עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאס איז דער צווייטער מאל וואס איך זעץ זיך שרייבען, נאכדעם וואס מיט איבער א וואך צוריק איז מיין ארבעט פון צוויי שעה געגאנגען לאיבוד נאכען זיך אן לאנען אויף דער עסקעיפ באטען. זעהט אויס אז גוטע זאכען קומען אן שווער און אויב כ'וועל נישט יעצט אנהייבען ווער ווייסט ווען יא, איז אלזא הייבען מיר אן צו מיר האבען יא צייט צו נישט.

דער מטרה דא איז פשוט. יעדער פון אונז בשעת מיר זאגען ארויס די הייליגע ווערטער וואס די אנשי כנסת הגדולה און חז"ל האבען מתקן געווען, איז צומאל פאלט איין א געדאנק, א פשט, א דיוק, א חידוש, א קשיא. און גלייך נאכען דאווענען אזוי שנעל ווי עס איז געקומען איז עס געגאנגען. דער נעקסטע מאל פרובירט מען נאכאמאל צו דער שפירען וואס מען האט די לעצטע מאל דערשפירט, אבער מען קען בשום אופן זיך נישט דערמאנען. איז האביך געטראכט אז מען מוז האבען א פלאץ ווי נאך יענעם טאג עס אראפ צו שרייבען און לאזען זיך אלע מפלפל זיין דערין.

איך האף צום באשעפער אז מיר זאלען אלע אלעמאל שפירען א טעם און דאווענען, און אונזערע תפילות זאלען נתקבל ווערען ברחמים וברצון לפני אדון הכל.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג מאי 18, 2012 4:20 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

אין כאלקינו, אין כאדונינו, אין כמלכינו, אין כמושיענו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אזוי ווי צייט איז קורץ וועלען מיר מאכען בקיצור.

מיר זאגען יעדען טאג:
אין כאלקינו, אין כאדונינו, אין כמלכינו, אין כמושיענו.
מי כאלקינו, מי כאדונינו, מי כמלכינו, מי כמושיענו.
נודה לאלקינו, נודה לאדונינו, נודה למלכינו, נודה למושיענו.
ברוך אלקינו, ברוך אדונינו, ברוך מלכינו, ברוך מושיענו.
אתה הוא אלקינו, אתה הוא אדונינו, אתה הוא מלכינו, אתה הוא מושיענו.


איז: אלקינו, אדונינו, מלכינו, און מושיענו, איז פשוט.
אבער פארוואס פונקט: אין, מי, נודה, ברוך, און אתה הוא?

האביך געטראכט אזוי. כ'האב געהערט פון א תלמיד חכם וואס האט מסביר געווען פארוואס מיר זאגען "אין" פאר "מי"; ווייל קודם דארף א איד זאגען מיט א זיכערקייט "אין כאלקינו", עס איז נישט דא עפעס אנדערש ווי אונזער באשעפער. אלעס וואס איז דא איז נאר איין בורא כל העולמים וואס האט אלעס באשאפען. נאכדעם ערשט אויב איינעם פעילט אויס קען ער פרעגען "מי כאלקינו" און אזוי ארום צוקומען צו "אין כאלקינו", אז עס איז נישט דא עפעס אנדערש.

אויב אבער הייבט מען קודם אן מיט חקירה צו פרעגען דער "מי", איז דענמאלץ כל באיה לא ישובון. ארבעה נכנס לפרדס, און נאר איינע, דאס איז דער הייליגע תנא רבי עקיבא, איז נכנס בשלום ויצא בשלום. זאגט דער וועלט, ווייסטו פארוואס יצא בשלום? דערפאר ווייל עס איז געווען נכנס בשלום. האביך געטראכט אז רבי עקיבא איז אריין געגאנגען לפרדס מיט דער "אין כאלקינו" מיט אמונה פשוטה, און נאכדעם ערשט איז אים אויך קלאר געווארען דער "מי", אז ווען ער איז ארויס בשלום האט ער דענמאלץ געקענט זיך מתווכח זיין מיט די אלע פילעזאפען בדורו (ווי די גמרא דערציילט) און זיי אלע אפ'פרעגען.

אבער אחר (אלישע בן אביה) וואס הורתו איז געווען געבויעט אויפען "מי", נאכדעם וואס זיין טאטע אבוהו האט געזעהן אן עמודא דנהורא ארום נעמען רבי עקיבא'ס רבי'ס, רבי אליעזר (בן הורקנוס), ורבי יהושע (בן חנניא) דער חכומא דיהודאי פון וועם דער גמרא און בכורות דערציילט אונז אז ביי די סבי דבי אתונא איז רבי יהושע געשטאנען איינער אליין קעגען די גרעסטע חכמים בדורו (די יורשים פון אריסטו און Athens) און זיי אלע מנצח געווען. איז ווען אבוהו האט געזעהן אזא מראה אש, האט ער געזאגט "אויב אזוי" וויל איך אזא קינד, און טאקע אזא קינד האט ער באקומען, וואס דער "מי" (דער "אויב אזוי") איז געקומען פאר דער "אין". די אנדערע צוויי שנכנס לפרדס זענען נעבעך נטרף דעתם.

יעצט אז מען האלט שוין נאכען "אין" און נאכען "מי", קען מען שוין גיין צו "נודה, ברוך, און אתה". יעצט ווייסען מיר שוין פאר וועם און פארוואס מיר דארפען דאנקען און לויבען נאר דער איין איינציגסטער לעבעדיגער גאט.

אי"ה און מיין נעקסטע תגובה, אויף דער נודה, ברוך, און אתה.
דערווייל ווארטס נישט, און זאגטס ענקערע געדאנקען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טייערער געדאנק!

דאס ווארט פון אין קודם למי שטייט פון פריערדיגע (ר' מענדל מרימאנוב אפשר?)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

SPUSMN האט געשריבן:דערווייל ווארטס נישט, און זאגטס ענקערע געדאנקען.

איך ווארט יא ס'איז ממש מתוק
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

געהערט בשם די פיאסעצנער זצ"ל, א איד קען האבן אפגעפליקט א גאנצן דאווענען, פלוצלינג טרעפט ער זיך ביי אתה הוא אלקינו, אתה הוא מושיענו, ער קען זיך צוקאכן ביי דעם און ס'קען אים באגלייטן א גאנץ לעבן! מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן אפילו ביי אתה הוא.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הודעהדורך ווינקל » פרייטאג מאי 18, 2012 10:10 pm
טייערער געדאנק!

דאס ווארט פון אין קודם למי שטייט פון פריערדיגע (ר' מענדל מרימאנוב אפשר?)

איך האב עס געהערט בשם ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מעגליך. כ'האב עס ממש לעצטנס געזען געדריקט אין א ספר. (נישט א ליקוט, הגם ספרי הרמ"מ איז ליקוטים..), ליידער דענק איך נישט וואו.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דער געדאנק אז אויב פאלט איין א חידוש אין תפילה גיט דאס א פרישקייט אין די תפילה
האב איך געזעהן אין ספר זכור לאברהם הנהגות פון אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל
און למעשה איז דאס בדוק ומנוסה
ממילא קומט א שכוח צו הרב ספוזמן פאר אוועקשטעלען א ווינקעל פאר טייטשען און כוונות אין עניני תפילה
ואי"ה וועט מען זיך ווארים אהנרופען
ובעניי בין איך כסדר מכוון ווי עס שטייט דור לדור אז מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער
דאס איז דאך דער עיקר העיקרים
כהאב אמאהל געטטיטשט אזוי אויפ'ן קאפיטעל תהילים לשלמה אלוקים למלך תן און בסוף שטייט כלו תפלות דוד בן ישי
איז אביסל שווער נאך דעם קאפיטעל איז דא נאך מזמורים פון דוד
נאר קען זיין אז די אונטערשטע שורה פון די תפילות פון דוד איז געווען אז די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציהען
איז אויף די תפילה פון לשלמה שטייט דאס איז דער באטטאם ליין פון דוד'ס תפילות = כלו תפילות דוד בן ישי....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די גאנצע ענין פון די אין מי נודה וכו' שטייט אין בית יוסף אז דאס איז משלים זיין די מאה ברכות וועגן דעם זאגט מען די אלע זאכן וואס די ראשי תיבות פון א'ין מ'י נ'ודה איז אמן און דערנאך קומט ברוך - אתה

והדרש תדרש וכפטיש יפוצף סלע וכו'
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז דא א מורא'דיגע ב"ח אויף עלינו, ער איז מסביר פארוואס מען האט מתקן געווען צו זאגן עלינו נאכן דאווענען, ווייל נאכן דאווענען גייט מען האנדלען מיט גויים איז דא א חשש אז מען וועט נתפעל ווערן פון זייערע הצלחות, דעריבער זאגט מען די תפלה פון על כן נקוה וכו' והאלילים כרות יכרתון וכו' אז מען זאל וויסן אז די גאנצע הצלחה פון די גויים איז כאין וכאפס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות מהרה י"ל אז מיר שעמען זיך אויב משיח זאל יעצט אנקומען, ווייל וואספארא פנים וועלן מיר האבן, אלה חמדה לבי?? דאס זענען געווען דיינע גליסטענישן?
דערנאך זאגט זיך אנדערש, וחוסה נא ואל תתעלם

דברי יואל
לעצט פארראכטן דורך שאינו יודע אום מיטוואך מאי 23, 2012 10:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שאינו יודע האט געשריבן:די גאנצע ענין פון די אין מי נודה וכו' שטייט אין בית יוסף אז דאס איז משלים זיין די מאה ברכות וועגן דעם זאגט מען די אלע זאכן וואס די ראשי תיבות פון א'ין מ'י נ'ודה איז אמן און דערנאך קומט ברוך - אתה

והדרש תדרש וכפטיש יפוצף סלע וכו'

פארען גיין ווייטער האביך געקלערט אז דער טייטש און דער משמעות פון "אין כאלקינו" קען זיין אזוי, אז:
ווייל "אין כאלקינו", און "מי כאלקינו", איז דערפאר זענען מיר מחויב צו "נודה לאלקינו" און ברוך אלקינו, אז די ברכות והודאות (דאנקען און לויבען) דארף זיין צו "אתה הוא אלקינו" צו דיר טאטע וואס איז אונזער גאט. (אתה קען נאר א איד זאגען, ווייל בנים אתם לה' אלקיכם. פאר א גוי איז דער באשעפער נאר זיין אדון און מלך, נישט א טאטע).

איז אויב אזוי גייט עס אזוי:
ווייל "אין כאלקינו" און "מי כאלקינו", איז דעריבער "נודה לאלקינו" און "ברוך אלקינו", צו דיר טאטע וואס "אתה הוא אלקינו".
ווייל "אין כאדונינו" און "מי כאדונינו", איז דעריבער "נודה לאדונינו" און "ברוך אדונינו", צו דיר טאטע וואס "אתה הוא אדונינו".
ווייל "אין כמלכינו" און "מי כמלכינו", איז דעריבער "נודה למלכינו" און "ברוך מלכינו", צו דיר טאטע וואס "אתה הוא מלכינו.
ווייל "אין כמושיענו" און "מי כמושיענו,", איז דעריבער "נודה למושיענו" און "ברוך מושיענו", צו דיר טאטע וואס "אתה הוא מושיענו". די ביזט אונזער אויס לייזער און די וועסט אונז דיינע קינדער אויס לייזען במהירה בימינו אמן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

זעהר א שיינע מהלך הרב ספוזמן
עס איז אויך דא א שיינע ניגון פון הגה"ק רי"ח זאנענפעלד זצ"ל אויף דעם
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווי אזוי גייט עס? די נאטען לאז פאר שפעטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ווי איך האב געהערט פלעגט דער מרא דארעא דישראל דאס זינגען און טאנצען מיט די צאן קדשים אויף שמחת תורה

ס'איז נישטא אזא ג-ט ווי אונזער ג-ט - אין כא-לוקינו
ס'איז נישט אזא האר ווי אונזער האר - אין כאדוננו
ס'איז נישטא אזא קעניג ווי אונזער קעניג - אין כמלכנו
ס'איז נישטא אזא העלפער ווי אונזער העלפער - אין כמושיענו

וכולי
ער האט דאס געזינגען מיט אזא ווארמקייט עס איז אריין אין די ביינער פון די קינדער
א בחינה פון דברים היוצאים מן הלב...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

דאס איז א באקאנטער ניגון פון צוויי (אולי הייסט עס איינס און א האלב) פעלער.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יא יא

א געדאנק אויף רפאנו
מיר זאגען רפאנו ה' גיב אונז א רפואה
ונרפא און מיר זאלען טאקע געהיילט ווערען
הושיענו גיב אונז א ישועה
ונושעה און מיר זאלען טאקע זיין געהאלפען
כי פארוואס ווייל תהלתנו אתה דו ביזט אונזער לויב
קען זיין אויף צוויי אופנים
א' דער בני"ש זאגט אז אויב די כוונה איז פאר דעם באשעפער טוועגען ווערט די תפילה נתקבל
זאגט מען רבש"ע הייל אונז ווייל מיר ווילען דיר לויבען אויף די רפואה
ב' די הלכה איז אז מען בענטשט גומל נאר ווען מען גייט על בוריו
זאגט מען רבש"ע געב אונז א רפואה שלימה און מען זאל טאקע זיין געהיילט אין גאנצען
כי תהלתנו אתה ווייל מיר ווילען גומל בענטשען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער שיין, און א גוטער הקדמה צו וואס איך וויל ווייטער שרייבען צו צוענדיגען מיין געדאנק. כ'האב עס נאך נישט מסודר, אבער געגאנגען, מען שרייבט.

צו נודה וועלען מיר באלד צוריק קומען נאכען עפענען אן אשכול (וואס שוין לאנג געפלאנט, און זכור ימות עולם אפטיילונג) פארוואס מיר הייסען אידען/יהודים, וואס דער מדרש זאגט אז דאס האט יעקב אבינו געבענטשט יהודה אז "יהודה אתה יודיך אחיך", מען וועט נישט הייסען "ראובנים" אדער "שמעונים" נאר "יהודים" אויף דיין נאמען, און דער טעם איז ווייל יהודה האט זיין מאמע לאה אים א נאמען געגעבען פאר "הפעם אודה את ה'", און ווי די גמרא זאגט און ברכות (ז' ע"ב) אמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בר יוחאי, מיום שברא הקב"ה את עולמו לא היה אדם שהודה להקב"ה, עד שבאת לאה והודתו שנאמר הפעם אודה את ה'. און דאס איז דער עסענס פון א איד אז ער דאנקט דעם באשעפער, ער איז נישט א כפוי טובה, ער דאנקט און ער דאנקט און הערט נישט אויף צו דאנקען.

איז ממילא גאנץ פשוט אז נאך "אין כאלקינו" און "מי כאלקינו" קומט "נודה לאלקינו", ווייל וועם דען זאלען מיר דאנקען אויב נישט דער איין איינציגער גאט וואס האט אלעס באשאפען און גיט אונז אלעס גוטס.

דער "אתה" צום סוף האבען מיר שוין אויך מסביר געווען, אבער פארוואס קומט "ברוך" צווישען "נודה" און "אתה" און נישט די אנדערע ווי "מהולל" אדער "משובח" וכו'?

ס'זעהט מיר אויס אז "ברוך" און "נודה" איז שוין אויך כולל אלע סארט לויב פארען באשעפער און דערפאר זאגען מיר די צוויי אבער מיינען מיינט מען אלעס וואס איז נכלל און דעם. אזוי זעהט מען פון וואס מיר זאגען שבת ביי נשמת, זאגען מיר: "ואלו פינו מלא שירה כים, ולשוננו רנה כהמון גליו, ושפתותינו שבח כמרחבי רקיע, ועינינו מאירות כשמש וכירח, וידינו פרושות כנשרי שמים, ורגלינו קלות כאילות" (רעכענען מיר אויס שירות ותשבחות און אויך רנה), און זאגען אויף דעם אז "אין אנו מספיקים להודות לך ה' אלקינו ואלקי אבותינו, ולברך את שמך מלכינו, על אחת מאלף אלפי אלפים ורבי רבבות פעמים הטובות נסים ונפלאות שעשית עם אבותינו ועמנו". זעהט מען אז להודות ולברך איז כולל אלעס.

אויך און ישתבח זאגען מיר "ברכות והודאות" בנשימה אחת, ווי מיר זאגען "ברכות והודאות לשמך הגדול והקדוש ומעולם ועד עולם אתה א-ל", האבען מיר דא דער "נודה", "ברוך" און אויך דער "אתה".

אדער ווי מיר זאגען און מזמור לתודה "הודו לו ברכו שמו". און אזוי טרעפען מיר און א סאך ערטער, איך גיי נישט גיין יעצט זיכען.

ביים בענטשען אויך הייבען מיר אן מיט א "ברוך אתה", נאך דעם זאגט מען "נודה לך", נאכדעם זאגט מען "ועל הכל ה' אלקינו אנחנו מודים לך ומברכים אותך יתברך שמך...", זעהט מען ווייטער אז נודה און ברוך איז כולל אלעס. און מען ענדיגט עס צו מיט "וברכת את ה' אלקיך ... ברוך אתה ה'..." האבען מיר דא נאכאמאל דער נודה, ברוך, מיט אתה, און יעצט גייען מיר צו רחם נא צו בעהטען פאר משיח צדקינו און פאר די גאולה שלימה.

אזוי אויך און שמונה עשרה ביי מודים, בי הודיה, זאגען מיר "מודים אנחנו לך... נודה לך ונספר תהלתיך... ועל כלם יתברך ויתרומם ויתנשא שמך מלכינו... וכל החיים יודיך סלה ויהללו ויברכו את שמך הגדול... ברוך אתה ה'... ולך נאה להודות". זעהן מיר פון דא די זעלבע, אז הודיה באשטייט פון ברכות והודאות וואס איז כולל תהלות ותשבחות און ויתרומם ויתנשא. כך נראה לי לפי קט שכלי. אויב איינער קען מיר באלייכטען די אויגען מיט מער קלארקייט וועל איך אים מכיר טובה זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך שפיר אז פאר איך שפאר צו פארען טאג, טאר נישט בלייבען דער נקודה הענגען און דער לופטען, וועלען מיר עס מאכען בקיצור.

ווען מיר דאווענען פארען באשעפער איז וויפיל מיר זאלען נישט זאגען זאגט מען נאר א טפה מן הים. ווען איך זאג אז ברכות והודאות איז כולל אלעס מיין איך אז עס איז כולל אלע "סארט" לויב, אבער נאר א טפה מן הים פון דאס לויב פארען הייליגען באשעפער.

ביי קדיש זאגען מיר "לעילא מן כל ברכתא ושירתא תשבחתא ונחמתא דאמירן בעלמא", אז דער באשעפער איז העכער אלע אונזערע ברכות און שירה וואס מיר גיבען פאר אים.

אזוי טייטשט רש"י הקדוש און דברי הימים (א' כ"ט) פון ווי ויברך דוד קומט. דארט זאגט רש"י אויף די ווערטער וואס דוד המלך האט געזאגט "לך ה' הממלכה והמתנשא לכל לראש" אז:
...ועוד פירשו, והמתנשא לכל הראש, כשאנו סבירין ששבחנו לך כל ההודאות, ואין לך עוד שבח אחר, (דארפען מיר וויסען אז) עדיין אינו כלום (עס איז נאך גארנישט, ווייל) שהמשובח (דער וואס ווערט געלויבט - דער באשעפער) עומד לראש השבחות (העכער אלע שבחים וואס מיר קענען אים געבען); וכן כשסיים דוד כל תשבחותיו בתהלים, הוא מתחיל מזמור האחרון "שירו לה' שיר חדש", כלומר, כל השבחות חדשים הם כאלו לא שבחנוהו מעולם. (נאך דעם לייגט רש"י צו: "כך פירש לי רבי אלעזר ב"ר מאיר ב"ר יצחק מאורלינ"ש; וכן בחגיגת ירושלמי כמדומה לי"; אויב איינער ווייסט וואס רש"י זאגט אונז דא צום סוף ביטע אונז זאגען).


און די זעלבע טייטשט רש"י און נחמי' אויף די ווערטער ויברכו שם כבודיך, ומרומם על כל ברכה ותהלה (אויך און ויברך דוד, די צווייטע העלפט), אז:
עכשיו דברו הלויים כלפי שכינה בתפלה, ויברכו שם כבודיך, כי הוא גדול ומרומם על כל ברכה ותהלה, כי כל הברכות ותהלות שלו הם. ד"א (זאגט רש"י) ומרומם על כל ברכה ותהלה, שאין בריה יכולה לברכו ולהללו כפי גדלו ורוממותו, שהוא מרומם ונשא יותר מה שאין הפה יכולה לדבר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לולא דמסתפינא קען זיין א הסבר אין נודה און ברוך
אזוי ווי שיניאווער רב זי"ע טייטשט אויף אברכה ה' בכל עת תמיד תהלתו בפי
ברכות קען מען נאר מאכען אויף געוויסע מאמענטען ווען עס פאסט צו מאכען א ברכה
אויב נישט איז חלילה א ברכה לבטלה
אבער סתם לויבען דעם באשעפער קען מען אלעמאהל
נודה מיר קענען לויבען ווען מיר ווילען
אבער ברוך איז אין דער דריטער פערזאהן דאס ווענדט זיך נישט נאר אין אונז
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

מזמור שיר ליום השבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מ'זמור ש'יר ל'יום ה'שבת שטייט פון רבנו הקדוש האר"י החי אז עס איז ר"ת למש"ה,
צו זאגן אז ווען עס קומט אריין שבת קודש גייט משה רע"ה מיט די צדיקים פון גן עדן
אראפ אין די עמקי הקליפות אין נעמט ארויס פון דארט אלע נשמות וואס זענען דארט,
וכן און אזוי אויך מיט אלע נשמות פון די לעבעדיגע מענטשען וואס קענען נישט אליינס
ארויס גיין פון די עמקי הקליפות און מקבל זיין תוספות שבת טוהט זיי משה רבנו ע"ה
ארויסנעמען און שיינט ארויף אויף זיי די אור פון תוספו' שב"ק.

איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געוועהן ערגעץ אויף א שבת, גיי איך אריין
דארט אין א ביהמ"ד וואס איז געוועהן דארט ממש נאנט און איך שטעל זיך אין א ווינקל
דאווענען, לעבען מיר איז געשטאנען איינער און געדאווענט נישט הויך אויפן קול אבער
גענוג הויך אז איך האב איהם געקענט הערן, ער האט געדאווענט ווארט ביי ווארט מיט
אן אמת'דיגער געשמאק א מתיקות, ווען מ'האט אנגעהויבן מזמור שיר ליום השבת הער
איך ווי ער זאגט עפעס אין די אידישער שפראך, בין איך שטיל געבליבען איהם צו קענען
אויסהערן וואס ער זאגט דארט.

איך בין געבליבן געפלעפט פון זיין פשטות מיט וואס ער האט זיך געבעטען און ער זאגט:
רבנו משה די גייסט דאך יעצט ארום אין די עמקי הקליפות אין שאול תחתית איך בעט דיר
פארגעס נישט פון מיר, איך שטרעק דיר אויס מיינע הענטעלעך כאפ מיר אהן און נעם מיר
אויך ארויס, שיין ארויף אויף מיר פון די קדושת שבת וואס מען האט דיר געגעבן אויסשפרייטן
אויף די וועלט פאר אונז אידישע קינדער, לייג אויך ארויף אויף מיר א כתר פון די כתרים וואס
דו טיילסט יעצט, ישמח משה במתנת חלקו, איך בעט דיר צי מיר ארויס פון דאנעט און איך
זאל שוין נישט נידערען אט אה דא, באהאלט מיינע תפילות ביי דרי און ווען דו גייסט צוריק
ארויף גיב דאס איבער פארן בוכ"ע, אזוי וועלען די מקטריגים דאס נישט זעהן ווייל דיר טאפט
מען נישט אויס בכל ביתי נאמן, איי רבנו משה שלעפ מיר ארויס פארגעס נישט פון מיר,
אזוי בעט ער זיך אויס דארט אין די פראסטע מאמע שפראך.

האב איך געגעבן א קוק אויף איהם וואס זאל איך אייך זאגן זיינע אויגען פארמאכט און עס קייקעלט
זיך אראפ פון דארט א טרער און נאך א טרער, האב איך געטראכט צו מיר דענסמאל פון ווי נעמט
מען אזוי א פשטות, אזוי א תמימות עס האט אויסגעקוקט ווי יענער וואלט וועהן ממש געשטאנען פאר
איינעם און זיך געבעטען, געוואלד, און אט א טרער האט זיך בזכות אותו אדם אראפ געקייקעלט אויך
פון מיינע אויגען, דאס הייסט מען נעמט א טייטש וואס שטייט און מען לעבט עס מיט ביים דאווענען,
הלואי והלואי דער בו"ע זאל אונז באלייכטען דאס מח און הארץ צו דאווענען מיט אן אמת.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

טייבעלע
מוראדיג
דאס זענען מענטשען וואס די ידיעה פון מוח איז אריין אין הארץ....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געטראכט אז עז שטימט מיט די המשך
להגיד בבוקר חסדך
אין קלאהרקייט ווי די טאג זעהט מען דער חסד פון הקב"ה
און אין די טונקעלקייט ווען מען איז טיעף אין די שאול ואמונתך בלילות
טאהר נען נישט פארלירען די אמונה

ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד
כ'געדענק זיצענדיג אין אוצר הספרים אין ישיבת קול תורה איז געווען א בחור דארט ער האט געהייסען פרענקעל
האט ער געפרעגט תינח לפי נוסח אשכנז ולא נבוש איז פשט אז מען בעהט ויחד לבבנו אויף דיר צו דינען
וממילא וועלען מיר זיך נישט פארשעהמען לעת"ל
אבער לפי נוסח ספרד איז אביסעל שווער
איז דען דער תכלית פון די בקשה אז מען זאל זיך נישט פארשעהמען?
יאהרען שפעטער שוין זייענדיג א בעה"ב מיט קינדער טרוד בחבילי טרדין איז מיר בס"ד איינגעפאלען פשט
מיר בעהטען דעם באשעפער אויף יחוד הלב אים צו פארכטען און ליב האבען
נאר פאר אים אהן קיין שום זייטיגע אינטערעסען
אהן זיך צו פיהלען באטראפען וואס אנדערע מענטשען האלטען און טראכטען
ממילא וועט זיין ולא נבוש פון ארומיגע מענטשען פון צו טוהן מצוות
ןלא נכלם און מען וועט זיך נישט באליידיגען אויב איינער טשעפעט אונז נאך דעם וואס מען האט למעשה געטוהן א מצוה
ולא נכשל דארך די ארומיגע מענטשען צו טוהן חלילה אנ'עבירה
איז גאנץ גוט דער המשך און עס איז גאר א פאסיגע תפילה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ס'איז נישט דוקא א פשט נאר ענדערש אן ענין.

כ'האב געהערט פון הרה"ג רבי יוסף חיים גר"וו שליט"א אז ווען דער עולם איז נאכנישט פארטיג ביי פסוקי דזמרה און מ'האט שוין געענדיגט דעם שטיקל מעג מען איבערזאגן א פסוק וואס ווארעמט צוויי מאל, אזוי האט ער געזאגט.

אני הקטן הדל והנבזה האט אנגעהויבן זאגן יעדעס מאל דעם פסוק שגיאת מי יבין מנסתרות נקני וכו', ס'רייסט ביי מיר שטיקער, כ'גרעב ארויס מטמוני נפשי צום טאטן אין הימל!

כ'שרייב עס אויב איינער וויל נאכטוען.

לגבי א טייטשט ביים דאווענען, כ'האב אמאל געקלערט אויפ'ן פסוק מאוד עמקו מחשבותיך, אז מיר פארשטייען נישט ביי אסאך זאכן וואס ס'זעהט אויס נישט גוט וואס ס'פשט דערפון, אבער מיר ווייסן אז אין אלעם ליגט בלויז חסדים נאר ס'איז עמוק עמוק און מיר האבן נאכנישט די זכיה עס צו זעהן. דערפאר בעטן מיר טאקע הראנו ה' חסדך.

וכידוע אז לכתחלה עלה לברוא העולם במדת הדין, מילא במחשבה האט הקב"ה באשאפן מדת הדין, אויף דעם זאגן מען מאד עמקו מחשבותיך, אז ס'איז עמוק עמוק דעם מדת הדין ואין אנו יודעים פארוואס און פארווען אבער ס'וועט קומען א טאג וואס מיר וועלן זעהן דעם אור גדול ונורא וועלן מיר שוין אלעס פארשטיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

שכוח הרב ר' שמעלקא פאר אייער בייטראגע
טאקע א חשובע געדאנק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”