Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:55 am

דו רעדסט יעצט פן מדת חסידות אדער על פי הלכה?

במקום שאסור להרהר בדברי תורה, איז מען דאך סייווי מהרהר עניני עוה"ז.
(עס שטייט פון צדיקים אז מען זאל טראכטן שפלות עצמו במקום שאסור להרהר בדברי תורה, דאכט זיך מיר אז בשם דעם רבי'ן רבי אלימלך זצוק"ל)

Advertisement

מ'קען מדמה זיין לאפרושי מאיסורא ???

דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:01 am

מ"ב פ"ט ל"ו
ולקנות צרכי סעודה בע"ש קודם תפלה שרי דחפצי שמים המה

דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:13 am

שאינו יודע האט געשריבן:דו רעדסט יעצט פן מדת חסידות אדער על פי הלכה? במקום שאסור להרהר בדברי תורה, איז מען דאך סייווי מהרהר עניני עוה"ז.
(עס שטייט פון צדיקים אז מען זאל טראכטן שפלות עצמו במקום שאסור להרהר בדברי תורה, דאכט זיך מיר אז בשם דעם רבי'ן רבי אלימלך זצוק"ל)

מ"ב פ"ה ס"ק ה
.... ופשוט דמותר אדם להתבונן בבה"כ בגודל שפלותו ושבסופו יחזור כולו להיות עפר רימה ותולעה ואין נאה לו הגאוה: (ו) אסור - ויחשוב שם חשבונות ביתו והוצאותיו כדי שלא יבא לידי הרהור ובשבת יחשוב בבנינים וציורים נאים:

דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:38 am

איך מיין אז עס שטייט אין צעטיל קטן אדער אין הנהגת האדם.

מען זאגט אויפ'ן וויזשניצער רבי'ן שליט"א, אז ער 'לערנט' די מאפע.

דינסטאג מאי 07, 2013 3:58 pm

א פאר וואכען צירוק ג'האט א גאסט אן אייניקעל וואס משום רפואה עסט ניט קיין "קארבס"
נאך קידוש כאף איך זיך אז איך האב פארגעסען מוציא זיין
זאגט זי אז א מו"ץ האט איר ג'פסקנט אז זי מעג עסען אן קידוש ווויל עס פעלט במקום סעודה
האב איך ג'פרעגט צי זי האט ג'דאווענט מעריב זאגט זי ניין האב איך איר ג'הייסען דאווענען
זי טאר דאך נישט עסען פאר א מצוה דרמיא עלה
מיין מו"ץ האט מיר ג'זאגט אז דעם חיוב דאורייתא האט זי יוצא ג'ווען מיט הערען אפילו אן די כוונה יוצא זיין
ניט ארגער ווי גוט שבת

דינסטאג מאי 07, 2013 4:34 pm

רב קקיון, העצה היעוצה איז שטענדיג אינזינען האבן אלע שומעים.

דינסטאג מאי 07, 2013 5:03 pm

farshlufen האט געשריבן:רב קקיון, העצה היעוצה איז שטענדיג אינזינען האבן אלע שומעים.

איך האב טאקע ג'קלערט אז איך האב אזוי ג'טראכט אבער איך האב ג'האט א צד ספק אז עס איז ארויס פון הרגל
ניט יעדען שבת האבען זיידע\באבע געסט און
רוב פון מיינע געסט מאכען אליין קידוש
וואס האט זי דערלייגט? ווי לאנג דויערט שוין א שמ"ע?

מיטוואך מאי 08, 2013 12:53 pm

למעלה משבעים האט געשריבן: אין איך איך זעך א פראדוקט מאכט נאר זיכער אז אויב די פאנט האט א איד געמאכט, און יענער גיבט עס נישט ארויס בחנם, אז איר זאלט צאלן דערפאר.

קאוד:
From: .......
To: ask@businesshalacha.com   בית הוראה של הרה"ג ר היים קאהן שליט"א
Subject: fonts of unknown origin
I received a package of fonts from a friend who does not remember the source and whether they are freeware or purchased.
Can I use them ?

קאוד:
On Wed, May 8, 2013 at 12:04 PM, Gershon Schaffel <gershons@businesshalacha.com> wrote:
Thank you so much for contacting us about this important matter and I apologize for the delayed response.  The answer to your inquiry is that it is permitted for you to use the purchased fonts. Hatzlacha Rabba, Gershon Schaffel Business Halacha Institute

From’…….To: Gershon Schaffel
Does it matter that I did not purchase the fonts? They were given to me as a favor

From: Gershon Schaffel <gershons@businesshalacha.com>
 No, it is all the same.

מאנטאג יולי 01, 2013 1:33 am

איינער איז אויף א NO WHEAT DIET און משום איזה סיבה איז נישט דא קיין SPELT OR OAT שלימות איז ער יוצא לחם משנה מיט דעם וואס ער האלט
אויך די געווענליכע שלימות פון די ב"ב בשעת בציעה באופן אז די ב"ב מאכען אליין די ברכה ?
אדער איז בעסער אז ער איז מוציא די ב"ב מיט די ברכה ?
ראה
ספר משנה הלכות חלק יא סימן שנח
א דימיון ?

פרייטאג יולי 05, 2013 9:02 am

מיין מנב"ת האט מיר יעצט דערמאנט אפשערען די נעגעל עס קימען 9 טעג האב איך געטשעקט
אין מ"ב תקנ"א
(כ) אסורין לספר – ולעניין נטילת צפרנים יש דעות בין האחרונים. אכן לצורך טבילת מצוה, בודאי שרי. וכן לכבוד שבת, כגון שחל תשעה באב בשבת, שרי בערב שבת ליטול הצפרנים [אחרונים]. ולענין סריקת הראש אין להחמיר אפילו בשאר ימי השבוע:

פרייטאג יולי 05, 2013 2:15 pm

יישר כח!

דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:56 am

בית יוסף אורח חיים סימן קנח
ו
מ"ש ועוד כיון דמברך קודם הניגוב וכו'. כן כתבו התוספות והרא"ש שם. ומכל מקום אין במשמע דבריהם שם דבדוקא קא אמרי דצריך לברך אחר הנטילה אלא דמטעמים אלו נוהגים לברך אחר הנטילה, וא"כ לא הוה ליה לרבינו לכתוב לא יברך עד אחר הנטילה, אלא כך הוה ליה לכתוב ומברך קודם נטילה כדקיימא לן (סוכה לט.) כל המצות מברך עליהם קודם לעשייתן, ומיהו נהגו העולם לברך אחר נטילה משום דפעמים דאין ידיו נקיות. והרמב"ם (ברכות פ"ו ה"ב) כתב סתם כל הנוטל ידיו מברך. ורבינו ירוחם (נט"ז ח"ו קמז:) כתב שראה לרבותיו נוהגים אחר שפשוף ידים מברכין קודם שיטלו עליהם מים שניים כיון שהן נקיות כבר. ולדברי כולם צריך לברך קודם ניגוב עכ"ל.

ג'זעהן א פאר וואכען צירוק ביי א שבע ברכות סעודה ג' דעם מרא דאתרא טוען ווי רבותיו פון רבינו ירוחם
נאך אמאל געוואשען נאך די ברכה
נאך אימיצער ג'זעהן אזאנס?

זונטאג יולי 14, 2013 8:35 am

געזעהן און "האיחוד בחידוד" ענגלישע מהדורא
א דאקטער א שות"מ אן אויסגעריפענער מומחה האט געשריבען אין new england journal of medicine אויף א געוויסע
מחלה אז עס איז ניט קיין סכ"נ רוב אנדערע מומחים האבען מחולק געווען.
18 יאר שפעטער האט עס אים געטרעפען, ר"ל
האט ער ג'פרעגט צי ער זאל עסען יו"כ
הרב ר יצחק זילבערשטיין האט אים ג'פסקענט אז ער טאר ניט עסען אלס שוי' אנפשי' אבער אנדערע אידען זענען מחיוב אים FORCE FEED
דער עורך צייכענט צו צו די גמ און ע"ז כ"ח: און ר' שלמה קלוגער און עבודת עבודה

ווער קען מסביר זיין פארוואס דעס איז שוי' אנפשי' אז ער פרעגט איז א סימן אז ער האט לכה"פ ספיקות אפשר זענען זיינע קאלעגעס גערעכט

זונטאג יולי 14, 2013 8:56 am

פארגעסען צולייגען
md.PNG

זונטאג יולי 14, 2013 8:59 am

זייער אונטרעסאנט

זונטאג יולי 14, 2013 10:21 am

-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: Re: הליכות עולם לו
צייט: זונטאג יולי 14, 2013 10:58 am
פון: msp
צו: קיקיון

msp האט געשריבן:אינטערעסאנט
וועלכע מחלה? ער האט ניט געשריבען
און אפשר האט ער געוואלט וויסען צו על פי הלכה איז ער טאקע מחוייב
ווייל אנדערע דאקטוירים האלטען דאך נישט ווי אים? די אלע יארען האט ער דאך געזאגט פאר מורי הוראה אז עס איז ניט קיין סכנה

בכלל איז די גאנצע פליאה אפילו עס איז צוויי דעת יחיד'ס איז מען מחלל שבת
דא איז א רוב ?

זונטאג יולי 28, 2013 4:10 pm

דעם עש"ק נאך הדה"נ האט זוגתי שתחי' געוואלט צילייגען א מצה צו לחם משנה אבער פון
יעדע מצה האט ג'פעלט האט זי מיך ג'בעטען איך זאל אפברענען 2 מצות
איך קען זיך ניט דערמאנען פון ווי איך האב גענימען דעם פאטענט

מאנטאג יולי 29, 2013 7:51 am

איך האבּ אויך אזוי מקבל געווען פון מיין מאמע ע"ה
אבּער לכאורה איז גענוג איין אפּגעבּריהטע מצה מצרף צו זיין צו די חלה

מאנטאג יולי 29, 2013 8:10 am

msp האט געשריבן:איך האבּ אויך אזוי מקבל געווען פון מיין מאמע ע"ה
אבּער לכאורה איז גענוג איין אפּגעבּריהטע מצה מצרף צו זיין צו די חלה

איין אפּגעבּריהטע מצה פער סעודה
איך וויל ניט עדווערטייזען אבער א. . מצה גייט ניט צוריק אין שאכטעל

מאנטאג יולי 29, 2013 8:53 am

איך הער...

פרייטאג אוקטובר 18, 2013 10:25 am

כ'האב געזעהן אין א KASHRUS בלעטיל
Capture.JPG

און צייכענט צו קי"ג
קי  ג.JPG
קי ג.JPG (15.76 KiB) געזעהן געווארן 359 מאל

א פליטת הקולמוס
אז STEAM איז כמו עישון איז א שמיעס אין שפעטערדיגע עיין דרכי תשובה סי' קי"ג סקט"ז
--
היפש יארען צוריק האט זוגתי שתחי' בטעות געקויפט BABY CORN מיט OU און אפגעקאכט מיט פלייש
איידער איך האב געפרעגט מיין מו"צ וועגען כשר'ן דעם טאפ האט איך געפרעגט דעם OU RABBI פון יענע פירמע
צי עס איז נאכל כמות שהיא חי האט ער מיר גענטפערט
It is not but it is steamed
איך האב איבערגעזאגט פאר מיין דיין האט ער מיר געזאגט
ביי א מחלוקת הפוסקים ביי בישול עכו"מ דארף מען ניט כשר'ן

פרייטאג אוקטובר 18, 2013 11:27 am

רב קקיון, דאס איז אויב יענער משגיח וויל אנעמען אז סטיעם פרעשור קוקינג הייסט ווי מעושן.

פרייטאג אוקטובר 18, 2013 11:37 am

farshlufen האט געשריבן:רב קקיון, דאס איז אויב יענער משגיח וויל אנעמען אז סטיעם פרעשור קוקינג הייסט ווי מעושן.

פארשטיי ניט דיין הערה!
1 יענער משגיח האט דאך בפירוש געזאגט
2 איך האב געפרעגט מיין רב
3 מיין רב האט ניט מתיר דעם מאכל נור אז מ'דארף ניט כשר'ן

זונטאג אוקטובר 20, 2013 3:37 am

אינטערעסאנט

זונטאג אוקטובר 20, 2013 8:19 am

רב קקיון, איך הער, אבער פרעגט אייך בעסער נאך ביי היימישע משגיחים אויב קאכן אינעם קען דורך א ריטארט מאשין איז נישט קיין געהעריגער בישול.
שרייב א תגובה

Advertisement