בלאט 1 פון 2

מעג א געדונגענער ארבייטער שרייבן אויף אייוועלט?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 12:45 pm
דורך שאינו יודע
וואס איז די הלכה א ארבייטער וואס באקומט באצאלט פון א בעל בית אויף זיין ארבייט, מעג ער אראפכאפן צייט פון ארבייט און שרייבן אויף אייוועלט?
(לאו דוקא אייוועלט, ה"ה שאפינג וכו' וכו') איז דא ביי דעם די כלל אז דבר מועט איז מען מוחל? וואס הייסט א דבר מועט?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 12:46 pm
דורך שאינו יודע
איך האף אז קרעמער גייט עס נישט מעקן..... :oops:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:30 pm
דורך שטרוי
אלץ אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו,

אפשר איז רעכט צו קיקען ווי אזוי די היינטיגע בעה"ב וואלט זיך געפירט אלץ ארבעטער ביי יענעם [אדער אפשר גאר ביי אייך..!?],

ווי אויך איר אלץ ארבעטס געבער, וואס וואלט איר פארלאנגט פון'עם ארבעטער אייערע ?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:36 pm
דורך נחמן נתן
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די הלכה א ארבייטער וואס באקומט באצאלט פון א בעל בית אויף זיין ארבייט, מעג ער אראפכאפן צייט פון ארבייט און שרייבן אויף אייוועלט?
(לאו דוקא אייוועלט, ה"ה שאפינג וכו' וכו') איז דא ביי דעם די כלל אז דבר מועט איז מען מוחל? וואס הייסט א דבר מועט?

פרעג דיין באלעבאס, אפשר וועט ער דיר נאך צוצאלן...


בלויז א ווערטל.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:42 pm
דורך קרעמער
שאינו יודע האט געשריבן:איך האף אז קרעמער גייט עס נישט מעקן..... :oops:

אויב מען מעקט האט מען גארנישט אויפגעטוהן, ווייל די טייערע צייט איז סייווי פארפאלן געווארן :oops:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:53 pm
דורך מומחה עצום
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די הלכה א ארבייטער וואס באקומט באצאלט פון א בעל בית אויף זיין ארבייט, מעג ער אראפכאפן צייט פון ארבייט און שרייבן אויף אייוועלט?
(לאו דוקא אייוועלט, ה"ה שאפינג וכו' וכו') איז דא ביי דעם די כלל אז דבר מועט איז מען מוחל? וואס הייסט א דבר מועט?

אויב ער ארבעט אויף די שעה איז טאקע א שאלה.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 7:01 pm
דורך קרעמער
מומחה עצום האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די הלכה א ארבייטער וואס באקומט באצאלט פון א בעל בית אויף זיין ארבייט, מעג ער אראפכאפן צייט פון ארבייט און שרייבן אויף אייוועלט?
(לאו דוקא אייוועלט, ה"ה שאפינג וכו' וכו') איז דא ביי דעם די כלל אז דבר מועט איז מען מוחל? וואס הייסט א דבר מועט?

אויב ער ארבעט אויף די שעה איז טאקע א שאלה.

איך וואלט געזאגט אז אויב מען ארבעט אויף די שעה, איז עס כלל נישט קיין שאלה, נאר גזל גמור.

ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 7:44 pm
דורך אלס פארשטייער
קרעמער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די הלכה א ארבייטער וואס באקומט באצאלט פון א בעל בית אויף זיין ארבייט, מעג ער אראפכאפן צייט פון ארבייט און שרייבן אויף אייוועלט?
(לאו דוקא אייוועלט, ה"ה שאפינג וכו' וכו') איז דא ביי דעם די כלל אז דבר מועט איז מען מוחל? וואס הייסט א דבר מועט?

אויב ער ארבעט אויף די שעה איז טאקע א שאלה.

איך וואלט געזאגט אז אויב מען ארבעט אויף די שעה, איז עס כלל נישט קיין שאלה, נאר גזל גמור.

ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.

אויב מאכט דאס אז די ארבייט זאל גיין שנעלער און מער נוצבאר/תוכן'דיג/פרוכטבאר און רעזולטאט פון די אויסליפטעריי (וואס ביי מיר איז דאס קלאר אזוי), איז דא א סברה אויף פארקערט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:07 am
דורך שאינו יודע
אלס פארשטייער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:אויב ער ארבעט אויף די שעה איז טאקע א שאלה.

איך וואלט געזאגט אז אויב מען ארבעט אויף די שעה, איז עס כלל נישט קיין שאלה, נאר גזל גמור.

ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.

אויב מאכט דאס אז די ארבייט זאל גיין שנעלער און מער נוצבאר/תוכן'דיג/פרוכטבאר און רעזולטאט פון די אויסליפטעריי (וואס ביי מיר איז דאס קלאר אזוי), איז דא א סברה אויף פארקערט...


דאס איז נאר אויב די בעל בית ווייסט דערפון און איז מסכים, לכאורה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:10 am
דורך שאינו יודע
קרעמער האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך האף אז קרעמער גייט עס נישט מעקן..... :oops:

אויב מען מעקט האט מען גארנישט אויפגעטוהן, ווייל די טייערע צייט איז סייווי פארפאלן געווארן :oops:


דעמאלטס איז דאך א שאלה אויב מען מעג מעקן אלס לפני עוור :?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:32 am
דורך שנאפס
שאינו יודע האט געשריבן:
אלס פארשטייער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז אויב מען ארבעט אויף די שעה, איז עס כלל נישט קיין שאלה, נאר גזל גמור.

ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.

אויב מאכט דאס אז די ארבייט זאל גיין שנעלער און מער נוצבאר/תוכן'דיג/פרוכטבאר און רעזולטאט פון די אויסליפטעריי (וואס ביי מיר איז דאס קלאר אזוי), איז דא א סברה אויף פארקערט...


דאס איז נאר אויב די בעל בית ווייסט דערפון און איז מסכים, לכאורה


אוודאי לכאורה קען מען אפשר זאגן אז יעדע בעה"ב איז מסכים אויב די ארבעט גייט שנעלער, נישט קיין חילוק וואס מען טוט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:39 am
דורך msp
אנדערע זענען מעהר מקפיד אויף שאלות אין או"ח און יו"ד ווי אויף שאלות אין חו"מ
והלא איפכא מסתברא....

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:40 am
דורך קרעמער
שאינו יודע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך האף אז קרעמער גייט עס נישט מעקן..... :oops:

אויב מען מעקט האט מען גארנישט אויפגעטוהן, ווייל די טייערע צייט איז סייווי פארפאלן געווארן :oops:


דעמאלטס איז דאך א שאלה אויב מען מעג מעקן אלס לפני עוור :?

די מכשול איז דאך שוין אפגעטוהן געווארן, איז מער נישט שייך דערביי לפני עור :x

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:44 am
דורך שאינו יודע
אויב מען דערזעט זיך מיט א געמעקטען תגובה :evil: :evil: פארגייט די אפעטיט פון ארבייטן ווייטער :twisted: :twisted: האט מען נישט די היתר אויך נישט :-(

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:45 am
דורך msp
ווייל צו דער צייט איז גוט אויסגענוצט געווארען אויף אייוועלט צו נישט
געארבעט האט מען למעשה נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:48 am
דורך שאינו יודע
msp האט געשריבן:ווייל צו דער צייט איז גוט אויסגענוצט געווארען אויף אייוועלט צו נישט
געארבעט האט מען למעשה נישט


די חברה זאגן דאך אז אויב עס מאכט אפעטיט מעג מען דאך

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:49 am
דורך msp
אפעטיט צו וואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:07 am
דורך משה קארנפעלד
קרעמער האט געשריבן:ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.


אז שוין יא האט אפשר די רבי א סטאטיסטיק ווי לאנג א נאז-בלאז נעמט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:12 am
דורך קרעמער
עס ווערט געזוכט א באס צוריק צו די אישו (טישו)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:18 am
דורך לעניית דעתי
איי-וועלט האט מיר [און דעם פראדאקט אויף וואס איך האב דאן געארבעט] שוין זוכה געוועהן צו ראטעווען פון א צאמברוך. געוועהן איז עס הארט פאר א דעד ליין וואס דער פראדאקט האט געדארפט ארויס לאור עולם. כאב געהאט הויך פיבער געוועהן שרעקליך מיד און די ביינער מיינע האבן זיך כמעט געבראכן אין צוויי. אזוי ווייטער איז נישט געוועהן קיין וועג ווייטער צו גיין.

איז מיר אדורך א בליץ "גיי זיי מודיע אויף איי וועלט וואס ס'קומט ארויס. וועסטעך אויף פרישן". וכך הווה ס'איז באמת געוועהן א וואנדער ס'האט געארבעט נפלאות און מיט א חשק האב איך גע'ענדיגט דעם ארבעט בזמנו צו די מינוט.

עס איז נישט געוועהן אויף'ן שעה. אבער אפילו ווען יא וואלט איך זיך נישט געשעהמט ביים בית דין של מעלה צו טשארדשען דארפאר. דא אין דעם ביזנעס פארט דער זייגער ווייטער ביי א מיטאג ברעהק און ביי סיי וועלכע ברעהק.

יישר כח איי וועלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:33 am
דורך מכטי1
מיין בעה"ב שיקט מיר אסאך מאל ווען מ'ענדיגט א מיסיע "גיי ליפטער דיך אביסל אויס" נו???? וואו גייט מען? אייוועלט! נעוואדע!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:27 pm
דורך שאינו יודע
ווי שוין אויבן געזאגט אז די אלע סברות איז גיט ווען די בעל בית איז מסכים, אויב וויל ער נישט אדער ער ווייסט נישט, איז לכאורה נישט שייך צו זאגן די אלע היתרים

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:54 pm
דורך יוראפ
משה קארנפעלד האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.


אז שוין יא האט אפשר די רבי א סטאטיסטיק ווי לאנג א נאז-בלאז נעמט?

עס איז דאך דעמאלטס אפגעשטעלט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:00 pm
דורך ווינקל
טויש דעם קעפל ביטע, "מעג א געדינגענער ארבעטער שרייבן אויף אייוועלט?". א דאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:08 pm
דורך יגעתי ומצאתי
קרעמער האט געשריבן:ווען איך ארבעט אויף די שעה, האב איך א 'טיימער' אנגעשטעלט אויפן טיש, און עס ווערט אפגעשטעלט ביי יעדע נאז-בלאז.

מתרומיות מדותיו של מייסדינו ופטרונינו שליט"א לפני ולפנים משורת הדין, זיכער איז די נארמאלע מענטשליכע געברויכן אריינגערעכנט אינעם זמן השכירות. עס דערמאנט די מעשה פון (חוני המעגל ?????) וואס האט נישט געוואלט ענטפערן שלום פאר די שלוחים ווייל ער איז געווען א שכיר יום.

(אגב, ווען איך ארבעט אויפן שעה, זאג איך קלאר אז מיין שעה האט נישט קיין זעכציג מינוט וד"ל...).