פליען מיט אל-על EL-AL

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

פליען מיט אל-על EL-AL

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך פאברואר 01, 2012 9:18 pm

איך ווייס נישט צו עס קומט אין די אשכול אדער יאת
אבער איך עפען די אשכול ווייל איך דארף הילף, סא עפען איך עס דא,

האט איינער א אנונג די אמת'ע דעת תורה וועגן פארן מיט אל-על?

סאיז מיר מוראדיג נוגע למשה, ווייל דורך אלעל קען איך יעצט שפארן צייט און געלט, און עס איז באקוועמער צוליב געוויסע סיבות,

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מיטוואך פאברואר 01, 2012 9:26 pm

בפשטות האט דאס מער מיט השקפה ווי הלכה, ממילא פארשטיי איך אז יעדען'ס פאל קען מען דן זיין באזונדער,
ממילא עצתי פרעג דיין מורה דרך ביי דיין פאל מיט אלע צדדים, אין זיי מקבל דעתו.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך פאברואר 01, 2012 9:29 pm

וואס איז די מציאות היינט? פאר וועמען באלאנגט עס?

י
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 01, 2007 1:29 am

פליען מיט אל-על EL-AL

תגובהדורך י » מיטוואך פאברואר 01, 2012 9:31 pm

פאר בערך 8 יאר צוריק בין איך געפארן מיט על-אל אויפן פליגער צוזאמען מיט מיר איז געווערן א חשובע רב פון וויליאמסבורג דער רב האט א גרויסע שול מיט אסאך מתפללים ווי אויך איז ער א מוץ ביי התאחדות.

אויב די ווילסט וויסן די נאמען פארביד זיך מיט מיר אין אישי
מלה בסלע שתיקה בתרי

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך פאברואר 01, 2012 9:40 pm

ס'האט נישט מיט השקפה און נישט מיט הלכה
ס'האט מיט געפיל

אויב האסטו נישט קיין געפיל דערצו איז א שאד זאלסט צאלן די עקסטערע פאר דאלער (גוט זאלסט אויסשמועסן מיט א מורה הוראה וואס קען שו"ע ח"ה צו זיין אויף די סעיף סייד)

אגב איז עטליכע וואכן צוריק געווען גאר ביליג טיקעטס קיין א"י מיט קאנטינענטאל, ס'איז געווען ביליגער ווי על אל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך פאברואר 01, 2012 10:28 pm

מחללי שבת, האט אויף זיך די פאן פון מרידה בד', וואס דאס אליין ברענגט א סכנה אויפ'ן וועג. כל הדרכים בחזקת סכנה, כש"כ ווען דער טמא'נער פאן איז דארט אויפגעהויבן צו מורד זיין אינעם בורא עולם מיט א פרעכע שטאלץ...
ווער רעדט נאך ווען זיי קומען אן און מען זינגט דעם שוידערליכן הימנון המדינה "התקוה", וואס רבים חללים הפילה כבר מאז ומקדם...
שומר נפשו ירחק מהם...
שויתי השם לנגדי תמיד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3245
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך פאברואר 01, 2012 11:00 pm

שוית'ניק ווען זינגט מען התקוה? ביים זיך הייבן אדער ביים לאנדן?
הנותן לשכוי בינה...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך פאברואר 01, 2012 11:46 pm

רבים חללים הפילה... (איך מיין שויתי'ניקס ווערטער)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 12:48 am

הגה"צ רבי בנציון ליפשיץ שליט"א פארט מיט אל על.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

פועל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 29, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פועל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 12:56 am

די שאלה הייבט זיך אן פריער ווי מעג מען סתם אהינפארן, גוט מען דעם נישט מיט דעם חיזוק פאר די מדינה און זייער עקאנאמי?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 1:44 am

יד פועל כיד בעה"ב...

איז דען דער סאטמאר'ער רב ז"ל נישט געפארן?

האבן דען די גרעסטע קנאים נישט געוואוינט דארטן?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 2:05 am

האט דער דברי יואל זצ"ל אימער געגעבן הדרכות וועגן פארן מיט ELAL, האט ער עמיצן אמאל אפגערעדט דערפון?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 3:36 am

שויתי'ניק האט געשריבן:מחללי שבת, האט אויף זיך די פאן פון מרידה בד', וואס דאס אליין ברענגט א סכנה אויפ'ן וועג. כל הדרכים בחזקת סכנה, כש"כ ווען דער טמא'נער פאן איז דארט אויפגעהויבן צו מורד זיין אינעם בורא עולם מיט א פרעכע שטאלץ...
ווער רעדט נאך ווען זיי קומען אן און מען זינגט דעם שוידערליכן הימנון המדינה "התקוה", וואס רבים חללים הפילה כבר מאז ומקדם...
שומר נפשו ירחק מהם...

אינטערעסאנט כ'בין שוין היפש געפארען מיט זיי אין כ'האב קיינמאל נישט געהערט דעם התקוה דארט!?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 7:21 am

שויתי'ניק האט געשריבן:ווער רעדט נאך ווען זיי קומען אן און מען זינגט דעם "שוידערליכן" הימנון המדינה "התקוה", וואס רבים חללים הפילה כבר מאז ומקדם

שוידערליכן!!
רבים חללים הפילה!!!

די מיינסט עס ערענסט? אדער סתם האסט באשלאסען צו טרייבען ליצנות פון אלע ליינער דא אויפ'ן פארום וואס לשיטתך זענען נאאיווע אידיאטן...

וואס איז שוידערליך????
וועלכע "רבים" "חללים הפילה"???
די ווערטער פאר זיך אליינס איז גארנישט ראנג, עס האט א ניגון פון האפענונג צו א צייט ווען יודען וועלן זיין רואיג אין זייער לאנד, חוץ פונעם פאקט אז די ציונים זינגען עס, אפשר די ניגוון אויך א פראבלעם איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז.

דער פראבלעם מיט אלעל איז אזוי:
סאטמאר - מדינה און ציוניזם.
סקולען - מחללי שבת.
סתם ערליכע יוד - מען קען נישט מאכן קיין ברכה די גאנצע פלייג אלץ גילוי שערות, חוץ אז די באהאלטס דיך אין א ווינקל.
פילינג - ווער וויל זיצן מיט אזויפיל אוכלי נבילות וטריפות, מחללי שבת, וכדו' אינטער איין דאך.
מיט דעם אלעם, פאר א ביליגע פרייז - למה לא?

חוץ אויב די ביזט א...
כהן - עס זענען דא פלייטס וואס כהנים האבן א פראבלעם, ווייל דער פלייט פארט איבער א גרויס בית הקברות (דאכט זיך אז עס איז נאר אינקאמינג פלייטס), דאס איז שוין אויב מען איז זיכער אז עס איז נישטא קיין מת אויפ'ן פלייט אליינס.


בד"א: לדעתי איז די ניגון אין דירעקטן קאנטראסט מיט די שיטת הציונים, ווייל דער ניגון שרייט האפענונג צו א צייט וואס דארף נאך געשען, אין דער צייט וואס זיי האלטן אז עס איז שוין געשען, ואכ"מ

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 7:58 am

אינעם לעצטן יאר פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע איז ער געווען ביי א חתונה וואס דארטן איז געווען עטליכע ציונים וואס האבן געזונגען דעם טריפה'נעם ניגון, איז ער געווארן שרעקליך אויפגעשטורעמט אויף די ציוניסטישע מושחתים, און ער האט באקומען א בלוט שטורץ, ונפל למשכב שממנו לא קם עוד עד לחיי הסתלקותו לחה"ה...

הערנדיג איינמאל ווי א ציוניסטישער יונגאטש זינגט דעם ניגון האט דער הייליגער בעלזא'ר רב זצ"ל האט ער זיך אנגערופן: די בארד האט ווייס געמאכט דער יונגאטש. (מפי ר' יוסף שטייכל מבעלזא)
שויתי השם לנגדי תמיד

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:14 am

מכטי1 האט געשריבן:
שויתי'ניק האט געשריבן:מחללי שבת, האט אויף זיך די פאן פון מרידה בד', וואס דאס אליין ברענגט א סכנה אויפ'ן וועג. כל הדרכים בחזקת סכנה, כש"כ ווען דער טמא'נער פאן איז דארט אויפגעהויבן צו מורד זיין אינעם בורא עולם מיט א פרעכע שטאלץ...
ווער רעדט נאך ווען זיי קומען אן און מען זינגט דעם שוידערליכן הימנון המדינה "התקוה", וואס רבים חללים הפילה כבר מאז ומקדם...
שומר נפשו ירחק מהם...

אינטערעסאנט כ'בין שוין היפש געפארען מיט זיי אין כ'האב קיינמאל נישט געהערט דעם התקוה דארט!?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4962
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:28 am

סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין

כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:43 am

חברה
עטץ ווילטס מגבב זיין חומרות געזונטערהייט
לאז דעם סאטמאר רב ארויס דערפון
וואס? סאטמארע אידן גייען נישט אריין אין א בנין וואו סי׳ז דא דערויף דער דגל המדינה? אויב אזוי קין מען אין גאנץ ב״ג לופטפעלד נישט אריינטרעטן

אלא מאי מחוורתא כדמי יודע
ס׳איז א הרגשה, ווער ס׳האט אין זיך דעם אוהבי ה׳ שנאו רע געפיל פארט נישט מיט זיי
אבער פון דארט ביז ״רבים חללים הפילה״ איז פאלג מיך א גאנג
וידוע השיחה של האדמו״ ר מסאטמאר עם האדמו״ר מסקווירא זכרון זצדיקים לברכה, אודות זה (הא, שדין יהודאין....)

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:44 am

ב"ה איך פאר נישט מיט זיי, ווייס איך נישט אויב היינט זינגען זיי עס נאך, כפי ששמעתי פעם, אז זיי זינגען עס...
עס איז אבער נישט משנה צו מען מעג פארן מיט זיי...

רבים חללים הפילה, פארן און נאכן קריג, לערנט ביטע היסטאריע...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 8:50 am

צים פינטעל האט געשריבן:סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין

כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת


יהיה כן האט געשריבן:חברה
עטץ ווילטס מגבב זיין חומרות געזונטערהייט, לאז דעם סאטמאר רב ארויס דערפון
וואס? סאטמארע אידן גייען נישט אריין אין א בנין וואו סי׳ז דא דערויף דער דגל המדינה? אויב אזוי קין מען אין גאנץ ב״ג לופטפעלד נישט אריינטרעטן


כ'פארשטיי נישט כבוד הרב יהיה כן, ער זאגט דאך אז דער רבי ז"ל ברענגט עס להלכה...
שויתי השם לנגדי תמיד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:17 am

שויתי'ניק האט געשריבן:רבים חללים הפילה, פארן און נאכן קריג, לערנט ביטע היסטאריע...


מען האט נישט געזונגען "התקוה" "פארק"ן קריג אויף אלעל, חוץ אויב די מיינסט אן אנדערע "קריג"....

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:18 am

צים פינטעל האט געשריבן:סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין

כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת

סאטמאר רבי רעדט פון דאווענען אין א ביהמ"ד מיט א פאן, נישט פון סתם בנינים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

תגובהדורך צוציק » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 9:49 am

היברו וויקיפדיה:


אל על נתיבי אויר לישראל בע"מ, הידועה בשמה המקוצר אל על, היא חברת התעופה הגדולה בישראל ומרכז פעילותה והנהלתה בנמל התעופה הבינלאומי בן-גוריון.

אל על מפעילה טיסות לאירופה, אסיה, אפריקה וצפון אמריקה, ומתמקדת בשוק הטיסות הבינלאומי, למרות שחלק קטן מטיסותיה לאירופה וממנה כולל קטע טיסה בין נתב"ג לעובדה. בנוסף, מפעילה החברה קו טיסות סדיר לאילת. בשנת 2005 הטיסה אל על למעלה מ-3.5 מיליון נוסעים.

"במשך שנים שמשה אל על כחברת התעופה הלאומית של ישראל והייתה בבעלותה של ממשלת ישראל"
, אך צעדים להפרטתה החלו ב-12 ביוני 2003, כשמניות החברה הוצעו למכירה לציבור, וב-1 בינואר 2005 הייתה חברת כנפיים - אחזקות ארקיע בע"מ לבעלת השליטה באל על.
תולדותיה של חברת אל על קשורות באופן מובהק בדברי ימיה של מדינת ישראל - היא נטלה חלק במבצעי העלייה הגדולים מארצות ערב, אתיופיה ומחבר המדינות,
ורשת יעדיה שקפה לאורך השנים את יחסיה הבינלאומיים של ישראל בעולם כולו ועם שכנותיה בפרט.


קאמענטארן זענען איבריג
אוהבי ה שנאו רע
לעצט פאראכטן דורך צוציק אום דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:12 am

מאנ-יימער האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין

כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת

סאטמאר רבי רעדט פון דאווענען אין א ביהמ"ד מיט א פאן, נישט פון סתם בנינים

איז וואס וועט זיין נעבעך מיט מירון וואס מ'גייט יעצט ארויפלייגען א ריזיגען פאן???

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 02, 2012 10:15 am

שויתי'ניק האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:סאטמער רבי ז"ל פסק'נט להלכה אז אין א פלאץ ווי עס איז דא א דגל פון מדינת ישראל איז אסור אריינציגיין

כדענק נישט צו עס איז אין דבר"י עה"ת צו אין שו"ת


יהיה כן האט געשריבן:חברה
עטץ ווילטס מגבב זיין חומרות געזונטערהייט, לאז דעם סאטמאר רב ארויס דערפון
וואס? סאטמארע אידן גייען נישט אריין אין א בנין וואו סי׳ז דא דערויף דער דגל המדינה? אויב אזוי קין מען אין גאנץ ב״ג לופטפעלד נישט אריינטרעטן


כ'פארשטיי נישט כבוד הרב יהיה כן, ער זאגט דאך אז דער רבי ז"ל ברענגט עס להלכה...



פון דיין געשרייבעכץ דא זעה איך אז איר זענט מסתמא אויסגעקאכט במשנתו של הה״ק מסאטמאר אויב אזוי דאן איז דער אלטער כלל ״אייתי ספר ונחזי״
(איין מראה מקום גיב איך דיר אין דברי יואל אדער פ׳ במדבר אדער פ׳ בהעלתך איז דא אן אריכות איבער דעם דגל הסטרא אחרא...)

כ׳זעה איר האט מבהר געווען אייער הגדרה פון ״רבים חללים הפילה״ מיינט איר די אל על פירמע זעלבסט, נישט די פאהרער, אקעי מיט דעם האט איר שוין איימאל רעכט

הער מאכטע
אין מירון איז ערווארטעט פיל ערגערע סורפרייזעס ווי דער פאן, ה׳ ירחם על עמו ועל ארצו


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט