בלאט 1 פון 1
דרשה לחג השבועות תשע"ג הבעל"ט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 7:43 am
דורך msp
א
די ימים טובים וואס זענען אונז געגעבען געווארען בחסד עליון אויף עולה רגל צו זיין
זענען געווען בעיקר געווען אויף זיך צו הייבען בין בגשמיות ובין ברוחניות
לראות וליראות מיט די הייליגע שכינה אין די בית המקדש
נאר צו דעם האט מען געדארפט האבען לעכטיגע אויגען, געזונטע אויגען
כדרכי בקודש מקיים צו זיין די מימרא לא המדרש העיקר אלא המעשה
וועלען מיר אהנהייבען מיט א מעשה: עס איז אמאהל געווען א דיין דמתא
אויף וועמען מען האט מרנן געווען אז ער נעמט שוחד, איז געקומען שבועות
און דער גבאי האט אים מכבד געווען מיט אקדמות מילין
שטעלט דער דיין זיך ביים בימה און הייבט אהן אזוי מיט פאטאס: אקדמות מילין ושריות שותא....
רופט זיך איינער פון הינטען מיט דעם ניגון: מיגו דחשיד אממונא חשיד אשבועתא.....
שוחד שטייט אין די תורה שטערט דאס זעהן, עס פארבלענדעט די אויגען
ב
אין בית המקדש איז טאקע געווען אסאך צו זעהן
די עולי רגלים האבען געזעהן דעם לחם הפנים ווי די פארע גייט אפילו נאך עטליכע טעג שוין ארויס פון אויווען
מיט דעם האט מען באוויזען פאר די אידען ראו חיבתכם לפני המקום
די שאלה איז נאר פארוואס טאקע האט מען דאס געטוהן אזוי אז די עולי רגלים זאלען דאס זעהן
אי"ה שפעטער וועלען מיר דאס מבאר זיין
אויף דעם ענין פון לחם הפנים און חג השבועות איז דא אנ'אינטערעסאנטע חקירה
פון הג"ר שלמה זלמן טוביה בעאטוס זצ"ל הי"ד אב"ד סקולסק
א בריוו זיינער איז געווען געדרוקט אין א כרם שלמה,
און לעצטענס האב איך געטראפען אז אין זיין ספר דם זבחים שרייבט ער אויך דערוועגען
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=161פעידזש 161
ווען מען האט געטוישט דעם לחם הפנים שבת פ' במדבר, צו עס האט נאך געדארפט זיין מן הישן
היות אז דער סידור לחם הפנים איז נאך געווען פאר שבועות און מען האט נאך נישט געברענגט די שתי הלחם
וואס זענען מתיר את החדש במקדש, אדער האט מען שוין געלייגט [אדער עכ"פ געקענט לייגען] מן החדש
היות אז דער סילוק פון דעם לחם הפנים וועט זיין שבת פ' נשא וואס וועט שוין זיין נאך די הבאה פון די שתי הלחם
דהיינו איז אין די עבודה פון לחם הפנים דער עיקר דער סידור הלחם אדער איז דער עיקר דער סילוק
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 8:03 am
דורך msp
ג
דער עיקר הסוגיא פון חדש פאר שתי הלחם איז א מערקווירדיגע גמרא אין מנחות דף ס"ח ע"ב
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=553פעידזש 553
די משנה זאגט אז דער קרבן העומר האט מתיר געווען חדש במדינה און די שתי הלחם האט מתיר געווען חדש במקדש
מען מעג נישט ברענגען א מנחה מן החדש און אויב איינער האט דאך געברענגט א מנחה פון חדש פאר פסח איז עס פסול
אבער אויב ער ברענגט עס נאך דעם עומר נאר פאר די שתי הלחם איז עס כשר בדיעבד
און רש"י דארט זאגט אז וויבאלד די שתי הלחם הייסען מנחה חדשה, מעג מען נישט ברענגען פאר זיי מנחות אדער ביכורים פון חדש
ברענגט די גמרא אז ר' טרפון האט געקלערט פארוואס טאקע איז א חילוק צווישען פאר דעם עומר אדער פאר די שתי הלחם
אז פאר דעם עומר איז די מנחה מן החדש פסול אפילו בדיעבד, אבער פאר די שתי הלחם איז עס כשר בדיעבד
האט אים יהודה בר נחמיה געזאגט: פאר דעם עומר איז עס דאך אויך אסור להדיוט,
אבער פאר שתי הלחם איז חדש דאך שוין מותר געווארען להדיוט, האט עס א קולא פון הותר מכללו
איז ר' טרפון שטיל געבליבען, און יהודה בר נחמיה'ס פנים האט געשיינט....
האט ר' עקיבא זיך אהנגערופען: יהודה! יהודה! דיין פנים שיינט אזוי ווייל די האסט אפגעפרעגט דעם אלטען!
איך וואונדער מיר צו די וועסט מאריך ימים זיין!
האט ר' יהודה בר אלעאי געזאגט אז דאס איז געשעהן צוויי וואכען פאר פסח
און ווען איך בין געקומען אויף שבועות האב איך מיר נאכגעפרעגט אויף יהודה בר נחמיה,
האט מען מיר געזאגט אז ער איז נעבעך אוועק....
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 8:13 am
דורך msp
ד
דרך אגב איז דא אויף דעם א שמועס אין די ספרים פארוואס ער איז טאקע אוועק
אין אגרא דפרקא אות שט"ז
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=112פעידזש 112
שרייבט ער אז וויבאלד ער האט הנאה געהאט פון כבוד התורה אז ער האט אויסגעכאפט ר' טרפון'ען
ודאשתמש בתגא חלף
און אין ניצוצי אור שטעלט ער צו די גמרא אין יבמות ס"ה ע"ב אז צווישען פסח און עצרת זענען די תלמידים פון ר' עקיבא
אוועק וויבאלד זיי האבען נישט נוהג געווען כבוד זה בזה, קומט אויס אז אין די צייט פון יאהר איז דא א שטארקע תביעה אויף דעם
וממילא האט יהודה בר נחמיה וויבאלד ער האט נישט נוהג כבוד געווען אין ר' טרפון אויף זיך גענומען שארפע דין שמים
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 8:20 am
דורך msp
ה
תוס' אויף דעם ארט אין ד"ה לא אם אמרת, פרעגט אז פארוואס האט ער נישט געטענה'ט פשוט אז פאר די הבאת העומר
איז די מנחה מן החדש נישט ממשקה ישראל, וויבאלד ידש איז דעמאלס אסור אפילו להדיוט,
און תוספות ענטפערט אז דער ספק פון ר' טרפון איז געווען אז מען זאל לערנען קודם לשתי הלחם פון קודם לעומר
און פסל'ן א מנחה מן החדש אפילו פאר די שתי הלחם, און אויף דעם האט יהודה בר נחמיה געזאגט אז מען קען נישט לערנען
איינער פון צווייטען, וויבאלד חדש ביי שתי הלחם הייסט הותר מכללו שכן הותר להדיוט
קומט אויס לפי תוס'' איז דער פסול קודם מנחה מן החדש פאר הבאת העומר וועגען דער חסרון ממשקה ישראל
[דער שפת אמת איז אבער מעורר אז דאס איז נאר שייך ביי מנחות קודם לעומר,
אבער ביכורים משבעת המינים וואס פון זיי גייט גארנישט אויף דעם מזבח, גייט נישט אהן דעם טעם]
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 8:31 am
דורך msp
ו
אין רמב"ם ה' איסורי מזבח פ"ה הלכה ט' וי' שטייט
אין מביאין מנחות ונסכים לא מן הטבל ולא מן החדש קודם לעומר ולא מן המדומע,
ואין צריך לומר מערלה וכלאי הכרם, מפני שהיא מצוה הבאה בעבירה, שהקב"ה שונאן, וכו'
כל המנחות אין מביאין אותן מן החדש קודם שתי הלחם לכתחילה, שהרי נאמר בהן בכורים לה',
ואם הביא כשר
דער שאגת אריה אין סימן צ"ו האלט אז דאס וואס דער רמב"ם נעמט אהן אז דער פסול איז אלץ מצהב"ע
גייט ארויף אויף אלעס, אויך אויף טבל און חדש
אבער דער נודע ביהודה תניינא או"ח סי' קל"ד, דער בית הלוי חלק א' סי' מ"ז און דער תורת חסד סי' ל'
לערנען אז מצוהב"ע גייט נאר אהן אויף ערלה און כלאי הכרם
ווייל וואסארא עבירה טוט ער דען ווען ער ברענגט א מנחה מן החדש אז עס זאל זיין פסול אלץ מצוה הבאה בעבירה
נאר דער פסול וועט זיין אלץ ממשקה ישראל
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 9:16 am
דורך msp
ז
דער מעשי למלך איז מסביר שיטת השאגת אריה אז ער האלט אז עס איז יא פארהאנען אנ'איסור ברענגען א מנחה מן החדש
ווייל עס איז דאך אסור צו מאכען סחורה מיט דברים האסורים, און דורך צו ברענגען א מנחה מן החדש
איז עס אזוי ווי מאכען ביזנעס מיט א דבר האסור
אבער דאס איז קלאר אז אלע האלטען אויב עס איז דא אנ'עבירה וואלט עס טאקע יא געפסל'ט א קרבן
נאר די מחלוקת זייערע איז אויב עס איז פארהאנען אנ'עבירה אין די הבאה
ולפי זה פרעגט דער בית יצחק חיו"ד סי קמ"ב א הארבע קושיא
פארוואס איז אויב אזוי טאקע א מנחה וואס איינער ברענגט מן החדש קודם לשתי הלחם כשר בדיעבד
ער האט דאך עובר געווען אויף די עשה פון ביכורים לה' [כמשכ"ל לשון הרמב"ם, און לפי רש"י איז עס משום מנחה חדשה]
ח
מען קען נישט זאגען אז דוקא ביי אנ'איסור לאו איז שייך דער פסול פון מצוה הבאה בעבירה
אבער ביי אנ'עשה נישט, עס איז דאך א באקאנטע סוגיא אין ברכות דף מ"ז ע"ב אז ר' אליעזר האט משחרר געווען זיין עבד
אויף משלים צו זיין למנין, איי עס איז דאך דא אנ'איסור מכח לעולם בהם תעבודו, און די גמרא פרעגט דארט אז דאס זאל
שאפען א פראבלעם אלץ מצוה הבאה בעבירה, און די גמרא ענטפערט אז מצוה דרבים שאני, און אז דאס איז דוחה דעם איסור בכלל
וממילא איז נישטא קיין פראבלעם פון מצוה הבאה בעבירה
אבער עכ"פ אפילו ביי אנ'איסור עשה איז שייך מצוה הבאה בעבירה
ט
ענטפערט דער בית יצחק דארט אז ווען איינער ברענגט א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם איז ער בכלל נישט עובר
אויף א לאו הבא מכלל עשה, נאר אין א מצות עשה, ווייל די תורה פארלאנגט אז די שתי הלחם זאלען זיין ביכורים און א קרבן ראשית,
און אויב איינער ברענגט א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם, איז דאס גורם אז מען וועט נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון שתי הלחם געהעריג,
ווייל זיי וועלען נישט הייסען ראשית, אבער בשעת די הבאה פון זיין מנחה מן החדש איז ער למעשה גארנישט עובר, וממילא איז נישטא קיין
מצוה הבאה בעבירה
און אזוי ארום איז דער בית יצחק מסביר דער ספק פון ר' טרפון שהבאנו לעיל
אז ר' טרפון האט געקלערט פארוואס איז די מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם נישט פסול כאטש אלץ מצוה הבאה בעבירה
און יהודה בר נחמיה האט נישט פארשטאנען די טיפקייט פון ר' טרפון'ס שאלה, און האט געענטפערט וואס ער האט געענטפערט,
און דערפאר איז ר' טרפון שטיל געבליבען, אבער לדינא ערקלערט דער בית יצחק אז עס איז דא נישט שייך דער פסול
פון מצוה הבאה בעבירה, ווייל בשעת די הבאה איז נישטא קיין איסור בכלל, נאר אויף שבועות ביי הבאת שתי הלחם וועט זיין
א פראבלעם אז זיי הייסען שוין נישט קיין מנחה חדשה בכורים לה' קרבן ראשית
יוד
פון דעם בית יצחק זעהט אבער אויס אז עס איז דא א חיוב זיך מונע זיין פון גורם זיין נישט קענען מקיים זיין א מצוה כתיקונה
און דערפאר טאהר מען נישט ברענגען א מנחה מן החדש קודם לשתי הלחם
אבער דער מנחת חינוך אין מצוה ב' האט אנ'אריכות וועגען מילה תוך שמונה,
און ער איז מצדד דארט אז עס וואלט לכאורה נישט געזאלט זיין א פראבלעם צו מל'ן א קינד בתוך שמונה
ווייל עס איז נאר דא א מצוה צו מל'ן ביום השמיני אבער עס איז נישט קיין איסור מל'ן בתוך שמונה
אבער עס איז דא א חילוק צווישען נישט מעגען ברענגען א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם און יא מעגען מל'ן א קינד פאר דעם יום השמיני
ווייל בעצם איז נישט א חיוב אקרקפתא דגברא צו זוכען א קינד און צו מל'ן, נאר אויב איינער האט בחסדי המקום
באקומען א יונגעל וואס איז ראוי צו מל'ן דארף ער אים מל'ן, וממילא אויב מאכט זיך דורך געוויסע גורמים
אז מען קען נישט מל'ן דאס קינד ביום השמיני, איז נישטא קיין איסור אדער מניעת מצות עשה אשר הוא מחוייב בו
משא"כ שתי הלחם איז דאך א קרבן וואס כלל ישראל איז מחוייב צו ברענגען און עס איז אויב אזוי א חיוב משתדל צו זיין
אז מען זאל מקיים זיין די מצוה ווי עס דארף צו זיין, איז מובן אז מען מעג נישט ברענגען א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם
ווייל מען וועט נישט קענען מקיים זיין די הבאת שתי הלחם כמצותם אלץ מנחה חדשה ביכורים לה'
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 9:40 am
דורך msp
יא
דער שפת אמת דארט זאגט עינדליך צום בית יצחק, אז דער עיקר האיסור מקריב צו זיין א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם
איז ווייל די שתי הלחם זארפען הייסען מנחה חדשה, וממילא איז די עצם הקרבה פון דעם מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם,
נישט קיין פסול'ע הקרבה, נאר אז עס שאפט א חסרון אין די הבאה פון די שתי הלחם בעצרת
און ער איז מוסיף דארט א געוואלדיגע חידוש: אז עס קען זיין אז אויב איינער האט געברענגט א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם
וואס בדיעבד איז די מנחה דאך כשר און מען האט עס טאקע מקריב געווען, איז יתכן אז פון יעצט אהן און ווייטער איז שוין מותר לכתחילה
צו ברענגען מנחות מן החדש, וויבאלד די שתי הלחם אין יענע יאהר וועלע שוין סיי ווי נישט הייסען מנחה חדשה,
אבער פאר דעם עומר, וואס עס איז דא א קלאהרער איסור להדיוט צו עסען חדש כמש"כ ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה
שאפט דאס א פסול אין די עצם הבאה פון דעם קרבן און דערפאר איז עס אפילו בדיעבד אויך פסול
יב
דער טורי אבן אין ראש השנה דף ז' ע"ב ד"ה מידי דתליא קלערט אנ'אינטערעסאנטע שאלה, וואס וועט זיין דער דין אויב
אין א געוויסע יאהר וועלען זיי נישט ברענגען קיין שתי הלחם בכלל, וואס וועט זיין נאך שבועות, וועט מען מעגען ברענגען מנחות מן החדש
אזוי ווי די הלכה לגבי חדש להדיוט, וואס ט"ז ניסן איז מתיר דעם חדש על ידי עיצומו של יום, אפילו אהן א ברענגען דעם עומר,
אזוי ווי מען דרשנ'ט דעם פסוק עד עצם היום הזה, און אזוי אויך וועט מען טענה'ן ביי חדש במקדש
אז דער עצם היום פון עצרת וועט מתיר זיין צו ברענגען חדש צום ביהמ"ק, אדער וועט מען זאגען אז דווקא ביים עומר
זאגט מען אזוי, וויבאלד מיר האבען א ילפותא, אבער ביי חדש במקדש, היות מיר האבען נישט אזא ילפותא, וועט עס טאקע אסור זיין
ביז נעקסטעס יאהר צו ברענגען מנחות מן החדש
דער טורי אבן האט א שקלא וטריא אין דעם ענין און ער האט א צד צו זאגען אז עס וועט אוטאמאטיש ווערען מותר, הגם מיר האבען
נישט א פסוק וואס זאל אונז אויסלערנען אז עיצומו של יום העצרת זאל מתיר זיין אהן די שתי הלחם
אויף ממתיק צו זיין דאס מיט א סברא שרייבט דער מגיה אין די מנחת חינוך פון מכון ירושלים אזא ווארט לפי דער יסוד פון בי"צ און שפ"א
אז דער היתר פון עומר איז גאר אנדערש ווי דער היתר פון שתי הלחם
עס איז דא אנ'איסור חדש להדיוט און די הבאת העומר אדער דער עיצומו של יום איז מתיר דעם איסור
אבער ביי חדש במקדש איז נישטא קיין איסור צו ברענגען א מנחה מן החדש וואס זאל דארפען א מתיר
עס איז נאר דא א דין אז די שתי הלחם דארפען האבען דעם נאמען מנחה חדשה,
דערפאר אויב עבר זמנו ובטל קרבנו, אז מען וועט שוין מער נישט דארפען ברענגען א קרבן וואס דארף הייסען מנחה חדשה
איז נישטא מער קיין פראבלעם, און עס בלייבט נישט קיין איסור וואס דארף אהנקומען צו א מתיר
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:19 am
דורך msp
יג
בדומה צו די סברא איז דא אין קובץ שיעורים עמ"ס ביצה אות נ"ד ווי רבי אלחנן זצ"ל איז מסביר דער תירוץ פון תוספות
אז דאס נישט קענען מקטיר זיין די אימורים פון שלמי נדרים ונדבות אויף יום טוב איז אזוי ווי נאבדו האימורים
און וועגען דעם קען מען עסען דאס פלייש אויף יום טוב
אז עס איז פארהאן א חילוק צווישען זריקת הדם און הקטרת האימורין לגבי היתר אכילת הבשר
אויב דער דם ווערט פארלוירען, און מען איז נאנס אז מען קען שוין מער נישט זורק זיין, וועט מען נישט מעגען עסען די פלייש פון דעם קרבן
משא"כ אויב די אימורים ווערען פארלוירען און מען איז אנוס פון קענען מקטיר זיין, מעג מען יא עסען דאס פלייש
זאגט ר' אלחנן אז דער חילוק איז אזוי
עס איז דא אנ'איסור אויף די פלייש אז מען טאהר עס נישט עסען אהן א זריקת הדם
און די זריקת הדם איז מתיר דאס פלייש באכילה, איז דערפאר אויב מען קען נישט טוהן די זריקה, איז נישטא דער מתיר
וממילא בלייבט דער אריגינעלער איסור אויף די פלייש און עס בלייבט אסור באכילה
אבער ביי הקטרה איז נאר דא א דין אז די מצוה פון הקטרת האימורים דארף מען מקיים זיין קודם די מצוה פון אכילת הבשר
און דערפאר אויב עס מאכט זיך אנ'אונס אז מען קען נישט מקיים זיין די מצוה, ממילא פאלט די מצוה פון הקטרת אימורים אוועק,
און עס איז נישטא קיין איסור אויף די פלייש מצד עצמו, איז די פלייש יעצט מותר באכילה
ר' אלחנן איז מוסיף אבער א וויכטיגע נקודה: אז פון דעסען וועגען ווען עס ווערט נאכט מוצאי יום טוב,
און מען קען שוין מקטיר זיין די אימורים, ווערט די פלייש צוריק אסור באכילה,
ווייל מען קען דאך שוין מקיים זיין די מצות הקטרת האימורים,
און מען קען נישט טענה'ן אז וויבאלד די פלייש איז מותר געווארען אויף יום טוב, וועט די פלייש נישט צוריק אסור ווערען,
ווייל דאס שטימט נישט, היות דאס פלייש איז טאקע קיינמאהל נישט אסור געווען מצד עצמו,
נאר עס איז דא א דין אז מען דארף מקיים זיין מצות הקטרת אימורים פאר מצות אכילת הבשר,
און היות עס איז יעצט נתעורר געווארען די מצוה פון הקטרת האימורים, איז צוריק נתעורר געווארען אויך די קדימה
פון די הקטרה אויף די אכילת הבשר
יד
לכאורה עינדעלט די סברא לעניננו, אז עס איז דא מצוה אז די שתי הלחם דארפען זיין מנחה חדשה,
און דערפאר האבען מיר א חיוב צו זעהן אז די מצוה זאל מקויים ווערען, אבער אויב עס מאכט זיך אנ'אונס
ווי למשל אז עס איז אריבער דעם יום טוב, און מען קען שוין נישט מקריב זיין די שתי הלחם בכלל, און די מצוה פאלט אוועק היי יאהר,
ממילא וויבאלד עס איז נישטא קיין זעלבסט שטענדיגע איסור אויף חדש בביהמ"ק,
און עס איז נאר דא א חיוב צו זעהן אז די שתי הלחם זאלען הייסען מנחה חדשה, אויב מען וועט שוין נישט ברענגען די שתי הלחם
איז שוין מותר צו ברענגען מנחות און ביכורים מן החדש
נאר לכאורה דארף מען אביסעל מעורר זיין אז דער שפ"א מיט דעם ר' אלחנן שטימען נישט אין גאנצען
לפי דער שפ"א איז דאך אויב איינער האט שוין געברענגט א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם,
וועט שוין פון דעמאלס און ווייטער מותר לכתחילה צו ברענגען מנחות מן החדש פאר די שתי הלחם,
אבער ר' אלחנן האט דאך געזאגט אז בליל מוציו"ט וועט צוריק נתעורר דער היתר הקטרת האימורים
וממילא וועט צוריק אסור צו עסען די פלייש פאר הקטרת האימורים און עס איז נישט הותרה הרצועה
אבער אויף דעם האט ידידי ר' ארי'ה האפפנער שיחי' שיין געענטפערט אז לגבי הקטרת האימורים איז נאך שייך
מקיים צו זיין די מצות קדימה פאר די אכילה פון רעשט פון די פלייש, משא"כ ביי די שתי הלחם איז דער נאמען מנחה חדשה
שוין סיי ווי פארלוירען וממילא איז נישט שייך צו אסר'ן אפילו אויף להבא
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 10:46 am
דורך msp
טו
עס איז דא א מחודש'דיגע גמרא אין מנחות דף ה' ע"ב
אז מחשבה שלא לשמה פסל'ט נישט אין מנחת העומר, דחידוש הוא [דאס הייסט די סיבה פארוואס שלא לשמה פסל'ט נישט אין מנחת העומר
איז ווייל מנחת העומר איז א חידוש], דלא מיקרי דבר הראוי לעבודה
די ראשונים שטעלען זיך אויף דעם פארוואס זאל מען זאגען אז מנחת העומר איז א דבר שאינו ראוי לעבודה
רש"י דארט און דער רמב"ם אין ה' פסוהמו"ק פי"ד ה"ג זאגען אז דער חידוש איז
ווייל עס קומט מן השעורים און בדרך כלל קומען נישט מנחות מן השעורים
תוס' שרייבט אז דער חידוש איז אז דער מנחת העומר קומט מן החדש פאר דער היתר פון דעם עומר
און דער ראב"ד איז משיג דארט אויף דעם רמב"ם וז"ל דנוסחא דווקנא לאפוקי מנחת העומר, דחדש הוא, ואין מביאין מנחות וביכורים
קודם לשתי הלחם, ואע"פ שקרב העומר והותר לאכילה
דער ראב"ד זאגט עינדליך צו תוס' אבער נישט ממש, תוס' זאגט אז דער חידוש איז אז מען ברענגט מנחת העומר מן החדש
נאך פאר דער היתר העומר, און דער ראב"ד זאגט אז דער חידוש איז אז מען ברענגט דער מנחת העומר מן החדש קודם לשתי הלחם
דער קרן אורה פרעגט טאקע אויף דער ראב"ד אז למעשה איז קודם לשתי הלחם מותר בדיעבד א מנחה מן החדש לכולי עלמא
אבער איך שלא יהיה איז לכאורה דער ראב"ד דלא כהבי"צ והשפ"א
ווייל לפי אים איז מוכרח אז די הקרבה פון א מנחה מן החדש פאר די שתי הלחם נישט נאר א גורם אז עס וועט זיין א פראבלעם
ביי די הקרבה פון די שתי הלחם אז זיי וועלען נישט הייסען מנחה חדשה, נאר אז עס איז טאקע א פראבלעם אין די עצם הקרבה
פון די מנחה מן החדש קודם לשתי הלחם, און אז דאס איז דער חידוש פון די מנחת העומר
טז
וועגען דער לחם הפנים ברענגט הרב בעאטוס הנ"ל א רשב"א מנחות דף ט' אז סידור הלחם על הלחם האט נאר א דין פון מצוה דרבים
און הייסט נישט קיין עבודה, ולפי זה איז ער מצדד אז אויב הייסט עס נאר א מצוה און נישט קיין עבודה אז מען קען מסדר זיין
מן החדש שוין שבת פ' במדבר
נאר ער שטעלט צו די גמרא אין יומא דף כ"ד ע"ב אלא מעתה זר שסידר השולחן ליחייב,
און די גמרא ענטפערט אז עס איעז נישטא קיין חיוב זרות ווייל עס הייסט נישט קיין עבודה תמה, און וויבאלד די גמרא
זאגט נישט ביי סידור השולחן, אזוי ווי ביי הדלקת נרות המנורה אז עס איז נישט קיין עבודה, איז דאך א ראיה אז עס איז יא אנ'עבודה
וממילא וואלט געדארפט זיין אסור מסדר צו זיין שבת פ' במדבר לחם הפנים מן החדש
און ער איז ממשיך אז קען זיין אז הגם דער סידור הלחם הייסט נישט ממש אנ'עבודה, אבער דאך וועט עס הייסען מכשירי קרבן,
ווייל נעקסטען שבת וועט דאס צולאזען מקטיר צו זיין די לבונה, און דערפאר וואלט מען אפשר נישט געמעגט מסדר זיין שבת פ' במדבר מן החדש
אבער ער טענה'ט אויף דעם אז די מכשירי הקרבן קענען נישט זיין ערגער ווי דער קרבן אליין, און וויבאלד בשעת די הקרבה
פון די לבונה נעקסטען שבת, דהיינו שבת פ' נשא, וועט דאך שוין זיין נאך די הקרבה פון די שתי הלחם, און עס וועט שוין מותר זיין
מנחות מן החדש, ממילא קען מען נישט אסר'ן די מכשירים צו ברענגען מן החדש אין די פריערדיגע וואך
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 11:08 am
דורך msp
יז
נחזור לעניננו, די גמרא זאגט אין חגיגה דף כ"ו ע"ב אז מען האט געוויזען די עולי רגלים דעם נס פון לחם הפנים
דורך אויף צו הייבען דעם שולחן און אזוי איז געווארען ראוי לקבל טומאה און די עולי רגלים האבען געזעהן
אז עס האט זיך געהאלטען פריש א גאנצע וואך: ראו חיבתכם לפני המקום, סילוקו כסידורו
נאך געפונען מיר אין יומא דף נ"ד אז מען האט פאר די עולי רגלים גולל געווען דעם פרכות כדי זיי זאלען זעהן ווי די כרובים
זענען געווען מעורים זה בזה ווי גוטע חברים
שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט מען אזוי געטוהן
ענטפערט דער בנין שלמה להגר"ש הכהן מו"צ דווילנא זצ"ל אז דאס איז געווען אויף צו ערמעגליכען די קיום המצוה פון ראיית פנים
ווייל ער איז פרעגט דארט אז די ילפותא פון יראה יראה איז גאר שווער צו פארשטיין
מילא יראה בצירי קען מען פארשטיין, דער רבש"ע ווען זעהן די עולי רגלים, אבער יראה בחיריק ווי אזוי איז דאס מעגליך
שטייט דאך כי לא יראני האדם וחי
נאר עס שטייט ובמורא גדול, זו גילוי שכינה, אז דאך צו זעהן ענינים נסיים וואס זענען למעלה מן הטבע,
הייסט אין א געוויסען זין זעהן ג-טליכקייט, ממילא אויב די עולי רגלים זעהן נסים אין דעם בית המקדש, איז דא א קיום פון יראה בחיריק
אזוי איז ער מסביר דער חילוק אין די פסוקים אין פ' משפטים שטייט יראה כל זכורך אל פני ה',
און אין פ' כי תשא שטייט יראה כל זכורך את פני האדון ה', אז יראה כל זכורך אל פני ה'
מיינט צו זאגען אז אונז וועלען זיך מיר באווייזען צום באשעפער, און יראה כל זכורך את פני האדון
מיינט צו זאגען אז מיר וועלען געוויזען ווערען דעם פנים פון באשעפער כביכול
וכמשנ"ת אז דאס איז דורך זעהן די נסים
ועלה ברעיוני בדרך רמז קצת אז דערפאר האט מען אויסגעזוכט די כרובים און די לחם שעל השולחן, ווייל דער חיוב איז דאך ראיית פנים,
און דורך די כרובים און דעם לחם שעל השולחן איז מען דאס מקיים ווייל אויף די כרובים שטייט ופניהם איש אל אחיו
און דער לחם הייסט דאך לחם הפנים
אבער למעשה קען זיך אמאהל מאכען אז עיניים להם ולא יראו, ווייל השוחד יעור איני חכמים,
כמש"כ בראש אמרינו, והראיה פון דער מגדף, ווי עס שטייט אין עץ יוסף אז הגם ער האט געקענט זעהן דער נס אז עס האט זיך געהאלטען פריש,
דאך האט ער מלגלג געווען, ווייל ווי ר' אלחנן זצ"ל שרייבט אין זיין מאמר על האמונה אז שוחד מיינט לאו דוקא געלט,
נאר כל מיני זעלבסט-אינטערעסען האט א כח ווי שוחד, און ממילא זעהט מען נישט, ווייל עס איז דאך טאקע מעוור עיני חכמים
ממילא דארף מען עפענען די אויגען דורך א ריכטיגע הכנה
דורך קבלת התורה און דורך תפילה ווי מען בעהט והאר עינינו בתורתך, אז אונזערע אויגען זאלען קענען דערזעהן דורך דעם תורה-שפאקטיוו,
ובזכות זה וועלען מיר זוכה זיין לראות עין בעין בשוב ה' ציון בב"א
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 11:19 am
דורך טייבעלע
א יופי א הדר, געוואלדיג, הערליך שיין און באלערענד.
א דאנק פאר דאס מיטטיילען מיט אונז, און אונז דערמיט מהנה זיין.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 12:33 pm
דורך לכאורה
גאר גאר גוט, מיר זענען מקנא דעם שמחת יו"ט פון די וואס הערן דאס לעבעדיג, מפורש יוצא מפי הרב מ'ווילקאמיר בעצם יו"ט שבועות.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 1:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
אשרינו אשרינו אשרינו, שיש לנו רבי כזה,
אשרינו אשרינו אשרינו, שיש לנו רבי כזה,
.........
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 2:54 pm
דורך ווילוויסן
כפתור ופרח האדמור שליטא מפיק מרגליות, יעזור ה' שעוד תנוב בשיבה בדשן ורענן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:51 pm
דורך ?אפשרטאקע
אוואו וועט מען קענען הערן דעם דרשה?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:45 am
דורך msp
די דרשה וועט בעז"ה זיין ליל ב' דיו"ט בביהמ"ד דמשק אליעזר ד'פרעסטוויטש קינגס ראוד בין מנחה למעריב
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:56 am
דורך ?אפשרטאקע
עיר?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:47 pm
דורך msp
פרעסטוויטש אשר בגלילות מנשסתר באיי ענגלאנד
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:35 pm
דורך SPUSMN
אויס צו קישען; צפיחית בדבש.
א יישר כח פאר די טרחא דאס ארויס צו שרייבען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 8:53 pm
דורך למעלה משבעים
הערליך שיין!!! א גרויסן דאנק אייך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:31 am
דורך שאינו יודע
יישר כח הרב מנחם שלום, כפתור ופרח, עס איז א זכי' אז אזא איד דרייט זיך דא ארום.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 12:33 pm
דורך msp
עס איז מיר א פארגענוגען אז דבריי מצאו חן בעיניכם
לבקשת אחד מידידיי אבוא פה להרחיב קצת ביאור בענין פסול דמצהב"ע ביי קרבנות
און ווען עס איז נאר שייך דער פסול פון ממשקה ישראל
מצוה הבאה בעבירה איז נאר שייך צו זיין א פסול אויב אין די עצם פעולה פון ברענגען דעם קרבן
ווערט אפגעטוהן אן עבירה
אבער אויב ער ברענגט למשל א מנחה מן החדש נאך פאר דער היתר העומר האט ער דא נישט געטוהן קיין עבירה
וויבאלד אז דער איסור פון חדש איז נאר אנ'איסור אכילה, און ווען איינער ברענגט די מנחה איז נישטא אין די הבאה קיין איסור
דער איינציגער פראבלעם איז אז למעשה איז עס א זאך וואס ער קען נישט עסען
אויף דעם איז דא א פסול פון ממשקה ישראל
אז די תורה פארלאנגט אז א קרבן דארף זיין ראוי לאכילה
נאך אנ'אינטערעסאנטע נקודה איז דא לגבי מצהב"ע דורך עובר זיין אויף א מצות עשה
ווי מיר האבען געברענגט פון שחרור עבד כנעני
איז דא א שטיקעל אין נודע ביהודה פון זיין איידעם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=397ווי ער פרעגט אויף דעם ריב"א וואס האלט אז אין עשה דוחה לתו"ע אז דאס מיינט אז דער עשה איז טאקע יא דוחה דעם ךאו
נאר עס בלייבט קעגען אים דעם עשה, וממילא האט די דחייה נישט אויפגעטוהן
פרעדט ער אז אויב אזוי דורך דעם קיום העשה וואס איז דוחה דעם לאו איז ער דאך עובר אויף די עשה
ממילא דארף זיין מצוה הבאה בעבירה, און אויב אזוי בלייבט ער אהן א עשה מעיקרא
און דער נודע ביהודה ענטפערט אז איין עשה קעגען אנאנדערע עשה וועט זיין דער כלל פון מאי אולמא האי עשה מהאי עשה
ע"ש