ימים שאין אומרים תחנון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

ימים שאין אומרים תחנון

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:29 pm

אזוי ווי עס איז דא פארשידענע מנהגים ווען מען זאגט יא אדער נישט תחנון וואס נישט אלעס האט א מקור, דעריבער איז פאסיג צו האבן א אשכול פאר די נושא אפשר וועט עפעס נתברר ווערן

דעם זונטאג האט געדאווענט פארן עמוד ביי מיין מנין א קליין צארטע יונגע בחור'ל, נאכן אראפלייגן אן עבודה ביי די הויעכע שמו"ע איז ער שטיל געבליבן פאר א מילי סעקונדע נאך המברך את עמו ישראל בשלום, ווען פון אונטן הערט זיך א ברום "נא יתגדל" דער בחור איז מקיים דעם ואל יבוש מפני המלעיגים און דרייט זיך אויס זיין קאפ און שטעלט אן א צוויי פרעגענדע אויגן, כלומר "דער איד ווייסט וואס ער רעדט אדער נישט?" וואס זאל איך אייך זאגן ? די בית המדרש איז פארוואנדעלט געווארן און א מאסן דעמאנסטרציע ווען פון אלע זייטן הערן זיך קולות "יתגדל!!!!!!!!!!!" דער בחור האט געזען כי כלתה אליו הרעה האט ער שנעל אנגעהויבן צו זאגן קדיש, ענדערש זאל ער זאגן קדיש ווי איינער נאך אים ח"ו. פארשטייט זיך אז ער האט שוין געהאט א היתר גמור פון פיקוח נפש.
ע"כ המעשה.

יעצט ווי שטייט אז מען זאגט שוין נישט קייןתחנון פון כג אדר און וויייטער? און שולחן ערוך שטיט עס נישט, ווי יא? איז עס א מנהג? ווי?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:44 pm

עיין כאן
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 46_108.pdf

נאר א מנהג חסידים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:47 pm

דער מונקאטשער רב האט דאס גענומען א טריט ווייטער אין נישט געזאגט א טאג פארדעם אין א טאג נאכדעם.

אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב", קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 19, 2012 2:10 pm

אין זידיטשויב זאגט מען אויך נישט יעדן פרייטאג און יעדן זונטאג

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 19, 2012 2:41 pm

יוראפ האט געשריבן:אין זידיטשויב זאגט מען אויך נישט יעדן פרייטאג און יעדן זונטאג


פרייטאג נישט ווייל אין ארץ ישראל איז שוין שבת
זונטאג נישט ווייל א טייל האבען נאך נישט געגעסן מלוה מלכה

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג מארטש 19, 2012 4:19 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב", קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.

:?:
נאט אייך א גרינע...


כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג מארטש 19, 2012 5:27 pm

לפי זכרוני כותב בשו"ת שבט הלוי שגם הוא נהג שלא לומר, עד שנתעורר שאין לזה מקור והנהיג לומר כפשטות השו"ע עד ר"ח ניסן.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מאנטאג מארטש 19, 2012 6:28 pm

איך האב געוואוסט א מ'זאגט נישט וועגן די "שבעת ימי המילואים" וואס הייבט זיך אן כ"ג אדר, קען זיין איך בין נישט גערעכט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 6:31 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דער מונקאטשער רב האט דאס גענומען א טריט ווייטער אין נישט געזאגט א טאג פארדעם אין א טאג נאכדעם.

אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב"
, קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.

ביסט זיכער דערין? ווייל איך פלעג דאווענען אין גאלאנטא, און פון דארט געדענק איך די מימרא אז פון י"א אדר ביז נאך די ז' תשלומין פון שבועות זאגט מען נישט קיין תחנון.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 19, 2012 6:39 pm

קרעמער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:דער מונקאטשער רב האט דאס גענומען א טריט ווייטער אין נישט געזאגט א טאג פארדעם אין א טאג נאכדעם.

אין זידיטשוב זאגט מען נישט גאנץ חודש אדר אלץ "והחודש אשר נהפך מאבל ליום טוב"
, קומט אויס זאגט מען נישט פון ראש חודש אדר ביז י"ג סיון, בימי הספירה אויך נישט ווייל מרעכנט עס כימי חול המועד.

ביסט זיכער דערין? ווייל איך פלעג דאווענען אין גאלאנטא, און פון דארט געדענק איך די מימרא אז פון י"א אדר ביז נאך די ז' תשלומין פון שבועות זאגט מען נישט קיין תחנון.

עס איז א סתירה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 6:41 pm

איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג מארטש 19, 2012 7:03 pm

מ'פלעגט נישט זאגן תחנון אדער מ'האט נאר גערעדט דערפון?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 19, 2012 8:38 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.


איהר ווילט א גרעסערע חידוש (הליכות חיים, מנהגי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל - הל' נפילת אפים אות א'):
רבינו לא נהג לומר תחנון ונפילת אפים. אבער זיי ברענגען דארט צו אז בימי הסליחות ועשרת ימי תשובה האט מען מקפיד געוועהן צו זאגען אפילו במנחה.

מתקנות ביהמ"ד דקהל חסידי בעלז בעיר מונקאטש בחתי"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל, וזה לתו"ד לענינינו:
אין להקל באמירת תחנון רק בחתן בפניו וברית מילה כשהוא בבית מדרשינו, או אם מתפלל שם אחד מבעל ברית, וביום שיהי' בו סיום משניות או סיום הש"ס, וכל שאר הימים הנזכרים בשו"ע שאין אומרים בהם תחנון. וכן בהימים שנוהגים בבהכ"נ ובבהמ"ד של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בבעלז שלא לומר בהם תחנון או ביום שיהי' שמחה של מצוה לכלל בני בית מדרשינו, עכתו"ד.

לויט ווי איך געדענק אין מנהגי בעלז ווערט אויס גערעכנט די טעג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון אין בעלז.

אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון בערב שבת,

אונטערוועגנס האט מען אויך נישט געזאגט קיין תחנון.

אוועטאר
אננעמער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 17, 2012 9:58 pm

תגובהדורך אננעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 9:26 pm

כ'מיין אז אין בעלז איז געווען די מנהג אז ביי די יארצייטן פון די בעלזא רביים האט מען געמאכט א סיום, און אזוי ארום האט מען נישט געזאגט קיין תחנון.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 11:10 pm

פליגל האט געשריבן:מ'פלעגט נישט זאגן תחנון אדער מ'האט נאר גערעדט דערפון?

דאכט זיך אז אין רבינ'ס מנין פלעגט מען זיך מנהג כמנהג זידיטשוב, ביי די אנדערע מנינים נישט [אויסער אויב דער בעל תפילה איז פויל געווען וכו'].

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג מארטש 19, 2012 11:56 pm

אינטרעסאנט צי הערן, דאווענענדיג אין א ביהמ"ד וואס איז זיך מתנהג מנהגי זידיטשויב האב'ך קיינמאל געהערט דערפון.
נאט אייך א גרינע...


והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מארטש 19, 2012 11:57 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.


איהר ווילט א גרעסערע חידוש (הליכות חיים, מנהגי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל - הל' נפילת אפים אות א'):
רבינו לא נהג לומר תחנון ונפילת אפים. אבער זיי ברענגען דארט צו אז בימי הסליחות ועשרת ימי תשובה האט מען מקפיד געוועהן צו זאגען אפילו במנחה.

מתקנות ביהמ"ד דקהל חסידי בעלז בעיר מונקאטש בחתי"ק רבי ישכר דוב רוקח מבעלזא זצ"ל, וזה לתו"ד לענינינו:
אין להקל באמירת תחנון רק בחתן בפניו וברית מילה כשהוא בבית מדרשינו, או אם מתפלל שם אחד מבעל ברית, וביום שיהי' בו סיום משניות או סיום הש"ס, וכל שאר הימים הנזכרים בשו"ע שאין אומרים בהם תחנון. וכן בהימים שנוהגים בבהכ"נ ובבהמ"ד של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בבעלז שלא לומר בהם תחנון או ביום שיהי' שמחה של מצוה לכלל בני בית מדרשינו, עכתו"ד.

לויט ווי איך געדענק אין מנהגי בעלז ווערט אויס גערעכנט די טעג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון אין בעלז.

אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון בערב שבת,

אונטערוועגנס האט מען אויך נישט געזאגט קיין תחנון.

דער קלויזענבורגער רב האט אויפגעהערט זאגן תחנון אויף די עלטער, מפני שהוא עבודה גדולה (וכמדומה שגם הרה"ק מהר"א מדזיקוב לא אמר סוף ימיו), אבער שטאטס דעם האט ער געזאגט אבינו מלכינו

מהיכ"ת אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון פרייטאג, אין סיגוט האט מען נישט געזאגט פרייטאג, והטעם ידוע מפני שהי' יומא דשוקא
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 20, 2012 10:34 am

דאכט זיך מיר אז פרייטאג און זונטאג האט מען נישט געזאגט וועגן יום שלפניהם ולאחריהם
אין מנהג ישראל תורה שרייבט ער אויף פרייטאג אז עס איז אזוי ווי ערב יום טוב וואס מען זאגט נישט קיין תחנון
נישט מסתבר וועגן יומא דשוקא ווייל אין סאטמאר האט מען אויך נישט געזאגטקיין תחנון
אמאל געהערט אז דער הייליגער יייטב לב איז געפארן אויף זידטשוב און געזען אז מען זאגט נישט קיין תחנוון פון דארט האט ער גענומען די מנהג, און ער איז אוועקגעפארן פארן דאווענען זונטאג ווייל ער האט נישט געוואלט אננעמען די מנהג אויף זונטאג, איך ווייס נישט קיין מקור אויף די מעשה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מארטש 20, 2012 10:38 am

והוא פלאי האט געשריבן: מהיכ"ת אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט תחנון פרייטאג


לקט הקמח החדש (או"ח סימן קל"א סקנ"ה), וזה לשונו: "שמעתי מהצדיק מה"ר שלום אליעזר הלברשטאם הי"ד שלא אמרו בצאנז ביום ערב שבת קודש תחנון".

ועוד להוסיף מספר אור הישר והטוב החדש (ליסקא, משמיה ספר זכרנו לחיים), וז"ל: "משמיה דהרה"ק מליסקא זצ"ל נאמר בזה על פי הלצה כי לכך אין אומרים תחנון כשהוא בדרך, יען כי הדרך ממעט הממון, ולוקה [לומר תחנון וללקות על החזה באמירת אשמנו], ומשלם [כי הדרך ממעטת הממון] לא אמרינן, עכ"ד. שייט בשו"ת הרדב"ז (חלק ח' סי"ז) ד"יורדי הים כיון שהוא מקום סכנה מוטב שלא יתוודה".

אין דער הקדמה צום ספר דרשת בית היוצר (להג"ר ישראל אפרים פישל ראטה אב"ד וויידיטשקא בעמח"ס אהל אפרים) איז דא א אינטרעסאנטע עובדא בנוגע זאגען תחנון ביארצייט של צדיקים, וואס ער האט אמאהל געהאט און טאג פון דער 'אך פרי תבואה מליסקא'ס יארצייט .

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:22 pm

וואס טוט זיך מיט
תפלה לדוד
בית יעקב
יה"ר אחר קריה"ת
יה"ר אחר תהילים

איז עס פארבינדן מיט תחנון???

אין סידור פונעם בעל התניא דאכט זיך מיר שטייט אז בית יעקב האט צו טוהן מיט הלל אבער אז תפלה לדוד מיט תחנון געדענק איך נישט
און בכלל ווייס איך ניישט אויב די נישט זאגן תחנון איז נאר א מנהג, צו מען איז אויך פטור פון תפלה לדוד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מארטש 21, 2012 10:03 am

שאינו יודע האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט
תפלה לדוד
בית יעקב


איז עס פארבינדן מיט תחנון???

אין סידור פונעם בעל התניא דאכט זיך מיר שטייט אז בית יעקב האט צו טוהן מיט הלל אבער אז תפלה לדוד מיט תחנון געדענק איך נישט

אין אונזערע סידורים שטייט אז תפלה לדוד האט צו טוהן מיט תחנון און בית יעקב מיט אל ארך אפים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך מארטש 21, 2012 1:52 pm

דאס פרעג איך מהיכן דנתני?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 3:57 pm

ביינונז אין שול איז געווען א פלוגתא די של"ס העעל"ט צי מ'זאל זאגן צדקתך, מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מ'זאגט נישט קיין תחנון פון כ"ג זאגט מען נישט קיין צדקתך, אנדערע האבן אבער געזאגט מיילע תחנון זוכן מען מחמת סיבות שונות צו פטר'ן, אבער אפאר פסוקים צו זאגן וואס שטערט דיך? על פי שו"ע דארף מען דאך יא זאגן.
עטס ווילטס וואדע וויסן וואס איז געווארן. ס'איז געווען נצחו המחמירים את המקילים ואמרו צידוק הדין כדינא דשו"ע.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:15 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך האב געדענקט פון י"א אדר, און ער [יש להוסיף] איז מוסיף פון ר"ח.


איהר ווילט א גרעסערע חידוש (הליכות חיים, מנהגי הגה"ק מצאנז קלויזענבורג זצ"ל - הל' נפילת אפים אות א'):
רבינו לא נהג לומר תחנון ונפילת אפים.

דאס הייסט אז ער האט קיינמאל געזאגט? (חוץ בעשי"ת וכו')

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 11:38 am

און וואס טוט זיך מיט יה"ר נאך קריה"ת? מיין בעל תפילה היינט האט יא געזאגט און מיין בעל תפלה מאנטאג האט נישט געזאגט
א שאלה פון לא תתגודדו :wink:
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט