שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג יוני 03, 2019 10:07 am

לב בשר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
אפשר שנעלער האט געשריבן:דורך געליינט אביסל די בלעטער און עס רינען מיר טרערן. מיר גיגעבן א ציפ. איך דארף שטארק חיזוק אין דעם, שוין זייער אסאך מאל פרובירט זיך פארבעסערן און זייער שטארק צוריק געפאלן, יעדע מאל נאך ערגער. שוין ממש מיואש געווארן פון קענען זיך צוריק כאפן. :-( :-(


א. וואס איז געווען לשעבר, זאל זיין די ערגסטע דורכפאל, האט געדארפט געשעהן אפילו אן עבירה (פרי הארץ


דעס איז זייער א האקעלע ענין. מ׳קען נישט ברענגען קיין גרויסע מושגים וואס שטייט אין ספרים און איבערטייטשן עברי טייטש, נאר עס דארף זיין אויף די אופן וויאזוי ערליכע אידן האבן עס געזאגט. אויב נישט קען מען האבן טעותים בעיקרי הדת.
האסטו געהערט דעם פרי ארץ (אדער אויף אן אנדערע אופן אז לאחר עבירה דארף מען וויסן, ס׳האט געדארפט געשעהן...) פון דיין טאטע אדער זיידע׳ס צדיק/רבי פון די לעצטע 100 יאר?

אודאי דארף מען וויסן וויאזוי עס צו נוצן אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו.

נ.ב. איך האב דאס געלערנט אינווייניג אין ספר׳ל. נישט געהערט פון עפעס א זיידע...
מ׳דארף מלחמה האלטן מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק אבער אויף די עבר דארף מען דאס וויסן. פארשטייט זיך אז מען טאר נישט פאלן צוליב דעם ווייל ס׳איז דא א בחירה.

כ׳בין נישט מחולק מיט דיר אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו. דו האסט עס געברענגט אויף למעשה.
כ׳האב נישט געשריבן ׳געהערט פון עפעס א זיידע׳, כ׳האב געשריבן ׳פון דיין זיידע׳ס רבי׳.
אין אנדערע ווערטער: האבן בעלזא רב, סאטמאר רב מונקאטש, באבוב, סקווירא, סקולען, ועוד זי״ע אונז אזוי געלערנט? אויב נישט, קענסטו נישט קומען און זאגן כהאב עס געזעהן אין א ספר.

זיי האבן אונז געלערנט פארקערט?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג יוני 03, 2019 1:48 pm

לויט ווי איך געדענק איז דאס געווען איינע פון די סיבות פון די התנגדות אין צאנז צו אישביצא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

פרידן
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג יוני 03, 2019 4:15 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
א. וואס איז געווען לשעבר, זאל זיין די ערגסטע דורכפאל, האט געדארפט געשעהן אפילו אן עבירה (פרי הארץ


דעס איז זייער א האקעלע ענין. מ׳קען נישט ברענגען קיין גרויסע מושגים וואס שטייט אין ספרים און איבערטייטשן עברי טייטש, נאר עס דארף זיין אויף די אופן וויאזוי ערליכע אידן האבן עס געזאגט. אויב נישט קען מען האבן טעותים בעיקרי הדת.
האסטו געהערט דעם פרי ארץ (אדער אויף אן אנדערע אופן אז לאחר עבירה דארף מען וויסן, ס׳האט געדארפט געשעהן...) פון דיין טאטע אדער זיידע׳ס צדיק/רבי פון די לעצטע 100 יאר?

אודאי דארף מען וויסן וויאזוי עס צו נוצן אבער אין המקרא יוצא מדי פשוטו.

נ.ב. איך האב דאס געלערנט אינווייניג אין ספר׳ל. נישט געהערט פון עפעס א זיידע...
מ׳דארף מלחמה האלטן מיט אלע כוחות זיך צו האלטן שטארק אבער אויף די עבר דארף מען דאס וויסן. פארשטייט זיך אז מען טאר נישט פאלן צוליב דעם ווייל ס׳איז דא א בחירה.

כ׳בין נישט מחולק מיט דיר אז אין המקרא יוצא מידי פשוטו. דו האסט עס געברענגט אויף למעשה.
כ׳האב נישט געשריבן ׳געהערט פון עפעס א זיידע׳, כ׳האב געשריבן ׳פון דיין זיידע׳ס רבי׳.
אין אנדערע ווערטער: האבן בעלזא רב, סאטמאר רב מונקאטש, באבוב, סקווירא, סקולען, ועוד זי״ע אונז אזוי געלערנט? אויב נישט, קענסטו נישט קומען און זאגן כהאב עס געזעהן אין א ספר.

זיי האבן אונז געלערנט פארקערט?

אין דברי יחזקאל זאגט שינאווא רב בערך די זעלבע געדאנק אויף ועתה אל תעצבו ואל יחר בעיניכם כי למחיה שלחני עיין שם

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג יוני 03, 2019 4:21 pm

ס׳שטייט אויך אין תפארת שלמה אז מ׳נעמט צומאל צו די בחירה פון א מענטש מאיזה סיבות אבער דער מענטש ווייסט נישט צו ער איז יעצט אין אזא מצב וד״ל. אבער ס׳איז קלאר א דבר פשוט און בכלל נישט עפעס א הויכע בחינה וואס איז נישט פשוט פשט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 03, 2019 4:32 pm

דער חובת הלבבות זאגט אויף א פלאץ אז דאס וואס א מענטש האט א בחירה איז נאר אויף די מחשבה און רצון, אבער אויף די גמר המעשה האט א מענטש כלל נישט קיין בחירה, דער אייבערשטער פירט שוין ווי אזוי ער וויל וואס דער מענטש זאל טון, און דער מענטש באקומט נאר שכר על טוב או רע בחירתו אפילו לא יוגמר הדבר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יוני 03, 2019 6:59 pm

מ'האט שוין אראפגעווישט א שיינע פאר אשכולות אויף די נושא.

כפי הבנתי בסוגיא, איז דאס נאר ווען מ'רעדט לגבי דער שורש הפגם איז שייך צו זאגן אז עס איז געווען לצורך, אבער וואס עס איז נוגע דער מענטש אליין, זיין מרידה במלכות שמים מיט זיין חטא ועונש ווערט עס גארנישט ווייניגער, און ווי לאנג ער טוט נישט תשובה, באקומט ער א עונש. סך הכל, ווען דיין פראבלעם וועט שוין נאר זיין דער 'פגם' פאר זיך, דאן קענסטו עפענען א דברי יחזקאל, אבער ביז אהין אויב דו האסט נישט די ריכטיגע חרטה אויף דיין חטא, דו טוסט נישט די ריכטיגע תשובה, דאן איז די חטא אויפן פלאץ.
הוי מחשב...

בבל
שר האלף
תגובות: 1571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

געדאנקען

תגובהדורך בבל » דינסטאג יוני 04, 2019 9:15 pm

יוסף הצדיק '' בשעת'' זיין נסיון האט ער נישט געהאט די אלע מדרגות, ער האט געהאט אזא און נאך א שווערע'רע נסיון ווי אינץ,
און ווי שווערער די נסיון איז אלץ גרעסער איז די שכר.
מען קען זען השגחה פרטיות אדער ניסים בדרך הטבע . אז איר האט א שווערע נסיון און באשטייסט עס קענסטי דערמאנען דיין אייגענע זכות און פוילן ישיעות, לפום צערא אגרא

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מיטוואך יוני 05, 2019 11:18 pm

אין ספה"ק מאור עינים שטייט אז פאר מגיבט א מענטש שפע הן בגשמיות והן מדריגות ברוחניות, קימט פאר דעם א נסיון, אין בשעת די נסיון נעמט מען פין איהם צי די מוחין, אז עס זאל זיין א אמת'ע נסיון, אין ווער ער זיך מתגבר בתמימות, באקימט ער דאס וואס מען האט געוואלט איהם משפיע זיין.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג יוני 07, 2019 11:45 am

נייעם גליון. קען איינער עטעטשן ביטע
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג יוני 07, 2019 11:53 am

https://www.dropbox.com/s/wezd4g73mb7cf ... 8.pdf?dl=0
מען קען עס טרעפן אויף לדעת
און און אין מיינע גליונות קלעקשאן


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הצעיר באלפי און 9 געסט