעשה וואס מיין זיידע ז"ל האט געהאט ביים רבי'ן זצ"ל, ער האט געהאט יארצייט אום שביעי של פסח, און ער האט פארגעסן, און דער רבי האט אים צוגעשיקט צום עמוד, אינמיטן דאווענען האט ער זיך געכאפט וואס דער רבי זצ"ל האט געמיינט, נאכ'ן דאווענען האט אים דער רבי געזאגט, איך האב דיר צוגעשיקט וועגן ביי דיר (בן ארץ ישראל) איז עס די לעצטע טאג יום טוב
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס איז געוועו א קבוצה סאטמארער אנ"ש וואס האבען געוואנט אויף דער איסט סייד און פלעגין מזמן לזמן
זיך אריבער כאפען צום רבי'ן זי"ע צום דאווענען, איין ש"ק האט גערעגענט קיין "מעיל" איז דאך נאך
ניט געווען האבען זיי זיך אריינגעזעצט אין רבינו'ס פריוואט בה"מ קידוש מאכען (ועוד? מעגליך)
אין מיטען שמיעס האט איינער דערציילט פון פריערדיגע אז פאר די וואס פארען צי צדיקים לייגט
מען אויפען כף המשקל דעם וואגען מיט רי בלאטע פאר אינז וועט מען לייגעו די בריק
פונקט איז רבינו אריינגעקומען און זאגט יא! יא! און וויפיל וועגט איין עבירה?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיר האבן געהערט די מעשה אז ס'איז געווען אויפ'ן וויליאמסבורג בריק ביי תשליך, און א איד האט זיך אנגערופן אז די אידן וואס קומען צום רבי'ן פון די איסט סייט און גייען אדורך דעם בריק, האבן אזויפיל אויפ'ן וואגשאהל, האט דער רבי זיך אנגערופן און וויפל וועגט איין ראיה אסורה?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

שמעלקא טויב האט געשריבן:מיר האבן געהערט די מעשה אז ס'איז געווען אויפ'ן וויליאמסבורג בריק ביי תשליך, און א איד האט זיך אנגערופן אז די אידן וואס קומען צום רבי'ן פון די איסט סייט און גייען אדורך דעם בריק, האבן אזויפיל אויפ'ן וואגשאהל, האט דער רבי זיך אנגערופן און וויפל וועגט איין ראיה אסורה?!

מיין תמי'
דער רבי האט ניט געוויסט אז דער עולם וואלקט ?
פארוואס האט ער זיך ניט אנגעריפען אז עס ניט כדאי?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געהערט די מעשה שוין, און יעדעס מאל כאפט מיר א שוידער! סוף כל סוף האט דאך יעדערער עפעס מעשים טובים, און מ'האפט אז עס וועט שפילען א ראלע ביין גרויסען משפט, אבער אז מ'טראכט אריין אין דעם ענטפער פון רבין, כאפט א ציטער....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:געהערט די מעשה שוין, און יעדעס מאל כאפט מיר א שוידער! סוף כל סוף האט דאך יעדערער עפעס מעשים טובים, און מ'האפט אז עס וועט שפילען א ראלע ביין גרויסען משפט, אבער אז מ'טראכט אריין אין דעם ענטפער פון רבין, כאפט א ציטער....

נישט פשוט!

-

א דבר בעתו

כ'האב געהערט פון הרה"ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי"ו וואס וואוינט היינט אין קרית יואל, אז איינמאל איז ער געווען ביי ר' הערשע'לע פון ספינקא ביי של"ס זומער אין קעמט, און אימיטן די תורה האט ער אויפגעהויבן די צוויי ריינע הענט צום הימל און געשריגן מנהמת לבו: נעבעך נעבעך אויף די אידן וואס היטן זיך נישט די אויגן, נעבעך נעבעך אויף די אידן וואס היטן זיך נישט די אויגן!!

