חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:16 pm

איינע פון די זאכן מיט וואס דער יו"ט פסח איז בארימט, איז מיט אירע אויסטערלישע חומרות און מנהגים מיט וואס כלל ישראל פירט זיך אין די טעג.
אפי' ווער עס איז גאנץ יאר נישט אזוי מקפיד אויף פארשידענע ענינים; איז פסח אבער גאר אנדערש. און די הויפט סיבה איז פשוט ווייל בלויז א משהו חמץ איז בבל יראה ובבל ימצא.
אבער עס האט ווארשיינליך נאך א סיבה. וויבאלד דער דאזיגער יו"ט אונזערער טוט סימבאליזירן "טראדיציע", והגדת לבנך. מען גיבט איבער פאר די ווייטערדיגע דורות אונזער היסטאריע און מנהגים.


עס זענען פארהאן פארשידענע חומרות ומנהגים מינים ממינים שונים, יעדער לויט די פלאץ פון וואו ער שטאמט און די דארטיגע אומשטענדן.

צום ביישפיל איבער וואספארא מאכלים מען מעג עסן: אנגעהויבן פונעם אשכנזישן חומרא איבער "קטניות" ביז דער חסידישער חומרא פון "געבראקטס".
טייל ווידער פירן זיך אז מען עסט נישט קיין פיש און אנדערע אויך נישט קיין קנאבל און געווירצן.

מען עסט נישט "אומאפגעשיילט", און א עסן אדער כלי וואס איז אראפגעפאלן נוצט מען נישט. און בעיקר איז איינגעפירט אז וויבאלד יעדער האט באזונדערע חומרות "מישט מען זיך נישט".


די לעגענדע פארציילט איבער פארשידענע הויפן וואס זענען געווען ספעציעל בארימט מיט די חומרות.
די בריסקער זענען ווי שטענדיג אויפן אויבנאן ווען עס קומט צו מחמיר זיין, אבער בעיקר דערציילט איבער דעם הויף פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרימישלאנער וואו מען האט ממש אלעס איינגעקויפט פונדאסניי און זאגאר אנגעטאן זאקן פאר די קעץ וואס האבן זיך דארט ארומגעדרייט מחשש חמץ.
לעצט פאראכטן דורך פארשריבן אום מאנטאג מארטש 12, 2012 12:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:18 pm

נישט עסן מצות גאנץ פסח איז עולה על כולנה

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:22 pm

דער ישמח משה האט געזאגט אז ער האט חרטה דערויף.

פירט זיך נאך היינט איינער אזוי?

(בכלל זענען די מצות היינט לכאורה מער מהודר ווי אמאל)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 12, 2012 12:27 pm

פארשריבן האט געשריבן:דער ישמח משה האט געזאגט אז ער האט חרטה דערויף.


דאס איז סתם א שקר, דער סטעיטמענט באלאנגט באשכול...

דער ליסקא רב האט זיך כל ימיו עד שנת פטירתו שנת תרל"ד אזוי געפירט, נאר וועגען דעם איינעם סיבה, וויבאלד זיין רבו המובהק האט זיך אזוי געפירט, ווען דער ישמח משה הערט ווען אויף מיט דעם מנהג וואלט זיכער דער ליסקא רב מפסיק געוועהן מיט דעם מנהג, ער האט זיך דאך אזוי געפירט נאר וועגען זיין רבי.

איי אין מחזור ... שטייט.. נישט דער ערשטע שאלה אויף א ענין וואס שטייט דארט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מארטש 12, 2012 4:22 pm

א שיינע געדאנק פון א אשכול.
---
וועגן מצות גאנץ פסח איז שוין דא א עקסטערע אשכול דערוועגן viewtopic.php?p=413081#p413081
לעצט פאראכטן דורך למעלה משבעים אום מאנטאג מארטש 12, 2012 10:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג מארטש 12, 2012 10:20 pm

א דאנק פארן לינק, פון אויווין אויף קוקט אויס אז עס איז דארט פארגעקומען גאר א היציגע שמועס, ועוד חזון למועד.

אבער כעת עתה צוריק צו די חומרות פון רבי מאיר מפרעמישלאן
א. ער האט מפקר געוועהן אלע זיינע חמץ'דיגע כלים, יעדעס פסח געקויפט נייע כלים וואס מיט איהר האט מען זיך באנוצט ביז צום קומענדיגע פסח.

ב. זיך נאר באנוצט בכלי זכוכית וכלי חרס

ג. די וואסער פאר גאנץ פסח (טרינקען, קאכען, וואשען) איז געוועהן געשעפט און געקאכט, איבערגעזייט פאר פסח

ד. געגליעט אדער גע'כשר'ט אלע קלאמקעס פין אלע טירען

ה. בני ביתתו [וכן געסט] האבען געטראגען נייע בגדים, וואס מ'האט קיינמאהל נישט געניצט.

ו. געהאט א באזונדערע שטריימעל, אולי במשך השנה איז דארט אריין פירורי לחם.

ז. די גויעשע האלץ האקער האט אויך געטראגען נייע בגדים, אין גע'האקט נאר מיט א נייע כשר לפסח האק.

ח. גאנץ פסח איז ער נישט געגאנגען אין מקוה אולי וועט זיך אנקלעבען.

ט. ער האט נישט געבאקען קיין ערב פסח מצות, אין מפני חומרא נישט געגעסן קיין ערב פסח מצות.

י. נישט געגעסן מצות גאנץ פסח נאר די כזיתים ביים סדר (אויך זיין איידעם הה"ק ממיקולייעב האט אויך נישט געגעסן מצות משך ימי הפסח).

יא. נישט געגעסן געבראקס אפילו באחרון של פסח, אבער לקיים מנהג ישראל האט ער איינגעטונקען די מצה אין זאלץ (באחרון של פסח אכלו מצות).

יב. נישט געגעסן אדער געטרינקען חמץ פון א איד וואס איז פארקויפט געווארען, ביז שבועות.

יג. ביז שבועות האט ער פאר זיך נישט געגעסן קיין חמץ.

יד. די חלות וואס מ'האב געבאקען בין פסח לשבועות איז געוועהן פון מצה מעהל.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג מארטש 13, 2012 1:01 pm

ייש}"כ פארשריבן פארן עפענען די אינטערסאנטן אשכול מלא ידיעות
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מארטש 13, 2012 5:23 pm

סביב העולם האט געשריבן:ייש}"כ פארשריבן פארן עפענען די אינטערסאנטן אשכול מלא ידיעות
לייק                    וועבזייטל | צדקה קאסע | סטאטיסטיקס                    דיסלייק

מיר שטעלן צו קאמפיוטער און טעכנאלאגיע הילף, טעק סופארט, וועב דיזיין, פראגראמינג, גראפיקס, אדער סיי וואס איר ווילט פאר די בעסטע פרייזן.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 14, 2012 6:21 pm

א דאנק ישלהוסיף פארן מיטטיילן די חומרות פון בית פרעמישלאן. איך האב אסאך וואס צו פרעגן אבער קיין סאך צייט האב איך נישט.
אלזא אויב דו קענסט געבן אביסל מקורות און הסברים וכדו', וואלט געווען געוואלדיג.

נאר אויף איין זאך וויל איך ספעציפיצירן, אויף וואס דו שרייבסט:
ישלהוסיף האט געשריבן:ט. ער האט נישט געבאקען קיין ערב פסח מצות, אין מפני חומרא נישט געגעסן קיין ערב פסח מצות.

פארשטיי איך נישט בקט שכלי וואס איז די חומרא.

----------------

איך האב אנגעמערקט אז די חומרות אום פסח זענען גאר אינטרעסאנט פון אן אנדערן פערספעקטיוו, דאס זייער אסאך האבן נישט אזוי ווייט קיין שייכות מיט די הלכה חלק.

צום ביישפיל: "קארטאפל" וואס דער "חיי אדם" האט געוואלט אסר'ן מיט פארשידענע הסברים וואס זענען למעשה מתקבל על הדעת, איז נישט נתפשט געווארן לאיסור. פשוט ווייל מען קען כמעט נישט אן דעם.
ווי באקאנט וואס דער הייליגער ד"ח האט געזאגט דערויף.

("פאטעטא-סטארטש" זענען שוין גראדע יא דא וואס זענען מחמיר ווייל עס זעהט שוין ממש אויס ווי מעהל. אנדערע נוצן נאר היימישע (וואס איז באמת גאר א שווערע זאך), איז אבער אויך נישט נתפשט געווארן לאיסור. כאטש אויף קטניות איז מען אזוי אויסטערליש מחמיר.)

"קאווע", איז אויך דא וואס האבן עס געוואלט אסר'ן אלס קטניות. גראדע ווערט געברענגט אז דער יש"מ האט געלאכט פון די דעה, אבער דאך האט ער זיך אזוי געפירט.
אנדערע פירן זיך עס אפצובראטן און אויפקאכן בעפאר פסח, אזוי אז עס איז א רינעדיגע זאך איז עס ווי א משקה וואס זעהט ניטאמאל אויס ווי מעהל.
אבער למעשה פירט מען זיך כמעט נישט אזוי און מען טרינקט קאווע אין גרויסן.

ווידעראום "קנאבל", וואס האט כמעט נישט קיין הסבר פארוואס מען זאל נישט מעגן, איז אנגענומען אז מען נוצט נישט.
א שטיקל הסבר האב איך אמאל געהערט, אז ווייל אמאל פלעגן מען פאר די טובה פון די ערד פלאנצן צווישן די ווייץ קנאבל און אנדערע גרינצייג, ממילא האט מען מורא אז עס וועט זיין אריינגעמישט א ווייצל.
אבער עס איז גאר א שוואכער טעם, וויבאלד צוויבל און נאך ירקות פלעגט מען אויך טוהן און ווער נוצט דען נישט קיין צוויבל? (קען זיין ס'איז פארהאן אזא מנהג, אבער לא שמעתי. ואולי לא ראינו אינו ראיה).


עכ"פ וואס כ'וויל ארויסברענגען איז, אז די אלע חומרות זענען בבחי' "אל תטוש תורת אמך" - וואס דאס איז אין א געוויסן זין נאך הארבער ווי הלכה. ווייל א הלכה קען מען מברר זיין מיטן אפשרייבן א תשובה וכדו', אבער מיט מסורה קאן מען זיך ניט דינגען. די מאמע האט אזוי געזאגט און אזוי ברויך מען טוהן (וכהעובדא הידוע).


------------

אז מען האט גערעדט פון קאווע, וויל איך דא צוברענגען וואס איך האב געשריבן פאריאר אין אן אנדערן אשכול בנוגע היימישע קאווע אום פסח:

פארשריבן האט געשריבן:איך האב שוין געהאט אפגעבראטן די קאווע באנדלעך אויפן יו"ט פסח הבעל"ט, זעה איך אינעם "בליץ" ווי ר' יושע כ"ץ זאגט אז ס'קען זיין אן ערנסטן חשש ווייל די פאבריקן מישן אריין אויך דיקעפינעטעד באנדלעך, און דאס ווערט געמאכט מיט ווייץ.

כאטש איך שפיר אז די קאווע האט דעם געהעריגן מאס קאפין, טרוי איך זיך נישט צו פארלאזן דערויף, און בפרט מיט א חשש חמץ. און מ'וועט אי"ה נוצן היי-יאר געקויפטע קאווע מיט א גוטן הכשר.

איך בין עס מפרסם לתועלת הציבור אז מ'זאל וויסן נישט צו נוצן 'אליין געבראטענע באנדלעך' סיידן מען ווייסט אויף זיכער אז עס איז נישט דיס-קאפינירט.

וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » מיטוואך מארטש 14, 2012 6:31 pm

עס הערשט ביי מיר א צומישעניש איבערן ענין פון חומרות בפסח.

"פיש"
מען פלעגט ענדערש עסן קארפ וואס מ'קען זעהן לעבעדיג, היינט איז דא השגחה אויף סעלמאן, מעג מען טוישן פון די עלטערן אדער נישט?

"אויל"
יארן צוריק האבן אסאך געטוישט פון שמאלץ אויף אויל צוליב די דאקטוירים וואס האבן גערעדט קעגן שמאלץ (פאר הרב מייזלס), יעצט מעג מען אויך טוישן? אדער איינער וואס טוט עס נישט צוליב געזונט (ער וויל זיך פשוט נישט פארפליישיגן און א פלעינע חוה"מ צופריה טראץ וואס ער וויל א גוטע אייערשפייז) מעג נוצן אויל?

לא ביארתי שורש השאלה, רק התוצאה, ועוד חזון

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 14, 2012 6:35 pm

וועגן ערב פסח מצה זע זיין טענה דא viewtopic.php?p=473150#p473150
זע וואס איך האב מגיב געווען דא viewtopic.php?p=473340#p473340
אבער.... זע וואס קרעמער האט געשריבן דא viewtopic.php?p=32595#p32595

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך מארטש 14, 2012 6:55 pm

פארשריבן האט געשריבן:נאר אויף איין זאך וויל איך ספעציפיצירן, אויף וואס דו שרייבסט:
ישלהוסיף האט געשריבן:ט. ער האט נישט געבאקען קיין ערב פסח מצות, אין מפני חומרא נישט געגעסן קיין ערב פסח מצות.

פארשטיי איך נישט בקט שכלי וואס איז די חומרא.
וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.

דער חשש איז אז מען מאכט ערב פסח מצות געיאגטערהייט, איז מער מצוי מכשולות. אזוי האב איך געהערט פון דיע וואס פיהרן זיך נאך היינט אזוי.

צו צו לייגן אויף די פרעמישלאנער חומרות:
מען האט געהאלטן אז יעדער זאך וואס גייט ארויס אין גאס איז חמץ'דיג. ממילא, האט מען געהאט אנדערע אויבערשטער בגדים _אויך שיך) צו גיין אין גאס, און מען האט זיך איבערגעטאהן אין א ספעציעלע שטוב אינדערהיים. אויך, פאר די זעלבי סיבה, האט מען געהאט באזונדערע מחזורים צו נוצן אין בית מדרש.
דער טיש און די ווענט האט מען געוואשן דריי מאל מיט דריי באזונדערע שמאטעס.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 14, 2012 7:41 pm

מלאכי האט געשריבן:עס הערשט ביי מיר א צומישעניש איבערן ענין פון חומרות בפסח.

"פיש"
מען פלעגט ענדערש עסן קארפ וואס מ'קען זעהן לעבעדיג, היינט איז דא השגחה אויף סעלמאן, מעג מען טוישן פון די עלטערן אדער נישט?

"אויל"
יארן צוריק האבן אסאך געטוישט פון שמאלץ אויף אויל צוליב די דאקטוירים וואס האבן גערעדט קעגן שמאלץ (פאר הרב מייזלס), יעצט מעג מען אויך טוישן? אדער איינער וואס טוט עס נישט צוליב געזונט (ער וויל זיך פשוט נישט פארפליישיגן און א פלעינע חוה"מ צופריה טראץ וואס ער וויל א גוטע אייערשפייז) מעג נוצן אויל?

לא ביארתי שורש השאלה, רק התוצאה, ועוד חזון

די חומרא פון עסן קארפ, איז נישט געווען אלץ דעם 'מין' פיש, נאר מען האט געגעסן דווקא אזעלכע פיש וואס מען האט געזען לעבעדיג, און נישט אלע פישן בלייבן לעבן אזוי לאנג אינדרויסן פון וואסער, ממילא האט מען געניצט קארפ, וואס דאס האלט זיך גאנץ לאנג לעבעדיג אינדרויסן פון וואסער. משא"כ סעלמאן האלט זיך נישט לאנג לעבעדיג, האט מען דאס נישט געקענט ניצן, אבער אויב האסטו א ערליכע איד וואס זעט דאס לעבעדיג, איז נישטא קיין סיבה עס נישט צו ניצן. עס הייסט נישט געטוישט פון די עלטערן, ווייל ווען עס וואלט געווען אזא מציאות אז א איד זאל קענען עס זען לעבעדיג פאר זיי וואלטן די עלטערן עס אויך געגעסן, בקיצור ס'איז נישט געווען א חומרא נישט צו עסן "סעלמאן", נאר נישט צו עסן א פיש וואס מען האט נישט געזען לעבעדיג.
אגב, ס'איז דא נאך פישן וואס האלטן זיך לאנג אינדרויסן - נישט אזוי ווי קארפ, אבער אויך גאנץ לאנג, און ס'איז דא אידן וואס קענען נישט עסן קארפ, עסן זיי יענע פישן, ווי צב"ש 'באפעל'.

אויל איז אזוי, עס איז דא אפאר חששות פארוואס מען האט דאס נישט געניצט, א) אלץ מען מאכט דאס אין חמץ'דיגע כלים, ב) אלץ די ארבעטער לייגן אריין זייער ברויט דערין, ג) ווייל מען מישט אריין דערין אנדערע זאכן פון קטניות (ראה דגול מרבבה סי' תנ"ג סק"כ, ברכ"י סי' תמ"ז סקי"ד, כף החיים סי' תמ"ז ס"ק קמ"ה). ביי דעם לכאורה איז אויב ס'איז פאר געזונט, איז דאס א שאלה צו פרעגן פון א מורה הוראה, וואס לכאורה די פסק וועט זיין אז די זאלסט יא ניצן אויל.

אבער סתם אזוי, אויב זאכן וואס אמאל האט געקענט זיין חששות דערויף, און היינט איז די חששות נישטא און דאך איז מען נאכאלץ מחמיר נישט צו ניצן, איז דאס נישט אנדערש פון דעם, און מען דארף מחמיר זיין דאס נישט צו ניצן.

אבער.... איך וואלט נאך אלץ געזאגט אז מען קען מקיל צו זיין, אבער בעסער איז מען זאל פרעגן א מורה הוראה דערויף, ווייל די מחזיק ברכה (סי' תס"ז סק"ה) שרייבט די חשש אז זיי טינקן די ברויט אין די אויל, און ער פירט אויס אז ער האט זיך נאכגעפרעגט און די חששות איז בכלל נישט דא, זאגט ער דארט, אז דער וואס וויל מחמיר זיין אין מזניחין אותו ווייל יעדער ווייסט אז פסח איז יעדער מחמיר פאר זיך און מען מאכט גדרים וסייגים, נאכדעם זאגט ער דארט אז אפילו אויב מען איז מחמיר זאל מען עס מאכן בשתיקה אז קיינער זאל דאס נישט מיטהאלטן, און אויב איז ער א מורה הוראה, זאל ער פסק'נען דווקא ווי די "הלכה" איז.

איך דארף צולייגן אז דאס אלעס האב איך גערעדט פון שמן זית, אנדערע אויל'ן קען שוין זיין שאלות אלץ קטניות.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך מארטש 14, 2012 7:54 pm

הרב למעלה:
לגבי די פיש, דאכט זיך אז דאס עצם טעם פארוואס מען האט מקפיד געווען צו עסן דייקא לעבעדיג (עפעס וועגן ברויט אין מויל); איז שוין היינט אויך נישט שייך.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 14, 2012 8:49 pm

אמת.
די טעם שטייט טאקע אין פרמ"ג א"א סי' תמז, סקמ"ו, און גראדע רעדט ער טאקע פון די פיש שקורין קארפי"ן.

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » מיטוואך מארטש 14, 2012 9:19 pm

הרב למעלה:
די ביזט אזוי זיכער אז מ'מעג טוישן פון קארפ אויף סעלמאן ווייל מיינע עלטערן וואלטן עס אויך געגעסן אויב א איד זעהט עס לעבעדיג?
מצד א' זאגט די שכל אז די ביזט גערעכט, אבל מצד שני איז דא א גאנג נישט צו טוישן אפילו די טעם לאיסור איז אוועקגעפאלן, [כמדומה איז דא עפעס א מעשה פון מהרי"ד מבעלזא בנוגע דעם אז די עלטערן האבן מתפלל געווען אויף מאכלים וואס זיי האבן געגעסן אז ס'זאל נישט זיין קיין מכשול, משא"כ אויף מאכלים וואס זיי האבן נישט געהאט, איך געדענק נישט פונקטליך], למשל מענטשן עסן נישט "אוואקאדא" פסח ווייל זייער זיידע האט דאס נישט געגעסן, ווייל זיי האבן עס נישט געהאט כאטש ס'האט קיין חשש, צו למשל א טאמאטא, אפשיילן די גאנצע ארום און ארום, וועט מען אויך נישט עסן, וכהנה רבות, און כ'פארשטיי נישט פשט, דאס מיינט אוועקגיין פון מסורת אבות? בשעת זיי וואלטן עס אויך געגעסן?
אין שו"ע ונו"כ איז דא א גאנצע איבערקערעניש וועגן צוקער אז מ'טאר עס נישט עסן פסח ווייל די מוכרים זענען מזייף און לייגן אריין מעהל אין די צוקער (ווייל ס'איז ביליגער און ס'פארקויפט זיך אויף די פרייז פון צוקער), היינט? כמעט יעדער עסט צוקער, פ"וו? ווייל דער חשש איז מער נישטא, און ס'האט א הכשר, א"כ מאי שנא, והדבר צ"ע.

וועגן אויל איז אזוי, אויב א מענטש קוועטשט די אויל ביי זיך און שטוב, גייט עס אריין אין די אויבנדערמאנטע קאטאגאריע, אבער טאמער קויפט ער א באטטל אויל, איז א ערנסטע שאלה, ווייל אפשר וואלטן דיינע עלטערן נישט זיך פארלאזט אויף א הכשר ביי אזא קאמפליצירטע זאך ווי פראצעסירטע אויל? עס גייט דאך דורך אזויפיל סטעפס ביז די פינישד פראדאקט, אלעס ווערט געמאכט דורך גויים, און זייערע כלים, ווען מ'זאל ווען פונקטליך וויסן וואסערע גלגולים די אויל גייט דורך, וואלט פארגאנגן געווארן די אפעטיט דאס צו עסן פסח, כ'דערמאן נאר איין זאך, די אויל דארף אריינגיין און טראקס צו ווערן דעליווערט צו די באטטלינג קאמפאני, צו מיינט עטס אז מ'נוצט א נייע טראק? ניין, די טראק האט שוין געהאט פארדעם פארשידענע אוילן, נו, וואס טוהט מען? אדער כשר'ט מען די טראק, אדער טשעקט מען וואס מ'האט דעליווערט אינעם טראק די לעצטע 3 מאל, יעצט איז אזוי, די כשרן איז נישט אזוי איי איי איי, און די לעצטע 3 מאהל ווייס איך נישט פשט, וואס איז מיט די 4'טע 5'טע? דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל בנוגע דעליוועריס, עס איז דא נאך אסאך עקולי ופשורי מיטן עצם פראצעסירן די אויל.

דאס איז לאו דוקא אויל, יעדע פראצעסירטע עסן, איז היינט געבענטשט מיט א טוץ שאלות אשר לא שערום אבותינו, כ'קעניש צופיל מאריך זיין, אבער כ'האב לעצטענס געהערט אינפארמאציע אויף א געוויסע פסח פראדוקט וואס ווערט פראצעסירט אין די מרחקים מיט א הכשר פון די בעסטע ביים היימישן ציבור, וואס האט געהאט א ערנסטע שאלה, ס'האט מיר זייער באנומען, איך וואלט געזאגט, עסט פסח יעדע רויע זאך, אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן נישט געגעסן, אבער שטייטס אוועק פון יעדע פראצעסירטע זאך כפי היכולת אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן יא געגעסן! וכמובן מיינט מען נישט מילך, קאווע, פאטעטא סטארטש וואס א"א בלעדם, אבל כל הממעט הרי זה משובח.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 14, 2012 10:58 pm

בנוגע קארפ צו טוישן צו סעלמאן, הייסט כלל נישט משנה געווען, ווייל עס איז קיינמאל נישט געווען א חומרא צו עסן דווקא קארפ, און די היתר איז נישט ווייל די סיבה לאיסור איז אוועקגעפאלן, נאר אפילו די פראבלעם וואלט נאך היינט געווען חי וקים, וואלט מען אויך געמעגט עסן סעלמאן.
די חומרא איז צו זען די פיש לעבעדיג, און פשוט אין מציאות איז פארן געשעפטס-מאן די גרינגסטע אז די זאלסט עס זען לעבעדיג צו ברענגן קארפ. איך זאג דאך אייך אז געוויסע ערליכע אידן עסן באפל פיש, וואס דאס האלט זיך אויך א לענגערע צייט לעבעדיג אינדרויסן פון וואסער, זעסטו קלאר אז די חומרא איז נישט געווען צו עסן דווקא קארפ.

דאס וואס מיר האבן דא געשמועסט אז די סיבה לאיסור איז אוועקגעפאלן ביי פיש, מיינט מען צו זאגן, אז לפי זה (אויב איז מען משנה פון מסורת אבות ווען די סיבה פאלט אוועק) וואלט מען בכלל נישט געדארפט קוקן צו די פיש לעבט.

און וועגן די אלע נייע זאכן וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געהאט, איז נישט די סיבה ווייל מען וויל נישט משנה זיין, נאר די סיבה איז אז אונז ווייס מיר נישט וואס זיי וואלטן געזאגט דערויף, און צו זיי וואלטן עס געגעסן, דאס איז פון די גאר גאר ווייטע חומרות וואס אונז זענען מחמיר אום פסח.

און וועגן צוקר, באמת אונזערע עלטערן האבן זיך שוין אויך געדארפט אן עצה געבען דערמיט, זיי האבן אויך געהאט דעם חשש, נו, וואס האבן זיי געטון? איז באמת שטייט אין אסאך אחרונים, אויפן פלאץ האסטו עס אין שערי תשובה (סי' תס"ז, סקט"ו), אז מיט א הכשר מעג מען, לכאורה האבן אונזערע עלטערן (ביז די צייטן פון די ראשונים ווען עס איז נתעורר געווארן דעם חשש) געגעסן מיט א הכשר, ממילא איז לכאורה מעיקרא כך הקילו.... אבער באמת איז דא וואס פארלאזן זיך נישט אויף א הכשר, און זיי קאכן אויף די צוקער - אפי' די מיט די הכשר - אין וואסער, און מען זיפט עס דורך פאר פסח, אזוי אז אויב איז דא מעל דערין ווערט עס צוגאנגען און עס ווערט א לח, און עס ווערט בטל פאר פסח (די געדאנק אז סינון זאל העלפן, ווערט דערמאנט אין חק יעקב סי' תמ"ז סקל"ד און אין שוע"ה דארט סעי' נ' לגבי צוקר אין וויין), וכך נוהג אבי.

און וועגן געקויפטע אויל פון קאמפאניס ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט, דאס איז באמת נישט אנדערש ווי אלע אנדערע קאמפאני זאכן וואס ווערן פארקויפט אין געשעפט, וואס מ'איז(?) מחמיר נישט צו ניצן אין פסח, איך האב גערעדט פון די וואס מאכן אליין אויל, אדער קויפן פון די וואס מאכן פריוואט אליין.

דאס וואס די רעכנסט אויס וואס אי אפשר בלעדם, איז באמת די ווארט 'אי אפשר' איז א ליין, וואס ביי יעדעם איינעם איז עס ערגעץ אנדערש... למשל ביי מיר איז די ליין נאך די זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט, ווייל איך טרינק נישט אין פסח קיין מילך, קאוע, און נוץ נישט קיין פאטעטא סטארטש.

(וועגן צוקר קען מען שרייבן א גאנצע אריכות, אבער היות איך האב נישט קיין צייט, האב איך דא געשריבן וואס איך האב געשריבן, און נישט מאריך געווען דערין).

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 6:53 am

איך וויל פרעגן לגבי חומרות פין ערב פסח.

למעשה רוב זאכן וואס ממאכט ריין פאר פסח איז עפ''י הלכה איבעריג. יעדער איינער איז דאך מבטל חמץ. מען פארקויפט די חמץ. אין דע גאנצע זאך וואס מזיכט אין מיז בודק און מבער די חמץ איז נאר שמא יבא לאוכלו. און דאס איז נאר אויף גרויסע שטיקל'ך (כזיתי'ם בלע''ז) ברעקלעך און שטויב וכדו' דארף מען לכאו' בכלל נישט נאכזוכן, נאר ביי פלעצער וואס מעס'ט.

איז פארוואס ארבעט מען אזוי שווער צו רייניגן די שטויב?
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 7:02 am

איך האב געפרעגט מיין דיין שליט"א אויב ביי בדיקת חמץ זוכט מען כזיתים אדער ברעקלעך, און ער האט מיר געזאגט אז מען זוכט ברעקלעך.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 9:59 am

אין בעלז עסט מען נישט קיין עפל אום פסח, אעפ"י וואס מ'קען דאס שיילען, נאר די חומרא האט זיך אנגהויבען בימי הרה"ק רבי יהושע רוקח זצ"ל אבד"ק בעלזא, אז איינמאהל האט ער באמערקט דאס קערנדל פון א עפל, אויף א סקונדע האט זיך איהם געדאכט אז דאס איז א ווייצעל, מאז ואילך עד היום הזה עסט מען נישט קיין עפל.

אייניקלעך פון הרה"ק השר שלום מבעלזא אויב זענען זיי נישט קיין בעלזא חסידים האבען זיי נישט אנגענומען די חומרא. אינטרעסאנט צו באמערקן אז די פאלטיטשאנער רב אעפ"י ער איז געוועהן א אייניקעל והיה דבוק מאד בביעלזא האט יא געגעיסען עפל.

מלאכי
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2011 11:49 am

תגובהדורך מלאכי » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:40 am

הרב למעלה:
אפגעזעהן די סיבה, האבן די עלטערן נישט געגעסן סעלמאן פיש, יהי' מאיזה טעם שיהי', איז עס כהיום בעסער ווי אוואקאדא?

ובנוגע שרש השאלה, וועל איך פרובירן אויסצושמועסן קלארער, אסאך משפחות זענען זיך נוהג נישט צו עסן בכלל קיין פיש, נאר "פאלטשע פיש", ווייל זייערע עלטערן האבן נישט געגעסן, לכאו' צוליב די חשש פון די ברויט וואס מ'לייגט אריין אין די מויל פון טויטע פיש, כמ"ש הפרמ"ג [הובא בדברי הרב למעלה, איך האב געהערט נאך א טעם, אז מ'פלעגט עס ווייקן אין חמץ'דיגע וויניגער צו האלטן פריש], און וויבאלד לעבעדיגע פיש איז נישט געווען בנמצא, ווייל זיי האבן געוואונט ווייט פון טייך, ע"כ האבן זיי נישט געגעסן קיין פיש, ממילא עסן די אייניקלעך אויך נישט, כאטש די טעם איז אוועקגעפאלן, ומהסתם וואלטן די עלטערן יא געגעסן פיש וואס מ'זעהט לעבעדיג, פונדעסטוועגן איז מען נישט משנה.

אט די זעלבע משפחות עסן אבער יא צוקער, כאטש פאר 4-500 יאר צוריק איז געווען א תקופה וואס פאר לאנגע דורות האט מען נישט געגעסן צוקער, אבער וויבאלד די חשש איז אוועקגעפאלן, עסט מען יא, וואס איז די חילוק?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 10:51 am

אויף פירות און ירקות איז דא א שיינע אשכול viewtopic.php?p=334307#p334307
---
רב זיידענע בעקיטשע, די ראשונים (דאכט זיך די ראבי"ה, איך דארף נאכקוקן אין טור סימן תמב אפשר שפעטער, די מחבר ברענגט עס אראפ) האבן שוין געהאט דעם קשיא, פארוואס מען פירט זיך צו קראצן די ווענט און די בענקלעך וואס האבן נאר אנגערירט חמץ, און למעשה איז דא א סמך דערויף פון ירושלמי, ויש להם על מה שיסמוכו, איך האף צוריקצוקומען שפעטער ווען איך וועל האבן א מינוט צייט, שרייבן נאך דערוועגן.

----
אופס, הרב מלאכי האקט, איך האף שפעטער צוריקצוקומען, איך האב יעצט ממש נישט קיין צייט.

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 5:12 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:אין בעלז עסט מען נישט קיין עפל אום פסח, אעפ"י וואס מ'קען דאס שיילען, נאר די חומרא האט זיך אנגהויבען בימי הרה"ק רבי יהושע רוקח זצ"ל אבד"ק בעלזא, אז איינמאהל האט ער באמערקט דאס קערנדל פון א עפל, אויף א סקונדע האט זיך איהם געדאכט אז דאס איז א ווייצעל, מאז ואילך עד היום הזה עסט מען נישט קיין עפל.

אייניקלעך פון הרה"ק השר שלום מבעלזא אויב זענען זיי נישט קיין בעלזא חסידים האבען זיי נישט אנגענומען די חומרא. אינטרעסאנט צו באמערקן אז די פאלטיטשאנער רב אעפ"י ער איז געוועהן א אייניקעל והיה דבוק מאד בביעלזא האט יא געגעיסען עפל.

די מנהג און בעלזא פין נישט עסן איז נאר אויף געקאכטע עפל, סאיז געווען אזעלכע וואס האבן געמיינט אז סמיינט בכלל עפל, אבער אין די כתבים פין הרה''ק מבילגורייא שרייבט קלאר אז סאיז נאר געקאכטע עפל.

דאכץ זיך מיר אז סאיז געווען געשטאנען אין קובץ אור הצפון וועגן די נושא.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג מארטש 16, 2012 12:38 pm

ס'איז דא אסאך מענטשן וואס זענען מקפיד נישט צו עסן אום פסח קיין שום הייסע זאך שהיד סולדת בו אויב מען האט פילינגס אין די ציין צוליב חשש בליעות חמץ אין די פילינגס, איז אבער מאדנע אז רוב פון די מענטשן זענען נישט מקפיד נישט צו עסן קיין דבר חריף (חריין רויע צוויבל וכדו') אום פסח וואס איז סאך א הארבערע שאלה ע"פ הלכה, די בליעות חמץ אין די ציין איז געווענדליך אינו בן יומו (מ'עסט געווענדליך נישט קיין הייסע חמץ 24 שעה פאר יו"ט) און איז נותן טעם לפגם וואס איז א מחלוקת הראשונים (ומשם למחבר ורמ"א) צו דאס איז אסור אום פסח, און מיר נעמען טאקע אן לחומרא, דאגעגן ביי דבר חריף איז די הלכה אז עס איז מחליא לשבח דאס הייסט עס טוישט די פגום'דיגע טעם צוריק צו א גוטע טעם און דאס איז אפילו לויט די מתירים פון נותן טעם לפגם אסור.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 16, 2012 4:15 pm

פארדעם טאקע עסן מיר נאר געקאכטע צוויבל אום פסח.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט