קיקיון האט געשריבן: א מנהג נפוץ וואס אין געוויסע מקומות פירט מען זיך אזוי נור נאך א שנה מעוברת
מחבר ספרים האט געשריבן:בנוגע די מנהג אפשר מיינט איר אז מען האט אינזינען ביי כי תצא פרשת זכור כדי עז זאל נישט אריבער גיין י''ב חודש פון שבת זכור והמקור היא מחת''ס כמדומה
יי"כ פארען דערמאנען האסט פארזעהן מיין פליטת הקולמוס איך האב געשריבען "נאך" דיין תשובה איז נישט נוגע "נאך " א שנה מעוברת איך האב אביסעל געקלעטערט און געבלעטערט און האב געטראפען א מלקט
יש נוהגים בשנה מעוברת לכוון בקריאת התורה בפי ״כי תצא״ הקודם לצאת במצות זכירת עמלק, מכיון שיש י״ג חודשים מפעם אחרונה עד אדר ב׳, וזמן שכחה הוא י״ב חודשים (ע מהר״ם שיק על תרי״ג מצוות, מצוה תר״ה). ויש סוברים שאין לחשוש לזה כלל, כי בשנה מעוברת שיעור השכחה הוא י״ג חודשים, כי חוקי הטבע כפופים לתורה עייין מועדים וזמנים ח״ב ס׳ ק ס״ו, בשם הגר״י וועלץ זצ״ל, שמדברי שו״ת החת"ס אע״ה ס׳ קי״ט מוכח שאין צריך להיזהר בשנה מעוברת, שחוקי הטבע מותנה לפי קביעות חז״ל
דענק און דאנק האט געשריבן:כידוע ההלכה אין א טאג פון א ברית אין אומרים תחנון
וועמענס טאג פון ברית זאגט מען נישט לכבודו קיין תחנון יעדעס יאר?
י"ג ניסן היה בריתו של אאע"ה ולפיכך אין אומרים בו תחנון, כדאיתא בהגהות חת"ס
ענדליך צו דעהם איינער האט אמאל געמאכט א מצוה אויף א געויסע אופן און וועגן דעם מאכט מען עס נאך אויף די זעלבע אופן עד היום הזה
ברית בשמחה, לפיכך אין אומרים בו תחנון???? איך ווייס משום שיצאו רוב חודש ביו"ט, ועוד פארוואס זאגט מען תחנונן י"ג תשרי, ווען עס איז געווען בפשטות די ברית נישט ערב פסח ווי די מדרש.
מחבר ספרים האט געשריבן:א מענטש דארף זיך וואשען די הענט פארן טוען א געויסע מצוה און מען זאגט עהם דו טארסט נישט וואשען די הענטש פאר די מצוה נאר אביסעל וואשען אבער נישט ריכטיג
פאר יעדע מצוה חוץ תפילה טאר מען נישט וואשען די הענט נאר ווען מען איז טמא משום יוהרא נאר מען זאל זיך מאכן טמא, אבער דו רעסט למשל ווען א איד וויל זאגן א אשר יצר פארן זיך וואשען צו ברויט.
איך רעדט ווען ער איז שוין טמא ממש אפילו אזוי אויב ער וויל מאכען קידוש טאר ער זיך נישט ואשען די הענט מען זאל נישט קומען זאגען אז מען מוז זיך וואשען פאר קידוש עס ווערט געברענגט אין משנה ברורה הל' פסח סי' תע''ב
מחבר ספרים האט געשריבן:מיט צויי זאכען איז אנדרעש די טבע פון בייטאג ווי ביינאכט ? חוץ פון לעכטיג און טינקעל
א) שרגא בטיהרי מאי מהני
ב) בסימן תנ"ה יש אריכות גדול בב"י בענין מים שלנו ולחד שיטה הנהרות מתחממים בלילה
איך האב געמיינט די הלכה אין יו''ד סי' צ''ד אז קדירה שנבלע בחלב און עס איז אריבער א נאכט הייסט עס שוין פגום לפי שיטת רש''י ור''ת אבער דוקא אויב עס איז אדורך א נאכט אבער נישט קיין טאג וייל די טבע פון ביינאכט איז אז עס איז פולט אבער נישט בייטאג
די צוייטע איז א גמרא ביומא כ' ע''ב אז ביינאכט קען מען בעסער הערן ווי בייטאג
לעצט פארראכטן דורך מחבר ספרים אום דאנערשטאג מארטש 30, 2017 7:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיקיון האט געשריבן:ווער האט געברענגט א קרבן יחיד שבת קודש?
ראספשע האט געשריבן:וביום השביעי נשיא לבני אפרים אלישמע בן עמיהוד, ובמדרש (במדב"ר פרשת נשא) אמר הקב"ה יוסף אתה שמרת את השבת עד שלא נתנה התורה חייך שאני משלם לבן בנך שיהא מקריב קרבנו בשבת מה שאין יחיד מקריב ועלי לקבל קרבנו ברצון
יי"כ פאר דעם מדרש אבער עס איז מיר שווער געווארען נור יוסף האט געהיטען שבת? האב איך געזוכט און געטראפען אין דברי שלו' להרהגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל צוויי שיינע תירוצים
א שיינע קושיא הרב קקיון מען קען אבער ענטפערען לוי ווי די ישמח משה איז מסביר די מחלוקת ציוישען יוסף מיט די שבטים אז יוסף האט געהאלטען מען האט א דין ווי א בן ישראל און די ברודער האבן געהאלטען מען האט א דין ווי א בן נח קומט אויס אז די ברודער לשיטתם האבן טאקע נישט געקענט האלטען שבת וייל בן נח ששבת חייב מיתה אבער יוסף לשטיתו האט געקענט האלטען שבת
מחבר ספרים האט געשריבן:א שיינע קושיא הרב קקיון מען קען אבער ענטפערען לוי ווי די ישמח משה איז מסביר די מחלוקת ציוישען יוסף מיט די שבטים אז יוסף האט געהאלטען מען האט א דין ווי א בן ישראל און די ברודער האבן געהאלטען מען האט א דין ווי א בן נח קומט אויס אז די ברודער לשיטתם האבן טאקע נישט געקענט האלטען שבת וייל בן נח ששבת חייב מיתה אבער יוסף לשטיתו האט געקענט האלטען שבת
איך געדענק פארקערט אז יוסף האט געהאלטען אז זיי זענען בני נח און די ברידער האבן זיך געהאלטען פאר ישרא' קוק אין דברי שלו'
מחבר ספרים האט געשריבן:א שיינע קושיא הרב קקיון מען קען אבער ענטפערען לוי ווי די ישמח משה איז מסביר די מחלוקת ציוישען יוסף מיט די שבטים אז יוסף האט געהאלטען מען האט א דין ווי א בן ישראל און די ברודער האבן געהאלטען מען האט א דין ווי א בן נח קומט אויס אז די ברודער לשיטתם האבן טאקע נישט געקענט האלטען שבת וייל בן נח ששבת חייב מיתה אבער יוסף לשטיתו האט געקענט האלטען שבת
איך געדענק פארקערט אז יוסף האט געהאלטען אז זיי זענען בני נח און די ברידער האבן זיך געהאלטען פאר ישרא' קוק אין דברי שלו'