חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 3:59 pm

איך זע היינט פונקט אין די נייע שו"ע הרב צייכנט ער צו די בריוו פון רש"ב אז אלעס ווערט חוזר וניעור אין פסח, ס'איז מיר א פלא ווייל די תניא דוכט זיך זאגט עס נאר ביי יבש ביבש נישט ביי לח בלח, פון דארט האט מיר עפעס אויסגעקוקט אז ער רעדט בכלליות.
איינער ווייסט וואו נאכצוקוקן דעם רש"ב'ס בריוו?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 4:19 pm

די רב סימן תמ"ז סעיף כב ברענגט די שיטות וואס האלטן אזוי אויך ביי לח בלח (יש שיטה דוקא כשנתערב משהו חמץ אע"פ שנבלל בההיתר, ויש שיטה דאפילו אין שם ממשות רק נתערב טעם חמץ), זע דארט אז ער שרייבט אז ווער עס וויל מחמיר זיין אויף דעם זאל מחמיר זיין פאר זיך און נישט פאר אנדערע (אויף ביידע שיטות).
בעצם די שיטות ווערן שוין געברענגט אין טור וב"י, נאר רעדסט פון די רב האב איך דאס צוגעצייכנט.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 4:27 pm

יישר כח
סאו די חומרא פון האבן אלעס בעפאר פסח איז געבויעט נאר אויף די האלטן אז ס'העלפט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 4:43 pm

איך זע נישט וואס די צוויי זאכן זאלן האבן א שייכות.
די חומרא פון האבן אלעס בעפאר פסח האט בפשטות די זעלבע טעם פארוואס מען מישט זיך נישט מיט א צווייטן, אלץ אפשר האט יענער נישט די זעלבע חומרות.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 4:51 pm

ס'דא וואס גרייטן אן וואסער, די טעם איז ווייל ס'זאל בטל ווערן בעפאר פסח.
אפילו אנדערע זאכן וואס קומט פון די פרעמד האט מען מורא אפשר איז אריין יעצט א ברעקל, משא"כ ביי זאכן וואס מ'האט שוין אין שטוב איז נשמר פון חמץ און די משהו איז שוין בטל פון פאר פסח, כך שמעתי. ביי געקאכטע זאכן וכדומה איז עס טאקע די זעלבע טעם פון מישן, ושניהם אמת.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 5:06 pm

די וואס גרייטן צו וואסער איז נישט די טעם אז עס זאל בטל ווערן פאר פסח (ווייל ווי עס שטייט אין חק יעקב סי' תס"ז סקמ"ה, דארף מען עס מסנן זיין), נאר אלץ א צווייטע חשש, אז אפשר וועט אין פסח אריין פאלן א ברעקל אין די וואסער, וואס אין פסח ווערט לכו"ע אפי' א משהו נישט בטל.

און וועגן זאכן פון די פרעמד איז אויך נישט די חשש פון א ברעקל, נאר לאמיר דיר געבן א משל, אויב זענט איר מחמיר אז איר עסט נישט זאכן וואס זענען אראפגעפאלן אויף די ערד (אלץ אפשר ליגט חמץ אויף די ערד), און דער אנדערער גיבט נישט אכטונג דערויף נעמט מען דאס אריין פאר פסח, אזוי זענט איר זיכער מיט די חומרות וואס איר פירט זיך.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 5:10 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די וואס גרייטן צו וואסער איז נישט די טעם אז עס זאל בטל ווערן פאר פסח (ווייל ווי עס שטייט אין חק יעקב סי' תס"ז סקמ"ה, דארף מען עס מסנן זיין), נאר אלץ א צווייטע חשש, אז אפשר וועט אין פסח אריין פאלן א ברעקל אין די וואסער, וואס אין פסח ווערט לכו"ע אפי' א משהו נישט בטל.

למעלה טייערער.
איר זאגט דאך די זעלבע זאך! אין פסח ווערט לכו"ע נישט בטל משא"כ פאר פסח לכמה שיטות לא יחזור וינעור בפסח. אלזא מאכט מען זיכער עס צו האבן פאר פסח אנגעגרייט און מסונן.
שטימט?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 5:23 pm

ניין, איך זאג נישט די זעלבע זאך, ווייל אויב האט מען מסנן געווען פאר פסח איז דאס נישט מטעם ביטול, נאר ווייל עס איז פשוט מער נישט דארט, ביטול דארף מען צוקומען ווען עס איז א לח וואס דאן קען מען נישט מסנן זיין, אדער אויב האט מען עס אויפגעקאכט וואס דאן דארף די טעם בטל ווערן, וואס דא רעדט מען פון קאלטע וואסער.
משא"כ ווען עס פאלט אריין אין פסח ווילאנג די ברעקל איז דארט, דארף עס צוגיין מטעם ביטול און אין פסח ווערט גארנישט בטל.
---
און דא איז טאקע די פלאץ צו דערמאנען אז געוויסע פירן זיך נישט צו ניצן הייס וואסער פון סינק, מטעם זע פון חוזר וניעור.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך מארטש 21, 2012 5:32 pm

יישר כח, יעצט פארשטיי איך וואס דו זאגסט.
אויב נאך סינון איז עס שוין ממש ריין בלי משהו פירורים איז שוין טאקע נישטא וואס בטל צו ווערן. סאו לדבריך ווען איינער גרייט אן פאר פסח און איז נישט מסנן אדער נוצט א שוואכע סינון וואס לאזט דורך פירורים טוט ער גארנישט אויף?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:07 pm

איך האב נישט קלאר פארשטאנען וואס די פרעגסט. איך וועל מאכן א שטיקל סדר אין די זאך, און ביטע פרעג נאכדעם איבער.

מעיקר הדין איז אזוי, דאס אז צונן זאל אסר'ן אין פסח איז א מחלוקת, און איז תלוי במנהג המקום, ממילא אפילו עס איז דא א ברעקל אין וואסער איז נאכנישט זיכער אז עס איז אסור, נאר וואס דען, עס איז דא נאך א סיבה צו אסר'ן אלץ כבוש כמבושל, ויש לחוש שמא היה שם מעת לעת, ממילא מעיקר הלכה אויב ליגט דארט "זיכער" א ברעקל, וועט אין פסח גארנישט בטל ווערן (מכח החשש שהיה שם מעת לעת), און מען וועט עס נישט מעגן טרינקן, אפילו אויב מען וועט עס מסנן זיין.

דאס איז אלץ אויב עס איז זיכער דא א ברעקל, אבער אויב איז עס נאר א ספק צו עס איז דא בכלל דארט א ברעקל, דארף מען מעיקר הלכה גארנישט טון ווייל אין מחזיקין איסור מספק, און מען דארף נישט מסנן זיין, שרייבן אבער די פוסקים (במקורו מב"י) אז ס'איז בעסער מען זאל יא מסנן זיין.

דאס איז אלץ אין פסח, יעצט אויף דעם איז צוגעקומען נאך א חומרא אנשעפן די וואסער פאר פסח ווייל אפשר גייט אריינפאלן א ברעקל אין פסח, און דאן גייט עס נישט בטל ווערן ווייל אין פסח ווערט נישט בטל אפילו באלף (יהיה מאיזה טעם שיהיה, צו משום כבוש, צו משום צונן בכלל אוסר).

איז דא וואס האבן מוסיף געווען אויף דעם נאך א חומרא צו מסנן זיין פאר פסח כאילו עס וואלט זיכער געהאט א ברעקל דארט, ווייל אפשר איז דא א ברעקל וואס מען באמערקט נישט צו וואס.

קומט אויס אז די מסנן זיין פון פאר פסח איז א חומרא אויף א חומרא אויף א חומרא, ממילא קומט אויס אז דאס איז בעצם נאר תלוי ווי אזוי די עלטערן האבן זיך געפירט, און אויב פירט מען זיך נישט ביי זיין עלטערן צו מסנן זיין, איז גענוג דאס וואס ער שעפט אן פון פאר פסח.

א שוואכע סינון איז לכאורה די זעלבע ווי גארנישט מסנן זיין (אגב, די ט"ז האלט אז סינון העלפט נישט ווייל עס גייט דורך, אבער די פרמ"ג שרייבט שוין דארט אז א דיקן בגד איז די ט"ז מודה אז סינון העלפט).

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:30 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איך זע נישט וואס די צוויי זאכן זאלן האבן א שייכות.
די חומרא פון האבן אלעס בעפאר פסח האט בפשטות די זעלבע טעם פארוואס מען מישט זיך נישט מיט א צווייטן, אלץ אפשר האט יענער נישט די זעלבע חומרות.

רב למעלה די חומרא וואס קרעמער רעדט איז אפי אויף היימישע זאכען געמאכט ביי זיך און שטוב אויב מען האט דאס געהאלטען ביי א שכן און פרידזשידער ערב פסח חצות צייט עסט מען עס נישט.
טעם החומרא אין לבאר כאן
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 21, 2012 6:33 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איך זע נישט וואס די צוויי זאכן זאלן האבן א שייכות.
די חומרא פון האבן אלעס בעפאר פסח האט בפשטות די זעלבע טעם פארוואס מען מישט זיך נישט מיט א צווייטן, אלץ אפשר האט יענער נישט די זעלבע חומרות.

רב למעלה די חומרא וואס קרעמער רעדט איז אפי אויף היימישע זאכען געמאכט ביי זיך און שטוב אויב מען האט דאס געהאלטען ביי א שכן און פרידזשידער ערב פסח חצות צייט עסט מען עס נישט.
טעם החומרא אין לבאר כאן

רעד נישט אין מיין נאמען, איך ווייס נישט וויאזוי מען וואלט זיך געפירט אין אזא פאל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:00 pm

הרב טייטלבוים, ווי קרעמער זאגט, איך ווייס נישט ווי אזוי מען פירט זיך אין אזא פאל.
אבער אויב ווייסטו פון אזא חומרא דאס נישט צו עסן קען מען עס דערהערן מכח די זעלבע סיבה, ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא חומרא איך האב מער פון מיין שכן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:19 pm

לב טוב האט געשריבן:ס'איז דא אסאך מענטשן וואס זענען מקפיד נישט צו עסן אום פסח קיין שום הייסע זאך שהיד סולדת בו אויב מען האט פילינגס אין די ציין צוליב חשש בליעות חמץ אין די פילינגס, איז אבער מאדנע אז רוב פון די מענטשן זענען נישט מקפיד נישט צו עסן קיין דבר חריף (חריין רויע צוויבל וכדו') אום פסח וואס איז סאך א הארבערע שאלה ע"פ הלכה, די בליעות חמץ אין די ציין איז געווענדליך אינו בן יומו (מ'עסט געווענדליך נישט קיין הייסע חמץ 24 שעה פאר יו"ט) און איז נותן טעם לפגם וואס איז א מחלוקת הראשונים (ומשם למחבר ורמ"א) צו דאס איז אסור אום פסח, און מיר נעמען טאקע אן לחומרא, דאגעגן ביי דבר חריף איז די הלכה אז עס איז מחליא לשבח דאס הייסט עס טוישט די פגום'דיגע טעם צוריק צו א גוטע טעם און דאס איז אפילו לויט די מתירים פון נותן טעם לפגם אסור.

נאר אלס דוחקא דסכינא וואס איז נישט שייך ביי צושניטענע און צוריבענע איבערהויפט אויסגעמישטע מיט אנדערע מאכלים.

ועוד, גם מי שמיקל על יד סולדת בדבר גוש סומך על הדרכי תשובה ששיניים תותבות אינם בולעין כלל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 21, 2012 7:26 pm

לדעתי איז אנשעפן דאס גאנצע וואסער בעפאר יו"ט כהיום יום נישט קיין איבערגעטריבענע חומרא כי יש מציאות - והוא ידוע לכל מי שעוסק בפלאמבינג או בפוד אינדאסטרי - אז וואסער זאל צוריקומען פון אן אנדערנס סינק טאפ כלי מאשין וכו' בפרט ווען עס איז נישטא קיין אינסטאלירטע וועקיום ברעיקערס, הגם ס'איז א קאוד רעקוויירמענט צוליעב די סיבה הנ"ל אבער ווייניג פאלגן דאס אויס בפרט אין רעזידענשאל הייזער.

אי"ה ווען דער בורא וועט העלפן און איך וועל האבן די מעגליכקייט פלאן איך צו אינסטאלירן א פרעשורייזד טאנק נאר צו קענען סטארידזשען דאס וואסער איבער גאנץ פסח באזונדער פונעם שטאטישן סיסטעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » מיטוואך מארטש 21, 2012 10:21 pm

היי יאר געפאלט אחרון של פסח אום שבת,
דאס מיינט, אלא קניידלעך, פערפל, כרעמזלעך, מוז ווערן צוגעגרייט פריער.

1) איז דא א קפידא צו מאכן דווקא שביעי של פסח? אדער פארקערט דווקא חוה"מ?
2) סתם א יאר איז דא א קפידא נישט צו מאכן געבראקטס פאר אחרון של סח?

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:31 am


אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 1:58 am

איך האב נישט קיין כח יעצט דורכצולערנען די תשובה, אבער לכאורה איז די שאלה נאר אויף מילך וואס מען האט געמאלקן נאכן זמן איסור, און נישט אויף די מילך וואס מען האט שוין איינגעקויפט פארדעם, שטימט? (די פרמ"ג אין סי' תמ"ח בלייבט אויף דעם צ"ע אלץ נהנה מאיסורי הנאה).

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג מארטש 23, 2012 2:01 pm

ביי מיין פאטער זז"ג אין שטוב איז ער מקפיד נישט צו בראקען אפילו אחרון של פסח, כך קיבל מאביו שהיה מקפיד ע"ז מאד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » פרייטאג מארטש 23, 2012 2:02 pm

כמנהג פרימישלאן?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג מארטש 23, 2012 2:11 pm

הסרפד האט געשריבן:כמנהג פרימישלאן?

איך גלייב נישט אז עס נעמט זיך פון דארט ווייל כמיטב ידיעתי זענען מיינע זיידעס זי"ע נישט געקומען פון יענע חדר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 25, 2012 1:04 am

טייבעלע האט געשריבן:ביי מיין פאטער זז"ג אין שטוב איז ער מקפיד נישט צו בראקען אפילו אחרון של פסח, כך קיבל מאביו שהיה מקפיד ע"ז מאד.

שמעתי על הדיין הרב גרשון פאזען זצ"ל מ'פראנקפורט [אבי הרב מ'שאפראן זצ"ל] שלא אכל מצה שרויה באחרון של פסח, באומרו שאם הדיין יאכל שרויה יקילו המקילים לאכול חמץ גמור.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 25, 2012 1:07 am

אזוי גאר אין ורנקוורט נישט צו עסן גיבראקטס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 25, 2012 1:09 am

טאקע ווייל עס איז געווען אזוי שוואך אין אידישקייט האט ער געשפירט אז מען מוז מאכן א גדר.

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » זונטאג מארטש 25, 2012 10:45 am

טוט פיקס מעג מען נוצן פסח?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט