חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מוצ"ש מארטש 17, 2012 11:31 pm

גווענדליך לערנט מען אז די אלע חומרות איז אלץ צו זיין נזהר במשהו חמץ נזהר בעבירה דער גאנץ יאר, אבער בשו"ת מן השמים (סימן ע"א) שטייט אזוי, דער מדובר אויף ריבוי החומרות בפסח, וזה לשונו: "וכל המאריך בדקדוקיהם מאריכין לו ימיו ושנותיו".

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מוצ"ש מארטש 17, 2012 11:47 pm

פארשריבן האט געשריבן:"קאווע", איז אויך דא וואס האבן עס געוואלט אסר'ן אלס קטניות. גראדע ווערט געברענגט אז דער יש"מ האט געלאכט פון די דעה, אבער דאך האט ער זיך אזוי געפירט.
אנדערע פירן זיך עס אפצובראטן און אויפקאכן בעפאר פסח, אזוי אז עס איז א רינעדיגע זאך איז עס ווי א משקה וואס זעהט ניטאמאל אויס ווי מעהל.
אבער למעשה פירט מען זיך כמעט נישט אזוי און מען טרינקט קאווע אין גרויסן.

איך טרינק נישט קיין קאווע פסח כך קבלתי מבית אבי, הגם מ'האט נישט געמאכט אן עסק יא אדער ניין ווער עס האט געוואלט האט געקענט טרונקען, וויבאלד איך האב מיך אזוי געפירט אלס בחור ווייל מיין פאטער זז"ג
האט זיך אזוי געפירט וויל איך נישט משנה זיין, דרך אגב עס איז דא א לאנגער שמועס דערוועגען אין שדי חמד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג מארטש 18, 2012 7:50 am

קרעמער האט געשריבן:פארדעם טאקע עסן מיר נאר געקאכטע צוויבל אום פסח.

איז דאס אן אייגענע חומרא אדער מקובל מבית אבותיו?

און עס ווילט זיך מיר וויסן אויב אום שבת ביי די אייער-צוויבל נוצט איר אויך געקאכטע?
(אלס טעם אויס, איז ריישעכץ [געדינסטע בל"א] פשוט בעסער).

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג מארטש 18, 2012 12:55 pm

רבי יענקעלע פשעווארסקער האט זיך נישט משתמש געוועהן מיט 'שום' אין פסח, זיי וועלכע, ממילא האט ער געטיילט 'ציקער' אנשטאט טיילען 'שום', אזוי ווי ער האט זיך געפירט במשך השנה.

אין קאמינקע איז אויך געוועהן גרויס מיט חומרות עד כדי כך מ'האט אנגעטוהן די קאץ א מענטאלע א מלבוש פון אויבן, ווייל ס'שפרינגט אלץ צווישען חמץ, דארט איז טאקע יא געוועהן א חשש חמץ.

א חידוש פון א זאך אז אין בעלזא אז מ'האט געקאכט די קארטאפעל צוזאמען מיט די שאלאכטס. מ'האט דאס נישט אפגעשיילט פארדעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 18, 2012 5:18 pm

פארשריבן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:פארדעם טאקע עסן מיר נאר געקאכטע צוויבל אום פסח.

איז דאס אן אייגענע חומרא אדער מקובל מבית אבותיו?

און עס ווילט זיך מיר וויסן אויב אום שבת ביי די אייער-צוויבל נוצט איר אויך געקאכטע?
(אלס טעם אויס, איז ריישעכץ [געדינסטע בל"א] פשוט בעסער).

אודאי מקובל מבית הוריי שיחיו.

און טאקע נאר פסח, נישט שבת [הגם עס איז בעסער אין טעם].

אגב, איין דבר חריף עסן מיר יא פסח אומגעקאכט, די רעטעך ביי כרפס [מיר נוצן סיי רעטעך און סיי קארטאפל, און דאס איז טאקע די איינציגסטע מאל א יאר וואס מיר מאכן א בורא פרי האדמה אויף קארטאפל].

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 19, 2012 3:39 am

קרעמער האט געשריבן:איך האב געפרעגט מיין דיין שליט"א אויב ביי בדיקת חמץ זוכט מען כזיתים אדער ברעקלעך, און ער האט מיר געזאגט אז מען זוכט ברעקלעך.

איך האב זיך יעצט דערמאנט אז עס איז שוין אמאל געווארן אויסגעשמועסט וועגן בודק זיין פאר ברעקלעך זעט דא viewtopic.php?p=330159#p330159
---
הרב מלאכי, איר פרעגט בעיקר ווי איך פארשטיי אויף די וואס זייערע עלטערן האבן נישט געקענט צוקומען צו פיש צו זיי מעגן משנה זיין ווייל זיי קענען שוין יא, איז באמת איך בין נישט דער גרויסער מלקט און פארשטייער צו חומרות און מנהגים, נאר אזויפיל ווען איך האב געלערנט הל' פסח אין כולל, האבן אונז פראבירט צו ארויסנעמען יעדע חומרא ווי עס ווערט דערמאנט, וכו', און די ידיעה קען איך פראבירן מיטיילן, אבער אנדערע מנהגים וואס זענען געווארן נאך די שפעטערע אחרונים, וואס איז צומאל נישט קלאר אויסגעשמועסט געווארן, און הערשט א אומקלארקייט דערין, איז באמת זייער שווער אריין צו רעדן, און אסאך מאל קען די צומישעניש זיין א גורם פאר נאך חומרות.

איך וועל דיר זאגן וויזוי עס איז מיר אויסגעקומען, איך גיי אבער איבערפרעגן א מורא הוראה דערוועגן צו זיין דערין אביסל קלארער, איז אזוי לאמיר צוטיילן די חומרות אין דריי סיגים, א) איז אזאך וואס איז געווען א חשש דערויף, און מען האט זיך געקענט אן עצה געבן נישט צו צוקומען צו דעם חשש (למשל פיש באקוקן, ציקער אויפקאכן אדער הכשר), ב) אזאך וואס האט געהאט א חשש און מען האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן דערמיט, און יעצט איז נישטא די חשש (למשל אויל), ג) אזאך וואס איז אמאל בכלל נישט געווען, ממילא ווייסן מיר נישט צו עס האט בכלל א חשש צו נישט (למשל אוועקאדא).

איז אזוי, חומרא א' איז בפשטות מותר נאך זיך אן עצה געבן דערמיט, חומרא ב' איז דא פוסקים וואס זעען נישט קיין פראבלעם צו מקיל זיין, ווייל סוכ"ס איז מער נישט דא די חששות היינט, אבער לאידך גיסא איז דא פוסקים וואס זאגן אז מען זאל נאך אנהאלטן דעם חומרא, לכאורה מטעם ווייל איינמאל עס איז געווען אזא חשש, קען מען קיינמאל נישט וויסן צו עס וועט נישט נאכאמאל זיין די זעלבע חשש, איז מען מחמיר, און ממילא דארף מען פרעגן א שאלת חכם ווען עס איז נוגע, חומרא ג' בפשטות האט מען אנגענומען צו מחמיר זיין דערויף, פשוט אלץ חסרון ידיעה, חוץ אויב מען פרעגט א מורא הוראה און ער פסק'נט דיר אנדערש.

יעצט למעשה היות די האסט אזויפיל מאל איבערגעפרעגט וועגן סעלמאן האב איך געפרעגט פון א גאר חשוב'ן מורה הוראה דערוועגן (אז די ווילסט וויסן די נאמען פרעג אין אישי), האט ער מיר אויך אזוי געענטפערט, אז למעשה פיש איז פיש, און די פראבלעם איז נישט געווען מיט די מין פיש אדער יענע מין פיש, נאר בכלל אויף פיש, און היות אונזערע עלטערן האבן געגעסן פיש וואס מען האט געזען לעבעדיג איז נישט קיין חילוק וועלכע מין, ווייל דא איז נישט פשט אז די טעם האיסור איז אוועקגעפאלן, נאר אפילו עס וואלט נאך אלץ געווען דער חשש, אבער מען האט זיך אייביג געקענט אן עצה געבן מיט דעם חשש, און דאס טוט מען ווייטער, משא"כ אווקאדא, האבן אונזערע עלטערן נישט געהאט, און אונז קענען נישט זאגן וואס זיי וואלטן געטון, ממילא עסט מען עס נישט.

האסטו יעצט פריש געפרעגט וועגן די וואס די עלטערן האבן נישט געגעסן קיין פיש צוליב דעם ווייל עס איז נישט געווען אין זייער געגנט, יעצט, פרעגסטו בעצם פון די ראנג מענטש..... ווייל אין הלכה געדענק איך נישט א ענליכע מציאות צו קענען דאס מדמה זיין, און ווייטער חומרות און מנהגים פון גאנץ כלל ישראל קען איך נישט, אבער איך קען דיר זאגן וואס איך טראכט, איך קען הערן א צד להיתר ווייל למעשה זייערע עלטערן האבן געהאט די עצה פון באקוקן דעם פיש ווען עס האט נאך געלעבט, נאר נישט געקענט אויספירן מכח אל הפועל ווייל זיי זענען געווען ווייט פון וואסער, און פון צווייטן זייט, קען איך אבער אויך הערן א צד להחמיר, ווייל סוכ"ס וויבאלד זיי האבן נישט געקענט אנקומען צו לעבעדיגע פיש, האבן זיי אנגענומען א נייע חומרא מער נישט צו עסן פיש אין פסח, והא ראיה אז עס איז אזוי, ווייל אפי' שפעטער ווען זיי האבן שוין יא געקענט באקוקן די פיש, האבן זיי עס נאכאלץ נישט געגעסן.... דאס איז אבער זיכער כדאי אז איינער וואס קומט פון אזא שטוב, און וויל יא עסן פיש, און א מורא הוראה פסק'נט אים אז ער מעג עסן, אז ער זאל זיך מתיר נדר זיין.

אגב, פון ווי נעמסטו אז 4-500 יאר צוריק האט מען נישט געגעסן צוקר וואס מען האט אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט אויסמישן מעל, אדער נאכן אויפקאכן און דורכזייען? מען זעט אז זיי האבן נישט געגעסן פלעין צוקער וואס האט נישט געהאט קיין הכשר, ווייל ווי זיי שרייבן האט עס געהאט א פארקערטן הכשר (בדרך בדיחותא) אז זיי האבן קלאר געוויסט אז עס איז אויסגעמישט מעל, אבער אויב האבן זיי קלאר געוויסט אז עס איז נישט אויסגעמישט, שטייט דארט אז זיי האבן עס יא געגעסן (אויף אחרון של פסח, דווקא?).

---
אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגן מיט מין תשובה אזוי לאנג, אבער..... איך האב ממש נישט געהאט קיין צייט זיך צו מצמצם זיין און אראפשרייבן ביז יעצט.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג מארטש 19, 2012 8:40 am

שכח למעלה משבעים
באמת וואלט מען געדארפט צו לייגען צום קעפעל מנהגים (אסאך זאכען זענען פשוט מנהגים)
וואס איז אויך געווען א ענין
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » מאנטאג מארטש 19, 2012 10:49 am

יישר כח הרב למעלה פארן ענטפערן.

בנוגע די חילוק פון סעלמאן ביז אוועקאדא, כו"ע מודי אז סיי סעלמאן סיי אוועקאדא האבן היינט נישט קיין חשש, זאגסטו אבער ס'פארט א חילוק, ווייל אונזערע עלטערן האבן נישט געגעסן אוואקאדא בכלל, משא"כ פיש האט מען יא געגעסן, נאר אמאליגע צייטן האט סעלמאן געהאט א חשש, ממילא האט מען נאר געגעסן קארפ, אויב אזוי אז איינער עסט היינט סעלמאן הייסט נישט משנה געווען. עכת"ד

איך פארשטיי אבער, אז פונקט ווי ביי אוועקאדא זאגט מען נישט "פרוכט פרוכט לגזירה שווה", נאר מ'איז דן אויף אוועקאדא בפני עצמו, די זעלבע ביי פיש קען מען נישט זאגן "פיש פיש לגזירה שווה" נאר מ'דארף דן זיין אויף סעלמאן בפנ"ע, דאס אז ס'איז געווען א קלארע חשש אויף סעלמאן, מאכט עס נישט גרינגער, ווייל אפשר איז געווען נאך טעמים וואס מיר ווייסן נישט [כמו באוועקאדא], ובכלל מאתיים מנה.

