מקשטא ליה תכא ומקשטא ליה פומא, מקשטא ליה תכא ומהדרא ליה גבא

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

מקשטא ליה תכא ומקשטא ליה פומא, מקשטא ליה תכא ומהדרא ליה גבא

תגובהדורך נישט גוט » מאנטאג אפריל 23, 2012 8:33 pm

א הפלא'דיגע גמרא אין מס' יבמות דף ס"ג ע"ב,
היכי דמי אשה רעה אמר אביי מקשטא ליה תכא (זי גרייט אים אהן עסן ביים טיש) ומקשטא ליה פומא (זי גרייט אים אהן די מויל - לקלל ולגדף) רבא אמר מקשטא ליה תכא (כדלעיל) ומהדרא ליה גבא (זי דרייט צו אים אויס די רוקן - זי וויל נישט עסן מיט אים) עכ"ל הגמ'

אלו ואלו דברי אלקים חיים, אז מען טראכט אריין אין די טיפקייט פון די ווערטער פון די הייליגע אמוראים אביי ורבא זעהט מען אז א פרוי וואס טריצט און גרייט אינגאנצן נישט אהן קיין עסן הייסט נישט קיין אשה רעה, (ווייל דעמאלט קען אפשר זיין אז זי איז בטבע גוט, זי איז נאר גערעגט אויפן מאן פאר עני סיבה)

נאר איינער וואס גרייט יא אהן נאר עס איז מהדרא ליה גבא אדער מקשטא ליה פומא דאס קען נאר קומען פון שלעכטגיקייט,

איך וואונטש קיינער זאל נישט פארשטיין די גמרא בפועל,

באט העפענס טו בי, ווען איך דערמאן מיר פון די גמרא זולגין דמעות מעיני

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג אפריל 23, 2012 9:19 pm

ולפי"ז יש להמתיק אז 'נישט גוט' איז נישט ח"ו א שם התואר, נאר ס'איז א מקרא קצר ולא פירש פארוועמען ס'איז נישט גוט.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » מאנטאג אפריל 23, 2012 9:30 pm

ענדליך שטייט אין גמ' קידושין דף ל"א,
"יש מאכיל לאביו פסיוני" - ס'דא איינער וואס געט צו עסן פאר זיין טאטע גוטע פלייש,
"וטורדו מן העולם" - אבער ער ווייזט אים ארויס אז ס'איז אים שווער, פארלירט ער זיין עוה"ב,
און רש"י ברענגט דארט צו א ירושלמי, אז אמאל האט איינער געגעבן צו עסן פאר זיין טאטע חשוב'ע מאכלים,
ווען די טאטע האט אים אמאל געפרעגט "פון וואנעט האסטו דאס", האט ער געענטפערט "קיי און עס".
דער פאלירט עוה"ב רח"ל.
נאכדעם ברענגט רש"י דארט א פארקערטע מעשה אויך, עיי"ש

איך וואונטש קיינער זאל נישט פארשטיין די גמרא בפועל,
אבער ווען די טאטע זז"ג דערמאנט זיך די גמרא, זולגים עיניו דמעות...
(דזשאסט קידינג...)
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:33 am

שוטה האט געשריבן:ולפי"ז יש להמתיק אז 'נישט גוט' איז נישט ח"ו א שם התואר, נאר ס'איז א מקרא קצר ולא פירש פארוועמען ס'איז נישט גוט.

עס איז נישט א מקרה קצר , עס איז מקרא מלא, ״לא טוב״ היות האדם לבדו !!
ר׳ ל״ט קודם כל שלום עליכם, א שמחה מקבל פּנים צו זיין נאך א װאילער איד! ויהיה רצון שיהיה שלום לך ושלום לעוזרך השי״ת יהפֿך לך ה״לא״ טוב ל״לו״ טוב בקרוב ממש בתוך שאר ישרא-ל השרוים בלא טוב!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 07, 2012 4:10 pm

אויב האט מען טאקע באקומען א פרוי מיטן ריכטיגן טיטל אשה רעה, איז מען זוכה צו די הבטחה פון חז"ל אינו רואה פני גיהנום.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג מאי 07, 2012 6:21 pm

עיין פלא יועץ ערך אהבת איש ואשה ותתחזק לבך.

חוץ לזה אויב איז דא ערנסטע פראבלעמען, קען מען זיך ווענדן נאך הילף, עס איז מן הסתם דא ווער עס קען העלפן

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מאנטאג מאי 07, 2012 7:20 pm

אויב רעדט מען פון CURRENT PROBLEMS פרוביר דיר איינצורעדן אז עס איז דא הילף, די תלמידי בעש"ט פלעגן זאגן "עס איז גרינגער צו ענדיגן גאנץ ש"ס ווי מתקן זיין "איין" מדה"

ב"ה מען רעדט פון א אפקומעניש וואס איז געווען עטליכע יאר צוריק, מיט א בקשה על העתיד, אז עס זאל זיין זיסער ווי זיס,

לעת עתה איז כשמו כן הוא "נישט גוט" ע"ש הפסוק בפ' בראשית

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג מאי 07, 2012 7:44 pm

כ'פיל מיט אייער ווייטאג, השי"ת זאל ממלא זיין חסרונכם עצהיו"ט. און יא עס איז מעגליך, כ'האב א נאנטער חבר וואס איז ב"ה אויפגעראכטן געווארן א צווייטס מאל, און איז גליקליך און צופרידן. כן יעזור ד' להלאה לכל עם ישראל.

האלט זיך פעסט, וועסט עס דערציילן אין פריידן, פלעגט מען ביי אונז זאגן...
שעם זיך נישט פאר קיינעם, האסט קיינעם נישט בא'גנב'עט דערמיט.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג מאי 07, 2012 8:11 pm

נישט גוט האט געשריבן:אויב רעדט מען פון CURRENT PROBLEMS פרוביר דיר איינצורעדן אז עס איז דא הילף, די תלמידי בעש"ט פלעגן זאגן "עס איז גרינגער צו ענדיגן גאנץ ש"ס ווי מתקן זיין "איין" מדה"

ב"ה מען רעדט פון א אפקומעניש וואס איז געווען עטליכע יאר צוריק, מיט א בקשה על העתיד, אז עס זאל זיין זיסער ווי זיס,

לעת עתה איז כשמו כן הוא "נישט גוט" ע"ש הפסוק בפ' בראשית

וואס זאל איך דיר זאגען, איך פיל מיט דיין צער, קיין איינער קען דאס נישט מיט פילען, עס איז דיין אינערליכען ווייטאג וואס קיינער ליגט נישט דארט,
חז"ל זאגען דאך אל תדין את חברך עד "שתגיע" למקומו זאלסט אנרירען זיין שטעלע, עס איז שווער דאס צו שפירען אפי' איך וועל זיך אריין לייגען מיט
די גרעסטע מאס רגש איז דאס נאך אלס נישט דיין צער, ווייל ביי מיר וועט דאס זיין אויף די מאמענט פונעם התבוננות און אויך נישט מיטען אמת עס איז
דאך א ווייטאג וואס מען ווייסט נישט וואס דאס איז נאר טאמער ח"ו גייט מען דאס דורך, און מיט דעם אלעם ווען מען האט אזא התבוננות פון רגש שרייט
זיך ארויס מיטן גאנצען קראפט ווייטאג און עס ברענגט טרערען אין די אויגען, איז כמה וכמה שרייט ביי דיר ארויס די ווייטאג נישט נאר איין מינוט אין טאג
עס איז ביים אויפשטיין ביים זיך לייגען און א גאנצען טאג ווי אימער מען דרייט זיך עס איז נישטא קיין טאג און אפי' דער שלאף איז פיל מיט ווייטאג, איז
דער שלאף קיין שלאף נישט, אלעס די גאנצע מהות און די גאנצע סביבה איז איין גערויסע ווייטאג, איז היצטער ווי קען איך זאגען איך שפיר דאס מיט,
אבער אויף אזוי פיל די מינוט וואס איך טראכט אריין אין דיין מצב ווערט מיין הארץ צולאזט פון ווייטאג און יא איך וויין אויף דיר איך בעט דעם בו"ע זאל
דיר ארויס נעמען פון די אלע ענגשאפט און ווייטאג, ווייל ער ווייסט יא דיין ווייטאג זאל ער מקבל זיין דיינע תפילות און דיר שוין מאכען זיס דיין גאנץ לעבען
זאלסט וויסען פון היינט און ווייטער נאר פון פרייד און לעכטיגקייט.
כה דברי טייבעלע המברך אותך ומתפלל בעד טובתך
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » מאנטאג מאי 07, 2012 10:02 pm

הריני מצטרף לדברי טייבעלע ולברכתו.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 08, 2012 12:48 am

שויתי'ניק האט געשריבן:כ'פיל מיט אייער ווייטאג, השי"ת זאל ממלא זיין חסרונכם עצהיו"ט. און יא עס איז מעגליך, כ'האב א נאנטער חבר וואס איז ב"ה אויפגעראכטן געווארן א צווייטס מאל, און איז גליקליך און צופרידן. כן יעזור ד' להלאה לכל עם ישראל.

האלט זיך פעסט, וועסט עס דערציילן אין פריידן, פלעגט מען ביי אונז זאגן...
שעם זיך נישט פאר קיינעם, האסט קיינעם נישט בא'גנב'עט דערמיט.

מצטרף צו שויתיניק.
איך בין גאר נאנט צו/אדער קען פּרזענלעך עטליכע אזעליכע (טייל װאס האבען זיך שוין כמעט מיאוש געװען נאך א היבשער צייט זיין אליין) אין צום סוף איז מקיום געװארען והיה ראשיתך מצע״ר ואחריתך ישגה מאד!!
גדול יהי-ה כבוד הבית האחרון מן הראשון!!!

נ.ב.
מידי דברו בו אעלה עוד דבר בענין זה, דהיינו, כלל ישרא-ל בזמן הזה איז ב״ה ספּציעל אויסגעצייכנט במדת החסד (כל הארגאנזאציעס לכל צרה שלא תבא)
אבער דער ענין, שטייט נאך דערװייל כמצוה שאין לו הופּכין ליידער! עס איז נישט דא קיין שום ארגאנזאציע וכל חניכא דילי (לפי ידעותי) מחזק צו זיין די צובראכנע טייערע יונגעלייט אין דעם מצב. אין אזא מצב פאדערט זיך געװענלעך הויפנס חיזוק ברוח ובגשם, א סיביבה צו פארברענגען װי מען זאל זיך פילען באקװעם, אין אסאך מאל אסאך יעוץ (ספעציעל װי עס זענען פאראן קינדער (דאס איז נאך א באזינדערע פרשה))
חז״ל זאגען שוין, אין דער פּראקטיק װייזט עס ליידער, אז אסאך יונגעלייט גייען צו גרונד אין אזא מצב או ברוח או בגשם או בשניהם ר״ל ל״ע, מען זאל נישט געפּריװט װערען.
(כמבון איז גאר שװער צו מאכען אזא ארגנזאציע מחמת הבושה ועוד הרבה סיבות , עכ״ז לאור הנחיצות הלװאי שאחד [ואשרי מי] יעשה כזה בטוב דעת והשכל!
(בהעזרת נשים אע״פ שאין הרבה עזרה בזה, יש משהו עכ״פ, אבל אצל אנשים שהנחוצות בזה הוא פּי כמה, אין כלום)

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג מאי 08, 2012 1:14 am

זאגסט דאך אזוי ריכטיג און דאס טאקע מאכט די ווייטאג סאך גרעסער, זיי זיכען צו הערען א גוט ווארט אבער מען הערט נישט זייער געבעט,
מען זעהט א אינגערמאן פאלט גיט מען א זאג נעבעך א צובראכענער נשמה וואס קען מען טוהן, וואס הייסט וואס קען מען טוהן? אז דער בו"ע
האט דיר געפענט אויגען צו זעהן זיין מצב גיב איהם חיזוק, זיין דורך פאל און פארנאכלעזיגקייט שרייט איך דארף הילף איך דארף חיזוק גיט מיר
דאס, עס איז נישט קיין עטענטשען עס איז א פארווייטאגט הארץ וואס זיכט איינעם מיט וועם ער קען מיט טיילען זיין צער, לויף צו זיי איהם מחזק
עס איז נישט גענוג מיטען זאגען עס גייט קומען גוטע צייטען, הער אויס זיין צובראכען הארץ און זיי צו איהם נאנט ער דארף איינעם נאנט צו זיין
צו איהם, רעד צו זיינע געפילען מיט זיך איבער געבען אינגאנצען פאר איהם, ער זאל שפירען אז יא עס אינטערסירט דיר נישט נאר איין זאך
אז איהם זאל זיין גוט און וואויל, אוי איז דאס א ווייטאג איין זאך איז זיכער אזוי ווי מען האט דא געזאגט אז צום סוף וועט זיין גאר גאר גוט,
דערווייל ביזען קרעטשמע דארף מען אויך חיזוק, זאל דער בו"ע אריין געבען די ריכטיגע ווערטער צו מחזק זיין די צובראכענע אידען און דער
בו"ע זאל זיי געבען חיזוק און מחזק זיין און שיקען פאר זיי די ריכטיגע ישועה בקרוב.
לעצט פאראכטן דורך טייבעלע אום דינסטאג מאי 08, 2012 1:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג מאי 08, 2012 1:23 am

א קליינע טויבעלע מיט א גרויס הערצעלע!

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » דינסטאג מאי 08, 2012 2:23 am

יעצט בקדרותא דצפרא, בעת שמשחיר פני הרקיע, בחשכות לילה אשר חשכת גלות נושף,
קען איך נאר מגיב זיין מיט עטליכע דמעות בין ריסי עיני, וואס קומט דורך ליינען די תגובות פילנדיג די אמת'דיגקייט דערפון, עוד חזון למועד מיט א לענגערע באשרייבונג, ענדליך הייב איך צו זעהן אז עס איז יא דא אידן וואס פארשטייען דערצו

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג מאי 08, 2012 12:35 pm

פון מיין נאנטקייט מיט איינעם אין אזא מצב ווייס איך, אז וואס עס האט דאס מערסטע געשטערט, איז דאס וואס מענטשן, (אוודאי מחמת חיסרון ידיעה, ורגישות) האבן געגעבן יענעם צו שפירן אז ער איז א צווייט ראנגיגער, און א דורכפאל...

חוץ פון וואס מאנכע האבן אליינס שולד געפילן, אפשר וואלט איך אזוי געברויכט טון און אפשר אהער און אהין...

און חוץ וואס מען פילט ביי זיך אליינס א דורכפאל ליידער, ד.ה. אז ער האט געפעילט צו אנהאלטן זיין שלום בית...

איז דאס וויכטיגסטע צו וויסן, אז ער איז חלילה נישט קיין דורכפאל און קיינער האט נישט קיין שלום בית ווייל "ער" מאכט דאס, ווי דער הייליגער מהר"ל זאגט אז די 2 סארט בריאים קענען בדרך הטבע נישט וואוינען אינאיינעם, עס איז 2 פארקערטע נאטורן וכו'. נאר בעזר הבורא השוכן בבית, איז ער עושה שלום במרומיו און עלינו ועל כל ישראל.
(פארשטייט זיך אז איך טו נישט אויסשליסן אז עס איז דא א וועג ווי אזוי מ'דארף צו לעבן נארמאל און ריכטיג כדי צו האבן שלו' ב'... ווייל אזוי האבן רבותינו הק' אונז געלערנט)

פארשטייט זיך אז די קשיות און שאלות וואס מענטשן פרעגן מאכט זייער אומבאקוועם, דעריבער איז זייער גוט זיך אנצוגארטלן מיט אסאך שטאלץ און זעלבסטזיכערקייט, פארשטייט זיך דורך אמונה ובטחון צו זיין כחלמיש צור, און נישט דערשראקן ווערן פון קיינעם.

כ'האב מיטגעהאלטן פונדערנאנט מיטן חבר מיינעם א שיינע פאר יאר, קודם די ביטערע מיטמאכענישן ביז מען דערזעט זיך ארויס פונעם שווערן פעקל, און דערנאך דאס ווארטן בכליון עיניים אויף א פרישע ישועה, מיט אלע עצות און סגולות וואס גוטע אידן פארגעסן נישט צו כסדר דערמאנען אז מ'ברויך למען ד' דאס טון...

עס איז טאקע געוועון זייער אסאך שווערע צייטן, וואס ער האט געדארפט אסאך חיזוק און סאפארט פון חברים און ידידים, אבער ב"ה מ'האט דאס דורכגעשוויצט, און מ'קען עס דערציילן אין פריידן.

און מיט דעם וויל איך דיר מחזק זיין אז דער רבוש"ע ווייזט אין דעם הסתר פנים, אינעם היינטיגן חשכות, גרויסע ליכטיגקייטן, ישועות חוץ לדרך הטבע...
ממילא וועסטו אויך געהאלפן ווערן אין איין שיינעם טאג, אזוי פלוצלינג כהרף עין... ווי נאר ישועת ד' קען זיין...

מיר בעטן טאקע פאר דיר און אלע אין דעם מצב, שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה, האב איך דאן געטייטשט פאר אים, רבוש"ע העלף מיר, אזוי ווי די שלעכטס איז מיר אזוי ביטער און פיינפול, אזוי שטארק קעגן דעם במשקל זאל זיין די גוטס, און מדה טובה מרובה זאל עס זיין נאך בעסער ווי גוט.

נאך א טייער ווארט וואס כ'האב געהערט פון א חשובער איד, דאכט אז עס איז געבויעט אויף א שטיקל פון ר' צדוק זצ"ל. אז דער רבוש"ע טראסט אונז היינט מיט אזעלכע חשכות און שווערע מצבים וואס ער וואלט נישט געגעבן פאר אסאך פריערדיגע, ד.מ. אז דייקא מיר זענען די וואס קענען דורכגיין דעם טונקעלן טונעל און אנקומען בעז"ה בקרוב צו די ליכטיגקייט.
דאס זעלבע, ווען א מענטש גייט דורך א שווערע מצב מער פון א צווייטן, האט מען אים אויסגעקליבן צו מגלה זיין אין די הסתרה, אין די חשכות און נידריגקייט, דעם הייליגן בורא עולם. צו אויסשרייען אז עס איז דא א באשעפער דייקא דא אויך, וואס ער פירט אלעס כרצונו לטובתי ביותר. און איך פארליר נישט מיין האפענונג פון באשעפער יעצט אויך. אז ער וועט מיר "זיכער" גוט מאכן...
ווי די באקאנטע מעשה פון איינעם פון די גולי שפאניע...

זאל דער בורא עולם שוין באווייזן זיין גרויסע רחמנות אויף אונז און זיך אנטפלעקן פאר זיינע באליבטע קינדערלעך גאר בקרוב, במהרה דידן.
ויש להאריך אבל הזמן קוצר
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מאי 08, 2012 2:21 pm

דער תולדות אהרן רבי שרייבט אין 'אסיפת מכתבים' (ח"ב סי' קמ"ח) 'שמעתי כמה פעמים מכ"ק חותני [בעל שומר אמונים] זצ"ל שאמר (איני זוכר בשם מי):

אז דער חות דעת אין אזוי אויך הגאון רבי שלמה גאנצפריעד בעל קיצור שלחן ערוך, זיי האבען זוכה געוועהן אז זייער חיבורים זענען נתקבל געווארען בעולם, 'מפני שהיו להם אשה רעה'.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 08, 2012 2:32 pm

יש להוסיף, אף המלבי"ם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג מאי 08, 2012 2:45 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:מיר בעטן טאקע פאר דיר און אלע אין דעם מצב, שמחנו כימות עניתנו שנות ראינו רעה, האב איך דאן געטייטשט פאר אים, רבוש"ע העלף מיר, אזוי ווי די שלעכטס איז מיר אזוי ביטער און פיינפול, אזוי שטארק קעגן דעם במשקל זאל זיין די גוטס, און מדה טובה מרובה זאל עס זיין נאך בעסער ווי גוט.

אזוי שרייבט קלאר דער הייליגער מיטעלער רבי פון חב"ד אויף וואס עס שטייט אין ספר יצירה זה לעומת זה עמוק טוב עמוק רע,
וואס טיפער דער רע איז אלס טיפער און העכער איז דער טוב אויף יענעם מענטש, און אזוי טייטשט ער במקום שבעלי תשובה
עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד ווייל די בעלי תשובה קומען אהן צו א העכערע און טיפערע מדריגה אין קדושה לעומת
די עמקות הרע אין וואס זיי זענען גלעגען, איז דא די זעלבע ווי טיפער די ווייטאג איז די ישועה אסאך העכער און גרעסער מיט
גרויסע רחמים וחסדים בקרוב במהרה, אמן.

שויתי'ניק האט געשריבן:נאך א טייער ווארט וואס כ'האב געהערט פון א חשובער איד, דאכט אז עס איז געבויעט אויף א שטיקל פון ר' צדוק זצ"ל. אז דער רבוש"ע טראסט אונז היינט מיט אזעלכע חשכות און שווערע מצבים וואס ער וואלט נישט געגעבן פאר אסאך פריערדיגע, ד.מ. אז דייקא מיר זענען די וואס קענען דורכגיין דעם טונקעלן טונעל און אנקומען בעז"ה בקרוב צו די ליכטיגקייט.
דאס זעלבע, ווען א מענטש גייט דורך א שווערע מצב מער פון א צווייטן, האט מען אים אויסגעקליבן צו מגלה זיין אין די הסתרה, אין די חשכות און נידריגקייט, דעם הייליגן בורא עולם. צו אויסשרייען אז עס איז דא א באשעפער דייקא דא אויך, וואס ער פירט אלעס כרצונו לטובתי ביותר. און איך פארליר נישט מיין האפענונג פון באשעפער יעצט אויך. אז ער וועט מיר "זיכער" גוט מאכן...

זאל דער בורא עולם שוין באווייזן זיין גרויסע רחמנות אויף אונז און זיך אנטפלעקן פאר זיינע באליבטע קינדערלעך גאר בקרוב, במהרה דידן.
ויש להאריך אבל הזמן קוצר

עס איז דא אזא געדאנק אין ספה"ק פרי הארץ פר' שופטים, ער רעדט דארט אז אמאל זעהט מען איינעם וואס פראבירט אין עבודה
און ער פאלט כסדר דורך, פרעגט ער וכי משא פנים יש בדבר פארוואס פארן צדיק גייט יא און פאר מיר נישט? האט ער דארט עטליכע
מהלכים אין איינע פון זיינע תירוצים שרייבט ער ממש פחד'דיגע ווארט אז קען זיין אז אויב א צדיק וואלט וועהן געהאט דיינע נסיונות
וואלט ער נישט געקענט שטיין אין די נסיון ולא זו בלבד אלא הי' רק רע הרבה יותר ממנו, וזל"ק: או אולי במקום שהוא עומד אפילו
צדיק גמור לא היה יכול לעמוד באמונתו והיה רק רע הרבה יותר ממנו.

פרעגט ער ווייטער אין וואס איז דער זינדיגער שולדיג, און אזוי שרייבט ער: וא"ת למה השליכו ד' מעל פניו למקום הקליפות ונסיונות,
אלו כבשא דרחמנא היא ורוצה בהתגלות אלקותו גם שם ולקדש שמו ברבים שהם הקליפות, משא"כ אתה לא כן ד' אלקי' עמך נתן
לך רחמים אהבתו ויראתו על פניך:
ממש פחדים נורא נוראות דער הייליגער רבי מענדל וויטעפסקער מבחר שבחבורת המגיד הק' ממעזריטש שרייבט אז דער צדיק קען נישט
אויסהאלטען די נסיונות און דערפאר האט ער דאס נישט, די אמונה פשוטה פונעם פשוטער איד איז אסאך שטערקער צו קענען אויסהאלטען
די נסיונות.
איי וועסטו וועלען פרעגען איז וואס בין איך שולדיג? זאלסטו וויסען דאס איז א חלק פונעם תיקון העולם ווייל דארט דארף אויך ווערען פארשפרייט
די התגלות אלוקו', דאס איז א חלק פון כי מלאה "הארץ" דעה את ד', "הארץ" די ארציות די קליפות דו שרייסט דארט אריין אהן קיין פחד און מורא
ד' הוא אלוקי', און מיט דעם ביסטו מפיץ דאס אלוקו' דארט און ביסט מרחיב די גבולי הקדושה און עס ווערט נתהפך חשוכא לנהורא, און טאקע דערפאר
איז די ווייטאג שטערקער ווייל מען שלאגט זיך דאפעלט מיטען גשמיות חלק און מיט די רוחניות'דיגע חלק, עס ביטער שווער דאס הארץ איז ביטערלעך
פארקלעמט, מען זעהט זיך אליין אויף שטורמישע וואסערען מען ווארט אויף הילף לייג צו א האנט צום ראד זעהסט ווי דער שיף ווערט דערטראנקען
מען פרעגט נישט קיין שאלות וואס ווען ווי, מען לויפט גלייך צום ראד און מען העלפט וויפיל מען קען, ווייל אויב מען הייבט אהן צו פרעגען שאלות אויף
דערווייל רח"ל ד' ירחם קען די שיף דערטרונקען ווערען, א פייער פלאקערט הייבט מען נישט אהן צו פרעגען ווי אזוי איז דאס געשעהן מען טאנצט גלייך
אריין מען ראטעוועט ארויס וואס מען קען, וכן לענינו א טייערע שיף וואלגערט זיך אויף די וואסערען ער שרייט נאך הילף (דערווייל קען ער נאך שרייען),
מען דארף לויפן און העלפן, אבער בודאי דארף מען נזהר זיין וואס מען רעדט ארויס חכמים הזהרו בדבריכם שמא תחובו חובת גלות, יעדער ווארט
איז א שפיל מיט פייער, און אז מען קען נישט רעדען מיינט נישט איר מעגט שטיין אין א זייט דער איז דאך אין דיין חבורה ער דיין ברודער עפען אויף
אונזער באליבטער ספר תהילים זאג עטליכע קאפיטלעך בעט פאר איהם פון טיפעניש פון הארץ, דאס קען יעדער איינער ואהבת לריעך כמוך ווען ח"ו
אז ביי זיך איז דא א צער וויל מען אז א חבר זאל מתפלל זיין געדענק במדה שאדם מודד מודדין לו, אז דו וועסט אזוי טוהן פאר א צווייטען ועט דיר
דער בו"ע העלפען אז א צווייטער וועט מתפלל זיין פאר דיר ווען מען דארף, שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו, אויף אזוי פיל קען איך
זאגען נעכטען נאכען ליינען אין די אשכול האט מיר ווייגעטוהן בין איך געגאנגען און אהנגעצינדען א ליכטעל לכבוד רבינו הקדוש מרימנוב און מתפלל
געוועהן עס זאל זיין גוט פון "לא" טוב זאל ווערען היפוך אתוון אויף ק-ל חסד ק-ל כל היום חסדים טובים.
זאל טאקע דער בו"ע העלפען מיר זאלען הערען גוטע בשורות ישועות ונחמות און ער זאל אויף געראכטען ווערען במהרה בקרוב מיט זיסקייט ויתהפך
הכל לטובה אמן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך מאי 16, 2012 3:33 am

טייבעלע האט געשריבן:

אוי טייבעלע טייבעלע, שלח לחמך (זו תורה'ס שלך - לכו לחמי בלחמי) על פני המים (בעת שפלגי מים ירדו עיני), כי ברוב הימים תמצאינו (ווען עס קומט מיר אין פינטל), פונקט היינט בעת התגברות הנסיונות האב איך געטראכט צו מיר אז די חילוק פון א צדיק און א רשע איז כחוט השערה, ביידע האבן די זעלבע תאוות, דער צדיק האט עס דורך געבראכן, און די רשע נישט,
און די זעלבע קען איך זאגן מיט א ברירות אז דער גרעסטער צדיק בימינו אלה, וואלט לכאורה נישט בייגעשטאנען "מיינע נסיונות", (איך ווייס אז בשעת'ן ליינען קוקסטו מיר ווי פון די לבנה אראפ - דאס איז נאר ווייל דו ביזט נאך אין די מצב קיינמאל געווען, און איך וואונטש דיר זאלסט עס נישט וויסן נישט ביי דיר און נישט ביי דיינע קינדער), און איך ווייס איך אז עס וועט אי"ה קומען א צייט וואס כ'וועל צוריק קוקן אויף די יארן, און כ'על מיר נישט קענען מוחל זיין, איך האב געהאט די געלעגענהייט צו אזא התגברות התאוות וואס דער גרעסטער צדיק האט נישט געהאט די זכי' דאס צו טוהן (ווייל אויב יא וואלט ער דורך געפאלן און נישט געווען קיין צדיק - אויב ווילסטו מיר נישט גלייבן, וויל איך דיר זאגן אז איך בין נאך נישט געשלאפן די נאכט און איך וואלט ווען נישט געקענט טראכטן אזוי טיף ווען נישט אז איך בין איבערצייגט אז סאיז טאקע אזוי בעת מיין מח האט יא געדינט) און איך האב דאס ליידער נישט אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין, עכ"ז פיל איך ווי איך קען מיר נישט קיין עצה געבן און איך טראכט מי טרערן אין די אויגן:
הייליגע באשעפער ביזטו דער וואס האט באפוילן פרו ורבו?
ביזטו דער וואס האט געהייסן מחנך זיין די קינדער על דרך הישר?
ביזטו דער וואס האט געזאגט אז די זאכן זענען ביהרג ואל יעבור?
ביזטו דער וואס האט געמאכט די תאוה כמעט אוממעגליך זיך צו האלטן ווען נישט די שטארקע "וימאן, וואס כלל ישראל האט?
ביזטו דער וואס האט מיר אריין געלייגט אין אזא מצב אז התגברות התאווה זאל זיין כמעט מן הנמנע און איך זאל דארפן האבן ריכטיג מסירת נפש נישט דורך צופאלן?
ביזטו דער וואס האט געזאגט בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה?
ביזטו דער וואס האט געזאגט ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה?
ביזטו דער וואס האט גע'אסר'ט יחוד ביי אפילו ביים גרעסטן צדיק?
ביזטו דער וואס האט געזאגט שרוי בלא אשה שרוי בלא חומה?
ביזטו דער וואס האט געזאגט רווק לא ילמוד סופרות (משום אימהותא דינוקא)?
ביזטו דער וואס האט געגעבן תורה שבע"פ אויפן הר סיני און כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ובכללו מה שאמר ר' עמרם נורא בי עמרם כדי נישט אריין צופאלן אין א נסיון?

די ענטפער אויף די אלע זאכן איז א גראבע - יא

טא אויב אזוי, וויאזוי ערווארסטו נאך פון מיר ערליכע דורות בעת ווען איך פיל אז יעדע מינוט אין די מצב קען מיר ברענגען צום ערגסטן?

אבער אריינקומענדיג אין די אשכול אזוי באשמורת הבוקר בעת שמדת הרחמים גובר איבערליינענדיג די ווארט וואס טייבעלע האט אראפגעברענגט, האב מיר געפילט אזוי אין פלאץ אז די טרערן האבן געפלאסן
לעצט פאראכטן דורך נישט גוט אום מיטוואך מאי 16, 2012 12:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך מאי 16, 2012 7:09 am

נאך אזא שלאפלאזע נאכט פון גייסטישע פעין, מיט אזאנע פילינגס, און נאכן אזוי טראכטן, עס וויל זיך גיסן טרערן פארן הייליגן באשעפער, איז וואס טוט א איד, אונז האב מיר א שמונה עשרה (מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושמונה עשרה שמה - אוי איז דאס א מתנה), ווען נאך קען מען זיך אזוי גוט אויסוויינען ווי ביי שמונה עשרה אינטערן טלית?
אין אזא פאל טראכט מן נישט קיין צוויי, אם תעירו ואם תעוררו את אהבה איז עד שתחפץ, נישט ווארטן די התעוררות זאל אוועקפליען נאר עד שתחפץ גלייך מאכן א חפץ, האב מיר טאקע דאס געטוהן, זיך גלייך געגרייט צו שחרית בדחילו ורחימו (וויי פאר אזא ודחילו ורחימו נאך אזעלכע אומריינע מחשבות) גלייך זיך אנגעטוהן טלית ותפילין און זיך געשטעלט דאווענען,

די טרערן ווארטן נישט צו לאנג, עס וויל זיך עפענען די שערי דמעות און שפאלטן די ארבות השמים, און באקומען די הבטחה פון אם לא אפתח בכם את "ארבות השמים" עד בלי די, מען הייבט אהן פסוקי דזמרה, עס וויל זיך וויינען, אבער:
די זעלבע באשעפער וואס האט געהייסן דאווענען און זיך אויסוויינען ביי שמונה עשרה האט אויך געהייסן זאגן "פסוקי דזמרה, בדרך שבח וזמרה אויף די בריאה, און "הגיע עת הזמיר" און נאכנישט די "עת לבכות", מען האלט זיך איין מיט אייזערנע קייטן מיט א האפענונג א עס זאל נישט אויסוועפן ביז שמו"ע, אבער איין מינוט מען איז נאכנישט פערטיג, "רבותינו הגיע זמן קר"ש של שחרית" מען דארף נאך פארדעם מקיים זיין די הייליגע מצות עשה דאורייתא פון קרי"ש, און עס דארף זיין מיט א שמחה של מצוה, אז דאס איז די רצון השם דארף מען דאס טוהן, דערנאך ליגט א חיוב פון סמיכת גאולה לתפלה און ערשט דערנאך,
הנה הגיע עת דודים (אני לדודי), דעם "עת לדבר", ו"עת לבכות", אוי, אוי, מתי יגיע עת לחבוק, עד מתי ווילאנג נאך קענסטו צוקוקן די "מזבח של אדם מוריד דמעות", ווי קענסטו צוקוקן דעם צער (לאכטס נישט) פון "עת לרחוק ידים מחבוק",
ווען וועט מען שוין קענען זאגן בפה מלא:
"גדול יהיה כבוד הבית ה"אחרון" (ממש), ווען וועט שוין קומען די קול מבשר, "והנה בן", ווען עט מען שוין קענען אריין ברענגען א קינד לברית און עס זאל צוקומען צום שלימות פון די אייגענע מצות מילה,

מקולות מים רבים, גיסט זיך טייכן טרערן, ווי לאנג נאך עט מען זיך דארפן רצח'נען מיט די "מים הזדונים", וועט מען קענען זאגן, אשרי ילדותינו שלא ביישה את זקנתינו, אדער וועט מען ליידער מוזן זאגן אשרי זקנותינו שכיפרה את ילדותינו, הייליגע באשעפער דו ווייסט וויפיל אידן וואס אלץ בחור זענען זיי געווען די "עילויים אין די ישיבה" שטארבן היינט ביי די 95 אלץ א גוי גמור מיט א שטוב מיט קינדער און "קיין איין קדיש זאגער ליידער" וואס די ביטערע מלחמה אדער "פארלירן אשת נעורים", רח"ל, האט צוגעברענגט,
דאס אלעס איז געווען בבימים ההם אהן די היינטיגע נסיונות,
אם בארזים נפלו שלהבת, אנן מה נעניה אבתרי'

הוי האט זיך געגאסן טרערן, אזא שמונה ערה האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט,

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך מאי 16, 2012 12:03 pm

הער אויס מיין טייערער ערשטענס יא איך וויין מיט דיר עס איז א הארץ רייסעניש, די גאנצע פמליא של מעלה וויינט מיט דיר,
עס איז נישט מעגליך צו פארשטעלן דיין ווייטאג.

הער נאר אויס דיינע נסיונות זענען נישט קיין פשוטע זאך, נישט יעדער מענטש קען דורך גיין די נסיונות ממש אויסדערוועלטע
איינצעלנע מענטשען גייען דאס דורך, רבנו הקדוש הרמח"ל שרייבט אין איינע פון זיינע הייליגע ספרים אז נאר א מענטש וואס
האט א נשמה כללית קען דאס דורך גיין, און ער ווערט אנגערופן א צדיק המברר ווייל ער ווערט אראפ געווארפן אין שאול כדי
צו מברר זיין די ניצוצות פון דארט, וכעין זה האט מען אויך געטראפן געשריבן אין ספה"ק פרי הארץ וואס מיר האבן שוין מזכיר
געוועהן, און עס איז נישט סתם א בירור נאר דער צדיק המברר טוהט מהפך זיין די חושך לאור ממש, ער ברענגט אריין אלעס
זאל זיין קדושה, אי"ה שפעטער ווען איך וועל האבן א ביסעלע צייט וועל דיר אראפ ברענגען עטליכע הייליגע לשונות פונעם
גרויסען תלמיד פונעם הייליגען רמח"ל וואס ער שרייבט אויף די בחינה פון צדיק המברר זייער ווייטאג און אויך די געווינס
פאר כבוד שמים, און הער דאס גוט רבנו הרמח"ל רופט איהם אן א צדיק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 16, 2012 12:12 pm

:cry: יא גוט; איך וויין מיט צוזאמען מיט דיר.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מאי 16, 2012 12:26 pm

נישט גוט האט געשריבן: ווען נאך קען מען זיך אזוי גוט אויסוויינען ווי ביי שמונה עשרה אינטערן טלית?

(וויי פאר אזא ודחילו ורחימו נאך אזעלכע אומריינע מחשבות) גלייך זיך אנגעטוהן טלית ותפילין און זיך געשטעלט דאווענען,

(לאכטס נישט)

כ'האב נישט צייט געהעריג מגיב צו זיין ווי עס פאדערט פאר "אזא געהויבענער איד" ווי דיר, (לאך נישט, כ'האב ממש דרך ארץ פאר דיר... בייצושטיין אזעלכע נסיונות היינט, וואס אמאליגע אידן האבן נישט געחלומ'ט דערויף... יעדע רגע\סעקונדע וואס א איד האלט זיך אפ שאקלט ער עולמות, די פמלי' של מעלה פארשטייט נישט ווי די קענסט, אבער דער באשעפער זאגט זיי: כ'האב אייך שוין געזאגט ביים וועלט באשאפן אז איך פארשטיי בעסער ווי אייך צו מיין בריאה און פאר די אידישע פאלק וואס באווייזט אזעלכע גבורות (יא! דו ביזט א גיבור!!!) האט אלעס געלוינט...)

אבער בקצרה...

1. אין אלע חסידישע ספרים ווערט געברענגט אזא א איד קען זיך אויסרעדן דאס הארץ פארן בוכה"ע ווען ער וויל און ווי ער שטייט און גייט, דעריבער נישט נאר שמו"ע איז דער זמן, נאר דיין ליבער טאטע שטייט און וווארט אויף דיינע הייליגע דיבורים אויף פראסטע אידיש, ער בענקט נאך דיינע הארציגע ווערטער זיך צו קענען משתשעשע זיין דערמיט, און ווען ער הערט דיין קול שטייט אז ער לייגט אוועק אלע זיינע עסקים כביכול און ער הערט זיך צו נאר צו דיר.

2. שטייט, אז א חסיד וואס קען נישט נאכן רח"ל הארגענען איינעם, און דער שווערד טראפט נאך בלוט, זיך שטעלן דאווענען מיט א ברענענדיגער התלהבות כאילו לא היה, האט נאך נישט איבערגעטראטן דעם שוועל פון חסידות. והבן. (קוים קען מען הערן אזא ווארט, אבער דער אמת איז דאס!)

דער היילגער רבי ר' נחמן מברסלב זי"ע האט געזאגט: אט ווי איר קוקט מיר אן (אלס אזא גרויסער צדיק) אויב וואלט איך עובר געווען אן עבירה ר"ל וואלט איך ווייטער געגאנגען צו עבודת ד' כאילו לא היה ערשט שפעטער וואלט איך תשובה געטון.
פשט אז דער בע"ד וויל דיר אריינווארפן אין עצבות, ברויכסטו לויפן טון א מצוה יעצט, לערנען א בלאט גמרא, א קאפיטל תהילים, א לעבעדיגן שחרית, מקוה... וכו'. נישט חלילה זיך פטר'ן ווייל די ביזט אדורך געפאלן.

קודם שטייט נישט אין כל התורה כולה אז די ביזט יעצט פטור פון איין מצוה אדער ל"ת, צווייטענס, אז דער בע"ד וויל דיר נאך אפרעדן דערפון און נישט לאזן עס טון, איז א סימן אז אין הימל איז עס יא זייער חשוב, ווייל ער ווייסט ווי צו לייגן זיינע כוחות און זיין געוויכט.

3. קיינער לאכט חלילה נישט פון דיר, מיר וויינען... :cry: :cry: :cry:

ובעז"ה אאריך כפי שהפנאי יתן.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מאי 16, 2012 1:20 pm

שטארק זיך אין דיינע נסיונות, האלט זיך וויפיל די קענסט נאר, און ווען חלילה וחס די פאלסט אדורך ר"ל, זאלסטו קיינמאל נישט בלייבן דארט, ווייל דער באשעפער ווארט אויף דיר זאלסט געבן א פאטש אויף צוריק, עס איז אלס דא א וועג צוריק, די מלחמה האט זיך נאכנישט געענדיגט, עס הייבט זיך נאר אן, געב אים דעם בע"ד, פראסקע אים אן, שטעך אים מיט מצוות, תורה ותפילה, און לאכן לאכט דער לעצטער, זיי זיכער ביי דיר אז "ולא נסוג ממך", פון באשעפער וועל איך נישט אפטרעטען, איך וועל פון מיין גרויסן באשעפער נישט אנטלויפן, אנא מפניך אברח, מען קען סייווי נישט זיך באהאלטן פון אים, וועל איך טאקע לויפן צו אים...

איי איך קען נישט? וועל איך אריינכאפן וויפיל איך קען יא!

פארשטייסט? חזק ואמץ.
שויתי השם לנגדי תמיד

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 28, 2012 10:36 pm

תגובהדורך נישט גוט » מיטוואך מאי 16, 2012 3:20 pm

שויתי'ניק מי לחשך לומר אז איך קען עס בייקומען? ווער ווייסט וויפיל איך פאל יא דורך? אחוץ די יודע תעלומות?

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט