בלאט 1 פון 1
דרשה לחג הפסח תשע"ג לפ"ק הבע"ל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:46 am
דורך msp
א
די מצוה פון סיפור יציאת מצרים איז א מצוה הנוהגת אויף יעדער איד
וכמ"ש בעל המגיד "ואפילו כולנו חכמים כולנו נבונים כולנו יודעים את התורה מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים"
איז דא א שוועריקקייט
אויב באמת ווייסט מען די מעשה און מען געדענקט עס פון פאר איאהר
וואס איז שייך סיפור?
דער בריסקער רב הגרי"ז זצ"ל האט געטייטשט אויף דעם פסוק ויספר משה לחותנו את כל אשר עשה אלקים
אז משה רבינו האט דא אריינגעכאפט דער ערשטע געלעגענהייט מקיים צו זיין "ויספרו מעשיו ברינה"
ווייל אלע אידען האבען דאך אליין מיטגעלעבט די גאנצע יציאת מצרים
איז נישט שייך זיי צו דערציילען די מעשה
אבער ווען יתרו איז געקומען פון דער ווייטענס
האט ער דאך נישט געוואוסט אלע איינצעלהייטען
האט משה רבינו אים דערציילט די גאנצע מעשה און אזוי מקיים געווען ויספרו מעשיו ברינה
אויב אזוי איז דאך שווער ווי אזוי איז מען מקיים סיפור יציאת מצרים אויב אלע ווייסען שוין די מעשה
וביותר איז שווער דאס וואס שטייט אין רמב"ם אז אפילו אויב איינער זיצט נעבעך אליין ביים סדר
אז ער דארף אויך זיך אליין פרעגען די מה נשתנה און ער דארף זיך אליין ענטפערען עבדים היינו
וואסארא מין סיפור איז דאס?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:55 am
דורך msp
ב
אין רמב"ם בסהמ"צ מ"ע קנ"ז ברענגט ער א מערקווירדיגע לשון המכילתא
עס שטייט והגדת לבנך, אין לי אלא בזמן שיש לו בן, בינו לבין עצמו, בינו לבין אחרים מנין
ת"ל ויאמר משה אל העם זכור את היום הזה אשר יצאת ממצרים מצוה
איז משמע אז עס זענען פארהאנען צוויי חיובים
א' והגדת לבנך און ב' זכור את היום הזה
אזוי לערנט טאקע אויך דער מנחת חינוך מצוה כ"א אז עס זענען צוויי אהנאפהענגיגע חיובים
איינער אויף ווען ער האט א זוהן און איינער אויף ווען ער זיצט אפילו גאנץ אליין
לפי זה איז מעגליך צו זאגען אז אין הכי נמי אויב ער וויל מקיים זיין מצות והגדת דארף מען ערפילען אלע תנאים פון הגדה וסיפור
אבער אויב נאר די מצוה פון זכור את היום הזה פעהלט דעמאלס נישט אויס די תנאים
ווייל דעמאלס איז דאס נאר א הזכרה צו זיך אליין
אבער עס בלייבט דאך נאך אלץ שווער פארוואס אויב אזוי דארף ער זיצענדיג אליין זיך מזכיר בדרך שאלה ותשובה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:02 am
דורך msp
ג
אין מעשה רב פון גאון זצ"ל שטייט אז ער פלעגט זאגען די הגדה בקול רם וכולם שומעים
למעשה דאכט זיך אז דער מנהג הרווח איז אז אלע זאגען צוזאמען הויך
קומט אויס אז לכאורה קיינער הערט נישט פון צווייטען
אין פסחים קט"ז ע"ב איז קלאהר משמע אז עס איז גענוג אויב איינער זאגט בקול רם און אלע זענען יוצא
די סוגיא דארט מאטערט זיך נאר וויאזוי רב ששת און רב יוסף וואס זענען געווען סומים
און וואס קענען נישט זעהן די מצה ומרור זאלען קענען מוציא זיין
און די גמרא האט נאר איין אויסוועג צו זאגען אז זיי האבען געהאלטען אז אפילו מצה איז דרבנן בזמה"ז
און די פשטות ההבנה איז דאס יוצא זיין גייט דורך שומע כעונה
און אזוי שטייט אין שו"ת חת"ם סופר חלק או"ח סימן ט"ו אז מען קען יוצא זיין מצות סיפור יציאת מצרים דורך שומע כעונה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:16 am
דורך msp
ד
דער חת"ס דארט איז מאריך אין דעם ענין און ער איז מחדש דארט אז עס זענען דא דריי קאטעגאריעס
א' דארט ווי עס פאדערט זיך נאר א מעשה גרידא און אויף דעם העלפט שלוחו של אדם כמותו
ב' א דבר שבגופו אזוי ווי תפילין אדער ישיבת סוכה ווי קיין שליחות וועט נישט העלפען
ג' דיבור, וואס דער חת"ס נעמט אהן איז א דבר שבגופו, וממילא קען מען נישט יוצא זיין על ידי שליחות,
קען מען נאר יוצא זיין על ידי שומע כעונה
[ובאמת יש להעיר שלפי ההבנה בדבר שבגופו שייסד הקצות סימן קפ"ב ק"ק לומר שדיבור הוא דבר שבגופו
לפי שהוא צריך להיות בביטוי שפתיים יותר מפעולה אחרת הנצרך לידו או רגלו ואעפ"כ אינו נחשב לדבר שבגופו,
ועוד יש להעיר שהחת"ס נקט בפשטות דהא דבשילהי ראש השנה לענין ש"ץ מוציא העם שבשדות לא שייך אלא בר"ה
ולא שייך להכא כלל, ובאגרת הקודש להרב בעל התניא מבואר שזה שייך בכל השנה]
און דער חת"ס איז מסיק דארט אז ביי סיפור יציאת מצרים איז שייך יוצא זיין דורך שומע כעונה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:24 am
דורך msp
ה
הג"ר בצלאל הכהן זצ"ל דומ"ץ ווילנא איז אמאהל געווען אין טריעסט שבת פ' שופטים אלול בברכ"ת לפ"ק
ער ברענגט דאס אראפ אין זיין ערשטע ספר ראשית ביכורים סימן ד'
די סיבה פארוואס ער איז געווען אין טריעסט איז געווען וועגען די אתרוגי קורפו
דארט אין זייער שוהל פלעגט מען דוכנ'ען שבת ביי שחרית
און מען האט אים מכבד געווען צו זיין דער כהן המברך בקול רם און די אנדערע כהנים זענען יוצא דורך שומע כעונה
און זיי הערען נאר די ברכות און אזוי ארום זענען זיי יוצא מצות כה תברכו
דאס איז אויף וואס דער בית הלוי עה"ת סוף חלק בראשית באציהט זיך
ער דינגט זיך גאר שטארק דארט אז עס איז גאר נישט שייך יוצא זיין ברכת כהנים דורך שומע כעונה
ווייל ביי ברכת כהנים פאדערט זיך קל רם כאדם המדבר לחבירו
און זיין שמיעה איז נישט בקול רם און ווערט נישט געהערט דורך דעם ציבור
אבער דאגעגען דער חזון אי"ש קריגט זיך אויף דעם בית הלוי און האלט אז עס איז נישטא קיים פראבלעם מיט קול רם
ווייל דער דיבור קול רם פון דעם משמיע איז זיך מתייחס צום שומע
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:31 am
דורך msp
ו
הגר"נ געשטעטנער זצ"ל שטעלט צו די מחלוקת הראשונים לגבי איינער וואס האלט נאך אין זיין שטילע שמו"ע
און דער ש"ץ האלט שוין ביי קדושה, וואס זאל ער יעצט טוהן
רש"י האלט אז ער זאל שטיל בלייבען און אויסהערען קדושה פון דעם ש"ץ און יוצא זיין אלץ שומע כעונה
און תוס' האלטען אז ממ"נ אויב איז ער אזוי יוצא הייסט עס דאך מפסיק געווען אין מיטען זיין שמו"ע
וואס איז דאך אנ'איסור
און הגר"נ איז מסביר אז רש"י האלט אז די לומדות פון שומע כעונה איז ווי דער בית הלוי אז ער איז יוצא דורך שמיעה
ממילא הייסט דאס נישט קיין הפסק
און תוס' ווידער האלטען ווי דער חזו"א אז דער דיבור פון דעם ש"ץ איז זיך מתייחס צו אים וממילא וועט עס הייסען א הפסק
נאך א צושטעל נראה לענ"ד פון די מחלוקת הפוסקים לגבי שמיעת דברים שבקדושה לפני ערוה
ווייל הרהור איז מותר און דיבור איז דאך אסור
אבער אויב ער הערט איז דא א מחלוקת צו עס איז מותר ולכאורה גם זה יתכן דתלוי בפלוגתא דהבית הלוי והחזו"א
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:41 am
דורך msp
ז
אחרי ככלות הכל איז אבער גאר שווער לפי דעם בית הלוי ווי אזוי קען מען יוצא זיין מצות סיפור יציאת מצרים דורך שומע כעונה
עס איז דאך אוודאי א מצוה צו זאגען בקול רם כדי יענער זאל הערען
וויל מען זאגען אזוי ווי דער מנחת חינוך בדיוק לשון הרמב"ם בסהמ"צ מהמכילתא אז עכ"פ שומע כעונה וועט העלפען
אויף די מצוה פון זכור את היום הזה, האבען מיר אבער שווער געבליבען
אז לפי זה איז בינו לבין עצמו פארוואס דארף ער זאגען די הגדה בדרך שאלה ותשובה
נאר אפשר קען מען זאגען א ווארט אזוי
אז היות די מצוה איז צו דערציילען צום צווייטען די סיפור יציאת מצרים
איז ממילא מוכרח עס זאל זיין א מספר און א שומע
ממילא איז דער שומע מקיים די מצוה מכח זיין חלק אין די מצוה
און נישט ווייל זיין שמיעה דארף ווערען גערעכענט ווי א דיבור
און דערפאר דארף דער שומע נישט צוקומען צו שומע כעונה אויף יוצא צו זיין מצות סיפור יצי"מ
[די סברא עינדעלט אביסעל צו דעת היראים אז אויך די בני ישראל זענען מצווה מקיים צו זיין מצות ברכת כהנים
עכ"פ אלץ מתברכים מפי הכהנים]
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:47 am
דורך msp
ח
לפי אזא יסוד וואלט מען געקענט פארענטפערען א הארבע קשיא פון מהרש"ק אויף א פרמ"ג
דער פרמ"ג אין משבצות סי' תע"ד אות א בד"ה הא דאין, זאגט אז די סיבה פארוואס מען מאכט נישט קיין ברכה
אויף הגדה של פסח איז ווייל מען קען יוצא זיין על ידי הרהור אזוי ווי ביי ביטול חמץ
פרעגט אויף דעם מהרש"ק היתכן אזוי צו זאגען, עס איז דאך א מצוה פון והגדת, און אוודאי קען מען דאס נאר מקיים זיין
דורך קול רם דערציילענדיג דעם סיפור צום צווייטען
ולפי הנ"ל קען זיין אז וויבאלד עס מוזען דאך זיין שומעים וואס זענען יוצא דורך זייער שמיעה,
אהן צו מוזען צוקומען אז זייער שמיעה זאל הייסען בכלל געזאגט, ווייל דאס איז דאך די צורת המצוה,
אז עס מוז זיין א מספר און א שומע, קומט אויס אז די מצוה פון והגדת איז שייך יוצא צו זיין דורך שמיעה גרידא
עכ"פ אלץ דער שומע פון דעם מספר, און אזא שמיעה האט נאר א דין ווי הרהור, וא"ש הפרמ"ג
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 11:56 am
דורך msp
ט
אבער נאך אלץ וועט בלייבען שווער ווי אזוי קען עס הייסען סיפור אפילו אויב יעדער ווייסט שוין די מעשה בפרטי פרטים
און נאך וואס איז שייך זיצענדיג אליין זיך פרעגען און ענטפערען
ועוד אז אין רמב"ם ה' חו"מ פ"ז ה"א איז משמע דלא כהמנחת חינוך וואס זאגט אז עס זענען דא צוויי מצוות
א' מצות והגדת לבנך וב' מצות זכור את היום הזה אשר יצאתם ממצרים
ווייל דארט זאגט ער: מצ"ע של תורה לספר בנסים וכו' בליל ט"ו בניסן שנא' זכור את היום הזה אשר יצאתם ממצרים,
כמו שנאמר זכור את יום השבת לקדשו, ומנין שבליל ט"ו, ת"ל והגדת לבנך ביום ההוא לאמר בעבור זה,
בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, ואע"פם שאין לו בן, אפילו חכמים גדולים חייבים לספר ביצי"מ
איז דאך משמע אז ביידע זענען משלים איינער דעם צווייטען און אז עס איז נאר דא איין מצוה
פון סיפור יציאת מצרים, נאר ביידע פסוקים איז בא זה ולימד על זה
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 12:04 pm
דורך msp
יוד
ואשר על כן נראה צו זאגען אז בעצם איז די מצוה נישט קיין סיפור ממש
נאר א חיוב זיך מזכיר צו זיין בדרך סיפור, עס זאל האבען די צורה פון א סיפור
און דערפאר פארלאנגט זיך נישט די תנאים וואס זענען נארמאל פארהאנען ביי סיפור ממש
אזוי ווי אז עס מוז זיין א זאך וואס מען ווייסט נישט ווי הגרי"ז
און מען קען זיך אליין מזכיר זיין, נאר אפילו דעמאלס דארף עס זיין מיט די צורה פון סיפור
דהיינו זיך פרעגען און זיך ענטפערען
און עס איז באקאנט פון הגר"ח אז עס זענען דא פארשידענע חילוקים צווישען די מצוה פון זכירת יצי"מ כל השנה
און זכירת יצי"מ בליל פסח, און איינס פון זיי איז אז א גאנץ יאהר איז גענוג מיט א הזכרה כל דהו
אבער פסח ביינאכט דארף עס זיין באופן של שאלה ותשובה, און טאקע אפילו אויב ער איז אליין,
דארף ער זיך פרעגען און ענטפערען
דער מנחת חינוך טאקע האלט אז אויב ער איז אליין איז נאר דא אויף אים די מצוה פון זכירת יצי"מ פון א גאנץ יאהר,
אבער אויף דעם איז שווער אז אויב אזוי מיט פ' ציצית האט ער שוין יוצא געווען, און פארוואס דארף ער עס זאגען
בדרך שאלה ותשובה, נאר לכאורה איז אויסגעדרינגען אזוי ווי ר' חיים הנ"ל
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 12:14 pm
דורך msp
יא
בדרך דרוש קען זיין אז די סיבה פארוואס מען דארף אפילו ווען מיר זענען גאנץ אליין אויך פרעגען און ענטפערען
איז ווייל אדרבה דורך פרעגען און ענטפערען ווערט א זאך אסאך קלאהרער
אזוי ווען מען לערנט מיט א ניגון און מען פרעגט זיך און מען ענטפערט זיך ווערט דער לימוד מער מוסבר
און טאקע אין אידישקייט און אמונה ענינים זענען שאלות א גוטע זאך
ווילאנג מען איז טאקע אינטערעסירט אין א תשובה
באקאנט די מעשה מיט דעם שנה ופירש'ניק פון וואלאזשין
וואס האט זיך געטראפען מיט ר' חיים סאלאווייטשיק
און ר' חיים פרעגט אים: זאג מיר נאר, פארוואס ביזטו אפגעפאהרען?
זאגט ער: ווייל איך האב געהאט קשיות
זאגט ר' חיים: קשיות קען איך פארענטפערען, אבער זאג מיר דער אמת'ער אמת, זענען די קשיות געשומען צו דיר
פאר דאס ערשטע ציגארעטעל אויף שבת, אדער נאך דעם
זאגט ער: רבי, איך מוז מודה זיין, זיי זענען געקומען נאך דאס ערשטע ציגארעטעל שבת
זאגט אים ר' חיים: אויב אזוי זענען דאס קיין קשיות נישט, דאס זענען תירוצים,
קשיות קען איך פארענטפערען, תירוצים קען קיינער נישט פארענטפערען....
די זעלבע זאך איז דער חילוק פון בן החכם און בן הרשע
דער בן החכם פרעגט, והיה כי ישאלך, ער וויל אנ'ענטפער
דער בן הרשע זאגט, והיה כי יאמרו עליכם בניכם, ער פרעגט נאר א רעטארישע קשיא
ער וויל נישט קיין ענטפער, זיין קשיא איז זיין ענטפער....
זאלען מיר זוכה זיין מקיים זיין והגדת לבנך און זעהן נחת פון אונזערע קינדער און אייניקלעך
ובא לציון גואל בב"א
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 5:19 pm
דורך למעלה משבעים
הערליך שיין! א דאנק פארן טירחא, עס האט זיך געלוינט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 5:33 pm
דורך טייבעלע
לעכטיגע וואוילע רייד, א דאנק.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 8:12 pm
דורך יוראפ
למעלה משבעים האט געשריבן:הערליך שיין! א דאנק פארן טירחא, עס האט זיך געלוינט.
טייבעלע האט געשריבן:לעכטיגע וואוילע רייד, א דאנק.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:26 pm
דורך לוי יצחק
למעלה משבעים האט געשריבן:הערליך שיין! א דאנק פארן טירחא, עס האט זיך געלוינט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 18, 2013 8:36 am
דורך msp
שכוח אלע פאר אייערע דברי חיזוק
עס שאפט א סיפוק
א נפק"מ קען כאפען צווישען דער מהלך פון חת"ס אז שומע כעונה ארבעט ביי סיפור יציאת מצרים
און דער מהלך אז די צורת המצוה פון סיפור פאדערט א מספר און א שומע
און דער שומע איז יוצא מחמת זיין אייגענע ראלע אין די צורת המצוה
איז אויב דער מספר האט אין זינען יעצט נישט יוצא צו זיין
איז אלץ שומע כעונה קען ער מוציא זיין דורך ערבות ווייל אויף צו קענען מוציא זיין
פעהלט נישט אויס יעצט ממש אליין טוהן די מצוה עס איז גענוג אז ער איז א בר חיובא
אבער אויף צו שאפען די צורת המצוה איז מסתבר אז דער מספר דארף יעצט געהעריג טוהן די מצוה פאר זיך אליין
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 18, 2013 10:06 am
דורך זאלץוואסער
הערליך שיין און קלאר...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 4:29 pm
דורך SPUSMN
א דאנק אייך הרב מנחם שלום פאר נעמען די טרחא און אונז איבער געבען דער שיינער דרשה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 8:57 am
דורך msp
ידידנו הרב טייבעלע נ"י האט מיר מעורר געווען איבער דעם מפורסמ'דיגע תירוץ אויף תוספות' קשיא אז ממ"נ
אויב איז מען יוצא בשמיעת הקדושה איז עס דאך א הפסק, און אויב איז נישט קיין הפסק, האט מען נישט יוצא געווען קדושה
ברענגט ער א תירוץ בשמו פון הרב המגיד הגדול ממעזריטש זי"ע ואני שמעתיו בשם היהודי הק' זי"ע
אז ביי אידען גייט אזוי: מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה
ממילא די מחשבה טובה אויף יוצא צו זיין קדושה אין מיטען זיין אייגענע שטילע שמו"ע איז זיך מצרף למעשה
אבער די מחשבה רעה אז עס זאל שאפען א הפסק אין זיין שמו"ע דאס וועט נישט מצטרף ווערען למעשה עכ"ד
לפי זה זעהט אויס אז עס האט נישט ממש מיט שומע כעונה, נאר מער מיט כוונה צו וועלען טוהן א מצוה אבער נאנס
און דערפאר איז נחשב כאילו עשאה
געראדע דער ענין פון מחשבה טובה און מחשבה רעה, וואס ביי גויים איז דאך פארקערט ווי ביי אידען,
איז א גרויסע נקודה אין גאולת מצרים
ווייל דאס וואס די ספה"ק שרייבען א טייטש אין דער פייט החודש אשר ישועות בו מקיפות, אז עס מיינט מלשון הקפה
דער רבש"ע גיט אויף קרעדיט, איז אויך ווייל דער רבש"ע האט אונז אויסגעלייזט פון מצרים
אויף דעם חשבון אז מיר ווילען און וועלען מקבל זיין די תורה אויף הר סיני און מחשבה טובה מצטרפת למעשה
אבער ביי גויים ברענגט מען פון לבן הרמי אז ער האט געהייסען אובד אבי
הגם ער האט נישט אויסגעפיהרט, אבער דאך ווערט אים גערעכענט ווי ער האט יא געטוהן
און די זעלבע זאך ביי פרעה און זיין פאלק
ווייל עס איז דא א מערקווירדיגע ילקוט שמעוני פ' בשלח רמז רמ"א
אז עוזא שרו של מצרים האט געטענה'ט צום באשעפער: למה אתה רוצה להטביע מצרים, כלום הטביעו בני מבניך או הרגו מהם?
שטעלט זיך אויף די האר אויף דעם קאפ
היתכן? אזא טענה? איז ער משוגע געווארען דער עוזא?
כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו איז גארנישט?
נאר קען זיין אז דער ילקוט דארט פריער זאגט אנ'אינטערעסאנטע לשון אין רמז רל"ו
שבמחשבה שחשבו מצרים לאבד את ישראל, בה אני מאבדן, הם חשבו לאבד את בני במים, אף אני לא אפרע מהן אלא במים
זעהט אויס אז עס איז געווען במחשבה
און אזוי שטייט טאקע אין ילקוט פ' שמות רמז קס"ה רבי שילא אמר כל הילדים שהשליכו היה היאור פולט אותם במדבר
והיה הקב"ה מביא סלע בפי כאו"א, וסלע מצידו והסלע שביניהן היה מניק אותן דבש וחלב
קומט אויס אז למעשה זענען זיי טאקע נישט דערטראנקען געווארען
און עוזא איז גערעכט
אבער זייער מחשבה איז געווען צו מטביע זיין
און ביי גויים הקב"ה מצרפה למעשה.....
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 9:27 am
דורך טייבעלע
זייער שיין, א דאנק.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 9:44 am
דורך NiesNow
can we have it all in one PDf file please?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 11:47 am
דורך שאינו יודע
מנחם שלום, נישט דער מהר"ם שיק זאגט די געדאנק?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 3:06 pm
דורך msp
וועלכע געדאנק?