שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

פרישער גליון פון "אור עינינו" חשון ע"ו

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 7&gil=1513
אטעטשמענטס
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אוי האט רבי מיילעך בידערמאן מיך צונומען די וואך... האב איך געטראכט צו מזכה זיין מיינע טייערע קאלעגעס דא. נא לאמיר איהם איבערגעבן די מייק:

רבותי עס איז דא א ווארט אין דברי שמואל די וואך וואס דארף אריינגיין אין מח פון א בחור א יונגערמאן.. ליעול ולא ליפוק.. און מען דארף דאס חזרן און חזרן.

נישט קיין הימלישע ווארט.. פשוט ביזנעס גערעדט..

שטייט די וואך וימאן מיט א שלשלת.. אסאך פשטליך איזדא דערויף.. אבער די דברי שמואל זאגט א פשוט'ע פשט, ביזנעס גערעדט..

א יונגערמאן ארבייט פאר פרנסה פון צופרי ביז ביינאכט.. ווערט א גביר פון דעם? אה.. מאכן אפאר טויזענט דאללער.. פרנסה אפשר בהרחבה.. חתונה מאכן בצמצום..ער וועט ארבעטען נאך שווערער פון פארטאגס עד צאת הנשמה וועט ער נאך אלץ קיין גביר נישט ווערן.

פון וואס ווערט מען א גביר? א גביר ווערט מען פון איין ביזנעס אינמיטן טאג, א גוטן ביזנעס געלונגען, קען ער מצליח זיין און ווערן א מיליאנער! אויב גאר שטארק מצליח ווערט ער א ביליארדער!

דאס זעלבע ביזנעס - זאגט ער - מאכט די אייבערשטער מיט דיר... כ'האב דיר געהייסן לערנען.. כ'האב דיר געהייסן דאווענען..

נישט דאס אליין מאכט א גביר! (אוודאי דארף מען דאס אלעס טוהן. אבער א גביר ווערט מען נאכנישט)

איין וימאן אינמיטן טאג, מאכט א שלשלשת למעלה!!

איין וימאן אינמיטן טאג האט איהם געמאכט פאר א משנה למלך!

רבותי איך וואלט יעצט געדארפט זאגן אגוטע נאכט, זאל די עולם אהיים גיין מיט די ווארט.. און עס אריינעמען אין קאפ.......
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שיין!
הק' איש ימיני
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

זייער שיין
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

ווי קען מען הערען ר' אלימלך רעדן יעדע וואך?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

מי הוא זה האט געשריבן:ווי קען מען הערען ר' אלימלך רעדן יעדע וואך?

אויף קןל הלשון 7189066400 דערנאך דרוק
3 פאר יודיש,
4 פאר מוסר און חסידות,
16 פאר ר' אלימלך בידרמן

אדער אויף די מאביל עפפ פון קול הלשון
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר כח פריילאך!
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

לעצטנס ווערט פראקלאמירט אויפן ליין א גורל פון טויזנט דאלער
שטארק געאפדעיט לעצטנס מיט פרישע שיעורים, מעשיות, עצות, געדאנקען, שו"ת
אטעטשמענטס
שטארק געאפדעיט לעצטנס מיט פרישע שיעורים, מעשיות, עצות, געדאנקען, שו"ת
שטארק געאפדעיט לעצטנס מיט פרישע שיעורים, מעשיות, עצות, געדאנקען, שו"ת
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
פריילאך האט געשריבן:אוי האט רבי מיילעך בידערמאן מיך צונומען די וואך... האב איך געטראכט צו מזכה זיין מיינע טייערע קאלעגעס דא. נא לאמיר איהם איבערגעבן די מייק: רבותי עס איז דא א ווארט אין דברי שמואל די וואך וואס דארף אריינגיין אין מח פון א בחור א יונגערמאן.. ליעול ולא ליפוק.. און מען דארף דאס חזרן און חזרן. ...פון וואס ווערט מען א גביר? א גביר ווערט מען פון איין ביזנעס אינמיטן טאג, א גוטן ביזנעס געלונגען, קען ער מצליח זיין און ווערן א מיליאנער! אויב גאר שטארק מצליח ווערט ער א ביליארדער!

דאס זעלבע ביזנעס - זאגט ער - מאכט די אייבערשטער מיט דיר... כ'האב דיר געהייסן לערנען.. כ'האב דיר געהייסן דאווענען..
נישט דאס אליין מאכט א גביר! (אוודאי דארף מען דאס אלעס טוהן. אבער א גביר ווערט מען נאכנישט) איין וימאן אינמיטן טאג, מאכט א שלשלשת למעלה!! איין וימאן אינמיטן טאג האט איהם געמאכט פאר א משנה למלך!
רבותי איך וואלט יעצט געדארפט זאגן אגוטע נאכט, זאל די עולם אהיים גיין מיט די ווארט.. און עס אריינעמען אין קאפ.......

יישר כוח, קורץ און שארף, זייער שארף, און זייער טיף. הייליגער באשעפער העלף מיר זאלן טאקע זוכה זיין דערצו.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

יישר כחכם! חזק חזק ונתחזק!

האמער עס געהאט נאכגעשריבן פונעם טעלעפאן... יעצט געליינט אינעם קונטרס אביסל בשינוי לשון
אטעטשמענטס
Capture1.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

נאך עטליכע פנינים פונעם גליון "מבאר רבותינו"
אטעטשמענטס
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

מי הוא זה האט געשריבן:ווי קען מען הערען ר' אלימלך רעדן יעדע וואך?



באם הנך יודע על ידיד שרוצה לקבל את השיעורים, העבר לו את כתובת זו, ושישלח הודעה

[email protected]
"אני מעוניין לקבל כל שבוע את השיעור במייל"

יש לכתוב שם מלא בעברית ולציין באיזה שפה הוא רוצה אידיש/עברית


בברכת להגדיל תורה ולהאדירה
אויכעט
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 10:15 pm

אין אדם שומע לי ומפסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויכעט »

איך וויל מיטטיילען א סיפור וואס קען זיין א שטארקע חיזוק אין שמירות ענים.
די מעשה איז נאנט צו מיר און האט פאסירט ביי א נאנטער אין מיין משפחה
און איך האב כסדר מיטגעהאלטען .
די מעשה גייט אז א יונגערמאן האט אנגעהויבן צו האבן א ירידה אין שמירת עניים ממדריגה למדריגה ביז השם ישמרינו ער האט נעבאך זיך אנגעזעהן מיט כל דבור אסור אויף די כלים,
טאג איין טאג אויס , ממש עדיקטעט שרעקליך ...
מקען זיך שוין פארשטעלן וויאזוי די קאפ פון אזא יוד טראכט רח"ל ,
וויאזוי מען דאווענט - שבת - שלום בית
ועוד ועוד...
ביז די רבש"ע האט דאס ממש אפגעשטעלט מיט געוואלד ...
די יונגערמאן האט אנגעהויבן צו כאפן אזוינע פעטש אז ער האט זיך געמוזט נעמען אין די הענט אריין ..
אנגעהויבן האט זיך עס מיט געלט שטראפען ...
מהאט אנגעהויבן שניידן זיינע שעות פארלוירן זיין געהעריגע אינקאם יעדע וואך.
אבער ער איז ווייטער ליידער אנגעגאנגען מיט ראיות אסורות
די נעקסטע זאך איז געשעהן אז מהאט אים פשוט אפגעזאגט פון זיין זשאב !..
אבער נאך אלץ נישט
נאר ליידער האט ער באקומען מער פרייע צייט והתוצאות היתה נורא
וויפיל צייט ער האט פארברענט אויף די כלים יומם ולילה ה"י,
ביז ער האט געכאפט א שטיקל קיצל ווען סאיז אדורך אפאר חדשים און האט נישט געהאט ממש א פרוטה
אויך האט זיך געמאכט אז די שטאט האט געמאכט א נישט נארמאלע טעות מיט די שטאטישע הילפען
(יא דאס קען אויך אמאל פאסירן..) און זיי האבן אפגעהאקט אפאר חדשים
על לא דבר .
וואס האט גארנישט געהאט מיט זיין אייגענעם טעות (ווי איר וועט שוין ליינען)
און האט זיך גענומען בחשבון אז ער דארף זיך טוישן
וביני לביני האט ער זיך טאקע פארבעסערט און אין א קורצע צייט האט ער געטראפען א דזשאב !

