הכנה לחג העצרת - חג השבועות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

הכנה לחג העצרת - חג השבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מיר האלטען שוין צוויי וואכען פאר דעם הייליגען גרויסען לעכטיגער יו"ט שבועות, עס איז שוין אריבער פינף וואכען וואס מיר ציילן ספירה יעדען נאכט כמו שציוונו הבוית"ש, האבן מיר געשריבן אן ענין מיט וואס די אלע טעג פון ימי הספירה איז אן הכנה צום הייליגען יו"ט שבועות, און וואספארא מדרגה מען קומט אן צום הייליגען יו"ט, און אויך זאל מען וויסען די עצם קדושת מדריגת כלל ישראל בעצם היום.

והנה און אט, מיר ווייסען פון די הייליגע ספרים אז ווען עס איז ח"ו פארהאן א נגע ביי אן אידן רח"ל טוהען די צדיקים מהפך זיין די צירוף פון נגע צו ענג, און דורך דעם ברענגט מען די ריכטיגע ישועה פאר כלל ישראל, דער ענין פון אויסשטעלען א נייעם דאס איז נישט סתם מען מאכט א נייעם צירוף להבדיל ווי מען שפילט אויף א פאזעל, עס איז אן עבודה וואס דארף דורך גיין זעקס אנדערע שטאפלן ביז עס קומט אהן לשורשו הראשון, דאס הייסט ווי עס איז בנקודת המקור, און דאס איז די זיבעטע מדרגה וואס עס ווערט אנגערופן ביטול עצמיות היש, אדער אמאל קען מען דאס רופען לית ליה מגרמיה כלום, און ערשט דערנאך וואס עס איז אנגעקומען צום ביטול עצמיות היש קען מען מייסד זיין דעם נייעם צירוף כידוע, אזוי ווי זעקס טאג פון דער וואך דערנאך קומט שבת וואס איז א חידוש הבריאה כתחילתו עיין בספה"ק אוה"ח פ' בראשית, און אזוי אויך ווי מיר טרעפען ביי די זעקס קאלירן וואס קומט ארויס פון דער זוהן, איז דער זיבעטער קאליר ווען עס טרעפען זיך צוזאם אלע קאלירן איז עס כמקורו בשמש ווייס גוונא דכליל כל גוונא, עיין כ"ז בספה"ק ארץ טוב (מקדוש אחד מחכמי הקלויז בבראד) בפרט במאמר אמרת ד' צרופה, אזוי קען מען פארשטיין אויך אנדערע טיפע באהעלטענישן פון דער וואונדערליכער בריאה וכמבואר שם.

די זעלבע איז אויך ביי ספירת העומר, מען ציילט זיבן וואכען, יעדער וואך איז דא די זיבן טעג פון דער וואך, און דאס איז בכדי צו מהפך זיין לויט דער סדר שגזרה חכמתו ית"ש יעדער מידה וואס איז ביי דעם מענטש פארהאן, און אזוי עס צוריק ברענגען לקדמותו בתחלה, און עס באנייען לטוב ביי דער מענטש כבתחלת הבריאה קודם שחטא האדם, אזוי טוהען מיר מיט די אלע מדות איינציגווייז, און דערנאך קומט מען אן צום שער החמישים וואס איז ערשט נאך וואס מען איז אנגעקומען צום נקודת הביטול פון אלע מדות, און דעמאלט איז אלעס קודש, וקדשתם את שנת החמשים שנה, וקראתם דרור בארץ לכל ישביה, יובל הוא תהיה לכם, ושבתם איש אל אחזתו ואיש אל משפחתו תשבו, כי יובל הוא קודש תהיה לכם, את איז פארהייליגט געווארן, את חירות מן היצה"ר ומן המלאך המות, פסקא זוהמתן, עס רוהט אויף כלל ישראל דאס התחדשות הבריאה, כתחילת הבריאה ממש, און עס איז נאך העכער פון די מדריגה פון אדם הראשון קודם החטא, בבחי' במקום שבעלי תשובה עומדין וכו', מען איז אויסגעלייטערט ברמ"ח אברים ושס"ה גידים מיט א שלמות בתמים.

און דאס איז די הכנה און די עבודת הקודש וואס מיר טוהען היצטער בימי הספירה, מיר זענען מצרף נייע צירופים, צרפתנו כצרף כסף, אמרת ד' צרופה, צרופה אמרתך מאד ועבדך אהבה, דורך די צירוף וואס מען טוהט אין די טעג קומט מען אן מען זאל קענען זאגען מיט אן ועבדך אהבה, די אלע מדות און געפילן, שטרעבונגען וואס איז דא ביי דער מענטשען איז כולו לד' קודש, מען שפאצירט אין ג"ע מיט דעם בו"ע, דער בו"ע קומט אראפ צו די אידן און רוהט אויף זיי מיט זיינע אלע הייליגע מלאכים, רכב אלוקי' רבתיים אלפי שנאן ד' בם סיני בקודש.

זאל דער בו"ע אונז העלפען מיר זאלן טאקע קענען מאכען די ריכטיגע הכנה, אויסלייטערען אלע מדות וואס איז דא, און אפי' מען האט אינמיטען די ימי העומר עפעס קאליע געמאכט קען מען דאס נאך פארעכטען, ווי דער הייליגער מגיד פון קאזניץ טוהט מסביר זיין די פסוק, עד ממחרת השבת השביעית תספרו קען מען נאך באלייכטען, חמשים יום די אלע פופציג טעג, און דאס איז נישט דוקע לגבי טעג, נאר יעדע סקונדע ביז די לעצטע סקונדע און רגע פון די ימי העומר קען אלעס מזכך זיין, אזוי קומט מען אן כאיש אחד ובלב אחד, וייל אז עס איז דא א ביטול היש איז מען מקבל כל הגוונין, קען מען אלעמען סובל זיין, מאכט מען א נייער מציאות, עס איז א נייער בריאה, חזרו לתנאו הראשון, עס איז דא א ריכטיגער פסקא זוהמתן.

אז מען האלט אויף די דרגא פון תחילת הבריאה, איז דאך דאס אזוי ווי די חומר וואס איז נאך ביד היוצר וואס ליגט נאך אינעם פארעם ברצותו מרחיב, מען קען אויספארמען ווי אזוי מען וויל, אזוי אויך ביום העצרת קען מען אויספארמען די בריאה לטוב, מרחיב זיין די שפע ברכה והצלחה פאר כלל ישראל, און מען קען אויספארמען אז עס זאל זיין נאר גזרות טובות פאר כלל ישראל, די יצירת הבריאה ליגט פאר אייך אין דעם גרויסן טאג, נעשה שותף למעשה בראשית, און דערוועגען זעהט מען ביי מתן תורה זענען אלע חולים אויסגעהיילט געווארן, אזוי זאל מען טאקע פועל זיין ממשיך זיין מעינא חיוורא עילאה שפע ברכה והצלחה, געזונט פרנסה נחת, בניקל ובשלוה בהשקט ובבטחה, בשמחה ובצהלה, בגילה רינה דיצה וחדוה אהבה ואחוה ושלו' ורעות, בנהורא מעליא זאל מען קענען ממשיך זיין ברחמים ובחסדים גדולים די שמירה עליונה וביאת גואל צדק במהרה בעידן דידן, אמן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

יעצט קען מען זיך גרייטן!

יישר כח ר' טייבעלע
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יישר כח כבוד הרב. מינך יתקלס עילאה!
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיגע דיבורים! א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה.

יישר כח רבינו טייבעלע!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

זאלץוואסער האט געשריבן:יעצט קען מען זיך גרייטן!

יישר כח ר' טייבעלע
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מיר טוהען אייך דאנקען אויף אייער מעלדונג אז מען האט געליינט און הנאה געהאט, עס פארשאפט אונז א פארגענוגען.

א דאנק אייך.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שטארקע רייד! ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געוואלדיג
אויף אזא אופן ציילען ספירה איז מען טאקע זיך מטהר מקליפותינו ומטומאותינו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

msp האט געשריבן:געוואלדיג
אויף אזא אופן ציילען ספירה איז מען טאקע זיך מטהר מקליפותינו ומטומאותינו

אז דער מענטש ווייסט, און טראכט די געוואלדיגע מתנה וואס דער בו"ע איז משפיע בעת ובזמן ובשעת ווען מען ציילט ספירה, עס איז דאך למעלה מהשגותינו די אורות וואס ווערט דאן אנטפלעקט, יעדען טאג באזונדער קומט אראפ א נייעם אור וואס איז נאך קיינמאל אראפ ביז דאן, עס גייט דורך אלע מדריגות און שטאפלן וואס מען מען איז שוין דורך די פריערדיגע טעג, און אויב ח"ו איז געווארן עפעס א פגם ווערט דאס פאראכטען דענסמאל ווען דער נייער אור קומט אראפ, און אזוי גייט דורך דער פון יענעם טאג ביז עס קומט אהן אויף זיין מקום המיוחד לאותו יום, און פון דארט טוהט דאס ארויף שיינען אויף דעם מענטש, און נישט נאר אז עס שיינט ארויף פון דארט אויף דער מענטש ביז הינטען נאר עס הייפט אויף דעם מענטש ביז יענעם שטאפל אין קדושה און רייניגט איהם, דאס געשעהט יעדען טאג באזונדער ביי ספירת העומר.

וע"כ איז נישט קיין וואונדער אויף דעם וואס דער מענטש טוהט שפירען א געוואלדיגער זיכוך, א געוואלדיגער אור א דערהויבענקייט, א התפשטות פון די גשמיות'דיגע צרכים בשעת ווען ער טוהט די מצוה פון ספיר"ת העומר, ווייל דער אור וואס קומט דאן אראםפ איז איהם מזכך עד דכדוכה של נפש, עס איז אן אש שורף ומשריף וואס טוהט אלעס שלעכטס פארברענען ווען עס קומט אנידער בקול רעש גדול וכמבואר דבר זה בספה"ק ברית מנוחה, דערוועגען דארף דער מענטש זיך עכ"פ איינצומען זיינע געדאנקען און טראכטען וואס ער טוהט ארויסברענגען פון זיין מויל, די הייליגע ווערטער פון די ברכה וכו', און דאס וועט אריין שיינען אין זיין פנימיות אויף א גאנץ קיילעכיגן יאר, עס זאל זיין מיט ריינקייט און הייליגקייט, מיט סייעתא דשמיא און א שמירה עליונה, אמן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק פאר געוואלדיגע דיבורים.
די פראבלעם איז אז איר שרייבט עס ערשט יעצט, נישט גלייך אנפאנג ספירה.....
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

זייער שיין, איר האט מיר געעפענט א נייעם פתח. יש"כ.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

למעלה משבעים האט געשריבן:א דאנק פאר געוואלדיגע דיבורים.
די פראבלעם איז אז איר שרייבט עס ערשט יעצט, נישט גלייך אנפאנג ספירה.....

גרעכט!
והאמת אז מיר האבן אנגעהויבן גלייך נאך דעם הייליגען יו"ט פסח איבער שרייבן די מאמרים וואס מיר האבן געזאגט יו"ט, נאר עס איז נישט פארענדיגט געווארן אפי' איינע, מיר האבן געהאט צופיל צו פארענדיגן אין ארבעט, יעדען וואך איז ארויף געפאלען אנדערע פראיעקטען וואס מיר האבן געדארפט דורך טוהן און באשטעטיגען, ע"כ לא אסתייע מלתא צו פארענדיגן שרייבן די מאמרים, דאס דער דאזיגער מאמר איז פשוט ארויסגערינען פון אינטער די פינגער, און דערוועגען איז דאס אויך זייער קורץ געשריבן, און מיר בעטן אנטשולדיגונג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אההה... טייבקעלע טייבקעלע א מאמר שבמאמרים!!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

לכל מאן דבעי האבן מיר אייך צוגעשטעלט א פי-די-עף פון דעם מאמר, מיט עטליכע פארבעסערונגען, מיר האבן אזוי אויך צוגעלייגט צום סוף די צווייטע תגובה וואס מיר האבן געשריבן אין דעם אשכול.
אטעטשמענטס
HACHANA1.pdf
(24.98 KiB) געווארן דאונלאודעד 164 מאל
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח הרב טייבעלע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

טייבעלע האט געשריבן:לכל מאן דבעי האבן מיר אייך צוגעשטעלט א פי-די-עף פון דעם מאמר, מיט עטליכע פארבעסערונגען, מיר האבן אזוי אויך צוגעלייגט צום סוף די צווייטע תגובה וואס מיר האבן געשריבן אין דעם אשכול.

לכבוד יום טוב.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

טייבעלע האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:לכל מאן דבעי האבן מיר אייך צוגעשטעלט א פי-די-עף פון דעם מאמר, מיט עטליכע פארבעסערונגען, מיר האבן אזוי אויך צוגעלייגט צום סוף די צווייטע תגובה וואס מיר האבן געשריבן אין דעם אשכול.

לכבוד יום טוב.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נודה לך האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:לכל מאן דבעי האבן מיר אייך צוגעשטעלט א פי-די-עף פון דעם מאמר, מיט עטליכע פארבעסערונגען, מיר האבן אזוי אויך צוגעלייגט צום סוף די צווייטע תגובה וואס מיר האבן געשריבן אין דעם אשכול.

לכבוד יום טוב.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”