וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיסטעריעז האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איז דא אזא באגריף ווי זיך טובל'ן פאר יענעם?

היות איך בין ליידער כלוא בבית, בין איך נייגעריג אויב עס איז דא אזא דערהער צו מאכן א שליח זיך צו טובל'ן פאר מיינעטוועגן?

ווען איך בין געווען כלוא בבית נישט מער געדאכט, האב איך געמאכט די פערציג נטילות כמבואר

דאכצעך אין די סוף פון די ספר (ליקוט) פונעם ר"ר שמעלקא ניקלשבורגער (דבר(י) שמואל?) שטייט די פונקטליכע ציפערן און סדר


עס שטייט אויף אסאך פלעצער, שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערען אשכול דא אויפן וועלטל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

אין פארברענגען האט איינע צוגעוויזן דעם אשכול, האב איך מיר דערמאנט פון די הרב מלאכ'ס שליט"א'ס א ווארט,
ווי אזוי ווערט אנגערופן איינער וואס ליגט אינטער די וואסער און טובל'ט זיך מיט די פינגער, א:
שרץ וטובל בידו
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

האב מיר א ליטוואק געזאגט אז ערב יו"כ איז ער געגאנגן אין מקווה מיט א... בעידינג סוט. און דער עולם האט זיך געקוילערט פאר געלעכטער... און ער האט נישט פארשטאנען פארוואס...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

ומענין לענין, אז מען רעדט שוין פון א ליטוואק... א ליטווישער בחור איז געקומען צו רבינ'ס טיש. האבן די חסידים זיך געהארגעט אויפן רבינ'ס פיש. שיריים. דער ליטוואק האט אויך באקומען. פרעגט ער א שכן:

- אנטשולדיגט, מען גיט נישט קיין נעפקינס napkins דא?
- ניין! דא איז די רבי'ס טיש.
- נו וואס זאל איך דאן טוהן?
- וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
- און ער גייט נישט שפירען?
- און די האסט יא געשפירט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אן מענין לענין, צו די עצם נושא, מיר ליגט אין קאפ פון הייליגן קאריצער זי"ע, אז מ'זאל זיך טובל'ן 3 מאל, איינמאל אראפ מיט די טומאה, און ארויף מיט די קדושה, די דריטע (ווי דער סדר איז) געדענק איך שוין נישט. ס'איז זיכער אין אמרי פנחס. נאר גיי זוך עס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

Kosher Travel האט געשריבן:ומענין לענין, אז מען רעדט שוין פון א ליטוואק... א ליטווישער בחור איז געקומען צו רבינ'ס טיש. האבן די חסידים זיך געהארגעט אויפן רבינ'ס פיש. שיריים. דער ליטוואק האט אויך באקומען. פרעגט ער א שכן:

- אנטשולדיגט, מען גיט נישט קיין נעפקינס napkins דא?
- ניין! דא איז די רבי'ס טיש.
- נו וואס זאל איך דאן טוהן?
- וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
- און ער גייט נישט שפירען?
- און די האסט יא געשפירט?


הרב 'קאושער', דער וויץ האט מיר געמאכט ארומ'טרעוולען' אויפן בענקל פאר געלעכטער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שמואל בארג האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:ומענין לענין, אז מען רעדט שוין פון א ליטוואק... א ליטווישער בחור איז געקומען צו רבינ'ס טיש. האבן די חסידים זיך געהארגעט אויפן רבינ'ס פיש. שיריים. דער ליטוואק האט אויך באקומען. פרעגט ער א שכן:

- אנטשולדיגט, מען גיט נישט קיין נעפקינס napkins דא?
- ניין! דא איז די רבי'ס טיש.
- נו וואס זאל איך דאן טוהן?
- וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
- און ער גייט נישט שפירען?
- און די האסט יא געשפירט?


הרב 'קאושער', דער וויץ האט מיר געמאכט ארומ'טרעוולען' אויפן בענקל פאר געלעכטער.

איך פריי זיך אז איך האב אייך געקענט מאכן בשמחה. און ענגליש וואלט מען ווען געזאגט:
He did a kosher travel around his chair laughing so hard, his travels were happily every kosher and happy.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פיר מאל בימי החול.

זיבן מאל ערב שבת, איין טבילה פאר יעדן טאג מימי החול להעביר הטומאה, און די זיבעטע להעלות קדושת שב"ק.

צומאל פאר א יו"ט טובל'ט מען זיך א איבריגע טבילה פאר די בני בית וואס טובל'ן זיך נישט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

שאינו יודע האט געשריבן:לגבי חציצה בכלל, איז א דבר פשוט אנגענומען אז עס שאדט נישט, עיין במנחת יצחק (וואו???.) וואס האלט אזוי, און נאך אסאך

רביה"ק מסאטמאר זצ"ל פלעגט ערב יום הכיפורים מקפיד זיין אויף חציצה

איז דא אן ענין יא צו מקפיד זיין, אדער סמאכט בכלל נישט אויס?
איך פרעג נישט לגבי זוכן א חציצה, נאר לגבי קאנטאקט לענסעס וואס איך גיי אייביג לכתחילה מיט א חציצה, חוץ פון ערב יום כיפור וואס איך טוה עס אויס
( ביטע אויב איינער קען ענטפערן מיט א מקור, נישט בלויז סברא )
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

איינער פון מיינע רבי'ס האט אונז פארציילט אז ער האט אמאל אפגעציילט רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט זיך געטויבעלט 7 מאל

זייט דעמאלס טוה איך אויך אזוי, און נאך די פטירה פון אאמו"ר ע"ה האב איך צוגעלייגט איין טבילה לע"נ

און אז איך דערמאן מיך ביי יארצייטן פון צדיקים, זיירעס לייג איך צו איינס
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די מנחת אלעזר אין די צןואה בעט מען זאל זיך לע"נ עפעס אזוי

אזוי שרייבט ער אין די צוואה אות י"ט: וגם שיזכירו אותי בעת טבילתם במקוה, יטבלו נא טבילה אחת במחשבתם לטובת טהרת נפשי רוחי ונשמתי, ויזכרו שמי ושם אבי זי"ע........
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

לכאורה האט געשריבן:איז דא אזא באגריף ווי זיך טובל'ן פאר יענעם?

היות איך בין ליידער כלוא בבית, בין איך נייגעריג אויב עס איז דא אזא דערהער צו מאכן א שליח זיך צו טובל'ן פאר מיינעטוועגן?

אין ס' עזר בקודש דף ת"מ פון ר' עזריאל גליק ע"ה דערציילט ער דארטן, אז דער סאטמאר'ער רבי ווען ער איז געווען שוואך פלעגט אים אסאך מאל זאגן "איך מאך דיר פאר א שליח, טובל זיך אין מקוה פיר מאל פאר מיינעט וועגן"......
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

דער תהילים איד האט געשריבן:וויאזוי 'זאגט מען' אונטער די וואסער?

איך האב געזען פון הגה"צ המקובל ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א ווי ער רעדט פון די ענין פון מקוה זאגט ער אזוי:
כשיהודי נכנס במקוה מתחת למים, הוא מבטל את עצמו ומציאותו כאין ממש, ובזה מתחיל טהרת נפשו.
ואז יכול הוא לפנות בצעקת הלב להשי"ת, והתפילה הזאת שמתפלל להשי"ת 'מתחת למים' היא תפילה שמתקבלת למעלה באופן שיוולד כאדם חדש ממש, באור המ"ה החדש.
שפעטער שרייבט ער וואס מיינט א צעקת הלב
...לרדת מתחת לפני המים לצעוק ולבכות 'בצעקת פנימיות הלב' אל השי"ת.....
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

2/3
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

ווי א טאָג.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

היסטאריקער האט געשריבן:איינער פון מיינע רבי'ס האט אונז פארציילט אז ער האט אמאל אפגעציילט רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט זיך געטויבעלט 7 מאל

זייט דעמאלס טוה איך אויך אזוי, און נאך די פטירה פון אאמו"ר ע"ה האב איך צוגעלייגט איין טבילה לע"נ

און אז איך דערמאן מיך ביי יארצייטן פון צדיקים, זיירעס לייג איך צו איינס

דער רבי האט געהאט זיינע כוונות דערביי, און יכול להיות אז ס'איז נישט געווען יעדן טאג די זעלבע מספר
עכ"פ סתם טרוקן נאכצומאכן האט נישט קיין פשט לענ"ד
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

אמת ער האט נישט געטון יעדעס מאל די זעלבע, טרוקן נאכמאכן איז ווען עס שטייט אנדערש און מ׳ מאכט נאך
אבער שטייט נישט אין ערגיץ וויפיל, איך אלס בחור האב איך געוואלט אויסוועלן א נומבער, וואס איז ראנג? עס איז נישט קיין קפידא, אמאל מער אמאל ווייניגער, דאס איז טרוקן נאכגעמאכט?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

היסטאריקער האט געשריבן:אמת ער האט נישט געטון יעדעס מאל די זעלבע, טרוקן נאכמאכן איז ווען עס שטייט אנדערש און מ׳ מאכט נאך
אבער שטייט נישט אין ערגיץ וויפיל, איך אלס בחור האב איך געוואלט אויסוועלן א נומבער, וואס איז ראנג? עס איז נישט קיין קפידא, אמאל מער אמאל ווייניגער, דאס איז טרוקן נאכגעמאכט?

די עיקר איז די כוונה וואס מ'האט אינזין.
דאס טוט מער אויף ווי נאכמאכן א מספר הטבילות.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

האדמו"ר ר' שלמה מ'באבוב פלעגט זיך טובל'ען ר"ח א באזונדערע טבילה לכבוד היום.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

צ"ק שי טבילות
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איש חמודות האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איינער פון מיינע רבי'ס האט אונז פארציילט אז ער האט אמאל אפגעציילט רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט זיך געטויבעלט 7 מאל

זייט דעמאלס טוה איך אויך אזוי, און נאך די פטירה פון אאמו"ר ע"ה האב איך צוגעלייגט איין טבילה לע"נ

און אז איך דערמאן מיך ביי יארצייטן פון צדיקים, זיירעס לייג איך צו איינס

דער רבי האט געהאט זיינע כוונות דערביי, און יכול להיות אז ס'איז נישט געווען יעדן טאג די זעלבע מספר
עכ"פ סתם טרוקן נאכצומאכן האט נישט קיין פשט לענ"ד

טרוקן? דורכגעווייקט נאס...
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איש חמודות האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איינער פון מיינע רבי'ס האט אונז פארציילט אז ער האט אמאל אפגעציילט רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט זיך געטויבעלט 7 מאל

זייט דעמאלס טוה איך אויך אזוי, און נאך די פטירה פון אאמו"ר ע"ה האב איך צוגעלייגט איין טבילה לע"נ

און אז איך דערמאן מיך ביי יארצייטן פון צדיקים, זיירעס לייג איך צו איינס

דער רבי האט געהאט זיינע כוונות דערביי, און יכול להיות אז ס'איז נישט געווען יעדן טאג די זעלבע מספר
עכ"פ סתם טרוקן נאכצומאכן האט נישט קיין פשט לענ"ד

נישט מער ווי גערעכט !
אפשר האט ער אויך געמאכט נאר 5 טבילות, און נאך זיין טאמע / מאמע'ס פטירה צוגעלייגט נאך 2 לע"נ (אזוי ווי דו האסט צוגעלייגט...) :lol:
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

בעל החבית האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איינער פון מיינע רבי'ס האט אונז פארציילט אז ער האט אמאל אפגעציילט רביה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט זיך געטויבעלט 7 מאל

זייט דעמאלס טוה איך אויך אזוי, און נאך די פטירה פון אאמו"ר ע"ה האב איך צוגעלייגט איין טבילה לע"נ

און אז איך דערמאן מיך ביי יארצייטן פון צדיקים, זיירעס לייג איך צו איינס

דער רבי האט געהאט זיינע כוונות דערביי, און יכול להיות אז ס'איז נישט געווען יעדן טאג די זעלבע מספר
עכ"פ סתם טרוקן נאכצומאכן האט נישט קיין פשט לענ"ד

נישט מער ווי גערעכט !
אפשר האט ער אויך געמאכט נאר 5 טבילות, און נאך זיין טאמע / מאמע'ס פטירה צוגעלייגט נאך 2 לע"נ (אזוי ווי דו האסט צוגעלייגט...) :lol:


אינטערסאנט ווי מ׳ מאכט א אישו פון אזא זאך

נישט דא קיין הלכה וויפיל טבילות מ׳ זאל זיך טובל׳ן, יעדער האט זיינע מנהגים, אזוי אויך רביה"ק זי ע האט נישט געהאט קיין קביעות
האב איך געהערט אלס יונגעל פון מיין רבי׳ן אין חדר אז ער האט אמאל געזען דעם רבי׳ן זיך טובלען 7 מאל האב איך מיר איינגעפירט צו טובלן אזופיל מאל
קיין שום קפידא, אויב די מקוה איז צו הייס אדער קאלט איז איין טובל און ארויס, אבער אונטער נארמאלע אומשטענן טובל איך מיך 7 מאל, און אזוי האב איך גענטפערט צ"ק
קומט דא איינער נאכן אנדערן היתכן ווי גלייך איך בין עובר א הלכה?

קאמאן רילעקס, סתם א מנהג
אוועטאר
משה יאסל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:51 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יאסל »

היסטאריקער איז גערעכט, סאיז דא א טענדענסי דא אויף אייוועלט זיך צו דינגען מיט יענעם, היתכן יענער טראכט אנדערש ווי מיר, און אינאיינוועגס פארדינט מען אז יענער זאל טראכטן צוויי מאל נעקסטיים פאר ער שרייבט וויפיל טבילות ער טובלט זיך (איך מיין נישט די חשובע איש חמודות, איך זעה עס אלל אווער אייוועלט)

---
איך וויל פארשטיין וואס איז די געדאנק פון זיך טובל'ן לע''נ, איז דען דא א מצווה זיך צו טובל'ן נאך א טבילה וואס מיט דעם וועט די נשמה האבן אן עלי'
(איך טוה עס אויך, נאכן הערן פון א חשובע איד דערוועגן ביי א ניחום אבילים, איך וויל נאר פארשטיין די הסבר)
ושבתי אני ואראה את כל העשקים אשר נעשים תחת השמש והנה דמעת העשקים ואין להם מנחם ומיד עשקיהם כח ואין להם מנחם
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

‫משה יאסל‬‎ האט געשריבן:היסטאריקער איז גערעכט, :cry: סאיז דא א טענדענסי דא אויף אייוועלט זיך צו דינגען מיט יענעם, היתכן יענער טראכט אנדערש ווי מיר, און אינאיינוועגס פארדינט מען אז יענער זאל טראכטן צוויי מאל נעקסטיים פאר ער שרייבט וויפיל טבילות ער טובלט זיך (איך מיין נישט די חשובע איש חמודות, איך זעה עס אלל אווער אייוועלט)

---
איך וויל פארשטיין וואס איז די געדאנק פון זיך טובל'ן לע''נ, איז דען דא א מצווה זיך צו טובל'ן נאך א טבילה וואס מיט דעם וועט די נשמה האבן אן עלי'
(איך טוה עס אויך, נאכן הערן פון א חשובע איד דערוועגן ביי א ניחום אבילים, איך וויל נאר פארשטיין די הסבר)



יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”