עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

SPUSMN האט געשריבן:גערעכט אז עס זענען דא געזונטע מענטשען און פון דעסטוועגען דאך שרייבען זיי אריין אין א קוויטעל די ראשי תיבות רפה"נ ורפה"ג; ווייל זעהט אויס אז יעדער דארף א רפואה אפילו ער מיינט ער איז געזונט.

ביינונז שרייבט מען אין קוויטל 'לבריאת הגוה"נ', וההבדל פשוט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

טייבעלע האט געשריבן:וזוכר חסדי אבות, ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, איז טייטש ער גדענק די זכות אבות, ואם תמו זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה,
קען מען אפשר זאגען אז דער בו"ע וויל האלטן גאנץ די זכות, תמו מלשון תם, גאנץ, ער וויל נישט עס זאל אויסגענוצט ווערען די זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם
למען שמו באהבה.

מ'קען צולייגן אז מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער "גומל חסדים טובים" וואס לכאורה די ווארט טובים איז איבעריג, ווייל חסד איז דאך טוב, אויב נישט איז עס דאך נישט חסד, (עי' באבודרהם מפ' שהקב"ה גומל יותר מחסדי אבות, או שהוא גומל יותר מגמילת חסדי בנ"א, וע"ע שם) אבער על פי פירושו פון הרב "טייבעלע" קען מען עס פארשטיין
און ע"פ משל
א איד א שוואכע בעל פרנסה ווען ס'איז געווען הגיע לעת דודים חתונה מאכן זיין טאכטער בשעה טובה ומוצלחת, איז ער געגאנגען צו די גמ"ח'ן ארויסנעמען זיינע אוועקגעלייגטע געלטער, און אזוי אויך האט ארויסגעשלעפט פון אונטער די מאטראץ דאס אפגעשפארטע מזומנים, אזוי מאכענדיג זיך א חשבון, דערזעט ער ס'צרות עס קלעקט נישט אפי' ביז צום קבלת פנים, בדוחק לו לויפט ער אריבער צו זיינס א חבר א איד א נגיד, ער גיסט זיך אויס דאס הארץ, דער חבר א ווארימער איד נעמט אויף זיך צו אויסצאלן דאס איבעריגע הוצאות, און דער איד קען זיך נישט גענוג באדאנקען פארן נגיד, אבער דאס שמחה איז נישט גאנץ, דער איד קלערט ביי זיך אז כ'בין סייווי געגאנגען שנארן, אויב כ'גיי ווען גלייך צום עושר וואלט ער געספאנסארט ס'גאנצע חתונה, און דאס געלט אונטערן געלעגער וואלט דארט געבליבן אוועקגעלייגט פאר א שווארץ טאג,
דאס קען מען זאגן לגבי דעם אייבערשטן, א איד ברויך א ישועה און ער מאכט זיך א חשבון אז פון זיין קאנטע זכותים און פון די זכות אבות, איז נישט דא גענוג צו ברענגין א ישועה, ער מוז סייווי צוקומען צום חסד פונעם אייבערשטן, טוט איהם דער אייבערשטער חסדים, הויל חסדים, אן אויסנוצן זיינע זכותים (פון אונטערן מאטראץ),
אויף דעם זאגט מען "גומל חסדים טובים" ס'איז בתכלית הטוב, ס'איז אן עקסטערע טובה פונעם אייבערשטן אז ער ליידיגט נישט אויס דעם אקאונט, (ער לאזט עס גאנץ מלשון תמו, קרעדיט טייבעלע) "זוכר חסדי אבות" אפילו ער ווייסט אז ס'איז דא זכותים אינעם אקאונט (זכות אבות), פון דענסטוועגן "מביא גואל לבני בניהם למען שמו" רק למען שמו אן נוצן פון די חסדי אבות, פארוואס "באהבה" ווייל ער האט אונז ליב.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

פונקט געזען אויף אוצר החכמה א גוטער דיוק.
ביי קדושה שבת איז דער נוסח: "לדור ודור ולנצח נצחים. ועינינו תראינה מלכותך כדבר האמור בשירי עזיך ע"י דוד משיח צדקיך ימלוך ה' לעולם וגו'"
וואס איז די שייכות פון פסוק ימלוך ה' מיט ועינינו תראינה?
דער שואל וויל גרייכן א מסקנא אז איה"נ עס קומט טאקע נישט א פסיק צווישן נצחים ועינינו, נאר דער פסוק ימלוך גייט ארויף אויף די גאנצע ענין שלמעלה פון מתי תמלוך בציון וכו'.

איינער האט עפעס א בעסערע מהלך?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

פארוואס נישט אויף ועינינו תראינה "מלכותיך", די מלכות פון וואס דוד רעדט?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מחצית האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:וזוכר חסדי אבות, ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, איז טייטש ער גדענק די זכות אבות, ואם תמו זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה,
קען מען אפשר זאגען אז דער בו"ע וויל האלטן גאנץ די זכות, תמו מלשון תם, גאנץ, ער וויל נישט עס זאל אויסגענוצט ווערען די זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם
למען שמו באהבה.

מ'קען צולייגן אז מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער "גומל חסדים טובים" וואס לכאורה די ווארט טובים איז איבעריג, ווייל חסד איז דאך טוב, אויב נישט איז עס דאך נישט חסד, (עי' באבודרהם מפ' שהקב"ה גומל יותר מחסדי אבות, או שהוא גומל יותר מגמילת חסדי בנ"א, וע"ע שם) אבער על פי פירושו פון הרב "טייבעלע" קען מען עס פארשטיין
און ע"פ משל
א איד א שוואכע בעל פרנסה ווען ס'איז געווען הגיע לעת דודים חתונה מאכן זיין טאכטער בשעה טובה ומוצלחת, איז ער געגאנגען צו די גמ"ח'ן ארויסנעמען זיינע אוועקגעלייגטע געלטער, און אזוי אויך האט ארויסגעשלעפט פון אונטער די מאטראץ דאס אפגעשפארטע מזומנים, אזוי מאכענדיג זיך א חשבון, דערזעט ער ס'צרות עס קלעקט נישט אפי' ביז צום קבלת פנים, בדוחק לו לויפט ער אריבער צו זיינס א חבר א איד א נגיד, ער גיסט זיך אויס דאס הארץ, דער חבר א ווארימער איד נעמט אויף זיך צו אויסצאלן דאס איבעריגע הוצאות, און דער איד קען זיך נישט גענוג באדאנקען פארן נגיד, אבער דאס שמחה איז נישט גאנץ, דער איד קלערט ביי זיך אז כ'בין סייווי געגאנגען שנארן, אויב כ'גיי ווען גלייך צום עושר וואלט ער געספאנסארט ס'גאנצע חתונה, און דאס געלט אונטערן געלעגער וואלט דארט געבליבן אוועקגעלייגט פאר א שווארץ טאג,
דאס קען מען זאגן לגבי דעם אייבערשטן, א איד ברויך א ישועה און ער מאכט זיך א חשבון אז פון זיין קאנטע זכותים און פון די זכות אבות, איז נישט דא גענוג צו ברענגין א ישועה, ער מוז סייווי צוקומען צום חסד פונעם אייבערשטן, טוט איהם דער אייבערשטער חסדים, הויל חסדים, אן אויסנוצן זיינע זכותים (פון אונטערן מאטראץ),
אויף דעם זאגט מען "גומל חסדים טובים" ס'איז בתכלית הטוב, ס'איז אן עקסטערע טובה פונעם אייבערשטן אז ער ליידיגט נישט אויס דעם אקאונט, (ער לאזט עס גאנץ מלשון תמו, קרעדיט טייבעלע) "זוכר חסדי אבות" אפילו ער ווייסט אז ס'איז דא זכותים אינעם אקאונט (זכות אבות), פון דענסטוועגן "מביא גואל לבני בניהם למען שמו" רק למען שמו אן נוצן פון די חסדי אבות, פארוואס "באהבה" ווייל ער האט אונז ליב.

זייער שיין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל האט געשריבן:פונקט געזען אויף אוצר החכמה א גוטער דיוק.
ביי קדושה שבת איז דער נוסח: "לדור ודור ולנצח נצחים. ועינינו תראינה מלכותך כדבר האמור בשירי עזיך ע"י דוד משיח צדקיך ימלוך ה' לעולם וגו'"
וואס איז די שייכות פון פסוק ימלוך ה' מיט ועינינו תראינה?
דער שואל וויל גרייכן א מסקנא אז איה"נ עס קומט טאקע נישט א פסיק צווישן נצחים ועינינו, נאר דער פסוק ימלוך גייט ארויף אויף די גאנצע ענין שלמעלה פון מתי תמלוך בציון וכו'.

איינער האט עפעס א בעסערע מהלך?

דאס איז. דאך דער פשוט'ער פשט, אן א פשט'לעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עירמאנט'ער האט געשריבן:ביי רפאנו איז דא די יהי רצון וואס מ'קען צו לייגן פאר א חולה
דארט זאגט מען רפואת הנפש ורפואת הגוף

מעג מען זאגן די יהי רצון פאר איינעם וואס דארף נאר א רפואת הנפש?

יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שוועמל האט געשריבן:פונקט געזען אויף אוצר החכמה א גוטער דיוק.
ביי קדושה שבת איז דער נוסח: "לדור ודור ולנצח נצחים. ועינינו תראינה מלכותך כדבר האמור בשירי עזיך ע"י דוד משיח צדקיך ימלוך ה' לעולם וגו'"
וואס איז די שייכות פון פסוק ימלוך ה' מיט ועינינו תראינה?
דער שואל וויל גרייכן א מסקנא אז איה"נ עס קומט טאקע נישט א פסיק צווישן נצחים ועינינו, נאר דער פסוק ימלוך גייט ארויף אויף די גאנצע ענין שלמעלה פון מתי תמלוך בציון וכו'.

איינער האט עפעס א בעסערע מהלך?

על פי פשטות, ימלוך גייט ארויף אויף לעתיד, און תראינה מלכותיך גייט אויך אויף לעתיד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

עס איז נישט מסתבר אז ימלוך גייט ארויף אויף די בקשה "ממקומך כו', מתי כו', תתגדל כו', ועיננו תרעינה כו'", ווייל אויך אין די קדושה לחול וואס דארט איז מען בכלל נישט מאריך, זאגט מען "ימלוך".
אבער איך מיין אז עס איז גאנץ פשוט פארוואס מיר זאגן די דריי פסוקים, קדוש, ברוך, און ימלוך ביי קדושה, ווייל די דריי פסוקים זאגן די מלאכים. קדוש און ברוך איז מבואר בפירוש אין פסוקי יחזקאל און ישעי'. און פון די אקדמות קומט ארויס אז אויך ימלוך זאגן די מלאכים:

טְפֵי יְקִידִין שְׂרָפִין, כְּלוּל גַפֵּי שִׁתָּא:
טְעֵם עַד יִתְיְהֵב לְהוֹן, שְׁתִּיקִין בְּאַדִשְׁתָּא:
יְקַבְּלוּן דֵין מִן דֵין שָׁוֵי, דְלָא בְּשַׁשְׁתָּא:
יְקַר מְלֵי כָל אַרְעָא, לִתְלוֹתֵי קְדוּשְׁתָּא = קדוש קדוש קדוש ה' צבאות מלא כל הארץ כבודו
כְּקָל מִן קֳדָם שַׁדַי, כְּקָל מֵי נְפִישׁוּתָא:
כְּרוּבִין קֳבֵל גַלְגַלִין, מְרוֹמְמִין בְּאַוְשָׁתָא:
לְמֶחֱזֵי בְּאַנְפָּא עֵין, כְּוַת גִירֵי קַשְׁתָּא:
לְכָל אֲתַר דְמִשְׁתַּלְחִין, זְרִיזִין בְּאַשְׁוָתָא:
מְבָרְכִין בְּרִיךְ יְקָרֵהּ, בְּכָל לְשָׁן לְחִישׁוּתָא:
מֵאֲתַר בֵּית שְׁכִינְתֵּהּ, דְלָא צָרִיךְ בְּחִישׁוּתָא: = ברוך כבוד ה' ממקומו
נְהִים כָּל חֵיל מְרוֹמָא, מְקַלְסִין בַּחֲשַׁשְׁתָּא:
נְהִירָא מַלְכוּתֵהּ, לְדָר וְדָר לְאַפְרַשְׁתָּא: = ימלוך ה' לעולם, אלקיך ציון לדור ודור

עס קומט אויס פון די אקדמות, אז די שרפים זאגן קדוש, די אופנים וחיות הקודש זאגן ברוך, און די גאנצע פמליא של מעלה ("כל חיל מרומא") זאגן ימלוך!
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ווען מען זאגט אין קריאת שמע וקשרתם טוט מען ממשמש זיין די תפילין.

וראיתם טוט מען קוקן אויף די ציצית.

פארוואס ביי וכתבתם על מזוזות גייט מען נישט צום טיר לייגן די האנט אויף די מזוזה?

עיין בתשובות רבנו יצחק בר ששת (הריב"ש) סי' תפ"ו, דאכט זיך דאס אויך געזעהן שטיין ערגעץ אין א תשובה בתשובות הגאונים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

טייבעלע האט געשריבן:פארוואס ביי וכתבתם על מזוזות גייט מען נישט צום טיר לייגן די האנט אויף די מזוזה?

עיין בתשובות רבנו יצחק בר ששת (הריב"ש) סי' תפ"ו, דאכט זיך דאס אויך געזעהן שטיין ערגעץ אין א תשובה בתשובות הגאונים.
אטעטשמענטס
ברוך צורי 1.PDF
דא האט איר (בספר ברוך צורי, י"ל תשל"ב, ע"י ר' שלמה בלומנקראנץ)
(110.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 94 מאל
ברוך צורי 2.PDF
(128.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 92 מאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו.
ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

תגובה דורך סמארט גאי »

שוועמל האט געשריבן:כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

איז דען דא ווייניג פסוקים אין תהלים וואס שעלטן די רשעים, (חוטאים, נישט קיין חטאים)
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יענע פסוקים רעדן פון די וואס האבן געטשעפעט דוד און מחוייב מיתה מדין מורד במלכות, למשל נבל כרמלי, דואג ואחיתופל. אבער סתם עובדי ע"ז זעט מען נישט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שוועמל האט געשריבן:כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו.
ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?

אחר שישיבו מדרכם זענען זיי שוין נישט קיין עושיהם. זאת ועוד, ווען אלע עבוד"ז וועלן זיין בטל דאן וועלן אלע אנערקענען אינעם בורא עולם, אויך די כוחות הרע און די וואס גייען נאך זיי. ביז דאן וועט זיין כמוהם יהיו עושיהם.

וואס דער ביאור פון כמוהם יהיו עושיהם? געקלערט אמאל אז אידן זענען נטפלים להשי"ת, די נשמה איז חלק אלוק ממעל, הדבק בדרכיו, קדושים תהיו כי קדוש אני, ותחסרהו מעט מאלוקים, וכו' חביב אדם שנברא בצלם. דהיינו אז אונז ווילן זיך כביכול כביכול מדמה זיין צו אים יתב"ש ע"י הליכה בדרכיו, און ווי דער הייליגער חינוך שרייבט
"אבל הענין באמת על הדרך שזכרנו, כלומר שהן המדות המעלות שמתנהג עם בריותיו, ויש לנו ללמד ולעשות כל דרכינו בדמיונו"

דאס קען זיין זאגט דוד המע"ה אז די וואס דינען געטער זענען און וועלן זיין (אין די מפרשים איז דא וואס טייטשן עס א קללה אדער הבטחה, זאלן זיי זיין אדער וועלן זיי זיין) ווי די צו וועם זיי ווילן זיך מדמה זיין, משא"כ ישראל בטח בשם עזרם ומגינם הוא זאגט דער מדרש "כל מי שבוטח בהקב"ה זוכה להיות כיוצא בו"

זע אויך שפת אמת מה שביאר בפנימיות הענין http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=218
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען בעט אין "ולירושלים עירך ברחמים תשוב ", "וכיסא דוד מהרה לתוכה תכין".

דאס איז נישט לכאורה א בקשה אויף מלכות בית דוד, ווייל דאס איז דאך די קומענדע ברכה פון "את צמח דוד".

איז וואס בעט מען אין ברכת "ולירושלים" מיט "דוד"?

איז מלכות בית דוד א תנאי אין "בנין ירושלים"? אז אויב איז בנין ירושלים פארפולקומט מוז דאס זיין מיט "וכיסא דוד מהרה לתוכה תכין"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הרח"ו זלה"ה כתב בפרי עץ חיים שער העמידה פרק יט:

במלת וכסא דוד עבדך, הזהיר לנו מורי זלה״ה
מאוד, ביום א' שהלכנו על ציון שמעיה ואבטליון
בהתפללנו שם והכפיל שם לנו לומר, שנזכיר בכל
תפלה ותפלה, לכוין במלת דוד עבדך, שיחיה
משיח בן יוסף, ולא ימות ע"י ארמילוס הרשע,
והוא נקרא כסא דוד עבדך
. וזה סוד, חיים שאל
ממך, כמ"ש בר״מ שעתיד משיח בן יוסף למות.
ולא הבינו דבריו, והשם יודע נסתרות, וסופו
מוכיח על תחלתו, שמת מורי החסיד זלה"ה
בעו״ה.
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 77_264.pdf
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
איז מלכות בית דוד א תנאי אין "בנין ירושלים"? אז אויב איז בנין ירושלים פארפולקומט מוז דאס זיין מיט "וכיסא דוד מהרה לתוכה תכין"?

אזוי האב איך אמאל געהערט,
דענק נישט קיין מקור.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שוועמל האט געשריבן:הרח"ו זלה"ה כתב בפרי עץ חיים שער העמידה פרק יט:

במלת וכסא דוד עבדך, הזהיר לנו מורי זלה״ה
מאוד, ביום א' שהלכנו על ציון שמעיה ואבטליון
בהתפללנו שם והכפיל שם לנו לומר, שנזכיר בכל
תפלה ותפלה, לכוין במלת דוד עבדך, שיחיה
משיח בן יוסף, ולא ימות ע"י ארמילוס הרשע,
והוא נקרא כסא דוד עבדך
. וזה סוד, חיים שאל
ממך, כמ"ש בר״מ שעתיד משיח בן יוסף למות.
ולא הבינו דבריו, והשם יודע נסתרות, וסופו
מוכיח על תחלתו, שמת מורי החסיד זלה"ה
בעו״ה.
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 77_264.pdf

פארגאנגענע שבת ביים מעביר סדרה זיין אין אכט גענומען אז אויב פינחס זה אליהו, דאן שטאמט ער פון שבט יהודה (משיח בן דוד) און פון שבט יוסף (משיח בן יוסף).

ווייל אהרן הכהן איז געווען אן איידעם ביי עמינדב פון שבט יהודה, און אלעזר ביי פוטיאל מזרע יוסף.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שוועמל האט געשריבן:כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו.

ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?

געקלערט בדרך ליצנותא דע"ז, אז עס פאסט נישט אז דער אפגאט קען נישט טאן וואס דער וואס דינט צו אים קען יא, ממילא ברויך דער בוטח זיך צופאסן צום מציאות פונעם מעשי ידי אדם אזוי ארום וועט זיך בעסער הערן אז דער עצביהם כסף וזהב זענען די אפגאט פון די וואס דינען זיי.

או י"ל, אז די סיבה פארוואס די עושיהם און די בוטחים זענען זיך בוטח בע"ז ובאל לא יושיע, איז ווייל דער בורא עולם האט זיי געגעבן פון אלעם גוטן, לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע וכו', זאל זיי נאר פעלן ראיה אדער שמיעה אדער סיי וואס, דאן וועלן זיי בהכרח איינזעהן כי השם הוא האלוקים ולו לבדו ראוי להתפלל.
הגם דאס איז נישט פשט אין פסוק שרייב איך עס צוליב דעם געדאנק שבו.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האהא שיין שיין ביידע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

געשריבן אויבן עטליכע מהלכים וואס איך האב דערנאך געזען אז צוויי שטייט שוין, ועל כיוצא בזה נאמר "דער זיכרון איז א גנב"

שטייט אין אלשיך הקדוש וזל"ק

כי הלא כל מעלת עובד את אלוה הוא להדמות אליו, ואם כן אפוא השלמות שיקנו יהיה; כי כמותם יהיו עושיהם

או יאמר כי אין אלוה יכול לתת לבוטח בו יותר ממש שיש לו, לפיכך כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם, שיהיו מחוסרים אלו החושים פה להם ולא ידברו וכו'

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=351
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טוב להודות לה' ולזמר לשמך עליון.

געטראכט לפי הנועם אלימלך בפ' ויחי יעקב שהאריך בשבע עשרה שנה, דהמשיך יעקב שם הוי"ה שהוא גימ' 17 במספר קטן לעוה"ז ובכן "ויחי" יכלו לחיות עם השפעות טובות, ומפרש הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו עי"ש.

דערפאר אולי אפשר לומר טו"ב להודות לה', אז אפילו ווען זאכן זענען נאך בהעלם, בבחינת קטנות מ'זעהט נאכנישט די חסד דערין, דארף מען שוין באלד לויבן השי"ת ווייל עס איז זיכער לטוב, וזה יגרום לולזמר לשמך "עליון", דהיינו שיתגלו כל החסדים וההשפעות גם בבחינת גדלות שיתראו לעין כל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס איז פשט פון ״יהא לנא ולהון ולכון״

לנא מיינט אונז
להון מיינט זיי
לכון מיינט ענק

דאס איז דאך די זעלבע ווי לנא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז פשט פון ״יהא לנא ולהון ולכון״

לנא מיינט אונז
להון מיינט זיי
לכון מיינט ענק

דאס איז דאך די זעלבע ווי לנא

ווי זאגט מען אזוי?
אין רוב סידורים שטייט נאר יהא להון ולכון וכו'
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”