דרשות לבר מצוה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

דרשות לבר מצוה

תגובהדורך להבין שמועות » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 4:22 am

כ'האב געזעהן א אשכול דרשה לבר מצוה נייטיג געזוכט, דארט האנדעלט זיך וועגען שיקען דרשות אין אישי כדי חברים פון אונזער וועלט וואס זענען געלאדנ'ט צו בר מצוה זאלען נישט וויסען פון ווי ס'קומט, האבעך געקלערט אז ס'דאך דא אזעלכע וואס זענען נישט חייש כי יודע צדיק נפש בהמתו, און ס'דא צווישען אונז אזעלכע וואס די מענטשען וואס קומען צו זייער בר מצוה דרייען זיך נישטא, [אדער אזעלכע חברים וואס קיינער וואס קומט אויף דער בר מצוה וועט נישט חושד זיין אז דער אבי החתן האט עס גענומען פון דאנעט, איז כדי צו עפענען א אשכול וואס זאל זיין פשטל'ך אפען און דאס וועט אויך גורם זיין אז מינאי ומינך אסתייעא שמעתא

להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 24, 2011 6:29 am

תגובהדורך להבין שמועות » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 4:23 am

כ'הייב אהן מיט צויי שטיקלעך
דער ערשטער אמרתי בבחרותי ע''ד חידוד
פאסיג פאר א בר מצוה סמוך ונראה לשלש רגלים או תוך הרגל
וגם בגדר ונשלמה פרים שפתינו שאין לנו כהיום מצוות עלי' לרגל
בעזהשי"ת
די משנה אין מסכת חגיגה הייבט אן, הכל חייבין בראי' – יעדער איז מחויב עולה רגל צו זיין אין די שלש רגלים – חוץ מחרש שוטה וקטן, די גמרא אין דף ד' ע"א ברענגט א ברייתא, וואס דרש'נט דעם פסוק שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך, אז פון דעם ריבוי פון "כל" זכורך, לערנט מען ארויס – לרבות את הקטנים, - אז קטנים זענען אויך מחויב עולה רגל צו זיין, פרעגט די גמרא – והתנן – אין די משנה האבן מיר דאך געלערנט – חוץ מחרש שוטה וקטן – אז א קטן איז נישט מחויב עולה רגל צו זיין, ענטפערט די גמרא – אמר אביי לא קשיא, כאן בקטן שהגיע לחינוך – די ברייתא וואס איז מרבה אז א קטן איז יא מחויב, רעדט זיך ביי א קטן שהגיע לחינוך – כאן – אונזער משנה וואס שטייט אז א קטן איז פטור, רעדט זיך – בקטן שלא הגיע לחינוך. פרעגט די גמרא – וויאזוי קענסטו זאגן אז די ברייתא רעדט זיך פון א קטן שלא הגיע לחינוך, קטן שהגיע לחינוך איז דאך נאר מחויב מדרבנן, און די ברייתא לערנט דאך ארויס פון פסוק אז ער איז מחויב. ענטפערט די גמרא – אין הכי נמי – די ברייתא מיינט אויך צו זאגן אז א קטן איז נאר מחויב מדרבנן – וקרא אסמכתא בעלמא – און די פסוק וואס די ברייתא ברענגט איז נאר א אסמכתא און נישט קיין ריכטיגע לימוד.
אין די מצוה פון עולה רגל צו זיין איז פארהאנען צוויי חלקים, איינס די מצוה פון רְאִייַת פנים, און איינס די מצוה צו ברענגן א קרבן אזוי ווי ס'שטייט ולא יֵרָאו פני ריקם.
ברענגט תוס' אויף די משנה אין דף ב. אז א קטן וואס איז מחויב עולה רגל צו זיין מדרבנן, איז אויך מחויב צו ברענגן א קרבן רְאִיָה מדרבנן, און ער ברענגט עס בתורת נדבה. זאגט אבער תוס' אז רש"י האלט נישט אזוי, רש"י האלט אז א קטן איז נאר מחויב אין די מצוה פון עולה רגל זיין, אבער ער דארף נישט ברענגן קיין קרבן רְאִיָה.
דארף מען פארשטיין פון ווי האט תוס' גענומען אז רש"י האלט אז א קטן איז נישט מחויב צו ברענגן א קרבן?
דער מהרש"א אויפן פלאץ איז מסביר, אז וויבאלד אויף די משנה פון הכל חייבין בראיה, זאגט רש"י להתראות בעזרה ברגל, איז משמע דערפון אז רש"י האט אפ געלערנט די משנה אז עס רעדט זיך נאר פון ראיית פנים, ממילא ווען די משנה זאגט אז א קטן שהגיע לחינוך איז מחויב, איז ער נאר מחויב בראיית פנים.
דער שפת אמת איז ברענגט א אנדערע הוכחה צו דעם, דאס איז פון רש"י אויף די משנה שפעטער, ווען די משנה רעדט פון דעם שיעור פון קרבן ראיה, זאגט די משנה בית שמאי אומרים הָרְאִיָה שתי כסף, איז רש"י מסביר און זאגט "גדול הבא להיראות". איז פון דאנענט משמע אז דוקא א גדול דארף ברענגן א קרבן אבער א קטן נישט.
אבער, לכאורה אויף ביידע ראיות איז אביסל שווער, אויף דעם וואס דער מהרש"א איז מוכיח אז רש"י האט אפ געלערנט די משנה אז עס רעדט זיך נאר בראיית פנים וויבאלד רש"י זאגט להתראות בעזרה ברגל, קען אבער זיין אז רש"י האט באמת אפגעלערנט די משנה ביי ביידע סיי בראיית פנים און סיי ביי א קרבן, נאר פארוואס דען האט רש"י נאר געזאגט להתראות בעזרה, ווייל חדא מתרי נקיט, און אזוי ווי רבינו תם זאגט אין שיטת רש"י.
און דאס וואס דער שפת אמת איז מוכיח שיטת רש"י, וויבאלד רש"י זאגט גדול הבא להיראות, קען אבער זיין, אז דאס איז דוקא קעגן דעם שיעור פון דעם קרבן, דאס הייסט אז באמת האלט רש"י אז צו ברענגן א קרבן איז א קטן יא מחויב, נאר דער שיעור אז דער קרבן דארף זיין ווערד שתי כסף, דאס איז נאר מחויב א גדול, אבער א קטן וואס ברענגט דעם קרבן בתורת נדבה איז נישטא דער חיוב פון שתי כסף, אבער אין דעם עצם ברענגן דעם קרבן, קען ווייטער זיין אז רש"י האלט אז א קטן איז יא מחויב.
מען קען אפשר זאגן, אז די הוכחה פון תוס' איז, ווייל תוס' האט פארשטאנען אז רש"י לשיטתו קען נישט האלטן אז א קטן זאל מוזן ברענגן א קרבן, ווי מיר וועלן יעצט מסביר זיין.
עס איז ידוע די מחלוקת צווישן רש"י און תוס' אויף די גמרא מסכת ברכות דף מח ע"א. וואס די גמרא זאגט דארט, אז איינער וואס האט געגעסן א כזית דגן וואס מיט דעם שיעור איז מען נאך נישט מחויב מיט ברכת המזון מן התורה, עס איז נאר דא א חיוב מדרבנן, דאך קען ער מוציא זיין מיט ברכת המזון אזא איינער וואס האט געגעסן לשובע, וואס דאס איז א שיעור מדאורייתא.
פרעגט רש"י, אויב אזוי, פארוואס קען א קטן נישט מוציא זיין א גדול מיט ברכת המזון, זאל מען דא אויך זאגן אז א חיוב דרבנן זאל קענען מוציא זיין א חיוב דאורייתא, ענטפערט רש"י אז א קטן איז אפי' מדרבנן אויך נישט מחויב, נאר דער טאטע האט א חיוב אים צו מחנך צו זיין, אבער דער קטן אליינס האט נישט קיין חיוב אפילו מדרבנן.
תוס' אויפן פלאץ קריגט זיך און לערנט אז דער חיוב מדרבנן ליגט יא אויף דעם קטן אליינס, איי פארוואס קען א קטן נישט מוציא זיין א גדול אזוי ווי מען זעט ביי א אוכל כזית אז א חיוב דרבנן קען יא מוציא זיין א חיוב דאורייתא, זאגט תוס' אז די חילוק, איז אז דארט ווען ער עסט נאר א כזית און ער איז יעצט נאר מחויב מדרבנן, קען ער אבער צו קומען צו א חיוב דאורייתא, דורכדעם וואס אויב ער וועט עסן ביז כדי שביעה, משא"כ א קטן, קען יעצט בשום אופן נישט צו קומען צו קיין חיוב דאורייתא.
עכ"פ זעט מען פון דא אז רש"י לערנט אז א קטן האט נישט קיין חיוב במצוות אפי' מדרבנן, און תוס' לערנט אז ער האט יא א חיוב מדרבנן.
די גמרא אין מסכת פסחים דף פ"ח ע"א זאגט, אז א טאטע קען געבן פאר זיין קטן צו עסן קרבן פסח. פרעגט תוס' אז לכאורה אויף קרבן פסח איז דאך דא א איסור פון צו עסן שלא למנוייו, איז ווי מעג א טאטע געבן זיין זון צו עסן פון קרבן פסח? הגם מיר ווייסן אז קטן אוכל נבילות ואין בית דין צריך להפרישו, אבער מאכיל זיין בידים מעג מען דאך נישט, אזוי ווי מען לערנט ארויס פון ולא תאכילם.
ענטפערט תוס' אז דאס וואס מען לערנט ארויס פון ולא תאכילם, איז דוקא ביי נבילות ושרצים, אבער ווען עס איז דא א מצוה פון חינוך מעג מען אפי' מאכיל זיין בידים.
קען מען אפשר זאגן אז דאס וואס תוס' איז דא מחדש איז דוקא לשיטתם, אז דער חיוב פון חינוך מאכט א חיוב דרבנן אויפן קינד אליין, אבער לויט רש"י וואס רש"י האלט אז דער קטן האט נישט קיין שום חיוב ווען ער טוט די מצוה, קען זיין אז מען וועט נישט אוועק קוקען פון דעם איסור פון "ולא תאכילם" און מ'וועט נישט מעגן מאכיל זיין בידים א איסור פון ולא תאכילם.
קען מען זאגן אז רש"י וועט לערנען די גמרא אין פסחים, אזוי ווי דער ר"ן אין נדרים, וואס ער זאגט אז דער איסור פון עסן קרבן פסח שלא למנוייו איז נאר ביי וועמען עס ליגט א חיוב פון מנויים, אבער דער וואס האט נישט קיין חיוב פון מנויים האט נישט דער איסור פון שלא למנוייו, איז זייער גוט פארוואס די גמרא זאגט אז מען קען געבן פאר א קטן שלא למנוייו.
קומט אויס לויט תוספות מעג מען מאכן אז א קטן זאל עובר זיין אויף א איסור בשעת מען איז אים מחנך, ווייל דער קטן האט דערביי א מצוה, אבער לויט רש"י קען זיין אז מען מעג נישט מאכן אז א קטן זאל עובר זיין בשעת וואס מען איז אים מחנך.
לויט דעם קען מען אפשר זאגן, אז אין אט די מחלוקת, איז תלוי די מחלוקת רש"י און תוס' ביי אונז אין חגיגה, צו א קטן ברענגט א קרבן רְאִיה מדין חינוך.
ווייל לכאורה דארף מען דאך פארשטיין שיטת התוס' וואס האלט אז א קטן ברענגט א קרבן ראיה, די משנה זאגט דאך אין מסכת מנחות דף צ"ג ע"א חרש שוטה וקטן אין סומכין – אויב אזוי ווי קען איך זאגן אז א קטן זאל ברענגן די קרבן ראיה, איך בין דאך אים מבטל פון סמיכה.
נאר וואס דען, לויט ווי מיר האבן יעצט געברענגט איז זייער גוט, ווייל שיטת התוס' איז דאך אז בשעת מען איז מחנך דעם קטן שטערט מיך נישט וואס ער איז עובר דערביי, ממילא פארשטייט מען זייער גוט, אז אפילו מען איז אים מבטל פון מצות סמיכה, דאך זאל ער ברענגן א קרבן ראיה.
משא"כ לויט ווי מיר האבן געלערנט אין רש"י, אז ער האלט אז בשעת מען איז מחנך דעם קטן, מעג ער דערביי נישט עובר זיין, קען אפשר זיין, אז דאס איז די הוכחה פון תוס' אז רש"י האלט אז א קטן ברענגט נישט קיין קרבן ראיה, ווייל טאמער ער וועט ברענגן וועל איך אים מוזן מבטל זיין פון מצות סמיכה, און דאס טאר מען דאך נישט טון, ממילא מוז זיין אז רש"י האלט אז ער ברענגט בכלל נישט קיין קרבן ראיה.
איי, לכאורה לפי דעם איז שווער, אז אויב דער קטן ברענגט נישט קיין קרבן ראיה, איז מען אים דאך ווייטער מבטל פון א אנדערע מצוה, דאס איז די מצוה פון "ולא יראו פני ריקם". אויף דעם קען מען ענטפערן, אז לויט ווי מיר האבן פריער געברענגט אז רש"י האלט אז דער קטן האט נישט קיין שום מצוה מיט דעם וואס ער טוט עפעס, נאר די גאנצע חיוב ליגט נאר אויף זיין טאטן אים מחנך צו זיין, קען מען זאגן, אז דער לאו פון "ולא יראו פני ריקם" האט די תורה נאר מחייב געווען, אזא איינער וואס האט די מצוה פון שלש פעמים בשנה יראה, דער וואס האט אויף זיך די מצוה פון ראיית פנים, דער האט אויך אויף זיך דער חיוב פון ראיית פנים בקרבן, אבער היות דער קטן האט נישט קיין שום אייגענעם חיוב פון ראיית פנים, האט ער נישט אויך נישט דער חיוב פון ראיית פנים בקרבן.
יעזור השי"ת שיבא משיח צדקנו בקרוב ונזכה לעלות לרגל עם אחינו כל בית ישראל בב"א.

ת.ו.ש.ל.ב.ע.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 12:42 pm

בסוגיא דמעלין בקודש ולא מורידין

די הייליגע משנה זאגט אין מס' מנחות (דף צ"ט ע"ב) שני שולחנות היו באולם מבפנים על פתח הבית, אחד של שיש ואחד של זהב על של שיש נותנים לחם הפנים בכניסתו, ועל של זהב ביציאתו "שמעלין בקודש ולא מורידין". זאגט די הייליגע גמרא (אין דף צ"ט ע"א) ומנלן דאין מורידין, אמר רבי דאמר קרא ויקם משה את המשכן [רש"י זאגט אפאר וועגן ווי אזוי מען זעט פון דעם פסוק אז אין מורידין], ומנלן דמעלין אמר ר' אחא בר יעקב דאמר קרא את מחתות החטאים האלה בנפשותם ועשו אותם ריקועי פחים ציפוי למזבח, בתחילה תשמישי קדושה ועכשיו גופו של מזבח.
לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס זאגט די גמרא קודם די לימוד אויף אין מורידין און נאכדעם אויף מעלין בקודש, פארקערט ווי עס שטייט אין די משנה.
דער טורי אבן אין מס' מגילה שטעלט זיך בכלל אויף דעם לשון מעלין בקודש ולא מורידין, אז איינס פון דעם איז לכאורה לאו דוקא, ווייל אויב "מעלין בקודש" איז דוקא, דעמאלטס איז נישט נאר אז אין מורידין נאר אפילו אויף א זאך וואס האט די זעלבע קדושה טאר מען עס אויך נישט אויפטוישן, און אויב "אין מורידין" איז דוקא דעמאלטס איז מעלין בקודש לאו דוקא נאר אפילו אויף די זעלבע קדושה מעג מען אויך אויפטוישן וויבאלד עס איז נישט קיין הורדה.
און אין שלחן ערוך אורח חיים סימן קנ"ג ווערט טאקע געברענגט צוויי דעות אין דעם צו מען מעג אויפטוישן אויף די זעלבע קדושה, און לויט ווי אזוי די מפרשים זענען מסביר ווענדט זיך דאס אין וועלכן חלק פון די משנה אין מס' מגילה (פרק ד') וואס מען רעדט דארטן פון פארקויפן איין זאך צו קויפן א צווייטע זאך, איז דווקא, צו די רישא פון די משנה וואס איז משמע אז נאר פאר א גרעסערע קדושה מעג מען דאס פארקויפן אבער פאר די זעלבע קדושה טאר מען נישט, אדער די סיפא וואס פון דארט איז משמע אז נאר פאר א קלענערע קדושה טאר מען דאס נישט פארקויפן.
מען קען אבער פארענטפערן די קשיא פון טורי אבן אז דער לשון "מעלין בקודש ולא מורידין" זענען ביידע בדוקא. ווייל לכאורה דארף מען אריינקלערן צו מען מעג מוריד זיין א זאך מקדושתו כדי עס נאכדעם מעלה צו זיין אויף א גרעסערע קדושה, למשל אפצושניידן די גליונות פון א מזוזה צו קענען שרייבן אויף דעם תפילין, וואס תפילין האט א גרעסערע קדושה פון מזוזה, צו אפשר טאר מען נישט ווייל יעצט איז עס נאכנישט געקומען צו א גרעסערע קדושה נאר צו א הורדה, אין מגן אברהם (אורח חיים סימן קנ"ד סקי"ד) ברענגט ער אז דער מהרש"ל איז מסופק ווען מען איז מוריד מקדושתו לפי שעה, און דער ב"ח אסר'ט.
מען קען אבער מחלק זיין צווישן זייערע מציאות און אונזער ספק, ווייל זיי רעדן ווען נאך די הורדה מקדושתו וועט מען דאס צוריק ברענגען נאר צו די זעלבע קדושה ווי עס איז געווען פאר דעם. אבער ביי אונזער ספק וואס מען וויל דאס מעלה זיין שפעטער צו א גרעסערע קדושה האלט אפשר יעדער אז מען מעג, ווייל אונז לערנען דאך ארויס מעלין בקודש פון די מחתות וואס מען האט דאס געמאכט א ציפוי למזבח, וואס מען האט גענומען די מחתות וואס איז געווען א תשמישי קדושה און מען האט דאס געמאכט רקועי פחים וואס דעמאלטס האט מען דאס לכאורה מוריד געווען מקדושתו לגמרי ביז נאכדעם ווען מען האט דאס געמאכט א ציפוי למזבח האט מען דאס מעלה געווען, זעען מיר פון דעם אז מען מעג מוריד זיין קדושתו כדי עס נאכדעם ארויף צוברענגען צו א גרעסערע קדושה. אבער ווען מען וויל דאס נאך די הורדה צוריק ברענגען נאר אויף די זעלבע קדושה, דאס זעען מיר אונז נישט אין דעם אז מען זאל מעגן.
יעצט וועט מען פארשטיין דעם לשון "מעלין בקודש ולא מורידין", ווייל "מעלין בקודש" מיינט אפילו דורך א הורדה מקודם "ואין מורידין" שלא לצורך העלאה נאר עס נאכדעם צוריק ברענגען אויף די זעלבע קדושה טאר מען נישט מוריד זיין, אבער נאר אויף דעם אופן טאר מען נישט אבער עס טוישן אן א הורדה מעג מען יא.
יעצט קען מען שוין פארשטיין פארוואס די גמרא ברענגט די לימוד פארקערט פון די לשון המשנה, ווייל דאס וואס איך דארף א פסוק אויף מעלין בקודש מיינט מען דורך א הורדה מקודם, איז פאר דו ווייסט נישט אז מען טאר נישט מוריד זיין מקדושתו דארף איך נישט קיין פסוק מתיר צו זיין הורדה מקדושתו לצורך העלאה נאכדעם אבער וואס די גמרא ברענגט א פסוק אז מען טאר נישט מוריד זיין מקדושתו דארף איך שוין א פסוק אז לצורך העלאה מעג מען יא.
(שו"ת קרן לדוד, סי' ט')
ביי די געלעגנהייט וויל איך מיר באדאנקען פאר די חשובע עלטערן, וואס האבן מיר מחנך געווען ביז אהער, און דער באשעפער זאל העלפן אז זיי זאלן שעפן אסאך תענוג ונחת ביז הונדערט און צוואנציג יאר, און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בקרוב במהרה בימינו אמן.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 2:18 pm

בסוגיא דמצוות צריכות כוונה

די משנה זאגט אין מסכת עירובין דף צ"ה המוצא תפילין, אז איינער טרעפט אום שבת תפילין אין פעלד, מכניסן זוג זוג, זאל ער דאס אריינטראגן איין פאר אויף אמאל, דרך מלבוש, ווייל דרך מלבוש איז נישט קיין איסור צו טראגן. אזוי האלט דער תנא קמא. רבן גמליאל זאגט אז ער מעג אפילו אריינטראגן צוויי פאר אויף איין מאל.
די גמרא איז דארט מאריך מבאר צו זיין וואס איז דער טעם פון זייער מחלוקת. לויט איין אוקימתא זעצט די גמרא איין אז אלע האלטן אז "שבת זמן תפילין" און אויב איינער טוט אן תפילין שבת איז ער מקיים די מצוה פון תפילין פונקט ווי אינדערוואכן. נאר זייער מחלוקה איז צי מצוות "צריכות כוונה" אדער נישט, דער תנא קמא האלט מצוות "אין צריכות כוונה", דערפאר האלט ער אז מען טאר נישט אנטאן מער ווי איין פאר אויף אמאל, ווייל וויבאלד אז מען טוט אן תפילין אים שבת טוט מען דאך מיט דעם א מצוה ווייל שבת איז דאך זמן תפילין, און וויבאלד אז אפילו מען איז נישט מכוון לשם מצוה האט מען אויך מקיים געווען די מצוה, ווייל דער תנא קמא האלט דאך מצוות "אין צריכות כוונה", קומט דאך אויס אז אויב ער וועט אנטאן נאך א פאר וועט ער עובר זיין אויף בל תוסיף, אפילו ער טוט עס נישט אן לשם מצוה, נאר וועגן אריין צו טראגן אין שטאט.
אבער רבן גמליאל האלט מצוות "צריכות כוונה", ממילא וויבאלד ער טוט דאס נישט אן לשם מצוה איז ער נישט מקיים מיט דעם די מצוה פון תפילין, ממילא אויב ער טוט אן צוויי פאר איז ער נישט עובר אויף בל תוסיף, דערפאר האלט ער אז מען מעג יא אנטאן צוויי פאר אויף איין מאל.
דער רבינו יונה אין מסכת ברכות, ברענגט אין נאמען פון רבינו שמואל, אז אפילו לויט דעם מאן דאמר וואס האלט אז מצוות "אין צריכות כוונה" דאס איז נאר ביי "סתמא" אז מען האט נישט קיין שום כוונה, אבער "היפוך כוונה" אז מען טראכט בפירוש אז מען וויל נישט יוצא זיין, איז ער אויך מודה אז מען איז נישט יוצא.
אין סוכה דף ל"ט זאגט די גמרא אמר ר' יהודה אמר שמואל, כל המצוות כולן, מברך עליהן עובר לעשייתן, אז מען דארף מאכן די ברכה נאך פאר מען הייבט אן צו טוען די מצוה. תוספות און דער רא"ש שטעלן זיך דארטן וויאזוי מען זאל זיך פירן ביי די מצוה פון נטילת לולב, ווייל לכאורה וואלט מען דאך געדארפט בשעת מען מאכט די ברכה האלטן די ארבעה מינים אין האנט גרייט צו שאקלען, אזוי ווי ביי תפילין כדי מען זאל נישט דארפן מאכן א הפסק נאך די ברכה, און לויט דער מאן דאמר מצוות "אין צריכות כוונה", האט מען דאך שוין מיטן נעמען אין די האנט אליין מקיים געווען די מצוה, קומט דאך אויס אז די ברכה וועט נישט זיין עובר לעשייתן. איינס פון די עצות וואס תוספות און דער רא"ש געבן איז, אז מען זאל אינזינען האבן בפירוש אז מען וויל נישט יוצא זיין ביז נאך די ברכה. זעען מיר אז זיי האלטן אויך ווי די שיטה פון רבינו שמואל.
דער טורי אבן אין ראש השנה דף כ"ח, און דער ישועות יעקב אין אורח חיים סימן ס' פרעגן אויף די שיטה פון רבינו שמואל, פארוואס זאגט די גמרא אין עירובין לויט דעם תנא קמא, אז דערפאר טאר מען נישט אנטאן צוויי פאר תפילין אויף איינמאל, ווייל ער האלט מצוות "אין צריכות כוונה", ממילא וועט ער עובר זיין אויף בל תוסיף אפילו ער האט נישט אינזינען לשם מצוה, לויט די שיטה פון רבינו שמואל, זאל ער אינזינען האבן בפירוש אז ער וויל נישט יוצא זיין מיט דעם, ממילא וועט ער נישט עובר זיין אויף בל תוסיף.
נאך פרעגט דער טורי אבן, די משנה זאגט אין מסכת זבחים דף פ' מתן ארבע במתן אחת, אז עס האט זיך אויסגעמישט בלוט פון א שלמים וואס מען דארף שפריצן פון דעם פיר מתנות, מיט די בלוט פון א בכור וואס מען דארף שפריצן פון דעם נאר איין מתנה, ר' אליעזר אומר, ינתנו במתן ארבע, אז מען זאל שפריצן פון דעם פיר מתנות, ר' יהושע אומר ינתננו במתן אחת, אז מען זאל שפריצן פון דעם נאר איין מתנה, האט ר' אליעזר גע'טענה'ט צו ר' יהושע, אויב מען וועט טוען ווי דו האלטסט צו שפריצן נאר איין מתנה, וועט ער דאך עובר זיין אויף בל תגרע, וועגן די בלוט פון שלמים, האט ר' יהושע צוריק געזאגט, אז אויב מען וועט טוען ווי דו האלטסט צו שפריצן פיר מתנות וועט ער דאך עובר זיין אויף בל תוסיף, וועגן די בלוט פון דעם בכור. פרעגט דער טורי אבן, פארוואס האלט ר' יהושע אז מען זאל נישט שפריצן מער ווי איין מתנה, וועגן חשש פון בל תוסיף, לויט די שיטה פון רבינו שמואל, זאל ער אינזינען האבן בפירוש אז דאס וואס ער וועט שפריצן מער ווי איין מתנה פון די בלוט פון דעם בכור, זאל זיין שלא לשם מצוה, ממילא וועט ער נישט עובר זיין אויף בל תוסיף.
דער פני יהושע אין ראש השנה דף כ"ח פרעגט אויך אויף די שיטה פון רבינו שמואל, פון די גמרא דארטן, וואס די גמרא זאגט, אז אויב גוים האבן איינעם געצווינגען די ערשטע נאכט פון פסח צו עסן מצה, האט ער יוצא געווען די מצוה פון בערב תאכלו מצות, און דא האט ער דאך בפירוש נישט געוואלט מקיים זיין די מצוה, און פונדעסטוועגן זאגט די גמרא אז ער האט יוצא געווען.
צו מיישב זיין די שיטה פון רבינו שמואל וואלטן מיר געקענט מאכן א חילוק, אז ווען האלט רבינו שמואל אז אויב מען האט א היפוך כוונה איז מען נישט יוצא אפילו לויט דעם מאן דאמר מצוות "אין צריכות כוונה", דאס איז נאר ביי אזעלכע מצוות וואס עס איז דער שטייגער זיי צו טוען אויך צוליב אנדערע סיבות, למשל בלאזן שופר צו זינגען, נעמען אן אתרוג צו שמעקן, אבער א זאך וואס עס איז נישט דער שטייגער זיי צו טוען נאר לשם מצוה, הייסט דאס א "מעשה מוכיח", און דער טוען אליין ווערט גערעכנט ווי א בפירוש'דיגע כוונה צו יוצא זיין, און אפילו ער טראכט בפירוש אז ער וויל נישט יוצא זיין איז ער אויך יוצא למאן דאמר מצוות "אין צריכות כוונה".
מיט דעם איז שוין פארענטפערט די קשיא פון עירובין, פארוואס האלט נישט דער תנא קמא אז ער זאל אנטאן צוויי פאר תפילין אויף איינמאל, און אינזינען האבן בפירוש אז ער וויל נישט מקיים זיין מיט דעם די מצוה, ווייל וויבאלד תפילין איז נישט דער שטייגער זיי אנצוטוען נאר לשם מצוה, העלפט נישט ביי דעם היפוך כוונה.
און אויך איז שוין פארענטפערט די קשיא פון זבחים, פארוואס זאגט נישט ר' יהושע אז מען זאל שפריצן פיר מתנות, און אינזינען האבן אז דאס וואס מען וועט שפריצן פון די בלוט פון דעם בכור מער ווי איין מתנה זאל זיין שלא לשם מצוה, ווייל וויבאלד עס איז נישט דער שטייגער צו שפריצן בלוט אין בית המקדש נאר לשם מצוה, העלפט נישט ביי דעם היפוך כוונה.
און אזוי אויך איז שוין פארענטפערט די קשיא פון ראש השנה אז אויב גוים האבן אים געצווינגען צו עסן מצה די ערשטע נאכט פון פסח האט ער יוצא געווען, פארוואס האט ער יוצא געווען ער וויל דאך בפירוש נישט מקיים זיין די מצוה, נאר ווייל אז דער שטייגער פון עסן מצה פסח ביינאכט, איז דאך דער עיקר וועגן די מצוה פון אכילת מצה, הייסט דאס א "מעשה מוכיח" און עס העלפט נישט קיין היפוך כוונה.
מיט דעם איז שוין פארענטפערט אלע קשיות וואס מיר האבן פריער דערמאנט, נאר לכאורה וועט דאך נאך זיין שווער, ווייל דארטן אין ראש השנה, אויף דעם וואס די גמרא זאגט, אז אויב גוים האבן איינעם געצווינגען צו עסן מצה די ערשטע נאכט פון פסח האט ער יוצא געווען די מצוה פון אכילת מצה, זאגט רבא, דאס איז נאר געזאגט געווארן, אז ער האט יוצא געווען די מצוה פון אכילת מצה.
פון דעם קומט אויס, אז אויב איינער בלאזט שופר אין ראש השנה און ער האט נישט אינזינען געהאט יוצא צו זיין נאר צו זינגען, פונדעסטוועגן האט ער יוצא געווען, און די גמרא פירט דארט אויס אז פון דעם זעען מיר אז רבא האלט מצוות "אין צריכות כוונה". על כל פנים זעען מיר אז רבא וואס ער האלט אזוי ווי דער מאן דאמר מצוות "אין צריכות כוונה" גלייכט צו די שופר צו מצה, און ווי מיר האבן געזאגט איז דאך דא א גרויסער חילוק צווישן שופר און מצה, אז מצה בלילי פסחים הייסט א מעשה מוכיח און דערפאר אפילו מען האט א היפוך כוונה איז מען אויך יוצא, אבער שופר וואס עס איז דער שטייגער צו בלאזן אויך וועגן זינגען, איז אויב מען האט א היפוך כוונה, למשל צו זינגען איז מען נישט יוצא.
נאר דער כפות תמרים דארט אין ראש השנה זאגט שוין אז מען מוז זאגן אז רבא האלט נישט די שיטה פון רבינו שמואל, וואס ער איז מחלק צווישן סתמא און היפוך כוונה, נאר ווי די שיטה פון רבינו יונה דארטן אין ברכות, אז ווען זאגן מיר מצוות "אין צריכות כוונה", דאס איז נאר ביי א "מצוה שיש בו מעשה", וואס ביי דעם זאגן מיר אז די מעשה ווערט גערעכנט ווי א כוונה, אבער ביי מצוות "התלויות בדיבור", למשל קריאת שמע זענען אלע מודה אז מצוות "צריכות כוונה", מיט דעם איז שוין גוט וואס רבא איז מדמה שופר צו מצה, ווייל אלע ביידע זענען מצוות שיש בהם מעשה.

Latke
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

תגובהדורך Latke » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 4:27 pm

אפשר קאן איינער מזכה זיין מיט דעם צווייטן חלק... עטליכע דאנק ווערטער פארן בו"ע און די עלטערן שיחי'.

יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

תגובהדורך יקותיאל » מיטוואך אוקטובער 26, 2011 4:37 pm

איידער איך בין מסיים וויל איך אנווינטשען פאר מיינע חשוב'ע זיידע'ס און באבע זאלן זיין געזונט און פאר אלע משתתפים, פאר זיך אנשטרענגן אנטייל נעמען אין די שמחה, און פאר מיינע חשוב'ע עלטערן זאלן זיין געזונט וואס זיי האבן מיך מגדל און מחנך געווען ביז אהער, זאל דער אייבערשטער זיי אלע באצאלן שטענדיג זען נאר נחת פון מיר אין אלע קינדער און אייניקלעך, און זיך שטענדיג באטייליגען אויף שמחות מיט פרייד, ביז דער אויבערשטער וועט העלפען מיר וועלן בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, במהרה בימינו, אמן.








איך וועל מסיים זיין מיט א שבח והודיה צו השי"ת, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, אז פון יעצט און ווייטער וועל איך בעזר השי"ת קענען מקיים זיין די מצוות פון השי"ת, אלס א "מצווה ועושה", און ווי באקאנט זאגן דאך די הייליגע חכמים אז "גדול המצווה ועושה", אז דאס חשיבות פון איינעם וואס איז א "מצווה ועושה" איז אסאך גרעסער ווי איינער וואס איז "אינו מצווה ועושה", און דער ים של שלמה (אין מסכת בבא קמא) זאגט, אז דאס איז דער ענין און די גרויסע שמחה פארוואס מ'מאכט א סעודת בר מצוה ווען מען ווערט בר מצוה.
אויך מוז מען באדאנקען פאר אלע מסובים און חשוב'ע געסט וועלכע האבן זיך מטריח געווען און געקומען אנטייל נעמען אין די שמחה.
ואין בכלל אלא מה שבפרט, דעם עיקר הכרת הטוב וויל איך אויסדרוקן פאר מיינע טייערע און חשוב'ע עלטערן שיחיו עד מאה ועשרים שנה, וואס זיי האבן זוכה געווען צו דערגרייכן דעם יעצטיגן מאמענט פון די שמחה של מצוה. השי"ת זאל זיי געבן געזונט און כח צו קענען פולשטענדיג ערפילן זייער שטרעבונג, זיי זאלען זען שמחה ונחת ביי אלע זייערע קינדער בכלל ובפרט, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
באזונדער וויל איך אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת אז איך האב די זכי' אז מיינע חשוב'ע זיידעס און באבעס זענען דא און טוען באשיינען די שמחה, דער אייבערשטער זאל זיי געבן אריכות ימים ושנים טובים, און זיי זאלן געזונטערהייט ווייטער שעפן אידיש נחת פון די קינדער און אייניקלעך בני שלשים ובני רבעים עד מאה ועשרים שנה. ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב צו גיין קעגן משיח צדקינו, במהרה בימינו אמן.




ביי די געלעגנהייט אודה ה' מאד בפי שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, און חז"ל זאגן אונז ג' שותפים באדם, עס איז דא דריי שותפים אין א מענטש דער באשעפער פון דער וועלט, און דער טאטע און מאמע איז יעצט די פאסיגע געלעגנהייט ארויס צוברענגן מיין הכרת הטוב אויך צו מיינע חשוב'ע עלטערן וואס האבן מיך אזוי געטריי באגלייט ביז אהער.
זאל זיי דער אייבירשטער אויך געבן כח און געזונט אויף לאנגע יארן ווייטער זיי זאלן זען אסאך נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך. ביז ביאת משיח צדקינו אכי"ר.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 12:21 pm

בסוגיא דהמוצא תפילין
די משנה זאגט אין מסכת עירובין דף צ"ה עמוד א', המוצא תפילין ווען איינער טרעפט תפילין אין שבת [אויפן פעלד אין אַ מקום בזיון און עס קען שאָדן גיין] מכניסן זוג זוג מעג ער עס אריינברענגען נאָר אָנגעטוהן איין פּאָר מיטאַמאָל, אזוי לערנט דער תנא קמא, רבן גמליאל אומר שנים שנים, רבן גמליאל זאגט מען מעג עס אריינברענגען אנגעטוהן צוויי פאהר מיטאמאהל.
זאגט די גמרא, לימא בדרב שמואל בר רב יצחק פליגי, צו וועלן מיר זאגן אז דער תנא קמא מיט רבן גמליאל זענען מחולק אין די מימרא פון רב שמואל בר רב יצחק דאמר וואס ער זאגט מקום יש בראש להניח שתי תפילין, עס איז דא פּלאַץ אויפן קאָפּ צו לייגן צוויי פּאָר תפילין, דער תנא קמא האלט נישט ווי רב שמואל בר רב יצחק, ממילא טאָר מען נישט אָנטהון מער ווי איין פּאָר מיטאַמאָהל, ווייל עס איז נישט דרך מלבוש, אָבער רבן גמליאל האַלט יאָ ווי רב שמואל בר רב יצחק אַז מקום יש בראש להניח שתי תפילין, דערפאר איז צוויי אויך דרך מלבוש, ממילא לערנט ער מכניסן שנים שנים.
פירט די גמרא אויס "לא" ניין, דכ"ע אית להו דרב שמואל בר רב יצחק מען קען זאָגן אַז יעדער האַלט ווי רב שמואל בר רב יצחק,
והכא בשבת זמן תפילין קמיפלגי, דער תנא קמא האַלט אַז שבת זמן תפילין הוא, און רבן גמליאל האַלט אַז שבת לאו זמן תפילין הוא. זאָגט רש"י פשט, לויט דעם אז דער תנא קמא האלט אַז שבת איז אויך דאָ די מצוה פון תפילין האָט מען צוליב הצלה נישט מתיר געווען אַריין צו ברענגען מער ווי די מצוה איז, דאָס הייסט צוויי פּאָר, נאָר איין פּאָר וויפיל די מצוה איז, ווייל עס איז נישט קיין תכשיט, און כל שכן ווייל איך האַלט שבת זמן תפילין, איז דאָ אַן איסור פון בל תוסיף, אויב מען טוט אָן מער ווי איין פּאָר.
ממילא קומט דער איסור פון בל תוסיף און מאַכט עס ווי א משאוי, אָבער לויט רבן גמליאל אַז שבת איז נישט דאָ די מצוה פון תפילין, איז עס דאָך נאר אַ תכשיט, דערפאר האָט מען מתיר געווען צוליב הצלה וויפיל עס הייסט אַ תכשיט, אפילו צוויי פּאָר מיטאַמאָהל.
ווייטער וויל די גמרא זאגן: אַז זייער פלוגתא איז אין אַנדערע זאַכן. צום סוף פירט די גמרא אויס: אלא מחוורתא כדשנינן מעיקרא, אז זיי זענען מחולק צו שבת זמן תפילין צו נישט.
פלאָגט זיך די גמרא צו טרעפן ווער איז די תנא קמא פון אונזער משנה, וואס האלט שבת זמן תפילין הוא, קודם האָט די גמרא געוואָלט זאָגן אַז דאָס איז ר' עקיבא, דערנאָך זאָגט די גמרא אלא האי תנא הוא, דער תנא וועט האלטן שבת זמן תפילין הוא, דתניא מיר האָבּן געלערנט, מיכל בת כושי היתה מנחת תפילין, מיכל בת כושי האט געלייגט תפילין, ולא מיחו בה חכמים, און די חכמים האבן נישט מוחה געווען, ואשתו של יונה היתה עולה לרגל און די ווייב פון יונה האט עולה רגל געווען, ולא מיחו בה חכמים, וואָס איז דער טעם פאַרוואָס די חכמים האָבּן נישט מוחה געווען פאַר מיכל בת כושי צו לייגן תפילין, מן הסתם וויל זיי האַלטן אז תפילין איז א מצות עשה שלא הזמן גרמא, עס גייט שטענדיג אָן, און נשים זענען דערין אויך מחויב, קומט דאָך אויס אַז זיי האַלטן שבת זמן תפילין הוא, ממילא זענען פרויען אויך מחויב מיט די מצוה פון תפילין.
פרעגט אויף דעם די גמרא, אפשר האַלטן זיי אז תפילין איז יאָ אַ מצות עשה שהזמן גרמא, און שבת איז נישט דאָ די מצוה פון תפילין, און דאָס וואָס די חכמים האָבּען נישט מוחה געווען פאַר מיכל בת כושי וואָס זי האָט געלייגט תפילין איז דערפאַר ווייל זיי האַלטן אזוי ווי רבי יוסי אַז נשים סומכות רשות, אפילו אַ מצוה וואָס נשים זענען דערפון פטור אָבּער אויב זיי ווילן מעגן זיי עס מקיים זיין?
צום סוף פירט די גמרא אויס, אלא האי תנא הוא, דער תנא וועט האַלטן אַז שבת זמן תפילין הוא, דתניא ווייל מיר האבן געלערנט, המוצא תפילין מכניסן זוג זוג ווען איינער טרעפט תפילין אין שבת מעג ער עס אריין ברענגען איין פּאָר מיטאמאל, אחד האיש ואחד האשה סיי א מאן און סיי א פרוי, אחד חדשות ואחד ישנות סיי נייע און סיי אלטע, דברי רבי מאיר אזוי האלט רבי מאיר, רבי יודא אוסר בחדשות ומתיר בישנות רבי יודא אסר'ט ביי נייע און ער איז מתיר ביי אלטע.
זאָגט די גמרא, עד כאן לא פליגי אלא בחדשות וישנות, אבל באשה לא פליגי, סיי רבי מאיר און סיי רבי יודא לערנען אַז ביי אַ אשה איז אויך די הלכה מכניסן זוג זוג, מוז דאָך זיין אַז ביי אַ אשה איז אויך דאָ די מצוה פון תפילין, ווייל עס איז אַ מצות עשה שלא הזמן גרמא, קומט דאך ממילא אויס אז "שבת זמן תפילין הוא".
פרעגט די גמרא, אפשר האַלט די משנה אויך ווי רבי יוסי אַז נשים סומכות רשות, איז דאָך ווייטער נישט קיין ראי' אז שבת זמן תפילין הוא.
ענטפערט די גמרא, לא סלקא דעתך עס איז נישט קיין סברא, ווייל די משנה איז דאך רבי מאיר און רבי יודא, און מיר האבן אַ ראי' אַז זיי ביידע האַלטן נישט ווי רבי יוסי, דתנן ווייל מיר האבן געלערנט אין אַ משנה, אין מעכבין את התינוקת מלתקוע, מען האַלט נישט צוריק קליינע קינדער פון צו בּלאָזן שופר, הא זעהט דאָך אויס נשים מעכבין, אַז נשים איז מען יאָ מעכב, זעט מען דאָך אַז די משנה האַלט נישט נשים סומכות רשות, און דער כלל איז דאָך אַז סתם משנה רבי מאיר היא. און אויך רבי יודא געפינען מיר אַז ער האַלט נישט נשים סומכות רשות, דתניא מיר האָבן געלערנט אין אַ ברייתא, עס שטייט אין פסוק דבר אל בני ישראל וסמך, דרש'נט מען בני ישראל סומכין ואין בנות ישראל סומכות, רבי יוסי ורבי שמעון אומרים נשים סומכות רשות, וסתם ספרא מני רבי יודא.
עכ"פ אויב רבי מאיר און רבי יודא לערנען נישט נשים סומכות רשות, מוז דאך זיין דער טעם פארוואס זיי זאָגן אויך ביי א אשה מכניסן זוג זוג, ווייל זיי לערנען אַז עס איז אַ מצות עשה שלא הזמן גרמא, און נשים זענען דערין מחויב, מוז דאָך זיין ווייל זיי האַלטן "שבת זמן תפילין הוא". ביז אַהער איז די גמרא.
דער רמב"ם אין הלכות שבת פרק י"ט הלכה ג', און אויך אנדערע פּוסקים, פּסק'נען ווי דער תנא קמא אַז מכניסן זוג זוג, און אין הלכות תפילין פרק ד' הלכה י"ג פּסק'נט דער רמב"ם ווי די סתם משנה פון פרק ג' אין מס' ברכות אַז נשים ועבדים וקטנים זענען פטור פון תפילין, פרעגט דער תוספות יו"ט, די צוויי פּסקים זענען זיך דאָך סותר, ווייל אַז ער פּסק'נט ווי דער תנא קמא מכניסן זוג זוג, מוז דאָך זיין אַז ער האַלט שבת זמן תפילין הוא, איז דאָך עס אַ מצות עשה שלא הזמן גרמא, משא"כ די משנה פון ברכות וואָס זאָגט אַז נשים זענען פטור פון תפילין לערנט דאָך אַז עס איז אַ מצות עשה שהזמן גרמא, און שבת לאו זמן תפילין הוא, די זעלבע קשיא פרעגט אוך דער מגן אברהם סימן שי"א, אויב מיר פּסק'נען שבת לאו זמן תפילין הוא איז דאָך מותר אפילו שנים שנים, ווי די גמרא זאָגט לויט רבן גמליאל.
תוספות אין ד"ה לא סלקא דעתך פרעגט אַ קשיא: פון די גמרא קומט אויס אז רבי מאיר און רבי יודא ביידע האַלטן אַז תפילין איז אַ מצות עשה שלא הזמן גרמא און נשים זענען דערין חייב, און אין מס' ברכות זאָגט די משנה נשים ועבדים וקטנים זענען פטור פון תפילין, פרעגט דאָרט די גמרא נשים פשיטא, ענטפערט די גמרא, איצטריך משום דאיתקש תפילין למזוזה, פרעגט תוספות עס איז דאָך גאָרנישט קיין פשיטא, די משנה דאַרף דאָך לאָזען הערן לאפוקי פון רבי מאיר און רבי יודא וואָס זיי האַלטן טאַקע אַז נשים זענען יאָ חייב.
צו פארענטפערן אויך די קשיא, וועלן מיר מקדים זיין די קשיא פון תוספות ווייטער: הקשה הר' יו"ט מווין, וויאזוי דרינגט זיך די גמרא אויף אז רבי מאיר לערנט נישט ווי רבי יוסי אז נשים סומכות רשות, ווייל איך האב א סתם משנה אין מעכבין את התינוקות מלתקוע, און איך מוז זאגן אז ער לערנט אז נשים זענען חייב בתפילין, און דורך דעם מוזן מיר זאגן אז די סתם משנה פון ברכות וואס זאגט אז נשים זענען פטור פון תפילין קומט נישט אויס ווי רבי מאיר, אדרבה, זאל מען זאגן אז די סתם משנה פון ברכות אז נשים פּטורות קומט יא אויס ווי רבי מאיר, און די משנה אחד האיש ואחד האשה מכניסן זוג זוג איז נישט דער טעם ווייל ער האלט אז נשים זענען חייב בתפילין, נאר ווייל ער לערנט נשים סומכות רשות, און זאג אז די משנה פון אין מעכבין את התינוקת דאס וועט נישט אויסקומען ווי רבי מאיר.
ענטפערט דער ר' יו"ט מווין, די משנה פון ברכות קען סיי ווי נישט אויסקומען ווי רבי מאיר, ווייל די משנה לערנט נשים סומכות לאו רשות, ווייל די משנה זאגט נשים ועבדים וקטנים פטורין מקריאת שמע ותפילין, וחייבין בתפלה ובברכת המזון ובמזוזה, און מיר מוזן דאך בעל כרחך זאגן אז די קטנים רעדט זיך בלא הגיעו לחינוך, ווייל בהגיעו לחינוך זענען זיי דאך יא חייב בתפילין, אזוי ווי די גמרא זאגט קטן היודע לשמור תְּפִלָיו אביו חייב לקנות לו תפילין, ממילא אויב עס שמועסט זיך בלא הגיעו לחינוך מוז דאך זיין אז דעס וואס די משנה זאגט חייבין בתפלה ובברכת המזון ובמזוזה, גייט נישט ארויף אויף קטנים [ווייל אזעלעכע קטנים שלא הגיעו לחינוך זענען דאך נישט מחויב] נאר אויף נשים ועבדים,און דאס וואס די משנה זאגט קטנים איז נאר לענין פְּּטוֹר [אז זיי זענען פטור פון קריאת שמע ותפילין], איי לכאורה איז דאך דאס אויך נישט קיין רבותא, עס איז דאך א פשיטא אז קטנים שלא הגיעו לחינוך זענען פטור, מוז מען נאר זאגן אז די משנה כאפט דערפאר אָן "קטנים" צו פארגלייכן נשים ועבדים צו קטנים, לענין תפילין, אז פונקט אזוי ווי קטנים וואס זענען פטור פון תפילין, איז אפילו ווען זיי ווילן לייגן לאזט מען זיי נישט וועגן בזיון תפילין [ווי דער דין איז ביי קטנים שלא הגיעו לחינוך], אזוי אויך נשים ועבדים טארן נישט לייגן תפילין.
עכ"פ קומט דאך אויס אז די משנה פון ברכות האלט אז נשים זענען אסור בתפילין, און עס קען ממילא נישט אוסקומען ווי רבי מאיר.
מען קען אפשר זאגן, אליבא דאמת וועט נישט שווער זיין די קשיא פון רבינו יו"ט מווין, נאר די סתם משנה פון ברכות וועט אויך קענען אויסקומען ווי רבי מאיר,
תוספות (ד"ה מיכל בת כושי) איז מחוּלק אויף רש"י, רש"י לערנט אז דאס וואס די גמרא זאגט אז אויב תפילין וואלט געווען א מצות עשה שהזמן גרמא וואלט מען מען מוחה געווען פאר מיכל בת כושי צו לייגן תפילין, איז דער טעם ווייל נראה כמוסיפות על דברי תורה, עס זעהט אויס ווי מ'איז מוסיף אויף דברי תורה. תוספות פרעגט אבער אויף דעם, מען זעהט דאך אז רבי יודא וואס ער האלט נישט נשים סומכות רשות, זאגט אין מס' סוכה אז הילני המלכה איז געזעסן אין די סוכה מיט איהרע זוהן, און די חכמים האבען נישט מוחה געווען, זעהט מען דאך אז מען איז נישט חושש אויף בל תוסיף. דערפאר לערנט תוספות אז דער טעם פארוואס נשים טארן נישט לייגן תפילין לויט דעם וואס האלט נשים סומכות לאו רשות, איז נישט וועגן בל תוסיף, נאר ווייל תפילין צריכות גוף נקי, אדער ביי אנדערע מצות ווי עס איז שייך א אנדערע טעם צו אסר'ן נשים.
עכ"פ קומט דאך אויס אז עס איז א מחלוקה צווישן רש"י און תוספות ביי יעדע מצוה עשה שהזמן גרמא פארוואס עס איז אסור פאר נשים צו טוהן לויט דעם וואס האלט נשים סומכות לאו רשות, לויט רש"י איז דער טעם וועגן בל תוסיף, און דאס איז שייך ביי אלע מצות, און תוספות האלט אז עס גייט נישט אָן קיין בל תוסיף, און טאקע נאר ביי די מצות ווי עס איז שייך א טעם צו אסר'ן איז אסור, און וואו עס איז נישט דא קיין טעם לאיסור ווי למשל ביי הילני המלכה איז נישט אסור.
לויט דעם קען מען זאגן אז אין די פלוגתא פון רש"י און תוספות זענען מחוּלק אונזער סוגיא פון המוצא תפילין און די סוגיא פון ברכות:
די סוגיא פון ברכות לערנט ווי די שיטה פון תוספות אז דער טעם פארוואס נשים טארן נישט לייגן תפילין ווען איך האלט נישט נשים סומכות רשות, איז נישט וועגן איסור בל תוסיף נאר וועגן גוף נקי, און לפי זה קען מען איינזעצן אלע סתם משנה'ס אזוי ווי רבי מאיר, רבי מאיר לערנט אז תפילין איז א מצות עשה שהזמן גרמא און נשים זענען פטור אזוי ווי די סתם משנה פון ברכות אויך לערנט ער נשים סומכות לאו רשות אזוי ווי עס זעהט אויס פון די משנה פון אין מעכבין את התינוקות.
און אעפ"כ וועט גוט אויסקומען די ברייתא פון מכניסן זוג זוג אחד האיש ואחד האשה, ווייל אזוי ווי דער גאנצער טעם פארוואס עס איז אסור פאר נשים איז דאך נאר וועגען בזיון תפילין, ממילא דארט ווי די תפילין ליגן במקום הפקר בבזיון האט מען יא מתיר געווען פאר נשים אריין צוברענגען זוג זוג, ווייל לא שבקינן את הוודאי ונתפוס את הספק, אויס עס וועט בלייבן דארט ליגן וועט עס דאך זיכער זיין בבזיון, משא"כ אויב זיי וועלן עס אריין ברענגען אפשר וועלן זיי יא נזהר זיין, מכ"ש בשעת ווען זיי זענען עוסק עס מציל צו זיי פון בזיון [איז זיכער דא א סברא אז זיי וועלן מער נזהר זיין], ווי די גמרא זאגט לענין חמץ, הוא עצמו מחזיר עליה לשרפו מיכל קאכיל מיני'. קומט אויס אַז אַלע סתמות קענען אויסקומען ווי רבי מאיר.
דערמיט איז אויך פאַרענטפערט די קשיא פון תוספות, פאַרוואָס די גמרא זאָגט נישט איצטריך לאפוקי מרבי מאיר ורבי יודא, ווייל דער אמת איז דאָך אז זיי לערנען אויך אַז נשים זענען פטור פון תפילין.
אבער אונזער סוגיא פון המוצא תפילין איז דאך בעל כרחך מחולק אויף די סתם משנה פון ברכות, ווייל אונזער סוגיא לערנט אז רבי מאיר מוז האלטן אז נשים זענען חייב בתפילין, אנדערש וואלט איך נישט מתיר געווען להכניסן זוג זוג, ווייל די סוגיא לערנט ווי שיטת רש"י אז דער טעם פון איסור לויט דעם וואס לערנט נשים סומכות לאו רשות איז וועגן בל תוסיף, און דעם איסור קען מען דאך נישט מתיר זיין, און דערפאר האלט רבי מאיר אין אונזער משנה אויך מכניסן זוג זוג און נישט מער וועגן איסור בל תוסיף, נאר רבן גמליאל וואס ער האלט שבת לאו זמן תפילין, און עס גייט בכלל נישט אָן די מצות תפילין שבת, איז נישטא קיין בל תוסיף, דערפאר איז רש"י מדייק דאס לשון "דאין כאן מצות תפילין כלל" ממילא איז נישט שייך בל תוסיף, מעג מען לויט אים אריינברענגען אפילו שנים שנים.
דערמיט איז אויך פארענטפערט פארוואס דער רמב"ם פּסק'נט ווי די סתם משנה פון ברכות אז נשים פטורות מתפילין ווייל עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא, און אעפ"כ פסק'נט דער רמב"ם מכניסן זוג זוג, ווייל לויט די סוגיא פון ברכות זענען די צוויי פסקים נישט קיין סתירה, און אלעס קומט אויס ווי רבי מאיר, כאטש רבי מאיר לערנט נשים פטורות און זענען אויך אסור ווייל נשים סומכות לאו רשות, אעפ"כ האט מען מתיר געווען ווען עס ליגט במקום בזיון, און לויט די סוגיא פון ברכות האלט רבי מאיר אויך שבת לאו זמן תפילין ווי רבן גמליאל, די פלוגתא איז נאר אז רבי מאיר האלט אעפ"כ האט מען נישט מתיר געווען יותר ממלבושו בחול, דערפאר איז נאר מותר זוג זוג, און רבן גמליאל האלט אז אזוי ווי שבת לאו זמן תפילין, האט מען מתיר געווען שנים שנים אויך, און ווייל לויט די סוגיא פון ברכות קומען אלע סתם משנה'ס אויס אליבא דהלכתא ווי רבי מאיר דערפאר פסק'נט דער רמב"ם אליבא דהלכתא.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2011 12:27 pm

סוגיא דהיסח הדעת בתפילין
(ע"פ שאגת ארי' סי' טל-מ)

הסוגיא – ואשר הרא"ש מביא דברי רבינו יונה דהיסח הדעת הוא כשעומד בשחוק וקלות ראש
די גמרא זאגט אין מס' מנחות דף ל"ו עמוד ב' – אמר רבה בר רב הונא, האט רבה בר רב הונא געזאגט "חייב אדם למשמש בתפילין בכל שעה" אז מ'איז מחוייב ממשמש זיין די תפילין בכל שעה – "קל וחומר מציץ", "ומה ציץ שאין בו אלא אזכרה אחת" – מה דאך ציץ וואס ס'שטייט נאר איין שם הוי' – "קודש לד'", אמרה תורה והי' על מצחו תמיד שלא תסיח דעתו ממנו" – זאגט די תורה א פסוק "תמיד" אז מ'זאל נישט מסיח דעת זיין פונעם ציץ ווען ער טראגט עס – "תפילין שיש בהן אזכרות הרבה על אחת כמה וכמה" – תפילין וואס ס'איז דא אסאך מאל דעם שם הוי' – איז דאך אוודאי געוויס אז מ'טאר נישט מסיח דעת זיין.
דער רא"ש אין הלכות קטנות הל' תפילין סימן כ"א פרעגט: ביי די אופנים וואס שינת עראי איז מותר בתפילין – איז שווער – אז ער דרימעלט – איז ער דאך מסיח דעת?
ברענגט ער פון רבינו יונה (פ"ג דברכות): אז "היסח הדעת" הייסט נישט נאר "כשעומד בשחוק ובקלות ראש" – אבער ווען ער איז "עומד ביראה" און באשעפטיגט זיך מיט זיין אומנות ובצרכיו – הגם אז ס'איז "אין דעתו על התפילין ממש" – הייסט דאס נישט קיין "היסח הדעת".
א ראי' צו דעם: ווייל אי לא תימא הכי – מעיקר הדין גייט מען דאך תפילין א גאנצע טאג – און וויאזוי קען ער דען – אן היסח הדעת כלל – אלא מאי – אז ער איז "עומד ביראה" און איז געהיטן פון "שחוק וקלות ראש" איז עס שוין נישט קיין היסח הדעת.
ממילא הוא הדין ביי א דרימל – וואס איז בכלל נישט דא קיין קלות ראש – אדרבא באותה שעה עומד יותר דרך מורא – ער איז שוכח הבלי עולם – איז טאקע נישטא קיין חסרון פון היסח הדעת!
דער טור אין סימן מ"ד פסק'נט ווי דער רבינו יונה.

השאגת ארי' מוכיח – שהרמב"ם ורמב"ן חולקים על רבינו יונה – ופליאה על הטור דנקט כשניהם
ב – דער שאגת ארי' אין סימן ל"ט – פרעגט א סתירה – אז דער טור אין יורה דעה סימן שפ"ח – פסק'נט אז א אבל בשעת הספד ובכי לייגט נישט תפילין – ווייל אין דעתו מיושב – און תפילין דארף מען דאך מכוון זיין שלא יסיח דעתו מהם.
אויך דער רמב"ם אין הל' תפילין פרק ד' הל' י"ג פסק'נט: "המצטער ומי שאין דעתו מיושבת עליו פטור מן התפילין שהמניח תפילין אסור לו להסיח דעתו מהם" – און דער כסף משנה איז מבאר בשם רבינו מנוח: הגם בכל התורה איז עס איז נישט קיין פטור – נאר מ'זאגט "איבעי ליה ליתובי דעתי'" – אבער דא ביי תפילין מחמת די הארבקייט פון "היסח הדעת" איז ער פטור מתפילין.
און דער טור אין סימן לח פסק'נט ווי דער רמב"ם.
פרעגט דער שאגת ארי': אויב דער יסוד פון "היסח הדעת" איז "שחוק וקלות ראש" – נו בשעת הספד ובכי – איז ער דאך אוודאי ווייט דערפון – ואדרבה ער איז דעמאלטס בכובד ראש ובהכנעה – פארוואס הייסט עס היסח הדעת?
אזוי אויך דער מצטער איז דאך נישט עוסק בשחוק וקלות ראש – אדרבה ער איז צוטראגן און צוגעלייגט – איז ער דאך בהכנעה וכובד ראש – פארוואס זענען זיי פטור מתפילין מחמת היסח הדעת?
אלא מאי: - לערנט דער שאגת ארי' – אז דער רמב"ם און רמב"ן קריגן טאקע אויף רבינו יונה – און זיי האלטן אז אפילו אן שחוק וקלות ראש – הייסט "היסח הדעת" – ווי נאר ער איז מסיח דעת פון תפילין – ווייל "כל זמן שהתפילין עליו לא יסיח דעתו ומחשבתו מהם".

ראי' מביאור ר"ן בסוגיא דסוכה לדעת רמב"ם – ואף לרמב"ם דהיסח הדעת כפשוטו – הוא תלוי ב"משך זמן"
ג – נאר לפי"ז ווערט דאך זייער שווער רבינו יונה'ס קשיא – א' וואס טוט זיך מיט שינת עראי? – ב' מיר געפונען בפירוש בדברי חכמינו ז"ל אז די חכמים וואס זענען געגאנגען מיט תפילין כל היום – זענען געווען מסדר זיין מיט די מלכות וואס דארף א גרויסע ישוב הדעת – נו – לכאו' איז דאך שוין אוועק די מחשבה פון תפילין? ג' ובכלל: אז עיקר מצוותן כל היום – תורתו ומלאכתו מתי נעשית – מ'קען דאך נישט אוועקנעמען די מחשבה פון תפילין?
זאגט דער שאגת ארי' (סימן מ') אויף דעם: די גמרא זאגט אין סוכה דף מ"ו "רבנן דבי רב אשי כל אימת דממשמשי בהו מברכי" ווען זיי האבן ממשמש געווען די תפילין האבן זיי געמאכט א ברכה.
רש"י און תוספות זאגן אז דער משמוש – מיינט מען – ווייל ס'איז א מצוה למשמש התפילין כדי שלא יסיח דעתו – זאגט תוס' "לא איתפרש וועלכע ברכה".
זאגט דער ר"ן: די ברכה איז "לשמור את התפילין" – כלומר: "מהיסח הדעת" – אדער א ברכה כיוצא בזה.
פרעגט ער: פארוואס פסק'נען די ראשונים נישט די הלכה פון רבנן דבי רב אשי?
זאגט ער: ואפשר – ווייל די חכמים האבן גענוי געוואוסט דעם "שיעור זמן" וואס ס'איז דא דער "חיוב משמוש" – אבער אונז ווייס מיר נישט פונקטליך – נו אז מ'וועט מאכן א ברכה יעדן מאל מ'איז ממשמש – קען עס דאך זיין דעמאלטס ווען ס'איז נישט דער חיוב – וועט עס זיין א ברכה לבטלה.
זאגט דער שאגת ארי': ראשית איז פון דא קלאר אז מ'טאר בכלל נישט מסיח דעת זיין – און ס'איז נישט גענוג אבי ס'איז נישט קיין שחוק וקלות ראש – ווייל מ'זעט אז ס'איז דא א "חיוב" צו האלטן קאפ אז ער האט די תפילין – און מ'מאכט אפילו א ברכה דערויף – און לויטן רבינו יונה אז דער עיקר ער זאל זיין א "עומד ביראה" אפילו ס'איז אין דעתו עליהם ממש – פאסט דאך נישט די ברכה.
והשנית: ווערט פארענטפערט די קושיות לויטן רמב"ם! – ווייל דער ר"ן זאגט דאך קלאר אז ס'איז דא א "שיעור זמן" וואס דאס הייסט "היסח הדעת" – און בכל שעה דארף מען ממשמש זיין – כדי ס'זאל נישט אדורכגיין אזא "שיעור זמן" וואס "אין דעתו על התפילין".
לפי"ז מיינט נישט אז א יעדע רגע ממש זאל ער נישט אראפנעמען די מחשבה פון תפילין – ווייל לא ניתנה תורה למלאכי השרת, נאר ס'איז אלץ תלוי אין א זמן – אז מער פון דעם זמן אויב ס'איז אין דעתו על התפילין – הייסט עס היסח הדעת – אבער בתוך הזמן הייסט עס עס נישט "היסח הדעת".
ממילא קען ער לערנען – ארבעטן – דער עיקר אז מזמן לזמן איז דעתו על התפילין – אבי ס'איז די באשטימטע זמן וואס די חכמים זאגן אז ס'הייסט נאך נישט אז זיין דעת איז אפגעריסן פון די תפילין – אזוי אויך שינת עראי רעדט זיך אויך אז ס'איז נאך בתוך זמן השיעור – דערפאר איז נישטא דער חסרון היסח הדעת.
דער שאגת ארי' האט דארט א אריכות וואס איז דער "שיעור זמן" לויטן רמב"ם.
און למעשה נעמט ער אן ווי דער רמב"ם – און נישט ווי רבינו יונה – נאר אז א יעדע היסח הדעת איז אסור – אבער ס'איז תלוי בזמן קבוע – וואס "עד אותו הזמן אין בו משום היסח הדעת" – אבער "רגע יותר על אותו הזמן קרוי היסח הדעת".
אבער ס'בלייבט שווער אויפן טור: וואס ער פסקנט דעם רבינו יונה – און דאך פטר'ט ער די אלע וואס קענען נישט צולייגן קאפ צו די תפילין – הגם זיי זענען זייער ווייט פון שחוק וקלות ראש?

ביאור "משמוש" לרבינו יונה – אף דלא בעי דעתו ממש – הוא שיזכור להנצל מלבא לקלות ראש
ד – באמת פרעגט דער שאגת ארי' בכלל – לויטן רבינו יונה אז דער עיקר איז ס'זאל נישט זיין "שחוק וקלות ראש" – און ווען ער איז נישט "בקלות ראש" – הגם ס'איז "אין דעתו על התפילין" הייסט עס נישט "היסח הדעת" – אויב אזוי משמוש למה לן?
איז דער שאגת ארי' מבאר: אז לשיטתו איז דאך דער "איסור היסח הדעת" צו זיין "בקלות ראש" – וואס דאס איז דאך די מעלה ביי שינת עראי – אז "אי אפשר בשינה לבא לידי קלות ראש" – דארף מען אויף דעם גופא טאקע אכטונג געבן ער זאל זיך נישט פארגעסן און אריינפאלן אין קלות ראש – דערפאר דארף ער ממשמש זיין תמיד – זיך דערמאנען אז ער האט אן די תפילין – און נישט צוקומען צו קיין קלות ראש.
און מיט דעם איז מבואר: די גמרא זאגט אין מס' שבת דף י"ב "יוצא אדם בתפילין ערב שבת עם חשיכה" א איד מעג ארויסגיין ערב שבת פארנאכט אנגעטון מיט תפילין – און מ'איז נישט חושש אז ער וועט עס פארגעסן אויסצוטון און ער וועט עס קומען טראגן בשבת – "מאי טעמא" – זאגט די גמרא – "כיון דאמר רבה בר רב הונא חייב אדם למשמש בתפילין כל שעה ושעה ק"ו מציץ מה ציץ שאין בו אלא אזכרה אחת אמרה תורה והי' על מצחו תמיד שלא יסיח דעתו ממנו – תפילין שיש בהן אזכרות הרבה על אחת כמה וכמה" – "הילכך מידכר דכיר להו" – אז וויבאלד תפילין דארף ער שטענדיג ממשמש זיין – וועט ער געדענקען – דארף מען נישט חושש זיין ביי תפילין אז ער וועט פארגעסן און ארויסגיין דערמיט אום שבת.
רעדט אויס דער שאגת ארי': בשלמא אז מ'לערנט מ'טאר נישט מסיח דעת זיין כפשוטו – ס'דארף זיין דעתו על התפילין תמיד – פארשטייט מען אז ער וועט געדענקען – אבער לויטן רבינו יונה אז דער עיקר איז ער זאל נישט זיין בקלות ראש – וויאזוי וועט ער פון "נישט זיין בקלות ראש" זיכער געדענקען אז ער האט אן תפילין – אז מ'זאל נישט האבן קיין חשש הוצאה?
אבער לויט ווי מ'האט מבאר געווען איז דאך לכו"ע דא א מצוה ממשמש צו זיין – ולרבינו יונה איז עס כדי נישט פארגעסנדיג אריינפאלן אין קלות ראש – איז מצד זיין חוב שטענדיג ממשמש זיין – וועט ער געדענקען.
און אין שו"ע הרב סי' רנ"ב סעיף י"ט זאגט ער: "דכיון שאסור להסיח דעת מתפילין לנהוג קלות ראש כשהוא לבוש בהן – מתוך כך הוא נזכר עליהן תדיר – ויסלקן קודם שתחשך" זעט מען אז אפילו דער איסור "היסח הדעת" איז "קלות ראש" – איז אויך דא "מידכר דכיר" – ווייל ער דארף שטענדיג אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין קלות ראש.

"יישוב לסתירת שאג"א בד' טור – דיסודו הוא: שבכללות דעתו על התפילין – וכל זמן דהוי "עומד ביראה" לא מיקרי היסח הדעת"
ה – אין "מגן גבורים" ווערט געברענגט דברי הריטב"א במס' סוכה דף כ"ו – ער לערנט אויך ווי רבינו יונה.
ער פרעגט אויך די קשיא: - זאל שינת עראי תמיד זיין אסור מצד היסחת הדעת.
ענטפערט דער ריטב"א: אז די קפידא אויף "היסח הדעת" איז אז ער איז וואַך ולבו פונה לדברים בטלים. דאס טויג נישט – דבעינן שתהא כל מחשבתו בהם.
אבל כל שאינו מפנה דעתו לדברים של חול – אע"פ שאין דעתו על התפילין – מותר!
ומהאי טעמא: קען מען מיט די תפילין לערנען און דאווענען – אע"פ שאין דעתו על התפילין בוודאי.
קומט אויס פון דעם: אז דאס וואס רבינו יונה זאגט אז אפילו אין דעתו על התפילין – הייסט נאך נישט היסח הדעת – כל זמן ער איז ריין פון שחוק וקלות ראש.
מיינט נישט: אז "אין דעתו על התפילין כלל" אז ער ווייסט גארנישט אז ער האט אָן די תפילין איז נאך נישט אסור – וויבאלד ער איז נישט עוסק בשחוק ובקלות ראש.
נאר דער כלל איז: אז מ'טאר נישט פונה זיין לגמרי פון די תפילין לדברי חול.
דערפאר כל זמן וואס ער איז "עומד ביראה" – הגם וואס ער טראכט פון נאך עפעס – ווי דברי תורה – אדער עניני צרכיו – איז ער דאך אבער נישט פונה לדברים של חול – ווייל ביי זיין עסק האט ער יראה נישט נכשל ווערן אין קיין שום איסור – מכ"ש בתורה ובתפלה איז דאך פשוט אז איכא יראת ד' – ממילא הייסט דאס נישט היסח הדעת.
אזוי אויך שינת עראי – וואס ער איז שוכח הבלי עולם – און וויבאלד ס'איז עראי – האט ער נאך נישט פונה געווען פון יראת ד' לדברים אחרים – דערפאר אפילו ס'איז אין כוונתו שלימה על התפילין – הייסט עס נישט היסח הדעת.
אבער בכי האי גוונא וואס ער געדענקט בכלל נישט אז ער האט אָן תפילין – אפילו ער זאל זיין בהכנעה ובכובד ראש – אוודאי טויג נישט – ווייל ס'איז דאך אין דעתו על התפילין כלל.
דערפאר "שינת קבע" זאגט תוס' אין שבת דף מ"ט – אז אויסער די חסרון גוף נקי – איז אויך אסור מכח היסח הדעת – און דער פשט איז: ווייל ביי שינת קבע האט שוין זיין מחשבה אינגאנצן נישט קיין שייכות מיט די תפילין – אוודאי איז אסור.
און דערפאר "הספד ובכי" און אזוי אויך "אין דעתו מיושבת" וואס די צוטראגנקייט שטערט בכלל פון געדענקען די תפילין – איז פשוט אז דאס הייסט היסח הדעת.
איז מיושב די קשיא פון שאגת ארי' אויפן טור.
און אזוי איז אויך מבואר דער יסור אין שו"ע הרב סימן כ"ח "ואינו נקרא היסח הדעת אלא כשעומד בשחוק או בקלות ראש או שמטריד דעתו כל כך לצרכי הגוף עד שלבבו פונה מיראת שמים מחמת טרדתו".
און אין כלל פון "טרוד" גייט אריין "הספד ובכי" – און "מצטער ומי שאין דעתו מיושבת" – והוא הדין שינת קבע הייסט אויך "דעתו מוטרד" – ווייל הגם ער איז שוכח הבלי עולם – איז דאך זיין דעת בכלל נישט ביי תפילין און ביי יראה.

סך הכל שני השיטות – ומה שעדיין יש לבאר בע"ה – ואשר לד' השאג"א בהרמב"ם א"ש מ"ש רגע אחד
ו – קומט אויס צוויי שיטות אין היסח הדעת בתפילין דער רמב"ם און דער רבינו יונה.
לויט רבינו יונה – איז דער כלל – אז ער געדענקט ער האט אָן תפילין – און איז "עומד ביראה" – ער איז נישט פונה לגמרי לדברים בטלים ע"י שחוק וקלות ראש – איז דאס אין כלל פון "אינו מסיח דעתו מן התפילין".
און לויט'ן רמב"ם איז – כפשוטו – אסור להסיח דעתו ומחשבתו מן התפילין – נאר דאס איז תלוי אין א "משך זמן" וואס בתוך פון די זמן הייסט עס נישט "היסח הדעת".
דער לשון פון רמב"ם איז: - פרק ד' מהל' תפילין הל' י"ד: "חייב אדם למשמש בתפילין כל זמן שהם עליו – שלא יסיח דעתו מהם אפילו רגע אחד – שקדושתן גדולה מקדושת הציץ – שהציץ אין בו אלא שם אחד – ואלו יש בהם אחד ועשרים שם של יוד קא בשל ראש וכמותן בשל יד".
זאגט דאך דא דער רמב"ם "אפילו רגע אחד" – לכאו' אז דער שאגת ארי' איז מבאר על פי הר"ן אז ס'איז דא א "שיעור" פון "משך זמן" – וואס מיינט ער 'אפילו רגע אחד'.
איז דער שאגת ארי' גופא אין סימן מ' דאס מפרש: "אסור להסיח דעתו יותר ממשך זמנו – ועד אותו זמן אין בו משום היסח הדעת – ורגע יותר על אותו הזמן קרוי היסח הדעת" – דהיינו: אוודאי איז היסח הדעת אסור אפילו רגע אחד – נאר דער תוך הזמן איז נישט קרוי היסח הדעת – א רגע מער טאר מען טאקע נישט – דערפאר טאקע דארף מען ממשמש זיין כל שעה – כדי ער זאל נישט צוקומען צו קיין רגע היסח הדעת.

אשר יסוד של הרמב"ם הוא דבעי "שמירה" – וכל זמן ששמור בדעתו שמירתו של התפילין אינו היסה"ד – ואשר יסוד של הטור הוא דבעי "זכרון" ואשר כל ש"עומד ביראה" עדיין לא פנה הזכרון מדעתו – והמקורות מהברייתא
ז – מ'קען מציין זיין לגבי יסודן של דברים – בע"ה – וועט קלארער זיין – לויט ביידע שיטות.
סיי לויט'ן רמב"ם אז ס'דארף זיין שטענדיג דעתו ממש על התפילין – דאך בתוך די משך זמן – איז עס נישט קרוי היסח הדעת – קען מען מוסיף זיין בביאור הדברים.
און סיי לויט'ן רבינו יונה אז ס'דארף נישט זיין דעתו ממש על התפילין – אבער אז בכללות געדענקט ער אז ער האט אָן תפילין – איז כל זמן וואס ער איז "עומד ביראה" איז זיין דעת נאכנישט אוועק פון דעם זכרון אז ער האט תפילין – וויבאלד ער האט ערנסטקייט צו זיין רחוק משחוק וקלות ראש – האט ער זיך נישט לגמרי מפנה געווען לדברי חול – קען מען אויך מוסיף זיין בביאור הדברים.
קען זיין: - אין אונזער גמרא לערנט מען עס ארויס פון ציץ.
אבער אין מכילתא איז דא לימודים פון פסוקים בפרשת תפילין אויף איסור היסח הדעת.
און אסאך רעדן טאקע: אז מ'דארף סיי קל וחומר מציץ – און סיי א פסוק בפרשת תפילין.
אין ב"ח סימן ל"ח שטייט: אז אין א טייל ספרי הטור ווערט געברענגט א גירסא במכילתא: "ולכרון בין עיניך מכאן אמרו שכל המניח תפילין לא יסיח דעתו מהן" – איז דער ב"ח מפרש אז "ולזכרון" מיינט "ער זאל געדענקען א גאנצע צייט" – "שלא יסיח דעתו ממנו".
דער מרכבת המשנה אין פרשת בא ברענגט אויך די גירסא.
ווידער שטייט אין מכילתא בא פרשה י"ז סימן קט"ו: "ושמרת את החוקה הזאת – זו חוקת תפילין" – איז דער מלבי"ם מפרש: אז "הזאת" מיינט דאס פון וואס מ'האט יעצט גערעדט – דער פסוק והי' לך לאות וואס שטייט א פסוק פריער – און ווי דער שיטה "בחוקת תפילין הכתוב מדבר" – זאגט מען אז תפילין דארף א שמירה: דהיינו אכטונג געבן פון היסח הדעת – זאגט דער מלבי"ם: דא איז דער מקור צו די ברכה אויפן ממשמש זיין: "לשמור את התפילין" – אין דעם פסוק שטייט די מצות שמירה.
קען אפשר זיין אז דאס איז שייך צו די צוויי שיטות.
דער טור וואס ברענגט – לפי גירסא זו – דעם פסוק פון "ולזכרון" לערנט דאך ווי רבינו יונה.
דער ר"ן וואס זאגט "לשמור את התפילין" שטייט דאך קלאר אין שאגת ארי' אז דאס גייט מיט דעת הרמב"ם – און אויף דעם זאגט דער מלבי"ם אז דער מקור איז "ושמרת".
קומט אויס לשיטת הרמב"ם: דער "יסוד היסח הדעת" איז "שמירה" – דאס קלארער צו פארשטיין: דער חינוך אין מצוה תכ"א זאגט: אז דער מענטש דא אויף דער וועלט איז איינגעשטעלט – אז ער זאל נאר טון רצון ד'.
איז ער מסביר: דער מענטש איז א בעל חומר – און טבע החומר לבקש כל הנאות אליו – און די נשמה איז מונע – זי שלעפט ער זאל נאר קוקן אויף רצון ד'.
אבער וויבאלד מ'איז דאך דא אין "די" וועלט – וואס איז די פלאץ פון חומריות – און רחוק מגבולה של הנשמה – דארף מען האבן "שומרים גבורים" צו פארהיטן פון די שלעכטע "שכנים" – דאס הייסט די גאנצע רוח פון "די" וועלט – וואס דורך די "שומרים גבורים" וועט דער מענטש אפילו "דא" שטענדיג געדענקען און האלטן קאפ זיך צו פירן ווי דער רצון ד'.
די "שומרים גבורים" רעכנט ער אויס כמה מצוות – איינס פון זיי: "תפילין בידינו ובראשינו".
זאגט דער חינוך: "ובהיות מיסוד המצוה מה שזכרנו" וויבאלד יסוד המצוה איז דער מענטש זאל זיין אפגעהיטן אין די וועלט – "נצטווינו עליהם לבל נסיח מהן דעתינו" דערפאר האבן מיר א מצוה נישט מסיח דעת זיין פון תפילין.
דאס הייסט: אז כדי די תפילין זאל טאקע זיין די "שומרים גבורים" – איז נאכנישט גענוג מיט'ן לייגן – מ'איז עקסטער מְצִוְוה נישט מסיח דעת זיין – דאס וועט בשלימות אויספירן וואס דער מחבר זאגט אין סימן כ"ה סעיף ה' "יזכור הבורא וימעיט הנאותיו" – איז דאס בעיקר דורך נישט מסיח דעת זיין.
לויט דעם איז דער יסוד פון "היסח הדעת" – אז די תפילין זאל ביי אים זיין "שָמור בדעתו" – וואס דורכדעם איז די אינהאלט פון תפילין שָמור אין אים – דהיינו צו געדענקען דעם אייבירשטן.
דערפאר האלט דער רמב"ם מ'זאל כפשוטו קיין איין רגע נישט מסיח דעת זיין פון די תפילין – אז די זכרון בהש"י זאל זיין שמור ביי אים – ווייל מיט דעם וואס די תפילין זענען שָמור בדעתו איז דאס שומר ביי אים די זכרון בהש"י – אבער דער "משך זמן" האבן די חכמים געשאצט אז ב"תוך הזמן" איז זיין מחשבה פון די תפילין שמור ביי אים.
און אז ער איז מקיים "שמירה" איז עס דאך שוין נישט קיין היסח הדעת.
ווידער דער טור וואס ברענגט "ולזכרון" קען זיין אז דער כלל איז "זכרון" געדענקען אז ער האט תפילין – און כל זמן ער איז "עומד ביראה" האט ער נאכנישט מסיח דעת געווען פון דעם זכרון – הגם ס'איז אין דעתו על התפילין ממש.
קען זיין: ווייל דער ריטב"א אין מס' יומא דף ח' רעדט אויס וויאזוי לערנט מען ארויס קל וחומר מציץ – לגבי כמה זאכן שטייט דאך אז ציץ איז הארבער ווי תפילין?
זאגט דער ריטב"א: אין הכי נמי קען זיין אז ציץ איז הארבער – אבער לענין "היסח הדעת" – "שהזכרה שבה גורם אותה" – היסח הדעת איז מכח די הזכרה – נו אויב אזוי איז דאך תפילין הארבער – שיש בהן כמה אזכרות.
דער הסבר איז ווי ס'שטייט ארויס אין "אור זרוע" סימן תקפ"ה: "צריך האדם כשהוא לבוש תפילין לזכור שהתפילין עליו ולא להסיח דעתו מהם" – זאגט ער ווייטער: "כי מחמת שזוכר שנושא שם הנכבד עליו אינו בא לידי קלות ראש ותופס יראת שמים בלבו".
קומט אויס אז דער עיקר "שלא יסיח דעתו" איז געדענקען "שנושא שם הנכבד עליו" – אז ער געדענקט און דערמאנט זיך פון די אזכרות שבהם – דורכדעם וועט ער געדענקען דעם אייבירשטן לשעבד הלב והמוח.
לויט דעם פארשטייט מען זייער גוט פארוואס ווען ער איז "עומד ביראה" – הייסט עס אז ער האט נישט מסיח דעת געווען פון דעם זכרון – ווייל ווי דער אור זרוע זאגט אז געדענקען די תפילין – מיינט געדענקען אז שם ד' נקרא עליו – און דורכדעם איז "תופס יראת שמים בלבו" – איז דאך זייער גוט אז כל זמן ער איז "עומד ביראה" – האט ער טאקע נישט פונה געווען לדברים אחרים – און אוועק פון די זכרון – ווייל דער זכרון ברענגט אים דאך די יראה – ממילא אפילו ווען ס'איז אין דעתו על התפילין ממש – איז עס נישט היסח הדעת פון די זכרון – כל זמן ער איז עומד ביראה.
אבער ווען ער איז זיך מטריד בשינת קבע אדער צער וכדומה – וואס ער געדענקט בכלל נישט אז ער האט תפילין אויף זיך – איז ער אינגאנצן ארויס פון דעם "זכרון" – איז דאס טאקע א חסרון היסח הדעת.

הערה: אולי מ"ש הב"ח – ונקטי הפוסקים כן למעשה בכ"מ – דאיסור היסה"ד הוא בשחוק וק"ר – ומצוה מן המובחר שלא יסיח דעתו כלל – הוא על יסוד ב' לימודים – ק"ו מציץ – והמכילתא דלזכרון
ח – לויט דעם אז דער טור האט דעם לימוד פון "לזכרון" – און ער ברענגט דאך אין סימן כ"ח דעם קל וחומר מציץ – קען מען אפשר מבאר זיין דברי הב"ח בסימן מ"ד – אז דער "איסור" היסח הדעת איז טאקע נאר "שחוק וקלות ראש" – אבער "מצוה מן המובחר" איז – אז ס'זאל זיין "דעתו תמיד על התפילין" – און דערפאר איז א מצוה ממשמש זיין כל שעה – כדי שלא יסיח דעתו "כלל" – נאר "תמיד יהא דעתו על התפילין שעליו".
און דער פרי מגדים איז מבאר דברי מגן אברהם – פסקנט מען הלכות על פי זה.
קען זיין – אז וויבאלד ס'איז דא צוויי לימודים – סיי דער לימוד פון ציץ – און דער פסוק "לזכרון" – איז טאקע דא ביידע זאכן – א – ער זאל זיין "עומד ביראה" און דורכדעם האלט ער אן דעם "זכרון שנושא שם הנכבד עליו" – ב – אבער די מצוה מן המובחר איז "שלא להסיח דעתו ממנו כלל".
ווייל די ביידע לימודים זענען מקורות אויף ביידע זאכן.
און פארשטייט זיך: אז ער איז משתדל מקיים זיין די "מצוה מן המובחר" – ממשמש זיין "תמיד" – "בכלל" נישט מסיח דעת זיין – וועט ער אוודאי זיין אפגעהיטן נישט אריינצופאלן אין קיין שום היסח הדעת – נאר ס'וועט זיין דעתו ממש על התפילין – און כ"ש אז ער וועט אוודאי נישט קומען לדברים בטלים.
און דאס איז טאקע די שלימות המצוה פון ממשמש זיין, נישט נאר דערמאנען נישט אריינפאלן אין שחוק וקלות ראש (ווי דער שאגת ארי' לערנט – אות ד) – נאר טאקע זיך דערמאנען אין די תפילין גופא!
דאס איז טאקע געפסקנט אין שו"ע הרב סימן כ"ח – אז שלא יסיח דעת מיינט "ער זאל זיין א עומד ביראה" – "ומצוה מן המובחר שלא להסיח דעתו מהן כלל" – דערפאר איז טוב שימשמש בהן – באופן – אז ס'זאל זיין "דעתו עליהן ממש".

מקורות – ארצות החיים סי' כח, שבילי דוד סי' מד, מגן גבורים סי' מד, תהלה לדוד סי' מד, הגהות בני בנימין – רמב"ם, באר משה מס' יומא, קצות השולחן סעי' יד, ועוד

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:20 pm

Latke האט געשריבן:אפשר קאן איינער מזכה זיין מיט דעם צווייטן חלק... עטליכע דאנק ווערטער פארן בו"ע און די עלטערן שיחי'.

נייע סטייל (=משוגעת), שטאמט פון 'דרך ארץ פלשתים'
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג נובעמבער 01, 2015 6:19 pm

פלוני האט געשריבן:
Latke האט געשריבן:אפשר קאן איינער מזכה זיין מיט דעם צווייטן חלק... עטליכע דאנק ווערטער פארן בו"ע און די עלטערן שיחי'.

נייע סטייל (=משוגעת), שטאמט פון 'דרך ארץ פלשתים'

????

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג נובעמבער 01, 2015 7:03 pm

לא ראינו ולא שמענו ביז די לעצטע פאר יאר (עכ"פ בקהלותינו), זעהט אויס ס'איז א חלק פון די נייע מין פארגעשריטענע חינוך יו-נעים-איט.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג נובעמבער 01, 2015 7:06 pm

אקעי
אבער וואס איז דאס "דרך ארץ פלישתים"?

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » זונטאג נובעמבער 01, 2015 7:44 pm

הלכות 'דרך ארץ' וואס די פלשתים האבן געלערנט.
והאריך בזה החת"ס אז די יודן האבן געדארפט לערנען הלכות ד"א ביי משה רבינו, זיי האבן נישט געטארט זעהן די פלשתים'ס 'מענטשליכקייט' פאר קבלת התורה (טראץ וואס אין מצרים האבן זיי נישט פון ד"א זייענדיג פארשקלאפט).
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 8:45 pm

פלוני האט געשריבן:
Latke האט געשריבן:אפשר קאן איינער מזכה זיין מיט דעם צווייטן חלק... עטליכע דאנק ווערטער פארן בו"ע און די עלטערן שיחי'.

נייע סטייל (=משוגעת), שטאמט פון 'דרך ארץ פלשתים'

יא, זיכער. געבען א הודאה פאר השי"ת, דאס איז משוגעת, און גאר 'דרך ארץ פלשתים'.
זאגן ישר כח פאר די עלטערן, וואס האבן דיהר געבוירן (איהר האט שוין פראבירט וואס מיינט חבלי לידה???), געהאלטן א גאנצע נאכט ווען דאס קינד האט געוויינט מיט א נייע ציינדל אדער אויער אינפעקשען, אינטערגעווישט און בעיסמעינט פון די שוהל נאך אן עקסידענט, געוויינט מיט בכיות ביים לעכט צינדען און ביי שמו"ע אז דאס קינד זאל אויפוואקסן א תלמיד חכם, געקויפט א בעקיטשע ($230), א ביבער הוט (בערך נאך אזויפיהל), תפילן מהודרים (לייג צו וויפיהל איהר האט געצאלט), א הערליכע בר מצווה, מער ווי מען האט געוואלט, דאס קינד זאל זיך נישט שעמען פון זיין רייכע חבר), דאס אלעס איז נייע סטייל...

#אבי-געהאקט
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט