חידות - קענט איר טרעפן?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואו טרעפט מען אין תנ''ך דריי ווערטער אין א רייע, וואס אלע דריי הייבן זיך אן מיט די זעלבע אות און ענדיגן זיך מיט די זעלבע אוות?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

לאנדאן שטופער האט געשריבן:שמן זית?

גוט צוגעטראפן, עי' שו"ע הל' ברכת הפירות סי' ר"ב, עפ"י הגמ' מס' ברכות שותה ע"י אניגרון ומברך על השמן זית בורא פרי העץ, והביאור דאז השמן זית הוא העיקר, אבל כששותה שלא לרפואה הוי האניגרון (מי סילקא) העיקר ומברך שהכל (או בופה"א יעו"ש).
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

מחבר ספרים האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
מחבר ספרים האט געשריבן:וואו אין די תורה איז דא פינעף ווערטער אין א צי וואס הייבן זיך אהן מיט די זעלבע אות

און וואו איז דא פינעף ווערטער אין א צי וואס זענען פון צויי אותיות

ערשטע חידה: כמה פעמים בתורה, ובפרשת השבוע ה' תיבות רצופות המתחילות בא': אמר אויב ארדוף אשיג אחלק. (וכן בפ' מקץ: איש אל אחיו אבל אשמים אנחנו, וגם בפ' שמות: אנכי אלקי אביך אלקי אברהם אלקי וגו'. רק ששם עוד א', דהיינו ו' תיבות רצופות כזה).

צווייטע חידה: אין די תורה לכה"פ דריי מאל: אין סוף פ' בראשית שטייט נח את שם את חם, אין פ' וישלח ביי לידת בנימין שטייט כי גם זה לך בן, און אין סוף פון די וואכעדיגע סדרה שטייט כי יד על כס קה. (און אז נאר אין די ערשטע חידה האט איר געשריבן וואו 'אין די תורה' משא"כ אין די צווייטע חידה, גראדע אין נ"ך אויך לכה"פ דריי מאל: אין הפטורת פ' מקץ (פון מלכים א') שטייט גם לי גם לך לא, אין הפטורת מחר חודש (פון שמואל א') שטייט על כן לא בא אל, און אין נחמי' (כמדומני) שטייט זה כי אם רע לב).

;l;p-
אזא בקיאות ? כל הכבוד נאט אייך נאך איינס ;l;p-

אויוויי, בשלמא פארן ענטפערן א גרינע, שוין. אבער פאר בקיאות? טאטע וואו בינעך דא, צומאל קען איך אפשר אביסל פלאטשקען אהער אהין בבחינת בבקעך ים סוף, אבער ביז צו בקיאות (אפי' רק הנקרא בלשון בני אדם) האב איך נאך ליידער גאר א ווייטער וועג צו גיין און לאמיר טאקע האפן צו השי"ת אז מ'וועלמיר אמאל נאך אנקומען כאטש א' מני אלפי אלפים ורובי רבבות. ביטער נעבעך ווי א זית מיט מיין בקיאות, כ'מיין אז די חשובע מנהלים שיחיו זאלן מעקן אייערע שאר ירקות און לייגן מרור במקומה, ונזכה להמתקת כל המרירות ע"י רחמים וחסדים בעז"ה.

בכל אופן א גרויסן ייש"כ הרב המחבר, מיר האבן אלעמאל גאר גרויס הנאה נאר די צייט ערלויבט נישט צו באדאנקען אלעמאל וע"כ יהא נא בעיניכם כאילו הייתי פורט ברכת תודה יישר כחכם על כל תגובותיכם החביבות עלי.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

וברכתם גם אותי זאגט רש"י פון מכילתא התפללו עלי שלא אמות שאני בכור
פארוואס האט פרעה מורא געהאט? עס איז דאך שוין געווען נאך חצות?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:וברכתם גם אותי זאגט רש"י פון מכילתא התפללו עלי שלא אמות שאני בכור

וואס האט ער געהערט פון משה רבינו? כחצות !

54
ווער איז געווען דער BOSS פון די מכשפים אין מצרים?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:וברכתם גם אותי זאגט רש"י פון מכילתא התפללו עלי שלא אמות שאני בכור
פארוואס האט פרעה מורא געהאט? עס איז דאך שוין געווען נאך חצות?

וואס האט ער געהערט פון משה רבינו? כחצות !

זיין ספק אויפן כחצות איז געווען נאר ביז סאיז געשען אבער איינמאל וה' הכה כל בכור האט ער דאך שוין געוואוסט ווען כחצות איז ועדיין לא נושענו?
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עס איז דא א חז''ל (דאכט זיך א ילקוט אין בהעלותך) אז די בכורים האבן אנגעהויבן גוסס'ן ביי חצות און געשטארבן זענען זיי ערשט צופרי. האט ער נאך געהאט וואס מורא צו האבן ווייל עס איז געווען אן אנגייענדע זאך
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:ווער איז געווען דער BOSS פון די מכשפים אין מצרים?
אטעטשמענטס
Screenshot 2017-02-06 19.09.19.png
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ווער איז געווען דער BOSS פון די מכשפים אין מצרים?

געוואלדיג! א ריזן יישר כח כבוד הרב פאר די שיינע ידיעה.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

משהזוךמיר האט געשריבן:וואו טרעפט מען אין תנ''ך דריי ווערטער אין א רייע, וואס אלע דריי הייבן זיך אן מיט די זעלבע אות און ענדיגן זיך מיט די זעלבע אוות?

ברך בניך בקרבך
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

משהזוךמיר האט געשריבן:עס איז דא א חז''ל (דאכט זיך א ילקוט אין בהעלותך) אז די בכורים האבן אנגעהויבן גוסס'ן ביי חצות און געשטארבן זענען זיי ערשט צופרי. האט ער נאך געהאט וואס מורא צו האבן ווייל עס איז געווען אן אנגייענדע זאך

געטראפען
..............מחצי הלילה היתה נפשם מפרפרת בהם,,,,,,,,,,,,,,,,,

אנהייב מסכת שמחות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קיקיון האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:עס איז דא א חז''ל (דאכט זיך א ילקוט אין בהעלותך) אז די בכורים האבן אנגעהויבן גוסס'ן ביי חצות און געשטארבן זענען זיי ערשט צופרי. האט ער נאך געהאט וואס מורא צו האבן ווייל עס איז געווען אן אנגייענדע זאך

געטראפען
..............מחצי הלילה היתה נפשם מפרפרת בהם,,,,,,,,,,,,,,,,,

אנהייב מסכת שמחות

ש'כח ר' קיקיון
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואו ווערט דערמאנט 'אין פסוק' די וואך די מעשה פון מרים'ס נבואה אלס קליין מיידל אז משה וועט געבוירן ווערן?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מחבר ספרים האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
מחבר ספרים האט געשריבן:
חאצקל פרייליך האט געשריבן:וועמענס טאטע און זיין זיידע און זיין עלטער זיידע האבן געלעבט די זעלבע צאל יארן?

משה
וייל לוי איז געוועהן זיין זיידע פון זיין מאמעס זייט און עלטער זיידע פון זיין טאטעס זייט קומט אויס זיין טאטע זיידע און עלטער זיידע האבן געלעבט 137 יאר

צוגעטראפן, ריכטיג. (קלער איך יעצט בדרך צחות, אז אויף משה רבינו שטייט דעך שוין תיכף ביים געבוירן ווערן ותלד בן ותרא אותו כי טוב הוא, טוב איז דאך זיבעצן כידוע, און האט געלעבט דערויף מאה ועשרים שנה, קומט אויס שוין א פערטע דור אין זעלבן עלטער).

חאצקל אז דו רעדסט שוין בדרך צחות איז דאך באויסט די קושיא אז משה רבינו איז געבוירען ז' אדר און די ברית איז געוועהן י''ד אדר פארוואס האט משה רבינו נישט געהייסן מרדכי וייל די ברית איז דאך געוועהן אויף פורים
די תירוץ איז אז משה איז געבוירען געמאלעט האט מען עהם דאך שוין געגעבן א נאמען ז' אדר און דעמאלטס איז דאך משה רבינוס יארצייט האט מען עהם געגעבן א נאמען משה ....

א שיין ווערטל אבער שטימט נישט - הנולד מהול דארף נאך הטפת דם...
קענסט זאגן פשוט ווייל ער איז געבוירן משה'ס יארצייט...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

משהזוךמיר האט געשריבן:וואו ווערט דערמאנט 'אין פסוק' די וואך די מעשה פון מרים'ס נבואה אלס קליין מיידל אז משה וועט געבוירן ווערן?

מרים הנביאה אחות אהרן, ווי רש"י ברענגט דארט פון מס' סוטה. (אגב, ברענגט דארט רש"י נאר דעם תירוץ אבער נישט די קושית הגמ': אחות אהרן ולא אחות משה. עכ"פ די גמ' האט געזוכט משה וואו ער ווערט דערמאנט אין פסוק און געטראפן אבער נאר אהרן, ענטפערט די גמ' מלמד שהיתה מתנבאה כשהיא אחות אהרן ואומרת עתידה אמי שתולד בו שמושיע את ישראל).
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עס ווייסט יעדער אז נאר א פינפטל (אדער גאר א פופציגסטל) פון כלל ישראל זענען ארויס פון מצרים. די גמ' אין סנהדרין (קי"א:) זאגט אבער אן אנדערע, שטוינענדע ציפער: איינס פון 300,000!!! יא, איינס פון דריי הונדערט טויזנט!!! פאר יעדער איד וואס איז ארויסגעגאנגען, איז געווען 299,999 וואס זענען נעבעך געשטארבן בשלשת ימי אפילה!!
דאס איז די לשון הגמ':
תניא רבי סימאי אומר נאמר (שמות ו, ז) ולקחתי אתכם לי לעם ונאמר והבאתי אתכם מקיש יציאתן ממצרים לביאתן לארץ מה ביאתן לארץ שנים מס' ריבוא אף יציאתן ממצרים שנים מס' ריבוא

דאס הייסט אז פון יעדע זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זענען נאר צוויי ארויס פון מצרים.
שטעלט זיך די קושיא, אויב ארויס פון מצרים זענען 600,000 נאר די מענער פון די 20, קומט אויס אז באמת זענען געווען דריי הונדערט טויזנט מאל אזויפיל אידן אין מצרים. איר ווייסט וויפיל דאס איז? 180,000,000,000!! יא, הונדערט אכציג ביליאן מיט א בית!! און דאס איז נאר די מענער. רעכן צו פרויען און מענער אונטער 20 איז עס לכה"פ דאפלט, קומט עס אויס דריי הונדערט און זעכציג ביליאן!!
איז די שאלה, וויאזוי קען זיין אז אין 210 יאר זאל פון 70 ווערן 180,000,000,000? מאך א חשבון, אויב היינט, 3,329 יאר שפעטער איז 'אין די גאנצע וועלט' דא קוים 7 ביליאן, איז פשוט אוממעגליך אנצוקומען צו אזא ציפער אין אזוי ווייניג צייט אפי' ווען מ'וואלט געהאט 100 קינדער אויפאמאל, כ"ש נישט ווען מ'האט געהאט "קוים" זעקס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

משהזוךמיר האט געשריבן:עס ווייסט יעדער אז נאר א פינפטל (אדער גאר א פופציגסטל) פון כלל ישראל זענען ארויס פון מצרים. די גמ' אין סנהדרין (קי"א:) זאגט אבער אן אנדערע, שטוינענדע ציפער: איינס פון 300,000!!! יא, איינס פון דריי הונדערט טויזנט!!! פאר יעדער איד וואס איז ארויסגעגאנגען, איז געווען 299,999 וואס זענען נעבעך געשטארבן בשלשת ימי אפילה!!

חז"ל אומרים (תנחומא פקודי סימן ט)
שהנשים במצרים 'יש מהן יולדות שנים
בבת אחת. ויש אומרים, ששה בכרס
אחד. ויש אומרים, שנים עשר בכרס
אחד. ויש דעה ששים נולדו בכרס אחת
ויש אומרים, ששים רבוא'.
משכיל אחד בא אל רבי אייזיל חריף
ואמר לו שמצא מדרש ''מוזר'' (כדרך
התבטאות המשכילים): אומר המדרש:
"וַיִּ ְפ ָ רץ ה ִאישׁ" (בראשית ל מג) 'רבי לוי
אמר: ששים רבוא כלבים" (ב"ר פרשה
עג) כלומר אומר המדרש: שליעקב אבינו
היו שש מאות אלף כלבים ששמרו על
צאנו"
"ומה מוזר בכך"?
"היכן שכן את כל שש מאות אלף
הכלבים"?
ענה לו רבי אייזיל חריף: "גם אני
מצאתי מדרש מעין זה. במצרים ילדה
אשה אחת שש מאות אלף ילדים בלידה
אחת! היתכן?
אלא שהכונה היתה למשה רבנו שהיה
שקול כנגד ששים רבוא. הסבר זה תואם
את דברי המדרש שמצאת: האמת שליעקב
היה כלב אחד, גדול כמוך, ששקול היה
כנגד שש מאות אלף כלבים אחרים"...

