גליון האט געשריבן:ווען מ'וואשט זיך פאר'ן עסן בפרט ביי שלש סעודות איז געווענדליך די טעפל נאס איז אזוי ווען מ'וואשט די ערשטע הענט מעג די 2'טע הענט נאך זיין נאס אבער ווען מ'וואשט די 2'טע הענט און מיט די געוואשענע הענט כאפט מען אן די נאסע טעפל ווערט די האנט צירוק טמא
וועגן דעם איז כדאי אדער אפציווישן די טעפל (פארשטייט זיך נישט אויף יענעמ'ס חשבון) אדער אנכאפן די הענטל מיט א האנטוך וכדו' ופשוט
להוי ידוע, זיכער איז דאס א ענין גדול מקפיד צו זיין דערויף, אבער עס גאנץ א קנאפע שייכות מיט הלכה.
ע"פ הלכה אויב וואשט מען זיך מיט א רביעית אויפאמאל, קען די האנט שוין נישט טמא ווערן, אפילו אויב מען רירט אן א אומגעוואשענער אדער טמא'נע וואסער. אויך איז די הלכה, אז ווען מען וואשט זיך מיט א רביעית אויפאמאל (מיט איין גיס א גאנצע רביעית) ווערט די געוואשענע וואסער אויך נישט טמא, ממילא, ווען מען רירט אן די טעפל מיט געוואשענע הענט איז מען צוויי מאל "נישט" טמא געווארן, איינס, איך האב זיך דאך געוואשן מיט א רביעית אויפאמאל, צווייטנס, דער פריערדיגער האט זיך אויך מן הסתם געוואשן מיט א רביעית אויפאמאל ממילא איז די וואסער בכלל נישט טמא געווארן.
די ענין פון די אויבנדערמאנטע זהירות איז ווייל אפשר האט זיך פריער געוואשן איינער מיט ווייניגער ווי א רביעית אויפאמאל (ווייניג מצוי כהיום ווען עס איז דא א שפע פון וואסער), און אפשר האב איך זיך אויב געוואשן מיט ווייניגער ווי א רביעית, און אזוי קען מען טמא ווערן, אבער עס איז א ווייטע חומרא וזהירות.
דאס אליין החרשתי, אבער עס קומט ארויס פון דעם אסאך א גרעסערע קולא, עס מאכט זיך אפט ווען איינער וואשט זיך, מאכט די ברכה, און די רגע פארן זיך אפווישן רירט ער אן איינער מיט נאסע הענט אדער א אומגעוואשענער, ע"פ רוב לויפט מען צוריק צום סינק און מען וואשט זיך איבער מיט א ברכה, דאס איז א ריכטיגע ברכה לבטלה, ווייל ער איז בכלל נישט טמא געווארן, ווייל ער האט זיך דאך געוואשן מיט א רביעית בבת אחת.