און ממש דעמאלס האט ער זיך געכאפט אז ער האט
געמאכט א גראבען טעות מיט די שטאטישע הילפען (איך קען נישט זאגען פרטים ודו"ק..)
וואס מיט ס"ד האט ער עס געכאפט בעצייטענס וואס אויב נישט ... תוצאותיו מי ישוער...

אבער נאך א וויילע איז ער נעבעך צוריק געפאלען ,
דאן האט ער זיך באמערקט אז ער האט עפעס אויף זיין קערפער...
און נאכן גיין צום פשוטען דאקטער האט ער אים געהייסן אויסטשעקן ביי א גרויסן דר.
האט זיך אנגעהויבן מיט דר. אפוינטמענטס, mri 's בקיצור סגעווען לעבעדיג , ער האט פארברענגט שעות ביי וויזיטס ביים דאקטערס אפיס..

אויך אין יענע צייט האט ער געהאט א קינד וואס איז געבוירן וואס האט זיך געמאכט א פראבלעם וואס ער האט נישט געהאט ביי קיינם פארדעם נישט א געווענליכן פראבלעם , נישט קיין ערענסטע אבער דאס וואלט אים געקענט אריין שלעפן אין אסאך הוצאות און מיט דר. וויזיטס.

און נאך אפאר אינטערסאנטע געשענישען וואס מקען נישט אלעס דא ארויפברענגען
די יונגערמאן זאגט מיר
איך האב געשפירט ווי די רבש"ע רופט מיר ביים נאמען
מיין קינד ווי ביזטו ? קום צוריק!, איך שיק דיר די אלע פעטשלעך אז די זאלסט שוין אפלאזען די עבירות... און אז נישט וועל איך דיר בע"כ מאכן צוריק קומען ..
ממש ממש אזוי האט ער געשפירט
און צי דעם האט ער ביי זיין נייע ארבעט באקומען א שוואכע געהאלט

ביז ער האט זיך גענומען אין די האנט
און געלייגט א פעסטן פילטער אויף זיינע כלים
און מער נישט געקראכן ווי מדארף נישט
און ער זאגט אז די אלע פעטשלעך קומען אים היינט צינוץ לעת נסיון ,
למעשה נאך א קורצע צייט
האט ער באקומען א רעיס אין די ארבעט כמעט דאפעלט ..!
און ער זעהט כסדר ווי מער ער שטייגט אין שמירת עניים , זעהט ער א ברכה במעשה ידיו .

מזעהט פון דעם
ווי ווייט די רבש"ע קוקט ארויס אויף יעדן יוד ער זאל ווערן ערליכער .


.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שלום עליכם @אויכעט,
א דאנק פארן אפשרייבן.
הק' איש ימיני
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

שמירת העיניים אצל הרב שטיינמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

שמירת העיניים
הפגישה הראשונה של מרן ואשתו: "שמתי מטפחת על העיניים"
"חששתי שאולי הנערה לא תרצה אותי ואז גרמתי לעצמי לראות נערה ולטמא עיניים ח"ו": כך התנהלה הפגישה הראשונה בין מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן ורעייתו הרבנית תמר ע"ה
מי כעמך ישראל!
אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2009 9:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאן »

FREEDOM האט געשריבן:שמירת העיניים
הפגישה הראשונה של מרן ואשתו: "שמתי מטפחת על העיניים"
"חששתי שאולי הנערה לא תרצה אותי ואז גרמתי לעצמי לראות נערה ולטמא עיניים ח"ו": כך התנהלה הפגישה הראשונה בין מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן ורעייתו הרבנית תמר ע"ה


זייער אינטערסאנט!
איך וועל צולייגן וואס איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס האט אמאל געפרעגט ר' חיים פלאהר שליט"א פון מאנסי אפאר יאר צוריק ווען ער איז געפארן קיין טראנטא אדער מאנטריאל מיט א פליגער אויפ'ן וועג אהין, און אויפ'ן וועג צוריק האט ער באשלאסן צו פארן מיט א קאר, האט אים די אינגעמאן געפרעגט וואס איז פשט?
זאגט ער אים: אויפ'ן וועג אהי איז געווען אזויפיל פריצות אינעם עירפארט, האב איך באשלאסן צו פארן אויף צוריק מיט א קאר!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

די אייבערשטער דארף דיין צוגארטעל!!


-----

שטארקע חיזוק ווערטער אין גליון "באר הפרשה"
אטעטשמענטס
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מה יקר האט געשריבן:לעצטנס ווערט פראקלאמירט אויפן ליין א גורל פון טויזנט דאלער
שטארק געאפדעיט לעצטנס מיט פרישע שיעורים, מעשיות, עצות, געדאנקען, שו"ת



יא אסאך פרישע חידושים. לאמיר עס דא מודיע זיין לתועלת הציבור הקדוש הזה..

קדושת העינים טעלעפאן סיסטעם
718-362-8845

1- שיעורים אין ספר והאר עינינו
2- דרשות דורך גדולי בעלי דרשנים
-1 ר' דן סגל. 2- ר' אפרים וואקסמאן. 3- ר' יחיאל טויבער 4- ישראל דוד שלעזינגער. 5- ר' אבא חייא טויבער. 6- ר' מתתיהו סאלאמאן. 7- ר' יעקב מאיר שעכטער. 8- ר' אברהם שאאר.
9- ר' דוד צבי מאיער ז"ל 10- ר' ישעי' ווייס. אדמו"ר מטאלנע. 12-ר' שמעקלא לייפער.
3- מעשיות און עצות וואס יודן פארציילן
4- הערליכע שיעורי שוש אשיש
5- שיעורי הלכה למעשה אויף התרחקות מעריות
6- שאלות און תשובות
7
8-וועכענטליכע שיעור פונעם משפיע הרב אהרן טויסיג פון ארץ ישראל
9- אינפארמאציע
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם וגו' (במדבר טו-לט). בפירושו על ספר תהלים כתב האבן עזרא על הפסוק (קיט-לז) "העבר עיני מראות שוא בדרכיך חייני, בזה הלשון: "כי חיי האדם יאריכו אם לא ילך אחר עיניו". מדור פלאות עדותיך - עלים לתרופה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גליון אז נדברו (פון וועם?) איז ארויס מיט א ספעציעלען איינמאליגן גליון אויף שמירת עינים בשם "עיני עיני"

כדרכו מאכט ער מלא מטעמים... ווי אויך פראקטישע עצות.. ער טענה'ט וואוינענדיג אין א פרייע שטאט, האט ער אסאך עקספערטיז אויפן פראנט..

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 6&gil=1831
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

געזען די וואך שבת אין א גליון בשם הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל, שבת איז געווען זיין יארצייט, בין איך עס מעתיק זאל עס זיין לעילוי נשמתו
א געוויסע דרייווער פון א קאר, וואס קיין גרויסער חכם איז ער נישט געווען, האט אמאל געפירט זיין קאר אויף שמאלע און געדרייטע וועגן; אזוי פארענדיג האט פלוצלונג פאסירט אז די פאדערשטע פענסטער'ס פון זיין קאר איז געווארן אנגעשמירט מיט א גאר מיאוס'ע זאך, און דער גאנצער פענסטער איז באדעקט געווארן דערמיט. פארשטייט זיך אז דאס האט זייער געגרוילט פאר דעם דרייווער און עס איז געווען גאר א אומאיינגענעמע זאך צו פארן מיט מיאוס'ע פארשמירטע פענסטער'ס פארנט פון זיך, אבער דער דרייווער פונעם קאר מאכט זיך נישט וויסענדיג און ער פארט ווייטער כאילו עס וואלט גארנישט פאסירט... יעדער בר דעת פארשטייט אז חוץ פון דעם פאראבלעם פון די מיאוס'ע פענסטער, איז דא אסאך א גרעסערע פראבלעם, דער דרייווער געפינט זיך יעצט אין א שרעקליכע סכנה, ער זעט דאך נישט ווי ער פארט! נאך עטליכע סקונדעס וואס ער פארט אזוי וועט ער זיך געפינען אויפן שפיטאל בעטל! עס איז דאך א סכנה נוראה צו פארן מיט א פארדעקטן פענסטער, און ספעציעל אויף די געדרייטע וועגן. אט דאס פאסירט מיט א איד וואס היט זיך נישט די אויגן, א איד האט דאך א תכלית החיים אויף דער וועלט, און דאס לעבן איז גלייך צו א שמאלע און געדרייטע וועג וואס דער מענטש דארף זיך כסדר שטארקן אויף זיינע נסיונות החיים און אכטונג געבן צו גיין אויפן ריכטיגן וועג און טון דעם רצון ה', אבער דאס קען נאר זיין אויב זיינע אויגן די פענסטער'ס פונעם מענטש זענען נישט פארשמירט מיט מיאוס'ע זאכן, ווייל אויב זענען זיינע אויגן פארשטעלט – – מיט ראיות אסורות, דאן זעט ער נישט דעם גלייכן וועג! ער ווייסט נישט וויאזוי צו דינען דעם רבש"ע, און ער פארלירט דעם חשק צו וועלן שטייגן אין עבודת ה', וואס דאס איז די גרעסטע סכנה פאר זיין רוחניות'דיגער לעבן
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

צו האט איינער די בריוו פון הרב יצחק הוטנר בענין שמירת עינים?
אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 5:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבגדהוזחטי »

שאינו יודע האט געשריבן:פון די אנדערע זייט, איז באקאנט די מעשה פון רבי'ן זצ"ל וואס ער האט געזאגט אז ער זעט נאר דעכער




---------


דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל האט זיך אמאל געפונען אין אן אכסניא, דער בעל אכסניא האט אריינגעשיקט זיין קליינע מיידל אריינצוטראגן עסן, דער צאנזער רב האט געזען, איז ער ארויסגעטאנצן פון פענסטער.

ביטע קום אריין קלארער מיט די מעשה פון רבין זצ"ל
יענקל לעדערמאן
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

בגליון אור העבודה שובבים מהרה"צ ר' הערשל פיש שליט"א רעדט ער פאר בחורים לגבי זיך פארנעמען, זאגט ער לערנען כמה שעות רצופות וכדו' קען מען זיך ארויסדרייען מ'איז נישט מסוגל, אבער שמירת עינים קען זיך יעדערער פארנעמען צו פארבעסערן, עס קאסט נישט קיין צייט, געלט, מ'דארף נישט האבן ספעציעלע כשרונות, ער זאגט גוט, ונזכה לקיימו בשלימות
אוועטאר
שמעיה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:19 am
לאקאציע: יודישע קווארטיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעיה »

די מעשה אויף הרב שטיינמאן מיט שמירת עיניים, איז נישט אמת...
געהערט בשם הרב שטיינמאנ'ס זון...
וואוט מיט סייעתא דשמעיא
וואוט נישט פאר סענדער, ער איז א גרויסע מערדער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”