שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

שמירת עינים - חיזוק והתעוררות

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג ינואר 01, 2013 11:15 am

שמעו נא רבותי דיינים מומחים, שוין א לאנגע צייט וואס איך שטיי און טראכט, ווי איז דאס אז אויף יעדע זאך איז דא א אשכול אינעם וועלטעל, און אויף אזא גרויסע זאך ווי שמירת עינים, וואס איז די יסוד היסודות, איז נישטא.

והנה אזוי ווי די שובבי"ם טעג האבן זיך איצטער אנגעהויבן וואס איז א גרויס ענין צו מתקן זיין און זיך פארבעסערן, האמער מחליט געווען לא עת לחשות און וועלמער בעזר השם מקבץ זיין אל פונדק אחד חיזוק ווערטער און התעוררות, עצות מועילות וואס מען זעהט אין ספרים אדער פון מגידים. אזוי אז מען דארף אמאל א חיזוק, א באאסט, א גוט ווארט אין א שווערע מינוט, וועט מען זיך דא קענען מחזק זיין. ויהא זה חלקי מכל עמלי.

ובבקשה לכל אחד להוסיף מדיליה, ולא ח"ו להסיר האשכול מדרכו הישרה. וזה החלי.
לעצט פאראכטן דורך פריילאך אום דינסטאג ינואר 01, 2013 4:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג ינואר 01, 2013 11:16 am

"כמו שלכל דבר טוב צריך חיזוק, על אחת כמה וכמה למשמרת העינים, שהם קלי המירוץ והפסידם גדול, ורעתם ועונשם מרובה, והנזהר בהם בשמרם עקב רב. ואמרו במדרש רבה שמי ששומר עצמו ועוצם עיניו מראות ברע, אומר הקב"ה : "הדין דידי!"
(פלא יועץ ערך ראיה)


הראש לכל הגדרים שישמור האדם עיניו מכל מה שאינו שלו.. ואם ישמור את עיניו נמצא שלבו שמור, ומתוך שלבו ועיניו שמורים נמצא כולו שמור.
(בעלי הנפש להראב"ד - שער הקדושה)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג ינואר 01, 2013 11:31 am

דער טור הויבט אן די ספר מיט דעם יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר וקל כנשר וכו' ואמר קל כנשר כנגד ראות העין ודימה אותו לנשר כי כאשר הנשר שט באויר כך הוא ראות העין לומר שתעצים עינך מראות ברע כי הוא תחלת העבירה שהעין רואה והלב חומד וכלי המעשה גומרין.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3765
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 01, 2013 2:07 pm

כלה שעיניה היפות אין כל גופה צריכה בדיקה. ווען א יוד היט זיך די אויגען כראוי איז ער מוחזק בקדושה דורכאויס.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 01, 2013 2:33 pm

אייגענע פשט?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג ינואר 01, 2013 2:41 pm

איה הקד[ו]שה? היא בעינים על הדרך!

(קרעדיט: צדיקים)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3765
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג ינואר 01, 2013 2:44 pm

מי חכם האט געשריבן:איה הקד[ו]שה? היא בעינים על הדרך!

(קרעדיט: צדיקים)


תפארת שלמה בכמה מקומות.


שאהן,
געהערט אמאל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 01, 2013 2:56 pm

שיינעם פשט.

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג ינואר 01, 2013 3:43 pm

ישראל קדושים פון רי"ד הארפענעס שליט"א האט אסאך חומר אויף דעם ענין אין א קליין קונטרס'ל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:40 am

דאכט זיך אז רבינו מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט געזאגט אז ווען מען גייט אויף די גאס ווייל מען מוז גיין אויף די גאס
לצורך פרנסה אדער אין בית המדרש אריין האט מען סיעתא דשמיא אז אפילו מען זעהט עפעס בעל כרחו וועט עס נישט שאטען
נאר אויב מען קוקט דוקא אדער איין מאהל וואס מען האט שוין געזעהן טוט מען אריין קלערען און ממשיך זיין צו הרהורים
דעמאלס טוט עס שאטען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך ינואר 02, 2013 9:59 am

יישר כח פאר אלע מגיבים ומעירים.

אין ילקוט פאריגע וואך, א מעשה נורא


מעשה ברבי מתיא בן חרש שהיה יושב בבית המדרש,
והיה זיו פניו דומה לחמה וקלסתר פניו דומה למלאכי השרת,
שמימיו לא נשא עיניו לאשה בעולם.

פעם אחת עבר השטן ונתקנא בו.
אמר: אפשר אדם כמו זה לא חטא?
אמר לפני הקדוש ברוך הוא: רבונו של עולם רבי מתיא בן חרש מה הוא לפניך?
אמר לו: צדיק גמור הוא.
אמר לפניו: תן לי רשות ואסיתנו.
אמר לו: אין אתה יכול לו.
אמר: אף על פי כן.
אמר לו: לך.
הלך ונדמה לו כאשה יפה שלא היתה כדמותה מעולם מימות נעמה אחות תובל קין שטעו בה מלאכי השרת,
שנאמר: ''ויראו בני האלוקים את בנות האדם'' (בראשית ו,ב), ועמד לפניו.
כיון שראה אותו הפך פניו ונתן לאחוריו.
שוב בא ועמד לו על צד שמאלו, הפך פניו לצד ימינו, והיה מתהפך לו מכל צד.
אמר רבי מתיא: מתיירא אני שמא יתגבר עלי יצר הרע ויחטיאני.
מה עשה אותו צדיק? קרא לאותו תלמיד שהיה משרת לפניו,
ואמר לו: לך והבא לי אש ומסמר.
הביא לו מסמרים ונתנם בעיניו.
כיון שראה השטן כך נזדעזע ונפל לאחוריו.

באותה שעה קרא הקדוש ברוך הוא למלאך רפאל.
אמר לו: לך ורפא את רבי מתיא בן חרש.
בא ועמד לפניו.
אמר לו רבי מתיא: מי אתה?
אמר לו: אני הוא רפאל ששלחני הקדוש ברוך הוא לרפאות את עיניך.
אמר לו: הניחני, מה שהיה היה.
חזר לפני הקדוש ברוך הוא, אמר לפניו: רבונו של עולם! כך וכך אמר לי מתיא.
אמר לו: לך ואמור לו אני ערב שלא ישלוט בו יצר הרע.
מיד רפא אותו.

מכאן אמרו חכמים כל מי שאינו מסתכל בנשים, ועל אחת כמה וכמה באשת חברו, אין יצר הרע שולט בו.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:10 am

א געוואלדיגע מעשה
שכוח פריילאך
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:04 am

יעצט געווען די יארצייט פונעם רמב"ם (כ' טבת)

דאס איז זיין הייליגן לשון סוף הלכות איסורי ביאה:

גדולה מכל זאת אמרו, יפנה עצמו ומחשבתו לדברי תורה, וירחיב דעתו בחכמה, שאין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה. ובחכמה הוא אומר אילת אהבים ויעלת חן דדיה ירווך בכל עת באהבתה תשגה תמיד
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:13 am

באוויסט אז דער דברי חיים האט געזאגט אז לערנען קצות החושן איז א סגולה אויף יראת שמים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 07, 2013 10:44 am

די עטרת ישועה איז אמאל געווען אין עיר הבירה וויען, גייענדיג אויפן גאס האט ער געזעהן ווי א גאסן קערער רוימט די שמוציגע גאס.

פרעגט ער איהם: זאג נאר פארוואס רוימסטו אויף? ווייסטו דען נישט אז עס ווערט באלד צוריק שמוציג?

האט דער קערער גע'ענטפערט: הער ראבינער, אוודאי ווייס איך, אבער אז איך קער נישט אויף וועט די שמוץ אנקומען ביז אייער האלז..

יא רבותי, האבן צדיקים געזאגט, אפילו מען ווייסט מען וועט ח"ו נכשל ווערן נאכאמאל, דארף מען יעדען מאל עקסטער זיך שטארקן, און יעדע מאל וואס מען רייניגט זיך העלפט מען אז די שמוץ זאל נישט ווערן גאר הויך...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג ינואר 07, 2013 11:18 am

אזוי אויך איז דא א באקאנטע מעשה פון חפץ חיים
איינער האט אים געפרעגט אז ער דאווענט שמונה עשרה און הייבט אהן ערנסט מיט כוונה
און שפעטער נאך עטליכע ברכות פארטראכט ער זיך און די כוונה איז אוועק
וואס זאל ער טוהן
זאגט ער אים א משל, געווען א פרוי מיט א וועגעלע און פלעגט פארקויפען עפעל
איין טאג האט זיך די וועגעלע איבערגעדרייט און די עפעלעך פליען ארום
און עס איז יום טוב אין די וואכען, אלע מענטשען לויפען און כאפען עפעל לינקס און רעכטס
און זי שרייט: הילף הילף!
זאגט איר א קלוגער מענטש: וואס שרייסטו? כאפ אויך!
זאגט דער חפץ חיים: טאקע דער יצר הרע כאפט ברכות פון דיין שמונה עשרה, אבער דו כאפ ווייטער
וואס מער ברכות בכוונה איז אויף דיין קרעדיט!
דאסעלבע איז ביי שמירת עיניים
וואס מעהר מאהל מען היט זיך אפ איז צו אונזער קרעדיט.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מאנטאג ינואר 07, 2013 12:58 pm

חיזוק צו דער זאך! האלטס אן!

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג ינואר 07, 2013 2:02 pm

כ'האב געהערט פון הג"ר מאיר וועבערמאן שליט"א ישלח דברו וירפאהו ברפ"ש במהרה, אז דער מלאך האט געזאגט:
אז מען גייט אין גאס און מען פארקוקט (פון וואו מ'דארף) זענען נאצלים (די מלאכים פון עולם האצילות) זיך מקנא אין דעם מענטש.

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג ינואר 07, 2013 3:31 pm

ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל פלעדט זאגן אז די איינציגסטע עצה בייצוקומען דעים ייצר איז צו ארבעטן 18 שעה א מעת לעת אין זיין שטענדיג פארנומען

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך ינואר 09, 2013 10:47 am

ע"ד שאמר אא"ז הק' ז"ל
'להודיע לבני האדם גבורותיו'
להודיע את גבורות עצמו, עד כמה באפשרותו לנצח את יצרו, כי אין נותנים לו לאדם יצר הרע למעלה מכוחו לנצחו, שאז ח"ו אין בחירה,
וישנם אנשים כאלו שמתייאשים, וחושבים שכבר פגמו כ"כ הרבה עד שאין בכחם עוד כבר לשנות טבעם, כל זה הוא שקר וכזב,
לא יתנו לו מן השמים יצה"ר שאין בכוחו להתגבר עליו.
(בית אברהם - פר' זכור)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך ינואר 09, 2013 9:24 pm

ביי דע וועי,
אין גאורד יור אייס איז דא א פארום, בימי עלומיו האב איך אסאך געשריבן דארט, און אסאך חיזוק פאר לבבות נשברות אויך.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 10:14 am

ייש"כ שמעלקא, אויב עס איז דא א זאפטיגע מאמר פון דיר, וואס איז פאסיג אהער, דאן גיי הוצאה והכנסה ביטע לטובת הרבים.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

מורא'דיגע דיבורים פונעם הייליגן תניא!

תגובהדורך בן אחר בן » זונטאג ינואר 13, 2013 8:01 pm

בא"ד ליקוטי אמרים תניא חלק א פרק כז

ולכן, אל יפול לב אדם עליו, ולא ירע לבבו מאד, גם אם יהיה כן כל ימיו במלחמה זו, כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו, לאכפיא לסטרא-אחרא תמיד.

ס'איז כדאי נאך צוקוקען די גאנצע פרק פין אינעוויינוג.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 14, 2013 10:46 am

מורא'דיג.. כל ימיו במלחמה זו.

א בעל עגלה איז אמאל געקומען אויף א פארעהער אין דערפל, זעהן צו מען קען איהם אנ-נעמן אין די חבורת בעלי עגלה, האט מען איהם גענומען אויף א פארהער.

וואס טוט מען ווען מען פארט אריין אין א זומפ-מעראסט?... ענטפערט די בעל עגלה, מען פרובירט מיט אלע כוחות ארויסצוגיין... און עז עס גייט נישט? פרעגט מען איהם ווייטער. נעמט מען אראפ פון די פעקלעך, ענטפערט ער. און אז עס גייט נאך אלץ נישט? שיקט מען אראפ די מענטשען. און אז עס גייט נאך אלץ נישט? בעהט מען די מענטשען זאלן שטיפן די וואגן.. למעשה האט מען איהם אפגעזאגט, האט ער צו זיין נייגער געפרעגט, וואס טוען טאקע ענקער בעלי עגלה אין אזא פאל?

אונזער בעלי עגלה גיבן אכט נישט אריינצוגיין אין זימפ! פינטל.

ולענינינו..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג ינואר 14, 2013 11:00 am

אמאהל געקומען א חסיד צום קאצקער און זיך באקלאגט אז דאווענען אהן מחשבות זרות קומט אים אהן ביטער שווער
און ער בעהט דעם רבי'ן אנ'עצה עס זאל אים זיין לייכטער
זאגט אים דער רבי: ווער זאגט דיר אז דיין תפקיד דארף זיין לייכט
אפשר גאר איז דיין תפקיד עס זאל גיין שווער?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יזה און 2 געסט