מיר איז עס אריין אין די ביינער נאר פון איבערהערן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געהערט אמאהל א טייטש פון דו"ז הגרחי"ל אויערבאך זצ"ל
ער פרעגט פארוואס ביי כל נדרי איז יעדער אזוי נתעורר
און דער מעריב מוציוה"ק איז נישט אזוי
נאך אזא לאנגע טאג מיט עבודה העט דאך דער מעריב געדארפט איבערשטייגען דעם כל נדרי?
זאגט ער על פי דער יסוד פון בעש"ט אז מקום שמחשבתו של אדם שם הוא
קומט אויס אז ביי כל נדרי שטייט א מענטש מיט זיין מחשבה אז עס קומט א הייליגע טאג
פול מיט עבודה , ממילא ווערט ער נתעורר
אבער ביי מעריב מוצאי יוה"ק טראכט ער פון די סעודה וואס קומט צו גיין
ווי קען מען נתעורר ווערען?
לעצט פארראכטן דורך msp אום מיטוואך יולי 03, 2013 2:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קיקיון האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:מיר האבן געהערט די מעשה אז ס'איז געווען אויפ'ן וויליאמסבורג בריק ביי תשליך, און א איד האט זיך אנגערופן אז די אידן וואס קומען צום רבי'ן פון די איסט סייט און גייען אדורך דעם בריק, האבן אזויפיל אויפ'ן וואגשאהל, האט דער רבי זיך אנגערופן און וויפל וועגט איין ראיה אסורה?!

מיין תמי'
דער רבי האט ניט געוויסט אז דער עולם וואלקט ?
פארוואס האט ער זיך ניט אנגעריפען אז עס ניט כדאי?

שוין געטראכט לאנג דערפון.

בפשטות האט דער רבי נישט חושד געווען אז מען היט זיך נישט די אויגן, אבער אז מען קלאפט זיך אין בויך וויפיל מצוות מען האט, האט ער פשוט געוואלט מען זאל וויסן די אנדערע זייט מטבע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דאס האב איך געשריבן פאר ר' קיקיון:

ער האט געוויסט אז מ'וואקט, ער האט נאר געוואלט זיי זאלן נישט מיינען אז דער בריק וועגט שוין גענוג און ס'איז געניג, נאר מ'דארף זיך טאקע אכט געבן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

msp האט געשריבן:געהערט אמאהל א טייטש פון דו"ז הגרחי"ל אויערבאך זצ"ל
ער פרעגט פארוואס ביי כל נדרי איז יעדער אזוי נתעורר
און דער מעריב מוציוה"ק איז נישט אזוי
נאך אזא לאנגע טאג מיט עבודה העט דאך דער מעריב געדארפט איבערשטייגען דעם כל נדרי?
זאגט ער על פי דער יסוד פון בעש"ט אז מקום שמחשבתו של אדם שם הוא
קומט אויס אז ביי כל נדרי שטייט א מענטש מיט זיין מחשבה אז עס קומט א הייליגע טאג
פול מיט עבודה , ממילא ווערט ער נתעורר
אבער ביי מעריב מוצאי יוה"ק טראכט ער פון די סעודה וואס קומט צו גיין
ווי קען מען נתעורר ווערען?

מען זאגט נאך אויף איינע פון די צדיקים, אז עס אמאל געקומען צו אים א איד וואס האט געפאסט אסאך תעניתים, און גע'דמיון'ט אז ער פליעט אין די הימלען, האט אים די צדיק געזאגט אז דער בעל שם טוב הק' פלעגט פארן מיט קפיצת הדרך, די פערד פלעגן פליען אין די הימלען, האט זיך זיי געדאכטן אז זיי זענען מלאכים, אבער ווען מען איז אנגעקומען אין שטאל, און מען האט אראפגעלייגט פאר זיי די שטרוי האט מען געזען אז זיי זענען פערד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שאינו יודע האט געשריבן:

פון הייליגן רבי'ן ר' ברוך פון מעזביש זי"ע
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איבער מוצאי יו"כ האב איך אמאל געהערט פון אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג (מהר"א) שליט"א אז ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי ביי שמע ישראל סוף נעילה וואס איז נאר א מנהג צו זאגן שרייט יעדער מיט'ן גאנצן כונה, און אפאר מינוט שפעטער ביי שמע ישראל פון קרי"ש וואס איז א דאוריתא כאפט מען עס אזוי אפ!!! פון דעם זעהט מען אז דער מצב ארום מאכט פירט דעם מענטש!

זינט דאן איז שוין אדורך אסאך יום כיפור'ס און כ'האב אלץ אינזינען דעם שמע ישראל!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שאינו יודע האט געשריבן:שוין געטראכט לאנג דערפון.

בפשטות האט דער רבי נישט חושד געווען אז מען היט זיך נישט די אויגן, אבער אז מען קלאפט זיך אין בויך וויפיל מצוות מען האט, האט ער פשוט געוואלט מען זאל וויסן די אנדערע זייט מטבע

האט דען די רבי גערעדט פון היטן די אויגן ווען מען קומט צו אים בשעת מעשה?

ער האט גערעדט אין אלגעמיין, אז מען פרייט זיך מיט די וואג פון די בריק אויפן וואגשאל, אבער איין ריאה אסורה וועגט אויך אסאך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אויך אמת.

ביי תשליך האט ער געזען די באן, האט ער געזאגט אז אים איז ברור אז חז"ל וואלטן עס גע'אסר'ט.

יעצט כלפי אינטערנעט..
שוין בעסער מען רעדט נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

וועגען פליענדיגע פערד אז זיי בלייבען פערד
דערמאנט מיר דאס א מעשה ביים קאצקער זי"ע
עס איז געקומען צו אים א רבי'ש אייניקל
פרעגט ער אים: ווער זענט איר?
זאגט ער: איך בין פלוני און אלמוני'ס אנ'אייניקל
ענטפערט דער קאצקער: אזוי? וועל איך אייך דערציילען א מעשה
אמאהל ביים קעניג איז געווען א געטרייער הונט
ער האט פיין געדינט, קיינמאהל נישט קיין פראבלעמען פאראורזאכט
נאר וואס מיט די צייט איז ער געווארען עלטער און שוואכער
האט מען אים געדארפט פארשיקען
אבער ווי קען מען אים אזוי אוועק שיקען אין די וויסטעניש, ער וועט זיך דאך נישט קענען פארטיידיגען
האט מען אים געמאכט א פעלצעל פון דריי סארט חיות: פון א לייב, א בער און א וואלף
און עס אים אהנגעטוהן און פארשיקט אין וואלד
טוט זיך א געוואלד די אלע חיות זעהן דאס און כאפען א פחד
זיי שרייען אפשר דא א נייער קעניג פון די חיות
די שמועה קומט אהן ביז צום לייב, און ער קען דאס נישט דולדען, אזא מרידה
און ער גיט ארויס א באפעהל אז זיינע סאלדאטען זאלען כאפען דער באשעפעניש און ברענגען צו אים
כך הוה מען האט אים געכאפט און געברענגט צום קעניג
דער לייב פרעגט אים: ווער זענט איר?
זאגט ער: מיין עלטערזיידע איז געווען א לייב....
פרעגט ער: ווער זענט איר?
זאגט ער: מיין זיידע איז געווען א בער...
פרעגט ער: אבער ווער זענו איר?
זאגט ער: מיין טאטע איז געווען א וואלף....
פרעגט ער: געוואלד אבער ווער זענט איר?
זאגט ער: איך בין נאר א הונט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שיין ווארט.

אמאל איז געקומען א איד צום הייליגען ראפשיצער רב זצ"ל מיט א שמחה

רבי, איך האב געזען אלי' הנביא

פרעגט אים דער ראפשיצער רב, ער האט געהאט א פארשווארצטע פנים?
יא, רבי!

די האנט איז אים אויך געווען פארשווארצט?
יא, רבי.

און א לייטער אין די זייט האסטו אויך געזען?
יא, זיכער.

דער איד שפירט זיך שוין דערהויבן, אז אלע סימנים פון אלי' הנביא שטימט שוין.

זאגט אים דער ראפשיצער רב.

אויב אזוי האסטו געזען דעם קוימען קערער...
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

א פיינע מעשה.

כ'האב געהערט אמאל פון הר"ר שמעון זאב מייזליש פון קרית יואל אז דער הייליגער רבי ר' אליעזר'ל פון דזשוקיב האט אמאל געזאגט פארן הייליגן פאטער דער ראפשיצער רב זי"ע אז ער האט געזעהן אין חלום דעם גרויסן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.

זאגט דער פאטער, ס'קען נישט זיין, וואס האסטו דען געטוען צו האבן די זכיה.

הייבט ר' אליעזר'ל אן אויסצורעכענן, אזויפיל טבילות, אזויפיל תעניתים וכו' וכו' און דער הייליגער ראפשיצער רב זאגט "נאך אלץ נישט", ביז ער האט אים דערציילט, ס'איז געווען ווינטער, ער האט געזעהן א איד גיין אין די פרעסטן מיט א צעריסענעם מאנטעל און ער פרירט פאר קעלט, האט ער אויסגעטוען זיין שיינעם רבניש'ן פעלץ און עס דעם איד אהינגעגעבן!

זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב: דאס שוין יא!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אדער ער אדער דו האבן פארפעלט א שטיקל פון די מעשה.

ער האט עס געגעבן פאר אן אייניקל פונעם רבי'ן רבי אלימלך זצ"ל! די מעשה באריכות איז געדרוקט אין י"ג אורות.

ער האט ארויסגעכאפט א ספר, און דער מלאך איז אים נאכגעלאפן, עיי"ש.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א שיינעם געדאנק פון א PLAIN YID מעג מען אהער לייגען ?
וכוף את יצרנו להשתעבד לך. אפילו דברים המותרים

קאוד: וועל אויס אלע

Many may have the habit of picking up their cell phone from time-to-time--even if they do not have a specific reason to. Perhaps somebody called, perhaps somebody texted….May we suggest that as part of the process of training to fight the Yetzer Hara, fight the urge to pick up the cell phone, unless there is a real need to do so. If you already picked it up, don't open the email, or the text for five minutes. Every morning in the last of the Birkos HaShachar we daven to Hashem  
 וכוף את יצרנו להשתעבד לך
 If we sincerely mean these words, we too must take some basic steps in our everyday life to bring down the Yetzer Hara as well. Everyone in his personal life may have simple and practical examples in his daily experience in which he can quash his Yetzer Hara and take control of his actions--whether they be large or small (is anything small?)

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

קיקיון, ס'איז ממש ווי תענית הראב"ד אויב נישט מער...

ס'דא א אלטע דזשאוק אז א איד האט געהאט געפערליכע פרעשור צו גיין יעדע פאר שעה אין אפיס קוקן צו אפשר האט אים איינער געשיקט א אימעיל, די קינדער וואס האבן נישט געקענט צוקוקן ווי דער טאטע פייניגט זיך האבן אויף חנוכה געקויפט א מתנה א בלעקבערי מיט אימעיל.

דער איד טרעפט זיין זוהן א וואך שפעטער און דער זוהן פרעגט: טאטי וויאזוי איז דיין נייע פאון?

א מחייה ענטפערט ער, כ'דארף שוין נישט סתם אזוי לויפ'ן אין אפיס טשעקן, ווען ס'דריזעלט ווייסעך אז כ'דארף גיין אין אפיס קוקן ווייל כ'האב א אימעיל!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאס איז טאקע גוט!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געזעהן היינט א טייער ווארט אויף א סי די פון ר' אלימלך בידערמאן זז"ג

כל הגדול, ווער עס איז גרויס איז עס ווייל מחבירו, ער האט חברים, יצרו גדול, זיין יצר הרע גרויסט זיך, הימנו, ווייל ער איז אליין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

איך וויל איבערהאקן א מינוט. טשולדיגט.
איך האב זייער הנאה פון דעם אשכול. ייש"כ אלע.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”