חילוקים טבעיים בין ישראל לעמים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

חילוקים טבעיים בין ישראל לעמים

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:03 pm

אין די אשכול צייכענט צו ווי אימער מ'זעהט חילוקים גופיים אדער טבעיים בין ישראל לעמים

פארווארט:
פון ווי זאלן מיר אנפאנגן ווען מיר גייען באשרייבן דאס אויסדערוועלטע פאלק, די פאלק צו וואס מיר געהערן עם ישראל? איי איי אידעלעך, מיר זענען אנדערש ווי אנדערע פעלקער, אונזער אויפפירונג, אונזער קליידונג, אונזערע קערפער, איבערהויפט אונזערע תכונת הנפש. נישט אומזיסט האט דער הייליגער באשעפער אונז אויסדערוועלט פאר זיין פאלק, צו זיין פאר אים די עם סגולה. מיר פארמאגן פארשידענע טיטלען, א קלוג פאלק, אויסדערוועלט פאלק, הייליג פאלק, אן אייביג פאלק, א הארטנעקיג און עקשונתדיגע פאלק. מיר זענען נייגעריגע, מיר קענען נישט רוען און איינזיצען... אוי אידעלעך. לאמיר כאפן א קורץ בליק איבער די אייגענארטיגקייט פונעם אידיש פאלק.3
די היסטאריע פון די אידישע פאלק
כלל ישראל ווערט אנגערופען זרע אברהם. אברהם אע"ה איז געווען דער ערשטער איד אויף דער וועלט, ער האט געהייסן אברהם העברי, עברי מיינט א זייט, ווי די מדרש שרייבט אברהם איז געווען אויף איין זייט און די גאנצע וועלט אויף די אנדערע זייט, נאר ער האט געגלייבט אינעם באשעפער. זייענדיג דריי יאר אלט האט ער אנערקענט אז די וועלט פירט זיך נישט אליינס, יש מנהיג לבירה. מיט זיין נייגעריקייט האט ער געזוכט און געפארשט ביז ער איז געקומען צו די החלטה אז איינע פירט די וועלט, און דאן האט זיך הקב"ה אנדעקט פאר אים. – איינע פון די תכונת הנפש פון אידן איז נייגער, מ'וויל וויסן, מ'וויל הערן, מ'לערענט, מ'ליינט, מ'קוקט מ'הערט. די תכונה איז איינגעווארצעלט אין די ד"י ע"ן ע"י פון דאס אידישע פאלק, ווייל אברהם דער אבי האומה הישראלית האט אזוי געגרינדעט די עם ישראל.
אין די צייטן פון יעקב אבינו האט זיך די נאמען פון כלל ישראל געטוישט אויף "ישראל', און שפעטער ווען די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן אין גלות און בלויז צוויי שבטים שבט יהודה און שבט בנימין זענען געבליבן, האט כלל ישראל באקומען די טיטל יהודי, נאך שבט יהודה וואו זיי זענען די מערהייט פון כלל ישראל.
א פאלק אדער א גלויבונג
אין יאר תקס"ב ווען פראנקרייך אין שפיץ פון איר קייזער נאפאליאן איז געווען פארנומען צו טוישן די וועלט, איז דאן פארגעקומען א זיצונג אין די געזעץ הויז פון פראנקרייך, ווי דער ראש המחוקקים האט אויפגעברענגט די פאלגענדע שאלה: זענען די אידן פאררעכענט ווי אידן ווייל זיי פארמאגן איין גלויבונג, וואס לפי זה קענען זיי פאררעכענט ווערן אלס פראנצויזן וואס גלייבן אין די אידישע גלויבונג, להבדיל ווי אנדערע גלויבונגען. אדער בנוסף צו זייער גלויבונג זענען זיי א פאלק פאר זיך, וואס לפי זה זענען זיי נישט קיין פראנצויזן ממילא קענען זיי נישט באקומען די רעכטען ווי פראנצוזישע בירגער.
צווישן די באוויסטע צוועלעף שאלות וואס נאפאליאן האט פארגעלייגט פאר די סנהדרין וואס ער האט געגרינדעט, האט זיך געציילט שאלות ווי ער האט געצילט קלאר צושטעלן די אויבערדערמאנטע פראגע אויב די אידן זענען א פאלק פאר זיך, צב"ש, איין שאלה איז געווען, אידן וואס זענען געבורין אין פראנקרייך, און זענען לויט די פראנצויזישע געזעץ פאררעכענט אלס בירגער, צו רעכענען זיי פראנקרייך אלס זייער לאנד? זענען זיי פארפליכטעט צו די געזעצען פון די לאנד? מעג א איד נעמען ריבית פון א גוי? אא"וו.
אין ספר הכוזרי שרייבט דער חבר אז אידן זענען א מין פאר זיך, ער איז נישט א מענטש וואס אנשטאט די זיבן מצות וואס א גוי איז מחיוב איז ער מחיוב מיט נאך זעקס הונדערט און זעקס (עס איז כדאי צו לערנען די שטיקל א הערליכע הסבר).
אין יאר תש"ע האט די ניו יארק פאסט באריכטעט אן אויסקום פון א וואונדערליכע אויספארשונג: נאכדעם ווי מ'האט איבערגעקוקט די ד"י ע"ן ע"י פון אידן פון אלע לענדער, אייראפישע-אשכנזים, אייראפישע-ספרדים, ספרדים, תימענ'ע אד"ג האט זיך אויסגעשטעלט א וואונדערליך בילד, אלע אידן פארמאגן א ד"י ע"ן ע"י שטריך וואס איז אייניג ביי זיי אלע, אפילו זיי קומען פון אנדערע עקן פון די וועלט. לעומת זה גוים פארמאגן עס נישט.דאס מיינט אז אידן פון ליביע און ענגלאנד וואס זענען שוין גענעטיש אפגעריקט צוויי טויזענט יאר, פארמאגן מער ענליכע גענעטישע שטריכן ווי די איד און נישט איד פון ליביע, אדער די איד און נישט איד פון ענגלאנד.
די דריי אידישע סימנים
דוד המלך לערענט אונז אז צו פאררעכענט ווערן אלס זרע אברהם מיז מען פארמאגן די דריי סימנים, רחמנין, די מדה פון רחמנות האבן און נישט זיין קיין אכזר. ביישנין, שעמעדיג, און נישט זיין עזותדיג און חוצפהדיג. גומלי חסדים, ארויסהעלפן איינע דעם צווייטן. די דאזיגע דריי סימנים איז קעגן די דריי אבות, אברהם, חסד. יצחק, בושה, יעקב, רחמנות. מיט די דריי סימנים שטייגט דאס אידישע פאלק ארויס פון אלע אנדערע פעלקער, ווי מיר זעהן עס היינטיגע צייט. דאס רחמנות פונעם אידישן פאלק איז אומבאשרייבליך, מ'הערט נישט א איד זאל הרגענען אדער זיך אויפפירן מיט אכזרוית צו א צווייטן איד, אדער אפילו צו א גוי אדער בעל חי. גומלי חסדים, מיט די הונדערטער חסד ארגיניזאציעס וואס כלל ישראל פאראמאגט, איז איבריג עס צו באשרייבן. בלייבט איבער די סימן פון ביישנים, דא דארפן מיר שרייבן אן ערקלערונג.
די גמרא אין מס' ביצה (כה) ישראל עזין שבאומות, אידן זענען פאררעכענט אלס א עזותדיגע פאלק. פרעגט די מהרש"א און די מהר"ל, הלמאי, איינע פון די סימנים פונעם אידישן פאלק איז דאך ביישנים, דאס פארקערטע פון עזות. שרייבט דער מהרש"א (נדרים כ) מיר געפונען אין פרקי אבות ולא הביישן למד, א שעמעדיגער לערענט נישט, ווייל ער שעמט זיך צו פרעגן אד"ג. נו, פאר לערנען דארף מען האבן די מדה פון עזות, און פאר מדות דארף מען האבן די מדה פון בושה. וועגן דעם האט ה' געגעבן די תורה פאר די אידן אז זיי זאלן ניצן די מדה פון עזות פאר לערנען. נאך ענטפערט ער, אז תורה שוואכט אפ די עזות פון א מענטש. וועגן דעם ווערט בושה פאררעכענט אלס א סימן פאר א איד, ווייל ער לערענט די תורה. ליידער ווערן די ישראלים פאררעכנעט אלס די ערגסטע און עזותדיג'ע טוריסטן אין די וועלט, זיי לערנען נישט די תורה וואס זאל אפשוואכן זייער עזות. [אודות גרים האם יש להם הג' סימנים עי' בעין למשפט מה שהביא בשם המדרש]
די מדה פון רחמות, און חסד, און בושה איז איינגעווארצעלט אין די אידישע פאלק דורך די מצות. ווי דער חינוך ערקלערט די שרשי המצות ביי עטליכע מצות, ווי ביי די מצוה פון הלואה (מ' סו): שרצה הא-ל ליהות ברואיו מלומדים ומורגלים במדת החסד והרחמים. ביי די מצוה פון אהבת הגר (מ' תל"א): כי ה' בחר בישראל ליהות לו לעם קדוש ורצה לזכותם, ולכן הדריכם וציוום על דרכי החנינה והחמלה, והזהירם להתעטר בכל מדה חמודה ויקרה, למצוא חן בעיני כל רואיהם ויאמרו עם ה' אלה. ביי די מצוה פון אבר מן החי (מ' תנ"ב): כדי שלא נלמד נפשנו במדת האכזריות שהיא מדה מגונה ביותר. אזוי אויך ביי די מצוה פון כיסוי הדם, מצוה פון שחיטה, מצוה פון משחית זיין ביימער שרייבט ער די ווערטער (עי"ש שהקב"ה שהוא הטוב רוצה שאנו יהי' טוב שטוב מדבק בטוב, תן לחכם ויחכם).
עם קשה עורף – א הארטנעקיג פאלק
אידן ווערן אנגערופן אין די תורה עם קשה עורף, די טיטל ווערט דערמאנט ביי די חטא העגל. אבער אין די ספרים הק' איז מבואר אז צוליב די מדה פון עקשנות וואס איז טיף איינגעווארצעלט אין כלל ישראל, טוען די אידן זיך מוסר נפש זיי און לאזן זיך הרגענען אויף קידוש השם. כלל ישראל צוליב זייער עקשנות האט זיך געלאזט שחט'ן ביי די גזירות ת"ח ות"ט, געלאזט פארברענען ביי די אינקיוויזיצע, און געשריגן שמע ישראל אין אושוויץ, ארץ ארץ אל תכסי דמם. מוראדיג'ע ווערטער שרייבט דער בעל התניא אז יעדע איד פארמאגט א ניצוץ אלוקית, א באהאלטענע ליבשאפט, אדער ווי מ'רופט עס דאס פינטעלע איד, און צוליב די ניצוץ וועט זיך אפילו א פושעי ישראל און קל שבקלים מוסר נפש זיין אויף קידוש השם. ע"כ. פארשער זענען געקומען צו די החלטה אז דאס וואס יעדע איד אפילו וואס האבן נישט געהאלטן קיי מצות אין זייער לעבן, טוען אויסשרייען אין זייערע לעצטע מינוטן איך בין א איד, און איך וועל שטארבן ווי איד, דאס קומט פון די אידישע עקשנות, וואס אומפארשטענדליך.
עם חכם ונבון, א קלוג און פארשטענדיג פאלק
די תוה"ק אין פ' ואתחנן רופט אונז אן עם חכם ונבון. דאס איז ברייט באוויסט אין די נישט אידישע וועלט אז אידן זענען די קלוגסטע. אלע צייטן ווען אנטיסעמיטן האבן באטיטעלט אידן מיט נידריגע שפריך ווערטער ווי גזלנים, פאפער'ס, רוצחים, אד"ג. זענען די אידן אבער קיינמאל נישט באשולדיגט געווארן אלס א נאריש און אומוויסענד פאלק.
אויסצורעכנען די אלע ערפינדונגען און פאטענטן וואס דער אידישע קאפ האט אנדעקט אין אלע הינזיכטן פון טעכנעלאגיע ביז מעדיצין, פון אגריקולטור ביז אסטראנאמיע, וועלן מיר אסאך טינט דארפן פארגיסן. פאר עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א בוך דורך א גוי, די בוך פארמאגט איבער זעקס הונדערט זייטן, ער רעכענט דארט אויס די נעמען פון אידן פון די לעצטע פאר הונדערט יאר וואס האבן געשפילט א ראלע אין חכמות, עקענאמיע, פאליטיק, און וואס אלס נישט. ביי אונז אידן ווייסן מיר אז אלע חכמות קען מען געפונען אין די תורה הקדושה,קדה.
נעמט א קליינעם ביישפיל איבער די אידישע חכמה, דריי פון די גרויסע שפיטעלער אין מאנהעטן פארמאגן אידישע נעמען. מיימאנעדי"ס (רמב"ם), בית ישראל, מאונט סיינ"ע (הר סיני).
עם סגולה – עם הספר
נאך מתן תורה איז די חשיבות פון עם ישראל דערהויבן געווארן און זענען אנגערופן געווארן עם סגולה, און גוי קדוש. און דאן האט אונז כביכול אפגעשיידט פון די אנדערע פעלקער, ואבדיל אתכם מן העמים ליהות לי. און פון דאן האט זיך אנטיסעמיטיזום פארמערט, ווי חז"ל זאגן אז סיני, מיינט שנאה. נאך מתן תורה ירדה שנאה בעולם.
עם הנצחי
דאס עקסזיסטענץ פון דאס אידיש פאלק איז נישט צו באגרייפן, נאך די אלע צרות, אלע פיינונגען, נאך די רדיפות און אומאויפהערליכע שנאה, נאך די שחיטות נאך די שריפות. זייענדיג א איינצעלנע שאף צווישן זיבעציג וועלף. און מיר געפונען זיך נאך אלס אויף די וועלט. גרויסע אימפעריעס ווי די רומיים און גריכן זענען שוין לאנג נישטא, אבער דאס אידישע פאלק איז דא. קיין מענטשליך הסבר האט עס נישט, ווי דער יעבץ שרייבט (הקדמה לסולם בית א-ל) מה יענה לזה פיליסוף חריף? היד המקרה עשתה כל אלה? חי נפשי כי בהתבונני בנפלאות אלה, גדלו אצלי יותר מכל הניסים ונפלאות שעשה הש"י לאבותינו במצרים ובמדבר ובא"י. ע"כ. די סיבה דערפאר איז די ברכה וואס הקב"ה האט מבטיח געווען פאר די אבות הקדושים, לא מאסתים ולא געלתים לכלותם, דאס אידיש פאלק וועט קיינמאל נישט פארטיליגט ווערן. די הבטחה איז שטערקער געווען ווי די רצון פון דעם צורר היהודים היטלער ימ"ש. ווען וועט שוין זיין די גאולה? א זיס יאר אויף אונז עם ישראל.
די חילוקים צווישן אידישע און גוישע קערפער
ציין: א איד פארמאגט צוויי און דרייסיג ציין, א גוי פארמאגט נאר איין און דרייסיג (מדרש תלפיות). אסאך רמזים איז געזאגט געווארן דערויף, מיר האבן אמאל געשריבן אז דאס איז וואס מיר זאגן אין די הגדה ביי די רשע, ואף אתה הקהה את שיניו. א רשע וואס איז א כופר, האקט מען אויס איין צא"ן ער זאל פארמאגן איין און דרייסיג ווי א גוי.
נאז: עס איז אנגענומען אז א איד פארמאגט א אנדערע נאז ווי גויים. די אנטיסעמיטן באנוצן זיך מיט זייערע קאריקאטורן אפצומאלן דעם איד מיט א געדרייט נאז ביים עק.
בשר חמורם בשרם: די קערפער פון א גוי ווערט פארעכענט ווי די קערפער ווי א בהמה, עי' נדה מה, דבעכו"ם אשה מתעברת מ ג' שנים ויום אחד, כבהמה שממהר להוליד, וביהודיה מי"ב ויום אחד.
רפואה: מיר האבן שוין געשריבן פאריגע וואך, אז אידן וויבאלד זיי דאגה'ן וועגן מצות איז זייער קערפער מער הייס, און גוים וויבאלד זיי עסן שקצים ורמשים איז זייער קערפער אנדערש ווי דעם איד'ס. דאס איז די סיבה פארוואס דער איד פארמאגט נישט קיין זיץ פלייש, דאס קערפער קאכט אים.
שאקלען: א איד וועט זיך אייביג שאקלען, ביים דאוונען, ביים לערנען, די מקור איז אין זוהר הק' פ' פנחס. אז די נשמה פון א איד איז אזוי ווי א לעכטעל'ע, וואס שקעלט זיך. דערוועגן ווען א איד דאווענט אדער לערענט צינדט זיך אן דעם נר ה' נשמת אדם.
לא-ל גומר אלי: תן לחכם ויחכם, ירושלמי נדרים (פ"ו ה"ח), ש"ך יו"ד קפ"ט, ובפליתי שם.
לעצט פאראכטן דורך תלמודלערנער אום דאנארשטאג ינואר 05, 2012 6:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:06 pm

קצת הוספות:

מילה, פאות הראש והזקן
. לישראל יש ל"ב שיניים ולגוי ל"א (מדרש תלפיות ) ובס' דרך שיחה הביא שיש רופא שיניים בארה"ב ששונא יהודים, וכשבאים אליו סופר השיניים, וכשמוצא ל"ב אינו רוצה לטפל. הרבה רמזים נעימים נאמרו ע"ז, ולב"ן שיניים מחלב, וכל ערל ל"א יאכל בו, ואמרתי פעם לפרש מה שאומרים בהגדה: אף אתה הקהה את שיניו, כיון שכפר הרי אינו יהודי לכן האק"ט מען אויס איין צא"ן. ועוד
מקובל שחוטם יהודי שונה משל גוי, (מדרש איכה)
בשר חמורם בשרם (יחזקאל כג, כ): בדרך כלל מדמים העכו"ם לבשר חמור לענין הלכה ודין, אבל מצינו ג"כ שלכמה דברים הם דומים לחמור ממש. בנדה (מה) דבעכו"ם אשה מתעברת מבת ג' שנים ויום אחד, ויהודייה מי"ב שנים ויום אחד, עי"ש בגמ' דהם דומים לחמור, לבהמה וחיה, אשר מולידים מהר. (עי' בגן המלך שבתשו' גינת וורדים אות קל"א) – לי הקטן נראה לציין למשנה בכורות (יט:) שפרה וחמור בנות שלש (ועי' תוס' ע"ז כד). והגר"מ אריק בטל תורה (נדה שם) כתב דמשמע מזה דטבעם של גוים משונה. [ע"ע דברים פלאים בחי' חת"ס נדה שם].
לענין רפואה כבר הבאנו את דברי החת"ס, דא"א לסמוך על ניסוי בגופים של גוים, דחביל גופייהו דאכלי שקצים ורמשים, ויהודים חביל גופייה דדייגי במצות, - ואגב, זהו הסיבה שאין ליהודים זי"ץ פליי"ש, שהמה דייגים במצות, וחם גופייהו. ובזוה"ק (פנחס ד' ריח) דעם בני ישראל טבעם להתנועע ואומות העולם אינם מתנענעים, דנשמת ישראל בא מגו בוצינא קדישא דדליק, דכתיב נר ה' נשמת אדם, ולכן כשלומד תורה או מתפלל דליק נשמת הישראל כנר דמתנועע לכאן ולכאן
עוד מצינו לא-ל גומר אלי (תהילים נז), ודרשו בירושלמי נדרים (פ"ו ה"ח) דא"ר אבין, בת ג' שנים ויום אחד נמלכו בי"ד לעברו, בתולין חוזרין, ואם לאו אינן חוזרין. וכ"ה לענין ווסתות (ש"ך יו"ד קפט). ובפלתי (שם) כתב דהא דאמרינן לא-ל גומר עלי ושיפורא (שופר) גרם לשנות הטבע והמציאות, זהו דוקא אצל ישראל, וז"ל: וזהו הכל באישי ישראל אשר חלק ה' עמו, והם מושפעים מפאת ה' ולא כפי טבעו והולכי הכוכבים, ועי' חת"ס נדה (ח).
לעצט פאראכטן דורך תלמודלערנער אום דאנארשטאג ינואר 05, 2012 6:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:18 pm

יש להוסיף (נישט די ניק) די ענין פון פסקה זוהמתן

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:52 pm

תלמודלערנער האסט א שריפט פון גאלד

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 3:58 pm

הערליך הערליך גאר שיין, שרייב נאך.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 4:11 pm

תלמודלערנער האט געשריבן:
עם הנצחי
דאס עקסזיסטענץ פון דאס אידיש פאלק איז נישט צו באגרייפן, נאך די אלע צרות, אלע פיינונגען, נאך די רדיפות און אומאויפהערליכע שנאה, נאך די שחיטות נאך די שריפות. זייענדיג א איינצעלנע שאף צווישן זיבעציג וועלף. און מיר געפונען זיך נאך אלס אויף די וועלט. גרויסע אימפעריעס ווי די רומיים און גריכן זענען שוין לאנג נישטא, אבער דאס אידישע פאלק איז דא. קיין מענטשליך הסבר האט עס נישט, ווי דער יעבץ שרייבט (הקדמה לסולם בית א-ל) מה יענה לזה פיליסוף חריף? היד המקרה עשתה כל אלה? חי נפשי כי בהתבונני בנפלאות אלה, גדלו אצלי יותר מכל הניסים ונפלאות שעשה הש"י לאבותינו במצרים ובמדבר ובא"י. ע"כ.


צו וואס דער יעב"ץ שרייבט, איז כדי צו באמערעקן, אז מען זאגט נאך אויף פארשידענע מלכים און פילאזאפען אז זיי האבען און א גינסטיגע מאמענט געהאט אזא שמועס. זיכענדיג שנעל האב איך דאס פאלגענדע געטראפען.

The German king Frederick the Great once asked the Marquis Charles De Bois, “Can you offer me proof of G d’s existence?” Without hesitating, the marquis replied, “The Jews, your Majesty
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 4:13 pm

ציין, אפשר איז דאס בדרך דרוש, אבער בדרך הטבע האט דאך יעדער מענטש 32 ציין, ויש להבין.

נאז, דארף מען זיך זעלבסט לאזן איינרעדן פון נארישע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע, ווען דער מציאות איז קלאר נישט אזוי? קאמאן.

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

עם חכם ונבון

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 4:21 pm

עס איז לעצטענס געווען אין די נייעס, ווי פראפעסארן פון דרום קאריע זענען געקומען צו די החלטה אז די קלוגשאפט פון די אידישע פאלק, וואס צוליב דעם פארמאגן זיי א גרויסע פראצענט פון די נאבעל געווינערס, קומט צוליב דעם וואס זיי לערנען די תלמוד. צווישן די הסברים וואס זיי געבן אן, פארוואס תלמוד מאכט קלוג, דאס איז די דראסטישע חילוק צווישן די מהלך ווי אזוי אידן לערנען, און להבדיל די גוישע קאלידזשעס. זיי שרייבן, אז די תלמוד איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך צוויי און דרייסיג געלערענטע [זיי מיינען די אמוראים, כ'ווייס נישט פון ווי זיי נעמען די נומער!]. די צוויי און דרייסיג האט יעדער געזאגט זיין מיינונג, זיין האבן זיך צווישן זיך אויסגעטענהט און נישט אייביג געקומען צו איין החלטה. לעומת זה ביי א קאלידזש, מוז מען אננעמען די מיינונג פונעם פראפעסער.

אגב, די תלמוד געפונט זיך אין יעדע שטוב ביי די דרום קאריענ'ס. זייער עדיוקעשאן דעפט. האט עס אויף די ליסטע אלס איינע פון די שטודיעס וואס מ'מיז לערנען אין שולע.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 4:29 pm

הערליך שיין, רב תלמודלערנער

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 4:33 pm

ישר כח הערליך שיין

די נאבעל פרייז געווינער לערנען דען תלמוד?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 5:07 pm

מר. קליען האט געשריבן:ישר כח הערליך שיין

די נאבעל פרייז געווינער לערנען דען תלמוד?

יעקב ב. פריעדמאן פון בקהילה, האט געפרעגט די קשיא אין א הערליכע עדיטאריעל. על זה אומרים גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 5:10 pm

שקר_הדייעט האט געשריבן:ציין, אפשר איז דאס בדרך דרוש, אבער בדרך הטבע האט דאך יעדער מענטש 32 ציין, ויש להבין.

נאז, דארף מען זיך זעלבסט לאזן איינרעדן פון נארישע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע, ווען דער מציאות איז קלאר נישט אזוי? קאמאן.

מיר זעהן אין מדרש איכה אז א איד פארמאגט א אידישע פנים, אדער ווי טייל זאגן אז א איד פארמאגט אן אנדער מין נאז. ווי די מדרש דערציילט איבער צוויי פרויען וואס האבן זיך צושלאגן, און בשעת מעשה האט איינע געזאגט פארן אנדערן : די פארמאגסט א אידישע פנים. שפעטער ווען זיי האבן זיך איבערגעבעטן, האט איין פרוי זיך אנגערופען פארן חברט'ע, אויף אלעם פארגעב איך דיר, אבער אויף דעם וואס די האסט געזאגט אז איך פארמאג א אידיש פנים, אויף דעם פארגעב איך דיר נישט. - און כידוע איז די עיקר פנים די חוטם כמבואר בחז"ל
אידן זענען אייביג געווען ללעג ולקלס, ווען אימער דער גוי וויל אפמאלן דעם איד אין א חוזק בילד, אדער קאריקיטור, וועט מ'עס מאלן מיט די פאות און מיטן נאז.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:06 pm

ר' תלמודלערנער, דעם אבן עזרא אין ישעיה קענט איר?

וזה לשונו (קאפיטל נ"ב, פסוק י"ד, על הפסוק 'כן משחת מאיש מראהו ותארו מבני אדם'):

וזה דבר ידוע כי כמה גוים יש בעולם שיחשבו כי צורת היהודי משונה מכל הצורות, וישאלו היש ליהודי פה או עין, כן בארץ ישמעאל ובאדום

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:20 pm

קרעמער האט געשריבן:ר' תלמודלערנער, דעם אבן עזרא אין ישעיה קענט איר?

וזה לשונו (קאפיטל נ"ב, פסוק י"ד, על הפסוק 'כן משחת מאיש מראהו ותארו מבני אדם'):

וזה דבר ידוע כי כמה גוים יש בעולם שיחשבו כי צורת היהודי משונה מכל הצורות, וישאלו היש ליהודי פה או עין, כן בארץ ישמעאל ובאדום

נישט געוויסט, א דאנק פאר די פאסיגע הערה
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

די קאליר פונעם איד

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:38 pm

כ'האב מיר דערמאנט די משנה אין מס' נגעים (ב, א): רבי ישמעאל אומר, בני ישראל, אני כפרתן, הרי הן כאשכרוע, לא שחורים ולא לבנים, אלא בינוניים. די קאליר פון א איד איז ווי א מין ארז בוש"ו בלע"ז (ברטנורא).

אפשר מיינט ער די מיטל מזרח קאליר. אונזערע אבות האבן דאך אלע געוואוינט אין מיטל מזרח, און פון דארט איז כלל ישראל צושטאנד געקומען.

הערה: איך האב געהערט בילדותי אז די תימנ'ע זענען טונקל הויטיג, אדאנק די קללה פון עזרא, וויבאלד זיי זענען נישט צוריקגעקומען קיין ארץ ישראל נאך די זיבעציג יאר ביי בנין בית שני, צו ווייסט איינער עפעס דערוועגן?
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:40 pm

אויף יענע משנה איז דא א העכסט אינטערסאנטע אליהו רבא וואו דער גר"א איז מסביר די סיבה פארוואס די בני חם זענען שווארץ און די בני יפת זענען ווייסער ווי די בני שם

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:41 pm

תלמודלערנער האט געשריבן:
שקר_הדייעט האט געשריבן:ציין, אפשר איז דאס בדרך דרוש, אבער בדרך הטבע האט דאך יעדער מענטש 32 ציין, ויש להבין.

נאז, דארף מען זיך זעלבסט לאזן איינרעדן פון נארישע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע, ווען דער מציאות איז קלאר נישט אזוי? קאמאן.


מיר זעהן אין מדרש איכה אז א איד פארמאגט א אידישע פנים, אדער ווי טייל זאגן אז א איד פארמאגט אן אנדער מין נאז. ווי די מדרש דערציילט איבער צוויי פרויען וואס האבן זיך צושלאגן, און בשעת מעשה האט איינע געזאגט פארן אנדערן : די פארמאגסט א אידישע פנים. שפעטער ווען זיי האבן זיך איבערגעבעטן, האט איין פרוי זיך אנגערופען פארן חברט'ע, אויף אלעם פארגעב איך דיר, אבער אויף דעם וואס די האסט געזאגט אז איך פארמאג א אידיש פנים, אויף דעם פארגעב איך דיר נישט. - און כידוע איז די עיקר פנים די חוטם כמבואר בחז"ל
אידן זענען אייביג געווען ללעג ולקלס, ווען אימער דער גוי וויל אפמאלן דעם איד אין א חוזק בילד, אדער קאריקיטור, וועט מ'עס מאלן מיט די פאות און מיטן נאז.


דער מדרש זאגט אז א איד פארמאגט אן אנדערע נאז - אדער "טייל" זאגן אזוי?

א אידישע צורה פון וואס מען רעדט, איז דאס איידלקייט, אן איידלקייט קען מען דערקענען אויף א צורה. אבער נישט אין פיזישן זין.

דער אבן עזרא דא רעדט דאך אויך פון די אנטיסעמיטן, אדער פון סתם אומוויסנדע גוים וועלכע האבן נאר געהערט אין קירכע פונעם "איד" אבער דאס קיינמאל נישט געזען פאר די אויגן און ווייסן נישט וואס פאר א סארט באשעפעניש דאס איז, דעריבער פרעגן זיי צו עס פארמאגט אויגן און א נאז.

פארוואס האט דער אייראפעאישער איד א נאז וואס איז ענליך (אין שיעור און אין פארעם) ווי כמעט אלע אנדערע אייראפעאישע גוים, און דער מיטל מזרח איד האט א נאז וואס איז ענליך צו מיטל מזרח גוים?

אויב האט א איד א ספעציעלע צורה (פיזיש, נישט אין איידלקייט) דאן פארוואס זעען די תימנער אידן אויס אנדערש ווי די אייראפעאישע אידן, און פארוואס ווען א גלח טוט זיך אן די שווארצע קליידער, מיט'ן לאנגען בארד, זעט ער אויס ענדליך צו, להבדיל אלף אלפי הבדלות, א חסידישער איד, און ווען די מאראקאנער רבנים טוען זיך אן דעם טורבאן זעען זיי אויס גארנישט אנדערש ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות זייערע מוסולמענער גייסטליכע?

תמצית הדברים, ווען די ספרים רעדן דערפון מיינט דאס העכערע זאכן. כידוע איז יעדער אבר פונעם מענטש מרמז אויף סודות נוראים, און דער אידישער צורה, מיט'ן צלם אלקים, זעט געוויס אויס אנדערש ווי דער גויאישער פארגרעבטע צורה.

אבער נישט פיזיש.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 7:57 pm

תלמודלערנער האט געשריבן:עס איז לעצטענס געווען אין די נייעס, ווי פראפעסארן פון דרום קאריע זענען געקומען צו די החלטה אז די קלוגשאפט פון די אידישע פאלק, וואס צוליב דעם פארמאגן זיי א גרויסע פראצענט פון די נאבעל געווינערס, קומט צוליב דעם וואס זיי לערנען די תלמוד. צווישן די הסברים וואס זיי געבן אן, פארוואס תלמוד מאכט קלוג, דאס איז די דראסטישע חילוק צווישן די מהלך ווי אזוי אידן לערנען, און להבדיל די גוישע קאלידזשעס. זיי שרייבן, אז די תלמוד איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך צוויי און דרייסיג געלערענטע [זיי מיינען די אמוראים, כ'ווייס נישט פון ווי זיי נעמען די נומער!]. די צוויי און דרייסיג האט יעדער געזאגט זיין מיינונג, זיין האבן זיך צווישן זיך אויסגעטענהט און נישט אייביג געקומען צו איין החלטה. לעומת זה ביי א קאלידזש, מוז מען אננעמען די מיינונג פונעם פראפעסער.

אגב, די תלמוד געפונט זיך אין יעדע שטוב ביי די דרום קאריענ'ס. זייער עדיוקעשאן דעפט. האט עס אויף די ליסטע אלס איינע פון די שטודיעס וואס מ'מיז לערנען אין שולע
.


בעצם האב איך שוין נאכגעברענגט דאס דא כמעט א יאר צוריק, אבער א שפעטערע איבערזיכט אויף דעם ענין, האט געוויזן אז עס איז בכלל נישט אזוי ווי די איזרעילי מידיא האט עס אהערגעשטעלט. Ynet איז דוכט זיך געווען די ערשטע עס צו מעלדן. אבער למעשה זעט אויס די גאנצע זאך א איבער - אויפגעבלאזענע באלון
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 8:02 pm

שקר הדייעט, קען זיין איך פאנטאזיר, איך האלט אבער אז איך קען זען אויף א מענטש אז ער איז א איד, מיט ארום א אכציג פראצענט סוקסעס ראטע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 8:15 pm

שקר_הדייעט האט געשריבן:
תלמודלערנער האט געשריבן:
שקר_הדייעט האט געשריבן:ציין, אפשר איז דאס בדרך דרוש, אבער בדרך הטבע האט דאך יעדער מענטש 32 ציין, ויש להבין.

נאז, דארף מען זיך זעלבסט לאזן איינרעדן פון נארישע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע, ווען דער מציאות איז קלאר נישט אזוי? קאמאן.


מיר זעהן אין מדרש איכה אז א איד פארמאגט א אידישע פנים, אדער ווי טייל זאגן אז א איד פארמאגט אן אנדער מין נאז. ווי די מדרש דערציילט איבער צוויי פרויען וואס האבן זיך צושלאגן, און בשעת מעשה האט איינע געזאגט פארן אנדערן : די פארמאגסט א אידישע פנים. שפעטער ווען זיי האבן זיך איבערגעבעטן, האט איין פרוי זיך אנגערופען פארן חברט'ע, אויף אלעם פארגעב איך דיר, אבער אויף דעם וואס די האסט געזאגט אז איך פארמאג א אידיש פנים, אויף דעם פארגעב איך דיר נישט. - און כידוע איז די עיקר פנים די חוטם כמבואר בחז"ל
אידן זענען אייביג געווען ללעג ולקלס, ווען אימער דער גוי וויל אפמאלן דעם איד אין א חוזק בילד, אדער קאריקיטור, וועט מ'עס מאלן מיט די פאות און מיטן נאז.


דער מדרש זאגט אז א איד פארמאגט אן אנדערע נאז - אדער "טייל" זאגן אזוי?

א אידישע צורה פון וואס מען רעדט, איז דאס איידלקייט, אן איידלקייט קען מען דערקענען אויף א צורה. אבער נישט אין פיזישן זין.

דער אבן עזרא דא רעדט דאך אויך פון די אנטיסעמיטן, אדער פון סתם אומוויסנדע גוים וועלכע האבן נאר געהערט אין קירכע פונעם "איד" אבער דאס קיינמאל נישט געזען פאר די אויגן און ווייסן נישט וואס פאר א סארט באשעפעניש דאס איז, דעריבער פרעגן זיי צו עס פארמאגט אויגן און א נאז.

פארוואס האט דער אייראפעאישער איד א נאז וואס איז ענליך (אין שיעור און אין פארעם) ווי כמעט אלע אנדערע אייראפעאישע גוים, און דער מיטל מזרח איד האט א נאז וואס איז ענליך צו מיטל מזרח גוים?

אויב האט א איד א ספעציעלע צורה (פיזיש, נישט אין איידלקייט) דאן פארוואס זעען די תימנער אידן אויס אנדערש ווי די אייראפעאישע אידן, און פארוואס ווען א גלח טוט זיך אן די שווארצע קליידער, מיט'ן לאנגען בארד, זעט ער אויס ענדליך צו, להבדיל אלף אלפי הבדלות, א חסידישער איד, און ווען די מאראקאנער רבנים טוען זיך אן דעם טורבאן זעען זיי אויס גארנישט אנדערש ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות זייערע מוסולמענער גייסטליכע?

תמצית הדברים, ווען די ספרים רעדן דערפון מיינט דאס העכערע זאכן. כידוע איז יעדער אבר פונעם מענטש מרמז אויף סודות נוראים, און דער אידישער צורה, מיט'ן צלם אלקים, זעט געוויס אויס אנדערש ווי דער גויאישער פארגרעבטע צורה.

אבער נישט פיזיש.


פונעם מדרש איז משמע אז די גוים האבן שוין דאן געהאלטן אז די אידישע צורה איז עפעס אנדערש ווי דעם גוישן בטבע
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 8:52 pm


אגב, די תלמוד געפונט זיך אין יעדע שטוב ביי די דרום קאריענ'ס. זייער עדיוקעשאן דעפט. האט עס אויף די ליסטע אלס איינע פון די שטודיעס וואס מ'מיז לערנען אין שולע
.[/quote]

בעצם האב איך שוין נאכגעברענגט דאס דא כמעט א יאר צוריק, אבער א שפעטערע איבערזיכט אויף דעם ענין, האט געוויזן אז עס איז בכלל נישט אזוי ווי די איזרעילי מידיא האט עס אהערגעשטעלט. Ynet איז דוכט זיך געווען די ערשטע עס צו מעלדן. אבער למעשה זעט אויס די גאנצע זאך א איבער - אויפגעבלאזענע באלון[/quote]

א שכח פאר די לינק, אינטערעסאנטע אינפערמאציע
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 9:37 pm

יישר כח הערליך שיין!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 11:30 pm

מר. קליען האט געשריבן:ישר כח הערליך שיין

די נאבעל פרייז געווינער לערנען דען תלמוד?


זיי טענען,אז דאס לערנען און אלע דורות האט איבער געלאזט בירושה, די גוטע קעפ, און גראדען טראכטען! סא, אפי' איינער וועט אליינס נישט לערנען, וועט ער האבן א "גמרא קאפ" בירושה וק"ל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 11:38 pm

עס איז ידוע, די ווערטער פון דעם הייליגען חת"ם סופר זצ"ל, אז מען קען נישט ברענגען קיין ראיה, פון מעדעצינישע פארשונגען וואס איז געווארן דורך געפירט אויף א גוי, צו א איד!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 11:39 pm

ארויסגעפרינט
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 7 געסט