דגים טהורים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נחוניא האט געשריבן:די עדה החרדית זאגט אז זייערע משגיחים זענען בודק די סימני טהרה פון יעדן איינציגן פיש באזונדער.

חוץ דעם צאלן זיי פאר די פיש כאפערס און סארטירער אויפן שיף א קוואדער (בערך) פאר יעדע טריפה'נע פישל וואס זיי טרעפן אויסגעמישט אין די כשר'ע פיש, דא מאכט אז די ארבייטערס זאלן האבן א גאר שטארקע רייץ צו געפונען יעדע טריפה'נע פישל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

נחוניא האט געשריבן:די עדה החרדית זאגט אז זייערע משגיחים זענען בודק די סימני טהרה פון יעדן איינציגן פיש באזונדער.

הרב באדענשטיין זאגט אז א מומחה דערקענט וועלכע איז א טונא און וועלכע נישט, און די נייערע משגיחים הייסט מען טאקע בודק זיין יעדן פיש.
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

בשבילי נברא האט געשריבן:
איך בין א יוד האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:בנוגע די אנדערע קאמענטארן: עס זענען דא זייער אסאך אידן וואס זענען געווארן די לעצטע צען יאר אויפגעקלערט - און זאגן OU איז סאך בעסער ווי התאחדות וכדומה. .


וואס איז טאקע די עצה, אז מען זאל נישט זיין אזוי אויפעקלערט,

OU האט א מורא'דיגע מעלה, אז ווען מרופט אריין פרעגן עפעס א שאלה, איז דא צו וועמען צו רעדן, און זיי ווייסן וואס זיי רעדן, זיי ענטפערן זייער קלאר, לויט יעדן אייינעםס דרגה, אויב מען פרעגט, ס'איז פאר אים אויסגעהלטן אדער נישט, און מען קען אויסשמועסן מיט זיי אלע חששות, אויף וואס מ'איז מקפיד, און וואס מען וויל זיך מונע זיין, עס איז דא זייער אסאך אייטעם וואס האט נישט קיין היימישע השגחה, און אז מען האט נישט קיין ברירה, און מקויפט עפעס וואס האט נאר א OU, און מען קלינקט אריין מברר זיין, איז ממש א תענוג פון די געטרייע סערוויס,

אט טאקע דאס איז די עצה, אריינצורופן צו די או-יו און דערגיין פון זיי פונקטליך צו ס'איז יא אויף מיין סטענדערד אדער נישט.

די או-יו איז זייער אפען מיט זייערע סטאנדארטן און זיי זוכן בכלל נישט צו באהאלטן וואס זיי זענען יא מחמיר און וואס נישט, און ווען מען רופט זיי אן וועלן זיי דיר זייער גערן זאגן צו ס'איז פאר דיר אדער נישט. (הלוואי בייַ די היימישע אזוי)

וואס עס איז אבער נישט ריכטיג, איז צו סתם צו מאכן א בלענקעט רול אז וויבאלד די או-יו האט דאך אזא גוטן סיסטעם אין פלאץ פאר זייערע הכשרים מילא קען איך מיך פארלאזן אויף זייער סימבאל פאר אלץ און פאר אלעמען.

דאס איז זייער זייער ראונג!

ווייל זיי האבן א געוואלד מיט קולות וואס זיי זענען זיך סומך אויף, וואס זיי אליינס זאגן אז זיי טוען עס נאר ממש בדיעבד ובלית ברירה און אדרבה פרעגטס זיי אליינס, זיי וועלן דיר אליינס זאגן זיך נישט צו פארלאזן דערויף.

(דרך אגב האב איך געזעהן נישט לאנג צוריק עפעס א שמועס פון עטליכע ליטווישע אידן איבער די או-יו, האבן זיי געטענהט אז די לעוועל פון די או-יו איז בכלל נישט אויף א געהעריגן פולן ארטאדאקסישן לעוועל, נאר מער נענטער צו די מאדערן ארטאדאקס - יעשיווע יוניווערסיטי קרייז, אוו אז ווען די אלגעמיינע פרומע וועלט זאל ווען זיין באקאנט מיט די ריכטיגע קאלירן זייערע וואלט שוין לאנג געווען א אויפוואכונג תמיד ביים אלגעמיינע אמעריקאנער עולם פאר בעסערע כשרות סטאנדארטן)


בדרך כלל ידועים מה שהם נוטים להקל, כגון חלב סתם, ועוד דברים,

אבל שאר קולות כמו בטל בשישים או הפסד מרובה או צרכי רבים ושבת, לא שונים באופן עקרוני להשגחת שלנו
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”