חומרי ומנהגי פסח ומקוריהם וטעמיהם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

דער ייטב לב ועוד האבן שטארק מחמיר געווען נישט צו נוצן קיין שום אויל אום פסח.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ס'איז דא געוויסע אויל וואס מען מאכט פון קטניות וואס דאס איז א שאלה פאר זיך.
וועגן שמן זית צו אנדערע אויל, איז דא אין די אחרונים א שמועס אז שמן זית איז הארבער אלץ זיתים זענען חריף.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אלס די חומרא פון נוצן פרוכט נאר וואס מ'קען שיילן:
איז שייך צו קויפן קעשאס ניס מיט די שולאכטץ?
איך האב עס נאכנישט געזען אין קיין געשעפטן.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד ביי מיין זיידע'ס ע"ה סדר האט ער געווארפן ניסלעך פאר די קינדער(נאך מה נשתנה מיין איך)..
ווי איז די מקור? און טעם? טוט נאך איינער היינט אזוי?
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

11211 האט געשריבן:איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד ביי מיין זיידע'ס ע"ה סדר האט ער געווארפן ניסלעך פאר די קינדער(נאך מה נשתנה מיין איך)..
ווי איז די מקור? און טעם? טוט נאך איינער היינט אזוי?

מס' פסחים קט ע"א
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עס ווערט אויך אזוי גע'פסק'נט אין שו"ע (סי' תעב סעי' טז).
מצוה לחלק לתינוקות קליות ואגוזים, כדי שיראו שינוי וישאלו.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

11211 האט געשריבן:איך געדענק ווען איך בין געווען א קליין קינד ביי מיין זיידע'ס ע"ה סדר האט ער געווארפן ניסלעך פאר די קינדער(נאך מה נשתנה מיין איך)..
ווי איז די מקור? און טעם? טוט נאך איינער היינט אזוי?

יא, מיין פאטער זז"ג טוט אזוי.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

פאר די וואס נוצן אויל, וועלכע איז עדיף העזילנאט אדער וואלנאט?
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

יש"כ....
אז מ'רעדט שוין יא וויל איך פארשטיין...ביי אונז ניצט מען נישט קיין צוקער אין פסח נאר אויב ס'איז אויפגעקאכט געווארן פאר פסח
אבער אויב מען באקט אדער קאכט עפעס פאר פסח ניצט מען יא צוקער
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די סיבה דערפון איז לכאורה, ווייל די חשש איז געווען אז מען מישט אריין דערין מעל, און ווען מען קאכט עס אויף ווערט עס א לח און עס ווערט בטל (און ער האט נישט מחמיר געווען אז לח בלח איז חוזר וניעור אין פסח), אבער אין פסח אליין ווערט גארנישט בטל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געטראפן א שטיקל מקור צו דעם וואס מיר פירן זיך איינצוקויפן אלע פראדוקטן בעפאר פסח, די משנה זאגט (חולין פרק ה') אז איינס פון די צייטן וואס מען קען צווינגן דעם שוחט צו שחט'ן זיינע בהמות כדי צו האבן פלייש אויף יו"ט איז ערב די צווייטע טעג סוכות, זאגט דער פרי תואר (יו"ד סי' ט"ז) אז דערפאר זאגט ער נישט ערב די צווייטע טעג פסח, "נראה דמן הסתם כל העם קונים מעי"ט ראשון כל הצורך לז' ימי פסח".
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קרעמער, א דאנק.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

קרעמער האט געשריבן: "נראה דמן הסתם כל העם קונים מעי"ט ראשון כל הצורך לז' ימי פסח".


טאקע שיין.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

gamyuchad האט געשריבן:פאר די וואס נוצן אויל, וועלכע איז עדיף העזילנאט אדער וואלנאט?

אויבנאויף זע איך נישט קיין חילוק.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

אויפגעקאכטע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

וואס איז די בעסטע וועג עס צו האלטן פריש פאר 8 טעג???
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!

אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.

ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

ווארשיינליך וועגן באקטעריע.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מיין טאטע זזג האט מיר דערציילט אז אין ירושלים האט מען אויף פסח גענוצט בעלגישע צוקער
ווייל עס איז געווען באקאנט ווי גאר ריין
אבער ווען ער איז געקומען קיין אנטווערפםען זעהט ער ווי דארט נוצט מען די צוקער דייקא מיט א הכשר...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

דאס איז דאך טייטש "איכשר" דרא...
עת לקרות | ועת לתגוב
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

משיח האט געשריבן:האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!

אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.

ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?

קוה אדער ציג
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לכל זמן האט געשריבן:דאס איז דאך טייטש "איכשר" דרא...

אזויווי אין די גמרא בלשון תמי'
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

והוא פלאי האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:האמיר יעצט אפגענומען פון א חבר א פרישע פלעשל מילך וואס ער האט היינט געמאלקן לכבוד פסח!

אגב, אויב איינער איז אינטרעסירט אין א פלאש אדער מער, ריין מילך, אהן קיין שום הוספות, נישט פון קיין פירמע, קען זיך מעלדן צו מיר.

ואגב גררא, איך האב געהערט אמאל איז ס'איז כדאי אויפצוקאכן די מילך פארן מעלה זיין על השולחן. ווייסט איינער דערפון? איז עס וויכטיג? פשוט אויפקאכן?

קוה אדער ציג


פרה לבנה
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

וועגען ווישי וואסער האט מען שוין גערעדט דא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דזשאסט פאר די אינפאו, נישט צו עסן אום פסח פראדוקטן פון זענען געמאכט אין פאבריקן איז נישט קיין חומרא יתירה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר דוקא »

מלאכי האט געשריבן:הרב למעלה:
די ביזט אזוי זיכער אז מ'מעג טוישן פון קארפ אויף סעלמאן ווייל מיינע עלטערן וואלטן עס אויך געגעסן אויב א איד זעהט עס לעבעדיג?
מצד א' זאגט די שכל אז די ביזט גערעכט, אבל מצד שני איז דא א גאנג נישט צו טוישן אפילו די טעם לאיסור איז אוועקגעפאלן, [כמדומה איז דא עפעס א מעשה פון מהרי"ד מבעלזא בנוגע דעם אז די עלטערן האבן מתפלל געווען אויף מאכלים וואס זיי האבן געגעסן אז ס'זאל נישט זיין קיין מכשול, משא"כ אויף מאכלים וואס זיי האבן נישט געהאט, איך געדענק נישט פונקטליך], למשל מענטשן עסן נישט "אוואקאדא" פסח ווייל זייער זיידע האט דאס נישט געגעסן, ווייל זיי האבן עס נישט געהאט כאטש ס'האט קיין חשש, צו למשל א טאמאטא, אפשיילן די גאנצע ארום און ארום, וועט מען אויך נישט עסן, וכהנה רבות, און כ'פארשטיי נישט פשט, דאס מיינט אוועקגיין פון מסורת אבות? בשעת זיי וואלטן עס אויך געגעסן?
אין שו"ע ונו"כ איז דא א גאנצע איבערקערעניש וועגן צוקער אז מ'טאר עס נישט עסן פסח ווייל די מוכרים זענען מזייף און לייגן אריין מעהל אין די צוקער (ווייל ס'איז ביליגער און ס'פארקויפט זיך אויף די פרייז פון צוקער), היינט? כמעט יעדער עסט צוקער, פ"וו? ווייל דער חשש איז מער נישטא, און ס'האט א הכשר, א"כ מאי שנא, והדבר צ"ע.

וועגן אויל איז אזוי, אויב א מענטש קוועטשט די אויל ביי זיך און שטוב, גייט עס אריין אין די אויבנדערמאנטע קאטאגאריע, אבער טאמער קויפט ער א באטטל אויל, איז א ערנסטע שאלה, ווייל אפשר וואלטן דיינע עלטערן נישט זיך פארלאזט אויף א הכשר ביי אזא קאמפליצירטע זאך ווי פראצעסירטע אויל? עס גייט דאך דורך אזויפיל סטעפס ביז די פינישד פראדאקט, אלעס ווערט געמאכט דורך גויים, און זייערע כלים, ווען מ'זאל ווען פונקטליך וויסן וואסערע גלגולים די אויל גייט דורך, וואלט פארגאנגן געווארן די אפעטיט דאס צו עסן פסח, כ'דערמאן נאר איין זאך, די אויל דארף אריינגיין און טראקס צו ווערן דעליווערט צו די באטטלינג קאמפאני, צו מיינט עטס אז מ'נוצט א נייע טראק? ניין, די טראק האט שוין געהאט פארדעם פארשידענע אוילן, נו, וואס טוהט מען? אדער כשר'ט מען די טראק, אדער טשעקט מען וואס מ'האט דעליווערט אינעם טראק די לעצטע 3 מאל, יעצט איז אזוי, די כשרן איז נישט אזוי איי איי איי, און די לעצטע 3 מאהל ווייס איך נישט פשט, וואס איז מיט די 4'טע 5'טע? דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל בנוגע דעליוועריס, עס איז דא נאך אסאך עקולי ופשורי מיטן עצם פראצעסירן די אויל.

דאס איז לאו דוקא אויל, יעדע פראצעסירטע עסן, איז היינט געבענטשט מיט א טוץ שאלות אשר לא שערום אבותינו, כ'קעניש צופיל מאריך זיין, אבער כ'האב לעצטענס געהערט אינפארמאציע אויף א געוויסע פסח פראדוקט וואס ווערט פראצעסירט אין די מרחקים מיט א הכשר פון די בעסטע ביים היימישן ציבור, וואס האט געהאט א ערנסטע שאלה, ס'האט מיר זייער באנומען, איך וואלט געזאגט, עסט פסח יעדע רויע זאך, אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן נישט געגעסן, אבער שטייטס אוועק פון יעדע פראצעסירטע זאך כפי היכולת אפילו וואס ענקערע עלטערן האבן יא געגעסן! וכמובן מיינט מען נישט מילך, קאווע, פאטעטא סטארטש וואס א"א בלעדם, אבל כל הממעט הרי זה משובח.

אויב די פארלאזט דיר נישט אויף כשר'ן די טראק, דאן טרינק נישט קיין מילך, און ניץ נישט קיין אויל א גאנץ יאר, די זעלבע איז אויך מיט גרעיפ דזשוס
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”