עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך בין יעצט אריינגעפאלן די ערשטע מאל און די אשכול עס קוקט אויס זייער אינטערסאנט, אבער איך וויל קודם דערמאנען א קליין ווארט פון ר' מרדכי דוד קאהן ע"ה, אז עס איז געווען מרגלא בפימיה, אז מענטשען מיינען אז דאווענען מיינט אינזינען האבן פירש המילות זאגט ער אז דעס איז טייטש א למדן, דאווענען מיינט וויסן צו וועם מען רעדט, עס איז וויכטיג צו לערנען פירש המילות ווייל עס העלפט צו צו דאווענען צום מלך,אבער ח"ו לומדותן אויף פירש המילות בשעתן דאווענען,
וועגן דעם האלט איך אז איי וועלט איז די בעסטע פלאץ צו אויסשמיעסן פירש המילות ווייל עס איז נישט ביים דאווענען

איר האט דאס געהערט מפיו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

farshlufen האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך בין יעצט אריינגעפאלן די ערשטע מאל און די אשכול עס קוקט אויס זייער אינטערסאנט, אבער איך וויל קודם דערמאנען א קליין ווארט פון ר' מרדכי דוד קאהן ע"ה, אז עס איז געווען מרגלא בפימיה, אז מענטשען מיינען אז דאווענען מיינט אינזינען האבן פירש המילות זאגט ער אז דעס איז טייטש א למדן, דאווענען מיינט וויסן צו וועם מען רעדט, עס איז וויכטיג צו לערנען פירש המילות ווייל עס העלפט צו צו דאווענען צום מלך,אבער ח"ו לומדותן אויף פירש המילות בשעתן דאווענען,
וועגן דעם האלט איך אז איי וועלט איז די בעסטע פלאץ צו אויסשמיעסן פירש המילות ווייל עס איז נישט ביים דאווענען

איר האט דאס געהערט מפיו?

למאי נפקא מינה? אויף דעם גייט די ווארט קבל את האמת "ממי" שאמרו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז לכאורה נישט דאס וואס ער האט געזאגט, שטימט נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

לאמיר נישט רעדן ווער עס האט עס געזאגט לאמיר גיין צו די נקודה, דו האלסט נישט אז דו תכלית פון דאווענען איז צו טועם זיין פונעם קרבת אלוקים לי טוב?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן ווער עס האט עס געזאגט לאמיר גיין צו די נקודה, דו האלסט נישט אז דו תכלית פון דאווענען איז צו טועם זיין פונעם קרבת אלוקים לי טוב?

צו בעסער צוקומען צום תכלית שאדט נישט אז מ'ווייסט וואס מ'רעדט און וואס מ'בעט, אז מ'האט אינזין איז די קירבה שענער און שטערקער, סתם זאגן ברענגט א שוואכע טעימה.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

קרעפטיג האט געשריבן:

אוודאי דארף מען אינזין האבן, מען רעדט יעצט צו וויסען אז מען דאווענט פארן אייבירשטען און מען טראכט וואס מען זאגט אים, נישט מען "לערנט" פירש המילות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אבער צו זאגן אז פירוש המילות איז למדנות איז לכאורה שטותים

איך רעד שוין נישט פון דעם אז עס גייט געבונדען

און אויף געוויסע פלעצער איז פירוש המילות מעכב
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

1)
אל תבטחו בנדיבים וגו' תצא רוחו ישוב לאדמתו ביום ההוא אבדו עשתנתיו וגו'

רוב מפרשים טייטשן אז דאס גייט ארויף אויפן נדיב, דהיינו דער נדיב איז דאך א בן אדם און נישט קיין בעל תשועה ווייל ער גייט דאך שטארבן איין טאג.

דעם שבת האב איך געטראכט אולי גייט דאס ארויף אויפן בוטח בנדיב, דהיינו אויב דער בוטח לייגט זיין בטחון אויף א בן אדם איז דאס אומריכטיג און וועט נישט נתמלא ווערן, ווייל תצא רוחו ישוב לאדמתו, דער בוטח וועט דאך איין טאג שטארבן און דארט איז שוין נישט שייך צו האבן בטחון בנדיבים ממילא אבדו עשתנתיו אלע זיינע מחשבות איבערן נדיב וועלן צערינען.
משא"כ אויב איז שברו על ה' אלקיו, דאן ווען דער בוטח וועט שטארבן וועט ער דארט געפונען דעם נבטח אליין אויף וועם ער האט זיך כסדר בוטח געווען, און אדרבה זיינע תשוקות וועלן דאן נתמלא ווערן במילואם ווייל דער באשעפער איז מקיים אמונתו, ושומר אמת לעולם.

2)
ברוכים אתם לה' עשה שמים וארץ.

געטראכט דעם יו"ט סוכות. אז רש"י זאגט אין פ' דברים אויפן פסוק יוסף עליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דיבר לכם, אז די אידן האבן געהט טענות צו משה 'קצבה אתה נותן לנו' דער אייבערשטער זאגט אשר לא יספר מרוב און דו זאגסט נאר ביז אלף פעמים? האט משה געענטפערט גערעכט דאס איז מיין אייגענע ברכה אבער דער אייבערשטער זאל טאקע בענטשן כאשר דיבר לכם בלי גבול ומספר.

אולי דאס זאגט דוד המלך, ברוכים אתם לה' דהיינו די ברכה זאל זיין פון השי"ת בלי קצבה, עשה שמים וארץ דהיינו לרמוז ושמתי זרעך ככוכבי השמים וכעפר הארץ אשר לא ימנה ולא יספר מרוב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

א

איז דאס נישט פשוט פשט? אזוי האב איך עס פארשאנען ביז היינט

ב

שיין געדאנק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שאינו יודע האט געשריבן:א

איז דאס נישט פשוט פשט? אזוי האב איך עס פארשאנען ביז היינט

ב

שיין געדאנק

ער שמיעסט אליינס אויס וואס פשוט פשט איז אז די נדיב וועט שטארבן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאינו,
פשוט פשט איז תצא רוחו מוסב על הנדיב, ממילא אבדו עשתנתיו של הבוטח בו.
איך האב געלערנט פשט דתצא רוחו מוסב על הבוטח בנדיב, ואבדו עשתנתיו של עצמו, משא"כ הבוטח בה' אלקיו נתמלא עשתנתיו כשתצא רוחו ששם מוצא את מה שבטח בו כל ימי חייו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ב"ה שכונתי לדעתך הגדולה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

ביי רפאנו איז דא די יהי רצון וואס מ'קען צו לייגן פאר א חולה
דארט זאגט מען רפואת הנפש ורפואת הגוף

מעג מען זאגן די יהי רצון פאר איינעם וואס דארף נאר א רפואת הנפש?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

עירמאנט'ער האט געשריבן:ביי רפאנו איז דא די יהי רצון וואס מ'קען צו לייגן פאר א חולה
דארט זאגט מען רפואת הנפש ורפואת הגוף

מעג מען זאגן די יהי רצון פאר איינעם וואס דארף נאר א רפואת הנפש?

פארוואס זאל רפואת הנפש זיין אנדערש ווי רפואת הגוף?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווער דארף דען נישט א רפואת הגוף? א רפואת הנפש וועט נישט יעדער איינער מודה זיין.

יא, מיר דארפען אלע א רפואת הנפש און א רפואת הגוף, און נאך אוי ווי. די דאווענען איז דורך געווייגט פון אזעליכע תפילות; מיר ווילען זיין געזונט און ווילען זיין וואויל און טוהן די רצון הבורא. מיר ווילען זיין געזונט פיזיש און גייסטיש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

SPUSMN האט געשריבן:ווער דארף דען נישט א רפואת הגוף? א רפואת הנפש וועט נישט יעדער איינער מודה זיין.

יא, מיר דארפען אלע א רפואת הנפש און א רפואת הגוף, און נאך אוי ווי. די דאווענען איז דורך געווייגט פון אזעליכע תפילות; מיר ווילען זיין געזונט און ווילען זיין וואויל און טוהן די רצון הבורא. מיר ווילען זיין געזונט פיזיש און גייסטיש.

איך דיסעגרי מיט דיר, איינס ב"ה איך מיין אז נישט יעדער דארף א רפואות הגוף, ב"ה איך בין געזונט און אלע מיינע קרובים ארום אויך [לויט וויפיל איך ווייס], אוודאי דארף מען אייביג בעטן פאר יענעם אויך, ווי אויך דארף מען מתפלל זיין צו בלייבן געזונט,
אבער עס קומט צו רוחניות
"יעדער ווען מען מאכט זיך א חשבון הנפש איז נישט דא אזא זאך אז מען זאל טרעפן איין גאנצע אבר, [פארשטייט זיך כל אחד לפי דרגא דיליה וואס עס מיינט א חטא] אבער קיינער וועט דיר נישט זאגן [באמת] אז ער איז מסודר
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גערעכט אז עס זענען דא געזונטע מענטשען און פון דעסטוועגען דאך שרייבען זיי אריין אין א קוויטעל די ראשי תיבות רפה"נ ורפה"ג; ווייל זעהט אויס אז יעדער דארף א רפואה אפילו ער מיינט ער איז געזונט.

מיר זענען דאך מתפלל רפאינו ה' ונרפא, און געזונטע מענטשען זענען אויך אזוי מתפלל.

רפאינו - הייל מיר

והעלה רפואה שלמה לכל מכותינו - און וואס איז אויב איך בין געזונט און שטארק?

כי קל רופא נאמן ורחמן אתה - די באשעפער ביזט דאך דער בעסטע דאקטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

רפואת הנפש מיינט רוחניות אדער מיינט דאס קראנק אין קאפ?
למשל פחדים אדער משוגעת'ן וכו
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עירמאנט'ער האט געשריבן:רפואת הנפש מיינט רוחניות אדער מיינט דאס קראנק אין קאפ?
למשל פחדים אדער משוגעת'ן וכו

כל אחד לפי דרגא דיליה, יעדער איינער וואס זאגט תהילים, זעהט אז ווען מען זאגט תהילים איז די "גאנצע תהילים" נאר געשטעלט אויף זיין בקשה וואס ער דארף יעצט, אויב איינער האט א שוווערע קארט איז גאנץ תהילים אז מען זאל מיר ראטעווען מיד רשעים וכדו',
די זעלבע מיט תפילה והבן,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

עירמאנט'ער האט געשריבן:רפואת הנפש מיינט רוחניות אדער מיינט דאס קראנק אין קאפ?
למשל פחדים אדער משוגעת'ן וכו

מענטאל העלטה.

האט לכאורה נישט מיט אידישקייט
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דאס מיינט ער צופרעגן, מען רעדט פון אידישקייט אדער מענטעל העלט, דאס איז די נושא דא.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בנשמת, מהי הכוונה והמפענח נעלמים ואיזה שבח הוא זה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:דאס מיינט ער צופרעגן, מען רעדט פון אידישקייט אדער מענטעל העלט, דאס איז די נושא דא.

מיין שאלה איז אויב אינמיטן שמו"ע מעג מען זאגן די יהי רצון פאר א מענטעל העלט חולה
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ופדה כנאמך יהודה וישראל, ונאמר גואלינו ה"צ שמו קדוש ישראל.

פארוואס ברענגט מען נאר א פסוק אויף פדיית ישראל און נישט אויף פדיית יהודה?
יהודה, לכאורה הכוונה על מלך המשיח מבית דוד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוועמל האט געשריבן:בנשמת, מהי הכוונה והמפענח נעלמים ואיזה שבח הוא זה?

בפשטות איז די כוונה אויף התרת הספיקות וכמאמר עממי אין שמחה כהתרת הספק.

אין אישי האט איינער צוגעצייכענט מספר שלמי חגיגה אנהייב טור א' שכתב שם:
נס שמענו שאירע לימים ראשונים בתוכני ירושלים
עיהק תוב״ב בימי רבינו קלונימוס הקבור
שם ז"ל שהישמעאלי' הרגו נער אחד ישמעאל
ובלילה השליכוהו בחצר ב"הכ והיו רוצים
לעשות כליה בשונאי ישראל ורבינו קלונימוס
עשה מה שעשה והתפלל לה' והנער ההרוג
פתח פיו ואמר כל המעשה ומי הרגו ומי
השליכו ושמעו כל הגוים והמושלים וניצולו
ישרא', וכך קןרין לו רבינו קלונימוש בעל
הנס * וז״ש המשיח אלמים והמפענח
נעלמים ישלח דברו לאלה כמו ילד קט מאד
או הרוג לפענח "נאלמים" לגלות מסתורין
להציל ישראל

הגם ער פארטייטש צום סוף לפענח "נאלמים" באל"ף כלשון נופל על לשון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”