אבער איך פארשטיי אויך אז מ'קען האלטן אנדערש, ובזה אסיים הדיון אודות סעלמאן אי"ה.

-------------------------------------------------------------------------------------------------
בנוגע מיין כלליות'דיגע שאלה וויאזוי ארבעט דאס אז מענטשן זענען מחמיר אויף זעכן אפילו די חשש איז אוועקגעפאלן, און אויף צוקער איז מען מקיל, האט הרב למעלה געענטפערט פון ווי ווייס איך אז אויף צוקער האט מען אמאל מחמיר געווען במקום דליכא חשש, אדרבה און אלע פוסקים זעהט מען אז מ'האט געוואוסט אז מ'לייגט אריין צוקער, וממילא היינט אזוי ווי ס'אנדערש איז מותר. ע"כ דברי הרב למעלה

דאס גופא איז מיין קשיא! פון ווי קומט די סארט גאנג, אז מיר טוען נישט אנדערש ווי אונזערע עלטערן כאטש די חשש איז מער נישטא? אויב איך ווייס קלאר אז מיינע זיידעס האבן געגעסן נאר פאלשע פיש ווייל ס'איז געווען חששות אויף געהעריגע פיש, זיי וואלטן יא געגעסן פיש וואס האט נישט קיין חשש, פארוואס דארף איך מיך מונע זיין? ווי איז די מקור אז אויף דעם גייט אן אל תטוש? [חוץ המעשה של מהרי"ד שצויין לעיל, ובאשכול אחר האריכו הכותבים בזה, וא' כתב שי"ל שהוא רבישע מעשה ואינו הוראה], וליתר שאת האב איך געברענגט א ראי' פון צוקער אז די צוגאנג איז פארקערט.

איך האב שוין אסאך געזוכט א מקור און נישט געטראפן, [אולי בנטעי גבריאל? שם לא חיפשתי עדיין]

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מאנטאג מארטש 19, 2012 10:58 am

וועגען צוקער גדענק איך איז דא א תשובה פון מנחת אלעזר
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 19, 2012 12:37 pm

ביי מיין משפחה איז אוועקאדא א גאנצע עסק אום פסח, מען עסט דערפון מער ווי א גאנץ יאר. איך האב קיינמאל געוואוסט אז טייל האלטן זיך צוריק דערפון אום פסח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מארטש 19, 2012 1:32 pm

קרעמער האט געשריבן:ביי מיין משפחה איז אוועקאדא א גאנצע עסק אום פסח, מען עסט דערפון מער ווי א גאנץ יאר. איך האב קיינמאל געוואוסט אז טייל האלטן זיך צוריק דערפון אום פסח.


נעוודאי אזוי. די טעם פון לייגן די גראבע זאלץ אויף אן אוועקאדאו געמישעכטס איז ווערט אלע געלטער.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג מארטש 19, 2012 7:01 pm

עס איז פארהאן א חומרא נישט צו עסן לעבער און פיסלעך.

(אינטרעסאנט פארוואס מען עסט נישט פאלשע לעבער און פצעי\גאלע, אזוי ווי מאנכע עסן פאלשע פיש און פערפל...).

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » דינסטאג מארטש 20, 2012 9:27 am

מיין פאטער זז"ג האט אלע יארן געגעסן קארפ. די סיבה דערצו איז געווען - ווי שוין דערמאנט - ווייל קארפ האט מען געקענט ברענגען לעבעדיג ביז'ן פיש געשעפט, משא"כ סעלמאן נישט.

היינט, וויבאלד סעלמאן קומט שוין אויך אן לעבעדיג, איז מען שוין מכבד דעם יו"ט מיט סעלמאן. מיין שווער פירט זיך אויך אזוי.

ער האט מיר ערקלערט דעם פראבלעם פון נישט לעבעדיגע פישן, אז אמאל, וויבאלד מען האט געברענגט די סעלמאן פון ווייט אוועק, האט מען אריינגעלייגט אלקאהל אינעם מויל פונעם פיש, כדי עס זאל זיך האלטן פריש. היינט אבער, קומט אן די סעלמאן לעבעדיג ביז'ן געשעפט.

ער דערציילט מיר אז אין לאנדאן, ווען ער איז נאך געווען א קינד, פלעגט יא זיין צו באקומען לעבעדיגע סעלמאן (מסתם ווייל מען האט עס געכאפט אין די נאנטע טייכלעך), און מיין באבע זז"ג פלעגט טאקע אליין אהיימברענגען, כשר'ן, און צושטעלן סעלמאן פיש, מרישא ועד סיפא.

אגב, א פיינע חול המועד האלטן על טהרת הקודש, איז מיטצונעמען די קינדער חוה"מ ביים אויפפיקן די פיש פאר די צווייטע טעג, און זיי ווייזן די לעבעדיגע (כמעט טויטע) פישן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:34 am

תרגום יונתן האט געשריבן:
אגב, א פיינע חול המועד האלטן על טהרת הקודש, איז מיטצונעמען די קינדער חוה"מ ביים אויפפיקן די פיש פאר די צווייטע טעג, און זיי ווייזן די לעבעדיגע (כמעט טויטע) פישן.

דאס ברענגט מיר צו שרייבן נאך א חומרא וואס מען פירט זיך ביי אונז, אז יעדע עסן פראדוקט מוז האבן געווען אין שטוב ערב פסח לפני סוף זמן שריפת חמץ.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:49 am

קרעמער האט געשריבן:
תרגום יונתן האט געשריבן:
אגב, א פיינע חול המועד האלטן על טהרת הקודש, איז מיטצונעמען די קינדער חוה"מ ביים אויפפיקן די פיש פאר די צווייטע טעג, און זיי ווייזן די לעבעדיגע (כמעט טויטע) פישן.

דאס ברענגט מיר צו שרייבן נאך א חומרא וואס מען פירט זיך ביי אונז, אז יעדע עסן פראדוקט מוז האבן געווען אין שטוב ערב פסח לפני סוף זמן שריפת חמץ.


שכויעך פאר מיר דערמאנען אז ביי רבי שלום לעזער מראצפערד האט מען געוואשען אלע אייער וואס מגייט נוצען במשך די גאנצע פסח, אולי האט זיך צוגעקלעבט א משהו חמץ. דאס איז נישט קיין קליינע ארבעט כידוע בזה. זעהט אויס אז עס איז נישט געוועהן געפאקט אין היינטיגע שאכטלעך.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג מארטש 20, 2012 5:53 pm

וועגן "פאטעטא סטארטש" איז דא א תשובה אין ערוה"ב וואס איז נוטה להחמיר אז מען זאל נישט נוצן פון קיין פירמעס, בלויז וואס מען מאכט ביי זיך אין שטוב.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מארטש 21, 2012 9:43 am

מה נאמר ומה נדבר
ביי אונז האט מען זיך נישט געפיהרט קיין שום חומרא נישט
כך ראיתי מבית אבא
אבסאלוט גארנישט מיט גארנישט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » מיטוואך מארטש 21, 2012 11:33 am

עסט מען ביים רבי'ן קטניות?
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מארטש 21, 2012 11:43 am

קטניות איז נישט קיין חומרא
דאס איז א תקנת הגאונים....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 21, 2012 1:11 pm

געבראקטס?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך מארטש 21, 2012 1:20 pm

א סדר אהן קניידלאך?
היתכן?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 21, 2012 1:50 pm

מנהג אבותינו בידינו. און עונג יו"ט איז באמת אויך ניט קיין קלייניגקייט. (ווי באקאנט די מעשה ביים חכ"צ).

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך מארטש 21, 2012 1:58 pm

קרעמער האט געשריבן:
אגב, איין דבר חריף עסן מיר יא פסח אומגעקאכט, די רעטעך ביי כרפס [מיר נוצן סיי רעטעך און סיי קארטאפל, און דאס איז טאקע די איינציגסטע מאל א יאר וואס מיר מאכן א בורא פרי האדמה אויף קארטאפל].


איך זוך א מקור אויף די האדמה אויף די פאטעיטאס פסח איינער האט זיך אמאל באגעגענט מיט א מקור?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 3:23 pm

כבוד הרב עם-עס-פי,
קטניות איז יא א חומרא, גערעכט א חומרא פון פריער'דיגע, אבער א חומרא איז עס. און די אנדערע חומרות וואס מען שמועסט אין דעם אשכול, איז שוין אויך דערמאנט געווארן אין פריער'דיגע.

אבער לאמיר צוצייכנען צום רבי'ן א אמרי פנחס (ענינים שונים): ב' הרב שהקפיד שלא להחמיר חומרות יתרות, כי בזה ממשיך על עצמו הגלות ח"ו, כי החומרות הם מסיטרא דדינא, והראיה שהספרים האחרונים מחמירים יותר מהראשונים וכל מה שניתוסף ספר חדש יש בו חומרות חדשים והוא מפני תוקף הגלות שבכל פעם הוא כבד יותר בעו"ה, לכן אין לאדם להחמיר יותר מהשו"ע אף אם יש איזה דעה בהש"ע אם אין המסקנא כך אין להחמיר, רק בפסח יש לתפוס כל החומרות הנזכרים בשו"ע אבל חומרא שלא נזכר כלל בשו"ע לא רצה להחמיר אף בפסח.
דארף מען נאר פארשטיין ווי אזוי עס שטימט מיט די אמרי פנחס (שבת ומועדים): להחמיר בפסח בכל החומרות, כי בחינת פסח הוא ביטול ע"ז, ואמר שיש עוד טעם שצריך להחמיר בפסח, אך שאינו רוצה לגלותו. ופ"א אמר עס טויג נישט דער דור זאל וויסן.

אבער פון צווייטן זייט בין איך זיכער אז די רבי האט יא חומרות וואס די רבי איז מחמיר ווי צב"ש לגבי מצות באקן איז די רבי נישט מחמיר מער ווי עס שטייט אין הלכה?

פאר אינטרעסאנטקייט וועל איך פרעגן חומרות וואס קומט מיר אין קאפ אריין, צו די רבי פירט זיך דערמיט, קודם ווי אויבן געשמועסט, צוקער (אדער זאלץ) ניצט די רבי דווקא מיט א הכשר כשר לפסח?
די רבי טרינקט וואסער נאר פון וואס מען האט אנגעשעפט פאר פסח?
די רבי עסט פירות וירקות וואס מען קען נישט אפשיילן?

און פאר די אידן וואס פירן זיך יא מיט כל מיני חומרות דארף מען צוצייכנען די הנהגות פון מאור עינים (אות טז) וליזהר מאד בשמחת פסח, וליזהר מחמץ משהו, וכל החומרות שהחמירו המחמירים על זה.
ס'איז אויך אזוי מקובל פון בעש"ט (ווער געדענקט ווי עס שטייט?) אז ער האט נישט סובל געווען קיין חומרות חוץ אויף פסח און שבת.

אגב, אויף קול מבשר איז דא א איטערוויו מיט א איד וועגן חומרות אין פסח נומער 103.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 21, 2012 3:46 pm

קרעמער האט געשריבן:
תרגום יונתן האט געשריבן:
אגב, א פיינע חול המועד האלטן על טהרת הקודש, איז מיטצונעמען די קינדער חוה"מ ביים אויפפיקן די פיש פאר די צווייטע טעג, און זיי ווייזן די לעבעדיגע (כמעט טויטע) פישן.

דאס ברענגט מיר צו שרייבן נאך א חומרא וואס מען פירט זיך ביי אונז, אז יעדע עסן פראדוקט מוז האבן געווען אין שטוב ערב פסח לפני סוף זמן שריפת חמץ.

א חשובער רב ממשפחת קרעמער איז אמאל געווען ביי מיין טאטן אין שטוב לכבוד א ברית ביו"ט פסח, אבער האט נישט געוואלט טועם זיין אפילו פון די גרעיפ דזשוס באמרו, אז די גרעיפ דזשוס ווואס ער טרינקט ביי זיך אינדערהיים איז שוין געווען דארט פון בעפאר יו"ט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הצעיר באלפי, מי חכם, נחוניא און 17 געסט