חידות לט''ו שבט

צו וועלעכע פרי איז א וייב פון א מענטש געגליכען און צו וועלכע פרי די קינדער פון א מענטש

וועלכע פרוכט ביימער נוצט מען ווען מען וויל זאגן איינער וואס זיצט מיט יישוב הדעת אהן קיין דאגות

וועלכע שבט האט געהאט אסאך ענבים און וועלכע שבט אסאך זיתים

ווער איז צוגעגליכען צו א רמון

און ווער צו א תמר

אונטער וועלכע בוים איז יונה הנביא געזעצן
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מחבר ספרים האט געשריבן:וועלכע שבט האט געהאט אסאך ענבים און וועלכע שבט אסאך זיתים

זיתים = שבט אשר (מאשר שמנה לחמו)

מחבר ספרים האט געשריבן:ווער איז צוגעגליכען צו א רמון

רשעי ישראל (מלאים מצוות כרימון)

מחבר ספרים האט געשריבן:און ווער צו א תמר

ישראל (מה תמר אין לה אלא לב אחד, אף ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים)

מחבר ספרים האט געשריבן:אונטער וועלכע בוים איז יונה הנביא געזעצן

קיקיון
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

טריסקער האט געשריבן:
מחבר ספרים האט געשריבן:וועלכע שבט האט געהאט אסאך ענבים און וועלכע שבט אסאך זיתים

זיתים = שבט אשר (מאשר שמנה לחמו)

מחבר ספרים האט געשריבן:ווער איז צוגעגליכען צו א רמון

רשעי ישראל (מלאים מצוות כרימון)

מחבר ספרים האט געשריבן:און ווער צו א תמר

ישראל (מה תמר אין לה אלא לב אחד, אף ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים)

מחבר ספרים האט געשריבן:אונטער וועלכע בוים איז יונה הנביא געזעצן

קיקיון

;l;p-
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

;l;p-
מחבר ספרים האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:עס ווייסט יעדער אז נאר א פינפטל (אדער גאר א פופציגסטל) פון כלל ישראל זענען ארויס פון מצרים. די גמ' אין סנהדרין (קי"א:) זאגט אבער אן אנדערע, שטוינענדע ציפער: איינס פון 300,000!!! יא, איינס פון דריי הונדערט טויזנט!!! פאר יעדער איד וואס איז ארויסגעגאנגען, איז געווען 299,999 וואס זענען נעבעך געשטארבן בשלשת ימי אפילה!!
דאס איז די לשון הגמ':
תניא רבי סימאי אומר נאמר (שמות ו, ז) ולקחתי אתכם לי לעם ונאמר והבאתי אתכם מקיש יציאתן ממצרים לביאתן לארץ מה ביאתן לארץ שנים מס' ריבוא אף יציאתן ממצרים שנים מס' ריבוא

דאס הייסט אז פון יעדע זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זענען נאר צוויי ארויס פון מצרים.
שטעלט זיך די קושיא, אויב ארויס פון מצרים זענען 600,000 נאר די מענער פון די 20, קומט אויס אז באמת זענען געווען דריי הונדערט טויזנט מאל אזויפיל אידן אין מצרים. איר ווייסט וויפיל דאס איז? 180,000,000,000!! יא, הונדערט אכציג ביליאן מיט א בית!! און דאס איז נאר די מענער. רעכן צו פרויען און מענער אונטער 20 איז עס לכה"פ דאפלט, קומט עס אויס דריי הונדערט און זעכציג ביליאן!!
איז די שאלה, וויאזוי קען זיין אז אין 210 יאר זאל פון 70 ווערן 180,000,000,000? מאך א חשבון, אויב היינט, 3,329 יאר שפעטער איז 'אין די גאנצע וועלט' דא קוים 7 ביליאן, איז פשוט אוממעגליך אנצוקומען צו אזא ציפער אין אזוי ווייניג צייט אפי' ווען מ'וואלט געהאט 100 קינדער אויפאמאל, כ"ש נישט ווען מ'האט געהאט "קוים" זעקס?

חז"ל אומרים (תנחומא פקודי סימן ט)
שהנשים במצרים 'יש מהן יולדות שנים
בבת אחת. ויש אומרים, ששה בכרס
אחד. ויש אומרים, שנים עשר בכרס
אחד. ויש דעה ששים נולדו בכרס אחת
ויש אומרים, ששים רבוא'.
משכיל אחד בא אל רבי אייזיל חריף
ואמר לו שמצא מדרש ''מוזר'' (כדרך
התבטאות המשכילים): אומר המדרש:
"וַיִּ ְפ ָ רץ ה ִאישׁ" (בראשית ל מג) 'רבי לוי
אמר: ששים רבוא כלבים" (ב"ר פרשה
עג) כלומר אומר המדרש: שליעקב אבינו
היו שש מאות אלף כלבים ששמרו על
צאנו"
"ומה מוזר בכך"?
"היכן שכן את כל שש מאות אלף
הכלבים"?
ענה לו רבי אייזיל חריף: "גם אני
מצאתי מדרש מעין זה. במצרים ילדה
אשה אחת שש מאות אלף ילדים בלידה
אחת! היתכן?
אלא שהכונה היתה למשה רבנו שהיה
שקול כנגד ששים רבוא. הסבר זה תואם
את דברי המדרש שמצאת: האמת שליעקב
היה כלב אחד, גדול כמוך, ששקול היה
כנגד שש מאות אלף כלבים אחרים"...

ריכטיג ר' מחבר. נאר איין קליינע הערה: די מדרש פון וואס ר' אייזל רעדט איז אן אנדערע מאמר חז''ל איך געדענק נישט אויף די מינוט וואו, וואס דארט שטייט ''מלמד שאשה אחת ילדה במצרים ששים רבוא'' אין קאנטעקסט אז עס איז געווען איין פרוי וואס האט געהאט ששים רבוא,אין דאס איז משה. אבער אין תנחומא רעכנט ער עס דאך אויס צווישן די דיעות וויפיל קינדער יעדער האט געהאט, און ער לעדנט עס ארויס פון וישרצו- כדגים, מיינט עס לכאורה אז יעדער האט געהאט אזויפיל אויף אמאל!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

טריסקער האט געשריבן:
מחבר ספרים האט געשריבן:וועלכע שבט האט געהאט אסאך ענבים און וועלכע שבט אסאך זיתים

זיתים = שבט אשר (מאשר שמנה לחמו)

פארגעסען? יהודה!
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

משהזוךמיר האט געשריבן:עס ווייסט יעדער אז נאר א פינפטל (אדער גאר א פופציגסטל) פון כלל ישראל זענען ארויס פון מצרים. די גמ' אין סנהדרין (קי"א:) זאגט אבער אן אנדערע, שטוינענדע ציפער: איינס פון 300,000!!! יא, איינס פון דריי הונדערט טויזנט!!! פאר יעדער איד וואס איז ארויסגעגאנגען, איז געווען 299,999 וואס זענען נעבעך געשטארבן בשלשת ימי אפילה!!
דאס איז די לשון הגמ':
תניא רבי סימאי אומר נאמר (שמות ו, ז) ולקחתי אתכם לי לעם ונאמר והבאתי אתכם מקיש יציאתן ממצרים לביאתן לארץ מה ביאתן לארץ שנים מס' ריבוא אף יציאתן ממצרים שנים מס' ריבוא

דאס הייסט אז פון יעדע זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זענען נאר צוויי ארויס פון מצרים.

אדער נאר איינער. געדענק איך נישט אויפן מינוט וואו עס שטייט, אבער מרן מסאטמאר זי"ע האט אסאך מאל נאכגעזאגט אין די פרשיות של יציאת מצרים אז לויט איין דעה בחז"ל איז נאר ארויס א' מששים רבוא (און כמעט ביי יעדעס מאל צוגעלייגט אז ס'כאפט א פחד וכו').
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:עס ווייסט יעדער אז נאר א פינפטל (אדער גאר א פופציגסטל) פון כלל ישראל זענען ארויס פון מצרים. די גמ' אין סנהדרין (קי"א:) זאגט אבער אן אנדערע, שטוינענדע ציפער: איינס פון 300,000!!! יא, איינס פון דריי הונדערט טויזנט!!! פאר יעדער איד וואס איז ארויסגעגאנגען, איז געווען 299,999 וואס זענען נעבעך געשטארבן בשלשת ימי אפילה!!
דאס איז די לשון הגמ':
תניא רבי סימאי אומר נאמר (שמות ו, ז) ולקחתי אתכם לי לעם ונאמר והבאתי אתכם מקיש יציאתן ממצרים לביאתן לארץ מה ביאתן לארץ שנים מס' ריבוא אף יציאתן ממצרים שנים מס' ריבוא

דאס הייסט אז פון יעדע זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זענען נאר צוויי ארויס פון מצרים.

אדער נאר איינער. געדענק איך נישט אויפן מינוט וואו עס שטייט, אבער מרן מסאטמאר זי"ע האט אסאך מאל נאכגעזאגט אין די פרשיות של יציאת מצרים אז לויט איין דעה בחז"ל איז נאר ארויס א' מששים רבוא (און כמעט ביי יעדעס מאל צוגעלייגט אז ס'כאפט א פחד וכו').

ניין עס איז שנים מששים רבוא. איך האב געברענג דעם לשון הגמ' אויבן.
דאס וואס מרן מסאטמאר זי''ע האט געזאגט באציט זיך לכאורה צו די אויספיר פון די גמ' - די גמ' פירט אויס אמר רבא ואף לעתיד לבא כך.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”