הנחת המנורה - חנוכה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וואלף בער

הנחת המנורה - חנוכה

תגובהדורך וואלף בער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 12:02 am

שלום עליכם רבותי

איך וועל אייך זאגען אז באמת בין איך נישט קיינן נייער דא און ועלטעל

מען האט מיך עטליכע ארויסגאשלאסען פון ישיבה.. וועגען דעם ענין פון שלא נהגו כבוד זה לזה כדבעי..
נאך עטליכע באהלטענע נעמען.. בין איך דא צוריק מיט א אפענע קבלה על להבה נישט מאכען קיין אפענע מחלוקתלעך דא . און אוודאי זאגען מוסר פאר אנדערע נאר מיט כבוד און הערצה- מיט ליבשאפט אהת ישראל כהלכה
און אנדערע ווערטער א נייער מהות. ( נו ווי אזוי זאגט די וועלט אז מען דערלעבט דעלעבט מען..)..

איך גיי נישט זאגען און ביטע פרעגטס נישט מיינע פריערדיגע נעמען.. ווייל איך בין יעצט דא צו בלייבען.. ומובן היטב

הקטן וואלף בער

איצט צו מיינע חקירות בהלכה
עס איז דא א הלכה פון טפח סמוך לפתח

וואס דארף זיין טפח סמוך - די לעכטעלע צו די מנורה

ביטע
נושא ונותן כהלכה

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:15 am

פשטות מיינט דאס די לעכטל, אבער עס איז באמת שוין אן אלטע דיון אויך לגבי למטה מעשרה (למעלה מעשרים איז א דין גמור וואס פסל'ט, מעגליך דארט איז כו"ע מודי אז מען קען נישט מקיל זיין).

מען קען דאס צוזאמשטעלן מיט די מחלוקת הראשונים צו מען הייבט אן מיטן נר הנוסף אדער מיטן טפח הסמוך לפתח, די שי' אז מען הייבט אן מיטן טפח הסמוך טענה'ט אויף די אנדערע שיטה וויאזוי לאזן ארויס א דין פון די גמרא מיט א חידוש (נר הנוסף) וואס ווערט נישט געברענגט און איז נאר א ענין פון מהדרין? אבער מעגליך אז זיי האלטן אז וויבאלד די מנורה איז אין טפח הסמוך איז שוין די גאנצע זאך בטפח הסמוך ודוק.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:06 am

לפי ידיעתי האט מען זיך נישט געפירט מחמיר געוועהן אז די לעכטל זאל זיין. עס איז היינט דא וואס ריקען די מנורה יעדן טאג אז די נייע ליכטל וואס מ'צינד זאל זיין אין די חלל בטפח סמוך, אבער מיר דאכטזיך אז דאס איז א נייע חומרא (אוודאי איז עס געבויעט אויף געוויסע שיטות) וואס מ'האט אמאל נישט געהערט.
כ'געדענק ביים ספינקע רבי'ן זי"ע איז אויך נישט געוועהן די ליכט נאר די מנורה, הגם דארט קען מען מפלפל זיין אז וויבאלד ס'איז געוועהן אין ביהמ"ד איז אפשר אנדערשט. אבער דער אמת איז אין שטוב איז דאך אויך שייך מניח על שולחנו ודיו ווייל דער עיקר איז דאך דער פירסום פאר די בני בית אין היינטיגע צייטן.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 12:24 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'געדענק ביים ספינקע רבי'ן זי"ע איז אויך נישט געוועהן די ליכט נאר די מנורה

און בעיני ראיתי ביים רבין זי"ע דער בעל דברי יואל, איז אויך נישט געווען די ליכט, נאר די מנורה.
the SCY is the limit

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:08 pm

scy4851 האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'געדענק ביים ספינקע רבי'ן זי"ע איז אויך נישט געוועהן די ליכט נאר די מנורה

און בעיני ראיתי ביים רבין זי"ע דער בעל דברי יואל, איז אויך נישט געווען די ליכט, נאר די מנורה.

ביים ברך משה דוכט זיך אז יא

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:10 pm

ביים אויווארער רב ז"ל האב איך געזעהן זיין מנורה שטיין און חלל פונעם פתח
the SCY is the limit

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:31 pm

לפי שיטת ... מיינעך אר"י הק'..?.. דארף דער מנורה ליגן אינדרויסן פון די חלל הפתח

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 8:27 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פשטות מיינט דאס די לעכטל, אבער עס איז באמת שוין אן אלטע דיון אויך לגבי למטה מעשרה (למעלה מעשרים איז א דין גמור וואס פסל'ט, מעגליך דארט איז כו"ע מודי אז מען קען נישט מקיל זיין).

מען קען דאס צוזאמשטעלן מיט די מחלוקת הראשונים צו מען הייבט אן מיטן נר הנוסף אדער מיטן טפח הסמוך לפתח, די שי' אז מען הייבט אן מיטן טפח הסמוך טענה'ט אויף די אנדערע שיטה וויאזוי לאזן ארויס א דין פון די גמרא מיט א חידוש (נר הנוסף) וואס ווערט נישט געברענגט און איז נאר א ענין פון מהדרין? אבער מעגליך אז זיי האלטן אז וויבאלד די מנורה איז אין טפח הסמוך איז שוין די גאנצע זאך בטפח הסמוך ודוק.

ווי איך געדענק פון פאראיאר איז אונזער מנהג צו שטעלן די לעטעלעך אנגעהויבן פון די טיר און ווייטער, אבער צינדען צינדט מען פון די נר הנוסף אויף צירוק, ריכטיג?
צוגעלייגטע
חנוכה מנורה.jpg
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:32 pm

איך שטעל דא א דייעגרעם וויא אזוי דאס בית המדרש האט אויסגעזעהן און וויא דער רבי זי"ע האט געצינדען חנוכה לעכט
עטס וועטס מיר מוחל זיין אז עס איז א ביסעל סלאפי. איך קען מיך נישט גוט אויס מיט גרעפיגס.

אוויא מען זעהט אויפען בילד, האט מען ספעציעל געבויט א טוהר אויף די לינקע זייט פון ארון קודש. די מנורה איז געשטאנען perpendicular צו די טוהר. דער רבי איז געזעצען מיטען פנים צו דרום און מעזעהט אז די מזוזה איז געווען הארט ביים לינקע זייט פון רבין.

ווען ער האט געצינדען לעכט די ערשטע נאכט חנוכה, קען מען גלייך זעהן אז דאס ליכטעל איז גאר ווייט פון די טוהר. בכלל נישט בתוך טפח.
צוגעלייגטע
menorah.jpg
the SCY is the limit

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:56 pm

ניתי ספר וניחזי..., איינער האט א כל העולם כולו, העולם החרדי, די וואך וכדו' פון פאריאר?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:06 pm

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:12 pm

יישר כל ר' שמחה.

---
ר'וואלף בער יהא בואך הפעם הזה לברכה ולהצלחה.

וואלף בער

תגובהדורך וואלף בער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:13 pm

ישר כחכם
יואל ווייס האט געשריבן:ניתי ספר וניחזי..., איינער האט א כל העולם כולו, העולם החרדי, די וואך וכדו' פון פאריאר?


מילתא אגב אורחא קמ"ל אז מען טאר עס נישט אריינעמען און בתי כבוד - ווייל מען וועט טראכטען פון ערנסטע הלכות ומהגים.. ( כידוע המעשה של רביר יונתן אייבשיץ. איך מיין בענין כלאיים או בשר בחלב )

וואלף בער

תגובהדורך וואלף בער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 11:17 pm

ווינקל האט געשריבן:ר'וואלף בער יהא בואך הפעם הזה לברכה ולהצלחה

אמן ישר כחכם (ס' בענקט זיך אביסעל. די ריתחא דאורייתא.. )

מענין לענין ממש באותו ענין

וואס טוט זיך מיט "האדם באמצע מסובב במצוות "

דארף מען שטיין צווישען די טיר און מזוזה ..

ווי אזוי איז געווען ביים רבינו ז"ל בעל ויואל משה. אדער ביים ברך משה. און אנדערע צדיקים
-

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:03 am

וואלף בער האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט "האדם באמצע מסובב במצוות "

דארף מען שטיין צווישען די טיר און מזוזה ..

ווי אזוי איז געווען ביים רבינו ז"ל בעל ויואל משה. אדער ביים ברך משה. און אנדערע צדיקים
-

זיי מסביר ביטע די ווערטער און באלד.
the SCY is the limit

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:05 am

ער מיינט צו שרייבן לכאורה, אז מען דארף שטיין צווישן די מנורה און די מזוזה.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:50 am

איך געדענק כ'האב געזען אפאר גדולי אדמורי"ם שליט"א אין א"י וואס לייגען יעדען טאג די נייע ליכטעלע ביים טיר.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 11:37 am

למעלה משבעים האט געשריבן:ער מיינט צו שרייבן לכאורה, אז מען דארף שטיין צווישן די מנורה און די מזוזה.

נו...דער צינדער שטייט קעגען די חלל הפתח. די מזוזה איז אינטער אוהם און די מנורה איז און פראנט פון אוהם.


נ.ב. דער פשט איז אריין געקוועשט, ווייל אז די מנורה שטייט נישט און חלל הפתח איז עס נישט ממש "האדם באמצע מסובב במצוות "
the SCY is the limit

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 11:40 am

מקדש ישראל פון הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט''א קען לכאורה רוב זאכן דא פארענטפערט ווערן

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 12:36 pm

מכטי1 האט געשריבן:איך געדענק כ'האב געזען אפאר גדולי אדמורי"ם שליט"א אין א"י וואס לייגען יעדען טאג די נייע ליכטעלע ביים טיר.

זייט ביטע בעסער מסביר
וויאזוי קען מען יעדן טאג לייגן די נייע ליכטל אויפן זעלבן פלאץ ווי נעכטן?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 1:30 pm

און דער גאב"ד ר' יצחק טובי' שליט"א צינד גאר ביים פענסטער.
the SCY is the limit

וואלף בער

תגובהדורך וואלף בער » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 11:27 pm

ריכטיג איך האב געמיינט צו שרייבען צווישען די נר חנוכה און די מזוזה

איצטער אויב די מנורה שטייט נישט און חלל הפתח נאר און די ברייט ביים שוועל שטייט ער בכלל נישט צווישען די מצוות

איך מיין א סאך רבי'ס טוען אזוי

וואס טוט זיך ביי די ליטווישע גדולים - וואס טוען מער אין די פרטי הלכות כהלכתה- כגון ר' חיים קנייבסקי - ר' שלמה זלמן זצ"ל

ווייסט איימיצער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 11:34 pm

ר' שמחה האט שוין געענטפערט, אין מציאות ווילאנג די מנורה גייט נישט שטיין אין איין ברייט מיט די מזוזה ביזטו אייביג אינצווישן די מנורה און די מזוזה.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 4:24 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:איך געדענק כ'האב געזען אפאר גדולי אדמורי"ם שליט"א אין א"י וואס לייגען יעדען טאג די נייע ליכטעלע ביים טיר.

זייט ביטע בעסער מסביר
וויאזוי קען מען יעדן טאג לייגן די נייע ליכטל אויפן זעלבן פלאץ ווי נעכטן?

מריקט די נייע לעכטיל זאל זיין יעדען טאג צים שוועל פינעם טיר

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 12:54 pm

ניק ניק האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פשטות מיינט דאס די לעכטל, אבער עס איז באמת שוין אן אלטע דיון אויך לגבי למטה מעשרה (למעלה מעשרים איז א דין גמור וואס פסל'ט, מעגליך דארט איז כו"ע מודי אז מען קען נישט מקיל זיין).

מען קען דאס צוזאמשטעלן מיט די מחלוקת הראשונים צו מען הייבט אן מיטן נר הנוסף אדער מיטן טפח הסמוך לפתח, די שי' אז מען הייבט אן מיטן טפח הסמוך טענה'ט אויף די אנדערע שיטה וויאזוי לאזן ארויס א דין פון די גמרא מיט א חידוש (נר הנוסף) וואס ווערט נישט געברענגט און איז נאר א ענין פון מהדרין? אבער מעגליך אז זיי האלטן אז וויבאלד די מנורה איז אין טפח הסמוך איז שוין די גאנצע זאך בטפח הסמוך ודוק.

ווי איך געדענק פון פאראיאר איז אונזער מנהג צו שטעלן די לעטעלעך אנגעהויבן פון די טיר און ווייטער, אבער צינדען צינדט מען פון די נר הנוסף אויף צירוק, ריכטיג?



וואס הייסט מסדרין כזה; וואספארא מנהגים איז דא אין מסדר זיין?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט