סעלף דיפענס ע"פ תורה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 5:54 pm

SPUSMN האט געשריבן:גערעכט

כ'מיין מען זאל דעם גאנצען חלק וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט דער קידנעפינג, מאכען פאר אן עקסטערע אשכול.

וואסארע נאמען זאל עס האבען?

לא תעמוד על דם רעך

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 5:58 pm

מען וועט מיינען אז עס איז אן אפיעל און די נישט געבערס וועלען נישט אריין קומען. האט איינער אן אנדערע נאמען אדער דער נאמען אבער מיט א סוב-טיטעל וואס זאגט וואס דער אינהאלט פונעם אשכול איז?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 5:59 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:גערעכט

כ'מיין מען זאל דעם גאנצען חלק וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט דער קידנעפינג, מאכען פאר אן עקסטערע אשכול.

וואסארע נאמען זאל עס האבען?

לא תעמוד על דם רעך
דעמאלטס קען עס שוין הייסן "שוידערליכן קידנעפינג אין וויליאמסבורג"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:00 pm

און וויאזוי וועט הייסען דער אשכול?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:02 pm

איך מותר להגין בעד נרדף
הדרך להצלת הנרדף מעכו״ם בהלכה
תן לחכם וכו׳..

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:09 pm

ארי בארי באקסער....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:19 pm

עס איז נוגע הלכה למעשה.

יאך פלעג זיך פירען אז אויב א גוי האט מיר נאכגעשריגען "hey Jew" ווארפענדיג די הענט, פלעג איך ענטפערען מיט א שמייכעל
"thank you for the compliment"

לויט ווי מיר רעדען האב איך געטוהן נישט ריכטיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:26 pm

תשובה העלפט אלעמאל
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:31 pm

אבער פאר תשובה מוז זיין חרטה, דארף איך וויסען אויף וואס חרטה צו האבען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:32 pm

דער דעת זקנים וויינט שוין אויף דיזע גלות פראבלעם
ער שרייבט ביי ״רעות רבות וצרות״ אז די אידן אין גלות ווען די אומות טשעפען האבן זיי א זיבורא ועקרבא פראבלעם.
זאל מען שרייען וועט ער אים פיינט האבן, זאל ער נישט שרייען וועט ער זיך חלילה צוגעוואוינען צו רודפ׳ן.
פארדעם טוט מען אויך בעטן ושבור עול הגוים.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 6:36 pm

יעצט הערט מען שוין ווערטער.

שלעפשיץ, it's getting too personal
לאמער בעסער רעדען פון ארי דער באקסער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2012 7:03 pm

שוין א ס"ה ווי מען האלט ביז יעצט

שרייען טאר מען נישט
אויף אן אומה מלחמה טאר מען אויך נישט

פשטות סעלף דיפענס אויף אן איבערפאל מעג מען
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 2:21 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_1925_25.pdf
ווער איז דער ר׳ אברהם יעקב ברוין?


אפשר ווילסטו מיר קודם ענטפערן ווער דער "זר זהב" איז?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 2:30 am

msp האט געשריבן:ידידי חביבי הרב שפושמן האט צוגעברענגט חשובע נקודות דא
אויך פון די סדרה וועגען דורון תפילה מלחמה
איז דא א וויכטיגע רבינו בחיי אויף דעם וואס זאגט אז מלחמה גייט נישט אהן בזמן הגלות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=109
פעידזש 109


לגבי שמעון ולוי האב איך געהערט א געוואלדיגע דרשה פון הגאון הצדיק המגיד הנפלא ר' שבתי יודעלעוויטש זצ"ל, ווי ער רעדט לגבי חנוכה (טאקע ווי מ'האלט יעצט) אז ווען מתתיהו'ס טאכטער האט געדארפט גיין צום חופה, האט זי זיך אנגעטוהן און צוריסענע אומ'צניעות'דיגע קליידער, און ווען איר פאטער האט איר אנגעשריגן פארן זיך אנטאן אזוי, האט זי געזאגט: אויף דעם שרייסטו מיך אן, און איבער דעם וואס דער הגמון וויל טוהן מיט מיר שווייגסטו? און צו אירע ברודער האט זי געזאגט: ווען מען האט מטמא געווען דינה בת יעקב האבן אירע צוויי ברודער אויסגעקוילעט גאנץ שכם, און יעצט אז מען וויל מיר מטמא זיין שווייגט איר?

און דאס האט אנגעצינדן אין די הייליגע ברודער די חשמונאים דעם פייער פון קנאות, און אזוי האבן זיי אנגעהויבן דעם מלחמה אנקעגן די יוונים. (קען זיין ער נעמט עס פון א מדרש, אבער אזוי האט ער געזאגט דארט).

דער תמצית וואס ער ברענגט ארויס אין דעם דרשה, (און דער געדאנק האב איך שוין אסאך געזעהן ברענגען) אז מלחמה מעג מען נאר ווען עס איז פאר כבוד שמים. שמעון ולוי האבן גע'הרג'עט שכם ווייל זיי האבן מטמא געווען זייער שוועסטער, משה רבינו האט געהייסן הרג'ענען אידן ווען זיי האבן געדינט דעם עגל, ביי אלע אנדערע זאכן האט ער דאס נישט געהייסן טאן. ביי די מעשה פון פורים האט מען אנגעטאן א שק ואפר, געפאסט און געוויינט, אבער ביי חנוכה, ווען מען האט געוואלט "להשכיחם תורתך", האט מען זיך אנגעטאן שווערדן און גע'הרג'עט.

און אזוי אויך אין די לעצטערע יארן, איז ידוע וואס הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן ברענגן פון זיין רבי'ן דעם הייליגן חפץ חיים זצוק"ל אז ער האט געהאלטן אז מען האט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן די קאמוניסטן די עוכרי הדת.\

אבער ווען עס קומט צו א פיזישע צרה איז אין כוחנו אלא בפה. די שאלה איז נאר טאקע צו אויב איז נישט דא א ברירה צו מען מעג טרייען צו פייטן פיזיש, און אזוי אויך צו א פרטיות'דיגער גוי, א רויבער אדער באנדיט גייט בכלל אריין אין דעם גדר.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 2:34 am

SPUSMN האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:א ציוניסטישער אקטיוויסט, וואס האט געהאלטן אז מען דארף אויסהארגענען אלע אראבער פונעם ערד קוגל, כדי צו מאכן סדר אויף די וועלט...


אז די טראכסט אריין וועסטע זען אז עס גאר א גיטע געדאנק. נאר נישט דורוך אידן.

צו זיין אקוראט (כאטש עס איז לא מעלה ולא מוריד), האט ער געהאלטען אז מען דארף ארויס טרענספערען די אראבער פון ארץ ישראל (נישט הרגענען), און זיי אפילו שיין באצאלען דאס צו טוהן. אויב זיי ווילען נישט גיין און ווילען נישט אונטערשרייבען צו וואוינען און א"י מיט אלע דינים (פון א גר תושב) וואס איז נוגע א גוי וואס וואוינט און א"י, איז דענמאלץ זאל מען זיי מיט געוואלד ארויס טראגען.


איך האב אמאל געטראפן א רוסישער איד, א פראפעסאר אין איינער פון די גרויסע אוניווערסיטיס אין איזראעל און אויך דא אין אמעריקא, און אין א לענגערן שמועס האט ער מיר געזאגט אז אסאך מענטשן אין א"י (והוא בתוכם) שרייען היינט אז מען קען נישט גיין מער אינמיטן, אדער מוז מען גיין אזוי ווי כהנא, און ארויסזעהן אלע אראבער פון די גרעניצן פון א"י, קיין איינער פון זיי זאל נישט איבערבלייבן דארט, און אויב נישט, דאן דארף מען גיין בשיטת נטורי קרתא און שלום מאכן מיט זיי. ווייל קיין מיטן וועג איז מיט זיי נישטא.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 4:42 am

עס איז קיין קושיא נישט פון יתן למכהו לחי ישבע חרפה
און די קריסטליכע מהלך פון גיב די אנדערע באק
ווייל מיר רעדען דא נישט פון איסור והיתר
די פלוגתא איז נאר צו דאס איז א חרפה און א בושה צו געבען די אנדערע באק
און אין גלות זענען מיר דאך סיי ווי אין א מצב פון היינו חרפה לשכנינו לעג וקלס לסביבותינו
און דאס איז טאקע די גזירת הגלות דורך צו גיין חרפות און בושות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 6:42 am

טהור-עיניים האט געשריבן:
msp האט געשריבן:ידידי חביבי הרב שפושמן האט צוגעברענגט חשובע נקודות דא
אויך פון די סדרה וועגען דורון תפילה מלחמה
איז דא א וויכטיגע רבינו בחיי אויף דעם וואס זאגט אז מלחמה גייט נישט אהן בזמן הגלות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=109
פעידזש 109


לגבי שמעון ולוי האב איך געהערט א געוואלדיגע דרשה פון הגאון הצדיק המגיד הנפלא ר' שבתי יודעלעוויטש זצ"ל, ווי ער רעדט לגבי חנוכה (טאקע ווי מ'האלט יעצט) אז ווען מתתיהו'ס טאכטער האט געדארפט גיין צום חופה, האט זי זיך אנגעטוהן און צוריסענע אומ'צניעות'דיגע קליידער, און ווען איר פאטער האט איר אנגעשריגן פארן זיך אנטאן אזוי, האט זי געזאגט: אויף דעם שרייסטו מיך אן, און איבער דעם וואס דער הגמון וויל טוהן מיט מיר שווייגסטו? און צו אירע ברודער האט זי געזאגט: ווען מען האט מטמא געווען דינה בת יעקב האבן אירע צוויי ברודער אויסגעקוילעט גאנץ שכם, און יעצט אז מען וויל מיר מטמא זיין שווייגט איר?

און דאס האט אנגעצינדן אין די הייליגע ברודער די חשמונאים דעם פייער פון קנאות, און אזוי האבן זיי אנגעהויבן דעם מלחמה אנקעגן די יוונים. (קען זיין ער נעמט עס פון א מדרש, אבער אזוי האט ער געזאגט דארט).

דער תמצית וואס ער ברענגט ארויס אין דעם דרשה, (און דער געדאנק האב איך שוין אסאך געזעהן ברענגען) אז מלחמה מעג מען נאר ווען עס איז פאר כבוד שמים. שמעון ולוי האבן גע'הרג'עט שכם ווייל זיי האבן מטמא געווען זייער שוועסטער, משה רבינו האט געהייסן הרג'ענען אידן ווען זיי האבן געדינט דעם עגל, ביי אלע אנדערע זאכן האט ער דאס נישט געהייסן טאן. ביי די מעשה פון פורים האט מען אנגעטאן א שק ואפר, געפאסט און געוויינט, אבער ביי חנוכה, ווען מען האט געוואלט "להשכיחם תורתך", האט מען זיך אנגעטאן שווערדן און גע'הרג'עט.

און אזוי אויך אין די לעצטערע יארן, איז ידוע וואס הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן ברענגן פון זיין רבי'ן דעם הייליגן חפץ חיים זצוק"ל אז ער האט געהאלטן אז מען האט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן די קאמוניסטן די עוכרי הדת.\

אבער ווען עס קומט צו א פיזישע צרה איז אין כוחנו אלא בפה. די שאלה איז נאר טאקע צו אויב איז נישט דא א ברירה צו מען מעג טרייען צו פייטן פיזיש, און אזוי אויך צו א פרטיות'דיגער גוי, א רויבער אדער באנדיט גייט בכלל אריין אין דעם גדר.


יתכן אז די מימרא פון חפץ חיים איז געווען געציהלט דוקא קעגען די יעווסעקציע וואס זענען געווען פון אידישען אפשטאם
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 7:19 am

טהור-עיניים האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewbooks_org_1925_25.pdf
ווער איז דער ר׳ אברהם יעקב ברוין?


אפשר ווילסטו מיר קודם ענטפערן ווער דער "זר זהב" איז?

דאס איז דער ווייצענער רב זצ"ל, אין שו"ת מקדשי השם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 7:24 am

אבל כעת עלה ברעיוני אז קען זיין אז דער הייליגער חפץ חיים זי"ע
האט טאקע יא געהאלטען אז מען האט זיך געזאלט שלאגען
אפילו קעגען די קאמוניסטישע גויים
אזוי ווי די חשמונאים האבען זיך געשלאגען קעגען די יוונים [האומנם שיש לדון אם היה לבני ישראל אז דין גלות]
און די סברא קען זיין אזוי
אז אונזערע גשמיותדיקע פרייהייט האט דער באשעפער פון אונז אוועקגענומען
אז מען זאל זיין תחת עול הגליות
אבער אוודאי האט דער באשעפער געוואלט אז מען זאל היטען תורה ומצוות
און ער האט אויף דעם נישט געגעבען קיין רעכט צו די גויים אויף אונז צו בעל בתעווען אונז צו שטערען פון היטען תורה און מצוות
ממילא קען טאקע זיין אז קעגען די קאמוניסטען האט מען יא געמעגט זיך שלאגען...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 12:29 pm

כ'האב שטארק הנאה פון דעם אשכול וואס גייט ב"ה על מי מנוחות און מען ווערט דא געוואויר גוטע זאכען. דער נושא איז פאר די בעלי השקפה וואס האבען געהאט א תורהדיגע קאמפעס און געווען בעלי הבחנה צו וויסען ווען יא ווען נישט, ווי יא און ווי נישט. מיר (איך מיין מיר, נישט אייך) ווייסען אז מיר ווייסען נישט; אבער אז מען פרעגט נישט וועט מען קיינמאל נישט וויסען, איז אלזא וועליך פרובירען ארויף צו שטעלען אויפען טיש פארשידענע מצבים און היסטאריע פון כלל ישראל, און וואס מען זאגט איז געווען דער צוגאנג פון דעם אדער יענער גדול, און מיר האפען אז די ידענים דא וועלען אונז באלייכטערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 1:21 pm

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:דער דעת זקנים וויינט שוין אויף דיזע גלות פראבלעם
ער שרייבט ביי ״רעות רבות וצרות״ אז די אידן אין גלות ווען די אומות טשעפען האבן זיי א זיבורא ועקרבא פראבלעם.
זאל מען שרייען וועט ער אים פיינט האבן, זאל ער נישט שרייען וועט ער זיך חלילה צוגעוואוינען צו רודפ׳ן.
פארדעם טוט מען אויך בעטן ושבור עול הגוים.

אותיות מחכימות; דאס איז דער לשון און דעת זקנים פרשת וילך אויף די ווערטער " ומצאהו רעות רבות וצרות" (דברים לא' יז'):
רעות שנעשו צרות זו לזו, כגון זיבורא ועקרבא (חגיגה ה.) שמים צוננין מעלו לעקוצת דבורים, ומים חמים לעקוצת עקרב, וחילופא סכנתא, מי שעקצו זיבורא ועקרבא אינו יודע מה לעשות, שמה שמועיל לזה מזיק לזה. וכן הן צרותיהן של ישראל בגלות, כשהעכו"ם מיצר לו, ירא לצעוק פן ישנאוהו, ואם לא יצעוק עליו, ירגיל להיות מיצר לו.

עס איז א יסודותדיגע דעת זקנים, אבער ער רעדט נישט פון קיין איסורים נאר פון פראקטישקייט, אז אוי לי מיצרי ואוי לי מיוצרי; ער האט מורא צו שרייען און מורא נישט צו שרייען. איז דא נאך אזעליכע שטיקלעך פון די ראשונים?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

joe the plumber
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 3:50 am

תגובהדורך joe the plumber » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 1:38 pm

וואס איז מיט הבא להרגך השכם להרגו? דאס דארף מען אויך וויסן ווי אזוי...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 1:56 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:
msp האט געשריבן:ידידי חביבי הרב שפושמן האט צוגעברענגט חשובע נקודות דא
אויך פון די סדרה וועגען דורון תפילה מלחמה
איז דא א וויכטיגע רבינו בחיי אויף דעם וואס זאגט אז מלחמה גייט נישט אהן בזמן הגלות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=109
פעידזש 109

לגבי שמעון ולוי האב איך געהערט א געוואלדיגע דרשה פון הגאון הצדיק המגיד הנפלא ר' שבתי יודעלעוויטש זצ"ל, ווי ער רעדט לגבי חנוכה (טאקע ווי מ'האלט יעצט) אז ווען מתתיהו'ס טאכטער האט געדארפט גיין צום חופה, האט זי זיך אנגעטוהן און צוריסענע אומ'צניעות'דיגע קליידער, און ווען איר פאטער האט איר אנגעשריגן פארן זיך אנטאן אזוי, האט זי געזאגט: אויף דעם שרייסטו מיך אן, און איבער דעם וואס דער הגמון וויל טוהן מיט מיר שווייגסטו? און צו אירע ברודער האט זי געזאגט: ווען מען האט מטמא געווען דינה בת יעקב האבן אירע צוויי ברודער אויסגעקוילעט גאנץ שכם, און יעצט אז מען וויל מיר מטמא זיין שווייגט איר?

און דאס האט אנגעצינדן אין די הייליגע ברודער די חשמונאים דעם פייער פון קנאות, און אזוי האבן זיי אנגעהויבן דעם מלחמה אנקעגן די יוונים. (קען זיין ער נעמט עס פון א מדרש, אבער אזוי האט ער געזאגט דארט).

דער תמצית וואס ער ברענגט ארויס אין דעם דרשה, (און דער געדאנק האב איך שוין אסאך געזעהן ברענגען) אז מלחמה מעג מען נאר ווען עס איז פאר כבוד שמים. שמעון ולוי האבן גע'הרג'עט שכם ווייל זיי האבן מטמא געווען זייער שוועסטער, משה רבינו האט געהייסן הרג'ענען אידן ווען זיי האבן געדינט דעם עגל, ביי אלע אנדערע זאכן האט ער דאס נישט געהייסן טאן. ביי די מעשה פון פורים האט מען אנגעטאן א שק ואפר, געפאסט און געוויינט, אבער ביי חנוכה, ווען מען האט געוואלט "להשכיחם תורתך", האט מען זיך אנגעטאן שווערדן און גע'הרג'עט.

און אזוי אויך אין די לעצטערע יארן, איז ידוע וואס הגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן ברענגן פון זיין רבי'ן דעם הייליגן חפץ חיים זצוק"ל אז ער האט געהאלטן אז מען האט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן די קאמוניסטן די עוכרי הדת.\

אבער ווען עס קומט צו א פיזישע צרה איז אין כוחנו אלא בפה. די שאלה איז נאר טאקע צו אויב איז נישט דא א ברירה צו מען מעג טרייען צו פייטן פיזיש, און אזוי אויך צו א פרטיות'דיגער גוי, א רויבער אדער באנדיט גייט בכלל אריין אין דעם גדר.

און ווען עס איז נישט א פרטיותדיגער גוי נאר א באנדע פון גוים ווי די באנדעס קאזאקען פון כמעלניצקי ימ"ש וואס האבען אויס געשאכטען א דריטעל פון פולישען אידענטום (אונזערע זיידעס און באבעס ה' ינקום דמם), אדער פעטלורע ימ"ש וואס האט מיט זיינע באנדעס קאזאקען אויס געשאכטען צענדליגער טויזענטער אידען גלייך נאר דער ערשטע וועלט מלחמה; איז דער שאלה צו מען האט זיך געדארפט לאזען, אדער צו לעמוד על נפשם און הרגענען פון זיי וויפיל מען קען?

אוודאי האט מען זיך קעגען געשטעלט וויפיל מען האט געקענט ווייל הבא להרגך השכם להרגו. נאר דענמאלץ ווען מען האט שוין נישט געקענט, מען האב אריין געטריבען אלע אידען און בית מדרש און פארשלאסען דער טיר און עס אנגעצינדען; דענמאלץ איז דער צייט צו מאכען א רקידה און טאנצען עד להב השמים מיט שמחה אז מיר האבען זוכה געווען צו ווערען פארברענט על קדושת שמו יתברך. אבער פאר דעם, ווען מען האט געצווינגען די אידען אריין און בית מדרש צו פארברענען, איז אוודאי האט מען זיך נישט געטארט לאזען, נאר דענמאלץ איז דער צייט צו הרגענענען פון די רשעים וויפיל עס לאזט זיך.

הרה"ק רבי שלמה מראדזין הי"ד האט געשריגען אז מיטען זיך לאזען, מאכט מען א חילול השם נישט א קידוש השם. ער האט צוזאם גענומען זיינע פעסטע חסידים און זיך קעגען געשטעלט די דייטשען און געהרג'עט הונדרעטער פון זיי.

הגאון רבי מיכאל בער ווייסמיינדאל זי"ע האט געשריגען אז אונגערישע אידען זאלען זיך נישט לאזען. ער האט געזאגט אז אויב מען וועט זיך נישט לאזען וועלען זיי דארפען ברענגען צוויי דייטשען צו שלעפען יעדען איד, און אזוי ווי זיי האבען נישט אזוי פיל דייטשען ווייל זיי דארפען זיי אויפען פראנט, וועלען העכסטענס דרייסיג טויזענט אידען געהרג'ט ווערען אבער די איבעריגע האלבע מיליאן וועלען ווערען געראטעוועט. רבי מיכאל בער האט געשריגען אז מען זאל נישט גיין כצאן לטבח.

און ווארשא האט מען זיך געזעצט דן זיין וועגען דער ווארשעווער אויף שטאנד, און הגאון רבי מנחם זעמבא האט געפסק'נט אז מען זאל שטיצען דער ווארשעווער אויף שטאנד מיט וואס מען קען, כאטש עס איז געפירט געווארען פון פרייע אידען ווי מרדכי אנילאוויץ הי"ד.

היוצא לנו מזה, אז לכאורה דארף מען דא מאכען א חילוק בדאפשר ובדלא אפשר. בדאפשר, דארף מען זיך נישט לאזען, און נאך מער מען טאר זיך נישט לאזען. אבער אז מען האלט שוין ווייטער און מען האט זיך שוין נישט מער מיט וואס צו שלאגען, דענמאלץ איז דער צייט צו אנטוהן א גארטעל און מאכען א לשם יחוד צו שטארבען אויף קידוש השם. ווי עס האבען געטוהן טויזענטער אידען ביים צווייטען וועלט מלחמה. דער פאסעצענע רבי דער חובת התלמידים הי"ד מיט זיינע תלמידים האבען מיט שמחה און מיט טענץ און מיט א אש להבה געגאנגען על קידוש השם. דער באבובער רב זכרונו לברכה מיט זיין טאטע דער פריערדיגער רב זכרונו לברכה האבען זיך געגרייט מיט שמחה צו שטארבען על קידוש השם און ניימארק, וכהנה רבות. אבער זיך צו לאזען? ווי שטייט אז מען דארף, און אפילו אז מען מעג?
--
דזאו דער פלאמער האקט.
כ'זעה אז ער האט מיט איין שורה ארויס געברענגט מיין גאנצע מגילה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נובעמבער 30, 2012 2:10 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 1:57 pm

SPUSMN שרייב נאך
מיר (אלע - נישט נאר איך) ווארטן פאר נאך, שכח

איך שטוין פארוואס האב איך קיינמאל געהערט פון די אלע זאכן
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג נובעמבער 30, 2012 2:41 pm

שפושמן, וואס דו שרייבסט יעצט, איז דאך דברים פשוטים. עס איז נישט קיין ספק אויב א גוי קומט הארגענען א איד, נישט קיין נפק"מ צי א גוי פרטי צו א גאנצע אומה, איז מען מחוייב על פי תורה ארויסצוגיין קעגן דעם גוי און הארגענען וויפיל עס גייט. פארשטייט זיך אבער, אויב איז מער מסתבר ניצול צו ווערן דורך אנדערע אופנים, ברויך מען טון וואס עס איז די מערסטע סעיף. דער ציל איז דאך דא איין זאך: איבערצולעבן די אטאקע. חוץ פון די שלש עבירות, איז אין לך דבר העומד בפני פיקו"נ. איז פשוט כביעתא בכותחא אז מען מעג און מען מוז טאן אלעס - חוץ די דריי עבירות - זיך צו ראטעווען פון טויט. די שאלה איז נאר, ביי אזאלכע פעלער ה"י, צי דער ווידערשטאנד האט א שאנס פאר סוקסעס, און אויב נישט, צי אנדערע אפציעס האבן בעסערע אויסזיכטן.

ווען עס קומט צו גזירות על הדת, איז דאך פשוט אז דער איסור התגרות באומות גייט נישט אן, כמבואר בגמרא: אי למסים וארנונות, מלכא את, אבער אז עס קומט צו אידישקייט, איז את וכלבא שוין. נישטא קיין שום אויטאריטעט וואס קען צווינגען אידן עובר צו זיין אויף די תורה.

די נושא האשכול, איז לכאורה סתם אזוי ווען עס איז נישט דוקא א סכנת מוות אדער א סכנת אבר, נאר פשוט זיך קעגן שטעלן א גוי וואס קומט דיר בארויבן. בכה"ג איז פשוט רוב מאל אז עס איז בעסער זיך צו לאזן, ווייל ווען מען שטעלט זיך קעגן לייגט מען זיך אריין אין א סכנה, און בפשטות טאר מען דאס נישט טאן, פונקט ווי מען טאר נישט זיין א מאבד עצמו לדעת. און ביי די נושא קומט בכלל נישט אריין התגרות באומות, ווייל אפילו ביי א יחיד א גוי איז דאס די זעלבע. טאמער אבער קען מען יא ראטעוועץ דאס געלט און מען לייגט זיך נישט אריין אין א סכנה, און עס איז פארבינדן מיט מלחמה מיט א גאנצע אומה, דארט הייבט זיך אן א שאלה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט