בלאט 15 פון 22
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 2:03 pm
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:דער רב ז"ל פלעגט אויך מאכען איי מיט צוויבעל ביים מיטטאג טיש
קיקיון האט געשריבן:-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: Re: הליכות עולם
צייט: 27 ינואר 2014 16:21
פון: אלמני
צו: קיקיון
אלמוני האט געשריבן:הי' פעם תשובה בכרם שלמה מאחד מגדולי עולם לבאר מנהג העולם לא להקפיד על זה
אולם האדמו"ר מבאבוב ז"ל בעצמו הי' משים השמאלץ בשינוי,
כמנהג זקינו הקדוש
נושא: קורצע עובדות און געדאנקעןקיקיון האט געשריבן:אין קונטרס שלושה שריגים הנספח לקונטרס פי צדיק
דערציילט הרהגה"צ מהרשי"ש מצישנוב זצ"ל מפי קדשו פון קדושת ציון זי"ע
דער ד"ח איז געווען אויף קור בקרית חוצות, אויך איז דארט געווען הרה"ג יצחק אהרן איטינגא אבד״ק לבוב זצ"ל
וואס האט מיטגעהאלטען מיט אלע טישען, ש"ק מיטאג זעט ער ווי דער ד,ח מאכט אליין די ציבעלעס מיט איי
פרעגט ער פארוואס מאכט דאס צאנזער רב אליין
לעמבערגער רב ווייסט דאך אז עס איז דא פראבלעמען מיט טוחן וויל איך זיך ניט פארלאזען אויף די משמשים
די נעקסטע איז געווען נאך א גאסט איינער וואס האט עוסק ג'ווען אין די קליינע אותיות , אים האט דער ד"ח
מסביר געווען אז ער קען ניט איבערגעבען פאר די אידענע אין קוך זיינע חשבונות
די דריטע איז געווען א גאסט א איש פשוט, אים האט ער געזאגט ציבעלעס וואס שטייען לאנג ווערען ביטער
און די שטוב מענשען ווייסען ניט ווען ער וועט ענדיגען דאס דאווענען
ריפט זיך אן לעמבערגער רב יעצט זע איך אז דעם אמת וויל דער רבי ניט מגלה זיין
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 7:48 am
דורך msp
למעשה פיהרט מען זיך ביי אונז אין שטוב מאכען די איי מיט צוויבעל פרייטיק
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 1:47 pm
דורך לכאורה
msp האט געשריבן:למעשה פיהרט מען זיך ביי אונז אין שטוב מאכען די איי מיט צוויבעל פרייטיק
אויב איר האט אמאל א גאסט פון צאנז-קלויזנבורג, דארפט איר אים זאגן אז דאס איז איבערגענעכטיגטע אייער, זיי זענען זייער מקפיד דערויף אפילו בתערובת.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:00 pm
דורך קיקיון
ווען מען לאדענעט אזא גאסט פאר ש"ק דארף מען אים בעטען א רשימה פון חומרות
דוכט זיך אז די ביעא איז ניט דער איינציגער (בעי') וואס קען זיך מאכען
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:33 pm
דורך לכאורה
וואס נאך?
איך בין אומבאקאנט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:47 pm
דורך קיקיון
ווער דערקענט

וואס איך האב מעתיק געווען
דא ?
איך געדענק ניט פון ווי
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:57 pm
דורך למעלה משבעים
שערי תשובה סימן רנ"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 9:02 am
דורך קיקיון
איך האב אמאל געהאט ש'"ק א "שבת זייגער" שאלה
האב איך געפרעגט מיין נעקסט דאר נעיבאר
זאגט ער מיר ע"פ סברא איז דאס מותר און טיע ווי די ווילסט
איך קען ניט פסקנען די שאלה איך האב ג'האט שימוש ביים אג"מ
=
געהאט לכה"פ 2 פעלער וואס מיין מו"ץ האט געהייסען
ווייז דאס פאר א צווייטען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 9:29 am
דורך שאינו יודע
ר' משה האט מחמיר געווען אז מען זאל נישט ארויסנעמען די ציינדלעך פונעם זייגער אלס מוקצה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 9:34 am
דורך קיקיון
עס איז ניט געווען א ציינדלעך שאלה
ער איז בדרך כלל ניט געווען קיין גרויסער האלטער פון שבת זייגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 30, 2014 10:41 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:עס איז ניט געווען א ציינדלעך שאלה
ער איז בדרך כלל ניט געווען קיין גרויסער האלטער פון שבת זייגער
העתקקה מהעתקה
הגאון ר' משה פיינשטיין (שו"ת אגרות משה, אורח חיים, חלק ד, סימן ס)
י
צא לחדש כי יש לאסור עשיית פעולות בעזרת שעון שבת, מערב שבת. לפי דעתו "פשוט שאסור להתיר זה, דהרי על ידי מורה שעות כזה יכולים לעשות כל המלאכות בשבת ובכל בתי החרושת (פעקטעריס) ואין לך זלזול גדול לשבת מזה, וברור שאם היה זה בזמן התנאים והאמוראים היו אוסרין זה, כמו שאסרו אמירה לעכו"ם מטעם זה, וגם אולי הוא ממילא בכלל איסור זה דאסרו אמירה לעכו"ם, דאסרו כל מלאכה הנעשית בשביל ישראל מצד אמירת הישראל וכל שכן מצד מעשה הישראל"
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 11:07 am
דורך msp
איך מיין אז נאר די לעקטער האט ר' משה ז"ל מתיר געווען מיט דעם שבת-זייגער ווייל דאס האט זיך שוין איינגעריסען ביים כלל ישראל
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 11:47 am
דורך קיקיון
דעם ליל ש"ק האט זוגתי שתחי' געזעהן אז דער שבת זייגער האלט ביי AM
דאס הייסט אז דער לאמפ וועט זיך אויסלעשען 12 מיטאג
האט מען געמיזט מאכען א טלטול בגופו און ארויסשלעפען דעם DIAL מיט די ציין
(הוראה ששמעתי מ"הבאר משה" זי"ע)
זאגט מיר זוגתי שתחי' אז מהיום והלאה איז עס מיין JOB זעהן אז דער זייגער איז
גוט איינגעשטעלט
האב איך זיך דערמאנט אן הנהגה פון באר משה אז די רביצין פלעגט צינדען ליכט מיט אויסגעלאשענע
לעקטער און ער האט עס אנגעצינדען נאך איר ברכה
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:20 pm
דורך msp
דער שש"כ איז מער מיקל צו ריקען דער שבת זייגער
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:25 pm
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:דער שש"כ איז מער מיקל צו ריקען דער שבת זייגער
ווי אזוי גיט ער זיך אן עצה מיט מוקצה ?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:32 pm
דורך msp
איך מיין אז נאר דער מנחת יצחק האט געהאלטען עס איז א פראבלעם פון מוקצה
פארוואס דער שש"כ דערמאנט נישט וועגען מוקצה בין איך נישט אין גאנצען ברור
קען זיין אז דאס הייסט נישט ממש טלטול
און אויך אפשר הייסט עס א כלי שמלאכתו לאיסור
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:38 pm
דורך קיקיון
בי א קלינגענדיגען וועק זייגער איז דא א סברה אז עס זאל זיין א צריך למקומו
ער דארף האבען דעפ שלאף שטוב צו שלאפען
אבער דא קען ער נאך עסען און אפילו אריינקוקען און א ספר (ש"ק נאכמיטאג)
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 12:46 pm
דורך farshlufen
פארהאן א תשובה אין מאזני צדק דאכט זיך, דער ציינדל איז העכסטנס א כלי שמלאכתו לאיסור וואס ער נעמט אוועק אלס צריך למקומו.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 1:08 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:פארהאן א תשובה אין מאזני צדק דאכט זיך, דער ציינדל איז העכסטנס א כלי שמלאכתו לאיסור וואס ער נעמט אוועק אלס צריך למקומו.
וואס איז דער חשבון ? ראה תמיהתי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 1:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:פארהאן א תשובה אין מאזני צדק דאכט זיך, דער ציינדל איז העכסטנס א כלי שמלאכתו לאיסור וואס ער נעמט אוועק אלס צריך למקומו.
יא אויך אזוי געוויסט. געהערט האבך אז איינער וויל זאגן עס זאל הייסן "תיקון מנא", ברויך מען אריין קלערן.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 02, 2014 4:14 pm
דורך קיקיון
פאר די בר מצוה פון בני נ"י האב איך גגעבען בודק זיין זיידענס (מו"ח ז"ל) תפילין
(מו"ח איז געווען געווען א בעה"ב א שיינער בן תורה א גרויסער יר"ש)
פרעגט מיר דער בודק צי איך ווייס פון וועם מו"ח האט געקויפט די תפילין ווייל דער של יד
איז געווען צוווי קלפים מיט אנדעדע כתב און עס קען זיין א שאלה פון שלא כסדרם
האב איך זיך שואל עצה מיט א קלוגען איד צי איך זאל אים קויפען נייע תפילין האט ער מיר
געהייסען פרעגען א מורה הוראה פרעגען און אויב עס איז כשר לכתחילה אפילו ניט אזוי מהודר ווי איך וואלט געקויפט
זאל איך אים געבען זיין זיידענס תפילין
האט מיר ידידי דער בודק געעצהט אז איך זאל פרעגען דעם האליינער רב-דומ"ץ קלויזענבורג שליט"א
הרה"ג ר פישל שליט"א האט מיר געזאגט איך זאל אים געבען א טאג
צימארגענס זאגט ער מיר בשם איינעם פון די פריערדיגע אז מען זאגט ניט
רוב מצויין אצל סת"ם מומחים
פרעג איך און וואס איז מיט מיין שווער'ס חזקה אז ער האט געקויפט פון א מומחה ויר"ש
זיין תשובה אויף דעם געדענק איך ניט אבער למעשה האט ער געהייסען לאזען שרייבען
די צווייטע פרשיות
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 8:13 am
דורך msp
איר דערמאנט מיר א מעשה ביים נו"ב
מען האט געטראפען א ס"ת אין וואלד
האט ער געזאגט אז אויב מען טרעפט פארשידענע צורות אותיות ביי לעיני כל ישראל
קען מען זיך פארלאזען אז עס איז א כשר'ע ס"ת
ואמר בצחות לשונו : מנהג ישראל [אויב מען זעהט אין דעם ס"ת א קיום מנהג ישראל ווייסט מען אז] תורה היא
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 8:51 am
דורך קיקיון
הרה"ג ר פישל'ס שליט"א הוראה דארף א הסבר
פארוואס איז די גענייעכץ א ריעותא? ווען מען ווייסט ווער עס האט גענייעט איז דאך ניט קיין פראבלעם
ארגער ווי נמצאו בידי אינו יהודי?
סימן ל"ט סעיף ו
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 1:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:איר דערמאנט מיר א מעשה ביים נו"ב
מען האט געטראפען א ס"ת אין וואלד
האט ער געזאגט אז אויב מען טרעפט פארשידענע צורות אותיות ביי לעיני כל ישראל
קען מען זיך פארלאזען אז עס איז א כשר'ע ס"ת
ואמר בצחות לשונו : מנהג ישראל [אויב מען זעהט אין דעם ס"ת א קיום מנהג ישראל ווייסט מען אז] תורה היא
נישט דער הייליגער חתם סופר זי"ע שרייבט דאס?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 03, 2014 1:34 pm
דורך קיקיון
הרב ציננער שליט"א ברענגט דאס בשם דעם נוב"י אין רעק"א